אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

farshlufen האט געשריבן:נע

פויליש מעגליך
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

ווי אזוי שרייבט מען ארויס ריכטיג דאס ווארט 'הערויעשן' אקט?
(שטאמט דאס פונעם ענגלישן ווארט 'הירו'?)
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
פיצי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 1:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען ארויס ריכטיג דאס ווארט 'הערויעשן' אקט?
(שטאמט דאס פונעם ענגלישן ווארט 'הירו'?)

העראיש. הירו אין ענגליש מיינט א העלד, דארף מען נאר פארשטיין די חילוק צווישן א העראישע אקט און א העלדישע
דו ביסט אויך אמאל געווען פיצי
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

פיצי האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען ארויס ריכטיג דאס ווארט 'הערויעשן' אקט?
(שטאמט דאס פונעם ענגלישן ווארט 'הירו'?)

העראיש. הירו אין ענגליש מיינט א העלד, דארף מען נאר פארשטיין די חילוק צווישן א העראישע אקט און א העלדישע

א דאנק.
איז דא בכלל א חילוק צווישן די צוויי? ווען נוצט מען דאס? און אויב איז דא א חילוק איז וויאזוי זאגט מען הירו אין אידיש?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

דוכט זי, 'העראאיש' איז ריכטיגער
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וועלטניק האט געשריבן:דוכט זי, 'העראאיש' איז ריכטיגער

אמת
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
פיצי האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען ארויס ריכטיג דאס ווארט 'הערויעשן' אקט?
(שטאמט דאס פונעם ענגלישן ווארט 'הירו'?)

העראיש. הירו אין ענגליש מיינט א העלד, דארף מען נאר פארשטיין די חילוק צווישן א העראישע אקט און א העלדישע

א דאנק.
איז דא בכלל א חילוק צווישן די צוויי? ווען נוצט מען דאס? און אויב איז דא א חילוק איז וויאזוי זאגט מען הירו אין אידיש?

העראאישער פערזאן
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

כ'מיין ס'איז די זעלבע זאך נאר העלדיש איז אידיש און העראאיש שטאמט פון ענגליש.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אין דייטש און האלענדיש נוצט מען ביידע, מסתבר אז זיי האבן עס אויך גענומען פון ענגליש וואס האט עס גענומען פון לאטיין.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למעשה ניצט מען "העראאיש" נאר אלס שילדערונגס ווארט (adjective), ער איז העראאיש, אן העראאישער אקט, נישט אלס זאך-ווארט (noun), ער איז א הערא.
"העלד" ניצט מען אבער אין ביידע פארמען: א העלדישער אקט, ער איז א העלד.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חלב ישראל האט געשריבן:אין דייטש און האלענדיש נוצט מען ביידע, מסתבר אז זיי האבן עס אויך גענומען פון ענגליש וואס האט עס גענומען פון לאטיין.

למען הפונקטליכקייט: ענגליש איז א גערמאנישע שפראך (די זעלבע משפחה ווי דייטש), אבער א גרויסער חלק פון ענגליש - בערך א דריטל - קומט פון פראנצויזיש, וועלכע איז א לאטיינישע שפראך, פון דער עפאכע ווען פראנקרייך האט געהערשט אין ענגלאנד (דאכט זיך מיט בערך 900 יאר צוריק).

דייטש איז באאיינפלוסט פון לאטייניש, דעריבער זענען דא אסאך לאטיינישע ווערטער וועלכע געפינען זיך סיי אין ענגליש און סיי און דייטש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

באקומען אין אישי
........ האט געשריבן: פארריכט די קעפל פונעם אשכול.
שיק א בריעף צו State Education Department and Board of Regen
בריוו, נישט בריעף.

איך האב אים גענטפערט
https://translate.google.com/#view=home ... a%20letter
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קיקיון האט געשריבן:באקומען אין אישי

ריכטיג. כן נוהגין.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קיקיון האט געשריבן:באקומען אין אישי
........ האט געשריבן: פארריכט די קעפל פונעם אשכול.
שיק א בריעף צו State Education Department and Board of Regen
בריוו, נישט בריעף.

איך האב אים גענטפערט
https://translate.google.com/#view=home ... a%20letter
אטעטשמענטס
Screenshot_2019-07-14-08-46-31-1.png
Screenshot_2019-07-14-08-46-31-1.png (46.19 KiB) געזען 3096 מאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

כ'פארשטיי נישט דאס גאנצע סאמעטוכע, איינער דינגט זיך אויף דעם?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פון דעם ג'גולם'ס קענטעניש פון אידיש / יודיש ווער איך זייער ווייניג נתפעל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

"בריעף" איז ליטווישע אידיש, כנהוג אצלם צו פארשארפערן ווייעכע קלאנגען, ואו ווערט א פה, גימל ווערט א קוף וכו'.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35423
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איר שיקט דאך צו דויטש, דארט זיינען די ווי"ו מיטן פ"א [רפוי'] גאר נאענטע קרובים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

חלב ישראל האט געשריבן:"בריעף" איז ליטווישע אידיש, כנהוג אצלם צו פארשארפערן ווייעכע קלאנגען, ואו ווערט א פה, גימל ווערט א קוף וכו'.

