אנדערטהאלבן

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

א שווערע פראגע איז דאס. עס עגבערט מיר זייער און מיין זעהל מאנט דאס ענטפער.
קיין לאנגע פארברייטערונגען וועל איך נישט דא פארארבעטן נאר גלייך צוגיין צום עגבערניש מיינער.
איך וויל פשוט פארשטיין פון וואו שטאמט די ווארט ״״אנדערטהאלבן״״
ס׳שטימט עפעס נישט מיט די אפטייטש דערפון, אנדערטהאלבן שעה.
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

איך ווינדער מיך אויך אייביג
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

דוכצעך אז דאס ווארט איז אנדערהאלבן אן דעם ט
און פשט איז (אייגענס) האלב פון די נעקסטע (אנדערע) שעה, נאך די שעה

העמיר ווארטן אויף גרשון און חוח און די גאנצע חברה צו לעזן דעם אבעי'
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

אנדערטהאלבען האט געשטאמט פונעם מיטלדייטשישן ווארט anderhalb וואס איז באטייט "צוויי האלבן" ד.ה. 2-1/2. אין אלטע מינים דייטשיש האט "אנדער" באטייט דעם נומער צוויי.

דעריבער האט דער באטייט "פון דער צווייטער זייט" מעגליך געשטאמט פון אן אויסטייטש "אויף דעם צווייטן האלב" אדער עפעס אזוינס.
לעצט פארראכטן דורך ארגאן אום פרייטאג מאי 08, 2020 12:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

עס איז א ווארט וואס שטאמט און ווערט נאך היינט באנוצט אין די דויטשע שפראך, Anderthalb.

עס באלאנגט צו די זעלבע משפחה ווי ״פערטל״, ״דריטל״, ״גאנצע״, און דערנאך איז דא ״אנדערטהאלב״. דאס הייסט א גאנצע + א האלבע פון די אנדערע (צווייטע).
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הו הא! אז מ'ווארט מוז איך פרובירן...

כ'וועל מיך מודה זיין אז כ'האב אויך נישט געוואוסט ביז יעצט. כ'האב שוין פונלאנג געוואלט נאכקוקן, אבער נאכנישט אנגעקומען. האב איך יעצט נאכגעקוקט, און דאס האב איך געטראפן:

"אנדערטהאלב" איז א דייטשע ווארט, און שטאמט פון אן אלטן נומערן סיסטעם. דער ארגינעלער מיין פון "אנדער" איז "צווייטער", נאר ס'האט מיט די יארן אנגענומען אן עטוואס אנדערן באדייט. "אנדערטהאלב" מיינט בוכשטעבליך "דאס צווייטע אין האלב", ד"ה אז דאס ערשטע איז א גאנצע און דאס צווייטע איז בלויז א האלבע = איינס אין א האלב.

אין יענעם נומערן סיסטעם האט מען אויך געקענט זאגן דריטהאלב (צוויי און א האלב), פערטהאלב (דריי און א האלב), אא"וו.

דער ט' קומט טאקע נישט במקורו, אבער ס'איז שפעטער צוגעקומען. למעשה שרייבט מען עס מיט א ט', אויך אין דייטש.

(ביז כ'האב געדריקט "שיק", האבן זיך שוין צוויי אנדערע אריינגעכאפט. כ'האף אז כ'בין נאך עפעס מחדש.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ארגאן האט געשריבן:אנדערטהאלבען האט געשטאמט פונעם מיטלדייטשישן ווארט anderhalben וואס איז באטייט "צוויי האלבן" ד.ה. 2-1/2. אין אלטע מינים דייטשיש האט "אנדער" באטייט דעם נומער צוויי.

דעריבער האט דער באטייט "פון דער צווייטער זייט" מעגליך געשטאמט פון אן אויסטייטש "אויף דעם צווייטן האלב" אדער עפעס אזוינס.

