"סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז עס אמת?

יא - סאיז כמעט נישט בנמצא
27
8%
יא - אין די ענפענטליקייט
64
19%
ניין - א בת היענה עד
211
63%
סמארטפאונס איז אויסגעראטן, אבער טעבלעטס האט איבערגענומען די גאס
32
10%
 
סך הכל שטימען: 334

סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

מי חכם האט געשריבן:
בקיצור, וויטש עווער וועי יו סלייס איט, איז אינטערנעט א טייל פונעם לעבן היינט. פאר 10 15 יאר צוריק איז געלונגען "אויסצוראטן" קאמפיוטער'ס פון די הייזער, פשוט וויבאלד דער עולם האט שוין געהאט עקסעס אנשטאט דורך סמארטפאון'ס און לעפטאפ'ס. אז מען וויל אויסראטן סמארטפאון'ס, איז דא אנשטאט טעבלעטס. מען וועט זיך "נעמען" צו טעבלעטס, וועט סמארטפאון'ס מאכן א קאמבעק, אדער גאר VR צי א אנדערע נייע טעכנאלאגיע וועט אריינקומען.

ס'נישט ביי יעדן אייניג
עס איז דא מענטשן און מקומות ווי דער אינטערנעט איז ממש א טייל פינעם 24 שעה אינעם טאג ווי ער גייט און שטייט איז ער קאנעקטעט מיטן כלי להבדיל ווי דער גוי לאזט עס נישט אפ פינעם מח א רגע במשכ'ן טאג
דערנאך איז ב"ה דא זייער א גרויסע ציבור אידן וואס עס איז בכלל נישט א טייל פון זייער לעבן, דאס באניץ איז בסך הכל נאר אין געוויסע מקומות און זמנים ווען ער איז דערצו געבינדן, און ב"ה דער ציבור וואקסט מער און מער, מענטשן זעהן איין ווען עס קומט צו א געוויסע סטעידזש אז עס איז צייט צו לעבן נארמאל, זייער אסאך אידן ווען עס קומט צו די עידזש פון א שידוך טאהן כאפט ער זיך ביים קאפ אז נאך א צען פיפצן משפחות וואס וואלטן געווען אויף זיין רשימה מיט וועם ער קען זיין א פאטענציאלער מחותן וויל אים יענער נישט צוליב זיין עדוקציע צום כלי, טייל אידן וועקן זיך אויף אין די שובבי"ם וואכן וכו'
ס'איז א ווייטאג אז ס'דא מענטשן וואס טוט זיי וויי אז דער אפגעהיטענער ציבור וואקסט פון טאג צו טאג.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

תגובה דורך דרייטצעך »

אינטערנעט איז העיר טו סטעי. מאך נישט משוגע נאר לערן אויס עס צו נוצן ריכטיג. איך קען שוין נישט די אלע שפראכן, עס האט איין סך הכל: עצת היצר.

די ווערטער פון הרב וואקסמאן ווי מען האט פארדרייט הגה"צ הרב וואזנער זי"ע פסק הלכה איז דברים כדרבונות, די האבן זיך נעבעך איינגערעדט אז ס'וועט עפעס העלפן.

מער ווי דעם איז א שאד די שפייעכטץ. כ'זע נישט אז איינער וואס האלט אזוי זאל מסכים זיין צו טוישן מיינונג.

די תירוצים פארוואס די היימישע רבנים האלטן אנדערש לויפן צווישן זיי פארשטייען נישט קיין טעקנאלעדזשי און מען זאגט זיי נישט די מציאות - ווענדט זיך ווי אויפגעקלערט מען האלט זיך.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

סמעטענע האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
בקיצור, וויטש עווער וועי יו סלייס איט, איז אינטערנעט א טייל פונעם לעבן היינט. פאר 10 15 יאר צוריק איז געלונגען "אויסצוראטן" קאמפיוטער'ס פון די הייזער, פשוט וויבאלד דער עולם האט שוין געהאט עקסעס אנשטאט דורך סמארטפאון'ס און לעפטאפ'ס. אז מען וויל אויסראטן סמארטפאון'ס, איז דא אנשטאט טעבלעטס. מען וועט זיך "נעמען" צו טעבלעטס, וועט סמארטפאון'ס מאכן א קאמבעק, אדער גאר VR צי א אנדערע נייע טעכנאלאגיע וועט אריינקומען.

