בלאט 1 פון 1

אפטייטש פונעם ווארט, הער.

געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2007 4:49 pm
דורך מעסטערמיינד
כ'הער, האט געפרעגט אויפן ווארט פאר, מיר איז שווער דער ווארט "הער"

דגמאות,

איך "הער" נישט וואס דו זאגסט, דא גייט עס ארויף אויף די שמועה.

אי "הער" נישט אויף צו טראכטן, דא גייט עס אין א בחינה פון כסדר צו וו''ע,

אשר, וואס איז דער ווארט,

נישט אויס מישן מיט "הער" קרעמער, צו מיינע חשובע "הארן"/"הערן"

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 12:05 am
דורך שוועמל
הער קען מיינען דריי באזונדערע זאכן וואס איינס איז אומאפהענגיק אינעם אנדערן,

דאס גלייכן געפונען מיר ביי א צאל ענגלישע ווערטער אויכעט, למשל : certain קען מיינען 'געוויסע' אדער 'זיכער'.


און אויף אידיש האסטו נאך א ווארט [פאלט מיר יעצט ביי] 'פאנג', עס קען מיינען = איך פאנג יעצט אן, אדער מיינט עס = איך פאנג א הערש.
און אזוי אינמיטן רעדן פאלט מיר ביי נאך איינסס, דאס ווארט 'אזן'', עס קען מיינען = איך פאנג יעצט אן, אדער מיינט עס = איך גיי אן דעם הוט.

וכדומה וכדומה וכן רבות

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 12:31 am
דורך מאשקע
די ענגלישע ווארט CERTAIN מיינט "באשטימט". אין תוך גענומען, שטאמען ביידע ווערטער - געוויסע און זיכער - פונעם זעלבן ווארט "באשטימט". דו"ק ותשכח.

געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2007 11:10 am
דורך קרעמער
מאשקע האט געשריבן:די ענגלישע ווארט CERTAIN מיינט "באשטימט". אין תוך גענומען, שטאמען ביידע ווערטער - געוויסע און זיכער - פונעם זעלבן ווארט "באשטימט". דו"ק ותשכח.


עס איז אינטערסאנט, אבער אריינקלערנדיג אין די ווארהייט פון דיינע רייד, האב איך אין אכט גענומען אז די ווארט "געוויס" קען אויך באדייטן די צוויי באגריפן: 1) איר ווייסט געוויס (באשטימט, זיכער). 2) געוויסע זאכן (ספעציפישע).

באבילאן זאגט אויף "CERTAIN" צוויי באזונדערע אפטייטשן:
certain
adj. sure, definite; particular, specific

געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2007 11:44 am
דורך מאשקע
קרעמער, מ'דארף אריינקלערן דערין, ווייל געוויסע זאכן (ספעציפישע) מיינט אויך באשטימט, א באשטימטע זאך.

געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2007 12:15 pm
דורך קרעמער
איך האב בלויז מחזק געווען דיינע רייד בנוגע באשטימט, נישט אפגעפרעגט חלילה. עס בלייבט נאר איבער צו קלערן די סיבת הדבר, פארוואס טאקע זאלן די צוויי ווערטער גייען האנט אין האנט סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש.

Re: אפטייטש פונעם ווארט, הער.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:46 am
דורך היסטאריש
מעסטערמיינד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2007 4:49 pm
כ'הער, האט געפרעגט אויפן ווארט פאר, מיר איז שווער דער ווארט "הער"

דגמאות,

איך "הער" נישט וואס דו זאגסט, דא גייט עס ארויף אויף די שמועה.

אי "הער" נישט אויף צו טראכטן, דא גייט עס אין א בחינה פון כסדר צו וו''ע,

אשר, וואס איז דער ווארט,

נישט אויס מישן מיט "הער" קרעמער, צו מיינע חשובע "הארן"/"הערן"
'הערן'; זיי הערן נישט וואס דו זאגסט, זיי הערן נישט אויף גיין, א גוטן מיינע הערן, עס וועט (גע)הערן צו אים, מ'וועט אים (פאר)הערן.

Re:

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:46 am
דורך היסטאריש
קרעמער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2007 11:10 am
מאשקע האט געשריבן:
די ענגלישע ווארט CERTAIN מיינט "באשטימט". אין תוך גענומען, שטאמען ביידע ווערטער - געוויסע און זיכער - פונעם זעלבן ווארט "באשטימט". דו"ק ותשכח.
עס איז אינטערסאנט, אבער אריינקלערנדיג אין די ווארהייט פון דיינע רייד, האב איך אין אכט גענומען אז די ווארט "געוויס" קען אויך באדייטן די צוויי באגריפן: 1) איר ווייסט געוויס (באשטימט, זיכער). 2) געוויסע זאכן (ספעציפישע).
און דאס 'געוויסן'.