וואס דו זאגט אז אנדער מיינט האלב
גוט צוצוכייענען אז אין ארץ ישראל ווען מוויל זאגן נעקסטע וואך זאגט מען די אנדער וואך (און לעצטע וואך זאגט מען ״יענע וואך״)
יתכן אז דאס קלאפט אויס פון זעלבן שורש אז אנדער מיינט די נעקסטע

סא אנדער-האלב מיינט א האלבע אין צוויי
א האלבע אריין אינעם צווייטן וואס דאס קומט אויז 1 פלאס א האלב
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג מאי 08, 2020 12:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זעה איך יעצט אז נאכן זאגן מסברא זאגט דאס גרשון מקרא

נאר אינטערסאנט אז דו שרייבסט
גרשון האט געשריבן: דער ארגינעלער מיין פון "אנדער" איז "צווייטער", נאר ס'האט מיט די יארן אנגענומען אן עטוואס אנדערן (=צווייטן) באדייט.

אויב אזוי וואס איז די ארגינעלע ווארט אין אידיש פאר ״אחר״?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איינס האט געשריבן:זעה איך יעצט אז נאכן זאגן מסברא זאגט דאס גרשון מקרא

אריגינעל האב איך געמיינט אין דייטש; אין אידיש איז עס מסתמא שוין לכתחילה געבוירן מיט דעם באדייט, מעגליך אויך דאס ענגלישע other. וועלכע ווארט מ'האט געניצט פארדעם אין דייטש ווייס איך נישט, אפשר האט נישט עקזיסטירט קיין ווארט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אין ענגליש האבן מיר דאך other און another
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

גרשון האט געשריבן:

עס איז זייער שווער צו גלייבן אז דאס ווארט "אנדערע" איז אין דייטש נישט אריגינעל געווען דאס היינטיגן באדייט און עס האט גאר געמיינט "צווייטע".

איך גלייב אז "אנדערע" האט געמיינט "אנדערע", און עס איז 'אויך' באנוצט געווארן אלס סינאנים אדער שם המושאל פאר "צווייטע".
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איינס האט געשריבן:אין ענגליש האבן מיר דאך other און another

ריכטיג, ס'קען אבער זיין אז ביידע שטאמען פונעם זעלבן שורש. כ'זאג דאס מסברא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמחת עולם האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:זעה איך יעצט אז נאכן זאגן מסברא זאגט דאס גרשון מקרא

נאר אינטערסאנט אז דו שרייבסט
גרשון האט געשריבן: דער ארגינעלער מיין פון "אנדער" איז "צווייטער", נאר ס'האט מיט די יארן אנגענומען אן עטוואס אנדערן (=צווייטן) באדייט.

אויב אזוי וואס איז די ארגינעלע ווארט אין אידיש פאר ״אחר״?

אריגינעל האב איך געמיינט אין דייטש; אין אידיש איז עס מסתמא שוין לכתחילה געבוירן מיט דעם באדייט, מעגליך אויך דאס ענגלישע other. וועלכע ווארט מ'האט געניצט פארדעם אין דייטש ווייס איך נישט, אפשר האט נישט עקזיסטירט קיין ווארט.

עס איז זייער שווער צו גלייבן אז דאס ווארט "אנדערע" איז אין דייטש נישט אריגינעל געווען דאס היינטיגן באדייט און עס האט גאר געמיינט "צווייטע".

איך גלייב אז "אנדערע" האט געמיינט "אנדערע", און עס איז 'אויך' באנוצט געווארן אלס סינאנים אדער שם המושאל פאר "צווייטע".

מקען נישט זאגן מסברא: אז סקען נישט זיין, ביותר אויב זאגט ער אז ער ווייסט אז סאיז אזוי

בכלל איז אנדער כמעט אייביג זייער נאנט צו צווייטע
א אנדער (=צווייטע) סברא קען זיין אז...
דו האסט דאס געטוען? ניין א אנדער (צווייטער) מענטש...
שוין דערמאנט אז ארץישראל ניצט מען נאך היינט א אנדער וואך פאר נעקסטע וואך, וואס דאס איז די צווייטע פון די וואך יעצט וואס איז די ערשטע
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שמחת עולם האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:זעה איך יעצט אז נאכן זאגן מסברא זאגט דאס גרשון מקרא

נאר אינטערסאנט אז דו שרייבסט
גרשון האט געשריבן: דער ארגינעלער מיין פון "אנדער" איז "צווייטער", נאר ס'האט מיט די יארן אנגענומען אן עטוואס אנדערן (=צווייטן) באדייט.

