שפראך: כינע!

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

גרשון האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז שלעכט פון זאגן טשיינע?? ס'קריכט מיר אויפן נערווען ווען פנחס גלויבער זאגט כינע

שוין, מיר מאכט נערוועז ווען זלמן ווידער זאגט "טשיינע". פארוואס יאפאן, פראנקרייך, דייטשלאנד, רוסלאנד, און אוקריינע און נישט כינע? קענסט נישט רעדן אידיש? אין געשריבענע נייעס וועט קיינמאל נישט שטיין "טשיינע".

(אגב, פנחס גלויבער גלייכט צו רעדן גראמאטיש אויסגעהאלטן און ארויסזאגן ווערטער גוט. לעצטנס האט ער אנגעהויבן ניצן "מיר" אין נאמינאטיוו, אנשטאט דעם גרייזיגן "אונז". צב"ש "מיר זענען צוגעוואוינט", נישט "אונז זענען צוגעוואוינט". ס'איז באגריסנד אינערהאלב דעם אשכול.)

איך האב שוין לעצטענס געזען אסאך מאל אין דער איד שרייבן זיי טשיינע נישט כינע. און ביים שרייבן מאכט נאך ענדערש סענס צו שרייבן כינע, אבער ווען מרעדט איז עס סתם נישט צום זאך פונקט ווי קיינער זאגט נישט ריזיקע און נאך נארישע גרויסהאלטערישע ווערטער וואס איז געבליבן ביי צייטונג שרייבער. דא אויף אייוועלט האט מען שוין אויך געטוישט פון מערץ צו מארטש
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

fiena nieas האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:דאס איז וואס איך טענה, אז די איינגעגעסענע גרייזן דאס ווערט א חלק פון די שפראך. מען רעדט לויט וויאזוי רוב מענטשן רעדן.

עקזעקטלי אז דו ווילסט רעדן "עכט" יודיש דארפסטו שרייבן ניט אדער ניכט

אזוי?! און וועלכע שפראך איז 'נישט'?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

fiena nieas האט געשריבן:פנחס גלויבער זאגט כינע

איך וועל ניטאמאל פרובירן צו געבן פאר ידידינו ר' פינחס'ן זז"ג א לעקציע אין שפראך, ס'איז זיין ספעציעליטעט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נעכטן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז שלעכט פון זאגן טשיינע?? ס'קריכט מיר אויפן נערווען ווען פנחס גלויבער זאגט כינע

שוין, מיר מאכט נערוועז ווען זלמן ווידער זאגט "טשיינע". פארוואס יאפאן, פראנקרייך, דייטשלאנד, רוסלאנד, און אוקריינע און נישט כינע? קענסט נישט רעדן אידיש? אין געשריבענע נייעס וועט קיינמאל נישט שטיין "טשיינע".

(אגב, פנחס גלויבער גלייכט צו רעדן גראמאטיש אויסגעהאלטן און ארויסזאגן ווערטער גוט. לעצטנס האט ער אנגעהויבן ניצן "מיר" אין נאמינאטיוו, אנשטאט דעם גרייזיגן "אונז". צב"ש "מיר זענען צוגעוואוינט", נישט "אונז זענען צוגעוואוינט". ס'איז באגריסנד אינערהאלב דעם אשכול.)

איך האב שוין לעצטענס געזען אסאך מאל אין דער איד שרייבן זיי טשיינע נישט כינע. און ביים שרייבן מאכט נאך ענדערש סענס צו שרייבן כינע, אבער ווען מרעדט איז עס סתם נישט צום זאך פונקט ווי קיינער זאגט נישט ריזיקע און נאך נארישע גרויסהאלטערישע ווערטער וואס איז געבליבן ביי צייטונג שרייבער. דא אויף אייוועלט האט מען שוין אויך געטוישט פון מערץ צו מארטש

שוין, אז דו האלטסט אז ס'איז נישט צו דער זאך, נאריש, און גרויסהאלטעריש, וועל איך מיך נישט דינגען; ווער וויל דען מ'זאל אים אנקוקן גרויסהאלטעריש און נאריש? אבער ס'איז קאמיש ביי די "שרייבער" וועלכע שרייבן טשיינע אז אין אדיעקטיוו וועלן זיי בלייבן מיט'ן "כינעזן ווירוס", "כינעזער רעגירונג", און "כינעזע מיליטער".

