לשון הקודש דקדוק
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
-
- שר העשר
- תגובות: 12
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 4:44 pm
א גרויסן שכח פארן קלאר מאכען,
אבער ר' מעטאד, עס איז נישט ממש טעותי, ווי איך פארשטיי,
ווייל ער ברענגט דאך אז די גר''א האט דוקא יא אזוי געלערנט, און ער ברענגט טעמים דערצו.
נראה כי הגר"א ז"ל הי' מחזק דוקא הגרסא במשניות שמועות רעות ולא בשורות רעות כגרסת הש"ס, והי' מדייק עוד לתת טעם מספיק להחזיק בגרסא זו.
זאת ועוד, אז אין נ''ך איז טאקע קלאר יא די סדר אז בשורה גייט נאר אויף טובה, ווי ער ברענגט, כי בתנך יבוא לרעות שמועות.

פון אן אנדער ארט:
מיללער האט געשריבן:א גוטן,
איך האב אלעמאל געוואוסט אז בלה"ק איז הוא מיט א ו' א לשון זכר און היא מיט א י' א לשון נקיבה, און איך האב נישט מדייק געווען אין חומש אז דאס איז נישט דער כלל.
לערנענדיג מס' יבמות דף נה. ברענגט די גמרא די פסוקים פון עריות אין פרשת אחרי קדושים, און ביי "ערות אחיך היא" דרש'נט די גמרא בהווייתה תהא (אז די איסור אשת אח מן האם בלייבט אפי' לאחר מיתת בעלה).
קוק איך אין די זייט ביי עוז והדר און איך זעה ער איז מעתיק דעם פסוק (ויקרא יח טז) 'ערות אחיך הוא' מיט א ו', שטיי איך שוין מיט מיין פעדער אין די האנט מיט א רצון אנצופירקלען די גמ' און אויסלאזן מיין צארן אויף ר' יהושע לייפער וממלכתו פארן נישט מעתיק זיין הכתוב כצורתו.
איך האב דאך געגעבן א שאנס פארן ממלכת און געעפנט א חומש, צו מיין וואונדער זענען די חברה כשר גערעכט, עס שטייט הוא מיט א ו', און נישט נאר דארט נאר "אמך הוא" "דדתך הוא" "נדה הוא" און אזוי ווייטער איבעראל, ואני משתאה וואס גייט דא פאר? אזא בעיסיק זאך און איך באנערק הערשט היצט.
און גארנישט, נישט רש"י, נישט דער אבן עזרא, נישט די אנדערע מפרשים, קיין ווארט נישט, יעדער איז העכסט צופרידן, און איך שטיי ווי א ליימענער גולם, נישט וואוסענדיג פשט.
תלי"ת פארן צושטעלן דעם 'גוגל הדור' און נאך עטליכע זוכענישען אהער און אהין קום איך אן צו די פורמים פון אוצר החכמה, ווי איינער פרעגט די קשיא ביי "זאת תורת העולה, הוא העולה" פארוואס שטייט דער הוא מיט א ו' בלשון זכר.
קומט א טייערער איד און ענטפערט געדולדיג, מיין טייערער פריינט די לעבסט אין א טעות, נישט דער ו' אדער דער י' מאכט דעם הוא/היא פאר א זכר/נקיבה, נאר די נקודה, א מלאופו"ם איז א לשון זכר (Hu) און א חיר"ק איז א לשון נקיבה (He), דוק ותשכח אז ביי די אלע פלעצער שטייט טאקע הוא מיט א ו' אבער די נקודה איז א חיר"ק.
און אלס ראי' ברענגט ער די ברייתא במס' סופרים פרק ו' הלכה ד' וז"ל הברייתא: א"ר שמעון בן לקיש, ג' ספרים נמצאו בעזרה וכו' באחד כתוב אחד עשר הוא ובשנים מצאו כתוב אחד עשר היא, וקיימו שנים ובטלו אחד.
זאגט דער נחלת יעקב אויפן פלאץ: דאיתא באדר"ן אחד עשר היא כתיב בתורה, ר"ל בכל התורה כתיב הוא בו' אף אי קאי על ל' נקיבה אלא דלנקיבה קרינן הוא בחיר"ק כאלו כתיב היא ולזכר קרינן במלאפו"ם, אבל בי"א מקומות בתורה כתיב היא ביו"ד. וכל הי"א מקומות מפורשים שם באבות דרבי נתן. עכ"ל
פארוואס זאג איך עס ענק? קודם ווייל אפשר נאך איינער האט דעם כלל נישט געוואוסט, והשנית אז מ'קען דעם 'גוגל הדור' נוצן אויף גוטע צוועקן אויך.
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
אין די ליטא זאגט מען טאקע אן אנדערע הברה אויף זכר און אנדערע אויף נקבה, אבער כ'מיין אז ס'איז פונקט פארקערט ווי די האסט געשריבן
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
נאופ, הצדק עם רב מיללער. מיין שאלה איז אייביג געווען, וואו איז באשאפן געווארן דעם היא?
אין עברית זענען זיי מדייק צווישן זאגן הוא אדער היא ביי זכר און נקיבה ווי להבדיל אין די תורה? דארף זיי א שטארק מערקבארע חילוק אין הברה אויב יא, און אויך דארף מען קענען גוט שפראך, אויף צו וואוסען ווען עס קומט א זכר און ווען א נקבה.

