בלאט 1 פון 1

געוויס, באשטימט און Certain

געשריבן: דאנערשטאג יוני 14, 2007 4:59 pm
דורך מיללער
לעצטענס שרייבנדיג אן ענגלישען זאץ מיט'ן אויסדריק' Certain' מיינענדיג 'געוויסע' בין איך נישט געווען זיכער מיט'ן אויסלייג, איי ספעל-טשעק? ס'איז דאך אבער פארהאנען א ווארט 'Certain' מיט'ן באדייט 'זיכער', נא מאן יימר אז ספעל-טשעק ווייסט וועלכע איך זיך, ער איז עפעס א יודע מחשבות אדער א בוחן כליות.

פלוצים, אזוי טראכטנדיג פאלט מיר איין, ביידע ווערטער פארטייטשט מען דאך אויף אידיש אייניג 'געוויס' זשינקס! די מחשבה פירט מיך ווייטער ביז איך בין שוין זיכער מיט מיין חשד אז שניהם לדבר אחד נתכוונו ווייל בא הכתוב השלישי 'באשטימט' ויכריע.

נאו הער ווי גאו:

-ס'איז פארהאנען געוויסע מענטשן וואס רעדן ספאניש
-ס'איז פארהאנען באשטימטע מענטשן וואס רעדן ספאניש
There are Certain people that speak Spanish

מיט די אנדערע באדייט:

-די רעדסט ספאניש? געוויס!
-די רעדסט ספאניש? באשטימט!
Do you speak Spanish? Certainly!

יעצט צום שאלה לכל באי שער הקרעטשמע ועוברי חדר ה'שפראך' שומעי לקח ולומדי השיעורים תמידין כסדרן, דוברי דבר וסופרי ספר, לבלרין ותלמידיהן בכל לשן לחישותא.

וואספארא שייכות קענט איר טרעפן אין די צוויי באדייטן?

לכאורה שטעלט זיך ארויס אז צו נוצן דעם אויסדריק "געוויסע" ווען מ'צילט נישט דירעקט צו א "באשטימטע" גרופע, איז נישט אויסגעהאלטן, פילייכט דארף מען דענסמאל זאגן/שרייבן "א צאל" (אדער אפאר) אזויווי אויף ענגליש די ווארט "Some"

בין איך גערעכט?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 14, 2007 5:02 pm
דורך מאשקע
דאס איז א זאך וואס איך האב שוין אמאל געשריבן אין אן אנדערן אשכול. איך דארף עס אויפזוכן.
איך האב בשעתו געהאלטן אז די צוויי ווערטער האבן קלאר א שייכות.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 14, 2007 5:04 pm
דורך מאשקע

געשריבן: דאנערשטאג יוני 14, 2007 5:08 pm
דורך זארעכפעפער
איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין פראגע. פארוואס ווען ס'האנדלט זיך איבער דער ענגלישער שפראך ביסטו צופרידן ווען דאס ווארט "סערטין" האט צוויי באדייטן, משא"כ ווען עס האנדלט זיך איבער דער אידישער שפראך ביסטו אויסן צו זאגן אז דאס ווארט "געוויסע" איז פילייכט א טעות?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 14, 2007 5:20 pm
דורך מיללער
מאשקע קדמני, איך הייב אויף די היטל פאר דיר! give credit where credit is due!

זארעך, הוא הדבר אשר דברנו, פון דעם רעדט מען דאך, אז ס'נישט צוויי באדייטן נאר היינו הך, די ווארט סערטין איז נאר געווען די בריק וואס האט אונז אהינגעפירט.

דער טעות ביי 'געוויסע' איז ווען מ'נוצט עס ווען ס'נישט 'געוויס' אזויווי מ'זאל שרייבן 'באשטימטע' ווען ס'נישט אזוי 'באשטימט' , קאפי?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 5:05 pm
דורך מיללער
אן ענליכע ווארט צו די געוויס,באשטימט סעריע איז מיר היינט אויפגעקומען אויפן געדאנק.

Like , גלייך.

ביידע ווערטער ווערן גענוצט אויף צויי באזונדערע פעלער מיט די זעלבע קאונטער-ווארט אינעם אנדערען שפראך:

- איך גלייך צו הערן שיינע מוזיק
- I like listening to nice music

אדער:

- די ניגון איז גלייך צו ר' יו"ט עהרליך'ס שטיקלעך
- The music sounds like R' Yom Tov Ehrlich's works.

וואס האבן די צויי גלייכס/Likes אין קאממאן?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 5:26 pm
דורך מאשקע
האסט מיך געכאפט מיט א גוטס. כ'פארשטיי אויך נישט דעם שייכות.

ווער ס'ווייסט זאל זיך אנרופן ווי שנעלער. אין שמחה כהתרת הספיקות.