פאר די וואס ברענגען אייוועלט אלס א ראיה ווי אזוי מ'דארף שרייבן אידיש איז שווער צו ענטפערן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

גרשון, ס'איז א שאד דער וויכוח, עמיצער וואס האט א שטיקל געפיל פאר 'שפראך' וועט אוודאי דיר געבן גערעכט, און ווער ס'האט נישט קיין געפיל דערצו פארשטיי איך אז ער ווערט נערווירד ווען מ'שרייבט אנדערש ווי ער איז געוואוינט צו רעדן.

דרך אגב, איך קען אסאך מאל נוצן אזעלכע "שרייבערישע גרויסהאלטערישע ווערטער" אין מינדליכן באנוץ, אפגערעדט פון 'ריזיקע'... און אינטערעסאנט אז איך מיין אז מיין מיטשמועסער האבן דירעקט הנאה..
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פעיק נוז האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:דאס איז וואס איך טענה, אז די איינגעגעסענע גרייזן דאס ווערט א חלק פון די שפראך. מען רעדט לויט וויאזוי רוב מענטשן רעדן.

עקזעקטלי אז דו ווילסט רעדן "עכט" יודיש דארפסטו שרייבן ניט אדער ניכט

אזוי?! און וועלכע שפראך איז 'נישט'?

די נייע מאדנאזירטע אמעריקאנער יודיש

אסאך שרייבערס מאכן דעם נארישקייט און פארעכטן עס נאכדעם . למשל און די פיינע נייעס אימייל וואס פלעגט ארויסקימען פלעיגט ער אלעמאל שרייבן ווען ער האט געוואלט רעדן פון די un האט ער געשריבן פעלקער פאראיין ביז איך האב עים געלאזט וויסן אז קיינער ווייסט נישט וואס פעלקער פאראיין מיינט ....
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

fiena nieas האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:דאס איז וואס איך טענה, אז די איינגעגעסענע גרייזן דאס ווערט א חלק פון די שפראך. מען רעדט לויט וויאזוי רוב מענטשן רעדן.

עקזעקטלי אז דו ווילסט רעדן "עכט" יודיש דארפסטו שרייבן ניט אדער ניכט

אזוי?! און וועלכע שפראך איז 'נישט'?

די נייע מאדנאזירטע אמעריקאנער יודיש

וואס עפעס?

וויפיל מלחמה איבערלעבער האט איר געקענט וואס האבן נישט געזאגט "נישט"?

אזוי האט מען גערעדט אין אונגארן וכו' ועוד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אקעי באט יו געט די פאונט אפשר האט מען עס שוין געטוישט אין אינגארן מיין פאונט איז אז יודיש איז דאס טאקע אז מען טוישט און דאס ווערט די שפראך קראסען איז נישט ענגליש ס'איז יודיש!דעליווער עס ועוד
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

בקיצור שרייבן כינע נוי פראבלעם אבער זאגן כינע איז נאריש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

fiena nieas האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:דאס איז וואס איך טענה, אז די איינגעגעסענע גרייזן דאס ווערט א חלק פון די שפראך. מען רעדט לויט וויאזוי רוב מענטשן רעדן.

עקזעקטלי אז דו ווילסט רעדן "עכט" יודיש דארפסטו שרייבן ניט אדער ניכט

אזוי?! און וועלכע שפראך איז 'נישט'?

די נייע מאדנאזירטע אמעריקאנער יודיש

וואס פאלט אייך איין? עניוועי 'טשיינע' איז ענגליש.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מחשב האט געשריבן:גרשון, ס'איז א שאד דער וויכוח, עמיצער וואס האט א שטיקל געפיל פאר 'שפראך' וועט אוודאי דיר געבן גערעכט, און ווער ס'האט נישט קיין געפיל דערצו פארשטיי איך אז ער ווערט נערווירד ווען מ'שרייבט אנדערש ווי ער איז געוואוינט צו רעדן.

דרך אגב, איך קען אסאך מאל נוצן אזעלכע "שרייבערישע גרויסהאלטערישע ווערטער" אין מינדליכן באנוץ, אפגערעדט פון 'ריזיקע'... און אינטערעסאנט אז איך מיין אז מיין מיטשמועסער האבן דירעקט הנאה..

