וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
וואלסט געפארן מיט א גוטן דרייווער אן לייסענס אויף א שיפן שטראז מיט א קליף אויף דער זייט? איך נישט. קען יעדער מיט לייסענס דרייוון דארטן? אויך נישט. אבער דער מיט לייסענס האט כאטשיג עפעס געלערנט.
דרייוון ווערט קיינער נישט געבוירן קענענדיג, מען מוז זיך דאס לערנען,
משא"כ חכמה בכלליות און חכמת הנפש בפרטיות קען מען ווערן געבוירן דערמיט, עס זענען דא מענטשן וואס פארשטייען זייער גוט יענעם און האבן א געפיל צו העלפן, בפרט היימישע אידן, וואס מיר שטודירן נישט און נעמען א לייסענס וועט געדויערן 4 יאר פלאס, ממילא איז נישט שייך דאס צו אימפלעמענטן.

איך טראכט נאר הויך.
וואלסט זיך געלאזט אפערירן ביי איינעם וואס האט א פארשטאנד אין מעדיצין אבער האט זיך נישט געלערנט?

דאס וואס דו שרייבסט איז טאקע די גרעסטע חורבן, קומט א מענטש מיט א געפיל צו א נפש, ווען ער לערנט זיך ווען די פיר יאר וואס דו שרייבסט דא וואלט ער געווען א גאון אין נפש, למעשה האט ער אבער שוין יעצט געוואלט מאכן די געלט און ער האט מחליט געווען צו פראקטיצירן דאקטעריי בעיסט אויף זיין ארעמען פארשטאנד.

דאס איז די חורבן.

אנדערש ווי פיזישע פראבלעמען איז אבער גייסטישע פראבלעמען א נעפל, וואס פאר איינעם איז גוט איז פאר א צווייטן א גיהנם, וואס מיינסטו טוט מען די 4 יאר שטודירן? מען נעמט אלע אינפארמאציע אוועילעבל און מען לערנט עס אויס פאר די צוקונפטיגע נפש דאקטורים, מען פארהערט עס, און ווער עס קען גוט אויף די טעסט באקומט א לייסענס וואס דאס איז א באשטעטיגונג אז יענער האט טאקע געלערנט און ער קען עס.

העלה על הדעת אז אן דעם זאל מען בכלל קענען? ווילסט זיך נישט לערנען? גיי ארבעט אין גראסערי! וואס שפילסטו מיט יענעמס לעבן?
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
נודניק
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

שלמה ברוך האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
כ

און די וויכטיגסטע זאך איז:
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
האלא בארוהאיג דיך עס זעט אויס ווי א פארווייטאגטע מענטש רעדט דא
עס איז מענטשען וואס האבן נישט קיין לייסענס אבער פארשטייען נאך פיל בעסער צו די נושא ווי מענטשען מיט לייסענס
די בעסטע איז יעדער האט גוטע עהרליכע אידן מיט וועם זיך צו דורכרעדן
די רבנים, דיינים, מנהיגים, זיי האבן פיל פיל עקספיריענס אין די עניינים זיי האבן גאר אסאך פידבעק
די פראבלעמען הייבן זיך אן ווען מען טוט זאכן אויף די אייגענע האנט און מען פרעגט נישט די ריכטיגע מענטשען און מען מאכט נישט די ריכטיגע ריסוירטש
און אפי' מיט די אלע זאכן קען א מענטש נאך אלס האבן א דורך פאל א טעראפידט אפי' א גאר מוצלוח'דיגע איז אויך נאר א מענטש און נישט קיין מלאך
מען דארף שארק מתפלל זיין אויף סייעתא דשמיא אז מען זאל אנקומען צו די ריכטיגע שליחים

בארוהיג דיך נישט!! נעם א מייק אין שריי אין די גאסן! מטאר נישט גיין צו א נישט לייסענסד,

דאס דארף זיין די רויטע ליניע,
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעטערלינג »

טישטוך האט געשריבן:

א ברודער דערציילט מיר: קענסט די גרויסע באקאנטע עסקנ׳טע מרת געדערים (פיקטיווער נאמען)? איז אזוי. זי האט גענומען מיין שוועסטער אלס א פראיעקט איר אויסצומענטשלען בעפארן חתונה, דאס קינד איז אצינד גע׳גט, און ער רעדט נישט מיט די פאמיליע, נאר מיט מרת געדערים, זי שלאפט דארטן און עסט דארט, זי וויל נישט הערן פון צוריקקומען אהיים צום נעסט פון אירע באליבטע עלטערן וואס האבן נאר געוואלט זיין גוטס.

