א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן.

קליענט: א בעסערן.

ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דער סימפטאם האט געשפילט אין דיר?

ק: ווען דער סימפטאם איז אין מיר, קען איך שטארק פיהלן אז איך בין זייער צעבראכן,

ט: דו קענסט פיהלן אין דיר אז דו שלאגסטעך פאר דיין 'איך', יא צו פיהלן ווערד, און אגאנצן צייט פיהלסטו ווי דו ביסט ממש גארנישט, און אפשר אזא סארט געפיל אז דו ביסט א 'בעל עבירה'.

ק: יא.

ט: איך האב זייער ליב צו מיטפילן מיט דיינע געפילן, און וואס דו גייסט אדורך, איך וויל מיטווייען מיט דיין צער וואס דו האסט, איך וואלט געקענט באשטיין אז דו זאלסט מיר עכט עכט פארציילן וואס דו פיהלסט דיין 'איך', דיין 'מציאות' בעת דעם סימפטאם.

ק: צעבראכן און צעקלאפט.

ט: איך בין דא צו הערן און מיטפילן מיט דיר

ק: איך קען מיך נישט הייבן. איך ווייס נישט צי דאס איז די פרא-סימפטאם פאזישן צי נישט, און איך ווייס נישט צו איך בין אינגאנצן מסכים אז די סימפטאם געשעט צוליב דעם, אבער איך קען יא פיהלן ווי מיין 'איך' שלאגט זיך פאר'ן לעבן. ווי כאילו יעדער וועם איך באגעגן זאגט מיך: דו ביסט גארנישט, דו ביסט גארנישט, דו ביסט גארנישט, דו ביסט גארנישט. אגאנצן צייט. און אויב איך פרוביר צו ווייזן אז מיט די און די געוויסע זאך בין איך יא עפעס, קומט עס גראד זאגן "ניין, דו ביסט גארנישט, ביסט גארנישט".

ט: נעבעך. דאס איז אזוי ווייטאגליך וואס דו גייסט אדורך. ביטער ביטער שווער, א געוויסע גיהנם. אבער זאג מיר, נאר ווען דו טוסט דער זאך וואס מאכט דיך פיהלן אז דערפאר ביסטו גארנישט, נאר דאן געשעט עס מער, ריכטיג?

ק: יא. סתם א טאג קען איך פיהלן אז איך שלאג מיך פאר מיין 'איך', אבער עס ווערט סך סך שטערקער דאן.

ט: איז, דו האסט מיר געזאגט אז סתם א טאג ווען דו טוסט נישט דער זאך וואס מאכט דיך פיהלן אז דערפאר ביסטו גארנישט, דאן פיהלסטו גוט, וואלט איך געקענט באשטיין אז ענק צוויי, דהיינו: דער מענטש וואס האט אלעס געטון גוט, און דער מענטש וואס האט געטון אזאך וואס מאכט אים פיהלן שפעטער פראבלעמאטיש, זאלן זיך באגעגענען, און דו זאג מיר, וואס איז די קאנטראסט צווישן דעם 'איך', און דעם 'איך' פאר די סימפטאם געשעט?

ק: דער 'גוטער' מענטש פיהלט נישט אז עפעס, ער פיהלט דשאסט גוט, און דער 'נישט גוטער' מענטש פיהלט 'מיט וואס בין איך יעצט ווערד, איך האב נישט מיט וואס צו זיין ווערד, אראפגעקוקט'.

ט: סאו, די 'איך' פון די 'נישט גוטער' מענטש איז...

ק: איינגעפאלן. פארווארפן.

ט: יעצט, וואס איז די מהלך המחשבה ביז די סענסעשאן רוקט זיך אריין אין דיר? לאמיר שטאטעלעך דורכגיין און זעהן וואס זענען דיינע מחשבות דעמאלטס?

ק: ס'קומט א געוויסע רגע וואס איך וויל אפשאצן מיין 'איך', צו זעהן וואו עס האלט? אזא 'וואס בין איך'? 'ווער בין איך'? זיך אוועקצושטעלן אלץ א געוויסע 'איך'.

ט: דער סארט אפשאצן דיין 'איך', צו קענען געבן אזא כאפ 'ווער בין איך', וואס בין איך' 'וואס בין איך ווערד'? טוסטו אסאך מאל במשכ'ן טאג?

ק: יא.

ט: האסט א געוויסע מצב ווען דו טוסט עס שטארק?

ק: יא. צום ביישפיהל ווען איך באגעגן מיך מיט א מענטש. נאך דערצו א חשוב'ע מענטש.

ט: סאו, לאמיר זיך פארשטעלן ווען דו באגעגנסט א מענטש, א חשוב'ע מענטש, וויאזוי טוט דיין אינערליכע נפש וואס נפש'ט דיין 'איך'?

ק: (קען נישט געהעריג שילדערן)

ט: סאו, לאמיר זעהן כאילו ס'איז דא א רגע וואס דו ווייסט נישט אז דו שטייסט יעצט פאר יענעם, און עס קומט א רגע וואס די ידיעה קומט אריין אין דיר. יענע רגע ווען די ידיעה קומט אריין אין דיר, וואס טוט דיין נפש ה'איך'?

ק: און ווער בין 'איך'?

ט: יעדע מאל ווען דו באגעגנסט א מענטש, טוט דאס דיין נפש? לאמיר זיך פארשטעלן אז דו באגעגענסט נאך א מענטש.

ק: עס ווענד זיך וועלכע מענטש.

ט: ס'דא מענטשן וואס שאפן אז דיין נפש זאל זיך אפשאצן. קענסט טראכט פון נאך א מענטש?

ק: ס'קען ארויפקומען "איך בין גארנישט", "ווער בין איך דען".

ט: ווי אמת איז פאר דיר, פאר דיין נפש ה'איך', צו זאגן: איך בין אין א שטענדיגע מלחמה אויף מיין 'איך'?

ק: עס מאכט סענס. אבער איך בין נישט אזוי באוואוסטזיניגט דערויף.

ט: זאג: איך בין דא צו פייטן פאר מיין 'איך'?

ק: לאזט ארויס א לאנגע אטעם.

ט: זאג: סתם אזוי פיהלט זיך מיין 'איך', זייער גוט און מסודר.

ק: ניין! סתם אזוי פיהלט זיך מיין 'איך', זייער פארוואונדעט, און פארווייטאגט.

ט: לאמיר פרובירן צו פארשטיין עקספעריענטשל איין זאך. לאמיר זאגן אז דו פיהלסט דיין 'איך' אז ס'איז גארנישט וכו'. אבער דו האסט נישט דעם סענסעשאן?

ק: איך פיהל ווי איך וויל צוריקפייטן. צוריקצו כאפן מיין 'איך'.

ט: סאו, דער סענסעשאן איז א פארום פון צוריקפייטן.

ק: קען זיין.

ט: צעטיל: באמערקן ווי מיין איך איז זייער פארוואונדעט און פארווייטאגט, איך בין אין א שטענדיגע מצב צו זעהן ווי מיין איך האלט, אפצושאצן און אוועקשטעלן מיין 'איך', וואס בין 'איך', ווער בין 'איך'? איך בין גארנישט. פייטן דערפאר. כאטש כאטש כאטש עס מאכט אז איך זאל האבן א סענסעשאן וואס איך האב נישט ליב, אבער דאך דאך דאך, לוינט זיך מיר צו שטענדיג אוועקשטעלן מיין 'איך'. צו וויסן וואס בין איך, און ווער בין איך? נאך דערצו בנוגע אנדערע מענטשן. און אויב עס קומט מיר אויס אז איך בין נישט גוט, מוז איך האבן דעם סענסעשאן אלץ א צוריקהאלט אז איך לאז מיך נישט.

און דער הייליגער באשעפער זאל מיך העלפן און אלע יודישע קינדער, אז מ'זאל גיין אויפן ריכטיגן אמת'ן וועג.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. השי"ת זאל מיר העלפן.

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נ"י, וויאזוי גייט עס דיר? וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דו האסט געוואוסט אז די ביסט אין די מצב פונעם סימפטאם?

קליענט: ס'איז געווען א מצב ווען דער סענסעשאן איז נישט געווען, אבער איך האב מיטגעהאלטן וויאזוי מיין אינערליכקייט וויל שאפן דעם סענסעשאן, און עפעס אין מיר לאזט מיר נישט אפלאזן און דשאסט גיין ווייטער ווי כאילו גארנישט איז נישט געווען.

ט: איך האב מיטלייד מיט דיר. האסט געליינט די צעטל אדער די צעטליך?

ק: איך האב.

ט: לאמיר פרובירן צו עקספיריענסן ווי דו געפינסט דיך אין די מצב ווען דו באמערקסט ווי עפעס אין דיר וויל דוקא יא שאפן דעם סימפטאם, און לאמיר פרובירן צו עקספיריענסן וואו און וואס אין דיר עס איז וויכטיג נישט צו לאזן גיין. סאו, לאמיר פרובירן זיך פארצושטעלן ווי דו געפינסטעך יעצט אין דעם מצב, און פרוביר צוצולייגן אטענשאן צו די חלק אין דיר וואס איז אומבאקוועם מיט וויאזוי עס איז. און רעד ארויס פון יענע חלק און זאג: איך ווייס פארוואס עס איז מיר וויכטיג נישט אנצוגיין ווייטער אזוי ווי עס איז. דשאסט אנגיין ווייטער און זיך לאזן פארגעסן. זאג עס פון יענע חלק אין דיר וואס דו פיהלסט איז אומבאקוועם מיט וויאזוי עס איז.

ק: איך וויל נישט זיין אזוי.

ט: זאג עס נאכאמאל און פרוביר צו טיפער מאכן דיין באוואוסטזיין אין דעם אומבאקוועמליכקייט, און פון דארט זאג: איך ווייס פארוואס וכו'...

ק: איך וויל וויסן וואס דאס איז.

ט: נאכאמאל

ק: איך וויל נישט זיין א מענטש וואס טוט זאכן וואס זענען ספיקות'דיג.

ט: נאכאמאל

ק: איך וויל זיך פיהלן אינגאנצן באקוועם און זיכער מיט מיך.

ט: אין יענע חלק פיהלט זיך דער ספק אלץ א אמת'ע ספק? האסט באמת געטון נישט א גוטע זאך?

ק: איך קען נישט פיהלן אז איך האב געטון גוט. כאטש איך פיהל נישט אז איך האב געטון שלעכט.

ט: סאו, זאג נאכאמאל פון יענע חלק: איך ווייס פארוואס

ק: איך האב מיך נישט ליב צו פיהלן אין א מצב וואס טוט נישט גוט. איך וויל פיהלן אז איך טו גוט.

ט: זעה דיך דארט שטיין און זאג: איך האב יא געטון גוט, און איך גיי מיך ווייטער. און פרוביר צו 'פיהלן' אז דו האסט יא גוט געטון. איז דא א חלק אין דיר וואס איז אומבאקוועם אין דיר מיט דעם?

ק: ווער ביסטו צו פיהלן אז דו טוסט גוט?

ט: וואס הייסט 'ווער', זאג: איך טראכט, און איך מאך אפ, און איך פיהל גוט. און גיי ווייטער. איז דא א חלק אין דיר וואס איז אומבאקוועם דערמיט?

ק: איך פיהל אז איך בין אויף מיין אייגענעם אקסל.

ט: זאג עס נאכאמאל

ק: איך פיהל אז איך פארליר 'שטיצע'. איך בין אליין.

ט: לאמיר פארשטיין נאך עפעס. די 'סימפטאם' טוט דיך וויי, יא?

ק: זייער זייער שטארק.

ט: רעד ארויס פון די סענסעשאן און זאג אזוי און קוק צי ס'מאכט סענס. "איך מוז מיך שטראפן פאר'ן טון זאכן וואס איך פיהל נישט זיכער אז איך האב גוט געטון, איך גיי מיך ברענען מיט מיין סענסעשאן וואס גייט מיך זייער ווייטון, אזוי אז איך זאל עס מער נישט טון. ווייל איך קען נישט לעבן אזוי. און מיט דעם וועל איך מיך אויפפירן וואויל. איך גיי מיך שאפן פחד אז איך זאל מיך נישט דערוואגן אריינצוגיין אין אזעלכע טעריטאריע. און דערפאר מוז איך מיך ציפן דערמיט אז דאס זאל מיך גוט ווייטון. כאטש ס'איז מיר גורם אזויפיל ווייטאג, אבער איך קען מיך נישט ערלויבן צו אנגיין אז איך האב געטון א זאך וואס איך פיהל נישט אינגאנצן אז איך האב גוט געטון.

ק: זאגט עס

ט: און איך גיי מאכן צוויי צעטליך. און דער אייבערשטער זאל זיין מיט מיר.

איין צעטיל איז: איך מוז מיך שטראפן פאר'ן טון זאכן וואס איך פיהל נישט זיכער אז איך האב גוט געטון, איך גיי מיך ברענען מיט מיין סענסעשאן און איך גיי מאכן זיכער אז ס'טוט מיך זייער וויי, אזוי אז איך זאל עס מער נישט טון. ווייל איך קען נישט לעבן אזוי. און מיט דעם וועל איך מיך אויפפירן וואויל און נישט אריינגיין איז אזלעכע זאכן. איך גיי מיך שאפן פחד אז איך זאל מיך נישט דערוואגן אריינצוגיין אין אזעלכע טעריטאריע. און דערפאר מוז איך מיך ציפן דערמיט און נישט אפלאזן אז דאס זאל מיך גוט ווייטון. כאטש ס'איז מיר גורם אזויפיל ווייטאג, אבער איך קען מיך נישט ערלויבן צו אנגיין אז איך האב געטון א זאך וואס איך פיהל נישט אינגאנצן אז איך האב גוט געטון.

צווייטע צעטיל בעזרת הוי' איז: אויב איך טראכט, איך מאך אפ, און איך פיהל אז איך טו גוט, ערווארט איך צו פיהלן אויף מיין אייגענעם אקסל, און איך פיהל ווי איך פארליר שטיצע, איך בלייב אליין. איך קען דאס נישט ערלויבן, ענדערש דארף איך מיך מאכן שטראפן פאר אזעלכע זאכן.

והשם הטוב יעזור און זאל מיר העלפן להתנהג בקדושה וטהרה ולילך בדרך האמת.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן

קליענט: א בעסערן

ט: נו, וויאזוי גייט עס?

ק: היינט האב איך אויך נישט געטון אפילו דארט ווי איך קען נישט פיהלן אגאנצן צייט זיכער אז איך טו גוט, ווייל איך וויל דאך פיהלן א געפיל אז איך בין גוט, אבער מיט'ן נישט טון, פיהל איך אויך אזא סארט ווי עפעס פעלט מיר.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז דו זעהסט א מענטש אזוי ווי דו, און זיין נפש איז געזונט, ער איז פרייליך, ער שמייכלט, ער פיהלט גוט, און פלוצלינג נעמט אן זיין נפש די געפיל וואס דו פיהלסט ווען דו טוסט נישט די "ספק", וויאזוי פילט דער מענטש?

ק: איך פיהל גארנישט ווערד, ווי א ווייסע טינט אויף ווייסע פאפיר.

ט: און וויאזוי פיהלסטו דיין 'איך', ווען דו טוסט עס יא?

ק: גלאנצעדיג. (גיי ווייס) א זאך! א מציאות! יעצט בין איך שוין מער נישט א 'גארנישט'! איך פיהל מיין גאנצע 'איך'!

ט: און אויב נישט

ק: איינגעפאלן און גארנישט.

ט: זייער אינטערעסאנט, וויאזוי דו טוסט פיהלסטו צום סוף איינגעפאלן און גארנישט.

ט: פון די פלאץ אין דיר וואס וויל שעפן ווערד, אדער 'א זאך', זאג: איך פיהל אז איך טו גוט. און פיהל טאקע אז דו טוסט גאר גוט.

ק: עפעס לאזט זיך עס נישט.

ט: ווי ס'קוקט מיר אויס ווילסטו נישט נעמען ווערד פון אזא זאך. קען זיין?

ק: קען זיין

ט: אדרבה, פרוביר, זאג: פון דיר וויל איך נעמען ווערד.

ק: פון דיר וויל איך נישט נעמען ווערד.

ט: זאג, פון דיר וויל איך נישט נעמען ווערד, אבער איך פיהל אז איך טו גוט.

ק: דאס זאגט זיך בעסער.

ט: זעהסט דאך אליין. פרוביר צו זאגן אזוי: איך זעה נישט קיין שום וועג בשום פנים ואופן וויאזוי צו פיהלן פון דיר אמת'ע ריכטיגע תורה'דיגע ווערד. די איינציגע ווערד איז אזא ווערד וואס איך וויל נישט עכט שעפן.

ק: זאגט עס.

צעטיל: איך זעה נישט קיין שום וועג בשום פנים ואופן וויאזוי צו פיהלן פון דיר אמת'ע ריכטיגע תורה'דיגע ווערד. די איינציגע ווערד איז אזא ווערד וואס איך וויל נישט עכט שעפן. אזא ווערד וואס איז ביי מיר אליין אראפגעקוקט און אוועקגעמאכט. כאטש איך לייד פון אזא סארט ווערד, אבער עפעס ווערד מוז איך פיהלן.

און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן ברוב רחמיו וחסדיו אז פון מיינע געשרייבעכצער זאל נישט ארויסקומען א חטא חלילה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. אז דאס זאל מיך ברענגען נענטער צו טון וואס עס איז די רצון השי"ת פון מיר.

טערעפיסט: א גוטן רב קליענט, וויאזוי גייט אלעס, וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דעם סימפטאם?

קליענט: די צעטיל האט זיך געפיהלט אמת.

ט: און וויאזוי איז געווען די סענסעשאן?

ק: איך האב געקענט זעהן אז ס'האט א עפעקט אויף די גאנצע קאמפלעקס. די סענסעשאן ווערט ווייניגער אינטענסיוו, אדער גייט אוועק, ווען איך ווער אויפמערקזאם אויף די צעטיל. אבער ס'קען צוריקקומען.

ק: ס'דא אין מיר א אופן וויאזוי איך קען אנקוקן די זאך וואס איך טו, וואס שאפט מיר דעם סימפטאם, עס אנצוקוקן מיט א וועג אז איך זאל ווייטער פיהלן ווערד, תורה'דיגע ווערד. אבער עס האלט זיך נישט ביי מיר.

ט: זאל השי"ת אונז פירן צום אמת'ן וועג. אבער לאמיר זיך פארשטעלן אז דו האלטסט אן אין דיר די מיינונג אז עס מאכט דיך נישט ווייניגער ווערד, תורה'דיג, הלכה'דיג. אמת'דיג. ס'דא צומאל ווען א מענטש ווייסט דעם אמת פון א הלכה, פון א ספק, אבער ס'דא צומאל, ווען עפעס טיפערס, הונטער דעם, ערלויבט נישט אז דער מענטש זאל מיט דעם גיין. איז, לאמיר זיך פארשטעלן אז דו גייסט מיט דעם אז ס'איז יא ווערד. ווייל אין דיר ווייסטו דאך דעם אמת. איז לאמיר זיך פארשטעלן אז דו גייסט מיט דעם אמת. דו לעבסט מיט דעם אמת. צי קומט ארויף אין דיר א אומבאקוועמליכקייט.

ק: עס קומט ארויף: דו ווייסט דאך וואו עס האט דיך געפירט ווען דו האסט אזוי געטון? ס'קען דיך מאכן עוסק זיין אין זאכן, און ווערן אנגענומען אלץ א מענטש וואס דיין סביבה ערווארט דאס נישט פון דיר, אז דו זאלסט זיין אזא מין מענטש. ס'קען דיך מאכן א מין סארט מענטש וואס ס'איז נישט פאר דיר. דו ביסט נישט דאס. דו פיטסט נישט אריין אין אזא סארט מענטש. פאר דיר איז דאס נישט שיין.

ט: תורה'דיג?

ק: ניין.

ט: נאר?

ק: די געפיל זאגט: ס'גייט נישט גיין, דו קענסט נישט. ס'איז סכנה'דיג.

ט: אבער ס'האט מיט תורה? ס'גייט דיך אוועקפירן פון די תורה'דיגע וועג, אדער השקפה חלילה?

ק: ניין. אבער, דו קענסט נישט, סטאפ! ס'איז נישט פאר דיר, און ציה דיך ארויס דערפון.

ט: פון יענע פלאץ וואס האט מורא פון וואס דו האסט פריער געזאגט, זאג: אויב איך גיי דאס אנקוקן מיט א מיינונג פון תורה'דיגע ווערד, דאן? און קוק עס טאקע אן מיט אזא מיינונג.

ק: סטאפ! האלט דיך צוריק.

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי איך זאל מיך צוריקהאלטן פון ווערן אזא סארט מענטש, און ווערן אנגענומען אלץ אזא סארט מענטש, איז דורכ'ן אננעמען די צד אז ס'איז נישט תורה'דיג וואס איך טו. און עס מאכט מיך ווערדלאז.

ק: (שעמט זיך עס צו זאגן)

ט: וואס איז?

ק: איך האב אלץ געוואוסט דערפון, איך ווייס אליין נישט וואס.

צעטיל: ווען איך גיי מיט דעם מיינונג אין מיר אז ס'איז תורה'דיג אויסגעהאלטן, און נישט אזא ווערד וואס איז ביי מיר אליין אראפגעקוקט און אוועקגעמאכט, פיהל איך: ס'איז א סכנה, סטאפ, האלטעך צוריק, איך ווייס דאך וואו עס האט מיך געפירט ווען איך האב אזוי געטון. ס'קען מיך מאכן עוסק זיין אין זאכן, און ווערן אנגענומען אלץ א מענטש וואס מיין סביבה ערווארט דאס נישט פון מיר, אז איך זאל זיין אזא מין מענטש. ס'קען מיך מאכן א מין סארט מענטש וואס ס'איז נישט פאר מיר. איך בין נישט דאס. איך פיט נישט אריין אין אזא סארט מענטש. פאר מיר איז דאס נישט שיין. כאטש אזא סענסעשאן מאכט מיך צער, אבער די פחד פון ווערן אזא סארט מענטש איז פיהל ערגער.

