דער פרעפיקס גע- איז א דייטשמעריזם וואס איז פארשפרייט היינט סיי ביי פרומעלייט סיי ביי יידישיסטן. פון דער אנדערער זייט, איז דא דער אלטער פארעם גי- (גימאכט, גיווען, אא"וו) וואס ער געפינט זיך אפילו איצט.
איך האב אנגעטראפן דעם סופיקס -ין (אנשטאט -ען אדער -ן) אין עטלעכע ביכער אין ווערטער ווי "געבין", "געווארין" און אזוי, כאטש איך ווייס נישט פון וואנען קומען אזא אויסלייג.
אַ צי אַן?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
Re: אַ צי אַן?
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
Re: אַ צי אַן?
מאָזעס האט געשריבן:די כלל עקזיסטירט אויך אין ענגליש. אן אינטרעסאנטע אפיזאד לגבי דעם זאגט מיין ענגליש לערער הער הלל וואַקס אן אמריקאנער תל־אביב'ער איד, אז עס האט זיך אנטוויקלט פון דעם אז עס איז שווער פאר מענטשן ארויס צו זאגן אן אל"ף פאר א וואקאל, "א עפל" זאגט ער איז שווער ארויס צו זאגן, און "אן עפל" איז גרינגער ארויס צו זאגן, און עס זאגט זיך ווי איין ווארט. אזוי איז געווארן במשך די צייט אז מענטשן האבן אזוי אנגעהויבן צו רעדן אפציעל.
דער אמת איז אָבער פּונקט פאַרקערט. דער אָריגינאַלער וואָרט איז „איין” (ווי מ'זאָגט עד היום אויף דײַטש), און דער נו״ן איז אַרויסגעפאַלן אין אַלע פאַלן אַחוץ פון פאַר אַ וואָקאַל.
Re:
לכאורה האט געשריבן:אודאי רעדט מען נישט היינט אזוי, ווייל פון "אן עבירה" איז געווארן "א נעוויירע"... עס איז געווארן א טייל פונעם דיאלעקט און מען כאפט שוין נישט אז דאס איז "אן עבירה".
ס'דא די באקאנטע אויסדרוק פון מיכאל שניצלער
אנעפל קוגל אנאווענייט קוגל
Re: Re:
האלצשטיין האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:אודאי רעדט מען נישט היינט אזוי, ווייל פון "אן עבירה" איז געווארן "א נעוויירע"... עס איז געווארן א טייל פונעם דיאלעקט און מען כאפט שוין נישט אז דאס איז "אן עבירה".
ס'דא די באקאנטע אויסדרוק פון מיכאל שניצלער
אנעפל קוגל אנאווענייט קוגל
עס איז דא גאר אסאך ווערטער וואס קענען זיך הערן אזוי, בפרט ווען מ׳הערט עלטערע אידן רעדן (וואס בדרך כלל, איז עס מער אין אנקלאנג מיט די כללים).
א-נעפאלע, א-נעם הארץ, א-נאייניקל, און נאך אסאך ווערטער וואס הייבן זיך אן מיט א-נאלף..
Re: אַ צי אַן?
מאָזעס האט געשריבן:אין אלע ביכער, צייטונגען, זשארנאלן אד"ג (כמעט) בלי יוצא מן הכלל, איז מען מקפיד אויף די כלל, אל אף אז דער שרייבער "מנחם מענדל" שרייבט אייביג נאר א אל"ף פאר א וואקאל.
מאָזעס האט געשריבן:אין אלטע חומשים ווי למשל "בית דוד" וואס איז געדרוקט געווארן הונדערט יאר צוריק און מן הסתם דער ספר אליינס איז שוין געשריבן געווארן און געדרוקט געווארן נאך פריער אויך, וויל זיין אויסלייג איז זייער פארצייטיש. קען מען זעהן אז אימער שטייט אן אל"ף אפילו פאר א ווארט וואס פאנגט זיך מיט א וואקאל.
סתם אינטערעסאנט...
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: אַ צי אַן?
מאָזעס האט געשריבן:אין אלע ביכער, צייטונגען, זשארנאלן אד"ג (כמעט) בלי יוצא מן הכלל, איז מען מקפיד אויף די כלל, על אף אז דער שרייבער "מנחם מענדל" שרייבט אייביג נאר א אל"ף פאר א וואקאל.
בדרך צחות יש ליישב, אז היות מנחם מענדל איז א ירושלימ'ער איד, ממילא קלינגט ביי אים עפל ווי "העפל", און אסיפה ווי "האסיפה", וועגן דעם שרייבט ער "א" און נישט "אן", דקיימא לן אז פאר אות ה' קומט נישט "אן".
Re: אַ צי אַן?
חוח בין השושנים האט געשריבן:מאָזעס האט געשריבן:אין אלע ביכער, צייטונגען, זשארנאלן אד"ג (כמעט) בלי יוצא מן הכלל, איז מען מקפיד אויף די כלל, על אף אז דער שרייבער "מנחם מענדל" שרייבט אייביג נאר א אל"ף פאר א וואקאל.
בדרך צחות יש ליישב, אז היות מנחם מענדל איז א ירושלימ'ער איד, ממילא קלינגט ביי אים עפל ווי "העפל", און אסיפה ווי "האסיפה", וועגן דעם שרייבט ער "א" און נישט "אן", דקיימא לן אז פאר אות ה' קומט נישט "אן".
שוין גארנישט קיין צחות. די ארץ ישראל'דיגע שרייבן געווענליך אן פאר א ווארט וואס פאנגט זיך אן מיט א ה'. מעגליך ווייל די סארט טעותים גייען אפט אהין און צוריק.
(איך בעט איבער די ארץ ישראל'דיגע אייוועלט ליינער; איך מיין חלילה נישט צו זיין אפענסיוו. די אמעריקאנער האבן זיך זייערע טעותים ביים שרייבן.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?