א טאטע דערציילט מיר: מיין טאכטער האט נישט גערעדט מיט מיר פאר פיר גאנצע יאר! אן אזויגערופענער ׳פארשטייער׳ האט גוזר געווען אויף מיין טאכטער אז זי טאר נישט מיט מיר רעדן ווייל איך פאראורזאך איר טראומע, און דערפאר איז אויף מיר געפאלן די לאסט פון בענקעניש צו מיין אייגן בלוט און פלייש וואס פאשעט אין פרעמדע פעלדער ביי היימישע.

א מאמע בוכה׳ט צו מיר: מיינע דריי זין ווילן נישט מיט מיר פארטוישן א ווארט! זיי אלע האבן שיינע ערליכע אידישע שטיבער, און איך באבע טאר נישט שעפן דעם נחת פון מיינע אייניקלעך. אן אומגעלייסענסטער טעראפיסט וואס איך האב זיי צוגעשטעלט און געצאלט געלט, האט משדל געווען אחד מגדולי דורינו זצ״ל וואס האט זיי מסביר געווען נאכן ווערן געשטאפט פון דעם רשע - אז מיט מיר טארן זיי נישט האבן קיין שייכות.

א זיידע פארציילט מיר: אויב וואלט דאס פארגעקומען ביי יענעם אין שטוב וואלט איך לכאורה נישט געהאלטן אז דער ׳עסקן׳ איז אומגערעכט, אבער היות איך ווייס אז מיין טאכטער איז אומשולדיג, וויאזוי קען איך שלאפן ביינאכט ווען איך זעה ווי מען פארגיסט איר בלוט? ווען איך זעה ווי מען רייסט פון איר אוועק איר בר מצוה בחור׳ל און זי קען זיך נישט אנרופן א ווארט?

א גרוש דערציילט מיר: איך האב זיך בכלל נישט געוואלט גט׳ן. אלס האט זיך אנגעהויבן ווען איך האב געוואלט ׳אימפראוון׳ מיין שלום ביח, און די פרוי וואס האט אונז אנגעהויבן ׳העלפן׳ האט מיר ליידער געפירט ביז א פולקאמער גט. מיין ווייב איז אנטלאפן פון מיר און געוואוינט ביי איר אין בעיסמענט ביז איך האב זיך געבראכן און געגעבן א גט, און אויב איז דאס נישט גענוג האט זי נאך מסביר געווען פאר מיין אינגעלע אז ער דארף נישט מכבד זיין א טאטע ווייל ער האט נישט א נארמאלע טאטע.

א באם דערציילט מיר: איך בין ליידער פארשוועכט געווארן אלס קינד און געליטן אסאך טראומע, אבער די סיבה פארוואס איך בין ארויס לתרבות רעה איז וויבאלד מען האט מיר איבערגערעדט אלס בחור צו גיין קעגן מיינע עלטערן. איך האב נישט געקענט פארנעמען די היץ, און איך בין אינגאנצן צודרייט געווארן דערפון. היינט האב איך זיך איבערגעבעטן מיט מיינע עלטערן, און ווען איך זעה דעם ׳עסקן׳ שפיר איך אז עס איז עק וועלט.

א גאר חשוב׳ער רב בישראל זאגט מיר בזה״ל: ״דאס איז א האלאקאוסט און א בכיה לדורות! ווען עס וועט קומען די צייט וועלן די אלע אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדן איבריגן טרער וואס זיי האבן פאראורזאכט״. בלוט איז נישט קיין וואסער, און די וואס טרונקען עס וועלן ביטער און שלעכט אפשניידן. עס איז א ווייטאג און א פחד וואס דא טוט זיך היינט אפ - ואין פוצה פה ומצפצף.

טייערע אידן!

עס ברענט א פייער און מיר מוזן עס פארלעשן פאר יעדן פרייז. ליידער איז יעדע אויבנדערמאנטע געשיכטע אמת ויציב, און ווען איך קען וואלט איך עס ארויפגעלייגט מיט נעמען און טעלעפאן נומערן צו וועריפייען. אויב איז דער תירוץ אז ״אויף יעדן וואס טוט האט מען טענות״ בין איך מוסר ומודיע אז דער תירוץ איז מופרך פון אנהויב ביזן סוף. ווי האט יענער געזאגט? אויף איין קשיא איז דא איין תירוץ, אויף צוויי קשיות איז דא צוויי תירוצים, אבער אויף צען קשיות איז נאר דא איין תירוץ.

און די וויכטיגסטע זאך איז:
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
1000% מסכים.

נאר פון דיינע ביישפילן- דו ברענגסט ראיות פון מענטשן וואס זייער משפחה איז געגאנגען אויף טעראפי. ווילאנג דו הערסט נישט פון זיי אליין, ווייסטו נישט וואס דער אמת איז.