והשם הטוב יעזור און זאל מיך שוין העלפן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן

קליענט: א בעסערן. גראד ווען מיר האבן געענדיגט מאכן דעם פאריגן סעשאן, האב איך געפילט אז ס'איז אוועקגעגאנגען די גאנצע זאך, אבער שפעטער ווען איך האב מיך געפינען ביי א געוויסע דרויסנדיגער מצב, האב איך געפילט אז איך קען נישט ווערן אויפמערקזאם אויף די פרא-סימפטאם פאזישן בשום פנים ואופן. און אויך האב איך דיר געוואלט פרעגן, זייער א סך מאל טראכט איך אז אפשר איז די סענסעשאן א סימן אז מ'וויל נישט פון הימעל אז איך זאל עוסק זיין אין אזא זאך, אפילו אויב ס'איז אויסגעהאלטן על פי הלכה. אבער עס האלט זיך נישט ביי מיר, נאר מיין מיינונג טוישט זיך לויט די גיסטע.

ט: נאכדעם וועלן מיר זען וועגן די צווייטע זאך וואס דו האסט מיר געזאגט. אבער קודם לאמיר זיך פארשטעלן ווי דו ביסט אין די מצב ווען די סימפטאם איז אזוי וויכטיג אז דו זאלסט דערפון טראכטן, אז דו קענסט נישט טראכטן פון די פרא-סימפטאם. סאו, אין דיר איז דא א שטופ צו טראכטן פון די סענסעשאן דוקא. און פרוביר צו זאגן: ווען איך וויל אפמאכן אז דו האלטסט אז איך טו גוט מיט די און די זאך, און איך קען רואיג ווערן אויפמערקזאם אויף די פרא-סימפטאם פאזישאן, און אפלאזן די פארנומענקייט מיט די אנטי-סימפטאם פאזישאן, קומט ארויף אין מיר...

ק: אבער דו בלייבסט לעבן אין דיין אייגן וועלטל.

ט: נאכאמאל. ווען איך וויל אפמאכן און אינגאנצן פיהלן אז דו האלטסט אז איך טו גוט, תורה'דיג, און מענטשליך, לויט אלע מפרשים, און עס איז זייער רצונ'דיג פאר דיר אז איך זאל יעצט אפלאזן די אנטי-סימפטאם פאזישאן, און ווערן באוואוסטזיניגט אויף די פרא-סימפטאם, קומט ארויף אין מיר...

ק: איך פארליר קשר.

ט: נאכמאל: ווען איך וויל אפמאכן און אינגאנצן פיהלן און גיין מיט דעם אז דו האלטסט און דו ביסט זייער באקוועם, תורה'דיג, מענטשליך, דיין טובה, וכו', מיט דעם וואס איך טו, לויט אלע מפרשים, קומט ארויף אין מיר...

ק: איך זע נישט מער קיינעם.

ט: נאכאמאל: ווען איך וויל אפמאכן און אינגאנצן פיהלן ביי מיר אז איך דארף מיך נישט זארגן וועגן וואס דו האלטסט דערוועגן. נאר דו פיהלסט אינגאנצן באקוועם דערמיט. קומט ארויף

ק: איך פיל אז איך פארליר קשר.

ט: און וואס איז שווער אזוי צו לעבן?

ק: איך פיל אליין. איך האב נישט קיינעם.

ט: וואסערע שייכות האט די זאך וואס דו טוסט מיט פחד פון פארלירן קשר?

ק: (איז שטיל)

ט: זאג אזוי: אין דיר איז אריינגעווייערט אויף עפעס א אופן דאס פארלירן קשר.

ק: ס'מאכט שטארק סענס

ט: זאג: אדער דו, אדער קשר.

ק: מאכט סענס. איך ווייס נישט פארוואס. אזא אנגעצויגנקייט פון פארלירן קשר.

ט: איך גיי מאכן א צעטיל, און נאכדעם עמער זען וועגן די צווייטע זאך וויאזוי דו קענסט פרובירן זיך צו האלטן אין דעם אפמאך נישט עוסק זיין דערין און שוין.

די צעטיל: ווייל ס'איז אריינגעווייערט אויף עפעס א אופן מיין פארלירן קשר, אדער דו, אדער קשר. אפלאזן קשר איז ערגער ווי די צער און ווייטאג פון די סימפטאם.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז דו טוסט מער נישט קיין שום די זאך.

ק: איך פיל ווי איך ווערט געפירט פון א נפשיות'דיגע איינרעדעניש, ענדערש ווי א זאך וואס מ'וויל פון הימעל.

צעטיל: איך מוז יעצט טון דאס, ווייל צוריקהאלטן מיינט, ווערן געפירט פון א נפשיות'דיגע איינרעדעניש, און נישט ווייל מ'וויל אזוי פון הימעל.

והשם הטוב יעזור אז איך זאל זוכה זיין צו גיין אין גוטע דרכים, און מתקן זיין אלעס, און נישט טון קיין שאדן פאר קיינעם.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: וואס טוט זיך

קליענט: ב"ה, השי"ת זאל מיר העלפן אויף ווייטער

ט: וויאזוי איז דיין באוואוסטזיניגקייט ווען די סימפטאם געשעט אין דיר?

ק: איך האב געקענט ווערן באוואוסטזיניגט אויף די פרא-סימפטאם פאזישאן. און די סימפטאם איז טאקע געווארן ווייניגער אדער כמעט אוועקגעגאנגען. איך בין אויך געווארן אויפמערקזאם אז איך קען מער ארבעטן אויף מיין קשר.

ט: סאו, לאמיר זיך פארשטעלן אז דו עקספיריענסד מחובר, מיט א געהעריגע געזונטע קשר, אבער אין געפיל. טראץ דעם וואס דו טוסט יענע זאך וואס שאפט דעם סימפטאם. אבער נישט אז דו דארפסטעך אנשטרענגען צו פיהלן אז דו ביסט מחובר מיט א געזונטן קשר פון געבן און נעמען און צאמלעבן, נאר דשאסט דו ווייסט און דאס איז דיין עקספיריענס. לאזט זיך עס עקספיריענסן, אדער עפעס וויל עס שוואכער מאכן. די עקספיריענס פון חיבור.

ק: איך פיהל מיין חסרון, איך בין איינער וואס פארברענגט צייט און טוט נישט צום זאך.

ט: פרוביר נאכאמאל. דשאסט א וויסן אז דו ביסט מחובר, א געזונטע נארמאלע קשר.

ק: יא, איך פיהל מיין חסרון אז 'איך פול נישט אן געהעריג מיין טאג'.

ט: און וואס איז אז דו פילסט נישט אן געהעריג דיין טאג, וואס שטערט דאס צו עקספיריענסן א געהעריגער חיבור וקשר?

ק: עס שטערט נישט. אויסדרוקליך נישט. נאר איך האלט נישט ביים פילן מיין חסרון. יעדער איז מסכים הארצן גערן צום חיבור, אבער מיך איז שווער צו עקספיריענסן 'חיבור' ווען עס קומט באגלייט מיט פילן מיין חסרון.

ט: יעצט, לאמיר עקספיריענסן אז דו פילסט גארנישט דיין קשר און דיין חיבור

ק: זייער שווער.

ט: וואס פילסטו?

ק: אליין.

צעטיל: קומט ארויף מיין חסרון פון "איך פיל נישט אן געהעריג מיין טאג" אדער אנדערע חסרונות אין מיין 'איך' וואס איך שטעל נישט צו, ווען עס וואלט זיך מיר פון זיך אליין עקספיריענסד אינגאנצן געהעריג מיין התחברות. אן דארפן צולייגן קאפ? ווייל אזוי איז ארויפגעקומען אין די סעשאן.

והשם הטוב יעזור וישמור ויושיע.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ, הייליגער באשעפער היט מיך אפ.

טערעפיסט: א גוטן טייערער קליענט יברכך ה'

קליענט: א גוטן.

ט: וויאזוי גייט אלעס?

ק: השי"ת זאל מיר העלפן

ט: וויאזוי איז דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דו פיהלסט אז דו האסט דעם סימפטאם?

ק: יא, אויב איך מאך מיר אויפמערקזאם אויף חיבור גייט עס אוועק, אדער עס גייט אוועק און עס קומט צוריק, און איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס, מן הסתם איז עס די פרא-סימפטאם פאזישן וואס לאזט נישט די חיבור און דערפאר מוז די סימפטאם צוריק קומען. אבער ס'קען צוריקקומען און דאן קומט עס צוריק מיט גאר א שטארקייט, און איך וואונדער מיך, צי דו ביסט גוט געגאנגען מיט'ן פרובירן צו פארשטיין וואס די סימפטאם איז.

ט: גוט, לאמיר פרובירן נאכאמאל און מיר וועלן זען צו עס פירט אונז צום זעלבן פרא-סימפטאם פאזישאן. דו קענסטעך דערמאנען א מצב ווען דער סענסעשאן געשעט שטארק.

ק: יא.

ט: און צי קענסטו מיר זאגן וויאזוי פילט דיין נפש פאר די סימפטאם הייבט אן?

ק: איך פיל מיך יעצט ווי איך פאל מער און מער אריין אין א געוויסע מצב וואס מאכט מיר ענג

ט: פארוואס פילסטו ענג, מיט וואס איז דאס אנדערש ווי געווענליך?

ק: איך פיל ווי מיין נפש ווערט מער און מער דערשטיקט.

ט: וואס געשעט? וואס מאכט עס דערשטיקט?

ק: אפשר מער און מער נעגעטיוו, איך פיל מיין 'איך' מער און מער נעגעטיוו.

ט: מער און מער וואס?

ק: מער און מער שלעכט און נישט גוט.

ט: זאג מיר נאך מער דערוועגן

ק: מער און מער אין א מצב וואס איך וויל נישט זיין דארט.

ט: וואס מאכט עס זיין אזוי?

ק: אפשר מיין בליק אויף מיר אליין?

ט: דו קענסט יעצט באמערקן אז ס'איז דיין בליק אויף דיר אליין וואס ווערט מער און מער נעגעטיוו?

ק: איך פיל ווייניגער און ווייניגער לופט

ט: יא, אבער וואס מאכט עס ווייניגער און ווייניגער לופט, דו ווייסט?

ק: איך פיל מיך אזוי ווי במצור ובמצוק אשר יציק לך

ט: זאג מיר מער

ק: מיין מוד פאלט אראפ מער און מער.

ט: דו קענסט יעצט זיין באוואוסטזיניג אז דיין מוד פאלט?

ק: יא.

ט: פארוואס פאלט עס מער און מער, דו ווייסט?

ק: איך פיל מיך שלעכט מיט מיר אליין.

ט: און דו ווייסט פארוואס דו פילסט שלעכט מיט דיר אליין?

ק: איך טראכט פון מיינע חסרונות

ט: דו קענסטעך זען טראכטן פון דיינע חסרונות?

ק: איך טראכט אז איך בין נישט גוט

ט: און דו ווייסט פארוואס דו פילסט אז דו ביסט נישט גוט?

ק: איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס איך טראכט אז איך בין נישט גוט. אבער עפעס אין מיר מאכט מיך אזוי פילן

ט: פרוביר צו ווערן באוואוסטזיניג

ק: איך פיל איך אז איך האב נישט קיין געדולד צו די מצב, די מצב טרעט מיך אויף די נערווען.

ט: דו קענסט פילן אז די מצב מאכט דיך שמאל

ק: עפעס אזוי.

ט: פארוואס, וואס אין די מצב מאכט דיך אזוי.

ק: איך פיל ווי איך מוז עפעס, און איך וויל נישט.

ט: דו קענסט יעצט ווערן מער באוואוסטזיניגט אויף וואס דו פילסט אז דו מוזט און דו ווילסט עס נישט

ק: זיצן און טראכטן פון מיין נעגעטיווע חסרונות

ט: דו קענסט יעצט ווערן באוואוסטזיניג אז דאס איז וואס די מצב פאדערט פון דיר, און דאס איז וואס מאכט דיך ענג?

ק: ניין, נישט ממש.

ט: נאר

ק: איך פיל ווי די מצב מאכט מיך פאוקוסירן אויף מיין נעגעטיוו, אבער איך קען מיך נישט ארויסדרייען דערפון.

ט: צי קענסטו ווערן באוואוסטזיניג אז דאס איז וואס גייט פאר מיט דיר אין יענע מצב, אז די מצב צווינגט דיך צו פאוקוסירן אויף דיין נעגעטיוו?

ק: יא. עפעס דארט מאכט מיך פאוקוסירן אויף מיין נעגעטיוו.

ט: און וואס איז די פראבלעם וואס שטערט דיך?

ק: אז איך פיל ווי איך קען מיך נישט אוועקדרייען דערפון.

ט: פרוביר צו ווערן מער און מער באוואוסטזיניג צי דאס איז וואס דו פילסט, אז דו קענסטעך נישט אוועקדרייען דערפון.

ק: יא, עס קומט אריין מיט א שטארקייט.

ט: וואס קומט אריין מיט א שטארקייט?

ק: מיין נעגעטיוו בילד אויף מיר

ט: דו קענסט יעצט זאגן די ווערטער וואס די נעגעטיוו בילד האט אין זיך?

ק: איך בין סטאק

ט: דאס איז וואס דו פילסט אז דו ווילסט ארויסגיין דערפון. אבער איך מיין דיך צו פרעגן צי דו קענסט מאכן פון דעם בילד אויף דיר, ווערטער

ק: איך קען נישט יעצט פילן אז איך האב א נעגעטייו בילד אויף מיר, אלעס וואס איך פיל איז אז איך בין סטאק.

ט: סטאק מיט וואס?

ק: מיט'ן זיין אין א מצב וואס דערמאנט מיך מער און מער מיין נעגעטיוו אויף מיר

ט: נעגעטיוו אויף וועם? נעגעטיוו וואס?

ק: איך בין נישט גוט

ט: סאו, דער 'איך בין נישט גוט' קענסטו פילן? ווייל דו זאגסט דו ביסט סטאק, סטאק מיט פילן נעגעטיוו אויף דיר, און

ק: 'איך בין נישט גוט'.

ט: דער 'איך בין נישט גוט', שאפט זיך דעמאלטס, אדער דו ווייסט פון פארדעם אט דעם 'איך בין נישט גוט', און די מצב דערמאנט עס נאר

ק: דער מצב דערמאנט עס נאר

ט: אקעי. אטעם אריין פאר אביסל. בארואיג דיך. און לאמיר גיין ווייטער. ווען איך פרעג דיך יעצט, זאלסטו גיין שטאטעלעך און פרובירן צו ווערן שטאטעטעלך און איידל באוואוסטזיניגט אויף וואס עס דארף צו ענטפערן וואס איך פרעג. גוט?

ק: קעי

ט: פיין. דו האסט מיר פריער געזאגט אז די מצב מאכט דיך אויף עפעס א וועג פילן סטאק, וואס איז די סטאק?

ק: איך פיל ווי מיין אטענשאן ווערט אויס פריי פון לויפן, איך פיל ווי די מצב וויל מיך אריינצווינגען צו טראכטן דוקא פון עפעס א געוויסע זאך, איך האב עס נישט ליב.

ט: דשאסט דעס אז די מצב וויל דיך מאכן טראכטן דוקא פון א געוויסע זאך, אדער ס'מאכט דיך טראכטן פון דיינע חסרונות?

ק: ס'צווינגט מיך צו טראכטן דוקא פון א געוויסע זאך.

ט: וואס צום ביישפיהל?

ק: אה, עס מאכט מיך טראכטן פון אזאך וואס איך האב נישט ליב צו טראכטן.

ט: דו קענסט יעצט ווערן באוואוסטזיניגט אז דאס איז וואס די מצב טוט מיט דיר, עס צווינגט דיך צו טראכטן פון אזאך וואס דו האסט נישט ליב צו טראכטן?

ק: יא. עס מאכט מיך אין א מצב וואס איך האב נישט ליב צו זיין.

ט: דאס איז וואס די מצב טוט מיט דיר, עס מאכט דיך זיך פילן אין א מצב וואס דו האסט נישט ליב צו זיין?

ק: יא

ט: פארוואס האסטו נישט ליב, צום ביישפיהל?

ק: עס מאכט מיך טראכטן פון מיין נעגעטיוו.

ט: דער נעגעטיוו - וואס די מצב מאכט דיך טראכטן אדער פילן - האט ווערטער?

ק: דו ביסט ענג, און דו קענסטעך נישט א עצה געבן, דו ביסט סטאק.

ט: דו קענסט יעצט ווערן באוואוסטזיניג אז דאס מאכט דיך די מצב פילן?

ק: דו קענסטעך נישט ארויסדרייען פון דין שלעכטע אימעדש אויף דיר אליין.

ט: די שלעכטע אימעדש האט ווערטער?

ק: 'די ביסט סטאק, דו קענסטעך נישט באפרייען פון פילן דיינע שלעכטע חלקים'

ט: וואס אין די מצב מאכט עס אזוי?

ק: דאס אז איך ווער געצווינגען צו טראכטן וואס איך האב נישט ליב.

ט: דו קענסט יעצט ווערן באוואוסטזיניגט אז די מצב צווינגט דיך אריין אז דיין מחשבה

ק: איך קען נישט אנטלויפן פון די נעגעטיוו וואס די מצב מאכט מיך יעצט טראכטן.

ט: דו קענסט יעצט ווערן באוואוסטזיניגט אז דאס איז וואס עס גייט פאר, אז דו קענסט נישט אנטלויפן פון די נעגעטיוו וואס די מצב מאכט דיך יעצט טראכטן?

ק: איך פיל סטאק.

ט: סטאק פון וואס?

ק: סטאק פון מוזן קוקן אויף מיין נעגעטיוו, איך האב עס נישט ליב.

ט: סאו, דו ווערסט סטאק, אדער דו ווערסט סטאק מיט נעגעטיוו?

ק: מיט נעגעטיוו.

ט: און וואס געשעט נאכדעם?

ק: איך ווער מער און מער פארנומען מיט די נעגעטיוו

ט: דו קענסט יעצט ווערן אויפמערקזאם אז דו ווערסט מער און מער פארנומען מיט דיין נעגעטיוו?

ק: יא.

ט: מיט וועלכע ווערטער?

ק: דו קענסטעך נישט קיין עצה געבן מיט'ן מוזן טראכטן פון דיין נעגעטיוו. קענסט נישט אנטלויפן דערפון.

ט: דו קענסט ווערן באוואוסטזיניגט אז דאס איז וואס די ווערטער זענען, די ווערטער פון די געפיל מיט וואס דו ווערסט מער און מער אריינגעטון?

ק: יא.

ט: די חסרון וואס עס קומט ארויף, איז א זכרון פון עפעס וואס איז געווען?

ק: קען זיין.

ט: פרוביר שטאטעלעך צו ווערן מער און מער באוואוסטזיניגט צי ס'איז א זכרון?

ק: דו קענסטעך נישט קיין עצה געבן אין דיין לעבן, ביסט א גרויסע נאר, א גרויסע נעבעך.

ט: יא, דו קענסט ווערן באוואוסטזיניגט אז דאס זענען די ווערטער פון די געפיל אין וואס דו זינקסט טיפער און טיפער?

ק: ביסט סטאק מיט דיר אליין.

ט: וואס נאך, דו קענסט ווערן באוואוסטזיניגט אויף די ווערטער?

ק: ביסט א גרויסער לא יוצלח אז נאר. גארנישט גייט דיך נישט.

ט: צי קענסטו טאקע ווערן באוואוסטזיניגט אז דאס זענען די ווערטער אין וואס דו זינקסט?

ק: קענסטעך נישט קיין עצה געבן אין דיין לעבן. ביסט איין גרויסע שטיק גארנישט און שוין.

ט: און וואס געשעט נאכדעם? דשאסט פאר די סענסעשאן קומט ארויף?

ק: איך ווער מער און מער פארביטערט וועגן מיר, וועגן מיין מצב, וועגן מיין אי הצלחות.

ט: דו פילסט טאקע אזוי? דאס איז וואס גייט פאר?

ק: איך ווער מער און מער פארביטערט אז איך קען נישט אנטלויפן פון דעם מעסעדש.

ט: דאס איז וואס גייט פאר דשאסט פאר דעם סענסעשאן קומט ארויף?

ק: איך פיל מער און מער צעקוועטש און צעדרוקט.

ט: יא? און?

ק: איך ווער מער און מער סטאק מיט דעם,

ט: און

ק: און שוין.

ט: סאו, דו קענסט טאקע ווערן יעצט באוואוסטזיניגט אז דשאסט פאר די סענסעשאן, פילסטו אז די מצב ארום מאכט דיך סטאק, און ס'צווינגט דיך אריין צו טראכטן פון דיין נעגעטיוו, אז דו ביסט נישט גוט, ווייל דו קענסטעך נישט א עצה געבן, און דו ביסט א גרויסע גארנישט, און ס'מאכט דיך פארביטערט מיט דיך אליין, און דו קענסט נישט דערפון אנטלויפן, און ס'ווערט מער און מער.

ק: עס איז מיר שווער צו זיין יעצט באוואוסטזיניגט אויף די אלע זאכן. וואס איך בין דאס מערסטע באוואוסטזיניגט איז אז די מצב מאכט מיך סטאק, און דאן געשעט די סימפטאם.

ט: פיין גוט, אבער ווען דו פרובירסט זיך צו באוואוסטזיניגן, קענסטו וויסן אז דאס איז דער אמת וואס קומט פאר?

ק: די סענסעשאן פילט זיך ווי אזא סארט קלאג און געוויין אויף די מצב

ט: האסט נאך אזא מצב ווען דער סענסעשאן איז געשען?

ק: יא

ט: גוט. סאו, וואס געשעט מיט דיין נפש דשאסט פאר דעם?

ק: איך בין אביסל בעצבות, און אנידערגעשלאגן,

ט: שוין פארדעם?

ק: יא.

ט: פארוואס?

ק: סתם אזוי. איך ווייס אליין נישט.

ט: אקעי, נו

ק: אפשר וועגן מיין מצב.

ט: און?

ק: א מחשבה קומט אריין און איך פרוביר דערפון צו פטור ווערן

ט: און

ק: איך פיל מיך אומבאקוועם

ט: די 'אומבאקוועם' האט ווערטער?

ק: יא.

ט: וואס?

ק: איך פיל מיך שלעכט מיט מיר אליין. אז איך בין סטאק

ט: וואס זענען די ווערטער פון די 'אומבאקוועם'?

ק: איך קען מיך נישט באפרייען פון די נפשיות'דיגע מצב

ט: דאס זענען די ווערטער

ק: איך קען מיך נישט באפרייען פון מיין יעצטיגע 'איך'

ט: דאס זענען די ווערטער?

ק: איך בין יעצט נישט א גוטע 'איך', און איך האב דאס נישט ליב.

