אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

אויף אן אנדערע פלאץ דא אין קרעטשמע, האב איך געליינט פון זארעכ אזא אויסדריק, טויט צו לעבעדיג,

מיר ליגט אין קאפ, טויט צו רויט, וואס איז טאקע דער באדייט דערפון? בלויז אז עס גראמ'ט? אדער טיפער'ס.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

Re: אויסדריקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

מעסטערמיינד האט געשריבן:מיר ליגט אין קאפ, טויט צו רויט, וואס איז טאקע דער באדייט דערפון? בלויז אז עס גראמ'ט? אדער טיפער'ס.

אפשר מיינט איר דעם אויסשפראך "טויט צי רויט"?
אדער אויך "בעסער רויט פון טויט"?
אויב יא, עס קומט פון סאוועטישע רוסלאנד פון עפעס סטאלין'ס צייטן, און דער באדייטונג פון דעם אויסשפראך איז דאך פארשטאנדיק גאר בפשטות... :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס נעמט אים א יאר מיט א מיטוואך"

האב איך אמאל געהערט אז דאס קומט פומעם הלכה פון בתולה נישאת ביום הרביעי, דאס הייסט אז אמאל האט א מיידל געברויכט ווארטן קודם א יאר (עי' מס' כתובות הטעם) מיט נאך א מיטוואך ביז זי האט געקענט חתונה האבן.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני היכלא האט געשריבן:מילער
איך האב אויך אזוי געהערט אמאל.


איך אויך.

אז די קענסט נישט מוסיף זיין ביסטו כאטש מחזק, כמותך ירבו!
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

אויסדרוקן פון מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

איך ווייס נישט אויב איך עפען עס אויף אין די ריכטיגע פארום און עס קען אפילו זיין אז עס שוין דא אזא אשכול. אויב איז שוין דא אזא אשכול קענען עס די מנהלים צוזאם שמעלצן

עס איז דא זייער אסאך מאל וואס א מענטש בשעת ער רעדט אדער א שרייבער ווען ער שרייבט קען ער זיך אויסדריקן פארשידענע מינע אויסדרוקן.

וואס איך וויל מיט דעם אשכול איז, איך וויל קענען אסאך אויסדרוקן און ווען מען נוצט עס און וואס די פשט דערפון איז.

איך וועל דא קודם אנהייבן מיט עפעס.

"אסאך וואסער איז שוין דורך געלאפן די אטלאנטיק זינט דאן"
דאס נוצט מען ווען מען וויל זאגן אז עס איז שוין דורך א לאנגע צייט זייט דעמאלטס.

כל הקהל הקודש הזה איז מכובד צו שרייבן די אויסדריקן וואס עס איז אויף זיי אויפן צונג.
א חתימה ברויך מען האבן ?
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

היום כאן ומחר בבאן...

ווען מען וויל זיך אויסדרוקן אויף איינעם וואס מען זיך נישט פארלאזן אויף.
תכלית הידוע שלא נדע
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

"ווייסעך וואס"

ווען מען וויל אוועק מאכן א מעשה אדער א סטעיטמענט

איך פלעג עס הערן פון ר' זלמן לייב אינדיג מענדזשער אין די מתיבתא אין קרית יואל, אדער ווי ער פלעגט זיך רופן בארדיטשעווער רבי...
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שוין געווען עפעס ענליכס זיכער, די שפראך איינוואוינער וועלן עס מסתמא טרעפן גיכער, עמערעס לאזן פאר זיי.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך זעה אז די שמעלצערס [הצורפים בלע"ז] האבן עס שוין געשמאלצן, אבער איך מיין אז עס איז דא נאך א דריטע אשכול איבער דעם אויך, אז איך וועל עס געפינען אל אמנע טוב.

אבער ר' אליהו האט אונז לעצטענס צוגעשטעלט א ליסטע פון אויסדרוקען/פראזען וואס שטאמען פון חז"ל וכדו'.

למעשה, דאס ענין פון נוצען אויסדרוקען ביי פארשידענע געלעגנהייטן איז א 'ארט/חכמה' ואינה מלאכה, דאס הייסט עס ברויך נישט האבן א ספעציעלע באדייט נאר ליבערשט געבן פארן הערער אן אנגענעמע אויסשפראך אין קאנטראסט פון א לאנגווייליגע געשפרעך.

דאס איז גילטיג ביי אזאנע אויסדרוקען ווי; 'אסאך וואסער זענען דורך דעם האדסאן ריווער זייט איך האב דאס לעצטע מאל געזאגט פון פארנט פארען דאווענען' אבער ביי למשל; 'טויט צי רויט' אדער 'א יאר מיט א מיטוואך' מוז מען קודם מבאר זיין דעם מקור פונעם אויסשפראך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צייטליך האט געשריבן:קענסט גיין בארן קלאפן. (שוין געהערט דערפון?)
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

צוויי אויסדריקן וואס איך פארשטיי נישט פון ווי ס'נעמט זיך; (נישט אז כ'ווייס נישט ווען מ'נוצט עס..)

"גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט"..
מה זה?..
גוגל קען מיר נישט טרעפן אזא דעסטינאציע...

"ביסט אראפ פון די לבנה?"..
ס'ע פשט?..

דאונט ווארי.. ס'איז דא נאך.. דאס איז נאר פאר יעצט..
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיללער האט געשריבן:איך זעה אז די שמעלצערס [הצורפים בלע"ז] האבן עס שוין געשמאלצן, אבער איך מיין אז עס איז דא נאך א דריטע אשכול איבער דעם אויך, אז איך וועל עס געפינען אל אמנע טוב.