א- א קינד וואס זוכט זיך א צווייטע מאמע, איז זייער מעגליך אז דא איז געווען גרויסע פראבלעמען פון פריער, וואס דאס האט מען נישט מיטגעטיילט מיט דיר.

ב- וואס מיינסטו? אן אביוסיוו טאטע וועט זיך אמאל מודה זיין אז ער איז די גורם פון טראמא? וואס זאגט דאס קינד אז עס האט פאסירט?

ג- 3 זוהן ווילן נישט רעדן מיט איר? אזוי גרינג קען מען איינרעדן 3 ערוואקסענע קינדער? עס זעהט מער אויס ווי זי דארף זיך קוקן אין שפיגל.

ד- אז דער מדובר אליין זאגט אזוי- בין איך מסכים מיט דיר.

ה- רבנים זענען נישט קיין טעראפיסטן און טעראפיסטן זענען נישט קיין רבנים.

יעצט איך בין טויזנט פערצענט מסכים מען זאל נאר גיין צו לייסענסד, אבער די ספעציפישע ביישפילן מוזן נישט פונקט ווי איר האט געהערט.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

דאס איז אמאל זיכער אז לייסענס גיט צו. די גמרא זאגט שוין אויף א דאקטאר אז ער וויל נישט שלאכט מאכן זיין באגלייבקייט. דאס מיינט, ער וויל נישט פארלירן זיין לייסענס. אבער...

עס איז דא אסאך שלעכטע לייסענס טעראפיסטן. מען דארף זיין זייער געווארענט. כמה מעשיות פון פארפעלקער וואס זענען געגאנגן פאר הילף און האבן בכלל נישט עולה געווען על הדעת צו אפילו טראכטן פון א גט, זיי האבן יא געוואלט אויסארבייטן זייער שלום בית, האבן זיך געטראפן געגט. און דעברעצינער רב ז"ל האט שוין געקלאגט אז דאס געשעט אויך ווען מען גייט צו א דין תורה מיט בוררים, אנשטאט מאן און ווייב זאלן אויסארבייטן זייערע סכסוכם ביי א רב. איך רעד נישט ווען מען דארף זיך טאקע גט'ן. איר רעד ווען ביידע, מאן און ווייב ווילן בלייבן צוזאם און פשוט אויסארבייטן זייערע פראבלעמען.

עס איז אויך דא א גרויסע פראבלעם מיט טעראפיסטן וואס ממש הייסן טוהן זאכן שלא כהלכה וואס עס פעלט בכלל נישט אויס. ווי אויך געוויסע טעראפיסטן פראבירן צו האלטן דעם קלייענט פאר יארן, ווען טעראפי דארף זיין מיט א ציהל פאר goals met. נישט צו זוצן אין טעראפי פאר יארן און ווערען defendant אויפן טעראפיסט.

בקיצור, עס איז דא גיטע ווי אויך שלעכטע לייסענס טעראפיסטן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

עלינו האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:
צעקריגן עלטערן מיט קינדער איז נישט עפעס פארוואס מען פארלירט לייסענס, צעקריגן פארפעלקער איז נישט עפעס פארוואס מען פארלירט לייסענס, ארייננעמען ערוואקסענע קינדער פון שווערע שטיבער צו זיך אינדערהיים איז נישט עפעס פארוואס מען פארלירט לייסענס. אויב עפעס איז עס פארקערט, די רגע וואס דער 'לייסענסד טעראפיסט' סטעמפלט אפ דעם טאטן/מאמען/מאן/ווייב אלס איינער מיט א פערסאנאליטי דיסארדער וכדומה, קען ער שוין טון וואס ער וויל, ער קען זיך צעפירן זיינע הענט לויט וויאזוי זיין הארץ באגערט ואין מי שימחה.
;l;p- ;l;p- ;l;p-

איך פארשטיי נישט וויאזוי מען שרייבט איבער און איבער די זעלבע ליגענט צענדליגע מאל, כל טעראפיסטן אין נפשי והן דא אויף אייוועלט.

א סיבה פאר א לייסענס טעראפיסט צו פארלירן זיין לייסענס וועט א איינער אן לייסענס גיין זיצן אין חד גדיא אפאר יאר!

