פירוש המילות = לשון הקודש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

דער שורש פון סוכה איז ס.כ.ך און פון כסה איז מסתמא כ.ס.ה
כיסוי איז אויך כ.ס.ה
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איז נישט אינטערסאנט אז ביידע באדייטן זענען שטארק ענליך (כמעט אומצוטיילבאר), נאר דא איז די ס' בעפאר און דא די כ'?
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

אין פירוש ר"ש ב"ר רפאל הירש קענט איר געפינען אן א שיעור אזוינע זאכען
דאס איז שיטת המדקדקים הקדמונים אז ס'דא צווי עיקר אותיות פון שורש
און דער דריטער איז א "נוסף" און קען זיך טוישען.
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

תן - תתן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

קען מיר איינער מסביר דעם חילוק?
ווען נוצט מען דאס ווארט תן (תן בי כח...) און ווען נוצט מען תתן (ותתן לנו חיים ארוכים...)?
דוכט זיך אז דער שורש ווארט איז 'תן'.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

דער חילוק איז פשוט.
תן איז א ציווי, געב; און תתן איז א קיצור פון "אתה יתן" [דער תיו איז במקום "אתה"] וואס דאס איז א נוכח [גוף שני] עתיד. דאס קען גענוצט ווערן אויף צו זאגן "דו וועסט געבן", גלייכצייטיג "דו זאלסט געבן". אבער קיין ציווי הייסט דאס נישט, נאר א לשון עתיד נוכח. ודוק.

אגב, כ'מיין אז דער שורש איז "נתן", נישט "תן". [געווענליך איז דער שורש פונעם ווארט, עבר נסתר (גוף שלישי)]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

.
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

פשוט אז דער שורש איז נתן
תֵּן איז א קיצור פון נְתֵן
קח איז א קצור פון לְקַח
לקח קען מען טרעפען אבער נישט נְתֵן.
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

שכח אייך. (איך מיין אויך די שמעלצערס)
חרמש בקמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש בקמה »

אליהו האט געשריבן:קח איז א קצור פון לְקַח
לקח קען מען טרעפען אבער נישט נְתֵן.

קח איז א פון שורש נופל: "קחה". א למ"ד קען נישט ארויספאלן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איז דא א חילוק צווישן לען און פלאקס? ווען נוצט מען די ווארט לען און ווען נוצט מען די ווארט פלאקס?

איז פשתן דאס זעלביגע ווי שש?
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

כמדומה אז פון די געוויקס פלאקס מאכט מען לינען
פשתן מיינט ווען ס'נאך רוי און לען ווען ס'שוין א סחורה
אן א מקור נאר כפי שכלי
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

אויף די צווייטע שאלה:
רש"י פר' תרומה (כ"ה, ד) ד"ה שש - הוא הפשתן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א זוכעניש צייגט מיר א מצודות ציון אין משלי ל"א, י"ט אז "שש" איז "פשתן משובח"
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

חרמש בקמה האט געשריבן:
אליהו האט געשריבן:קח איז א קצור פון לְקַח
לקח קען מען טרעפען אבער נישט נְתֵן.

קח איז א פון שורש נופל: "קחה". א למ"ד קען נישט ארויספאלן.


אליהו היקר:
איך קלער אז דער פ פעל קען יא ארויספאלן, ווי מ'זעט איוב גע. דער שורש איז נגע.
דאס זעלבע איז ביי "של נעלך, דער שורש איז נשל, און דער פ פעל פאלט אוועק.
אויב אזוי קען מען זאגן אז לקח איז דער שורש, נישט און נישט קחה. פינקט ווי תנה איז נישט דער שורש, נאר נתן.

אדער אפשר בין איך נישט גערעכט

הרב חרמש, וואס איז אייער מיינונג?
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך מיין אז דאס רופט זיך נחי-פ"א-למ"ד
אז דער למ"ד וואס געפונט זיך אין פלאץ פון פ"א הפועל קען אמאהל אראפ פאלען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
חרמש_בקמה
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2010 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש_בקמה »

msp האט געשריבן:איך מיין אז דאס רופט זיך נחי-פ"א-למ"ד
אז דער למ"ד וואס געפונט זיך אין פלאץ פון פ"א הפועל קען אמאהל אראפ פאלען

אדרבה, ווייזט וואו נאך געפינט מען אזוינס. וויפיל איך ווייס איז פארהאן נאר חסרי פ"י און חסרי פ"נ (און נחי פ"א און נחי פ"י).
אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

"פשתן" אין "בד" איזעס די זעלבע זאך ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל תוקע »

"פשתן" אין "בד" איזעס די זעלבע זאך ?
לויט ווי כ'דענק פלעגט מען טייטשען בד = לינען,
סאו קומט אויס אז ס'די זעלבע זאך ווי פשתן,
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

יאפס, צוגעטראפן. עס איז טאקע די זעלבע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

א פיינע אשכול דאס. א שאד אלץ-ווייסער איז מער נישט דא.
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

שחר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

וואס איז די ריכטיגע טייטש פון "אין לו שחר"?
הק' איש ימיני
צמח
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צמח »

גערעכטער האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע טייטש פון "אין לו שחר"?

האפט(?)
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

וואס איז די ריכטיגע "טייטש" פון 'יושבי קרנות'?
הק' איש ימיני
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

גערעכטער האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע "טייטש" פון 'יושבי קרנות'?

"די וואס זיצן ביי די ווינקלען"
דאס איז די 'טייטש'
די באדייט דערפון איז: די וואס שטופן די צייט,
זיצן אין פאליש, ביי די עק פון שול.
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

קברנה סובניון האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע "טייטש" פון 'יושבי קרנות'?

"די וואס זיצן ביי די ווינקלען"
דאס איז די 'טייטש'
די באדייט דערפון איז: די וואס שטופן די צייט,
זיצן אין פאליש, ביי די עק פון שול.

אזוי זעהט מיר אויך אויס, האסט א מקור דערצו?
הק' איש ימיני
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

ניין כ'האב נישט קיין מקור,
אבער אין אזאלעכע פעלער דארף מען קודם האבן א מקור פארוואס זאל נישט זיין דעס די טייטש
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”