דו רעדסט פון דעם?
http://www.ivelt.com/forum/index ... pic&t=2516
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,
דאס טאקען אויך, טון איך מיין אז דער עיקר אשכול פלעגט זיין אין קרעטשמע/פארברענגען אלס 'לאזונגען'.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

צום זאך האט געשריבן: צוויי אויסדריקן וואס איך פארשטיי נישט פון ווי ס'נעמט זיך; (נישט אז כ'ווייס נישט ווען מ'נוצט עס..)

"גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט"..
מה זה?..
גוגל קען מיר נישט טרעפן אזא דעסטינאציע...


דאס איז אן איזאלירט פלאץ, מעגליך וועגן די שארפע גערוך. על כן איז עס א פאסיגע פארשיקונגס ארט.

צום זאך האט געשריבן:"ביסט אראפ פון די לבנה?"..
ס'ע פשט?..

דאס קומט לכאורה פון "אראפ פון זינען" וועלכע באדייט: אראפ פון שכל, דהיינו ער גייט מער נישט אויפן שכל פראגראם.... [זינען אדער זין, מיינט דער "געדאנק". אזוי אויך דאס ווארט "כ'האב אינזינען געהאט" מיינט: כ'האב עס געהאט אין געדאנק].
איז געקומען א לץ, און דאס אריבערגעטוישט צו "אראפ פון די לבנה" אנשטאט "זין"...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

היינט איז מיר אויסגעקומען צו שרייבן "יאר-עדות". האט דאס א פשט?
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

ייש"כ "אינטעליגענט" פארן עס אויפקלערן.
אגב, פארשטיי איך שוין יעצט אויך דעם "ביסט אראפ פון זינען"...
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

און איז איינער אמאל דערגאנגען וואס מיינט "העטעך פעטעך"?
= "העט ער ווען געוואלט, העט ווען אזוי געווען"
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שעפטיל: העט-איך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינטעליגענט,
דער פשט'ל פון זינען/לבנה איז גוט בדרך פלפול, בפשטות נוצט מען דעם אויסדרוק אויף איינער וואס צייגט אומוואוסנדקייט אוואו איינער וואס איז הערשט צוריקגעומען פון א צווייטע פלאנעט. [אויך ענגליש נוצט מען דעם מארס/מאדים פלאנעט אין די בחינה].

ובדרך אגב, וויאזוי זאגט מען 'לבנה' אויף אידיש?
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

אידישע שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א שיינע צייט צוריק געדענק איך איז געווען אין די צייטונג אנ'ארטיקעל פון דער באוויסטע מחנך
איבער ווי תורה'דיג די אידישע שפראך איז מיט איהרע שפריכווערטער
האט זיך מיר געמאכט א חשק צוריק ארויף צו ברענגען דעם שמועס
איך האף אז עס וועט יעדען אינטערעסירען
ווי איך געדענק איז אויך געווען דאן א טומעל צו מען זאגט מיטען פיטם אראפ אדער מיטען פוטער אראפ
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

געזעהן אין געשעפט א קונטרס מיטן נאמען "פונקען".

די באקאנטע גלייכווערטליך וואס פלעגט זיין מדי שבוע בשבוע אין יודישע ליכט.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
חרמש_בקמה
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2010 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש_בקמה »

דערמאנסט מיר די הומארלאזע השגה וואס איך האב איבערן שפריכווארט "א לאנגער צדיק" וועמען מען נוצט אלץ אפטייטש צום כלל "אל תצדק הרבה". די "השגה" איז, ווייל צדי און נישט צדיק, כ'האף אז איר האט פארשטאנען, ווייל אויב נישט, בין איך אויף געהאקטע.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דו דערמאנסט מיר אנאנדערע מעשה
אמאהל האט א פרישע רב געפרעגט זיין שמש גיין אויסגעפונען אין מארק וואס מען האלט פון איהם
איז דער שמש ארויס און ווען ער איז צוריקגעקומען פרעגט דער רב איהם: נו וואס זאגט דער עולם
זאגט דער שמש: חז"ל זאגען דאך אז נאר מקצת שבחו טאר מען זאגען בפניו
מען זאגט אויף אייך אז איר זענט א צדיק...
כ'האף אז איר האט פארשטאנען
עכ"פ למעשה ווערט שוין אסאך געשריבען וועגען צדי אדער צדיק
מאנכע זאגען אז צדיק קומט פון דביקות פון צדי קוף
איך שטעל מיר פאר אז לאנגער צדיק מיינט דא אנ'ענדע- צדיק אדער שלאס-צדיק
ביי אונז אין חדר פלעגט מען זאגען ענדע-צדיק
איבער אל תצדק הרבה איז נאך דא אנ'אויסדריק
ויי-צדקתך אדער וצדקתך
דאכט זיך אז מיין זיידע א גאליציאנער געבוירענער פלעגט זאגען ויי-צדקתך
מסתמא איז די הבנה אין דעם אזוי ווי אין
פון א נאר האט מען נאר צער...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מענין לענין, אויב די נאמען פון די אות איז צדיק אדער צדי, דערמאן איך זיך א ווארט פון הייליגן בארדיטשעווער, סמך עין פה = ווער ס'האט א פארמאכט (אזוי ווי א סמך איז פארמאכט) מויל און אויגן, צדיק. פון דעם זעט אויס אז די אות הייסט באמת יא צדיק.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”