אויב אזוי וואס איז די ארגינעלע ווארט אין אידיש פאר ״אחר״?

אריגינעל האב איך געמיינט אין דייטש; אין אידיש איז עס מסתמא שוין לכתחילה געבוירן מיט דעם באדייט, מעגליך אויך דאס ענגלישע other. וועלכע ווארט מ'האט געניצט פארדעם אין דייטש ווייס איך נישט, אפשר האט נישט עקזיסטירט קיין ווארט.

עס איז זייער שווער צו גלייבן אז דאס ווארט "אנדערע" איז אין דייטש נישט אריגינעל געווען דאס היינטיגן באדייט און עס האט גאר געמיינט "צווייטע".

איך גלייב אז "אנדערע" האט געמיינט "אנדערע", און עס איז 'אויך' באנוצט געווארן אלס סינאנים אדער שם המושאל פאר "צווייטע".

זייער שווער צו גלייבן? פארוואס? דו האסט אן אנונג וויפיל ווערטער האבן געטוישט זייער באדייט במשך די יארן?

כ'בין נישט קיין עטעמאלאג, כ'האב נאר נאכגעשריבן פון אנדערע וואס זענען יא. ס'איז מעגליך טאקע אז ס'האט געהאט ביידע באדייטן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

איינס האט געשריבן:
שמחת עולם האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:זעה איך יעצט אז נאכן זאגן מסברא זאגט דאס גרשון מקרא

נאר אינטערסאנט אז דו שרייבסט
גרשון האט געשריבן: דער ארגינעלער מיין פון "אנדער" איז "צווייטער", נאר ס'האט מיט די יארן אנגענומען אן עטוואס אנדערן (=צווייטן) באדייט.

אויב אזוי וואס איז די ארגינעלע ווארט אין אידיש פאר ״אחר״?

אריגינעל האב איך געמיינט אין דייטש; אין אידיש איז עס מסתמא שוין לכתחילה געבוירן מיט דעם באדייט, מעגליך אויך דאס ענגלישע other. וועלכע ווארט מ'האט געניצט פארדעם אין דייטש ווייס איך נישט, אפשר האט נישט עקזיסטירט קיין ווארט.

עס איז זייער שווער צו גלייבן אז דאס ווארט "אנדערע" איז אין דייטש נישט אריגינעל געווען דאס היינטיגן באדייט און עס האט גאר געמיינט "צווייטע".

איך גלייב אז "אנדערע" האט געמיינט "אנדערע", און עס איז 'אויך' באנוצט געווארן אלס סינאנים אדער שם המושאל פאר "צווייטע".

מקען נישט זאגן מסברא: אז סקען נישט זיין, ביותר אויב זאגט ער אז ער ווייסט אז סאיז אזוי

בכלל איז אנדער כמעט אייביג זייער נאנט צו צווייטע
א אנדער (=צווייטע) סברא קען זיין אז...
דו האסט דאס געטוען? ניין א אנדער (צווייטער) מענטש...
שוין דערמאנט אז ארץישראל ניצט מען נאך היינט א אנדער וואך פאר נעקסטע וואך, וואס דאס איז די צווייטע פון די וואך יעצט וואס איז די ערשטע

גערעכט אז מען קען נישט זאגן אין שפראך קיינע סברות, אבער וויבאלד איך נוץ עס [דייטש] אויף א טעגליכן פארנעם סיי ווערבאל און סיי אין שריפט, און איך ליין אויך די אלטע דייטשע שריפט, און דאס ווארט אנדערע איז צו שטארק אריינגעגעסן אינעם שפראך אויף זיין היינטיגן פארם אויך אין עלטערע שריפטן. אנדערש ווי געוויסע אנדערע ווערטער פונעם היינטיגן שפראך, וואס איז נישט בנמצא אין אמאליגע שריפטן אין זיין היינטיגן באדייט. אבער אין הכי נמי, איך זאג מסברא און עס מוז נישט זיין אזוי.