ס'נישט ביי יעדן אייניג
עס איז דא מענטשן און מקומות ווי דער אינטערנעט איז ממש א טייל פינעם 24 שעה אינעם טאג ווי ער גייט און שטייט איז ער קאנעקטעט מיטן כלי להבדיל ווי דער גוי לאזט עס נישט אפ פינעם מח א רגע במשכ'ן טאג
דערנאך איז ב"ה דא זייער א גרויסע ציבור אידן וואס עס איז בכלל נישט א טייל פון זייער לעבן, דאס באניץ איז בסך הכל נאר אין געוויסע מקומות און זמנים ווען ער איז דערצו געבינדן, און ב"ה דער ציבור וואקסט מער און מער, מענטשן זעהן איין ווען עס קומט צו א געוויסע סטעידזש אז עס איז צייט צו לעבן נארמאל, זייער אסאך אידן ווען עס קומט צו די עידזש פון א שידוך טאהן כאפט ער זיך ביים קאפ אז נאך א צען פיפצן משפחות וואס וואלטן געווען אויף זיין רשימה מיט וועם ער קען זיין א פאטענציאלער מחותן וויל אים יענער נישט צוליב זיין עדוקציע צום כלי, טייל אידן וועקן זיך אויף אין די שובבי"ם וואכן וכו'
ס'איז א ווייטאג אז ס'דא מענטשן וואס טוט זיי וויי אז דער אפגעהיטענער ציבור וואקסט פון טאג צו טאג.
פון וועלעכע ציבור רעדסטו? די טעבלעט ציבור?
#בשיטה נישט
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

נע, ח"ו

ער רעדט צום ערליכן אפגעהיטענעם ציבור וואס זיצן אין אפיס ביז 1:00 ביינאכט כדי נישט אהיים צו ברענגען די כלים וואס קענען אים חלילה מאכן אדיקטעט און גורם זיין ער זאל נישט האבן קיין צייט פאר די ווייב און קינדער

און ווער רעדט דער התעוררות לתשובה וואס עס כאפט ווען מען טוט שידוכים
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

אינטערנעט איז העיר טו סטעי, אבער איך און די נישט, כלל ישראל האט א הבטחה פון כי לא תשכח מפי זרעו אבער ר' איד האט נישט די הבטחה..
און יא מ'איז ב''ה אנגעקומען למעלה מן המשיעור אין די מערכה אויף מערערע פראנטען, מער ווי סיי ווער האט אמאל געקענט פאראויסשאצען, ס'פאלען נעבעך ארויס? א גרויס ווייטאג נעבעך, אבער די ערליכע כלל ישראל וואס שטעלט זיך יא צו וועלן בעז''ה בלייבן לעד ולנצח, און די אנדערע וועלן אוודאי האבן 'גוטע תירוצים' פארוואס זייערע אייניקלעעך קוקען אזוי אויס ווייל די רבנים זענען געגאנגען קאפ און וואנט און נישט געווען ריעאליסטיש וכ''ו (בערך ווי די אייניקלעך פון די וואס זענען געווען ריעאליסטיש און די בראשית יארן און אמעריקע אז נישט ארבעטען שבת איז פשוט און פראסט פקוח נפש וואס איז דוחה שבת)
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

מי חכם האט געשריבן:
נע, ח"ו

ער רעדט צום ערליכן אפגעהיטענעם ציבור וואס זיצן אין אפיס ביז 1:00 ביינאכט כדי נישט אהיים צו ברענגען די כלים וואס קענען אים חלילה מאכן אדיקטעט און גורם זיין ער זאל נישט האבן קיין צייט פאר די ווייב און קינדער

און ווער רעדט דער התעוררות לתשובה וואס עס כאפט ווען מען טוט שידוכים
שטארקע סעמפעל פון א 'ריעאליסטישע תגובה'
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

נו שוין האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
בקיצור, וויטש עווער וועי יו סלייס איט, איז אינטערנעט א טייל פונעם לעבן היינט. פאר 10 15 יאר צוריק איז געלונגען "אויסצוראטן" קאמפיוטער'ס פון די הייזער, פשוט וויבאלד דער עולם האט שוין געהאט עקסעס אנשטאט דורך סמארטפאון'ס און לעפטאפ'ס. אז מען וויל אויסראטן סמארטפאון'ס, איז דא אנשטאט טעבלעטס. מען וועט זיך "נעמען" צו טעבלעטס, וועט סמארטפאון'ס מאכן א קאמבעק, אדער גאר VR צי א אנדערע נייע טעכנאלאגיע וועט אריינקומען.