אוכל מיט א צירי אדער מיט א פתח
ווייסט איינער דעם כלל?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
מיט א צירי איז א הוה: "אני אׂוכֵל" - איך עס. מיט א פת"ח איז א לשון עתיד איך וועל עסען. און די שם דבר פון עסן שרייבט מיט א סגו"ל, "מכל הָאֹכֶל אשר יאכל"
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
נו וודאי אזוי, אבער ס'היינו הך אזוי ווי די האסט אנגעמערקט זכר איז מיט א מלאופם און נקבה מיט א חיריק.
ג'דענק מיר נאך אמאל געלערנט די סוגיא אין קידושין "אמר הוא ואמרה היא" נתן הוא ואמרה היא" וכו' מיט איינעם פון די ליטווישע ישיבות, האמיר זיך דאן דערלערנעט די חילוק.
ג'דענק מיר נאך אמאל געלערנט די סוגיא אין קידושין "אמר הוא ואמרה היא" נתן הוא ואמרה היא" וכו' מיט איינעם פון די ליטווישע ישיבות, האמיר זיך דאן דערלערנעט די חילוק.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיללער האט געשריבן:
איך האב אלעמאל געוואוסט אז בלה"ק איז הוא מיט א ו' א לשון זכר און היא מיט א י' א לשון נקיבה, און איך האב נישט מדייק געווען אין חומש אז דאס איז נישט דער כלל.
פשוט לכל באי שערי המסורה, "כל הוא באורייתא בוי"ו בר מן י"א" ס'איז ערגעץ א ירושלמי אין תענית כמדומני, והובא כמה פעמים במנחת שי.
עיין מסורת סיג לתורה להרמ"ה
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
נא_שכל האט געשריבן:מיט א צירי איז א הוה: "אני אׂוכֵל" - איך עס. מיט א פת"ח איז א לשון עתיד איך וועל עסען. און די שם דבר פון עסן שרייבט מיט א סגו"ל, "מכל הָאֹכֶל אשר יאכל"
שרייבזשע די חילוק ביי לשון צווי אדער עתיד.
לא תאכל מיט א פתח אדער צירי. וואס איז די חילוק?
יאכל גוים צריו איז מיט א פתח, ואיש כי יאכל קדש איז מיט א צירי (דוכט זיך) וכהנה רבות
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
דו רעדסט פון א אנדערע זאך אינגאנצן, דארט איז די צירי-סגול נישט קיין חילוק אין טייטש, ווענד זיך נאר צי דער טראפ איז א מפסיק אדער נישט.
ווען ס'איז נישט קיין מפסיק איז עס א פתח וואס איז תנועה קטנה, און ביי א מפסיק איז עס א צירי וואס איז א תנועה גדולה, דאס איז די חילוק פון את-את איבעראל.
ביי אוכל ודכוותי' ביי אומר למשל, איז די חילוק אין טייטש, אויב איז עס מיט א צירי מיינט עס יעצט, מיט א פתח מיינט עס לשון עתיד.
לשון צוי איז סגול אלף חולם כף.