סאו די אשכול האט גארנישט מיט שפראך...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

fiena nieas האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
(

פארוואס איז כינע יודיש?? ווער האט דאס דיסיידעד? עפעס א פוליש יודל הינדערט יאר ציריק?

איר ווייסט אפשר פארוואס די אמעריקאנר זאגן טשיינע ?
עס איז פאר די זעלבע סיבה פארוואס מ'זאגט אין אידיש כינע
איך מיין אז די סיבה איז ווייל די אמעריקאנע קענען נישט זאגן א כ ממילא ליינען זיי די ווארט CHINA אלס טשיינע.אבער מיר אידיש רעדענדע קענען יא זאגן א כ זאגן מיר עס נארמאל (כל זה כתבתי בדרך אפשר. און אדרבה אפשר ווייסט איינער וויאזוי מ'זאגט די ווארט דארט אין כינע-טשיינע)
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

גרשון האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז שלעכט פון זאגן טשיינע?? ס'קריכט מיר אויפן נערווען ווען פנחס גלויבער זאגט כינע

שוין, מיר מאכט נערוועז ווען זלמן ווידער זאגט "טשיינע". פארוואס יאפאן, פראנקרייך, דייטשלאנד, רוסלאנד, און אוקריינע און נישט כינע? קענסט נישט רעדן אידיש? אין געשריבענע נייעס וועט קיינמאל נישט שטיין "טשיינע".

(אגב, פנחס גלויבער גלייכט צו רעדן גראמאטיש אויסגעהאלטן און ארויסזאגן ווערטער גוט. לעצטנס האט ער אנגעהויבן ניצן "מיר" אין נאמינאטיוו, אנשטאט דעם גרייזיגן "אונז". צב"ש "מיר זענען צוגעוואוינט", נישט "אונז זענען צוגעוואוינט". ס'איז באגריסנד אינערהאלב דעם אשכול.)

איך בין מיט אייך איבער שפראך, אבער פארוואס איז כינע אידיש?
כינע איז אידיש פונקט ווי פרעזידענט איז אידיש..

איז נישט כינע, גענומען פונעם ענגלישן טשיינע? די זעלבע מיט יאפאן וואס קומט פון Japan.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואס טוט זיך האט געשריבן:

אויב אזוי איז ברויט גענומען פונעם ענגלישן bread און מילך פון milk...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז שלעכט פון זאגן טשיינע?? ס'קריכט מיר אויפן נערווען ווען פנחס גלויבער זאגט כינע

שוין, מיר מאכט נערוועז ווען זלמן ווידער זאגט "טשיינע". פארוואס יאפאן, פראנקרייך, דייטשלאנד, רוסלאנד, און אוקריינע און נישט כינע? קענסט נישט רעדן אידיש? אין געשריבענע נייעס וועט קיינמאל נישט שטיין "טשיינע".

(אגב, פנחס גלויבער גלייכט צו רעדן גראמאטיש אויסגעהאלטן און ארויסזאגן ווערטער גוט. לעצטנס האט ער אנגעהויבן ניצן "מיר" אין נאמינאטיוו, אנשטאט דעם גרייזיגן "אונז". צב"ש "מיר זענען צוגעוואוינט", נישט "אונז זענען צוגעוואוינט". ס'איז באגריסנד אינערהאלב דעם אשכול.)

איך בין מיט אייך איבער שפראך, אבער פארוואס איז כינע אידיש?
כינע איז אידיש פונקט ווי פרעזידענט איז אידיש..

איז נישט כינע, גענומען פונעם ענגלישן טשיינע? די זעלבע מיט יאפאן וואס קומט פון Japan.

עס איז גענומען אבער עס איז פארדרייעט פון די ענגלישע ווערסיע. אזוי ווי אלע אידישע ווערטער במשך הדורות.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז שלעכט פון זאגן טשיינע?? ס'קריכט מיר אויפן נערווען ווען פנחס גלויבער זאגט כינע

שוין, מיר מאכט נערוועז ווען זלמן ווידער זאגט "טשיינע". פארוואס יאפאן, פראנקרייך, דייטשלאנד, רוסלאנד, און אוקריינע און נישט כינע? קענסט נישט רעדן אידיש? אין געשריבענע נייעס וועט קיינמאל נישט שטיין "טשיינע".