צום פותח האשכול, פיין געשריבן, און עס איז דא פיל מער ליידער
נישט אמת. א לייסענד טעראפיסט האט אן עטיקעל קאוד אויף וואס ער טאר נישט עובר זיין, און ער קען פארלירען די לייסענס אויף דעם, מה שאין כן א נישט לייסענד טעראפיסט ווי לאנג זי\ער דעקלערן זיך נישט אלץ איינער וואס טוט טעראפי קען מען זיי גארנישט טון.
מצד שני אויב איז געווען אינוואלווד א קריים דארף די טעראפיסט עס באריכטען גלייך.
וכל ערום יעשה בדעת
לאמיר פרעגן אזוי.
ווי יעדער איז מודה איז דא אסאך לייסענסד טעראפיסטן וואס מאכן אן שרעקליכע חרבנות בגשמיות (אחוץ די רוחניות'דיגע), ממש לייגן חרוב וועלטן און דארפן ווערן אראפגעברענגט פון די מאפע.

שאלה נומער 1, פארוואס טוהען זיי דאס אן מורה אז זיי גייען פארלירן זייער לייסענס?
שאלה 2, פארוואס האבן זיי נאכנישט פארלוירן די לייסענס און גייען אן מיט זייערע שמוציגע ארבעט?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

עלינו האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
יא שרייבן נישט שרייבן??...
2 ווערטער ווי שוין ארויסגעברענגט דא, זייער זייער אסאך לייסענסד לעבן און ענדשויען יענעמס בלוט (און געלט) און קענען/העלפן גארנישט.
אזוי ווי דרייווינג לייסענס מיינט נישט אז מען קען דרייוון והא ראיה קוק דיר ארום וויפיל אינגעלייט קענען נישט דרייוון מיט לייסענס און וויפיל בחורים קענען יא וכו, די לייסענסעד שטודירטע ריעל עסטעיט לויער ארבעט אפאר וואכן צו מאכן 5 טויזענט דאלער אויפן קאנטראקט פליפ אויף וואס א יואלי מאכט א מיליאן דאלער ריווח וכו, סך הכל האט עס מיט די מענטעלעטי, עס דארף זיין א מענטש וואס האט א געפיל און חוש צו דעם (און אפשר גענומען לייסענס אויך צו מאכן מער געלט), רוב טאראפיסטן טוען עס נישט פאר דעם נאר צו מאכן געלט ווי יעדע אנדערע דזשאב און מיינען אז מענטשן זענען נאר פיזישע אביעקטן און אויסגעוועלט די דזשאב אשטאטס גיין ארבעטן אין המספיק וכדומה.
סך הכל ווער עס דארף עס זאל אויפזיכן א עהרליכע מענטש מיט פארשטענדעניש אין געפילן און תורת הנפש (בעסער אן לייסענס האט ער נישט שטודירט און אנגעזאפט מיט גוישע השקפות) און ער וועט אי"ה קער נעמען, און לאמיר אייך עפעס מגלה זיין, רובא דרובא דארפן נישט און עס העלפט נישט קיין פילן, אפשר פאר אביסל, שוין מיטגעהאלטן אסאך קעיסעס ביי כנ"ל מיט שטוינענדע סוקסעסן אן פילן פאר פילן פרעסקרייבטע מענטשן וחליפיהן בגולם
און אודאי אלעס בסייעתא דשמיא נאר מיט תורהדיגע השקפה.
פאר דו שרייבסט בעסער אן לייסענס וכו' האב איך געוואלט אויפמערקען איבער א היימישע פרוי פון מאנסי וואס האט געוואלט טון אין תורת הנפש און איר רבי כ"ק ר' לייביש לייזער שליט"א האט איר געהייסען נעמען א דעגרי און לייסענס
איך גיי נישט מזכיר נשמות זיין אבער איך גלייב אז אסאך קענען איר (אדער איר מאן א תלמוד חכם ומורה הוראה)
ווייס איך נישט וואס די שאלה און תשובה איז געווען, מאכט נישט קיין סענס פאר ר' לייביש שליט"א דאס צו זאגן פלעין צו גיין לערנען צו ווערן לייסענסד צו היילן אידישע נפשות, דארף מען וויסן פונקטליכע דעטאלן.
איך רעד למשל ווי ר' הערשל זילבערמאן ל"ל וכדומה עהרליכע אידן אן דעגריעס וואס פארשטייען בעסער און טוען אסאך מער אויף בדרך התורה.
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

@טישטוך
אזוי אמת און גוט ארויסגעברענגט
איך אליין האב מיט געהאלטן פון דער נאנט דו חורבן פון אן אנלייסענד טעראפיסט און דו ישועה פון א לייסענד

אמת׳ע מעשה:
אמאל האב איך געווערטעלט מיט אן אנלייסעניד טעראפיסט מיט אסאך (אזוי געריפנע) עקספרינעס ״זיי נישט co dependent” און ער עפנעט גרויסע אויגן ״וואס איז דאס co dependent?”
א ביטערע געלעכטער

איך בין נישט מודה אז אסאך
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

Kosher Travel האט געשריבן:
דאס איז אמאל זיכער אז לייסענס גיט צו. די גמרא זאגט שוין אויף א דאקטאר אז ער וויל נישט שלאכט מאכן זיין באגלייבקייט. דאס מיינט, ער וויל נישט פארלירן זיין לייסענס. אבער...