ס'נישט ביי יעדן אייניג
עס איז דא מענטשן און מקומות ווי דער אינטערנעט איז ממש א טייל פינעם 24 שעה אינעם טאג ווי ער גייט און שטייט איז ער קאנעקטעט מיטן כלי להבדיל ווי דער גוי לאזט עס נישט אפ פינעם מח א רגע במשכ'ן טאג
דערנאך איז ב"ה דא זייער א גרויסע ציבור אידן וואס עס איז בכלל נישט א טייל פון זייער לעבן, דאס באניץ איז בסך הכל נאר אין געוויסע מקומות און זמנים ווען ער איז דערצו געבינדן, און ב"ה דער ציבור וואקסט מער און מער, מענטשן זעהן איין ווען עס קומט צו א געוויסע סטעידזש אז עס איז צייט צו לעבן נארמאל, זייער אסאך אידן ווען עס קומט צו די עידזש פון א שידוך טאהן כאפט ער זיך ביים קאפ אז נאך א צען פיפצן משפחות וואס וואלטן געווען אויף זיין רשימה מיט וועם ער קען זיין א פאטענציאלער מחותן וויל אים יענער נישט צוליב זיין עדוקציע צום כלי, טייל אידן וועקן זיך אויף אין די שובבי"ם וואכן וכו'
ס'איז א ווייטאג אז ס'דא מענטשן וואס טוט זיי וויי אז דער אפגעהיטענער ציבור וואקסט פון טאג צו טאג.
פון וועלעכע ציבור רעדסטו? די טעבלעט ציבור?
מען רעדט פינעם גרויסן ציבור וואס איז נישט אדיקטעט צו מיזן האבן נעבן זיך אינטערנעט יעדע רגע פון טאג, זיי ניצן עס נאר אין געוויסע זמנים און פלעצער,
עס איז ב"ה דא היינט ריזיגע מקומות תורה ווי מען קען זעהן אידן [וואס פירן דורך ריזיגע געשעפטן טעגליך] זיצן א שיינע פאר שעה אין טאג אין לערנען, און זענען די גאנצע צייט אפגעהאקט פינעם אינטערנעט, ווייל אינטערנעט איז ב"ה נישט ביי יעדן הער טו סטעי, ס'דא מאנכע וואס ווילן שטארק עס זאל ביי יעדן זיין הער טו סטעי, ב"ה אין מציאות איז א גרויסער עולם נישט מיט זיי, מען איז נאר נעבן דעם אינטערנעט בזמן ומקום מוגבל, ס'איבריגע איז מען #אינטערנעטלאז.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

סמעטענע האט געשריבן:
מען רעדט פינעם גרויסן ציבור וואס איז נישט אדיקטעט צו מיזן האבן נעבן זיך אינטערנעט יעדע רגע פון טאג, זיי ניצן עס נאר אין געוויסע זמנים און פלעצער,
עס איז ב"ה דא היינט ריזיגע מקומות תורה ווי מען קען זעהן אידן [וואס פירן דורך ריזיגע געשעפטן טעגליך] זיצן א שיינע פאר שעה אין טאג אין לערנען, און זענען די גאנצע צייט אפגעהאקט פינעם אינטערנעט, ווייל אינטערנעט איז ב"ה נישט ביי יעדן הער טו סטעי, ס'דא מאנכע וואס ווילן שטארק עס זאל ביי יעדן זיין הער טו סטעי, ב"ה אין מציאות איז א גרויסער עולם נישט מיט זיי, מען איז נאר נעבן דעם אינטערנעט בזמן ומקום מוגבל, ס'איבריגע איז מען #אינטערנעטלאז.
;l;p- ;l;p-
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

מי חכם האט געשריבן:
בקיצור, וויטש עווער וועי יו סלייס איט, איז אינטערנעט א טייל פונעם לעבן היינט. פאר 10 15 יאר צוריק איז געלונגען "אויסצוראטן" קאמפיוטער'ס פון די הייזער, פשוט וויבאלד דער עולם האט שוין געהאט עקסעס אנשטאט דורך סמארטפאון'ס און לעפטאפ'ס. אז מען וויל אויסראטן סמארטפאון'ס, איז דא אנשטאט טעבלעטס. מען וועט זיך "נעמען" צו טעבלעטס, וועט סמארטפאון'ס מאכן א קאמבעק, אדער גאר VR צי א אנדערע נייע טעכנאלאגיע וועט אריינקומען.

איטס אבאוט טיים צוריק צו גיין צו די בעיסיק'ס, נישט אינטערנעט איז דער פראבלעם, נישט קאמפיוטער'ס, נישט סידי ראם'ס (ווער געדענקט נאך די זיסע מערכות און קול קורא'ס קעגן די טריפה'נע סי-די-ראם, די ווי די וכל שם וחניכא), נישט די שרעקליכע בלעקבערי'ס הידועים לשמצה און אויך נישט ווידעא. אפגערעדט אז די פארם פעקטאר פון א כלי, צי עס איז פליפ אדער קענדי באר, טעבלעט אדער פאלדעבל טעבלעטס, מאכט גאנץ ווייניג אויס אינעם טאטאל.