ט: און

ק: דאס מאכט מיר פילן זייער שלעכט וועגן מיר

ט: און

ק: איך ווער פארביטערט

ט: און

ק: און די סימפטאם געשעט

ט: די סענסעשאן האט ווערטער?

ק: איך בין אריינגעפאלן אין א לאך פון וואו איך קען זיך נישט ארויסזען.

ט: לאמיר זיך יעצט פארשטעלן די סימפטאם ווען עס איז פאריגע מאל געווען. און עס האט עפעס אין זיך פון די יעצטיגע שמועס ביז אהער?

ק: עס האט אין זיך מיין 'נעגעטיוו בילד אויף מיר אליין'

ט: דו ביסט טאקע באוואוסטזיניגט געווארן אז דאס האט עס?

ק: עס האט אין זיך די 'איך בין סטאק' און איך קען נישט ארויסגיין

ט: וואס נאך

ק: 'איך בין נישט גוט'

ט: וואס נאך, די פארביטערטקייט?

ק: יא, עס האט אין זיך די פארביטערקייט אויפן מצב.

ט: פרוביר נאך

ק: איך בין א לא לנו, איך בין נישט מצליח.

ט: וואס נאך

ק: איך פיל מיך נישט גוט מיט מיר אליין. מיט מיין 'איך'.

ט: פרוביר צו פילן דיין 'איך', די וועג וויאזוי עס פילט זיך דאן, און פרוביר צו זאגן: אויב איך גיי מיך עס לאזן פילן מער און מער

ק: איך גיי עס נישט קענען אויסהאלטן.

ט: איך וואונדער מיך צי יעדע מאל וואס דו האסט דעם סימפטאם האט דעם זעלבן מהלך, א מצב וואס מאכט דיך סטאק מיט דיין נעגעטיוו, "איך בין נישט גוט, איך בין א לא יוצלח, וכו'", דו האסט מער נישט ליב צו זיין מיט דיין 'איך', דו ווערסט מער און מער פארביטערט אויף דיר אליין, און די סענסעשאן קומט דיך אויף עפעס א אופן אריין.

ק: קען זיין. יא. איך מיין זייער שטארק אז דאס איז עס.

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי איך קען דילן מיט א נעגעטיוו 'איך' וואס קומט מיר ארויף איז דאס צו האלטן אין מיין פאוקעס און עס באטראכטן און דורכנעמען.

ק: די איינציגע וועג וויאזוי איך דיל מיט א נעגעטיוו 'איך' וואס קומט מיר אריין, איז דאס צו האלטן אין מיין פאוקעס און עס באטראכטן און דורכנעמען, אפילו אויב ס'פארביטערט מיר ביז'ן שאפן א סימפטאם. איך קען עס נישט לאזן גיין.

ט: גוט געזאגט. יעצט, דו זאג מיר צי עס האט מיט די זעלבע צעטל פון ביז אהער?

ק: איך קען זען אז ס'האט, ווייל די חיבור ווערט ווייניגער, ווען איך בין פארנומען צו דילן מיט מיין נעגעטיוו.

ט: האסט מיר געזאגט אזוי: אפשר ווען איך ווער געצווינגען צו טראכטן פון עפעס וואס איך האב נישט ליב, אדער איך פיל אז איך קען מיך נישט באפרייען פון די נפשיות'דיגע מצב. וואס מיינט דו ווערסט געצווינגען צו טראכטן פון עפעס וואס דו האסט נישט ליב? זאג אזוי: איך בין אלעמאל אין קאנטראל פון מיינע מחשבות.

ק: ניין, ס'איז נישט אמת

ט: זאג: איך בין נישט מסכים אז איך בין צומאל געצווינגען אז ס'זאל זיך מיר טראכטן פון עפעס וואס איך האב נישט ליב.

ק: פילט זיך אמת'דיג.

ט: זאג: אויב איך בין מסכים...

ק: מיינט דאס אז נישט איך בין אין קאנטראל.

ט: וואס מיינט: איך פיל אז איך קען מיך נישט באפרייען פון א נפשיות'דיגע מצב? זאג אזוי: איך בין אלעמאל אין קאנטראל צו פילן וויאזוי איך וויל פילן.

ק: ניין, נישט אמת.

ט: זאג: אויב איך בין מסכים אז ס'איז דא צומאל ווען איך בין געצווינגען צו זיין אין א געוויסע נפשיות'דיגע מצב, און ענדיג עס...

ק: האב איך נישט קיין 'איך'. האב איך נישט קיין 'מציאות'.

ט: האט דאס נישט מסכים זיין מיט די נעגעטיוו 'איך'?

ק: קען זיין ווייל איך פארליר מיין מציאות. ווערט מיין מציאות נישט גוט. קען זיין.

ט: וואס מיינסטו צו זאגן אז "איך פיל ווי איך מוז עפעס און איך וויל נישט". זאג: עס איז נישטא אזא זאך אז איך זאל מוזן טון עפעס, יעדע זאך וואס איך האב מיך געזען טון, האב איך געוואלט פארדעם

ק: (זאגט עס נישט)

ט: זאג: עס איז מיר שווער צו מודה זיין, אבער א חלק אין מיר ווייסט אז יעדע זאך וואס איך האב מיך געזען טון, האב איך געוואלט פארדעם

ק: ניין.

ט: וואס איז אויב דו ביסט מודה אז נישט יעדע זאך וואס דו זעהסטעך טון, ווילסטו פארדעם

ק: עס איז דא איינער העכער מיר וואס האט מיך באשאפן.

ק: מוז איך אויפגעבן אויף מיין פרייער איך.

צעטיל: ווען עס קומט אין מיר ארויף א נעגעטיוו 'איך', אפשר ווען איך וויל נישט טראכטן פון עפעס, איז מיין איינציגע וועג וויאזוי איך דיל דערמיט, אז איך האלט עס אין מיין פאוקעס, און איך נעם עס, און באטראכט עס, אפילו אויב ס'פארביטערט מיך ביז'ן שאפן א סימפטאם.

צעטיל: אויב איך בין מסכים אז איך בין צומאל געצווינגען אז ס'זאל זיך מיר טראכטן פון עפעס וואס איך האב נישט ליב, פילט זיך עס אז איך בין נישט אין קאנטראל. און אויב איך בין מסכים אז ס'איז דא צומאל ווען איך בין געצווינגען צו זיין אין א נפשיות'דיגע מצב און איך בין דעמאלטס נישט פריי צו פילן וויאזוי איך וויל מיינט דאס אז איך האב נישט קיין 'איך', איך האב נישט קיין מציאות. אויב איך בין מודה אז נישט יעדע זאך ואס איך זעה מיך טון, וויל איך פארדעם, פילט זיך מיר אז עס איז דא איינער העכער מיר וואס האט מיך באשאפן. וויאזוי האט דאס א שייכות מיט די פאריגע צעטיל?

והשם הטוב יעזור וישמור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 8:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5494
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
איך געדענק אז איך האב געהאט א נישט גוטע געוואוינהייט פון גיין שלאפן שפעט. אבער וואס מיינט דא 'שפעט'? אפילו דרייע. דאס ווערט באגלייט מיט ציפעדיגע געוויסן ביסן וואס ס'טוט גארנישט אויף מער ווי כפרת עוונות, אויב. וויאזוי טאקע בין איך ארויסגעקראכן פון דעם? איך בין געזיצן ביי 'מתבונן', און ביי איין סעשאן איז ארויסגעקומען אז די סיבה וואס ס'האלט מיך אויף איז, "איך האב נאכגארנישט אויפגעטון היינט, איך קען נאכנישט גיין שלאפן" אין 'צעטיל' שפראך איז עס: "איך קען מיך נישט ערלויבן צו גיין שלאפן, ווייל גיין שלאפן מיט'ן וויסן אז איך האב גארנישט געטון מיט'ן טאג, מיינט אז איך בין גארנישט ווערד" און לאמיר זאגן אז א טאג וואס מ'טוט נישט אויף איז טאקע ווערד אז עס זאל זיך שפירן 'גארנישט ווערד'. וויאזוי בין איך אבער ארויסגעקראכן פון די געוואוינהייט פון גיין שלאפן ביטער שפעט? איך האב באשלאסן ביי מיר אז איך גיי גיין שלאפן מיט א ביטערע טעם אין מויל. און אזוי איז געווען! איך האב מיך צוגעוואוינט צו גיין שלאפן מיט א ביטערע טעם אין מויל. צעבראכן. צעקלאפט. ביטער. אבער עווענטועל, האט זיך מיר יא געלוינט צו גיין שלאפן מיט דעם טעם.

דאס איז געווען די וועג וואס השי"ת האט מיר באלאכטן ארויסצונעמען פון דעס מין צודרייטע זאך פון גיין שלאפן שפעט.
זייער גוט!
דאס איז טאקע די נקודה ביי מיר, איך האב נאכגארנישט אויפגעטון היינט, איך קען נאכנישט גיין שלאפן.

--

אגב @מתבונן האט זיך שוין מתגלה געווען אלץ חיים מאיר פערל, ער האט לכאורה אינזין געהאט ענקער שמועס (אדער נאך אזוינע שמועסן) אין זיין ערשטע "נפשי" ארטיקלן ווי ער האט ארומגערעדט איבער הממ.. דאכט זיך מיר ער רופט עס "ריקאנסיליעישען" - א קאנצעפט אז בלויז כאפן די נקודה וואס עס שטערט די לעבן איז שוין א געוואלדיג גוטע געפיל, אפילו אויב מען ווייסט נאכנישט וויאזוי מען קען עס יעצט מיט די נייע פארשטאנד לייזען און מאכן דאס לעבן בפועל גרינגער.
ווען האט ער זיך מתגלה געווען??
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5494
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נשמה האט געשריבן:
בעזהשי"ת.

מיין ציהל איז אנצוקומען מער און מער צו לעבן אינעם הווה.

מ'לעבט אינעם הווה דורך די 'אטענשאן'. דהיינו, וואס אין די מענטש לעבט אינעם הווה? די גוף איז אלעמאל סיי ווי אזוי אין א געוויסע פלאץ, ווען מ'וויל לעבן אינעם 'הווה' האט עס נישט צופיל מיט'ן גוף, ס'האט מיט די 'אטענשאן' ; מיט די 'מיינד'. ס'איז די 'אטענשאן' וואס מ'זוכט אז ס'זאל זיין 'דאהי'.

וועלן לעבן אינעם הווה וועל איך יעצט צעטיילן אויף צוויי. איינס, ווען דער 'מענטש' ווייסט און ער וויל, און ער טוט פעולות מיט זיין 'אטענשאן' צו זיין אינעם 'הווה', אבער ער שפירט אז ער איז נישט עכט, עכט אינעם הווה נאר ער פרובירט. און נאכדעם איז דא ווען דער מענטש 'שפיהרט' אז ער האט עס. ער איז אין די 'הווה' ; אין די present ; אינעם 'יעצט'. בשעת מ'ארבעט צו זיין אינעם הווה, איז אויך עפעס 'הווה'. צוביסלעך.

מ'קען צומאל באמערקן אז די יצר וואס דרויעט און וויל איבערנעמען דעם מענטש, ווערט 'אויס', אויב ס'געלונגט אריינצוקומען אינעם 'הווה'. תולדות אהרן רבי זצ"ל שרייבט אזוי אין א בריוו אז די ענין פון 'יצר' איז צומאל סתם 'נערווען' וואס דער מענטש איז דארט געבליבן שטעקן. OCD קען מען צומאל צוגלייכן צו א CD וואס בלייבט סטאק ביי איין שטיקל, און ס'גייט איבער און איבער און איבער און איבער און איבער און איבער, און ס'האלט אן די מיינד פון די מענטש, ס'האלט אן די עמאושענס פון די מענטש ביי א געוויסע מצב. ר' שאול קליין נ"י האט מיר מסביר געווען אמאל, אז יעדע מענטש האט אזא Recycling סיסטעם אין זיך. וואס דאס האלט אין איין ריסייקלן די מצב וויאזוי די 'מיינד' איז אין א געוויסע מאמענט. ס'מאכט עס אויס. ווען דער 'נפש' איז געזונט, ארבעט דער ריסייקלינג סיסטעם גוט.

אזוי ווי א ספרינג וואס האט א default, וויאזוי ס'שטעלט זיך אויס סתם אזוי, אָן עס אויסציהען, אדער צאמשטופן. ציהסט עס אויס ; שטופסט עס צאם = ווערט עפעס דערמיט. אבער ווען דו לאזט עס אפ, שפרינגט עס צוריק צום דיפאלט ; צום מצב וויאזוי ס'קומט סתם אזוי. אזוי אויך קען מען ממשיל זיין די 'מיינד' פון א מענטש. די 'מיינד' פון א מענטש ווערט נפעל דורך Stimuli, אויסערליכע און אינערליכע, אבער איז דא אזא ריסייקלינג סיסטעם וואס ס'טוט עס צוריק שטעלן אויפן דיפאלט.

ווען א מענטש פארט אין א קאר, און ער קוקט ארויס פון פענסטער, מוז ער בהכרח לעבן אינעם 'הווה', דהיינו, אין די סצענע וואס עס איז יעצט פאר זיינע אויגן. ער קען נישט קוקן אויף איין פלאץ און בלייבן דארט, אפילו אויב ער וויל, ווייל די קאר צווינגט אים צו טוישן צום קומענדיגן סצענע, און אזוי ווייטער און ווייטער. דאס מיינט לעבן אינעם הווה. מ'דארף האלטן אין איין גיין. מיטגיין מיט די מצב. נישט מיט די 'גוף'. די 'גוף' קען אדער 'גיין' אדער 'שטיין', אבער די 'מיינד' ; די אטענשאן, דארף מיטגיין צום קומענדיגן סצענע.

לעבן אינעם הווה פארבעסערט דעם ריסייקלינג סיסטעם. אויב מ'געוואוינט זיך איין זיך אפצולאזן פון וואס עס איז געווען און גיין צום קומענדיגן סצענע.

יעצט. איך ווייס פון Coherence Therapy און איך ווייס אז ס'דא צוויי וועגן וויאזוי א מענטש קען זיך טוישן. אדער Counteractive אדער Transformative.

איך מיין צו זאגן אזוי.

ס'דא צוויי וועגן וויאזוי א 'מענטש' וויל זיך טוישן. איין וועג איז: אריינקריכן אין זיך, און קוקן וואס איז די 'שורש' וואס ס'מאכט מיך טאקע נישט וועלן לעבן אינעם הווה', וואס ס'מאכט מיך לעבן וואס עס איז געווען ? וואס טאקע מאכט מיך צעדרייט ? וואס שטערט מיך ? און ס'קען פאקטיש זיין אסאך זאכן וואס ס'קומען פאר אין די אונטערבאוואוסטזיין, פארוואס די 'מיינד' פון א מענטש ארבעט וויאזוי ס'ארבעט. צומאל איז די 'שטער' וואס מאכט אז די Recycling system זאל נישט ארבעטן געהעריג, גאר עפעס אנדערש ווי דער מענטש שטעלט זיך פאר.

פון דעסט וועגן שפיהר איך אז דער מענטש אלץ א יוד איז סיי ווי אזוי אין א שטענדיגע מלחמה, ללחום עם יצרו הרע, ולהתגבר עליו.

לאמיר זאגן אז טאטע מאמע האבן אריינגעלייגט זייער זוהן אין א Playroom, וואס דארט, כדי צוצוקומען צו די טויס, דארף די קינד גאנץ שווער ארבעטן. און מיט דעם אלעם גייט עס נישט ווי ער וויל. ווייל טאטע מאמע ווילן אז דאס קינד זאל ווערן קלוג. יעצט, לאמיר זאגן אז א שכן קומט אריין, און ער וויל אויסהיילן די 'שורש' פון די שוועריגקייט. ער וויל נישט אז דאס קינד זאל דארפן קאונטער-אקטן די שוועריגקייטן. און ער מאכט אז די טויס זאלן זיין צום האנט. "דא האסטו, דארפסט דיך נישט שלאגן מער". וועסטו זאגן אז די מהלך פון די שכן איז די מהלך מיט וואס מ'דארף גיין ביי דעם פאל, אדער דו וועסט זאגן, אז דא איז יא וויכטיג דוקא די Counteractivity? די זעלבע זאך, אפילו א מענטש פארשטייט אז ס'וואלט טאקע כדאי געווען צו גיין צום 'שורש' און נישט סתם אז מ'זאל זיך דארפן מתגבר זיין, נאר זאכן זאלן ארבעטן חד וחלק, איז דא א מהלך ; א 'יש לומר', אז יעצט, דא, דווקא נישט, אז א מענטש דארף האבן אין זיך א כח התגברות.

אויב וואלט א מענטש נישט געדארפט האבן אין זיך א כח התגברות, פארוואס האט הקב"ה אזוי באשאפן א מענטש? ער האט אים געדארפט באשאפן מיט סוויטשעס. יעצט וויל איך נישט, און איך לעש עס אויס. און יעצט יא, איך צינד עס אן. דער אייבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט, אז א מענטש זאל זיך דארפן שלאגן. איך גיי ארויס אויפן גאס... אופ... איך מוז מיך מתגבר זיין... נאר גדול העצה ורב העליליה.

לאמיר זאגן א קינד וואס איז געקומען חול המועד האלטן אין א פלאץ ווי מ'דארף קריכן און אנקומען צו א געוויסע ציהל. די ארכיטעקטן וואס האבן דיזיינט דאס פלאץ האבן געמאכט אז ס'זאל דייקא זיין שווער צו קריכן, אז מ'זאל דארפן ארבעטן מיט פיהל כוחות צו קענען דערגרייכן צום ציהל. פרעג דאס קינד א שאלה? פארוואס איז עס אזוי שווער? פארוואס דארף איך מיך מוטשען מיט מחשבות? פארוואס דארף איך אויסגיסן מיין הארץ יעדן טאג צום רבש"ע אז איך זאל בלייבן ערליך? פארוואס בין איך ארומגענומען מיט פלאקערדיגע נסיונות וואס ווילן מיר דייקא נאר אריינשלעפן אין עומקא דתהום רבא? פארוואס מוז איך פארשטיין די עמקות פון א תאווה? פארוואס ציהט עס מיר אזוי? פארוואס מוז איך דייקא לערנען יעדן טאג שעות און אולי האי וכולי האי האב איך התגברות? פארוואס קען איך נישט שטעלן גלייכע טריט? פארוואס אז איך האב שוין נעכטן באזיגט מיין יצר הרע, קומט ער היינט נאכאמאל מיט די זעלבע Power אדער שטערקער, און רעד מיר איין און נישט סתם נאר דייקא צו זאכן וואס פאסט פאר דור המבול? ס'וואלט דען נישט גרינגער געווען ווען איך הייל דעם 'שורש'?

אבער ווער זאגט מיר אז הקב"ה וויל איך זאל יעצט היילן דעם שורש? דער אייבערשטער האט דען נישט געקענט באשאפן א מענטש מיט א סוויטש? הקב"ה וויל מיך געבן 'שכר'... דער אייבערשטער ווייסט פון Memory reconsolidation, ער האט דאך געמאכט די ניוראנס... און פון דעסטוועגן, זעהט אויס אז יעצט וויל ער אז איך זאל מיך סתם מתגבר זיין נאכאמאל און נאכאמאל. און פשוט זאגן ניין! און ניין! און ניין! נאכאמאל און נאכאמאל. די גמ' זאגט 'יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום ויום...

דאס מיינט נישט אז מ'דארף נישט היילן דעם 'שורש', אדרבה ואדרבה. מ'דארף טון וואס מ'קען... ווי ווייט מ'קען... בעזהשי"ת. אבער דאס אז ס'דא אזא זאך ווי היילן א שורש מיינט נאך נישט אז א מענטש דארף זיך אפלאזן פון התגברות היצר. פון Counteractive. דאס גליסטן צו היילן די שורש, טאר נישט אוועקנעמען פון אונזער היימישע Counter-activity. פון אונזער היימישן התגברות היצר. פון זיך שלאגן.

מילא ביים אלגעמיינעם מענטש, ער דארף דאך סייווי נישט די ענין פון התגברות. אויב גליסט ער צו אייזקריהם, וועל איך אריינפירן זיין אטענשאן אין זיין אונטערבאוואוסטזיין, און זעהן וואס מ'קען דארט ריקאנסאלידעטן. אבער א יוד מיט Counteractivity איז דאך אלעמאל געווען איינס. לאמיר דאס נישט אפלאזן, כאטש מ'דארף באמת היילן דעם שורש.

וועט מיין שרייבן דא מיר העלפן? נישט עכט. וואס וועט מיר העלפן? תפילה... און רצון... די בחירה איז מיינס. און אויך די נסיון איז מיינס. איך דארף בוחר זיין בטוב, נישטא קיין אנדערע ברירה...

האב איך געוואלט שרייבן אז: די התגברות פון לעבן אינעם הווה איז אן התגברות היצר. והשם הטוב יעזור.

המשך יבוא אי"ה.
נשמה דו ביסט נישט קלאר יא היילן די שורש צו נישט?...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

@ פיינע, איך האב נאך דאן נישט געוואוסט פון אזא אור וואס רופט זיך 'ר' שרגא פליישמאן נ"י'. כאטש איך האב שוין געהאט געהערט פון אים, אבער איך האב עס דאך נישט אזוי פארשטאנען ווי היינט.

סאו, עקסטער פון דיך ענטפערן וויל איך זאגן אז מיין דעפינישן היינט וואס עס מיינט 'לעבן אינעם הווה' איז גאר גאר אנדערש ווי איך האב דעמאלטס געוואוסט אז ס'עקזיסטירט אזא זאך. היינט לערן איך אפ 'לעבן אין די הווה', לעבן מיט די השפעה וואס קומט יעצט אראפ.

דו שטעלסט דיך מן הסתמא אויף די ווערטער: פון דעסט וועגן שפיהר איך אז דער מענטש אלץ א יוד איז סיי ווי אזוי אין א שטענדיגע מלחמה, ללחום עם יצרו הרע, ולהתגבר עליו. און אויף די ווערטער איז דא א מהלך ; א 'יש לומר', אז יעצט, דא, דווקא נישט, אז א מענטש דארף האבן אין זיך א כח התגברות.