עס איז דא אסאך שלעכטע לייסענס טעראפיסטן. מען דארף זיין זייער געווארענט. כמה מעשיות פון פארפעלקער וואס זענען געגאנגן פאר הילף און האבן בכלל נישט עולה געווען על הדעת צו אפילו טראכטן פון א גט, זיי האבן יא געוואלט אויסארבייטן זייער שלום בית, האבן זיך געטראפן געגט. און דעברעצינער רב ז"ל האט שוין געקלאגט אז דאס געשעט אויך ווען מען גייט צו א דין תורה מיט בוררים, אנשטאט מאן און ווייב זאלן אויסארבייטן זייערע סכסוכם ביי א רב. איך רעד נישט ווען מען דארף זיך טאקע גט'ן. איר רעד ווען ביידע, מאן און ווייב ווילן בלייבן צוזאם און פשוט אויסארבייטן זייערע פראבלעמען.

עס איז אויך דא א גרויסע פראבלעם מיט טעראפיסטן וואס ממש הייסן טוהן זאכן שלא כהלכה וואס עס פעלט בכלל נישט אויס. ווי אויך געוויסע טעראפיסטן פראבירן צו האלטן דעם קלייענט פאר יארן, ווען טעראפי דארף זיין מיט א ציהל פאר goals met. נישט צו זוצן אין טעראפי פאר יארן און ווערען defendant אויפן טעראפיסט.

בקיצור, עס איז דא גיטע ווי אויך שלעכטע לייסענס טעראפיסטן.
ביי לייסענסד געשעהט דאס מער ווייל די גוי פארשטייט נישט צי א אידיש לעבן און פון דארט קומט די השקפה ארום די טעראפי כאטש די טעראפי זעלבסט איז בלויז רפואה און א טעראפיסט מיט א אידישע הארץ און שכל וועט אוודאי וויסן ווי איין און ווי אויס אבער פילע ליידער נישט

דעריבער וואלט מען ווען געדארפט שטעלן רויטע ליניעס אויף ביידע ענינים סיי מזאל האבן לייסענס און סיי מזאל אוועקשטעלן א וועד ווי מזאל דארפן האבן א הכשר וכדומה פאר עניני השקפה
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לייברערין האט געשריבן:
@טישטוך
אזוי אמת און גוט ארויסגעברענגט
איך אליין האב מיט געהאלטן פון דער נאנט דו חורבן פון אן אנלייסענד טעראפיסט און דו ישועה פון א לייסענד

אמת׳ע מעשה:
אמאל האב איך געווערטעלט מיט אן אנלייסעניד טעראפיסט מיט אסאך (אזוי געריפנע) עקספרינעס ״זיי נישט co dependent” און ער עפנעט גרויסע אויגן ״וואס איז דאס co dependent?”
א ביטערע געלעכטער
און אז ער קען נישט די טערמינאלאגיע איז וואס?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שטארק זיך האט געשריבן:

און אז דער הארץ דאקטאר ווייסט נישט וואס א הארץ איז, איז וואס?

