וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
פאר'מוח'ט האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע אויסלייג פאר דאס ווארט museum מיוזיעם? מוזיעם? מיוזאם? אדער גאר איז פארהאן א אידישע ווארט אויף דעם?

מוזעאום.
אויב ס'איז דא א אידיש ווארט דערפאר, אדרבה, לאמיר הערן.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

אויב קומט דאס פון ענגליש פארוואס שטעלסטו נישט אריין דעם U
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
פאר'מוח'ט האט געשריבן:

ווייל געווענליך ווען מ'שרייבט ענגלישע ווערטער אין אידיש, נוצט מען די ארגינעלע אידישע ווארט וויאזוי די ענגלישע ווארט איז געשריבן.
ארויסלאזן די U איז די זעלבע זאך ווי שרייבן "זע" אפילו מ'זאגט "זי." אז מ'העט געווען גענוצט די U וואלט מען געשריבן "מיוזיום"...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

וואס אין די וועלט האט museum מיט ענגליש??? ענגליש נוצט אויך די זעלבע ווארט.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע אויסלייג פאר דאס ווארט museum מיוזיעם? מוזיעם? מיוזאם? אדער גאר איז פארהאן א אידישע ווארט אויף דעם?

היות א מוזעאום איז א פלאץ וואס פארמאגט טייערע חפצים און מוז זיין שטרענג באוואכט, פלעג איך עס אנרופען בדרך הלצה "לסטים מזויין".

אין אידיש רופט מען עס "מוזעאום" (כזה מו-זעה-אום) ווי מזל מידיע האט געזאגט. זעהט נישט אויס צו זיין א אידיש ווארט דערויף.

א מוזעאום איז רעלאטיוולי א נייע זאך. ס'יא געווען לייברערי'ס פון ווערטפולע ספרים וכתבי יד; האט מען זיי אנגערופען א ביבליטעיק, וואס קומט פון "ביבל", אבער האט שוין אריין גערעכענט אין זיך אלע ספרים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דוכט זיך אז אין דויטש זאגט מען דאס ווארט גענוי ווי אין אידיש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אין אידיש זאגט מען מוזעאום, ס'קלינגט גאנץ ענליך צום מוזעיעם אין נעדערלאנדס.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וויאזוי זאגט מען formidable אין אידיש?

דא
viewtopic.php?p=1863001#p1863001
האביך עס איבערגעזעצט אלס "ארויף געקוקטע בעל יכולת",

און דאס איז מיוסד אויף גוגל דיקשענערי. אבער מען דארף עס לכאורה קענען זאגען אין איין ווארט אין קאנטעקסט.
-----------
for·mi·da·ble
/ˈfôrmədəb(ə)l,fərˈmidəb(ə)l/

adjective: formidable

inspiring fear or respect through being impressively large, powerful, intense, or capable
דאס הייסט
inspiring respect trough being impressively capable
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

SPUSMN האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען formidable אין אידיש?

אנטציקנדע
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען formidable אין אידיש?

אנטציקנדע

גוט!

איך בין אנציקט פון דיר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יעצט, איז "אויסטערלישע" די ריכטיגע איבערזעצונג פאר remarkable?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
SPUSMN האט געשריבן:יעצט, איז "אויסטערלישע" די ריכטיגע איבערזעצונג פאר remarkable?

נישט דוקא ווארט ב'ווארט, אבער געוואנדן אין קאנטעקסט קען עס ארבייטן.

אגב, FORMIDABLE איז בכלל נישט "אנטציקנד."

א מער ריכטיגע איבערטייטש איז "מעכטיג." יא, די ווארט וואס ווערט נעבעך אזוי איבערגענוצט, איז באמת די ריכטיגע איבערטיישט, נאך מיט א באנוס, אז "פארמידעבל" האט אויך א שמעק פון "אונטערגעשאצט," ד"ה, אז FORMIDABLE מיינט "אסאך מער מעכטיג ווי ערווארטעט," דהיינו, זאלסט אים נישט אונטערשאצן ווייל ער קען נאך אפרוימען ס'טישל מיט דיר. קוק אויף "טיסארעס" אויף דעם ווארט.
לעצט פארראכטן דורך מזל מידיע אום מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

SPUSMN האט געשריבן:יעצט, איז "אויסטערלישע" די ריכטיגע איבערזעצונג פאר remarkable?

לאו דוקא. remarkable איז ענדערש 'מערקווירדיג'.

--------

מעכטיג איז טאקע א בעסערע אויסדרוק ווען מ'וויל נוצן formidable, אבער דער ריכטיגער אפטייטש איז לכאורה ענדערש אנטציקנדע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

איז דא אן אפיציעלע ווארט אויף דעם אין אידיש?
The Apnines - הרי האפּנינים
(די בערג אין איטאליע)
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:איז דא אן אפיציעלע ווארט אויף דעם אין אידיש?
The Apnines - הרי האפּנינים
(די בערג אין איטאליע)

די איטאליענישע בערג
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

אילו זכינו האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:איז דא אן אפיציעלע ווארט אויף דעם אין אידיש?
The Apnines - הרי האפּנינים
(די בערג אין איטאליע)

די איטאליענישע בערג

דאס איז נישט דער ווארט, דאס איז דער אפטייטש, די שאלה איז נאר צו ס'איז דא עפעס א נאמען אזוי ווי די אלפען בערג.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

וואסי שלעכט מיט "אלפען בערג"?
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

חלב ישראל האט געשריבן:וואסי שלעכט מיט "אלפען בערג"?

אלפען טייטש 'בערג' אבער ס'טוט נישט אצייכענן א ספיציפישע ארט, דאקעגן 'אפנינים' איז די אפיציעלע נאמען פון די בערג אין איטאליע.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אין געוויסע אלטע ביכער שטייט טאקע סתם "אלפען", אדער "די בערג אין אלפען", איך געדעקנט אויך אז אמאל פלעגט זיין עפעס א בוך "צווישן די וועלדער אין די אלפן בערג".

https://books.google.com/books?id=tCojA ... 92&f=false
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

4 יעריגער בעריל
איין טאפ מער איז טעפ
איין בארג מער איז בערג א קליינע הר סיני
איין פענסטער מער איז ווינדאס
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

איז דא נאך א ווארט פאר 'העלפן' אין אידיש?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

שטיצן?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אילו זכינו האט געשריבן:איז דא נאך א ווארט פאר 'העלפן' אין אידיש?

שטיצן, אויפרעכטן, דערלייכטערן...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכטונג אכטונג »

לאזונג ''סיסמא'' איז דאס לשה''ק אדער עיברית
אויב עיברית ווי אזוי זאגט מען אין לשה''ק
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

פעסווארד אין לשה"ק?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”