וואס יא, איז די קאנטענט, די אינהאלט וואס מען וואטשט, ליינט, הערט און זעט אויף די כלים. א ערליכער איד קוקט ערליכע אינהאלט, פינטל. בחסדי ה' איז דא פארשידענע טעכנאלאגישע לעזונגען צו מינימיזירן די פראבלעמען און נסיונות, פילטערס, בעסערע און נאך בעסערע, עס איז דא אן א שיעור דרגות. און דער פאקוס דארף זיין, פונקט ווי מיט אלע נסיונות וואס מען קען נישט דמיון'ען אז מען קען מיט א קול קורא פטור ווערן דערפון, צו ארבעטן צו ביישטיין דעם נסיון און בוחר זיין בטוב.

אונז שטיי מיר שוין נאך א 30 יעריגע תקופה וואס מען רעדט זיך כסדר איין אז יעצט, מיט די מערכה, מיט די קול קורא, דאס וועט מאכן די זאך, אויסראטן דעם נגע. למעשה, איז דער מציאות סאך שטערקער, און אז מען נעמט אוועק איין זאך איז דא צען זאכן אנשטאט. צייט צו פעיסן רעאליטעט, אינטערנעט איז העיר טו סטעי, און מען נוצט עס פאר אלע טאג טעגליכע געברויכן נישט נאר פאר די קאוד ווארט 'פרנסה', מען נוצט דאס אינדערהיים און מען נוצט דאס אין די קאר און אין אפיס און אויפן פליגער. עס איז זייער אנגענעם צו זיין סעלף דעלוזשאנעל און זיך קלאפן אין בייכל אז מען שטייט בעסער און מען האט עפעס אויפגעטאן, ווען אין פאקט האט מען לכבוד דעם גענצליך קאפיטולירט די מערכה אויפן אנדערן שלאכטפעלד. אז מען פרייט זיך מיט אויסראטן סמארטפאון'ס (און טוישן צו גרעסערע סקרינס אנשטאט) אין דער צייט וואס דריי פערטל ישיבה האט עקסעס צו אלע סארט עפפס אויפן פליפ פאון, איז דאס א חוכא ואיטלולא פון ערשטן קלאס, געווינען דעם שלאכט און דערלייגט די קריג, די אפעראציע איז געלונגען און דער פאציענט איז געשטארבן.

וואס איז יא איין דויערהאפטיגע זאך וואס האט ב"ה געהאט א דראסטישע השפעה, איז דער ערשיינונג פון פילטערס. ווער עס געדענקט און האט מיטגעהאלטן וואס האט זיך אפגעטון ביים ציבור אין דער צייט בעפאר דער עולם האט געהאט פילטערס, ווייסט אז אלע חורבנות פון סאשעל מידיא - אלע "אידישקייט" און מחנה מגושמים פראבלעמען וואס דאס ברענגט יא אדער נישט - קומען נישט צו בכלל צו די דעמאלטסדיגע סיטואַציע.

ווייל די איינציגע זאך וואס איז סוקסעספול אין לאנג טוירם און מאכט עפעס אויס, איז דוקא א לעזונג וואס העלפט לעבן מיטן אינטערנעט און מיט די טעכנאלאגיע, נישט קיין מהלכים עס צו באקעמפן.

ווער עס וויל זיך קויפן עוה"ב זאל ארויסנעמען א פעיזש פונעם פלעיבוק פון די מחזיקי הדת אין גאליציע וועלכע האבן איינגעזען, בהכוונת פון די גדולי ישראל זי"ע, אז דער מהלך איז נישט צו אסר'ן צייטונגען, נאר ארויסצוקומען מיט אייגענע, און דאס האט געראטעוועט און אנגעהאלטן עכ"פ דעם יהדות החרדית. מען דארף אנהייבן צו ארויסקומען מיט ערליכע וועבזייטלעך, ערליכע אינהאלט, לייגן שיעורים און דרשות, לייוו הוקאפס פון רבי'שע טישן, מאכן פראגראמען און אונטערנעמונגען, פרישע פלעי'ס, פילם'ס און עפיזאדן פאר די וואס ברויכן עס (ישיבה בחורים, אדער די קנאפע 5 מיליאן! באזוכן אינעם אינטערעסאנטע קליפ אשכול), אז מען זאל אפילו נישט האבן קיין צייט צו גיין זוכן גליקן אינדרויסן. פארשטייט זיך אז מען קען זיך רישן אויף העווי פושבעק (ע"ע 24/6) און שטרענגע השקפה ארטיקלען אדער ליצנות אין אידישקייט און שומרים גליונות, אבער די היסטאריע בימים ההם ובזמן הזה האט געפראווט די אלע נעי סעיערס ראנג.

