בלאט 1 פון 2

דיר/מיר אדער דיך/מיך

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2007 4:11 pm
דורך לחיים ולברכה
זאל איינער אזוי גוט זיין, ווער עס ווייסט זאל שיין מסביר זיין ווען מ'זאגט דיר אדער מיר, און ווען מ'זאגט דיך אדער מיך.

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2007 4:16 pm
דורך מאשקע
ווען מ'איז א קליין יונגל זאגט מען דיך און מיך. ווען מ'ווערט ערוואקסן און מ'לערנט זיך אויס אידיש, זאג מען מיר און דיר.

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2007 4:17 pm
דורך לחיים ולברכה
טעות, איך האב עס טאקע געוואלט באווארענען. איינער האט מיר אמאל מסביר געווען, אבער כ'האב עס נישט גוט פארשטאנען.

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2007 4:19 pm
דורך מאשקע
קען זיין. העמיר ווארטן אויף א בעסערן הסבר.

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2007 4:50 pm
דורך קרעמער
מיינע זיידעס און באבעס גרידזשן מיט די ציין (די פאלשע, פארשטייט זיך) ווען זיי הערן א קינד זאגן "דיך/מיך", זיי זאגן אז אינדעראלטערהיים איז אזא ווארט נישט געווען, און איז ערפינדן געווארן אינעם טראציגן אמעריקע.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 3:13 am
דורך ערנסטער
כעיקרון, אויף וויפל איך ווייס גייט עס אזוי - אויב ס'איז דא א ווארט ווי "מיט", "פאר", "פון", "ביי", "צו" אד"ג דארף מען זאגן "דיר/מיר", צום ביישפיל:
- איך גיי מיט דיר און דו גייסט מיט מיר
- דאס אלץ איז נאר פאר דיר און פאר מיר
- טאטע, איך וועל ביי דיר פרעגן פיר קשיות
אבער אן אזעלכע ווערטער דארף מען זאגן "דיך/מיך":
- איך וועל דיך אריין נשיט לאזן
- איך בעט דיך
-טו מיך א טובה

אבער בפועל אין אסך דיאלעקטן איז מען נישט מקפיד אויף דעם חילוק און זאגט מען אלעמאל "דיר/מיר". און ס'רוב מענטשן דא, אין ירושלים, דאכט זיך מיר, אויכעט באניצן זיך נישט מיט "דיך/מיך" כמעט קיינמאל.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 10:25 am
דורך לחיים ולברכה
שכח ערענסטער, דערמאנסט "מיר" טאקע, אזוי האט מען "מיר" אויך געזאגט.

אגב, וועגן די פיר קשיות, ביי אונז זאגט מען נישט 'ביי דיר', און דערפאר זאגט מען טאקע איך וויל 'דיך' פרעגן... (אדער אפשר ווייל די קינדער פרעגן אויס, כ'ווייס נישט).

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 11:00 am
דורך ערנסטער
לחיים ולברכה האט געשריבן:אגב, וועגן די פיר קשיות, ביי אונז זאגט מען נישט 'ביי דיר', און דערפאר זאגט מען טאקע איך וויל 'דיך' פרעגן...

הן הכי נמי - ביידע גיסאות זיינען דאך ריכטיק: אדער פרעגן דיך, אדער פרעגן ביי דיר (אפילו אז איך אליין זאג: "פרעגן דיר").

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 1:35 pm
דורך סאכדעס
מאשקע, פארוואס ביסטו שטיל? איז ערענסטער גערעכט? ער סאנד אזוי, אפשר דארף מען אנפרעגן דיזער'ס רביס.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 1:41 pm
דורך מאשקע
מיר קוקט נאך אלץ אויס אזוי ווי איך האב געזאגט און קרעמער האט באשטעטיגט אין נאמען פון זיינע אור-עלטערן. ס'איז א קינדערישע ווארט וואס באלאנגט נישט צווישן ערוואקסענע.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 1:50 pm
דורך 3x0
מיין טאטע האט מיר/מיך שוין אפאר מאל געזאגט ווען מען דארף זאגן מיר און ווען מיך. אבער איך מיט מיין ... קאפ האב עס נישט צו לאנג געדעקט.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 1:58 pm
דורך מאשקע
אדרבה. פרעג אים איבער און לאז אונז וויסן. איך קען באשטיין צו דערגיין דעם אמת.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 2:00 pm
דורך 3x0
איך האב יעצט ארויס געפרינט די אשכול, און איך איך לייג עס יעצט אריין אין מיין טאש, אי"ה די נעקסטע געלעגנהייט וועל איך אים עס ווייזן.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 2:03 pm
דורך מאשקע
קענסט אים עס ווייזן ביינאכט ביים שיעור.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 2:04 pm
דורך 3x0
היינט נאכט וועל איך מסתם נישט זיין ביים שיעור, ווייל איך האב א חתונה אין וויליאמסבורג.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 2:06 pm
דורך סאכדעס
חוץ מזה קלער איך אז ביין שיעור איז ניקס קיין געלגענהייט.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 2:07 pm
דורך 3x0
ער מיינט מסתם צו זאגן, פארן אדער נאכן שיעור.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 2:13 pm
דורך מאשקע
ניבאדע אזוי. ביים שיעור אליין איז דאך נישט קיין רעדע מבטל תורה צו זיין.