און אויף די ווערטער: דאס מיינט נישט אז מ'דארף נישט היילן דעם 'שורש', אדרבה ואדרבה. מ'דארף טון וואס מ'קען... ווי ווייט מ'קען... בעזהשי"ת. אבער דאס אז ס'דא אזא זאך ווי היילן א שורש מיינט נאך נישט אז א מענטש דארף זיך אפלאזן פון התגברות היצר. פון Counteractive. דאס גליסטן צו היילן די שורש, טאר נישט אוועקנעמען פון אונזער היימישע Counter-activity. פון אונזער היימישן התגברות היצר. פון זיך שלאגן.

wow, דאס האב איך געשריבן? עס רעדט צו מיר.

היינט מיט ר' שרגא פליישמאן נ"י וואס האט אזויפיל געעפנט א וועג צו קענען פארשטיין וואס עס גייט פאר, זענען מיינע ווערטער נאך אלץ אמת, אבער די ווערטער "התגברות היצר" איז גאר אנדערש ווי איך האב דעמאלטס פארשטאנען. היינט פארשטיי איך אז ביידע, סיי די אויסהיילן דעם שורש, און סיי התגברות היצר, איז איין אין די זעלבע זאך ממש.

קוק און הער מיך גוט אויס צו מיינע ווערטער וואס איך זאג דיר און פארשטיי די חילוק צווישן א יוד און צווישן א אלגעמיינער וואס גייט צו טערעפי. דער אלגעמיינער וואס גייט צו טערעפי, ער וויל דען אויפגעבן אויף 'יכולת' און וויסן אז ס'איז דא נאר איין גא-ט ב"ה, צי ער איז גענוג גרייט צו אויפגעבן אויף קאנטראל? אבער דער יוד, ער נוצט מעמארי ריקאנסאלידעשאן, צו פארשטיין וואו ער האט נאך 'יכולת' און קאנטראל וואס ער דארף אויפגעבן. דאס איז זיין התגברות היצר און דאס איז התגברות היצר!

קוק ווי וואונדערליך עס איז אז דו האסט מיר דערמאנט פון אזא זאך וואס איך האב געשריבן, און קוק וויאזוי איך פארשטיי דאס אינגאנצן אנדערש. אבער מיינע טרוקענע ווערטער זענען נאך אלץ אמת, אבער די מיינונג איז אנדערש.

איך בין אזוי אנטציקט וויאזוי עס האט זיך מיר קאנסאלידעטעד די ביידע, די התגברות היצר, מיט די אויסמעקן די שורש. וואס איז דען די שורש פון אלע מלחמת היצר? נאר די אייגענע 'איך'. פונקט פארקערט, התגברות היצר פאדערט אז מ'זאל אויסמעקן דעם שורש. און וויסן דעם אמת.

כך נראה לי. און דער הייליגער באשעפער זאל מיר העלפן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב קליענט נ"י

קליענט: א גוטן הרב טערעפיסט וואס קען נאר וואס השי"ת וועט אים צושיקן

ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט, דהיינו: וואס האסטו געפילט איז דיין עכטע פראבלעם וואס דרוקט דיך?

ק: אסאך עקספיריענסעס איז דורכגעלאפן פון נעכטן ביז די יעצטיגע מינוט.

ט: דו קענסטעך דערמאנען ווען דו ביסט געווען אין א געוויסע מצב און דער סימפטאם איז געווען?

ק: יא. איך האב מערערע מצבים אין מיין זכרון וואס מ'קען דורכגיין. אבער איך וואונדער מיך וועגן איין געוויסע מצב, וואס דאן איז די סענסעשאן געווארן היפש שטארק, און עס וואונדערט מיך צו פארשטיין וואס דאס איז, און בעיקר וואסערע וויסן עס איז דא אין מיר, וואס מאכט דאס לויפן אזוי שטארק. וואס עס בארואיגט זיך נישט.

ט: גוט, לאמיר פרובירן בעזרת השי"ת, און השי"ת זאל שוין העלפן אז עס זאל שוין גוט ווערן בזכות הצדיקים

ק: גוט, און דער אייבערשטער זאל טאקע העלפן. עס איז געווען א מצב ווי איינער האט מיך אנגעשריגן פארוואס איך געב נישט מער אכטונג וואס איך טו. און היט מיך נישט פון א געוויסע סכנה. פון וואס איך בין געראטעוועט געווארן ברוב חסדי ה'. און איך ווייס נישט צו דאס האט עווענטואל געברענגט דעם סימפטאם, אדער נישט.

ט: פרוביר ארויפצוברענגען דעם מצב אין דיין זכרון כאילו ס'איז יעצט. און פרוביר צו געדולדיג, רואיג, שטאטעלעך, צו כאפן וואס דיין נפש האט דורכגעמאכט במשך, וואס האט זיך דיר אנגעהויבן טראכטן, וויאזוי האסטו דיך אנגעהויבן פילן.

ק: בעיקר וואס איך קען יעצט באמערקן איז אז איך וואונדער מיך צי איך גיי בדרך טובים או לא. אפשר איז דאס געווען אזא געשריי פון הימעל "וואס טוסטו, געב אכטונג, קוק וואס דו טוסט, ביסט געווען ממש ביים עק". איז די צעטיל וואס דו האסט מיר געמאכט נעכטן שטומט דא גוט.

ט: וואסערע ווערטער שרייט ארויס דאס מערסטע פון דעם גאנצן ענין?

ק: אפשר איז עס: אפשר בין איך אין א סכנה און איך מאך דערפון נישט וואוסנדיג. איך קער נישט. (קליענט איז פארטיפט אין זיינע געדאנקען)

ט: די מידה פון פאוקעסן אויף דיין נעגעטיוו בילד איז געווען אינוואלווד?

ק: יא, אוודאי.

ט: עס הערט זיך מיר ווי אזא סארט שרעק וואס דרוקט זיך אויס אויף א פיזישן אופן, יא?

ק: קען זיין.

ט: פרוביר אזוי. שטארק דיין הארץ. אזוי ווי די פסוק זאגט: קוה אל ה' חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה', און נאך פסוקים, און פרוביר נאכאמאל דורכצוגיין דעם גאנצן מצב, די שריי וואס דו הערסט, און דאס וואס דו האסט געטון נאכדעם. אבער דאס מאל, פרוביר צו בלייבן רואיג. און בעיקר גיי מיט די מחשבה אז "יא? איך דארף מער אכטונג געבן? אקעי, איך גיי מער אכטונג געבן. השי"ת האט מיך ליב, ער ראטעוועט מיך פון סכנות, ער שיקט אונטער מענטשן זאלן מיך ווארענען, אזא גוטע באשעפער. איך בין אין השי"ת הענט. און לאמיר גיין לעבעדיג ווייטער דינען השי"ת" דשאסט פאזיטיוו. נאר פאר א האלבע מינוט אדער בערך. גיי אן מיט א רואיגקייט. קוק פאראויס פאזיטיוו. און זאג מיר צי דו פילסט עפעס אומבאקוועם. אבער נאר צי דו פילסט באמת אומבאקוועם דערמיט. זאלסט מיר זאגן אין די רגע וואס דו פילסט עפעס, און האלטעך נישט צוריק, אפילו אויב דו מיינסט אז ס'איז נאר עפעס א אומבאקוועמליכקייט קוים מערקבאר, זאג עס מיר אויך. זאג מיר אלעס, אפילו אויב עס איז נאר אזא דקה מן הדקה וואס דו קלערסט נאר אז אפשר האסט עס געפילט.

ק: די ערשטע רגע ווען איך טו וואס דו זאגסט מיר, קומט ארויף: מאכסטעך נישט וואוסנדיג פון סכנות. עס גייט דיך נישט אן. דאס ביסטו.

ט: אקעי. סאו, פרוביר אנצוקוקן די גאנצע מצב אז ס'איז נישט קיין סכנה. ס'פארלאנגט נישט פון דיר קיין שום 'איבערוועלטיגונג' פון סכנה. דו ווייסט פון אייביג אן אז דאס איז די וועג וויאזוי מ'דארף זיך אויפפירן. עס איז דיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אנדערש. צי קומט ארויף עפעס?

ק: איך האב געפילט אזא "איך בין גארנישט ווערד". האסט מיר געזאגט אז איך זאל דיר זאגן אלעס וואס קומט ארויף, סאו, איך האב געפילט, "איך בין גארנישט ווערד".

ט: סאו, טראכט פאר איין מינוט פון דעם "איך בין גארנישט ווערד", די וועג וויאזוי דו האסט עס געפילט.

ק: אזא געפיל פון "איך קען מיך נישט פראווען". (טערעפיסט ווייזט שטארקע סימפאטיע און מיטגעפיל מיט'ן קליענט)

ט: אקעי, סאו, פרוביר נאכאמאל צו טון וואס איך האב דיר געזאגט פריער...

ק: אקעי. איך קען נישט פארשטיין פארוואס עס קומט ארויף מיינע אי הצלחות.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: ס'קומט ארויף: איך האב שוין נישט קיין כוח אזויפיל נישט צו מצליח זיין. ס'גייט נישט.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: קומט נאכאמאל ארויף די "איך בין נישט ווערד וכו'"

ט: אקעי גוט. לאמיר פרובירן, אבער נאר פרובירן, עס מוז נישט גיין, אז עס קומט דיך נישט ארויף די "איך בין נישט ווערד". נאר דו ביסט דשאסט פאוקוסירט אויף דיין ווערד, אלץ יוד, אלץ חלק אלוק ממעל, וכו'. צי קומט עפעס ארויף?

ק: ס'האט זיך געפילט עפעס אומבאקוועם, אבער כ'האב נישט געקענט כאפן די ווערטער דערפון.

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: איך קען נישט צוזאגן, אבער עס דאכט זיך מיר אז ס'איז ארויפגעקומען "עס פאדערט מיר מער אחריות".

ט: אקעי. דשאסט טראכט דערפון פאר א מינוט, אבער די עקספיריענס דערפון, וויאזוי דו האסט עס געפילט אין דיר.

ק: גוט... איך דארף מער צושטעלן.

ט: פרוביר נאכאיינמאל.

ק: יא, איך דארף מער נוצן מיינע כוחות, ארויסגעבן מיינע כוחות פון מיר.

ט: טראכט עס פאר א מינוט. די עקספיריענס דערפון.

ק: קעי. איך דארף מער שטופן פון מיר.

ט: לאמיר דיר פרעגן עפעס טייערער 'קליענט'. וואס פילסטו אין דיר ווען דו פילסט דעם "איך דארף מער שטופן פון מיר, מער אחריות, מער ארויסגעבן מיינע כוחות" עס פילט זיך באקוועם.

ק: איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך קען שוין נישט זיין באוואוסטזיניגט אויף אזוי טיף.

ט: פרוביר דאך. פרוביר דיך צו זעהן פון דערווייטענס, און פון יענע פלאץ באמערק דיין אינערליכע עקספיריענס.

ק: איך ווייס נישט וואס, אבער איך מיין אז ס'קומט ארויף "מיט וואס פאר א רעכט האב איך צו פילן ווערד, אויב איך שטעל נישט צו גענוג"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא, איך האב געקענט פילן אומבאקוועם פון די "איך דארף מער שטופן פון מיר, מער אחריות, מער ארויסגעבן מיינע כוחות".

ט: וואס איז עס געווען?

ק: אזא: איך האב נישט אין מיר גענוג אויף צו געבן.

ט: אקעי. טראכט עס פאר א מינוט.

ק: (א שאקל מיט די קאפ) איך ווער צעמישט, עס איז מיר שווער צו ווערן באוואוסטזיניגט דערויף.

ט: פרוביר דאס צו קוקן ווי א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט פאר טויזנט יאר צוריק. גולגולים צוריק.

ק: (שמייכלט) איך האב שוין נישט קיין כוח.

ט: אקעי. גוט. האסט נאך א מצב ווען דו האסט געפילט דעם סימפטאם?

ק: יא.

ט: אקעי. מיט געדולד, פרוביר דיך פארצושטעלן דעם מצב, און וואס פונקטליך קומט ארויף

ק: יא, ס'קומט ארויף די וואטעווער, "איך בין נישט גוט".

ט: אקעי. סאו, פרוביר דיך פארצושטעלן ווי פאלגנד: איך האב א זכי' צו זיין א יודיש קינד, און ווען איך לערן התעוררות און דארף נתפעל ווערן דערפון, איז דאס א זכי'. מיין הארץ גייט בעזרת השי"ת ווערן ווייעכער לפני השם. א מחי'. אבער אן טראכטן פון די "איך בין נישט גוט". צי קומט ארויף עפעס א אומבאקוועמליכקייט?

ק: איך האב עס געפילט אזוי שנעל אז נאר. עס איז ארויפגעקומען "ווער בין איך?".

ט: אקעי. פרוביר נאכמאל.

ק: יא, עס קומט ארויף: און וואס איז מיין מצב?

ט: יעדע מאל עס קומט ארויף עפעס אין דיר, טראכט דערפון פאר א גאנצע מינוט, כדי דאס אריינצוכאפן אין זכרון. טראכט די עקספיריענס דערפון, וויאזוי דו האסט עס געפילט. פרוביר נאכאמאל

ק: וועלכע 'איך' זאל נתעורר ווערן?

ט: דיין הארץ! דשאסט דיין הארץ. פרוביר

ק: איך קען נישט טרעפן מיין 'איך'.

ט: דיין הארץ איז נישט דיין 'איך'?

ק:

ט: זאג: מיין איינציגע 'איך' וואס איך קען דא ארויפברענגען איז מיין נעגעטיוו 'איך'.

ק: מיין איינציגע 'איך' וואס איך קען דא ארויפברענגען איז מיין נעגעטיווער 'איך'.

ט: ווייל אויב ס'איז די פאזיטיווע פשוט'ע איך...

ק: פילט זיך עס נישט.

ט: אקעי. לאמיר פרובירן צו מאכן א צעטל

ק: איך האב אזויפיל וואס צו פארציילן וועגן זאכן וואס איז דורך אויף מיר פון פאריגע סעשאן ביז יעצט, ס'איז אזויפיל דורך אויף מיר.

ט: גוט, אבער מ'דארף דאך טון עפעס אויך. סאו, לאמיר מאכן א צעטיל אזוי:

צעטיל: בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך פיל שרעק: אפשר בין איך אין א סכנה, און איך מאך נישט וואוסנדיג דערפון, און איך קער נישט. איז דאס די אמת, אדער איז די אמת אז דאס שאפט זיך מיר פון פילן "איך בין גארנישט ווערד, איך קען מיך נישט פראווען, אדער פון מיינע אי הצלחות" אדער "איך האב שוין נישט קיין כוח אזויפיל נישט מצליח צו זיין, עס גייט מיר נישט. וואס דאס רופט פאר עקספיריענס פון שרעק.

מיין איינציגע 'איך' וואס איך קען דא ארויפברענגען איז מיין נעגעטיוו 'איך', ווייל מיין פאזיטיוו 'איך' פילט זיך נישט.

אויב עס גייט זיך מיר פילן מיין ווערד, אלץ יוד, חלק אלוק ממעל, וכו', קומט ארויף א קשיא: מיט וואס פאר א רעכט האב איך צו פילן ווערד, אויב איך שטעל נישט צו גענוג.
אדער קומט ארויף "עס פאדערט פון מיר מער ארויסצוגעבן מיינע כוחות וואס איך האב נישט אין מיר".

והשם הטוב יעזור וישמור ויציל און השי"ת זאל מיך פירן אויפן ריכטיגן געזונטן וועג.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיט די הילף פונעם הייליגן באשעפער שומר פתאים ה', ובחרת בחיים.

טערעפיסט: א גוטן הרב קליענט

קליענט: א בעסערן

ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דעם סימפטאם, וואס איז דיר בייגעפאלן דעמאלטס, וואס איז דיין עכטע פראבלעם?

ק: אביסל אז ס'קומט אז איך פיל מיך שוואך. איך האב געליינט די צעטיל, אבער איך קלער אז אונז האב מיר נישט געהעריג ארויס וואס פונקטליך די סיפטאם איז. ווייל איך קלער יעצט אז אפשר איז די סימפטאם נישט דאס אז איך האב א געוויסע סענסעשאן פון וואס איך וויל פטור ווערן, נאר דאס אליין אז ס'שטערט מיר ביז איך וויל דערפון פטור ווערן, דאס איז די סימפטאם. די סימפטאם איז די ריספאנס וואס איך האב צום סענסעשאן, די ריספאנס אז ס'איז אזוי אזא מין זאך אז איך וויל דערפון לויז ווערן. דאס מיינט אז די סיבה פארוואס איך מאך דא סעשאנס אויף אייוועלט כדי פטור צו ווערן פונעם סענסעשאן, דאס איז גאר א חלק פון די סימפטאם.

ט: איז, לאמיר פרובירן דעם וועג און השי"ת זאל העלפן. צי קענסטו ארויפברענגען אין דיינע געדאנקען א מצב ווען דער סענסשאן געשעט אין דיר שטארק?

ק: יא.

ט: איז, לאמיר זיך פארשטעלן ווי כאילו ס'איז יעצט, און צי קענסטו ווערן אויפמערקזאם אויף א אינערליכן רצון אין דיר ערגעץ וואו, וואס וויל פטור ווערן אז ס'זאל אוועקגיין פון דיר?

ק: יא, איך קען.

ט: איך וויל דיר עפעס פרעגן און השי"ת זאל העלפן אז ס'זאל נישט ארויסקומען די קלענסטע מכשול חלילה פון די דיבורים דא: וואס אין דעם סענסעשאן מאכט עס אזוי אז עס זאל זיך דיר וועלן אז דו זאלסט דערפון לויז ווערן?

ק: ס'זאגט מיר אז איך בין א 'בעל עבירה' חלילה. ווייל ס'זאגט מיר אז איך האב עפעס נישט גוט געטון.

ט: צי קענסטו זען נאך עפעס אין דעם סענסעשאן וואס מאכט דיך אז דו זאלסט וועלן דערפון לויז ווערן?

ק: איך וויל פילן הייליג און פילן נאנט צום אייבערשטן.

ט: און וויאזוי מאכט דיך דאס פילן אז דו ביסט נישט נאנט צום אייבערשטן?

ק: איך קען נישט געהעריג אויספיגערן, אבער אזוי מאכט מיך עס פילן.

ט: צי קענסטו זעהן נאך עפעס דערין וואס דאס מאכט אז דו זאלסט וועלן דערפון לויז ווערן?

ק: ס'זאגט מיר אז איך בין נישט גוט, נישט ווערד.

ט: צי קענסטו יעצט ווערן אויפמערקזאם אויף א פלאץ אין דיר וואס זוכט מהלכים וויאזוי צו פטור ווערן דערפון?

ק: יא. זייער שטארק. און דאס איז די סימפטאם.

ט: פון יענע פלאץ, עקספיריענס דייקא יענע פלאץ אין דיר וואס וויל דערפון לויז ווערן און זאג: איך וויל אז דו זאלסט נישט קומען צו מיר, ווייל דו מאכסט מיך פילן אז איך בין נישט גוט, איך בין נישט הייליג און נאנט צום אייבערשטן, איך בין נישט ווערד, דו מאכסט מיך פילן מיין נעגעטיוו, און דערפאר וויל איך נישט אז דו זאלסט זיין דא.

ק: איך וויל אז דו זאלסט נישט זיין דא בכלל, ווייל דו מאכסט מיך פילן אז איך בין נישט גוט, איך בין נישט הייליג און נאנט צום אייבערשטן, איך בין נישט ווערד, דו מאכסט מיך פילן מיין נעגעטיוו.

ט: לאמיר דיך פרעגן, אבער כדי צו ענטפערן וואס איך פרעג דיך, זאלסטו אריינקוקן אין דיינע געפילן, און פון דארט זאלסטו זוכן די תשובה. און מיין פראגע צו דיר איז: וואס אין דיר - אין דעם מצב - מאכט דיך אז דו זאלסט אזוי נישט ליב צו פילן אז דו ביסט נישט גוט? וואס איז טאמער דו ערלויבסטעך צו פילן אז דו ביסט נישט גוט?

ק: איך בין נישט אזוי ווי יעדעם. איך בין ווייניגער ווי יעדעם.

ט: פרוביר נאכאמאל און ענטפער מיר אפילו אויב ס'דאכט זיך דיר נאר אז דאס איז די תשובה אויף מיין פראגע

ק: מ'גייט מיך אראפקוקן דערפאר. מ'גייט שוין נישט האלטן אויף מיר אז איך בין אזא צדיק וויאזוי איך קוק אויס.

ט: פון יענע פלאץ אין דיר וואס בעט און האפט אז ס'גייט נישט קומען דער סענסעשאן, און ווען ס'איז שוין אין דיר זוכט עס א מהלך וויאזוי צוריק קומען אין באלאנס, זאג: דו גייסט מיר מאכן פאר אזא מענטש וואס מ'גייט אראפקוקן, און וועגן דיר גייט מען מער נישט האלטן אז איך בין אזא צדיק ווי איך קוק אויס.

ק: (קען זיך נישט נעמען די מיה דאס צו זאגן, אבער פרובירט און זאגט עס) דו גייסט מיר מאכן פאר אזא מענטש וואס מ'גייט אראפקוקן, און וועגן דיר גייט מען מער נישט האלטן אז איך בין אזא צדיק ווי איך קוק אויס.

ט: און דו דערשרעקסט מיר

ק: און דו דערשרעקסט מיר זייער שטארק

ט: און איך מוז פון דיר לויז ווערן.

ק: און איך מוז זוכן עצות, און מאכן סעשאנס אז דו זאלסט עווענטואל נישט קומען צו מיר.

ט: און וואס אין דעם מצב מאכט אזוי געפערליך צו פילן דעם סארט געפיל וואס זאגט דיך 'איך בין נישט הייליג און נאנט צום אייבערשטן'. ביסט דאך נאר א בשר ודם, צי ווייסטו נישט אז א מענטש קען חלילה עובר זיין אויף זאכן וואס השי"ת ערלויבט נישט, און וואס איז אז דו פילסט ביי דיר אז לאמיר תשובה טון און ווערן נענטער צו השי"ת, טו תשובה און שוין. אבער וואס איז דאס אז דו האסט נישט ליב צו פילן די "איך בין נישט הייליג און נאנט צו השי"ת"

ק: איך פיל אז איך האב שוין נישט מיט וואס זיך צו האלטן גרויס. איך פארליר מיין שטאלץ.