כמו שנתבאר לעיל על דאקעגן - דאגעגן
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נאך איבער דער J קלאנג אין אידיש:

ארגינעל קומט צו שרייבן דזש, כאטש ס'איז נישט קלאר פארוואס דער ז האט דא אריינגעוואנדערט, און דער לאנגער דריי-אותיות'דיגער קלאנג קען היבש נערווירן ביי אזא ווארט ווי אראנדזש-דזשוס. אנדערע שרייבן טאקע בלויז דש, אני הקטן האלט מיך אבער צום דזש ווען איך שרייב.

נאכדעם זענען דא וואס שרייבן דז. דאס איז נישט לאגיש, ווייל די צוויי אותיות קלינגען נישט J. אבער די חסידות'ן מאדזיץ און דזיקוב מיין איך אז מ'שרייבט יא אזוי. ווער ווייסט? אפשר האט מען געזוכט צו פארקורצן דעם לאנגען דזש, היות דז קען מען נישט אפליינען אנדערש, אדער איז עס פשוט א טעות.

ס'זענען אויך דא וואס שרייבן זש. דאס איז מסתמא נישט ריכטיג, ווייל ס'קלינגט אנדערש, אזוי ווי אין די ווערטער אזש און קאמופלאזש. אין ענגליש איז דא דער קלאנג ביים קאליר beige, אבער ווי איר זעט שרייבט מען עס אויך מיט א G, ווידעראום אין פראנצויזיש ליינט מען סיי א G און סיי א J זש, אבער אין אידיש איז דא דער חילוק.

אינטערעסאנט איז "רבי חיים פאלאג'י," וואס יעדער שרייבט מיט'ן ג'. דאס קומט פון עיברית; אין אידיש שרייבט מען דאס קיינמאל נישט אזוי. אבער גיי שרייב "ר' חיים פאלאדזשי" -קיינער וועט נישט וויסן פון וועמען דו רעדסט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

די זי"ן פון מאדזיץ און דזיקוב קען זיין אז מ'דארף עס ארויסזאגן ווי די זי"ן פון אסאך אנדערע שטעט, ווי וויזניץ, קאזניץ, ליזענסק און זבאריז.

די ג' פון פאלאג'י קומט פון אראביש וואס זיי זאגן עס אזוי ארויס, א גמל (קעמל) אין אראביש זאגט מען דשאמאל אא"וו, די תימענע אידן זאגן אויך אזוי ארויס א גימ"ל, און פון דארט איז עס אריבער צו עברית.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ויזניץ מאנסי שרייבן דאכט זיך וויזשניץ.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חלב ישראל האט געשריבן:די זי"ן פון מאדזיץ און דזיקוב קען זיין אז מ'דארף עס ארויסזאגן ווי די זי"ן פון אסאך אנדערע שטעט, ווי וויזניץ, קאזניץ, ליזענסק און זבאריז.

די ג' פון פאלאג'י קומט פון אראביש וואס זיי זאגן עס אזוי ארויס, א גמל (קעמל) אין אראביש זאגט מען דשאמאל אא"וו, די תימענע אידן זאגן אויך אזוי ארויס א גימ"ל, און פון דארט איז עס אריבער צו עברית.

לכאורה וואלט טאקע געווען מער ריכטיג וויזשניץ, קאזשניץ, ליזשענסק, און מעזשיבוזש, כאטש די לעצטע צוויי שרייבט קיינער נישט. דער ז' קומט מסתמא ווייטער פון עיברית, ווי מען שרייבט ז' פאר זש. די נעמען פון די שטעט זענען מיט א זש, און די אידן האבן עס זיכער גערופן די זעלבע, נאר היינט איז עס פארגעסן געווארן. (זבאריז האב איך גראדע נישט געוואוסט.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אדער קען זיין אז עברית האט עס גענומען פון אידיש, דארף מען טאקע קוקן אין די אלטע ספרים וויאזוי זיי שרייבן עס.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

גרשון האט געשריבן:נאך איבער דער J קלאנג אין אידיש:

ארגינעל קומט צו שרייבן דזש, כאטש ס'איז נישט קלאר פארוואס דער ז האט דא אריינגעוואנדערט, און דער לאנגער דריי-אותיות'דיגער קלאנג קען היבש נערווירן ביי אזא ווארט ווי אראנדזש-דזשוס. אנדערע שרייבן טאקע בלויז דש, אני הקטן האלט מיך אבער צום דזש ווען איך שרייב.

איך ווייס נישט וואס דער ז׳ באדערט דיר, מ׳הערט עס קלאר אינעם G קלאנג, אן די ז׳ הערט זיך עס ווי טש - Ch
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”