(אגב, פנחס גלויבער גלייכט צו רעדן גראמאטיש אויסגעהאלטן און ארויסזאגן ווערטער גוט. לעצטנס האט ער אנגעהויבן ניצן "מיר" אין נאמינאטיוו, אנשטאט דעם גרייזיגן "אונז". צב"ש "מיר זענען צוגעוואוינט", נישט "אונז זענען צוגעוואוינט". ס'איז באגריסנד אינערהאלב דעם אשכול.)

איך בין מיט אייך איבער שפראך, אבער פארוואס איז כינע אידיש?
כינע איז אידיש פונקט ווי פרעזידענט איז אידיש..

איז נישט כינע, גענומען פונעם ענגלישן טשיינע? די זעלבע מיט יאפאן וואס קומט פון Japan.

יאפאן קומט נישט פון דזשעפען . איך מיין אז ס'גייט פארקערט Japan קומט צו ליינען מיט א י .
איר קענט דאס זעהן ביי רוב נעמען וואס מזאגט מיט א י למשל
יעקב . יוסף . ירושלים. יושע. זאגט מען אין ענגליש מיט א J
די סיבה איז ווייל אין יוראפ האט מען געשריבן פאר א י א J איז ווען מ'איז געקומען קיין אמעריקא אין עס געשריבן מיט די ענגלישע בוכשטאבן האבן די אמעריקאנער עס געליינט מיט א J
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אין כינעזיש זאגט מען זשאָנגואָ. כ'האב מיך שוין גראדע פון לאנג געוואונדערט פון וואו ס'קומט דער כ' אין כינע; אין רוב אייראפעאישע שפראכן זאגט מען שינאַ אדער עפעס ענליך. אין אונגאריש זאגט מען גראדע קינאַ, קען זיין אז ס'קומט פון דארט.

נעמען פון שטעטלעך און דערפלעך האבן געווענליך נאר איין נאמען, ווי אזוי מ'זאגט עס אין דער באטרעפנדער לאנד-שפראך, און אויב וויל מען עס זאגן אין אן אנדערער שפראך, וועט מען זאגן בערך אזוי. צב"ש ווי אזוי זאגט מען וויליאמסבורג איז פראנצויזיש? וויליאמסבורג! און אין דייטש? אויך וויליאמסבורג!

אבער גרויסע לענדער, מדבריות, און אקעאנען וועלכע זענען שוין הונדערטער יארן אנגעצייכנט אויף דער מאפע האבן געווענליך א נאמען אין יעדער שפראך. צב"ש די פאראייניגטע שטאטן הייסט אין איר היימלאנד "יונייטעד סטעיטס", אבער אין דייטש און אין אידיש טייטשט מען עס איבער "פאראייניגטע שטאטן", אין פראנצויזיש "איטעס יוני", און אין לשה"ק "ארצות הברית". די זעלבע זאך הייסט דייטשלאנד אין ענגליש "דזשערמאני", אין דער צייט וואס אין דייטשלאנד זעלבסט איז עס "דויטשלאנד" און אין פראנקרייך איז עס "אלמאן" (א נאמען וואס מ'טרעפט שוין אין די ראשונים פון צרפת).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פערשט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז שלעכט פון זאגן טשיינע?? ס'קריכט מיר אויפן נערווען ווען פנחס גלויבער זאגט כינע

שוין, מיר מאכט נערוועז ווען זלמן ווידער זאגט "טשיינע". פארוואס יאפאן, פראנקרייך, דייטשלאנד, רוסלאנד, און אוקריינע און נישט כינע? קענסט נישט רעדן אידיש? אין געשריבענע נייעס וועט קיינמאל נישט שטיין "טשיינע".

(אגב, פנחס גלויבער גלייכט צו רעדן גראמאטיש אויסגעהאלטן און ארויסזאגן ווערטער גוט. לעצטנס האט ער אנגעהויבן ניצן "מיר" אין נאמינאטיוו, אנשטאט דעם גרייזיגן "אונז". צב"ש "מיר זענען צוגעוואוינט", נישט "אונז זענען צוגעוואוינט". ס'איז באגריסנד אינערהאלב דעם אשכול.)

איך בין מיט אייך איבער שפראך, אבער פארוואס איז כינע אידיש?
כינע איז אידיש פונקט ווי פרעזידענט איז אידיש..