ט: פון יענע פלאץ אין דיר וואס האפט אז ס'גייט נישט קומען דער סענסעשאן, און זוכט א מהלך וויאזוי צו ריין ווערן דערפון, זאג: איך האב זייער מורא אז דו זאלסט נישט קומען אין מיר, ווייל אויב יא, גייסטו מיר מאכן פילן אז איך האב שוין נישט מיט וואס זיך צו האלטן גרויס. דו גייסט מיר מאכן פארלירן מיין שטאלץ. ווייל דו גייסט מיר מאכן פילן אז איך בין שוין נישט אזוי הייליג און נאנט צו השי"ת. דערפאר דארף איך פון דיר ריין ווערן, אז איך זאל ווייטער קענען פילן מיין שטאלץ

ק: (קען זיך שווער נעמען די מי דאס צו זאגן, און זאגט אנשטאטס דעם: איך וויל אבער זיין נאנט צום אייבערשטן, איך וויל פילן ערליך)

ט: יעדע אידיש קינד דארף טון אלעס אויף דער וועלט צו פילן נאנט צום אייבערשטן. אבער מיר ווילן פארשטיין פארוואס דו זוכסט פטור צו ווערן פון דעם סענסעשאן. אז דו ווילסט תשובה טון, טו תשובה, און דערנענטער דיך צום אייבערשטן. מ'קען תשובה טון מיט די סענסעשאן אויך.

ק: איך האב זייער מורא אז דו זאלסט נישט קומען אין מיר, ווייל אויב יא, גייסטו מיר מאכן פילן אז איך בין נישט ערליך, נישט הייליג, און נישט נאנט צו השי"ת, און איך גיי שוין נישט האבן מיט וואס צו פילן מיין שטאלץ, מיט וואס זיך צו האלטן גרויס. סאו, איך מוז האפן אז דו גייסט נישט אריינקמען אין מיר, און אויב דו קומסט יא, מוז איך זוכן מהלכים וויאזוי איך קען עווענטואל ריין ווערן פון דיר.

ט: זייער גוט, בעזרת השי"ת.

צעטיל: באמערק וויאזוי איך וויל אז די סענסעשאן זאל נישט קומען, און אויב ס'קומט וויאזוי צו עווענטואל ריין ווערן דערפון. און זאג: איך וויל נישט אז דו זאלסט זיין אין מיר, ווייל ווען דו ביסט אין מיר, מאכסטו מיך פילן אז איך בין נישט גוט, איך בין נישט הייליג און נאנט צום אייבערשטן, איך בין נישט ווערד, דו מאכסט מיך פילן מיין נעגעטיוו. און דאס מאכט מיר פילן אז איך בין נישט אזוי ווי יעדעם, איך בין ווייניגער ווי יעדעם. מ'גייט מיך אראפקוקן דערפאר, מ'גייט שוין נישט האלטן אז איך בין אזא צדיק ווי איך קוק אויס. און אז איך גיי פילן אז איך בין נישט אזוי הייליג און נאנט צום אייבערשטן, פיל איך אז איך האב שוין נישט מיט וואס זיך צו האלטן גרויס. איך פארליר מיין שטאלץ. דערפאר קען איך דיר נישט לאזן קומען אין מיר, און איך גיי זוכן וויאזוי צו ריין ווערן פון דיר. מ'קען נישט תשובה טון מיט די סענסעשאן צוזאמען, מ'דארף בעיקר דערפון ריין ווערן.

אפילו אויב דאס אז איך זוך מהלכים וויאזוי צו זיין ריין פון דיר מאכט אז דו זאלסט ווערן שטערקער און שטערקער, אבער איך קען מיך נישט ערלויבן צו פילן אז איך בין נישט אזוי הייליג און נאנט צו השי"ת, און איך קען מיך נישט ערלויבן צו פארלירן מיין שטאלץ. איך קען מיך נישט ערלויבן צו פילן אז איך בין נישט ווי יעדעם, אז איך בין ווייניגער ווי יעדעם, איך קען מיך נישט ערלויבן אז מ'זאל מיך אראפקוקן דערפאר, און מער נישט האלטן אז איך בין אזא צדיק ווי איך קוק אויס.

והשם הטוב יעזור וישמור ויציל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב "קליענט" נירו יאיר. וואס הערט זיך, קוק און זעה ווי ווייט איך בין אינטערעסירט צו מיטפילן מיט דיר און דיר מער נישט אוועקמאכן און אוועקלאפן, קוק און זע ווי שטארק איך האב רחמנות און עס גייט מיך אן וואס דו האלטסט און דו פילסט און וואס דו שטרעבסט.

קליענט: א גוטן און השי"ת זאל העלפן.

ט: לאמיר פרובירן צו גיין ווייטער און השי"ת זאל העלפן. פארצייל מיר וואס דו האסט געוואוסט איז דיין עכטע פראבלעם, דיין עכטע זאך וואס שטערט דיך,

ק: קודם מוז איך דאנקען השי"ת אז ער האט מיר אריינגעשיינט אז דער עיקר סימפטאם איז דאס אז איך האב נישט ליב דעם סענסעשאן און דער עיקר סימפטאם איז אז איך זוך וועגן און עצות וויאזוי צו פטור ווערן דערפון. און נאכדעם, איך האב א סך מצבים פון וואס צו רעדן מיט דיר, און איך וועל אויסקלויבן איינס דערפון.

ט: נו, גוט. פארצייל מיר.

ק: איך זיץ, און איך לערן אין א ספר וואס זאגט אז א יוד דארף זיך אזוי אויפפירן כדי צו זוכה זיין צו פילן די ליכטיגקייט פון א מצווה, די ליכטיגקייט פון שב"ק.

ט: זאג פאר דעם סענסעשאן: אין מיר ליגט א וויסן וואס ווייסט אז ווען מ'פילט דיך קען מען נישט זוכה זיין צו פילן א טעם אין שב"ק. נאר גאר פארקערט: דאס מיינט אז מ'איז אין גיהנם.

ק: אין מיר ליגט א וויסן וואס ווייסט אז ווען מ'פילט דיך קען מען נישט זוכה זיין צו פילן א טעם אין שב"ק, נאר גאר פארקערט: דאס מיינט אז מ'איז אין גיהנם.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז דער סענסעשאן איז א נאטורליכע סענסעשאן, עס האט גארנישט מיט א אנדייטונג צי דו ביסט אין גיהנם, אדער אין גן עדן, אדער ווי דו האלטסט אויף דער וועלט. דאס מיינט אז דו ווייסט אז דו האסט נישט אין דיר אזא סארט סימן צי דו ביסט מער הייליגער, אדער מער ווייטער פון השי"ת. ווייל דאס דינט נישט אלץ א סימן בכלל. סאו, דו דארפסט בכלל נישט אוועקלויפן פון אזא סארט שפיר. דהיינו: אז מיט'ן זיך רייניגן דערפון ווערסטו נישט הייליגער בכלל. עס איז נישט א קנה מידה אין קיין שום עולם. פון עולם התחתון אונטערן שאול, ביז נאנט צום כסא הכבוד.

ק: וויאזוי רבש"ע ווער איך הייליג, וויאזוי דערנענטער איך מיך צו השי"ת? איז פארלוירן מיין האפענונג זיך צו דערנענטערן צו אים? איך פיל מיך עפעס אזוי פארווארפן.

ט: זאג אזוי, און זאג עס פון דיינע געפילישע נפש: אויב דו גייסט נישט זיין מיין סימן צו וויסן ווי נאנט איך בין צו השי"ת... און ענדיג עס

ק: יו, איך דערמאן מיך אז איך בין א בחור'ל פון פערצן יאר, איך וויל אזוי שטארק פילן הייליג, איך וויל אזוי שטארק פילן נאנט צום אייבערשטן, איך וויל אזוי שטארק פילן אז איך בין יא, איך האב עס יא, איך האב יא מדריגות, איך פיל יא די ליכטיגקייטן.

ט: זאג עס, זאג עס. אויב דו ביסט גארנישט א סימן צו וויסן ווי נאנט איך בין צו השי"ת, סאו, איך דארף נישט פון דיר מיך ריין מאכן... און ענדיג עס. אדער קענסטו ארומטוישן די זאץ אז ס'זאל מער שטומען מיט דיין נפש.

ק: אויב דיין אנוועזנהייט אין מיר זאגט מיר גארנישט ווי ווייט איך בין פון השי"ת, ... דאן גייט מיך גארנישט טרייבן צו ווערן נאנט צו השי"ת.

ט: נאכאמאל.

ק: אויב דיין אנוועזנהייט אין מיר האט גארנישט מיט ווי ווייט איך בין פון השי"ת, סאו, איך דארף מיך נישט פון דיר ריין מאכן... דאן גיי איך נישט וויסן ווי איך האלט אויף דער וועלט.

ט: נאכאמאל.

ק: אויב דיין אנוועזנהייט אין מיר איז קיין אנדייטונג ווי ווייט איך דארף מיך צוריק מטהר זיין און ווערן נאנט צו השי"ת, איז, איך קען דיך לאזן אין מיר... דאן פארליר איך מיין מאפע.

ט: נאכאמאל

ק: אויב דיין אנוועזנהייט איז קיין אנדייטונג ווי ווייט איך דארף תשובה טון צוריק צו ווערן ריין, איז, איך קען דיך לאזן אין מיר... דאן קען איך מיך נישט טרעפן. איך האב נישט קיין 'איך'.

ט: זאג אזוי: אמת טאקע אז סענסעשאן איז א סימן ווי נאנט איך בין צו השי"ת, אבער דאס מאל מיינט עס נישט.

ק: איך פיל אז איך וויל מיך מיט עפעס דערנענטערן צו השי"ת. איך וויל מיך מיט עפעס רייניגן, פילן.

ט: זאג אזוי, און השי"ת זאל העלפן: איך נוץ דיין אנוועזנהייט אין מיר אלץ א סימן ווי ווייט איך בין פון השי"ת, און ווי ווייט איך דארף זיך רייניגן, און דערפאר וויל איך זיך רייניגן פון דיר. ווייל איך וויל נישט זיין ווייט פון השי"ת. אויב איך קוק דיך אן אז דו ביסט בכלל נישט קיין אנדייטונג ווי ווייט איך בין פון השי"ת, און ווען איך דארף מיך מטהר זיין פאר אים, סאו, איך דארף זיך גארנישט רייניגן פון דיר, דאן גיי איך נישט וויסן ווי איך האלט אויף דער וועלט, איך גיין פארלירן מיין מאפע, און איך גיי מיך נישט קענען טרעפן, און האבן א 'איך'. און מיט וואס קען איך מיך עפעס דערנענטערן צו השי"ת. כאטש אויב איך נוץ דיין אנוועזנהייט פאר אזא צוועק, ווערסטו שטערקער און שטערקער און דו ברענגסט אויף מיר ליידעניש, אבער איך מוז פילן ווי איך האלט אויף דער וועלט, איך מוז פילן א מאפע, איך מוז מיך קענען טרעפן, איך פילן א 'איך'.

ק: זאגט עס

צעטיל: בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך נוץ דיין אנוועזנהייט אין מיר אלץ א סימן ווי ווייט איך בין פון השי"ת, און ווי ווייט איך דארף זיך רייניגן פאר אים, און דערפאר וויל איך זיך יעצט רייניגן פון דיר. ווייל איך וויל נישט זיין ווייט פון השי"ת.

אויב איך קוק דיך אן אז דו ביסט בכלל נישט קיין אנדייטונג ווי ווייט איך בין פון השי"ת, און ווען איך דארף מיך מטהר זיין פאר אים, סאו, איך דארף זיך יעצט גארנישט רייניגן פון דיר, דאן הייב איך אן פילן אז איך גיי נישט וויסן וואו איך האלט אויף דער וועלט, איך הייב אן פילן אז איך פארליר מיין מאפע, און איך באמערק אז איך קען מיך נישט טרעפן, און האבן א 'איך'. און נאר דורך דיר קען איך מיך מיט עפעס דערנענטערן צו השי"ת.

כאטש אויב איך נוץ דיין אנוועזנהייט פאר אזא צוועק, ווערסטו שטערקער און שטערקער און דו ברענגסט אויף מיר ליידעניש, אבער איך מוז פילן ווי איך האלט אויף דער וועלט, איך מוז פילן אין מיר א מאפע, איך מוז מיך קענען טרעפן, און פילן א 'איך'. ווייל איך קען מיך נישט פילן ווערדלאז, און ווייניגער ווי יעדעם.

והשם הטוב יעזור וישמור ויציל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיט די הילף פונעם הייליגן באשעפער עושה שמים וארץ.

טערעפיסט: א גוטן רב קליענט

קליענט: א בעסערן

ט: פרוביר מיך צו פארציילן וויאזוי עס איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת די סימפטאם איז געשען אין דיר. און די סימפטאם איז: די אומבאקוועמליכקייט וואס דו האסט פון דעם סענסעשאן. דו וואונדערסט דיך פארוואס דו ווילסט אזוי שטארק דערפון ריין ווערן, וואס ביסטו אזוי ארויס אין קריג דערמיט, פארוואס ווארפט עס אויף דיר אזא פחד. אבער דאס איז די אנטי-סימפטאם פאזישן. פון דעם פאזישן פארשטייסטו נישט פארוואס עס דערשרעקט דיר אזוי ביז דו זוכסט עצות און וועגן וויאזוי זיך צוריקשטעלן אן דעם.

ק: יא. דאס איז מיין אנטי-סימפטאם פאזישן.

ט: און וואסערע פאזישאן האסטו געהאט ווען די סענסעשאן איז געשען אין דיר?

ק: איך האב געליינט דעם צעטיל. ס'פילט זיך אמת'דיג. און ס'האט היפש געטוישט די צוגאנג דערצו.

ט: איך וויל רעדן מיט דיר, דו געדענקסט ווען דאס האט זיך אנגעהויבן?

ק: יא. איך געדענק געוויסע פאסירונגען וואס מיר דאכט זיך אז דאס האט דאס גורם געווען. געווען איז דאס ווען איינער האט מיר דערשראקן אז איך בין אין א מצב וואס קען אריינגיין אין - לאמיר עס אנרופן - סכנה'דיגע טעריטאריע. הגם איך האב אים געזאגט אז ס'איז נישט ריכטיג, און איך ווייס ביי מיר אז ס'איז נישט די אמת, און ער האט מסכים געווען אז איך בין גערעכט, אבער דאכט זיך אז יענע תקופה האט זיך עס אנגעהויבן

ט: איז, לאמיר טון אזוי און השי"ת זאל העלפן בזכות הצדיקים אז מיינע ווערטער זאלן פארשטאנען ווערן נאר צום גוטן לעבודתו יתברך שמו. לאמיר זיך פארשטעלן ווי דו שטייסט פאר אים בעת דו באקומסט פון אים דעם מעסעדש, דעם וויסנשאפט וועגן דיר, וויאזוי שפילט דיין נפש בשעת מעשה?

ק: איך ווער זייער דערשראקן, איינגעפאלן אין מיר, פארלוירן, איך פיל מיך ווי איך בין מער נישט זיכער מיט מיך אליין, איך פיל ווי איך וויל מיך באשיצן מיט עפעס, מיט מיין גאנצע כוח וואס איך פארמאג נאר אין מיר, אבער איך טרעף נישט אין מיר קיין שום סעיף וועג וואס צו טון ווייטער. איך ווער אזוי ווי אפגעסטעמפלט און שוין. אן קיין שום וועג וויאזוי זיך צו פארטיידיגן. איך פיל מיך אין די הענט פון שטערקערע ווי מיר, וואס קענען טון מיט מיר וואס עס פאלט זיי ביי, אן דעם וואס איך זאל זיין גערעכט. זייט דעמאלטס, זייט יענע טאג, בין איך זייער זייער אסאך אדורך אין מיין נפש. איך קען יעצט פילן אז ס'איז די זוכונג פאר פארטיידיגונג וואס איך זוך אין מיר. ס'איז אלעס געווען דמיון. אלעס אין מיין קאפ.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן דעם סענסעשאן און זאג: אוי, דו ביסט דא? געוואלד, דו ביסט דאך א סימן אז איך בין נאנט צו אזעלכע סכנה'דיגע טעריטאריע. אזוי פילט זיך עס ווען מ'איז צו נאנט אהין ח"ו. איך בעט דיך, לויף שנעל אוועק פון מיר, וועל איך נישט זיין אין א סכנה. לויף אוועק, לויף אוועק.

ק: אוי, דו ביסט דא? געוואלד, דו ביסט דאך א אנדייטונג אז איך בין יא נאנט צו אזעלכע סכנה'דיגע טעריטאריע. אזוי פילט זיך עס ווען מ'איז צו נאנט אהין ח"ו, איך מוז מיך פון דיר רייניגן, כדי דו זאלסט נישט זיין א סימן אז ס'איז יא דא ממשות אין דעם מימרא פון יענעם.

ט: פיין, זייער גוט. יעצט לאמיר טון אזוי און השי"ת זאל העלפן. לאמיר זיך פארשטעלן - פון יענע חלק וואס וויל זייער שטארק אז יענעמ'ס אפלערנונג זאל נישט זיין אמת, אז קיין שום שפיר אין דיר דינט נישט אלץ א סיגנאל זיך צו דערווייטערן פון ענליכע סכנות. עס איז דיך נישט מעורר מיט די ווארט: אנטלויף! עס דערמאנט גארנישט. יא, עס קומט אריין אין דיר, אבער עס האט נישט אין זיך די "געב דיך אכטונג"

ק: וואס גייט מיך באשיצן?

ט: זאג פאר די סענסעשאן: זייער גוט, דו גייסט מיר נוצן אלץ א סיגנאל, גוט? יעדעס מאל איך בין אין א מצב וואס ענדלט אפילו נאר א האלבע פראצענט צו יענע שרעקעדיגע סכנה, קום און פייף מיט דיין גאנצע כוח.

ק: זייער גוט, איך האב א עצה, דו גייסט מיר נוצן אלץ א סיגנאל, יעדעס מאל איך בין אין א מצב וואס ענדלט אפילו נאר מיט עפעס, צו יענע מציאות, קום און ווארן מיר מיט דיין גאנצע כוח.

ט: און אויב דו מאכסטעך נישט וואוסנדיג?

ק: פייף שטערקער. פייף ווילאנג איך אנטלויף נישט.

ט: זאג: נאר דו קענסט מיך ראטעווען פון יענע שרעקליכע מציאות.

ק: נאר דו גייסט מיך ראטעווען פון אריינפאלן דארט אהין אין יענע שרעקליכע שרעקליכע מציאות.

ט: אן דיר בין איך פארלוירן

ק: אן דיר בין איך אנטבלויזט.

ט: דו ביסט די איינציגע אפהאלט.

ק: איך האב נאך א מעשה ווען איינער, אדער עפעס, האט מיר אנגעשראקן מיט בערך אזא זאך.

ט: קוק אריין אין דיין נפש און זאג מיר וואס עס שפילט זיך אפ דארט בעת ער ווארנט דיך דערוועגן.

ק: איך פיל א געפערליכע אנגעצויגנקייט פון פחד. איך ציטער אז עס זאל חלילה נישט טרעפן מיט מיר וואס ער ווארנט מיר. "איך מוז טון אלעס אויף דער וועלט אז ס'זאל חלילה נישט געשען מיט מיר אזעלכע שרעקעדיגע זאכן"

ט: זאג אויך פאר זיך אליין ווען דו הערסט ווי יענער איינער ווארנט דיך: איך מוז האבן א וועג אין מיר וויאזוי דיינע זארגן וועגן מיר זאלן חלילה נישט ווערן מקויים. איך האב דיך ליב, און איך וויל אז איך זאל זיין אזוי ווי דו ווילסט.

ק: איך האב דיר זייער ליב, און איך גיי טון אלעס אויף דער וועלט אז דיינע זארגן וואס דו האסט מורא וועגן מיר זאלן נישט זיין אמת.

ט: זאג פאר די סענסעשאן: ווען איך האב דיר מיינט עס אז ס'הייבט זיך אן זיינע ווארענונגען וואס ער האט מיך געווארנט אויב איך וועל נישט אכטונג געבן. ער האט געמיינט אזעלכע סענסעשאנס, מן הסתם האב איך נישט אזוי אכטונג געגעבן.

ק: ווען איך האב דיר מיינט עס אז ס'הייבט זיך אן זיינע ווארענונגען וואס ער האט מיר געווארנט אויב איך וועל נישט אכטונג געבן. ער האט געמיינט אזעלכע סענסעשאנס, מן הסתם האב איך נישט אזוי אכטונג געגעבן.

ט: און איך מוז מיך פון דיר רייניגן, איך קען דאס נישט ערלויבן. איך דארף דאך טון אלעס אויף דער וועלט אז זיינע זארגן זאלן חלילה נישט פארווירקליכט ווערן.

ק: און איך מוז מיך פון דיר רייניגן מיט מיין גאנצע כוח וואס איך האב נאר, איך קען נישט ערלויבן אז ס'זאל מיט מיר געשען וואס ער האט זיך אזוי געזארגט, און מיר אזוי געבעטן אז איך זאל דערפון אכטונג געבן.

ט: יעצט, לאמיר זיך פארשטעלן, ווי דו ביסט אין יענע מצב, באקומענדיג די מעסעדש וואס דו באקומסט, מיט די קלארע וויסן אז קיין סענסעשאן אין דיר איז ענליך צו די שרעקעדיגע זאכן וואס קענען פאסירן אין דיר.

ק: מיר דאכט זיך אז איך הייב אן פילן "דו ביסט נישט גערעכט"

ט: זאג אזוי פאר די סענסעשאן: "ווען דו ביסט נישט גוט, פיל איך אז ער איז גערעכט, ענדערש דו זאלסט נישט זיין גוט, ווי איידער איך זאל פילן אז ער איז נישט גערעכט"

ק: "ווען דו ביסט נישט גוט, פיל איך אז ער איז גערעכט, איך ווער דאס וואס ער האט מיך געווארנט, ענדערש אז דו זאלסט זיין ביי מיר נישט גוט, ווי איידער אז איך זאל פילן אז ער נישט גערעכט"

ט: יעצט, דו קענסטעך דערמאנען א לעצטיגע מאל ווען דו האסט עקספיריענסד דעם סענסעשאן, דהיינו: דו האסט עקספיריענסד אז דו האסט עס נישט ליב, און עס איז סכנה'דיג אזוי צו שפירן.

ק: יא

ט: פיין, והשם הטוב יעזור. זאג: איך וויל פון דיר ריין ווערן, ווייל

ק: איך וויל פון דיר ריין ווערן ווייל... איך האב נישט ליב אזוי צו שפירן צווישן מענטשן.

