אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

מיללער האט געשריבן:שלום ביילין פון אירקוטסק (מזרח סיביר) האט בשנת תרפ"ג אפגעשריבן א זאמל-בוך איבער אידישע שפריכווערטער, און ער האט עס אפגעשיקט קיין ניו יארק פאר דעם באקאנטן שפראכנמייסטער אכלסנדר הארקאווי (הרכבי).

איך ווייס נישט צו די בוך איז אמאל געדרוקט און וואס מיט דעם ביילין (ער זעהט אויס אן ארטאדאקסישער איד, אין די הקדמה שרייבט ער א ייש"כ פאר ר' נטע אלעווסקי דער ארטיגער רב) , אבער דער כת"י איז איבערגעלביבן און עס איז לייכט צו ליינען, עס פארמאגט זיסע זאכן פאר ווער עס גלייכט די אמאליגע ענינים.

ליינט און לאכט
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1228.pdf


כהאב זייער ליב די סארט געשרייבעכצער. איבער הויפט עס איז איידל געשריבן. איז דאס געדרוקט געווארן?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וואס מיינט "הארפאשנע"?

געטראפען אויף אייוועלט נאר איין מאל מיט דער ספעלינג. (פינעף שורות פון אונטען)
viewtopic.php?p=837438#p837438
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

SPUSMN האט געשריבן:וואס מיינט "הארפאשנע"?

געטראפען אויף אייוועלט נאר איין מאל מיט דער ספעלינג. (פינעף שורות פון אונטען)
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 38#p837438

הארעפשאנע = שווער ארבייטן = toiling
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א ייש"כ

ענליך צו הארעוואניע?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

יא
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

ענליך צו הארעוואניע, אבער אסאך "שווערער," ערשעפנדע עבודת הפרך מידי יום ביומו. כפי זכרוני נוצט מען עס מער אויפ'ן פערזאן, "האראפאשנער ארבייטער," און נישט אויף די ארבייט זעלבסט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

ריכטיג, ענליך אבער שוווערער, א שטייגער ווי מען זאגט און קלאגט: "פארשקלאפטע ארבייט" א "פארשקלאפט ארבייטער", "ביטער שווערע ארבייט" "א ביטער שווער ארבייטער"

"הארעפאשנע" עס ווערט גענוצט אויף ביידע, אויף די ארבייט גופא און אויפן ארבייטער.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

וויאזוי זאגט מען עס ארויס, איך קען נישט כאפן.

אויך, א משל ווען עס (דארף ווען) ווערן באנוצט?
...
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

ציין און נעגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

"ער האט זיך געשלאגן דערויף מיט ציין און נעגל"!

וואס איז דער מקור אויף דעם?

באמת געפונט מען שוין אין די תורה בערך אזא אויסדרוק: "בחרבי ובקשתי"!

אין רמב"ם (פהמ"ש מקואות ד, ד) האב איך געזען די אויסדרוק אויף אראביש: "ונלחם על כך באלשבר ואלד'ראע"! דער מתרגם ר' עזרא קורח שרייבט אז ס'מיינט "באמה ובזרוע".
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

נא_שכל האט געשריבן:"ער האט זיך געשלאגן דערויף מיט ציין און נעגל"!

וואס איז דער מקור אויף דעם?

באמת געפונט מען שוין אין די תורה בערך אזא אויסדרוק: "בחרבי ובקשתי"!

אין רמב"ם (פהמ"ש מקואות ד, ד) האב איך געזען די אויסדרוק אויף אראביש: "ונלחם על כך באלשבר ואלד'ראע"! דער מתרגם ר' עזרא קורח שרייבט אז ס'מיינט "באמה ובזרוע".

ס'איז דא אן אויסדרוק אין חז"ל (שבת סג:) אויף א הונט וואס קען מער נישט שעדיגן: דשקילי ניביה ושקילין טופריה. (וברש"י: שקילי ניביה - נטולות ד' שיניו שהוא נושך בהן אותן שיניים קרי ניבין כדאמרינן באלו טרפות (חולין דף נט.) גמל ניבי אית ליה. שקילי טופריה - נטולות צפרניו מלסרוט)
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

נא_שכל האט געשריבן:"ער האט זיך געשלאגן דערויף מיט ציין און נעגל"!

וואס איז דער מקור אויף דעם?

באמת געפונט מען שוין אין די תורה בערך אזא אויסדרוק: "בחרבי ובקשתי"!

אין רמב"ם (פהמ"ש מקואות ד, ד) האב איך געזען די אויסדרוק אויף אראביש: "ונלחם על כך באלשבר ואלד'ראע"! דער מתרגם ר' עזרא קורח שרייבט אז ס'מיינט "באמה ובזרוע".

ווערט נישט גענוצט דוקא אויף קאמפף,
"מיט ציין און נעגל זיך אפגעשפארט" "מיט ציין און נעגל האט מען אויסגעגראבן א הייל אונטערן הויז"

אן אויסדרוק אויף אן עררייכונג אן קיינע מיטלען ווי עס געהער, נאר מיט נאטורליכע 'מיטלען' א שטייגער ציין און נעגל.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

צוויי שיינע הערות.