איז נישט כינע, גענומען פונעם ענגלישן טשיינע? די זעלבע מיט יאפאן וואס קומט פון Japan.

יאפאן קומט נישט פון דזשעפען . איך מיין אז ס'גייט פארקערט Japan קומט צו ליינען מיט א י .
איר קענט דאס זעהן ביי רוב נעמען וואס מזאגט מיט א י למשל
יעקב . יוסף . ירושלים. יושע. זאגט מען אין ענגליש מיט א J
די סיבה איז ווייל אין יוראפ האט מען געשריבן פאר א י א J איז ווען מ'איז געקומען קיין אמעריקא אין עס געשריבן מיט די ענגלישע בוכשטאבן האבן די אמעריקאנער עס געליינט מיט א J
איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ווען גרשון איז דא, ווייס איך אז די דיסקוסיע איז אין גוטע הענט...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פערשט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז שלעכט פון זאגן טשיינע?? ס'קריכט מיר אויפן נערווען ווען פנחס גלויבער זאגט כינע

שוין, מיר מאכט נערוועז ווען זלמן ווידער זאגט "טשיינע". פארוואס יאפאן, פראנקרייך, דייטשלאנד, רוסלאנד, און אוקריינע און נישט כינע? קענסט נישט רעדן אידיש? אין געשריבענע נייעס וועט קיינמאל נישט שטיין "טשיינע".

(אגב, פנחס גלויבער גלייכט צו רעדן גראמאטיש אויסגעהאלטן און ארויסזאגן ווערטער גוט. לעצטנס האט ער אנגעהויבן ניצן "מיר" אין נאמינאטיוו, אנשטאט דעם גרייזיגן "אונז". צב"ש "מיר זענען צוגעוואוינט", נישט "אונז זענען צוגעוואוינט". ס'איז באגריסנד אינערהאלב דעם אשכול.)

איך בין מיט אייך איבער שפראך, אבער פארוואס איז כינע אידיש?
כינע איז אידיש פונקט ווי פרעזידענט איז אידיש..

איז נישט כינע, גענומען פונעם ענגלישן טשיינע? די זעלבע מיט יאפאן וואס קומט פון Japan.

יאפאן קומט נישט פון דזשעפען . איך מיין אז ס'גייט פארקערט Japan קומט צו ליינען מיט א י .
איר קענט דאס זעהן ביי רוב נעמען וואס מזאגט מיט א י למשל
יעקב . יוסף . ירושלים. יושע. זאגט מען אין ענגליש מיט א J
די סיבה איז ווייל אין יוראפ האט מען געשריבן פאר א י א J איז ווען מ'איז געקומען קיין אמעריקא אין עס געשריבן מיט די ענגלישע בוכשטאבן האבן די אמעריקאנער עס געליינט מיט א J

אין יוראפ ווען מען וויל זאגן Jacob זאגט מען עס יעקאב?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

רוחי, קום דאָ! מאמי זאגט אז אונז גייען גיין צו א א טשייניז טוי סטאר!

מיין מאמע האט זי געקויפט א קיוט נעקלעס. אבער סיז געווען א פּיס אָוו דזשאָנק; אויפן וועג אהיים האט זיך עס צוהאַלבט.

#ניו_יארק_אידיש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס טוט זיך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט.

ער שרייבט אז א J זאגט מען אין דייטש אזוי ווי א י', אבער ענגליש, וואס שטאמט פון דייטש, האט עס פארטוישט אויפ'ן דזש קלאנג. דעריבער זאגט מען דא דזשעיקאב, דזשאסעף, דזשערוסאלים פאר יעקב, יוסף, און ירושלים.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום מאנטאג מאי 18, 2020 5:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מונאוויטש האט געשריבן:רוחי, קום דאָ! מאמי זאגט אז אונז גייען גיין צו א א טשייניז טוי סטאר!

מיין מאמע האט זי געקויפט א קיוט נעקלעס. אבער סיז געווען א פּיס אָוו דזשאָנק; אויפן וועג אהיים האט זיך עס צוהאַלבט.

#ניו_יארק_אידיש

:lol: :lol: :lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שפראך: כינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווען גרשון איז דא, ווייס איך אז די דיסקוסיע איז אין גוטע הענט...

אזא קאמפלימענט... און נאך פון וועמען...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”