ביטע רעדן צום זאך.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

KMW האט געשריבן:
עלינו האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
יא שרייבן נישט שרייבן??...
2 ווערטער ווי שוין ארויסגעברענגט דא, זייער זייער אסאך לייסענסד לעבן און ענדשויען יענעמס בלוט (און געלט) און קענען/העלפן גארנישט.
אזוי ווי דרייווינג לייסענס מיינט נישט אז מען קען דרייוון והא ראיה קוק דיר ארום וויפיל אינגעלייט קענען נישט דרייוון מיט לייסענס און וויפיל בחורים קענען יא וכו, די לייסענסעד שטודירטע ריעל עסטעיט לויער ארבעט אפאר וואכן צו מאכן 5 טויזענט דאלער אויפן קאנטראקט פליפ אויף וואס א יואלי מאכט א מיליאן דאלער ריווח וכו, סך הכל האט עס מיט די מענטעלעטי, עס דארף זיין א מענטש וואס האט א געפיל און חוש צו דעם (און אפשר גענומען לייסענס אויך צו מאכן מער געלט), רוב טאראפיסטן טוען עס נישט פאר דעם נאר צו מאכן געלט ווי יעדע אנדערע דזשאב און מיינען אז מענטשן זענען נאר פיזישע אביעקטן און אויסגעוועלט די דזשאב אשטאטס גיין ארבעטן אין המספיק וכדומה.
סך הכל ווער עס דארף עס זאל אויפזיכן א עהרליכע מענטש מיט פארשטענדעניש אין געפילן און תורת הנפש (בעסער אן לייסענס האט ער נישט שטודירט און אנגעזאפט מיט גוישע השקפות) און ער וועט אי"ה קער נעמען, און לאמיר אייך עפעס מגלה זיין, רובא דרובא דארפן נישט און עס העלפט נישט קיין פילן, אפשר פאר אביסל, שוין מיטגעהאלטן אסאך קעיסעס ביי כנ"ל מיט שטוינענדע סוקסעסן אן פילן פאר פילן פרעסקרייבטע מענטשן וחליפיהן בגולם
און אודאי אלעס בסייעתא דשמיא נאר מיט תורהדיגע השקפה.
פאר דו שרייבסט בעסער אן לייסענס וכו' האב איך געוואלט אויפמערקען איבער א היימישע פרוי פון מאנסי וואס האט געוואלט טון אין תורת הנפש און איר רבי כ"ק ר' לייביש לייזער שליט"א האט איר געהייסען נעמען א דעגרי און לייסענס
איך גיי נישט מזכיר נשמות זיין אבער איך גלייב אז אסאך קענען איר (אדער איר מאן א תלמוד חכם ומורה הוראה)
ווייס איך נישט וואס די שאלה און תשובה איז געווען, מאכט נישט קיין סענס פאר ר' לייביש שליט"א דאס צו זאגן פלעין צו גיין לערנען צו ווערן לייסענסד צו היילן אידישע נפשות, דארף מען וויסן פונקטליכע דעטאלן.
איך רעד למשל ווי ר' הערשל זילבערמאן ל"ל וכדומה עהרליכע אידן אן דעגריעס וואס פארשטייען בעסער און טוען אסאך מער אויף בדרך התורה.
הרה״ג רבי עזריאל טויבער זצ״ל האט געהייסן זיין זון הרב שלמה אשר שליט״א גיין שטודירן און באקומען אלעס ביז א דעפלאמע. ער האט געזאגט אז לערנען קען מען אסאך פון זיי אבער מ׳דארף נישט זייער הסכמה, עפעס אזוי.

דערפאר איז וויכטיג צו מאכן ריסיורטש אויפן טעראפיסט, ווייל אפילו ער האט באקומען א לייסענס איז לאו דוקא אז ער פארשטייט צו רפואת הנפש און אז ער איז ריין פון פערסאנאלעטי דיסארדערס.

מיין ציל איז נאר געווען צו שטעלן דעם גרעניץ ביי לייסענס צוליב די פילע דורכפעלער וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן פון אלע צדדים, אבער עס גיבט בכלל נישט א גרינע ליכט צו יעדן בהמה מיטן קארטל און שניפסל (אדער פענסי העמד).
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

טישטוך האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
לייברערין האט געשריבן:
@טישטוך
אזוי אמת און גוט ארויסגעברענגט
איך אליין האב מיט געהאלטן פון דער נאנט דו חורבן פון אן אנלייסענד טעראפיסט און דו ישועה פון א לייסענד

אמת׳ע מעשה:
אמאל האב איך געווערטעלט מיט אן אנלייסעניד טעראפיסט מיט אסאך (אזוי געריפנע) עקספרינעס ״זיי נישט co dependent” און ער עפנעט גרויסע אויגן ״וואס איז דאס co dependent?”
א ביטערע געלעכטער
און אז ער קען נישט די טערמינאלאגיע איז וואס?
און אז דער הארץ דאקטאר ווייסט נישט וואס א הארץ איז, איז וואס?

ביטע רעדן צום זאך.
המשל אינו דומה לנמשל כלל.

ווען הרה״ח ר׳ הערשל זילבערמאן ז״ל האט מרפא געווען נפשות ווען די גרעסטע פראפעסארן האבן געהאט אויפגעגעבן, האט ער קיין פליעדיגן אנונג נישט געהאט וואס קא-דעפענדענסי מיינט. אבער געהיילט איז מען געווארן.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לייברערין האט געשריבן:
אמת׳ע מעשה:
אמאל האב איך געווערטעלט מיט אן אנלייסעניד טעראפיסט מיט אסאך (אזוי געריפנע) עקספרינעס ״זיי נישט co dependent” און ער עפנעט גרויסע אויגן ״וואס איז דאס co dependent?”
א ביטערע געלעכטער
מאדנער ארגומענט דאס.
א מענטש קען וויסן און פארשטיין אז נאך וואס איינער גייט דורך טראומא קען ער ליידן פון אנגעצויגנקייטן און פחדימ'דיגע געפילן, אן וויסן אז מען רופט דאס פי. טי. עס. די. און א מענטש קען וויסן און פארשטיין אז עס זענען פארהאן מענטשן וועלכע קענען אין געוויסע מצבים ליידן פון געפערליכע סטרעס און פאניק, אן אפילו וויסן וואס דאס ווארט 'ענקזייעטי' מיינט.

