אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

למדן וצדיק האט געשריבן:יא אודאי


[align=center]ציטירען א אידישיסט אלס AUTHORITY איז פשוט עקעלדיג[/align]
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קיקיון האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:יא אודאי


[align=center]ציטירען א אידישיסט אלס AUTHORITY איז פשוט עקעלדיג[/align]

קענסט שרייבן וואס דו קלערסט אויך מיט נארמאלע, שווארצע אותיות.

ס'איז אויך גענוג אז דו שרייבסט עס איינמאל אין איין אשכול.

מיט פארשטענדעניש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

וואס איז דער לשון עבר פון "זיצן"? געזעצן, געזעסן, אדער געזיצן?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

viewtopic.php?f=17&t=2467

איך פיר מיך צו שרייבן געזעסן.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

א ריזיגן ייש"כ! אזוי שטייט אין ווערטערבוך און איך פיר מיך אויך אזוי. כהאב נאר באקומען ענקזייעטי אז ס'איז פאני.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואלאזשין, וואלאזשאן, אדער וואלאזשען?

איך זע אלס פאפולער צו שרייבן וואלאזשאן, אבער רבי חיים וואלאזשענער. דאס איז פארשטענדליך א סתירה.

אויב איז נישט דא קיין אנגענומענער וועג אין אידיש, וואלט געווען דאס ריכטיגסטע מיט א י', וויבאלד אזוי הייסט די שטאט אין בעלארוסיש (Валожын) -- מיט א שטארקן חיריק.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איך שרייב וואלאזשין. און אגב, איז שוין אויך כדאי צו מאכן סדר ווי אזוי אויסצולייגן נעמען פון שטעט. די יידישיסטישע מהלך פון אויסלייגן געהעריג לויט׳ן היינטיגן מהלך איז נישט פראקטיש.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איך געדענק מיך נישט זען אנדערש ווי וואלאזשין.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:איך שרייב וואלאזשין. און אגב, איז שוין אויך כדאי צו מאכן סדר ווי אזוי אויסצולייגן נעמען פון שטעט. די יידישיסטישע מהלך פון אויסלייגן געהעריג לויט׳ן היינטיגן מהלך איז נישט פראקטיש.

וואס הייסט? מיט אן ע' אנשטאט אן א' סוף ווארט?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ער רעדט מסתמא פון שרייבן זידעטשויוו און בארדיטשעוו.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ריכטיג, אלע שטעט וואס ענדיגן זיך מיט ־וב. ווי אויך טאקע דער ע' אנשטאט דעם א'. ס'דא פלעצער וואו סמאכט סענס, למשל אוקריינע, אבער "ווארשע" אדער "קראקע" מיין איך איז שוין אביסל מאדנע. ווי אויך די שטומע ע'ס מיט ה'ס. מ'דארף זען וואס מטוט מיט אזעלכע נעמען ווי בעהמען, מעהרן, וואהלין מאהלוב וכו'.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

די פראקטישסטע איז אז מ'לייגט אויס די נעמען פון שטעט לויט די טראדיציע, נישט לויט וויאזוי ס'וואלט געדארפט קומען לויט די כללים. אזוי איז אויך אנגענומען ביי לעצטע נעמען.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אוקריינע, אמעריקע, און קאליפארניע זענען גארנישט אנדערש ווי קראקע, ווארשע, אדער ווילנע. ביידע דארפן ווערן אויסגעלייגט די זעלבע. איך שרייב די אלע מיט אן ע'.

בנוגע די ה' האלט איך ווי @קלאצקאפ. אזוי קומט עס און פארטיג. אז איינער וועט שרייבן מערן, וועט מען אריינברענגען מייערן...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

ברסלב אדער ברעסלאוו?
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איך פרוביר מער ווייניגער זיך צו האלטן צו די כללים:

♦ שטעט וואס ענדיגן זיך מיט ־וב, זאל מען לאזן אזוי, נישט: ־אוו

♦ שטומע ע'ס מיט ה'ס לאז איך אויך טאקע.

♦ שטעט וואס איז יארן לאנג געווען אנגענומען עס אויסצולייגן אויף לשה"ק לאז איך אזוי, למשל, ברסלב און רימנוב

♦ און וועגן די ע'ס מיט די א'ס: איך פלעג מיך אויך אמאל פירן צו שרייבן אלעמאל מיט אן ע', למעשה איז עס שוין געווען אביסל צו מאדנע. איז למעשה פיר איך מיך טאקע אז אלטע שטעט וואס אלעמאל געווען אנגענומען אויסצולייגן מיט אן א', לאז אויך אזוי. נייע שטעט אין לענדער שרייב איך יא מיט אן ע'.

