אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
אדער יא האט געשריבן:מאשקע האט געשריבן:קרעמער, הערליך. איז דאס א חלק פון די בארד וואס יענטאאש האט געטראפן אין די גמרא, כידוע די באוואוסטע מעשה?
??
פון וועם פונקטליך ווארט איר א הסבר??......
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- איש האשכולות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3238
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא
איטשע האט געשריבן:האט שוין איינער געהערט פון דאס יודישע ווארט ״שניַיצן״?
כ׳געדענק ווען כ׳האב געזאגט פון מיין רבי אין כתב א׳ אין חדר אז כ׳דארף ״שניַיצן״, און אלעס האט זיך אויסגעדרייט צו מיר, מיט פארוואונדערטע אויגן...
לויט ווי איך געדענק מיינט עס פוצען
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
איטשע האט געשריבן:האציפלאץ איז א שטאט אין דייטשלאנד, וואו עס האבן מכהן געווען גדולי עולם. אינער פון זיי איז געווען א ברודער פון הג"ר ליב חנה'ליס פוןלובלין בעל הגהות מהרל"ח.
היינט איז עס אין טשעכיי.
https://en.wikipedia.org/wiki/Osoblaha
אדער יא האט געשריבן:מאשקע האט געשריבן:קרעמער, הערליך. איז דאס א חלק פון די בארד וואס יענטאאש האט געטראפן אין די גמרא, כידוע די באוואוסטע מעשה?
??
לאך נישט, כ'בין יעצט אנגעקומען צו דעם אשכול..
אויב איך ווייס גוט, האט יענטאאש אמאל געשריבן א לאנגע ארטיקל וועגן א האר וואס ער האט אנגעבליך געטראפן אין א גמרא, און יענער אשכול האט דאס געמאכט פאר א באוואוסטע מעשה.
כ'האב היינט געזען גאר אן אינטערעסאנטן, אלט אידישן אויסדרוק: ס'האט נישט די ווערד [פון] קיין אויסגעבלאזן איי.
איינער ווייסט דער פשט דערפון?
איינער ווייסט דער פשט דערפון?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
גרשון האט געשריבן:כ'האב היינט געזען גאר אן אינטערעסאנטן, אלט אידישן אויסדרוק: ס'האט נישט די ווערד [פון] קיין אויסגעבלאזן איי.
איינער ווייסט דער פשט דערפון?
איך מיין אז דאס נוצט בעיקר ווען עפעס וואלט געקענט אויסקוקן ווי עס האט די ווערד, און מען איז מדגיש אז עס האט נישט. ווי "אלע זיינע צוזאגעכצער זענען נישט ווערט קײן אויסגעבלאזן אײ"
מען פלעגט אמאל מאכן קליינע לעכער אין רויע אייער און אויסבלאזן דאס אינהאלט, און פארבן די שאלעכץ, עס צו נוצן פאר נוי סוכה אד"ג.
דאס אויסגעבלאזן איי איז טאקע זייער שיין, אבער ווערט גרינג צעקראכט ווי א זייפנבלאז.
(דער פשט איז בלויז מיין השערה)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
- אחת ואחת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3665
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
- לאקאציע: אין קרעטשמע
Yang2020 האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:כ'האב היינט געזען גאר אן אינטערעסאנטן, אלט אידישן אויסדרוק: ס'האט נישט די ווערד [פון] קיין אויסגעבלאזן איי.
איינער ווייסט דער פשט דערפון?
איך מיין אז דאס נוצט בעיקר ווען עפעס וואלט געקענט אויסקוקן ווי עס האט די ווערד, און מען איז מדגיש אז עס האט נישט. ווי "אלע זיינע צוזאגעכצער זענען נישט ווערט קײן אויסגעבלאזן אײ"
מען פלעגט אמאל מאכן קליינע לעכער אין רויע אייער און אויסבלאזן דאס אינהאלט, און פארבן די שאלעכץ, עס צו נוצן פאר נוי סוכה אד"ג.
דאס אויסגעבלאזן איי איז טאקע זייער שיין, אבער ווערט גרינג צעקראכט ווי א זייפנבלאז.
(דער פשט איז בלויז מיין השערה)
אינטערעסאנט צוצולייגען איך האב אמאל געהערט אז ווען מען נעמט אן רויע אייער, מען מאכט א לאך פון אויבן און מען בלאזט אויז דאס אינהאלטץ דערנאך לייגט מען עס ארויס פארטאגט אין פעלד, און נאך די טוי פארקלעבט מען די לאך. וועט די אייער ארויפגיין צוזאמען מיט די טוי. איך האב עס אבער קיינמאל נישט פראבירט, און איך נעם נישט קיין אחריות
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
גרשון האט געשריבן:געזען אין חומש בית יהודה אויף "מאורשה לאיש": פאר'קנס'עט צו א מאן (פר קנסת צו אמאן).
די סעודת התנאים וואס מ'מאכט ביים שליסן א שידוך האט זיך געריפן פארצייטענס "קנס מאל" ווי מ'קען אויך זען אין די פארצייטישע פוסקים, צוליב דעם וואס אויב ברעכט מען א תנאים דארף מען צאלן קנס. הגם אירוסין מיינט קידושין בלשון תורה ווי אויך אין הלכה, איז אבער נשתלשל געווארן בלשון המדוברת צו ריפן א שידוך אירוסין צוליב דעם וואס די שלב פון אירוסין איז געווען ביים שידוך בזמן הש"ס
Yang2020 האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:כ'האב היינט געזען גאר אן אינטערעסאנטן, אלט אידישן אויסדרוק: ס'האט נישט די ווערד [פון] קיין אויסגעבלאזן איי.
איינער ווייסט דער פשט דערפון?
איך מיין אז דאס נוצט בעיקר ווען עפעס וואלט געקענט אויסקוקן ווי עס האט די ווערד, און מען איז מדגיש אז עס האט נישט. ווי "אלע זיינע צוזאגעכצער זענען נישט ווערט קײן אויסגעבלאזן אײ"
מען פלעגט אמאל מאכן קליינע לעכער אין רויע אייער און אויסבלאזן דאס אינהאלט, און פארבן די שאלעכץ, עס צו נוצן פאר נוי סוכה אד"ג.
דאס אויסגעבלאזן איי איז טאקע זייער שיין, אבער ווערט גרינג צעקראכט ווי א זייפנבלאז.
(דער פשט איז בלויז מיין השערה)
ש'כח. איך האב נישט געקענט כאפן וואס אן אויסגעבלאזן איי דארף צו באדייטן. אבער השתא דאתית להכי, קענסטו זאגן פשט אז אן איי שאלעכטץ איז מסתמא נישט ווערד צופיל אויפ'ן מארק. ס'איז ווי איינער זאל היינט זאגן "ס'האט נישט די ווערד פון א צוקערל פאפיר..."
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי
אירע = מענטשן. אינטערעסאנט אז מ'זעט עס נישט אזוי אפט אין שריפט, כאטש ביים רעדן איז עס ברייט באניצט.
ס'איז באמת א כשר ווארט, אבער ס'איז נאר דא בלשון רבים.
ס'איז באמת א כשר ווארט, אבער ס'איז נאר דא בלשון רבים.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי
בס"ד
קען זיין אז "אירע" איז לשון רבים פון "איר" - לשון יחיד נוכח מיט רעספעקט. יעצט פייגעבאלן. קען זיין?

ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי
דריימזיצער (אינדערהיים זיצער). איינער וואס זיצט אפ אין שטוב.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי
"עס טאגט שוין אין טעפל"
--דאס טעפל האלט זיך שוין ביים אויסליידיגן (מסתמא ווייל דער זוים פון אונטן האלט ביים אויפלייכטן...)

"טרויב" איז די טייטש פון pipe. זיין דימינוטיוו "טרייבל" איז געבליבן ביים אויפהייבן דעם טעלעפאן, אבער ער זעלבסט איז טיילווייז פארגעסן געווארן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי
יעצט באמערקט דעם אשכול, עטליכע אינטערסאנטע ווערטער אין וועלכע כהאב מיך לעצטנס אנגעשטויסן.
אינטערנאט = Dormitory
מאלעקול = Molecule
מילכוועג; מילכגאס = Milky Way
אינפלוענציע; גריפע; פֿלענציע = flu
"באריקאדע" מיינט אויך א Roadblock, און לאו דוקא דעם צוים, נאך א ווארט פאר Roadblock איז "פארצאם".
"דעטעקטיוו" איז אויך א אידיש ווארט
דערנאך איז דא "אבאנירן" פאר "סובסקרייבן" און "אבאנעט" פאר סובסקרייבער, אינטערסאנט אז ביי אונז זענען די ווערטער בכלל נישט בנמצא

וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3290
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי
מ'נוצט דאס ווארט 'באריקאדירט' אויף פעולת ה'בלאקן. די פראטעסטירער האבן זיך באריקאדירט אינעם געשעפט.
אדער איז עס טאקע א היימישע ניי-געשאפענע ווארט..