ט: איך האב נישט ליב צו שפירן אזוי צווישן מענטשן, ווייל...

ק: איך האב נישט ליב צו שפירן אזוי צווישן מענטשן, ווייל... איך פיל מיך נעבן סכנה'דיגע טעריטאריע.

(איך ווייס נישט צי אין ריעל סעשאנס וואלט מען געמאכט צוויי צעטליך איינס נאכ'ן צווייטן, ווייל קודם מוז מען ווערן באוואוסטזיניגט אויף די ערשטע שטאפל, און הערשט ווען מ'איז שוין גענוג באוואוסטזיניגט אויף די ערשטע אמת, קען מען גיין טיפער. אבער איך וועל קודם ליינען איין צעטיל און נאכדעם די אנדערע.)

צעטיל: בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.
(ליין דאס קודם און ווארט בערך פינף מינוט)

אוי, דו ביסט דא? געוואלד, דו ביסט דאך א אנדייטונג אז איך בין יא נאנט צו אזעלכע סכנה'דיגע טעריטאריע. אזוי פילט זיך עס ווען מ'איז צו נאנט אהין ח"ו, איך מוז מיך פון דיר רייניגן, כדי דו זאלסט נישט זיין א סימן אז ס'איז יא דא ממשות אין דעם מימרא פון יענעם. נאך דערצו ברבים. איך קען דיר נישט לאזן אין מיר.

(נאך אזא פינף מינוט, ווען דו האסטעך שוין באוואוסטזיניגט די טיפסטע וואס מעגליך אויפן פאריגן צעטיל, ליין דאס)

זייער גוט, איך האב א עצה, דו גייסט מיר נוצן אלץ א סיגנאל, יעדעס מאל איך בין אין א מצב וואס ענדלט אפילו נאר מיט עפעס, צו יענע מציאות, קום און ווארן מיר מיט דיין גאנצע כוח, און אויב איך מאך נישט וואוסנדיג, פייף שטערקער, פייף ווילאנג איך אנטלויף נישט. נאר דו קענסט מיר ראטעווען פון אריינפאלן חלילה דארט אהין אין יענע שרעקליכע מציאות, אן דיר בין איך פארלוירן, אן דיר בין איך אנטבלויזט, דו ביסט די איינציגע אפהאלט.
פון איין זייט וואונדער איך מיך פארוואס איך דארף מיך פון דיר רייניגן, אבער פון די אנדערע זייט דו ביסט מיר די איינציגסטע לעבנס רעטער.
נאך א צעטיל.

צעטיל ב.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך פיל א געפערליכע אנגעצויגנקייט פון פחד, איך ציטער אז עס זאל חלילה נישט טרעפן מיט מיר וואס דו ווארנסט מיר. "איך מוז טון אלעס אויף דער וועלט אז ס'זאל חלילה נישט געשען מיט מיר אזעלכע שרעקעדיגע זאכן" איך האב דיר זייער ליב, און איך גיי טון אלעס אויף דער וועלט אז דיינע זארגן וואס דו האסט מורא וועגן מיר זאלן נישט זיין אמת.

ווען איך האב דיר מיינט עס אז ס'הייבט זיך אן זיינע ווארענונגען וואס ער האט מיר געווארנט אויב איך וועל נישט אכטונג געבן. ער האט געמיינט אזעלכע סענסעשאנס, מן הסתם האב איך נישט אזוי אכטונג געגעבן, און איך מוז מיך פון דיר רייניגן מיט מיין גאנצע כוח וואס איך האב נאר, איך קען נישט ערלויבן אז ס'זאל מיט מיר געשען וואס ער האט זיך אזוי געזארגט, און מיר אזוי געבעטן אז איך זאל דערפון אכטונג געבן.

(ווארט א פינף מינוט, און נאכן זיך באוואוסטזיניגן די טיפסטע וואס דו קענסט אויפן פאריגן צעטיל. און ליין די קומענדיגע צעטיל)

ווען דו ביסט נישט גוט, פיל איך אז ער איז גערעכט, איך ווער דאס וואס ער האט מיך געווארנט, ענדערש אז דו זאלסט זיין ביי מיר נישט גוט, ווי איידער אז איך זאל פילן אז ער נישט גערעכט. און דאס איז די איינציגע וועג וויאזוי ער זאל קענען זיין גערעכט. עפעס א אנדערע וועג האב איך נישט.

פון איין זייט וואונדער איך מיך וואס עס מאכט מיר אז איך זאל מיך פון דיר וועלן רייניגן, וואס איז נישט גוט מיט דיין אנוועזנהייט. אבער פון די אנדערע זייט: וויאזוי איז ער גערעכט?

והשם הטוב ישמור ויעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם אז מיר זאלן די זכי' האבן צו זיין ערליכע גוטע יודן וואס פאלגן דעם רצון השי"ת.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן, הרב קליענט, וואס פארציילסטו?

קליענט: א גוטן הרב טערעפיסט וואס קען נאר וואס השי"ת שיקט אים אריין.

ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט אין די צייט וואס דו האסטעך געוואונדערט פארוואס דו ווילסט פטור ווערן פון דעם סענסעשאן?

ק: ווען דו פרעגסט מיר דעס, ווייס איך אז איך דארף ענטפערן דעם אמת. סאו, לאמיר אריינקלערן אין מיר... איך וועל דיר זאגן דעם אמת, ס'דא ווען די נפשיות'דיגע פאקט וואס ס'שטייט אינעם צעטיל פילט זיך אמת, אבער ס'דא ווען איך קען פילן אז דער אמת איז אין די געגנט פון איינע פון די פריערדיגע צעטליך.

נאך אזאך, איך וואונדער מיך אסאך מאל פארוואס איך קען נישט לעבן מיט א ספק, פארוואס דארף איך מיך אגאנצן צייט קלאר מאכן און פארענטפערן פאר מיר אליין. פארוואס בין איך אזוי אומרואיג מיט א ספק, אזוי ווייט אז איך פיל אז איך מוז מיך פארענטפערן, איך מוז מיך בארואיגן. איך ווייס דאך אז ס'גוט, נו, אויב אזוי פארוואס מוז איך מיך בארואיגן פונעם ספק? זיך בארואיגן פון א ספק מאכט דאך אז די ספק זאל האלטן אין איין צוריקקומען. איך פיל אז ס'האט שייכות מיט דעם סענסעשאן.

ט: מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף לאמיר זען פארוואס דו האסט נישט ליב צו לעבן מיט א ספק, לאמיר זען אזוי: לאמיר זיך פארשטעלן אז דו פילסט א ספק, דו פילסט אז ווען דו וואלסט געענטפערט, וואלט געווארן לייכטער. אבער דו ענטפערסט נישט. פון די געפיל אין דיר וואס פילט אז דו האסטעך נישט נאכאמאל קלאר געמאכט אין א זאך. זאג: זיך פילן אלץ אזא מציאות מיינט... אדער ברענגט ארויף אין מיר...

ק: זיך פילן אלץ אזא מציאות. אפשר קומט ארויף "איך בין גארנישט ווערד".

ט: וואס אין דיר ווייסט אז "איך בין גארנישט ווערד" האט א שייכות מיט אט דעם געפיל דיינע וואס דו פילסט ווען דו ווילסטעך בארואיגן פונעם ספק?

ק: איך ווייס נישט וואס, אבער עס קומט ארויף "איך בין א לאזער"

ט: איך וואונדער מיך זייער, וואס אין דיר ווייסט האט דיין געפיל פון "איך בין א לאזער" מיט דיין נפשיות'דיגע וויסן אז דו ביסט יעצט אין א ספק?

ק: אפשר קומט ארויף: "איך ווייס נישט די תירוץ אויף יעדע זאך"

ט: פארוואס זאלסטו דיך וועלן בארואיגן פון דעם "איך ווייס נישט די תירוץ אויף יעדע זאך"? וואס איז אז דו בלייבסט לעבן אזוי?

ק:

ט: זאג: אויב בלייב איך לעבן מיט דעם אז "איך ווייס נישט די תירוץ אויף יעדע זאך" דאן...

ק: איך ווייס נישט פארוואס איך דערמאן מיך ווי איך בין יעצט א קליינע יונגל פון בערך זיבן יאר

ט: פרוביר דאס צו זאגן פון די נפש פון דעם קליינעם יונגל. אויב איך בלייב לעבן מיט דעם געפיל אז "איך ווייס נישט די תירוץ אויף יעדע זאך"

ק: וואס גייט פאר ארום מיר? איך וויל עס פארשטיין, און איך קען עס נישט פארשטיין. איך וויל נישט אנגיין ווייטער אזוי. מענטשן קענען טון מיט מיר וואס זיי ווילן, איך גיי נישט כאפן זייער כוונה, איך מוז ארויסהאבן די וועלט.

ט: וויאזוי פילט זיך דיין 'איך', ווען דו לעבסט מיט דעם געפיל "איך ווייס נישט די תירוץ אויף יעדע זאך"

ק: אפשר איז אדורך געפלויגן אין מיר "זייער אפהענגיג".

ט: וואס נאך?

ק: מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל, ווי איך בין נאך א יונגל אין חדר וואס פארשטייט נישט וואס עס טוט זיך ארום זיך.

ט: וואס מיינט דאס "נישט פארשטיין וואס טוט זיך"? וואס איז דאס איז אנדערש ווי יא פארשטיין?

ק: ווען איך פארשטיי, קען איך מיך אויספירן מיינע רצונות. איך קען מיך ארומקוקן און זען וואס עס קומט מיר בעסער אויס.

ט: און ווען דו לעבסט מיט דעם געפיל "איך ווייס נישט די תירוץ אויף יעדע זאך"?

ק: פילט זיך עס מיר, עס קומט ארויף א געפיל אז איך פארליר צו זען אלעס ארום.

ט: און וואס איז נישט באקוועם צו לעבן מיט דעם געפיל אז דו פארלירסט צו זעהן אלעס ארום?

ק: איך האב נישט ליב נאכצוגיין ווי א בלינדער! הערסט?

ט: זאג מיר מער

ק: איך האב נישט ליב צו פילן אז איך בין בלינד, און אז איך זעה נישט.

ט: איך וויל פארשטיין. וואס מיינט דאס "בלינד" ? און וויאזוי פילט זיך דיין 'איך' ווען דו פילסט דיך אזוי?

ק: איך פיל נישט אז איך לעב.

ט: לאמיר פרובירן נאכאמאל "וואס איז אז דו לעבסט מיט דעם געפיל פון 'איך ווייס נישט די תירוץ אויף יעדע זאך'" ?

ק: חלקים ווערן פארטונקלט. און איך פיל נישט אז איך לעב.

ט: פארוואס פילסטו נישט אז דו לעבסט? זאג: לעבן הייסט נאר ווען איך זעה אלעס. ווייל?

ק: אפשר ווייל דעמאלטס קען איך מער ארויסקומען מיט מיין איך.

ט: און ווען מ'זעהט נישט אלעס?

ק: איך קען מער טרעפן ווער איך בין, ווען איך זעה אלעס. ווען איך זעה נישט אלעס, פיל איך אז א חלק פון מיר איז פארמאכט.

ט: וועלכע חלק?

ק: אה, די חלק פון בחירה, צו אליין קלויבן וואס איך וויל.

ט: לאמיר זעהן צו דו האסט מיר געזאגט דעם אמת, אדער דו האסט מיר סתם אפגע'פטר'ט מיט שטרוי. גוט?

ק: גוט. און השי"ת זאל העלפן

ט: לאמיר זאגן אז דו ביסט אויף א פלאץ, און דו זעהסט נישט איבעראל וואו דו וואלסט געקענט ווען גיין. און א פלאץ וואו דו זעהסט אלעס. יעצט, וואו קומט ארויס מער דיין חיות,

ק: אויף די פלאץ וואו איך זעה אלעס.

ט: פארוואס?

ק: ווייל די פלאץ וואו איך זעה אלעס, מאכט עס מער טראכטן, מער אריינקוקן אין מיר, מער ארויסשעפן פון מיר וואו צו גיין.

ט: יעצט, זאג נאכאמאל: אויב איך בלייב מיט די געפיל אז "איך ווייס נישט די תירוץ אויף יעדע זאך"...

ק: איך פיל ווי איך דארף פאלגן.

ט: און? וואס איז אומבאקוועם דערמיט?

ק: ס'קומט נישט ארויס מיין 'איך'. איך דערטאפ מיך נישט.

ט: זאג: ווען איך פארשטיי וואס עס טוט זיך ארום מיר דאן...

ק: ווען איך פארשטיי וואס עס טוט זיך ארום מיר, דאן... קען איך מיך מער ארויסברענגען, מער טרעפן.

ט: וואס האט 'זיך מער טרעפן' מיט 'איך פיל אז איך בין אין א ספק'?

ק: אה, א ספק איז אזוי ווי איך זעה נישט אלעס, און נישט זעהן אלעס מיינט "איך גיי מיך נישט קענען טרעפן". מיין 'איך' גייט בלייבן פארדעקט אין די העלם.

ט: זאג: אויב איך בלייב אין א ספק...

ק: אויב איך בלייב אין א ספק... קען איך נישט ארויסברענגען די דשוס פון מיין איך.

ט: יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס דו ביסט אזוי אומבאקוועם פון א ספק?

ק: יא, עס מאכט מיך פילן אז ס'דא פלעצער וואס איך זעה נישט געהעריג, עס מאכט מיך פילן אז מיין 'איך' בלייבט אין העלם.

צעטיל: בעזרת השי"ת.

איך מוז מיך בארואיגן פון דעם געפיל פון ספק, כאטש איך האב עס שוין פריער געטון, ווייל אזא געפיל מאכט מיך פילן אז ס'דא פלעצער וואס איך זעה נישט געהעריג, עס מאכט מיך פילן אז מיין 'איך' בלייבט אין 'העלם', פארמאכט, אזא אפהענגיגער געפיל ווי ווען איך בין געווען א יונגל אין חדר וואס דארף נאר פאלגן, וואס פארשטייט נישט אלעס וואס עס טוט זיך ארום, און וויאזוי קען איך ארויסברענגען מיין 'איך'? וויאזוי קען איך מיך טרעפן?

פון איין זייט וואונדער איך מיך פארוואס איך קען נישט לעבן מיט ספק, פארוואס איך מוז מיך בארואיגן, עס וואלט סך בעסער געווען אז איך בארואיג מיך נישט דערפון. אבער פון די אנדערע זייט מוז איך דאך ארויסברענגען מיין איך. אפילו אויב די ספק קומט צוריק נאכאמאל און נאכאמאל, אבער איך קען נישט לאזן מיין איך באהאלטן.

און השי"ת זאל העלפן אז מיר זאלן זיין ערליכע יודן וואס פאלגן די הייליגע תורה און פאלגן זיינע יודן וואס ווייסן וויאזוי זיך צו פירן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: וואס הערט זיך טייערער קליענט?

קליענט: איך ווייס נישט וואס, אבער דער געפיל פון וועלן פטור ווערן פון דעם סענסעשאן גייט טאקע מערערע מאל אוועק, דהיינו: אז די געשלעג דערקעגן לאזט נאך אינגאנצן, אדער ס'ווערט ווייניגער אינטענסיוו, אבער נאך א שטיק צייט ערשיינט עס ווידער. און מיט גאר א שטארקייט. און ווען איך ליין די צעטליך, גייט עס אוועק, אבער נאך א שטיקל צייט און עס קומט צוריק מיט א שטארקייט.

ט: און וואס קלערסטו, וואס פילסטו, פארוואס קומט עס צוריק?

ק: מן הסתם איז דא עפעס טיפער, אדער טאקע צוליב די אלע פרא-סימפטאם פון די אלע פריערדיגע צעטליך, דהיינו: די אלע וויסן אין מיר וואס שאפט אז ס'זאל ווערן א געשלעג.

ט: לאמיר אנקוקן דעם סענסעשאן ווי עפעס א יונגעלע וואס קומט זיך אריין אין דיין אפיס. דו ווייסט אז דאס איז דיין פלאץ, דו פילסט דיך דארט באקוועם, היימיש, פעסט געשטעלט, grounded, געשמאק, און פלוצלינג וואקסט ארויס פון ערגעץ עפעס איינער, וואס פילסטו?

ק: איך ווער פארנומען מיט אים. איך ווער נייגעריג וואס ער טוט אגאנצן צייט.

ט: פארוואס? לאז אים דארט זיין, און לאז אים טון וואס ער וויל.

ק: איך פיל אז ער קען מיר איבערדרייען מיין גאנצע אפיס.

ט: וויאזוי פילט זיך דיין 'איך' ווען ער איז דארט?

ק: אומסטאביל. אומהיימיש.

ט: זאג פאר דעם סענסעשאן: דו מאכסט מיך פילן זייער היימיש, רואיג מיט מיר אליין, און פעסטגעשטעלט, ווען דו ביסט דא.

ק: ניין. נישט אמת. דו מאכסט מיך פילן זייער נישט פעסטגעשטעלט, זייער נישט היימיש, נישט באקוועם, און דו מאכסט מיר דערשראקן, און נערוועז מיט מיר אליין.

ט: זאג: איך בין געווארן באוואוסטזיניג אז דו קענסט מיך מאכן טראבל, סאו ווען איך בין באוואוסטזיניג אויף דיר, האב איך נישט קיין שום וועג וויאזוי איך זאל מיך פילן פעסטגעשטעלט און סטאביל, היימיש און באקוועם, סעיף און סעקיור.

ק: איך בין געווארן באוואוסטזיניג אז דו קענסט מיך מאכן טראבל, סאו, ווען איך בין באוואוסטזיניג אויף דיר, האב איך נישט קיין שום וועג וויאזוי איך זאל מיך פילן פעסטגעשטעלט און סטאביל, היימיש און באקוועם, סעיף און סעקיור.

ט: און כדי מיך צו פילן פעסטגעשטעלט, סטאביל, היימיש, באקוועם, סעיף און סעקיור, מוז איך אדער אנטלויפן פון דיר, אדער פייטן מיט דיר, דיך ארויסשטופן פון מיר.

ק: און מיין איינציגע וועג כדי מיך צו פילן פעסטגעשטעלט, סטאביל, היימיש, באקוועם, סעיף און סעקיור, מוז איך אדער אנטלויפן פון דיר, אדער פייטן מיט דיר, דיך ארויסשטופן פון מיר.

ט: אויב איך לאז דיך וואוינען צוזאמען מיט מיר, איך ווייס פון דיר, אבער איך לאז דיך זיין, האב איך נישט קיין שום וועג וויאזוי צו פילן פעסטגעשטעלט, סטאביל, היימיש, באקוועם, סעקיור און סעיף.

ק: אויב איך לאז דיך וואוינען צוזאמען מיט מיר, איך ווייס פון דיר, אבער איך לאז דיך זיין, האב איך נישט קיין שום וועג וויאזוי צו פילן פעסטגעשטעלט, סטאביל, היימיש, באקוועם, סעקיור און סעיף.

ט: און דערפאר מוז איך זיין באוואוסטזיניג וואס פונקטליך דו טוסט אגאנצן צייט, אנדערש קען איך מער ארויס פון קאנטראל.

ק: און דערפאר מוז איך זיין באוואוסטזיניג וואס פונקטליך דו טוסט אגאנצן צייט, אנדערש קען איך מער ארויס פון קאנטראל.

צעטיל: איך בין געווארן באוואוסטזיניג אז דו קענסט מיר מאכן טראבל, סאו, ווען איך בין יעצט באוואוסטזיניג אויף דיר, האב איך נישט קיין שום וועג וויאזוי איך זאל מיך פילן פעסטגעשטעלט, און סטאביל, היימיש און באקוועם, סעיף און סעקיור. די איינציגסטע וועג וויאזוי איך קען מיך צוריק פילן פעסטגעשטעלט, סטאביל, היימיש, און באקוועם, סעיף און סעקיור, איז אז איך מוז אדער אנטלויפן פון דיר, אדער פייטן מיט דיר, דיך ארויסשטופן פון מיר. אויב איך לאז דיך וואוינען צוזאמען מיט מיר, איך ווייס פון דיר, אבער איך לאז דיר זיין, האב איך נישט קיין שום וועג וויאזוי צו פילן פעסטגעשטעלט, סטאביל, היימיש, באקוועם, סעיף און סעקיור. און דערפאר מוז איך זיין באוואוסטזיניג וואס פונקטליך דו טוסט אגאנצן צייט, אנדערש קען איך מער ארויס פון קאנטראל.

פון איין זייט וואונדער איך מיך פארוואס עס פעלט אויס אזא אינערליכע געשלעג, פארוואס קען איך נישט אקצעפטירן יעדע מין סענסעשאן, אבער פון די אנדערע זייט, וויל איך דאך פילן פעסטגעשטעלט, היימיש, באקוועם, סעיף און סעקיור, מיינע וועליוס, אמת און יושר. וויאזוי זאל איך עס צולאזן אין מיר?

והשם הטוב יעזור אז ס'זאל חלילה נישט ארויסקומען פון מיינע געשרייבאכצער דא, קיין שום מכשול, נאר יראת שמים און גיין בדרך התורה והיראה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' יברכך ה'

קליענט: א גוטן.

ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דעם סענסעשאן?

ק: קודם איז עס אוועקגעגאנגען, אבער שפעטער האט עס געזוכט צוריקצוקומען, און מיט די צעטיל איז עס אוועקגעגאנגען היפש. איך האב געקענט פילן אז די צעטל האט אין זיך א שטארקע אמת וואס עס גייט פאר מיט מיר. און נאך אזאך האב איך דיר געוואלט זאגן, דו האסט מיט מיר געמאכט א סעשאן, און איך געדענק אז ס'איז ארויפגעקומען אז אויב איך האב נישט דעם סענסעשאן, דהיינו: אויב איך ווער נישט פארנומען דאס ארויסצוטרייבן, קומט אריין אין מיר אזא 'גארנישט'קייט' פון וואס איך אנטלויף. איך האב ממש לעצטענס געקענט באמערקן אז ווען איך בין נישט פארנומען מיט די דאגה פון דעם סענסעשאן, קומט ארויף אין מיר אזא געפיל, וואס איך האב אידענטיפיצירט אלץ דער 'גארניש'קייט'. און איך האב געקענט פילן אזא "א שאד אז איך האב נישט דעם אינערליכן געשלעג, ווייל איך בין זייער נישט באקוועם מיט דעם גארנישט'קייט" אינטערעסאנט.

