נאמינאטיוו, אקוזאטיוו, און דאטיוו – אין קורצן זייער באדייט:
"נאמינאטיוו" אין דער מענטש אדער חפץ וואס טוט די זאך אינעם זאץ:
דער טאטע איז געגאנגען אין בית המדרש,
דער טיש האט זיך צובראכן,
די מאמע האט געגעבן צו עסן פאר די קינדער,
די זון האט אויפגעשיינט,
דאס קינד האט אנגעהויבן וויינען,
דאס הארץ איז געווען מלא שמחה. דאס ווערט גערופן דער subject פונעם זאץ.
"אקוזאטיוו" באציט זיך צו עפעס וואס א צווייטער האט געטון מיט אים: איך האב געזען
דעם רבי'ן, מיין חבר האט אויפגעהויבן
דעם שאנק, מיין זון האט באטראכט
די נאטור, איך האב געקושט
די מזוזה, דער רייניגער האט אפגעוואושט
דאס וואסער. דאס ווערט גערופן direct object.
"דאטיוו" איז עפעס וואס פאלגט נאך א פרעפאזיציע (פון, צו, אויף, אונטער, העכער, נעבן, וועגן, צוליב, דורך, מיט, אן, ביז, אא"וו), אדער אפילו די פרעפאזיציע שטייט נישט אבער באמת וואלט עס דא געקומען: איך בין געגאנגען צו
דעם (צום)
בית המדרש, ער האט געזאגט [פאר]
דעם באאמטן, דער גליקליכסטער אויף
דער וועלט, דאס קינד מיט
דער מאמע, ער האט געזוכט מיט
דעם (מיט'ן)
אויג, איך האב געפרעגט [פון]
דעם קינד.
אידישע גראמאטיק איז שטארק באזירט אויף די חילוקים פון די דריי פעלער, ועוד חזון למועד בעז"ה.
צו זען מער:
https://en.wikipedia.org/wiki/Yiddish_grammar
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?