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 3:51 pm
דורך דיזע ערצעלונג
מאשקע, וואס זאל איך דיך זאגן? ביסט טאטעלי ראנג. מען דארף זאגן מיך און דיך ווען מען רעדט פון זיך. ווען מען רעדט פון מערערע מענטשן זאגט מען מיר. (עס איז דא אויסנאמען, ווען מען זאגט יא "מיר" און "דיר" אויף זיך אליינס, ווי דו וועסט זען שפעטער.)

און קרעמער, איך האב א חבר וואס ווען איך טענה זיך מיט אים, און ער האט נישט וויאזוי מיך אפצואווענדן, נוצט ער דעם קינדערישן, "מיין טאטע האט מיך דאס געזאגט" טענה. איך ענטפער אים אלעמאל צוריק, "כ'צו צוריק, דו ביסט נישט קיין עם הארץ, דיין טאטע איז."

גראדע איז יא דא צייטן ווען מען זאגט מיר און דיר, און ערנסטער האט זייער גוט ארויסגעברענגט די כללים. מען זאגט מיר און דיר ווען עס איז דא פארדעם א "פרעפאזישאן" (אופס, גיי לערן מיט א גוי ברטנורא...) ווי למשל איבער, אויף, אונטער, ביי, מיט, פון א.א.וו.

און אגב, דאס איז אויך דער תירוץ אויף מיין שאלה אין דעם אשכול, ווען מען זאגט "דער" ביי א לשון נקיבה. דער ענטפער איז ווען ס'איז דא א פרעפאזישאן, ווי למשל איבער דער קרעטשמע, פון דער קרעטשמע, ביי דער קרעטשמע א.א.וו.

לערנט אייך אויס דעם כלל:
א פרעפאזישאן טוישט
דער צו דעם
דאס צו דעם
די צו דער

א פרעפאזישאן טוישט אויך:
מיך צו מיר
דיך צו דיר

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2007 5:45 pm
דורך שמעק_טאביק
דיזע ערצעהלונג,

איך קען זעהן דעם ווארט "מיך" ביסטו גערעכט, למשל: "איך האב מיך נישט געקענט ארויסדרייען..." (הגם "זיך" וואלט געווען בעסער), אדער : "איך האב מיך געדרייט פון איין זייט צום צווייטן..."

אבער ווען קען אויסקומען צו זאגן "דיך"?

ביטע גיב אן עקזעמפל.

און יא, פוץ אויס דיין צונג. עס איז נאך ווארשיינליך רויט פון די משתה היין, לאז עס נארמאל ביז פסח אי"ה ביי די ד' כוסות.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 3:10 pm
דורך 3x0
ווען מען רדעט פונעם מענטש, זאגט מען "מיך".
לקח אותי, ער האט מיך גענומעןדא, שלח אותי, ער האט מיך געשיקט אהין.

ווען מען רעדט פון א זאך וואס מען האט געגעבן פאר מיר זאגט מען נתן לי, ער האט געגעבן צו מיר א ספר, אדער ער האט געגעבן פאר מיר א ספר, שלח לי, ער האט מיר געשיקט, דא איז די כוונה אויף די זאך וואס ער האט מיר געגעבן.

אבער איך בין געבליבן אזוי ווי פריער מיט מיר בעצם האט ער גארנישט געטון

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 3:19 pm
דורך מאשקע
שכוח טריאו. דאס קוקט אויס צו זיין דער ריכטיגער חילוק.
און איך האב געמיינט אז "מיך" איז א קינדערישע ווארט.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 3:34 pm
דורך סאכדעס
טריאו, זייער גוט, און וואס הערט זיך מיט דיר/דיך?


כאב געהערט אויפן טלפון פון חבד, זינגט ער דארט דעם ניגון פון דעם בארדיטשובער, אנא אמצאך. זאגט ער דארט אויף אידיש אזוי: וואו זאל איך דיך געפינען רבוש"ע, און אוואו זאל איך דיר נישט געפינען רבוש"ע
זיי זענען בדרך כלל מדקדקים מיטן לשון. אלזא אפשר קען מען פון דעם עפעס לערנען.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 4:52 pm
דורך לחיים ולברכה
שכח טריאו, האסט מיר דערמאנט, אט דאס איז עס. (אפשר ביזטו דער וואס האט עס מיר געזאגט....)
אבער אזוי ווי סאכדעס האט ערווענט, ביטע זיי נאר מסביר דער חילוק פון דיר/דיך.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 5:02 pm
דורך מאשקע
לכאורה די זעלבע חילוק. אותך און לך. אותך-דיך איז דער פערזאן, און לך-צו דיר איז אזוי ווי לי-צו מיר.