ק: עס האט מיר אזוי געשטערט אז וועגן דעם דארף איך אזוי ליידן, וואס איז עס אזוי אומבאקוועם אז איך אנטלויף דערפון ביז אזש האבן גיהנמ'ישע צער פון א סענסעשאן?

ט: לאמיר פארשטיין די מציאות אין וועלכע דו קלאפסטעך אן, וועלכע מאכט דיך פילן דעם געפיל, וואס דער געפיל זאל נאר זיין. סאו, שטעל דיך פאר וואו דו ביסט יעצט אין יענע מציאות, און זאג אזוי: עס איז מיר אומבאקוועם צו זיין אזוי.

ק: עס איז מיר אומבאקוועם צו זיין אזוי.

ט: און טראכט דאס פאר א גאנצע מינוט, און פארטיף דיך אין די נפש דערפון

ק: אלעמאל ווען דו בעטסט מיך זיך צו פארטיפן דערין, פיל איך ווי עס איז אזא "מיין נפש זינקט אריין און ווערט פארהוילן און וויל מיט עפעס ארויסקומען".

ט: זעה דיך אין יענע מציאות, און זאג אזוי: איך ווייס אז איך בין...

ק: נישטא א 'איך', צו זאגן "איך בין..."

ט: וואסערע ווערטער וואלסטו די מערסטע באצייכנט דעם 'איך'?

ק: נישט אנערקענט. עס קומט מיך ארויף ווייטאג. פשוט נישט אנערקענט. קיינער זעהט מיך נישט. קיינער זעט נישט מיין 'עכטע' מיך. איך בין זייער צעבראכן.

ט: פרוביר נאכאמאל צו מאכן דעם געפיל פאר ווערטער.

ק: איך האב נישט מיט וואס צו זיין א עפעס. און עס טוט מיר אזוי וויי.

ט: פרוביר נאכאמאל. קוק אריין אין דיינע געפילן און פון דארט, סאביעקטיוו, זאג וויאזוי דו פילסטעך

ק: איך וויל מיט עפעס ארויסקומען

ט: און אויב דו קומסט נישט ארויס, וויאזוי פילט זיך דיין 'איך'?

ק: אומבאמערקט, יא, אומבאמערקט.

ט: צו קענסטו יעצט פילן די ווייטאג דערפון?

ק: נישט עכט.

ט: פרוביר צו פילן די ווייטאג דערפון, אדער דשאסט די אומבאקוועמליכקייט דערפון, און זאג מיר: וואס איז אזוי ווייטאגליך, אדער אומבאקוועם, דערמיט?

ק: איך קען נישט יעצט פילן די ווייטאג דערפון.

ט: פרוביר זאגן: אויב איך וואלט יעצט געפילט די ווייטאג אדער אומבאקוועמליכקייט, פילט זיך עס ווי...

ק: איך בין יא עכט מער ווי דעם, איך בין נישט גארנישט.

ט: זאג אזוי: עס מיר זייער זייער אומבאקוועם צו פילן די ווייטאג וואס איך פיל יעצט, אבער עכט פילט זיך ווי...

ק: פארשעמט. יא, זייער פארשעמט. ביטערליך פארשעמט.

ט: זאג: איך קען נישט יעצט עכט אינגאנצן פילן די ווייטאג וואס איך פיל יעצט, אבער א צווייטער וואלט עס געפילט אלץ...

ק: ביטערליך פארשעמט, און אומבאמערקט. איך בין נישט דער גארנישט.

ט: האסט מיר געזאגט: איך בין נישט דער גארנישט.

ק: יא.

ט: זאג מיר מער וועגן דעם.

ק: ווייל איך בין נישט מצליח, בין איך נאכנישט אזוי אוועקגעמאכט.

ט: זאג מיר וועגן דעם.

ק: איך פיל אז איך האב אין מיר כוחות.

ט: יא, דו האסט אין דיר כוחות. און...

ק: (רעדט נישט)

ט: זאג מיר מער וועגן די כוחות וואס דו האסט אין דיר...

ק: (קליענט איז צעמישט)

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אין יענע מציאות, און זאג: איך האב אין מיר כוחות.

ק: עס וויל זיך נישט זאגן. עס איז מיר אומבאקוועם צו זאגן.

ט: זאג: אויב איך גיי יעצט מודה זיין אז איך האב אין מיר כוחות, השי"ת האט מיר געגעבן כוחות, (ר' שרגא אלערט) דאן...

ק: גיי איך נישט האבן די גוטע געפיל פון פילן אזא 'גארנישט'קייט'. אינטערעסאנט.

ט: זאג עס נאכאמאל: אויב איך גיי יעצט מודה זיין אז השי"ת האט מיר געגעבן כוחות

ק: (קליענט ווערט צעמישט אין פאלט אריין אין א נעפל)

ט: זאג: אויב א צווייטער אין מיין מצב וואלט מודה געווען אז השי"ת האט אים געגעבן כוחות

ק: וואלט ער געדארפט נוצן מער אחריות.

ט: זאג אזוי: עס לוינט מיר נישט מודה צו זיין, אבער אויב איך וואלט מודה געווען אז השי"ת האט מיר געגעבן כוחות...

ק: (ווייטער פארהאקט)

ט: פרוביר זיך פארצושטעלן וואו דו פילסט דעם געפיל פון וואטעווער ס'איז, די גארנישט'קייט, אדער וואס עס איז, פיל עס וויאזוי דו פילסט עס עכט, און משל דיר אויס, אז עס הייבט אן אריינצוקומען אין דיר אזא קוים מערקבארער געדאנק אז השי"ת האט דיר יא געגעבן כוחות...

ק: א שאד איך נוץ עס נישט אויס. עס גייט מיר סייווי נישט.

ט: פרוביר אזוי: דמיון דיר ווי עס קומט אריין אין דיר דעם גארנישט געפיל, און זאג צוריק: איך בין נישט אזוי גארנישט, השי"ת געט מיר כוחות צו טון, צו מאכן, דאס יענץ...

ק: עס פילט זיך געפערליך אומבאקוועם.

ט: וואס איז די אומבאקוועמליכקייט? פרוביר נאכאמאל

ק: דאן, אויב אזוי פארוואס בין איך אומבאמערקט.

ט: זאג: איך בין אומבאמערקט, און עס טוט מיך וויי.

ק: עס פילט זיך זייער אומבאקוועם צו זאגן

ט: זאג: א חלק אין מיר איז זייער צופרידן צו זיין אומבאמערקט.

ק: פילט זיך אויך אומבאקוועם צו זאגן.

ט: זאג: איך האב אין מיר צוויי חלקים, איין חלק וויל זיין באמערקט, און אין די זעלבע צייט, וויל א אנדערע חלק נישט זיין באמערקט.

ק: (שמייכלט)

ט: שטעל דיר פאר די מציאות ווי דו פילסט אומבאמערקט און זאג: די ווייטאג קומט פון די חלק וואס וויל זיין באמערקט. ס'דא א אנדערע חלק אין מיר וואס פילט זיך זייער גוט צו זיין אומבאמערקט

ק: (שמייכלט)

ט: סאו, זאג אזוי: אין דעם מצב וויל איך קלויבן די חלק וואס וויל זיך פילן באמערקט. קומט עפעס ארויף?

ק: יא. איך פיל מיך צו powerful.

ט: פרוביר נאכאמאל. און זאג: אין דעם מצב וויל איך קלויבן די חלק אין מיר וואס וויל זיך פילן באמערקט.

ק: איך ווייס נישט וואס, אבער עס קומט ארויף ווי איך בין א יונגל, און איך באקום די מעסעדש "דו באסט צופיל, דו טשעפעטסט, צי דיך צוריק, וועסטו אויפהערן טשעפענען"

ט: פרוביר נאכאמאל...

ק: איך פיל אז ס'איז צו powerful.

ט: און וואס ערווארטסטו גייט געשען אויב דו גייסטעך לאזן זיין אזוי?

ק: איך בלאז אוועק מענטשן. מענטשן גייען ווערן אוועקגעבלאזן פון מיר.

ט: פרוביר נאכאמאל און זאג: אויב איך וועל יעצט קלויבן די חלק אין מיר וואס וויל יא זיין באמערקט און האבן א איך, דאן...

ק: עס קומט מיר ארויף: פיל מיט מיט די מענטשן ארום, מאך דיר אוועק כדי צו פילן די רחמנות אויף זיי. יא, דאס קומט ארויף. און עס קומט ארויף מיט שטארקע עמאושענס.

ט: אקעי צדיק'ל, עס ווערט שפעט, טאשער רבי ר' משולם פייש בן מרדכי וצירל זצ"ל האט געזאגט אז מ'זאל נישט זאגן "ס'איז שפעט" נאר "עס ווערט שפעט", און יעצט ווערט שוין שפעט, און לאמיר מאכן א צעטיל אזוי.

בעזרת השי"ת

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

פרוביר צו ווערן באוואוסטזיניג אז איך האב אין מיר צוויי חלקים, איין חלק וויל זיין באמערקט, און אין די זעלבע צייט, איז א אנדערע חלק אומבאקוועם צו זיין באמערקט.

פרוביר צו ווערן באוואוסטזיניג אויף אזא 'נישט אנערקענט' געפיל אין מיר. "איך פיל אז איך בין נישט אנערקענט, קיינער זעהט מיך נישט. קיינער זעט נישט מיין 'עכטע' מיך", אדער "איך האב נישט מיט וואס צו זיין א עפעס, און עס טוט מיר וויי, איך וויל מיט עפעס ארויסקומען, און אויב נישט בלייב איך אומבאמערקט" "ביטערליך פארשעמט און אומבאמערקט, איך בין יא עכט מער ווי דעם, און איך בין נישט דער גארנישט, ווייל איך בין נישט מצליח, בין איך נאכנישט אזוי אוועקגעמאכט"

און זאג: די ווייטאג קומט פון די חלק וואס וויל זיין באמערקט, אבער צי וויל איך יעצט קלויבן די חלק וואס וויל זיין באמערקט, פילן אז איך האב א 'איך'? ווייל אויב יא, ערווארט איך אז איך גיי באסן און טשעפענען צופיל, ווייל ס'איז צו powerful, עס בלאזט אוועק מענטשן, און עס פילט נישט מיט מיט די מענטשן ארום.

ענדערש קלויב איך יעצט די אנדערע חלק וואס וויל נישט זיין באמערקט. ענדערש מאך איך מיר אוועק, כדי צו פילן די רחמנות אויף זיי.

נאך א פינף מינוט ליין דאס: אדער קלויב איך די אנדערע חלק וואס וויל נישט זיין באמערקט, ווייל דער חלק פאדערט פון מיר אחריות. און סייווי איז א שאד אז איך נוץ נישט אויס דעם חלק, עס גייט מיר סייווי נישט.

פון איין זייט וואונדער איך מיך פארוואס איך וויל אנטלויפן פון דעם גארנישט געפיל ביז'ן האבן ווייטאג פון סענסעשאנס, אבער פון די אנדערע זייט, איז דאך דא אין מיר א חלק וואס וויל יא זיין באמערקט, שיינען און זיין שעפעריש.

והשם הטוב יעזור אז איך זאל זוכה זיין צו גיין בדרך טובים וואס ערליכע יודן האבן אזוי פארשטאנען אז מ'דארף טון.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

אומגלויבליך וואס דא גייט פאר! יישר כח נשמה פארן מיך שיקן דאס לינק אהער, וועלן מיר זיך זעצן ליינען....
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נקודה למחשבה האט געשריבן:
אומגלויבליך וואס דא גייט פאר! יישר כח נשמה פארן מיך שיקן דאס לינק אהער, וועלן מיר זיך זעצן ליינען....
ב"ה

איך האף אז דו וועסט פארשטיין וואס איך זאג. און געדענק אויך אז איך בין נישט קיין טערעפיסט. דאס מיינט אז ווי מער א טערעפיסט איז געלערנט, און ווי מער עקספיריענס ער האט, אלץ מער ווייסט ער וואס צו פרעגן. ווי מער א טערעפיסט ווייסט וויאזוי נפש נפש'ט זיך, אלץ מער ווייסט ער וואס צו פרעגן. ער האט מער שאנסן צו וויסן וואו צו ווארפן דעם 'פיש כאפער'. וואס צו פרעגן און וואס נישט צו פרעגן. און וויאזוי צו פרעגן. און ווען צו גיין טיפער און ווען נישט. און אזוי ווייטער.

די זאך פון פרעגן קשיות, אדער מאכן סימפטאם דעפרייוועשאנס, (שטעל דיך פאר אז די סימפטאם געשעט נישט), איז אריינצופירן די באוואוסטזיין פונעם קליענט, טיפער און טיפער און טיפער. מ'הייבט אן פונעם סימפטאם, און מ'פארטיפט זיין באוואוסטזיין מער און מער און מער. אבער נישט מיט איינמאל. קודם דארף מען זיין באוואוסטזיניגט אויף די ערשטע סטעפ אריין, און נאכדעם אויף די צווייטע סטעפ אריין, און אזוי ווייטער. ביז מ'קומט אן צו די פלאץ וואס האלט אן דעם סימפטאם. און השי"ת זאל העלפן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט'.

קליענט: א בעסערן.

ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיין ווען דו האסט באמערקט אז דו ביסט אין די מצב פונעם סימפטאם

ק: איך האב נאך אלץ עקספיריענסד א געשלעג אין מיר. איך מיין אז ס'קען אויך קומען ווען איך ווער אנידערגעשלאגן אז איך האב עפעס נישט גוט געטון.

ט: סאו, זע דיך איך יענע מצב און זאג: וואס איך האב געטון, האב איך געטון, אבער איך קוק פון יעצט און ווייטער צו טון וואס עס קוקט מיר אויס גוט, און גיי ווייטער, טו ווייטער מעשים מיט א פאזיטיוו עדיטוד, וואס קומט ארויף?

ק: איך פארליר מיין איך. איך קען עפעס נישט טרעפן מיין איך.

ט: זאג: אה, די 'איך'? איך האב אין מיר געוואלדיגע כוחות וואס השי"ת האלט מיר אין איין שענקען.

ק: איך מיין ס'קומט ארויף "איך נוץ עס סיי ווי נישט אויס"

ט: פרוביר נאכאמאל: זאג "פון יעצט און ווייטער" און גיי ווייטער. און אין די רגע עס הייבט זיך אן פילן א זארג וועגן דיין 'איך', אז ס'שטעלט זיך נישט צאם, זאג: אה, וועגן דעם? איך האלט אין איין באקומען כוחות פון השי"ת. און איך פיל התחברות דורך דעם.

ק: ס'קומט ארויף "דו לא יצלח איינער"

ט: פרוביר נאכאמאל.

ק: יא, ס'קומט ארויף ווייטאג וועגן מיינע דורכפעלער. אז ס'גייט מיר נישט.

ט: געב דיך אזא דריי אויס צו דיין אינערליכן קלאפער, און קוק אים אין פנים, און פרעג אים: פארוואס קלאפסטו מיר אראפ?

ק: ס'ענטפערט נישט.

ט: פרוביר נאכאמאל, און זאג מיר צו די וועג וויאזוי עס רעדט צו דיר, האט אין זיך עקספיריענס פון עפעס פון דיין עבר.

ק: ס'האט.

ט: זאג "ביסט גערעכט, איך מוז דיר זאגן אז דו ביסט גערעכט"

צעטיל: פרוביר צו ווערן באוואוסטזיניג אז ווען איך לאז דעם סענסעשאן אין מיר, און איך גיי דשאסט ווייטער מיט א פאזיטיווער צוגאנג פון "איך קוק פון יעצט און ווייטער צו טון וואס עס קוקט מיר אויס גוט" אז ס'הייבט זיך מיר אן פילן אז איך פארליר מיין 'איך', איך קען עס נישט טרעפן, און איך וויל נישט לעבן מיט דעם אז השי"ת האלט מיר אין איין שענקען געוואלדיגע פאזיטיווע כוחות צו טון גוט, וואס דאס ווייזט אויף מיין התחברות מיט אים, ווייל ס'קומט ארויף "דו לא יצלח איינער", אדער הייבט אן ארויפקומען ווייטאג איבער מיינע דורכפעלער אז ס'גייט מיר נישט. "איך נוץ עס סייווי נישט אויס", פארוואס איז מיר אזוי וויכטיג זיך אליין אראפצוקלאפן? זיך אליין צענישט מאכן? ווען און וואס האט מיך דאס אויסגעלערנט?

והשם הטוב יעזור וישמור אז ס'זאל נאר ארויסקומען גוטס פון מיין שרייבן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט', וויאזוי גייט עס?

קליענט: ב"ה, דער אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער.

ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט, וואס איז דיין עכטע פראבלעם?

ק: ווען איך ווייס אז די סענסעשאן האט א שאנס צו קומען, ווער איך מער דערשראקן און אנגעצויגן. איך ווייס אז ס'האט עפעס מיט מיין 'איך', אבער עס כאפט מיר דאך א פחד, איך בין דאך אנגעצויגן אז ס'זאל נישט געשען א מלחמה אין מיר. און איך בין פרייליך ווען עס גייט דורך בשלום.

ט: ווען דו פילסט אנגעצויגנקייט אז אפשר גייט עס קומען, צי קענסטו יעצט באמערקן א געוויסע אינערליכע אדער אויסערליכע 'איך טו' וואס איז אינוואלווד?

ק: פון אויבן אויף, יא. "איך בין מחוייב צו טון וואס איך קען אז ס'זאל נישט קומען, איך בין דער וואס האלט זיך ריין, איך בין דער וואס דארף זיך פון דעם ראטעווען, עס ליגט אויף מיין אחריות"

ט: גוט, און השי"ת זאל העלפן. סאו, די ווארט איז "איך בין אחריות דערויף"

ק: יא.

ט: טראכט עס פאר א גאנצע מינוט "איך בין אחריות דערויף, עס איז מיין אחריות, עס ליגט אויף מיר"

ק: קעי. עס איז באגלייט מיט געוואלדיגע פחד.

ט: גוט. טראכט עס נאך אביסל, און פארטיף דיך אין דעם "איך בין אחריות דערויף"

ק: גוט.

ט: אקעי. וויאזוי איז עס ווען עס פילט זיך אין דיר אז "קען זיין ס'איז יא מיין אחריות, קען זיין אז נישט, אבער פון אויבן שיקט מען מיר די שפע פון אחריות, אחריות איז א זאך וואס השי"ת האט באשאפן און עס קומט פון אויבן צום מענטש, און עס קומט נישט פון מיר"

ק: איך ווייס נישט פארוואס, אבער עס פילט זיך מיר זייער מאדנע און פאני. עס ווערט אזוי ווי בטל.

ט: בטל? פארוואס? דו האסט אחריות, און דו דארפסט האבן אחריות זיך צו האלטן ריין, אבער דשאסט איין זאך, "עס קומט פון אויבן צו מיר און נישט פון מיר"

ק: איך קען זיך נישט האלטן דערין. עס ווערט אויס.

ט: טאקע אינטערעסאנט. לאמיר פרובירן צו זאגן: אויב איך גיי בלייבן צו לעבן אז איך האב אחריות, אבער די אחריות קומט פון אויבן צו מיר, און נישט פון מיר.

ק: עס טוט מיר זייער וויי, אבער עס ווערט פשוט בטל.

ט: וואס פילסטו קומט ארויף אנשטאטס דעם?

ק: מאך דיך נישט נאריש מיט שטותים, טו צום זאך.

ט: פרוביר נאכאמאל. דו האסט א שטארקע חשש, אז דו האסטעך נישט אזוי אכטונג געגעבן, און דא קען געשען א סענסעשאן וואס "טויג נישט", און דו ביסט א ערליכע יודיש קינד וואס האט אחריות זיך צו האלטן ריין, און הייליג, און דו ביסט אנגעצויגן אז אפשר קען עס געשען, און דו האסט אחריות, און דו טוסט אחריות, און פשוט איין זאך נאר "דער אחריות קומט פון אויבן צו מיר, און עס קומט נישט פון מיר". פארוואס קענסטו דיר דאס נישט פארשטעלן?

ק: איך האב נישט קיין כח דאס צו פארשטעלן. עס האלט זיך נישט. אויב קומט עס פון מיר, קען איך באשטיין צו האבן דעם אחריות, אויב קומט עס פון אויבן פארלירט עס מיין אינטערעסע דערין.

ט: וואס הייסט עס פארלירט אינטערעסע? וואס גייט זיין, עס גייט דאך קומען א סענסעשאן? רחמנא ליצלן. וויאזוי קענסטו זאגן אז דו פארלירסט אינטערעסע אין אזא אחריות'דיגע זאך. דאס איז זיכער א טעות. פרוביר נאכאמאל.

ק: איך שעם מיך זייער פון דיר. אבער איך מוז דיר מודה זיין, אז אויב איך פיל עכט עכט אז ס'קומט פון אויבן, און נישט פון מיר, פארלירט עס די אינטערעסע. עס פילט זיך ווי "רבש"ע מיט וואספארא שטותים בין איך ביזי?" אבער נאר אויב עס פילט זיך עכט אז ס'קומט פון אויבן.

ט: זאג: אויב איך פיל עכט עכט אז דער אחריות וואס איך בין יעצט פועל קומט פון אויבן צו מיר, אויב איך לאז מיר עס עכט עכט פילן, און עס עכט עכט לאזן זיין אמת, דאן האב איך באמערקט אז איך פארליר אינטערעסע אין די גאנצע זאך.

ק: (זאגט עס)

צעטיל: בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

פרוביר צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף אזא "איך בין אחריות צו זיין ריין פון דעם סענסעשאן", און זאג: אויב איך פיל עכט עכט אז דער אחריות וואס איך בין יעצט פועל קומט פון אויבן צו מיר, אויב איך לאז מיר עס עכט עכט פילן, און עס עכט עכט לאזן זיין אמת, דאן האב איך באמערקט אז איך פארליר אינטערעסע אין די גאנצע זאך. עס קומט ארויף "רבש"ע מיט וואספארא שטותים בין איך ביזי?"

פון איין זייט וואונדער איך מיך פארוואס איך מוז מיך שלאגן מיט דעם סענסעשאן, לאז עס זיין און עס וועט אוועקגיין די געשלעג. אבער פון די אנדערע זייט, יעדע געשלעג איז נאך א געפיל פון אחריות וואס קומט פון מיר, נאך א גוטע געפיל פון א 'איך'.