נ.ב. - דער שמועס האט נישט קיין שייכות מיט אדמו"ר פלוני אדער קהל אלמוני, עס איז די זעלבע זאך וואס איך האב געשריבן פאר 12 יאר צוריק אינעם דערנעבנדיגן אשכול, והמציאות הוכיחה את עצמה.
;l;p- ;l;p- ;l;p-

(נישט קיין חידוש @מי חכם איז פון מיינע "גע'פאלאו'טע" ניק'ס...)
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

שיעור נישט פארגעסן פון די 'קאפ און וואנט' מהלך פון מחייב זיין פילטערס ווי א 3 יעריג קינד אנשטאט זיין ריעליסטיש אז מ'קען האבען 2 דיוויסעס איינס מיט א פילטער און איינס אן, ענדערש אויסלערנען וויאזוי צו ניצען אפענע אינטערנעט ערליך..
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

דער שמועס האט טאקע נישט קיין שייכות מיט אדמו"ר פלוני אדער קהל פלוני ווייל מער ווייניגער אלע היימישע קהילות זענען אויף דער אנדערער זייט.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

אורח הכבוד האט געשריבן:
שיעור נישט פארגעסן פון די 'קאפ און וואנט' מהלך פון מחייב זיין פילטערס ווי א 3 יעריג קינד אנשטאט זיין ריעליסטיש אז מ'קען האבען 2 דיוויסעס איינס מיט א פילטער און איינס אן, ענדערש אויסלערנען וויאזוי צו ניצען אפענע אינטערנעט ערליך..
דרייטצעך האט געשריבן:
דער שמועס האט טאקע נישט קיין שייכות מיט אדמו"ר פלוני אדער קהל פלוני ווייל מער ווייניגער אלע היימישע קהילות זענען אויף דער אנדערער זייט.
איז דא איינער אין די אשכול וואס האט געשריבן אזא מיינונג?

וואס איז די עקסטרעמיזם אז ווען מ'הערט נאר איינער האט א מיינונג אביסל אנדערש ווי דיינס, הערסטו שוין אין יענעם'ס ווערטער אז ער האלט פון האבן אפענע אינטערנעט און פאר קליינע קידנער מיט צוויי דעווייסעס וכו' וכו' ?
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Rak Tov האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
לפי דעם עד איז אויך נישט בנמצא קיין טעבלעטס, די בשר מיט די בענד זעהט מען דארט אסאך קלארער.
די חילוק צווישן מחנה אלקים און מחנה מגושמם איז נישט סמארט פאון וו"ס טאבלעט/נישט סמארט פאון, עס איז די סארט מענטש.
אט אזוי, ווייל מחנה מגושמים האט זיך נישט אנגעהויבן 20 יאר צירוק
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

יער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
שיעור נישט פארגעסן פון די 'קאפ און וואנט' מהלך פון מחייב זיין פילטערס ווי א 3 יעריג קינד אנשטאט זיין ריעליסטיש אז מ'קען האבען 2 דיוויסעס איינס מיט א פילטער און איינס אן, ענדערש אויסלערנען וויאזוי צו ניצען אפענע אינטערנעט ערליך..
דרייטצעך האט געשריבן:
דער שמועס האט טאקע נישט קיין שייכות מיט אדמו"ר פלוני אדער קהל פלוני ווייל מער ווייניגער אלע היימישע קהילות זענען אויף דער אנדערער זייט.
איז דא איינער אין די אשכול וואס האט געשריבן אזא מיינונג?

וואס איז די עקסטרעמיזם אז ווען מ'הערט נאר איינער האט א מיינונג אביסל אנדערש ווי דיינס, הערסטו שוין אין יענעם'ס ווערטער אז ער האלט פון האבן אפענע אינטערנעט און פאר קליינע קידנער מיט צוויי דעווייסעס וכו' וכו' ?
אטע דאס איז טאקע די פוינט ארויסצוברענגען ווי לעכערלעך ס'איז די א.ג. 'ריעליסטישע טענה' און ווער ס'וויל קען עס פינקט אזוי ניצען אויף אסאך ווייטער ווי ער וואלט ווען (האפענטליך) געוואלט.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

מי חכם האט געשריבן:
צייט צו פעיסן רעאליטעט, אינטערנעט איז העיר טו סטעי, און מען נוצט עס פאר אלע טאג טעגליכע געברויכן נישט נאר פאר די קאוד ווארט 'פרנסה', מען נוצט דאס אינדערהיים און מען נוצט דאס אין די קאר און אין אפיס און אויפן פליגער.
צייט צו פעיסן רעאליטעט עס איז דא ב''ה טויזנטער טויזנטער אידן וואס ביי זיי איז דאס נישט אזוי נאר אדאנק די מערכה דערקעגן.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

יער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
שיעור נישט פארגעסן פון די 'קאפ און וואנט' מהלך פון מחייב זיין פילטערס ווי א 3 יעריג קינד אנשטאט זיין ריעליסטיש אז מ'קען האבען 2 דיוויסעס איינס מיט א פילטער און איינס אן, ענדערש אויסלערנען וויאזוי צו ניצען אפענע אינטערנעט ערליך..
דרייטצעך האט געשריבן:
דער שמועס האט טאקע נישט קיין שייכות מיט אדמו"ר פלוני אדער קהל פלוני ווייל מער ווייניגער אלע היימישע קהילות זענען אויף דער אנדערער זייט.
איז דא איינער אין די אשכול וואס האט געשריבן אזא מיינונג?