נישט ריכטיג. שוין פרובירט די תירוץ. נעם א חומש בראשית און קוק דעם שמועס צווישן נחש מיט חוה וגו'. ואיש כי יאכל קדש איז נישט קיין נפסיק און איז א צירי.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
מילכיגער האט געשריבן:נישט ריכטיג. שוין פרובירט די תירוץ.
נישט ריכטיג.. תירוץ.. פאסט נישט פאר איינער וואס וויל עכט לערנער עפעס דאס איז קלאסישע סימנים פון אינו יודע ואינו רוצה לידע.
ביי א ויו ההיפך טוישט זיך עס צו א פתח ביי א מפסיק, און צו א סגול צו נישט מפסיק.
אלעס כמובן חוץ ווען די מסורה זאגט אנדערש
ואיש כי יאכל קודש שטייט מיט א צירי?
לעצט פארראכטן דורך דעוויס אום מאנטאג יולי 25, 2016 10:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יישר כח ר' דעוויס פארן פרובירן. דיין רעדן די שפראך מאכט מיר אבער זוכן מער געדולדיגע מלמדים...כָל-זָר, לֹא-יֹאכַל קֹדֶשׁ איז יא מיט א פתח. טעיתי. אבער שאלה במקומה עומדת דערווייל ביי מיר.
נאך איינער האט א תירוץ אויף מיין פשוט'ע שאלה? איך קאפי דא א שיינע פאר פסוקים ואם מעט ואוסיפה. איך זוך פשוט א כלל פאר ווען מ'נוצט א צירי און ווען א פתח
עַל-הָאָדָם לֵאמֹר: מִכֹּל עֵץ-הַגָּן, אָכֹל תֹּאכֵל. יז וּמֵעֵץ, הַדַּעַת טוֹב וָרָע--לֹא תֹאכַל, מִמֶּנּוּ
וַתֵּרֶא הָאִשָּׁה כִּי טוֹב הָעֵץ לְמַאֲכָל וְכִי תַאֲוָה-הוּא לָעֵינַיִם, וְנֶחְמָד הָעֵץ לְהַשְׂכִּיל, וַתִּקַּח מִפִּרְיוֹ, וַתֹּאכַל; וַתִּתֵּן גַּם-לְאִישָׁהּ עִמָּהּ, וַיֹּאכַל
וּבַת-כֹּהֵן כִּי תִהְיֶה אַלְמָנָה וּגְרוּשָׁה, וְזֶרַע אֵין לָהּ--וְשָׁבָה אֶל-בֵּית אָבִיהָ כִּנְעוּרֶיהָ, מִלֶּחֶם אָבִיהָ תֹּאכֵל; וְכָל-זָר, לֹא-יֹאכַל בּוֹ
נאך איינער האט א תירוץ אויף מיין פשוט'ע שאלה? איך קאפי דא א שיינע פאר פסוקים ואם מעט ואוסיפה. איך זוך פשוט א כלל פאר ווען מ'נוצט א צירי און ווען א פתח
עַל-הָאָדָם לֵאמֹר: מִכֹּל עֵץ-הַגָּן, אָכֹל תֹּאכֵל. יז וּמֵעֵץ, הַדַּעַת טוֹב וָרָע--לֹא תֹאכַל, מִמֶּנּוּ
וַתֵּרֶא הָאִשָּׁה כִּי טוֹב הָעֵץ לְמַאֲכָל וְכִי תַאֲוָה-הוּא לָעֵינַיִם, וְנֶחְמָד הָעֵץ לְהַשְׂכִּיל, וַתִּקַּח מִפִּרְיוֹ, וַתֹּאכַל; וַתִּתֵּן גַּם-לְאִישָׁהּ עִמָּהּ, וַיֹּאכַל
וּבַת-כֹּהֵן כִּי תִהְיֶה אַלְמָנָה וּגְרוּשָׁה, וְזֶרַע אֵין לָהּ--וְשָׁבָה אֶל-בֵּית אָבִיהָ כִּנְעוּרֶיהָ, מִלֶּחֶם אָבִיהָ תֹּאכֵל; וְכָל-זָר, לֹא-יֹאכַל בּוֹ
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אקעי, זייער גערן
אויב שטייט יאכל תאכל יאמר תאמר, דאן אויב איז עס נישט ביי א מפסיק וועט עס זיין א תנועה קטנה א פתח, אויב ביי א מפסיק וואס מיינט ביי א אתנחתא אדער סוף פסוק, דאן קומט עס מיט א גרויסע תנועה גדולה און א צירי.
אויב אבער איז דא א ויו המהפך, ווי למשל ויאכל ואוכל, דאן אויב איז עס ביי א מפסיק וועט זיין א פתח, אויב נישט א מפסיק א סגול
דאס איז די כללי הדקדוק ביי אזעלכע סארט ווערטער.

אכל תאכל בצירי ווייל ס'איז סוף פסוק
ומעץ הדעת לא תאכל איז נישט ביי א מפסיק און דערפאר א פתח
ואיש כי יאכל קודש מיט א פתח נישט קיין מפסיק אזוי זענען דארט אלע יאכל'ס פתח'ס.
מלחם אביה תאכל האט א אתנחתא און דערפאר א צירי
וַתִּקַּח מִפִּרְיוֹ, וַתֹּאכַל; וַתִּתֵּן גַּם-לְאִישָׁהּ עִמָּהּ, וַיֹּאכַל
זענען אתנחתא און סוף פסוק, און וויבאלד ס'האט א ויו המהפך, ס'שטייט נישט תאכל אדער יאכל נאר ותאכל און ויאכל איז דער כלל אז ביי א מפסיק האט עס א פתח.

ב״ה סקוקט אויס אז ענדליך גיי איך עס פארשטיין.
פאר איך טשעק אויס, איז דען נישט א טפחא אויך א מפסיק? לא תאכל ממנו האט א פתח אפילו סהאט א טפחא אונטער דעם.
פאר איך טשעק אויס, איז דען נישט א טפחא אויך א מפסיק? לא תאכל ממנו האט א פתח אפילו סהאט א טפחא אונטער דעם.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
ס'דא כמה מיני מפסיקים, אבער דער מפסיק וואס איז משנה די נקודות איז די גרויסע מפסיקים אס"ף, ראשי תיבות אתנחתא סוף פסוק, וועסט נעמען א חומש וואס האט מסורה, ווי קאמארנע אדער לקט בהיר, וועסטו דאס אסאך זען, נאר אמאל איז דא א מסורה אז א זקף למשל אדער א סגול וועט אויך באקומען א דין ווי אסף דאן וועט עס די מסורה אנצייכענען
כל טוב
כל טוב