(איך זעה אויך אסאך מאל די נפ״מ פון ווערטער וואס ווערט באנוצט אין דויטשלאנד אבער נישט אין עסטרייך, אדער אפילו אין זאלצבורג אבער נישט אין בורגענלאנד... וואס פון דעם קען מען אסאך מאל אפלערנען היסטאריע פון געוויסע ווערטער.)

אויך זענט איר גערעכט אז רוב מאל מיינט עס אויך צווייטע (אדער קען מען נוצן דאס ווארט צווייטע אנשטאט דעם), אבער למשל ווען איך שרייב ״ער האט אויך געטיילט פאר די אנדערע קינדער״ אדער ״די ערשטע צוויי פלענער זענען שוואך, מען וועט מוזן זוכן א אנדערע פלאן״, קומט נישט אריין צווייטע.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

גרשון האט געשריבן:
שמחת עולם האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:זעה איך יעצט אז נאכן זאגן מסברא זאגט דאס גרשון מקרא

נאר אינטערסאנט אז דו שרייבסט
גרשון האט געשריבן: דער ארגינעלער מיין פון "אנדער" איז "צווייטער", נאר ס'האט מיט די יארן אנגענומען אן עטוואס אנדערן (=צווייטן) באדייט.

אויב אזוי וואס איז די ארגינעלע ווארט אין אידיש פאר ״אחר״?

אריגינעל האב איך געמיינט אין דייטש; אין אידיש איז עס מסתמא שוין לכתחילה געבוירן מיט דעם באדייט, מעגליך אויך דאס ענגלישע other. וועלכע ווארט מ'האט געניצט פארדעם אין דייטש ווייס איך נישט, אפשר האט נישט עקזיסטירט קיין ווארט.

עס איז זייער שווער צו גלייבן אז דאס ווארט "אנדערע" איז אין דייטש נישט אריגינעל געווען דאס היינטיגן באדייט און עס האט גאר געמיינט "צווייטע".

איך גלייב אז "אנדערע" האט געמיינט "אנדערע", און עס איז 'אויך' באנוצט געווארן אלס סינאנים אדער שם המושאל פאר "צווייטע".

זייער שווער צו גלייבן? פארוואס? דו האסט אן אנונג וויפיל ווערטער האבן געטוישט זייער באדייט במשך די יארן?

כ'בין נישט קיין עטעמאלאג, כ'האב נאר נאכגעשריבן פון אנדערע וואס זענען יא. ס'איז מעגליך טאקע אז ס'האט געהאט ביידע באדייטן.

איך רעד בעיקר פון די חלק וואס איר קלערט אפשר אז ״אנדערע״ האט אמאל נישט געמיינט אנדערע...

איך האב יעצט אפירגעזוכט שנעל (שוין באלד די זמן) א שטיקל פון א דאקומענט פון יארע 1542 ווי דאס ווארט אנדערע ווערט באנוצט אינעם היינטיגן פארם... (אפשר נאך שבת ערקלערן די טעקסט ווי ווייט מעגליך, עס קומט פון א לענגערע דאקומענט)
1542.png
1542.png (659.37 KiB) געזען 1684 מאל
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

אויף וויפיל ס'איז ווערט, אט זענען די שייכדיקע זייטן פון דעם "גרויסער ווערטערבוך פון דער יידישער שפראך":

אנדענקען-אנדער
אנדער--אנדערווייזיק
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנדערטהאלבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

@שמחת עולם, כ'האב נישט געוואוסט אז מיר האבן דא עמיצן וואס שפריכט דויטש - ס'קען צוניץ קומען.

מיר ווארטן צו הערן נאך שבת. מסתמא וואוינסטו איבער'ן ים, אין אמעריקע זיצט נאך די זון אינמיטן הימל.

אז דו קענסט יא, קענסטו ליינען דעם וויקיפידיע בלאט, איך האב געדארפט דערצו גוגל טרענסלעיט.

נאך איין זאך, דאס ווארט אין אידיש איז מיט אן ן' צום סוף, אנדערש ווי אין דייטש. ס'טוישט זיך נישט לויט'ן מין און לויט'ן פארעם פון שפראך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”