וואס איז די עקסטרעמיזם אז ווען מ'הערט נאר איינער האט א מיינונג אביסל אנדערש ווי דיינס, הערסטו שוין אין יענעם'ס ווערטער אז ער האלט פון האבן אפענע אינטערנעט און פאר קליינע קידנער מיט צוויי דעווייסעס וכו' וכו' ?
איך האב נישט געשריבן @אורח הכבוד'ס ווערטער, סאו כ'ווייס נישט פארוואס דו האסט מיר ציטירט מיט אים.

אויב האסט מיר געמיינט מיט דיין צווייטע האלב, די אנדערע מיינונג דא איז נישט אביסל אנדערש ווי מיינס (וואס איז אגב נישט אייגנס, דאס איז וואס איך הער פון די רבנים), עס איז פונדעמענטאל אנדערש און עס איז ווייטאגליך ביז גאר.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

ווערדיקט: נומער 3 האט געוואונען, ספעציעל זעהט מען עס פון אסאך תגובות דא וויאזוי זיי זענען צופרידן.
#בשיטה נישט
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

Haklal האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
לפי דעם עד איז אויך נישט בנמצא קיין טעבלעטס, די בשר מיט די בענד זעהט מען דארט אסאך קלארער.
די חילוק צווישן מחנה אלקים און מחנה מגושמם איז נישט סמארט פאון וו"ס טאבלעט/נישט סמארט פאון, עס איז די סארט מענטש.
אט אזוי, ווייל מחנה מגושמים האט זיך נישט אנגעהויבן 20 יאר צירוק
אבער היינט איז א ריזן פראצענט פונעם היימישן ציבור פון די מחנה, אין גרויס טייל אדאנק טעכנעלאגיע (סאושעל מידיע, צו זאל עס זיין סטאטוס צו אינטערהאלונג פארום)
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

@מי חכם ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אראפגענאגלט
די גוטע פעטער
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:02 pm

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע פעטער »

מי חכם האט געשריבן:
בקיצור, וויטש עווער וועי יו סלייס איט, איז אינטערנעט א טייל פונעם לעבן היינט. פאר 10 15 יאר צוריק איז געלונגען "אויסצוראטן" קאמפיוטער'ס פון די הייזער, פשוט וויבאלד דער עולם האט שוין געהאט עקסעס אנשטאט דורך סמארטפאון'ס און לעפטאפ'ס. אז מען וויל אויסראטן סמארטפאון'ס, איז דא אנשטאט טעבלעטס. מען וועט זיך "נעמען" צו טעבלעטס, וועט סמארטפאון'ס מאכן א קאמבעק, אדער גאר VR צי א אנדערע נייע טעכנאלאגיע וועט אריינקומען.

איטס אבאוט טיים צוריק צו גיין צו די בעיסיק'ס, נישט אינטערנעט איז דער פראבלעם, נישט קאמפיוטער'ס, נישט סידי ראם'ס (ווער געדענקט נאך די זיסע מערכות און קול קורא'ס קעגן די טריפה'נע סי-די-ראם, די ווי די וכל שם וחניכא), נישט די שרעקליכע בלעקבערי'ס הידועים לשמצה און אויך נישט ווידעא. אפגערעדט אז די פארם פעקטאר פון א כלי, צי עס איז פליפ אדער קענדי באר, טעבלעט אדער פאלדעבל טעבלעטס, מאכט גאנץ ווייניג אויס אינעם טאטאל.

וואס יא, איז די קאנטענט, די אינהאלט וואס מען וואטשט, ליינט, הערט און זעט אויף די כלים. א ערליכער איד קוקט ערליכע אינהאלט, פינטל. בחסדי ה' איז דא פארשידענע טעכנאלאגישע לעזונגען צו מינימיזירן די פראבלעמען און נסיונות, פילטערס, בעסערע און נאך בעסערע, עס איז דא אן א שיעור דרגות. און דער פאקוס דארף זיין, פונקט ווי מיט אלע נסיונות וואס מען קען נישט דמיון'ען אז מען קען מיט א קול קורא פטור ווערן דערפון, צו ארבעטן צו ביישטיין דעם נסיון און בוחר זיין בטוב.