ווי אויך דארף מען זען וואס מען טוט מיט שטעט וואס ענדיגן זיך בכלל נישט מיט קיין קלאנג, למשל, סאדיגורא, סקווירא, בעלזא. אויך ראכמיסטריווקא דארף מען טרעפן עפעס א נארמאלן וועגן דאס אויסצולייגן.
לעצט פארראכטן דורך למדן וצדיק אום דינסטאג יאנואר 12, 2021 5:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

למדן וצדיק האט געשריבן:א ריזיגן ייש"כ! אזוי שטייט אין ווערטערבוך און איך פיר מיך אויך אזוי. כהאב נאר באקומען ענקזייעטי אז ס'איז פאני.

גם אני בחלומי, סיי איך שרייב אזוי און איך בין אויך [געווען] מסופק.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

א נייע פרעזידענט איז היינט איינגעשוואוירן געווארן אין אמעריקע, און אויסער די געווענליכע פאליטישע קריגערייען צווישן די צוויי פארטייען, איז אויך דא אן עטוואס לייכטערע חילוקי דעות, ווען בעת וואס מאנכע שרייבן 'ביידען' שרייבן אנדערע 'ביידן' אן דעם ע'. וואס זענען די צדדים און ווי אזוי איז ריכטיגער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ביידן איז מסתמא ריכטיגער לויט ווי מ'זאגט ארויס דאס ווארט.
ביידען איז ווען מ'זעצט עס איבער פון ענגליש, אזוי אויך האט עס א מעלה צו פונאנדערשיידן פון ביידן (שניהם, both).

אזוי צי אזוי דארף מען זיך טאקע פאראייניגן ווי אזוי אויסצולייגן זיין נאמען. ווי אזוי שרייבן די אידישע צייטונגען?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

גרשון האט געשריבן:ביידן איז מסתמא ריכטיגער לויט ווי מ'זאגט ארויס דאס ווארט.
ביידען איז ווען מ'זעצט עס איבער פון ענגליש, אזוי אויך האט עס א מעלה צו פונאנדערשיידן פון ביידן (שניהם, both).

אזוי צי אזוי דארף מען זיך טאקע פאראייניגן ווי אזוי אויסצולייגן זיין נאמען. ווי אזוי שרייבן די אידישע צייטונגען?


די צייטונגען שרייבן מסתמא ביידען, פון ערגעץ בין איך אזוי געוואוינט. אויף אייוועלט איז עס שארף צעטיילט. דארף מען זען וואס מ'קען טון.
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

דאס ווארט "מופן" "מופט" איז בכלל א אידישע ווארט?
אין אידיש זאגט מען לכאורה "זיך ציען".

כמדומה לי, האט מען דאס גענומען פונעם ענגלישן move, נאר די v מיט די פ האט מען מתחלף געווען (ו' און פ' זענען פון די זעלבע מוצאת הפה, עס פארטוישט זיך גרינג). אבער דער חידוש מיט דעם איז, אז דאס איז געווארן כהיום א חלק פונעם אידישן שפראך און מען זאגט עס און מען שרייבט עס אזוי. לדוגמא דאס ווארט "וואקן" walk וכדו', וואס מענשטן רעדן אויך אזוי וועסטו נישט טרעפן אויף אן advertisement וכדו' אדער אז א גוטע רעדנער זאל אזוי זאגן, משא"כ מופן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ריכטיג, אין א לעבעדיגער שפראך קומען כסדר צו נייע ווערטער. ס'מאכט דעם לעקסיקאן גרעסער און זאפטיגער. אויסער וואס "ציען" הערט זיך מער טרוקן ווי "מופן", גיבט עס פשוט נאך א סינאנים מ'זאל קענען פארשענערן דעם זאץ.

ס'איז אויך שטארק געוואנדן אין דער נאטור פון דער שפראך. ענגליש צב"ש, איבערהויפט אמעריקאנער ענגליש, איז באוואוסט אלס א "וואקיום" וואס כאפט צו זיך יעדעס ווארט וואס טרעט אריין אין אירע גרעניצן. אזוי זענען אומצאליגע אידישע ווערטער געווארן לעגאלע אימיגראנטן און שפעטער בירגער אין דער שפת המדינה -- אריינגערעכנט ווערטער וואס אידיש רעדנדע זעלבסט האבן שוין פארגעסן...

פון דער צווייטער זייט איז דא למשל פראנצויזיש וואס האט גאר שטרענגע אימיגראציע פאליסיס צו באשיצן איר אידענטיטעט. דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס זי האט אנגעוואוירן איר אנערקענונג אלס אינטערנאציאנאלע שפראך וואס זי האט אמאל געהאט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

וויאזוי זאגט מען אמעריקאנעם "באדן", מיט א פארמאכטע קמ"ץ כמו 'דא' אדער אן אפענע כמו 'דארט'?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פארמאכט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

עפעס אינצווישן, מער אפן ווי פארמאכט, ווי דער דייטשער boden.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גרשון האט געשריבן:עפעס אינצווישן, מער אפן ווי פארמאכט, ווי דער דייטשער boden.

אפן זאגט מען נאר ווען ס'איז מחובר. ביי באדן איז די א' נישט מחובר מיט'ן ד'.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”