נישט וויסן א ווארט אדער טערמין און נישט פארשטיין די פונקציעס פון א מענטש'ס קאנטשעס און סוב-קאנטשעס געפילן, זענען צוויי באזונדערע זאכן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שטארק זיך האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
לייברערין האט געשריבן:
@טישטוך
אזוי אמת און גוט ארויסגעברענגט
איך אליין האב מיט געהאלטן פון דער נאנט דו חורבן פון אן אנלייסענד טעראפיסט און דו ישועה פון א לייסענד

אמת׳ע מעשה:
אמאל האב איך געווערטעלט מיט אן אנלייסעניד טעראפיסט מיט אסאך (אזוי געריפנע) עקספרינעס ״זיי נישט co dependent” און ער עפנעט גרויסע אויגן ״וואס איז דאס co dependent?”
א ביטערע געלעכטער
און אז ער קען נישט די טערמינאלאגיע איז וואס?
און אז דער הארץ דאקטאר ווייסט נישט וואס א הארץ איז, איז וואס?

ביטע רעדן צום זאך.
המשל אינו דומה לנמשל כלל.

ווען הרה״ח ר׳ הערשל זילבערמאן ז״ל האט מרפא געווען נפשות ווען די גרעסטע פראפעסארן האבן געהאט אויפגעגעבן, האט ער קיין פליעדיגן אנונג נישט געהאט וואס קא-דעפענדענסי מיינט. אבער געהיילט איז מען געווארן.
וועט מען עס מוזן איינזעצן אין סייעתא דשמיא און אין ערנסטקייט און טוב לב. ווען איך גיי צו מיין רבי׳ן מיט א קוויטל האף איך אויך און איך גלייב אז ער וועט מיר העלפן, כאטש וואס ער האט נישט קיין לייסענס, הימלישע כוחות איז עפעס אנדערש.

ר׳ הערשל האט היינט א יורש? ניין.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ר׳ הערשל איש געווען א מומחה און א ריז. פלוס אן ערליכער איד

ר׳ טישטוך נעמט עס נישט שלעכט. אבער עס קוקט מיר אויס ווי איר האט ׳גאר׳ אסאך צו לערנען אין די גאנצע נושא.

פון וויסן אפאר שוידערליכע געשעענישן בויעט מען נישט קיין דאטא

(מסתמא מיינט איר גוטס)
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שטארק זיך האט געשריבן:
פון וויסן אפאר שוידערליכע געשעענישן בויעט מען נישט קיין דאטא
:!: :!: :!:

כ'ברויך נאך צוענדיגן?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

כבוד הרב טישטוך
[הקדמה: איך בין נאכנישט אזוי קלאר מסודר אין דער נושא],

איך וויל פרעגן;
קענסטו מעשיות פון לייסענסד טערעפיסטן וואס האבן חרוב געמאכט?
אויב יא, זיי מסביר וואס איז די חילוק.

[נ.ב. קען זיין אז דורכאויס די אשכול האסטו שוין מסביר געווען,
אויב יא אנטשולדיגט מיר ביטע,
און צייכנט צו אויף וועלכע בלאט צו זיכן]
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

נאך א שאלה צו כבוד הרב טישטוך,
זענען נישטא "אסאך" פעלער וואס אנלייסענסד האבן געהאלפן?
און פעלער וואס זיי האבן געהאלפן נאכדעם וואס לייסענסד האבן אויפגעגעבן אדער געוואלט אפטיילן וכדומה?

וואס איז דיין מיינונג?

החותם בכבוד
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

האמת אגיד, מיר איז זייער אינטערעסאנט דער גאנצער שמועס ווייל פון וויפיל איך ווייס איז פון די סאמע יסודות פון טעראפי אז דער טעראפיסט פארהאלט זיך נייטראל און שטופט נישט דעם קליענט אנצונעמען איין שריט אדער א אנדערע. איך האב טאקע גע'גוגל'ט דערוועגן און דאס איז ארויסגעקומען

WILL A MARRIAGE COUNSELOR EVER SUGGEST DIVORCE?
Posted on June 27, 2018 in Divorce
Twitter
Facebook
LinkedIn
Oak Park divorce mediation attorney

Many couples choose to go to counseling when their marriage is in trouble. Often, counseling/therapy is a last-ditch effort to save the marriage before considering divorce. What many couples do not know is that most counselors/therapists will never persuade couples one way or another when it comes to the ultimate decision about divorce. Whether the marriage survives or not is ultimately in the hands of the couple itself. The only job of the counselor is to help both parties become more in tune with the needs of the other and build communication skills.