אונז שטיי מיר שוין נאך א 30 יעריגע תקופה וואס מען רעדט זיך כסדר איין אז יעצט, מיט די מערכה, מיט די קול קורא, דאס וועט מאכן די זאך, אויסראטן דעם נגע. למעשה, איז דער מציאות סאך שטערקער, און אז מען נעמט אוועק איין זאך איז דא צען זאכן אנשטאט. צייט צו פעיסן רעאליטעט, אינטערנעט איז העיר טו סטעי, און מען נוצט עס פאר אלע טאג טעגליכע געברויכן נישט נאר פאר די קאוד ווארט 'פרנסה', מען נוצט דאס אינדערהיים און מען נוצט דאס אין די קאר און אין אפיס און אויפן פליגער. עס איז זייער אנגענעם צו זיין סעלף דעלוזשאנעל און זיך קלאפן אין בייכל אז מען שטייט בעסער און מען האט עפעס אויפגעטאן, ווען אין פאקט האט מען לכבוד דעם גענצליך קאפיטולירט די מערכה אויפן אנדערן שלאכטפעלד. אז מען פרייט זיך מיט אויסראטן סמארטפאון'ס (און טוישן צו גרעסערע סקרינס אנשטאט) אין דער צייט וואס דריי פערטל ישיבה האט עקסעס צו אלע סארט עפפס אויפן פליפ פאון, איז דאס א חוכא ואיטלולא פון ערשטן קלאס, געווינען דעם שלאכט און דערלייגט די קריג, די אפעראציע איז געלונגען און דער פאציענט איז געשטארבן.

וואס איז יא איין דויערהאפטיגע זאך וואס האט ב"ה געהאט א דראסטישע השפעה, איז דער ערשיינונג פון פילטערס. ווער עס געדענקט און האט מיטגעהאלטן וואס האט זיך אפגעטון ביים ציבור אין דער צייט בעפאר דער עולם האט געהאט פילטערס, ווייסט אז אלע חורבנות פון סאשעל מידיא - אלע "אידישקייט" און מחנה מגושמים פראבלעמען וואס דאס ברענגט יא אדער נישט - קומען נישט צו בכלל צו די דעמאלטסדיגע סיטואַציע.

ווייל די איינציגע זאך וואס איז סוקסעספול אין לאנג טוירם און מאכט עפעס אויס, איז דוקא א לעזונג וואס העלפט לעבן מיטן אינטערנעט און מיט די טעכנאלאגיע, נישט קיין מהלכים עס צו באקעמפן.

ווער עס וויל זיך קויפן עוה"ב זאל ארויסנעמען א פעיזש פונעם פלעיבוק פון די מחזיקי הדת אין גאליציע וועלכע האבן איינגעזען, בהכוונת פון די גדולי ישראל זי"ע, אז דער מהלך איז נישט צו אסר'ן צייטונגען, נאר ארויסצוקומען מיט אייגענע, און דאס האט געראטעוועט און אנגעהאלטן עכ"פ דעם יהדות החרדית. מען דארף אנהייבן צו ארויסקומען מיט ערליכע וועבזייטלעך, ערליכע אינהאלט, לייגן שיעורים און דרשות, לייוו הוקאפס פון רבי'שע טישן, מאכן פראגראמען און אונטערנעמונגען, פרישע פלעי'ס, פילם'ס און עפיזאדן פאר די וואס ברויכן עס (ישיבה בחורים, אדער די קנאפע 5 מיליאן! באזוכן אינעם אינטערעסאנטע קליפ אשכול), אז מען זאל אפילו נישט האבן קיין צייט צו גיין זוכן גליקן אינדרויסן. פארשטייט זיך אז מען קען זיך רישן אויף העווי פושבעק (ע"ע 24/6) און שטרענגע השקפה ארטיקלען אדער ליצנות אין אידישקייט און שומרים גליונות, אבער די היסטאריע בימים ההם ובזמן הזה האט געפראווט די אלע נעי סעיערס ראנג.

נ.ב. - דער שמועס האט נישט קיין שייכות מיט אדמו"ר פלוני אדער קהל אלמוני, עס איז די זעלבע זאך וואס איך האב געשריבן פאר 12 יאר צוריק אינעם דערנעבנדיגן אשכול, והמציאות הוכיחה את עצמה.
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ענדליך איינער רעדט צו די זאך
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