יעצט שרייבענדיג פאלט מיר איין, אז די דריי מקורות וואס איך האב געברענגט איז מן הקל אל החמור, און ווי שפעטער האט מען געוואלט שטערקער ארויסברענגן דאס ענין אז מ'וועט זיך שלאגן דערויף מיט וואס ס'זאל נישט זיין. א) "בחרבי ובקשתי" - דאס איז כלים וואס א מענטש האלט אין די האנט, ער ברויך אבער האבן די כלים ביי זיך. ב) "באמה ובזרוע" - טאקע אן כלים, אבער דיין האנט מוז זיין פריי. ג) "ציין און נעגל [ניביה וטופריה] - דאס איז אפילו אן כלים און אפילו מ'איז פארבינדען מ'קען נישט נוצן דעם ארעם אעפ"כ גיט מען נישט אויף און מ'גייט מיט די ציין און משטעקט אריין די נעגל ווי מ'קען.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א בריליענט איינפאל!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נא_שכל האט געשריבן:צוויי שיינע הערות.

יעצט שרייבענדיג פאלט מיר איין, אז די דריי מקורות וואס איך האב געברענגט איז מן הקל אל החמור, און ווי שפעטער האט מען געוואלט שטערקער ארויסברענגן דאס ענין אז מ'וועט זיך שלאגן דערויף מיט וואס ס'זאל נישט זיין. א) "בחרבי ובקשתי" - דאס איז כלים וואס א מענטש האלט אין די האנט, ער ברויך אבער האבן די כלים ביי זיך. ב) "באמה ובזרוע" - טאקע אן כלים, אבער דיין האנט מוז זיין פריי. ג) "ציין און נעגל [ניביה וטופריה] - דאס איז אפילו אן כלים און אפילו מ'איז פארבינדען מ'קען נישט נוצן דעם ארעם אעפ"כ גיט מען נישט אויף און מ'גייט מיט די ציין און משטעקט אריין די נעגל ווי מ'קען.

;l;p-
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

קרעמער האט געשריבן:היינט איז מיר אויסגעקומען צו שרייבן "יאר-עדות". האט דאס א פשט?

א וואונדער אז בשעתו ווען די שאלה איז געפרעגט געווארן, האט קיינער גארנישט געענטפערט דערויף?

ווען א געוויסע זאך ברענגט נישט קיין שום ניצן, עס טויג נישט צו גארנישט, אדער איז אומנויטיג.
דאן ברענגט מען ארויס מיט שפאס, אז די איינציגע זאך צו וואס עס קען דינען איז, אז עס זאל זיצן און קלאצן, און דינען אלס עדות אויפן פארבייגייענדען יאר!
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

נא_שכל האט געשריבן:"ער האט זיך געשלאגן דערויף מיט ציין און נעגל"!

וואס איז דער מקור אויף דעם?

באמת געפונט מען שוין אין די תורה בערך אזא אויסדרוק: "בחרבי ובקשתי"!

אין רמב"ם (פהמ"ש מקואות ד, ד) האב איך געזען די אויסדרוק אויף אראביש: "ונלחם על כך באלשבר ואלד'ראע"! דער מתרגם ר' עזרא קורח שרייבט אז ס'מיינט "באמה ובזרוע".


מען טרעפט סתם אזוי פארשידענע דאפעלטע לשונות - נישט אייביג ממש דאפעלט - וואס פארשענערען און מאכן רייך דעם שפראך. און דאס טרעפט מען שוין אין די תורה אזוי ווי איר ברענגט בחרבי ובקשתי וכדו׳.
----

״מיר האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל, און געארבעט מיט שווייס און בלוט, קינד און קייט האבען געהאלפן מיט ראט און טאט און אריינגעלייגט קאפ און מח, אבער טראץ פלאג און מיה האט עס געהאלפען א פייג און א רעטעך, מיר האבען געכאפט קאלטס און ווארעמס און מיר זענען פשוט און פראסט מיט זאק און פאק אוועקגעגאנגען!״
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אין קארגע צוויי שורות אזוי פיל אריין געלייגט! שמחת עולם ביזט גוט! באזיצ'סט ערענסט די שפראך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
Out of towner
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Out of towner »

ער האט פייגלעך אין קאפ
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

ניק ניק האט געשריבן:"....... האט עס גענאגלט" איז געווארן שטארק פאפולער דא לעצטענס.

ואלעזר בני קבע בה מסמרות. (ב"ב ז:)
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

פון ווי שטאמט די ווארט "צופידעלט" און וואס איז די באדייט פון דעם?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

טענו לו בחיטים והודו לזכר קדשו
פון ווי שטאמט דער אויסדריק, האט עס א מעשה צו זיך?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

פלאחותיך האט געשריבן:טענו לו בחיטים והודו לזכר קדשו
פון ווי שטאמט דער אויסדריק, האט עס א מעשה צו זיך?

איך גלייב אז דאס ווייסטו אז עס איז א מליצה פון טענו בחיטים והודה לו בשעורים, והודו לזכר קדשו.
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:פון ווי שטאמט די ווארט "צופידעלט" און וואס איז די באדייט פון דעם?

"צושפילט" ווייסאטו? א שפילער פידלט
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

העי, ווער האט פארכאפט מיין אוועטאר? און נאך דא אין גראמאטיק פארום???!!!
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

דיין ברודער...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”