והשם הטוב יעזור אז מ'זאל עכט וויסן און געדענקען אז אלעס וואס מ'טוט קומט פון אויבן צום מענטש.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' זאל דיר השי"ת העלפן מיט אלעם

קליענט: אמן, און דיר אויך. און זאל השי"ת געבן הצלחה וברכה

ט: אמן. זאג: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דער סענסעשאן איז געקומען אין דיר?

ק: יא. ווען איך האב מיך צאמגענומען און פרובירט צו טרעפן אזא אינערליכע "איך בין אחריות צו זיין ריין פון דעם סענסעשאן", און נאכדעם געזאגט: די אחריות קומט פון אויבן, האב איך געקענט מערקן אז ס'גייט אוועק. אבער איך וואלט דיך געוואלט פרעגן אויב דאס וואס איך האב אזא שטייפע טריט מיט מיין לינקע פיס, אויב דאס האט א שייכות אהער?

ט: איך קען פרובירן, און השי"ת זאל העלפן. און איך בין נישט קיין דאקטער, אבער לאמיר זען צי עס האט, אדער עס האט אויך, מיט נפש. קענסט מיר מער פארציילן וויאזוי די שטייפקייט דרוקט זיך אויס?

ק: איך פיל ווי איך לאז עס נישט גיין לייכט פון איין טריט צום קומענדיגן. ווי איך געב עס אזא דרוק אראפ ביי יעדע טריט, עס צו פילן שטערקער.

ט: זאג: איך ווייס אז אויב איך לאז מיך גיין פון איין טריט צום צווייטן, לייכטערהייט, דאן...

ק: ס'קומט ארויף "האלט דיך צוריק"

ט: טראכט פאר א גאנצע מינוט דעם "האלט דיך צוריק"

ק: ס'קומט ארויף "האלט דיך צוריק, וואו גיי איך?"

ט: וואס נאך?

ק: "האלט דיך צוריק, ס'איז נישט סעיף צו גיין"

ט: זאג: איך פרוביר מער אראפצושטעלן און צוריקהאלטן דעם טריט, פאר'ן גיין צום קומענדיגן.

ק: ווייל איך בין נישט זיכער.

ט: טראכט א גאנצע מינוט וועגן דעם "איך בין נישט זיכער"

ק: איך ווייס נישט וואס ס'גייט זיין. וואס גייט זיין?

ט: טראכט א גאנצע מינוט דערוועגן.

ק: מיינע טריט וואו איך ווענד מיך פירן מיך אויף פלעצער ביי וועלכע איך בין נישט זיכער, וואס איז דאס וואס איך טו?

ט: טראכט א גאנצע מינוט וועגן דעם.

ק: איך וויל האבן א גוטן נאמען, און ווער ווייסט וואו איך פיר מיך מיט מיינע טריט.

ט: טראכט נאך

ק: און בכלל ווער ווייסט וואס דא גייט זיין.

ט: זאג: שטעל דיך אפ א רגע, ווייל

ק: איך וויל פילן מיינע טריט.

ט: איך וויל פילן מיין טריט... ווייל

ק: אזוי פיל איך מיך אריינגעפעסטיגט אין די ערד.

ט: אויב איך גיי מיך נישט אריינפעסטיגן אין די ערד, פיל איך...

ק: איך פיל נישט די שטארקייט פון מיין מציאות, איך פיל נישט קיין שטארקייט.

ט: זאג: אויב איך גיי נישט פילן די שטארקייט פון מיין מציאות

ק: קען איך ווערן אויס.

ט: אקעי, גוט. זאג אזוי און געב א קוק צי עס קומט ארויף עפעס אומבאקוועם. השי"ת האט באשאפן אז א מענטש זאל פילן ווי ער ווערט אויס, און אז זיין עצה זאל זיין צו געבן א שטארקע טרעט אראפ, און ערשט דאן גיין ווייטער. אזא עצה קומט נישט פון מיר, עס קומט פון השי"ת, ער געט עס מיר יעצט...

ק: איך פיל ווי איך פארליר אינטערעסע דערין.

ט: פארוואס? ווילסט דאך פילן דיין שטארקייט.

ק: איז דען דאס די איינציגע וועג?

ט: זאג אזוי: איך האב אין מיר אזא פחד צו פילן אז איך בין wishy-washy, איך קען ווערן אויס, און די איינציגע עצה וואס איך האב איז צו פילן די שטארקייט פון די יעצטיגע טריט וואס איך טרעט. אזוי ווערט עס איינגעפעסטיגט אין דער ערד. א אנדערע עצה האב איך נישט וויאזוי מיך צו פילן שטערקער.

ק: זאגט עס.

ט: האט עפעס א שייכות די דאזיגע טריט מיט די סענסעשאן?

ק: א וועג פון נישט ווערן בטל. איך בין דא, קענסט מיך נישט מבטל זיין.

ט: נו, וואס איז אזוי נישט גוט פון יא זיין דאהי?

ק: ווייל ס'פארקערט ווי די 'איך'. עס איז נישט געוואלט.

צעטיל:

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך האב אין מיר אזא פחד צו פילן אז איך בין wishy-washy, איך קען ווערן בטל, און די איינציגע עצה וואס איך האב איז צו פילן די שטארקייט פון די יעצטיגע טריט וואס איך טרעט. אזוי ווערט עס איינגעפעסטיגט אין דער ערד. א אנדערע עצה האב איך נישט וויאזוי מיך צו פילן שטערקער. און אויך איז דאס די איינציגע וועג וויאזוי זיך צוריקצוהאלטן פון גיין אין אומזיכערע וועגן וואס ווער ווייסט וואס ס'גייט זיין.

כאטש איך פיל מיך אומבאקוועם מיט אזא טריט, אדער סענסעשאן, אבער איך קען מיך נישט ערלויבן צו פילן ווי איך גיי ווערן צעבלאזן. ניין! איך בין דאהי.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

יישר כח! כ'האב נישט געהאט די צייט צו ליינען וויפול איך וואלט ווען געוואלט. אבער דאס ביסל וואס איך בין אנגעקומען איז באמת אינטערסאנט.

כ'האף כ'וועל האבן מער צייט עס בעסער דורכצוטוהן.

א גוטע נאכט.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב קליענט נירו יאיר ויזרח

קליענט: א גוטן הרב טערעפיסט וואס קען נאר וואס השי"ת העלפט אים און וויל.

ט: א גוטן. זאג מיר, וויאזוי האט זיך געטון אין דיר בעת דער סענסעשאן איז געקומען אין דיר?

ק: די ווערטער "איך בין אחריות צו זיין ריין פון דעם סענסעשאן" יענע צעטיל האט מיר געהאלפן בעזרת השי"ת. לאמיר דיר פארציילן. איך האב באמערקט אז ווען איך האב דעם פחד אז "אפשר גייט עס קומען, און אפשר נישט, און וויאזוי זאל איך טון אז ס'זאל נישט קומען", פאר דעם, איז דא אין מיר אזא כוח וואס זוכט מיר צו צעברעכן מיין גייסט, און ערשט ווען מיין גייסט איז צעבראכן, דאן טוט ער דאס זייניגע. איך וואונדער מיך, וואס שאפט אזא שארפן כוח אין מיר וואס זאל מיך אזוי זוכן צו צעברעכן. איך ווייס אז דער כוח קומט פון מיר אליין, איך בין אבער נייגעריג די שורש פון דעם כוח. סתם צו צעברעכן א יוד? וואס איז נישט גוט ווען איך בין ווייטער אזוי ווי איך בין געווען. און לאמיר זאגן אז איך דארף פאררעכטן מיינע מעשים, איז, וואס זוכט ער מיר צו צעברעכן?

און נאכדעם האב איך באמערקט אז ווען איך פיל מיך מער, און חשוב'ער, ווי ארומיגע מענטשן, דאן ווערט מיר לייכטער, און עס גייט אוועק דער נעגעטיוויטעט, און נעמט מיט זיך מיט דעם אינערליכן געשלעג. און איך פיל מיך גוט. אבער דער געשלעג איז ווען איך פיל מיך ווייניגער ווי ארומיגע. איך האב באמערקט אז איך האב צוויי סארטן מהלכי הנפש. אדער בין איך חשוב'ער ווי ארום, און עפעס ווייסעכוואספארא וועליו, אדער, גארנישט, און נעגעטיוו. ס'טוט מיר וויי דעס.

ט: לאמיר קודם גיין צו דעם אינערליכן צעברעכער, און איך האף אז עס וועט מיר געלונגען צו אידענטיפיצירן וועלכע 'וויסן' אין דיר, מאכט דיר אזוי וויכטיג צו צעברעכן דיין גייסט ביז די נעגעטיווסטע. דו פילסט ווי ס'איז א כוח אין דיר, און נישט דו אליין.

ק: ריכטיג.

ט: וויבאלד דער 'וויסן' איז אין דיין זכרון וואס ווייסט פארוואס עס איז אזוי וויכטיג דיר צו צעברעכן, דאס הייסט אז דו ביסט דער וואס האט מסכים געווען אז אזוי דארף זיך אויסשפילן אין דיין נפש.

ק: יא. ריכטיג.

ט: איז, ב"ה, שטעל דיך פאר דעם כוח, געב עס א שטיקל ממשות, און זע ווי עס זוכט שטארק, דיך אוועקצושטעלן אין א נעגעטיוו פלאץ, און זאג: איך ווייס פארוואס דו זוכסט אזוי שטארק פאר דוקא מיך צו שטעלן אין א נעגעטיוו פלאץ.

ק: איך ווייס פארוואס דו זוכסט יעצט דוקא מיך צו קאנצענטרירן אויף מיין חסרון מיך צו אראפברענגען צום נעגעטיוו.

ט: איך זעה אז דו האסט געטוישט וואס איך האב דיר געזאגט. אבער זייער גוט. אז דו פילסט אז דאס וואס דו זאגסט רעדט מער דעם אמת, זאג וואס דו זאגסט. זאג עס נאכאמאל. און טראכט דערפון, פארטיף דיך דערין.

ק: עס קומט ארויף "איך פיל מיך באקוועמער דערמיט"

ט: יא. דו פילסט באקוועמער דערמיט. זאג עס נאכאמאל.

ק: ס'קומט ארויף "איך וויל וויסן ווער איך בין, און דא בין איך נעגעטיוו"

ט: זאג עס נאכאמאל.

ק: עס קומט ארויף "איך וויל אז דו זאלסטעך אויפפירן בעסער"

ט: זאג עס נאכאמאל. על זה הדרך: איך ווייס פארוואס דו זוכסט יעצט דוקא מיך צו קאנצענטרירן אויף מיין חסרון, מיך צו צעברעכן אינגאנצן, און דו לאזט נישט דעם חסרון אין א זייט.

ק: "איך וויל פילן ווער איך בין"

ט: יא. דאס האסטו מיר פריער געפרעגט. אז פארוואס פעלט אויס אז א כוח אין דיר זאל דיך מאכן פילן אז דו ביסט אזוי אזוי נעגעטיוו.

ק: יא, גערעכט. פארוואס פעלט אויס אז א כוח אין מיר זאל מיר מאכן פילן אז דוקא דאס בין איך יעצט. מיך צוברעכן ביז דארט.

ט: סאו, זאג אזוי: איך ווייס פארוואס דו מוזט מיר יעצט מאכן פילן אז איך בין נעגעטיוו.

ק: (זאגט עס)

ט: זאג: איך ווייס פארוואס דו מוזט מיר יעצט מאכן פילן אז איך בין גאר נעגעטיוו, ווייל אויב דו וועסט מיר לאזן פילן מיין 'איך' אלץ פאזיטיוו און גוט...

ק: שטומט עס נישט מיט וואס איך האב געטון.

ט: דאס איז וואס דו האסט מיר פריער געפרעגט, אז פארוואס פעלט אויס צו מאכן נעגעטיוו וואס דו האסט געטון, און דיך צו מאכן אז דאס ביסטו.

ק: יא, גערעכט.

ט: סאו, זאג: איך ווייס פארוואס דו מוזט מיר יעצט מאכן פילן אז איך בין גאר נעגעטיוו, דורכ'ן מאכן וואס איך האב געטון נעגעטיוו, ווייל אויב דו וועסט מיר לאזן פילן מיין איך אלץ פאזיטיוו און גוט...

ק: "פארוואס טשעפעט מען מיר"

ט: אקעי, קען זיין אז דאס איז ארויפגעקומען. פרוביר נאכאמאל.

ק: ס'קען נישט זיין אז איך בין גוט.

ט: דאס איז וואס דו האסט מיר געפרעגט. פארוואס פעלט אויס דיר צו מאכן פילן אז דו ביסט נישט גוט. סאו, זאג אזוי: איך ווייס פארוואס דו מוזט מיר יעצט מאכן פילן אז איך בין גאר נעגעטיוו, דורכ'ן מאכן וואס איך האב געטון נעגעטיוו, ווייל אויב דו וועסט מיר לאזן פילן מיין איך אלץ פאזיטיוו און גוט, אז ס'קען יא זיין אז איך בין גוט...

ק: איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך פיל אז איך פארליר מיין 'איך'.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: זייער אינטערעסאנט. ס'קומט מיר אויס, אז ווען איך טו גאר גוט, דאן פיל איך מיך געהויבן און עפעס גאר חשוב און ספעציעל, אבער ווען איך טו עפעס וואס איז נישט עפעס אזוי אזוי, דאן קען איך נישט טרעפן מיין 'איך'. ווייל אינצווישן איז נישטא א 'איך'. אדער חשוב, אדער נעגעטיוו.

ט: זאג אזוי פאר דעם כוח. אזוי וויאזוי איך בין יעצט, בין איך 'פארווע', איך האב נישט קיין איך. ווייל איך קען נישט זאגן אז איך האב געטון עפעס הימליש וואס זאל מיר מאכן פילן עפעס גאר א זאך, אזוי אין די לופטן קען איך נישט פארבלייבן. איך מוז מיך אוועקשטעלן אין איינע פון די צוויי עקן. אדער גאר עפעס, אדער גאר נעגעטיוו און שלעכט.

ק: (זאגט עס פאר דעם כוח)

צעטיל.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

זאג אזוי צו דעם כוח וואס זוכט דיך צו קאנצענטרירן אויף דיין נעגעטיוו, דורכדעם וואס ער מאכט זאכן גאר נעגעטיוו, אזוי וויאזוי איך בין יעצט, בין איך 'פארווע', איך האב נישט קיין איך. ווייל איך קען נישט זאגן אז איך האב געטון עפעס הימליש וואס זאל מיר מאכן פילן עפעס גאר א זאך, אזוי אין די לופטן קען איך נישט פארבלייבן. איך מוז מיך אוועקשטעלן אין איינע פון די צוויי עקן. אדער גאר עפעס, אדער גאר נעגעטיוו און שלעכט.

כאטש אויב איך ווער דער 'איך' וואס איז גאר נעגעטיוו און שלעכט, קומט ארויף אזא געשלעג, אבער איך מוז מיך שטעלן אין איינע פון די עקן. ערגעץ אינמיטן איז נישט פארהאן א 'איך' פאר מיר עוועליבל.

והשם הטוב יעזור אז מ'זאל געדענקען אז אלעס קומט פון אויבן, און טון תשובה שלימה פאר'ן הייליגן באשעפער.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר.

קליענט: א גוטן הרב 'טערעפיסט' וואס קען נאר וואס השי"ת שיקט אים אריין, און חוץ דעם קען ער גארנישט.

ט: א גוטן. זאג מיר, וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דעם סימפטאם?

ק: די מערסטע וואס העלפט מיר איז די צעטיל פון "איך בין אחריות צו זיין ריין פון דעם סענסעשאן". איך האב באמערקט אז פאר אלעם, וויל קומען אויף מיר א געוויסע מוד, און עס וויל מיר איבערנעמען מיט כוח.

ט: לאמיר דיר פרעגן אזוי. ווען יענע מוד וויל קומען אויף דיר, וואס ווילסטו דערגרייכן?

ק: איך וויל מיך פילן צוריק גאנץ און גוט. אז איך בין יא גוט.

ט: פארוואס ווילסטו פילן אז דו ביסט יא גוט? זאג: ערשט ווען איך גיי פילן אז איך בין יא גוט, דאן ערווארט איך...

ק: אז דער אייבערשטער גייט מיך ליב האבן, און ער גייט מיך נישט אוועקווארפן פון אים.

ט: פרוביר נאכאמאל, און זאג מיר דעם אמת וויאזוי עס פילט זיך דיר. זאג: איך וויל זייער שטארק פילן אויף אזא און אזא אופן, און ווען איך גיי מיך פילן אויף דעם אופן, ערווארט איך...

ק: אז איך בין צוריק קאנעקטעד צום אייבערשטן.

ט: פרוביר נאכאמאל. זאג: איך ווארט אז איך זאל צוריק קומען אין א געוויסע אופן, און ווען איך האב יענע אופן ערווארט איך אז...

ק: צוריק קאנעקטעד

ט: צוריק מקושר מיט וועם?

ק: מיט העכערקייט.

ט: זאג אזוי: איך פיל יעצט ווי איך ווער דיסקאנעקטעד פון באשעפער, אז איך גיי אריין אין א גיהנם, אדער אין א פרעמד פלאץ

ק: (זאגט עס)

ט: און איך האב עס נישט ליב, ווייל איך פארליר מיך פון מיין גוטע קשר

ק: (זאגט עס)

ט: זאג: און די עצה וואס איך האב צוריקצוכאפן קאנעקשאן איז...

ק: (קליענט איז פארטיפט אין זיינע געדאנקען) צו ווערן טרויעריג.

ט: לאמיר זאגן אז דו וויקלסט דיך איין אין דיין טלית, און דו פילסט אז דו ביסט נישט אזוי מקושר צו השי"ת, אדער וויאזוי עס פילט זיך דיר, וואס טוסטו?

ק: איך בין פארלוירן. איך קען עס מער נישט צוריקכאפן.

ט: זאג: אויב איך גיי אוועק פון דיר, קען איך נישט אזוי שנעל צוריקקומען.

ק: (זאגט עס)

ט: זאג: הייליגער באשעפער, איך האב דיך אפגעלאזט, און יעצט...

ק: ביסטו אוועקגעלאפן, און דו ביסט מער נישטא, און איך בין אליין, און איך זעה דיך נישט

ט: זאג: הייליגער באשעפער, אויב איך לאז דיר אפ, לאזטו מיר אויך אפ. אויב איך לאז דיר אפ, ביסטו מער נישט עוועליבל פאר מיר. עס איז מיר שווער צו טראסטן אז דו וועסט דא בלייבן מיט מיר.

ק: (זאגט עס)

ט: זאז: הייליגער באשעפער, אויב איך האב דיך אפגעלאזט, ביסטו ברוגז אויף מיר. ווארפסטו מיך אוועק, און דו ווילסט מיך מער נישט קענען.

ק: (זאגט עס)

ט: און איך האב מער נישט א עצה וויאזוי צוריקצוקומען.

ק: (זאגט עס)

ט: יעצט, לאמיר זיך פארשטעלן אז אפילו אויב דו לאזט אפ השי"ת, קענסטו גראד צוריקקומען צו אים, ער איז דא פאר דיר גראד ווען דו מאכסט אפ "רבש"ע איך קום צוריק"

ק: איך ווער פארעקלט חלילה.

ט: שטעל דיך פאר אז דו ווערסט נישט פארעקלט, אויף אזא אופן אז ער זאל דיך ממאס זיין פון ווערן צוריק נאנט צו דיר.

ק: דער אייבערשטער איז הייליג, און וויאזוי איז ער מסכים צו זיין אויף אזא נידעריג פלאץ.

ט: זאג אזוי. הייליגער באשעפער, קען דען זיין אז דו ביסט הייליג, מיט דעם אלעם וואס דו לאזט מיך נאך צוריק קומען צו דיר, אפילו פון אזא פלאץ?

ק: (זאגט עס)

ט: זאג: עס קען נישט זיין אז איך קען אריינברענגען השי"ת ביז דא, ביז מיין פלאץ, צו נידעריג. עס שטומט נישט מיט די הייליגקייט פון באשעפער.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ הנותן יד לפושעים ומסייע לבאים ליטהר

ווער באוואוסטזיניג אז "איך וויל מיך פילן צוריק גאנץ און גוט, אז איך בין גוט" ווייל נאר אזוי ערווארט איך אז דער אייבערשטער גייט מיך ליב האבן, און ער גייט מיך נישט אוועקווארפן פון אים. און איך גיי זיין צו אים קאנעקטעד.

איך פיל יעצט אז איך בין פארלוירן, איך קען עס מער נישט צוריקכאפן. "אויב איך גיי אוועק פון דיר, קען איך נישט אזוי שנעל צוריקקומען" "אויב איך האב דיך אפגעלאזט, ביסטו אוועקגעלאפן, און דו ביסט מער נישטא פאר מיר, און איך בין אליין, און איך זעה דיך נישט" "אויב איך לאז דיך אפ, לאזטו מיך אויך אפ, אויב איך לאז דיך אפ, ביסטו מער נישט עוועליבל פאר מיר, עס איז מיר שווער צו טראסטן אז דו וועסט דא בלייבן מיט מיר" "הייליגער באשעפער, אויב איך האב דיך אפגעלאזט, ביסטו ברוגז אויף מיר, ווארפסטו מיר אוועק, און דו ווילסט מיר מער נישט קענען" "איך בין פארעקלט חלילה"

איך קען נישט ערלויבן אז דער אמת איז אז איך ווער נישט אזוי ווייט פארעקלט אז ער זאל מיך ממאס זיין פון צוריקקומען צו אים ווען איך וויל, ווייל דאס דארף טוישן די הייליגקייט פון באשעפער. "דער אייבערשטער איז הייליג און וויאזוי איז ער מסכים צו זיין אויף אזא נידעריג פלאץ." "קען דען זיין אז דו ביסט הייליג, מיט דעם אלעם וואס דו לאזט מיך נאך צוריק קומען צו דיר, אפילו פון אזא פלאץ?" "עס קען נישט זיין אז איך קען אריינברענגען השי"ת ביז דא, ביז מיין פלאץ, עס איז צו נידעריג, עס שטומט נישט מיט די הייליגקייט פון באשעפער.

א אנדערע וועג וויאזוי צוריקצוקומען צו השי"ת האב איך נישט. כאטש דאס שאפט אזא אינערליכע געשלעג.

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם מ'זאל ניצל ווערן פון אלעם בייזן.

(נ.ב. דעם סעשאן איז מיר בייגעפאלן הערנדיג ר' שרגא פליישמאן נ"י אז מ'דארף קוקן וואס מ'וויל)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”