What if the Couple Is Miserable?

Even if a couple is very unhappy in their marriage, a marriage therapist will typically keep their opinion about the relationship to themselves. To actually suggest divorce would raise some ethical and moral concerns, which is why most therapists try not to push the couple either way. Sometimes, one marriage counselor is not enough. The therapist might say, “I have done everything I can for you,” and the couple may then choose to see another therapist, who might be able to offer new techniques which may be key factors in turning the marriage around for the better.

What if the Couple Asks?

Even if a couple asks a counselor if divorce is the best solution, most counselors will say that only the partners involved can make that final decision. Often, counselors will then follow up with more questions of their own to help the couple delve deeper into the situation.

What if it Is an Abusive Relationship?

Even in an abusive relationship, a couples therapist will likely not suggest divorce. They will, however, help the victim find separation and seek help. Therapists will do everything they can to keep their clients safe.

Does Therapy Help?

Marriages often break down due to communications problems. The job of the therapist is to help both parties communicate their needs, wants, and desires to each other. If a couple identifies the problems early enough, a resolution is possible. A counselor can help a couple learn techniques to survive the difficulties of marriage. However, couples sometimes wait too long to seek help and address their problems. Bad habits are hard to break, and the emotional hurt can become too much to heal. Ultimately, it is the decision of the couple as to whether they can overcome those lasting scars.

Couples Therapy and Divorce Mediation

Sometimes, couples come into counseling already on the brink of a divorce, and they just need to know how to work through the steps of a divorce. While a therapist can help them address their interpersonal issues during the divorce process, a divorce mediator can assist in addressing the legal issues that must be resolved during a divorce, and also can help couples reach a mutually agreeable resolution.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

בקיצור, עס זעהט נישט אויס ווי די אנלייסענסד אינדוסטריע פון צוטיילן פארפעלקער און קינדער פון זייערע עלטערן (אפילו ווען עס ווערט אויסגעפירט דורך א לייסענסד טעראפיסט) איז בכלל אין איינקלאנג מיט די פארשריפטן פון טעראפי
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

איך קען א פאר בחורים און אינגעלייטלעך וואס האבן ארויסגעהאט די חוש פון דרייבן גאר שנעל אן לעסאנס.
זיי זענען א פיצעלע מיעוט.
עס איז נאך ווייניגער אין די נושא.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מי חכם האט געשריבן:
בקיצור, עס זעהט נישט אויס ווי די אנלייסענסד אינדוסטריע פון צוטיילן פארפעלקער און קינדער פון זייערע עלטערן (אפילו ווען עס ווערט אויסגעפירט דורך א לייסענסד טעראפיסט) איז בכלל אין איינקלאנג מיט די פארשריפטן פון טעראפי
און דאס זעלבע די אנליייסענסףד אינדוסטרי פון צוזאמהאלטן פארפעלקער און קינדער מיט עלטערן (אפילו ווען אויסגעפירט דורך לייסענסט טעראפיסט) איז נישט אין איינקלאנג מיט די פארשריפטן פון טעראפי.

ואוביף דאס איז א חלק פון די השחתה פון דער אקעדאמישער וועלט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

הענדימען האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
פון וויסן אפאר שוידערליכע געשעענישן בויעט מען נישט קיין דאטא
:!: :!: :!:

כ'ברויך נאך צוענדיגן?
יא, ביטע
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

שטארק זיך האט געשריבן:
לייברערין האט געשריבן:
@טישטוך
אזוי אמת און גוט ארויסגעברענגט
איך אליין האב מיט געהאלטן פון דער נאנט דו חורבן פון אן אנלייסענד טעראפיסט און דו ישועה פון א לייסענד

אמת׳ע מעשה:
אמאל האב איך געווערטעלט מיט אן אנלייסעניד טעראפיסט מיט אסאך (אזוי געריפנע) עקספרינעס ״זיי נישט co dependent” און ער עפנעט גרויסע אויגן ״וואס איז דאס co dependent?”
א ביטערע געלעכטער
און אז ער קען נישט די טערמינאלאגיע איז וואס?
מען רעדט פון איינער וואס קען ענגליש… פון דו שטערקסטע זהירות׳ן ווען מען העלפט א צווייטען דארף זיין נישט צו ווערן co dependent אויף יענעם און נישא לאזן דער געהאלפנער זיין co dependent. עס איז לענ״ד פון דו יסודות פון טעראפי, נישט אז דאס איז טעראפי נאר דאס איז דו מינימום פון העלפן א צווייטען
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”