בלאט 1 פון 1

אלזא

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2007 8:52 am
דורך ערנסטער
וואס מיינט די ווארט "אלזא" וואס איך טרעף א סך אויף דעם פארום?
איך פארשטיי אז דאס איז עפעס אויף ענגליש אבער וואס פונקטלעך - פארשטיי איך נישט.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2007 11:03 am
דורך קרעמער
עס איז א אידישע ווארט, און באדייט אזוי ווי אויף לשון הקודש "אשר על כן".

עפעס אזוי.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2007 11:07 am
דורך א אידעלע
אין קרעטשמע שפראך, איז דאס ווארט "אלזא" אביסל ענליך צו "מ'שטיינס זאגט".

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2007 11:20 am
דורך ערנסטער
קרעמער, אידל, א דאנק.
איך האב פון דער ווארט נישט געוויסט.
יעצט איך האב דאס געפונען אין דייטש ווערטער-בוך (ס'שרייבט זיך אין דייטש also) מיטן זעלביקן באדייט וואס איר האט אנגעשריבן.
מסתמא אונגערשער אידיש איז אביסל נענטער צו דייטש (הונגאריע איז דאך געווען א חלק פון אויסטרייך), און ביי אונז האט מען געניצט מער סלאווישע (פוילישע/רוסישע/אוקראינישע) ווערטער.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2007 12:03 pm
דורך סאכדעס
נו וויאזוי דרוקט מען זיך ביי אייך אויס ווען מ'וויל זאגן אלזא?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2007 12:08 pm
דורך ערנסטער
סאכדעס, איך ווייס נישט איז איך שרייב נישט. :grin:

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2007 12:23 pm
דורך מאשקע
סאכדעס האט געשריבן:נו וויאזוי דרוקט מען זיך ביי אייך אויס ווען מ'וויל זאגן אלזא?

סאכדעס מיינט צו פרעגן:
אלזא וויאזוי דרוקט מען זיך ביי אייך אויס ווען מ'וויל זאגן אלזא?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2007 12:36 pm
דורך סאכדעס
כאב גראדע געוואלט צולייגן דעם אלזא, אבער עפעס האט עס מיר נישט געשטימט.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2007 12:42 pm
דורך איך_הער
סאכדעס האט געשריבן: אבער עפעס האט עס מיר נישט געשטימט.


דא איז איז נישט די שטים בודקע, דא דארף מען נישט שטימען.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2007 4:57 am
דורך ערנסטער
רבותי!
איך מוז מודה זיין אז איר זייט אבסאלוט גערעכט.
איך האב געפרעגט ביי מיין שווער, איז דער כבוד מורי וחמי האט מיר גענטפערט אז "אלזא" איז א נארמאלע אידישע ווארט (אפילו אז אין דייטש ס'פאראן די זעלבע ווארט אויך) פשוט אפשר איך מיט מיין "מקוה אידיש" האב די ווארט נישט געהערט. אבער בעסער דאך שפעט ווי קיינמאל - ולא הביישן לומד. יעצט וועל איך וויסן.
נאכאמאל א דאנק פארן הסבר.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 11:25 am
דורך ערנסטער
דרך אגב, איך האב היינט אין מקוה געפרעגט עטלעכע חבר'ה ירושלמים - און קיינער פון זיי (אמעראצים!) ווייסט נישט די ווארט.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 11:28 am
דורך סאכדעס
זאג זעה אז זעה זאלן קאמען אין קרעטשמע אראין אאאן לערנען זיך אידיש.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 11:45 am
דורך ערנסטער
סאכדעס האט געשריבן:זאג זעה אז זעה זאלן קאמען אין קרעטשמע אראין אאאן לערנען זיך אידיש.

וועגן וואס רעדסטו?!
אז איך דערמאן נאר די ווארט "אינטערנעט" שרייען זיי גלייך אויס אלע צוזאמען "רחמנא ליצלן!" (לאכנדיק, פארשטייט זיך).

Re:

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:14 am
דורך היסטאריש
קרעמער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2007 11:03 am
עס איז א אידישע ווארט, און באדייט אזוי ווי אויף לשון הקודש "אשר על כן".

עפעס אזוי.
יא, עפעס אזוי. בכן, טא, א כלל, א קיצור, מילא. און היינט שרייבט מען שוין 'סא(ו)', און 'נו' ווי @סאכדעס דא אויבן.

בקיצור, מ'געבט זיך אן עצה, כאטש נישט קיין גאנצע נחמה פאר דעם ענגלישן 'well'.