נו שוין האט געשריבן:
ווערדיקט: נומער 3 האט געוואונען, ספעציעל זעהט מען עס פון אסאך תגובות דא וויאזוי זיי זענען צופרידן.
להערה בעלמא: געווינען צווישן אייוועלט ניק'ס וואס האבן געוועלט (איך האב נישט גענומען קיין שטעלונג און די אנקעטע)
*
און סתם להמשך התגובות דא - קוקט אויס ווי די מיינונג פון די אייוועלט שרייבער איז א זאך וואס דארף ווערן געברענגט צו די רבנים בעפאר זיי נעמען סיי וועלכע שטעלונג בנושא היהדות...
*
איי-וועלט בתפארתה !
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

די טערמינען מחנה אלוקים און מחנה גשמים זענען געווארן אביוזט און ווערטלאז דורך אפאר קליינע מוחות פאר זייערע נארישע צודרייטע משוגעתן, דער וואס איז אויפגעקומען מיט דעם טערמין האט געמיינט גוטס. די פערדן ארום האבן עס חרוב געמאכט

מען דארף אויפקומען מיט א נייע לעבל, דאס גייט שוין נישט ארבעטן

נ. ב. איך האב נישט קיין סמארטפאון און נישט קיין טעבלעט
(--ווערטערלאז--)
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

בעסער אזוי האט געשריבן:
די טערמינען מחנה אלוקים און מחנה גשמים זענען געווארן אביוזט און ווערטלאז דורך אפאר קליינע מוחות פאר זייערע נארישע צודרייטע משוגעתן, דער וואס איז אויפגעקומען מיט דעם טערמין האט געמיינט גוטס. די פערדן ארום האבן עס חרוב געמאכט
מען דארף אויפקומען מיט א נייע לעבל, דאס גייט שוין נישט ארבעטן
נ. ב. איך האב נישט קיין סמארטפאון און נישט קיין טעבלעט
איך פארשטיי אז פונקט ווי ביי יעדע זאך איז דא ביי וועם ס'ארבעט יא - און ס'דא ביי וועם ס'ארבעט נישט
די זעלבע איז ביי די טערמינען... (מיינונג פון מיין ניק)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יער האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
יער האט געשריבן:
מ'רעדט פון ביידע.

יעדער איינער האט א דיפאלט פון פריער אפגעמאכטע מיינונג, און מ'נוצט געוויסע פאקטן וואס קענען אפילו זיין אמת צו פראוון די מיינונג. און ווער ס'ברעגט אנדערע פאקטן צו אונטערשטיצן די אנדערע מיינונג האט א אגענדע =מיינונג.
די רעדע דא איז נישט וואספארא אגענדע דער האט אדער יענער האט. די פוינט איז אז איינער עפנט א אשכול כלומר'שט בתמימות פשוט 'אויסצושמועסן א נקודה' און הערן וואס איז די מיינונג פונעם ציבור דערוועגן, ווען די אגענדע זיינע מיט דעם 'שמועס' שרייט ארויס פון יעדעס ווארט זיינע. ער איז נישט געקומען הערן דעם 'דעת הקהל', ער האט פשוט געזוכט א מהלך צו פארשפרייטן זיין אייגענע דעת אן ס'זאל ווערן געמעקט.
אה, דעיס האב איך געוואלט קלאר מאכן, אז דעיס וואס מ'שרייט דא אגענדע אגענדע איז נאר געוואנדן צו די פותח האשכול וואס - ווי דו זאגסט - האט א אגענדע אין עפעס גאר א אנדערע נושא, נישט טעכנאלאגיע. אבער די אלע מגיבים נאכדעם האבן יא א לעגיטימע מיינונג און נישט אגענדע.

קלאר?
בכלל נישט.

יעדע אייוועלט שרייבער האט א אגענדע און יעדער האט די פולע רעכט צו פארקויפן זיין אגענדע. וואס איך זאג איז אז דער פותח האט געעפנט דעם אשכול מיט א אנדערע כוונה ווי אנדערע אשכולות אין דעת הקהל ווערן געעפנט.

געווענליך ווען איינער עפנט דא א אשכול איבער א געוויסע נושא איז עס ווייל ער וויל מ'זאל אויסשמועסן די נושא, אוודאי האט ער אויך א צד דערין און ער וויל עס פארשפרייטן, אבער זיין ציל איז צו הערן דעם 'דעת הקהל' און אז מ'זאל עס אויסשמועסן.

דער אשכול איז אבער בכלל נישט געעפנט געווארן מיטן ציל צו הערן וואס דער קהל האלט, ס'איז פשוט א וועג פון ארויסגעבן א וויי געשריי אויף א געוויסע עד אונטערן שלייער פון א א.ג. אנקעטע.

און כ'ווייס נישט וואו דו האסט געזען אין מיינע ווערטער אז זיין אגענדע איז אויף עפעס א אנדערע נושא און נישט פארבונדן צו טעכנאלאגיע, איך האב אזוינס נישט געשריבן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: "סמארטפאונס זענען כמעט אויסגעראטן" - עד אין די לאקאלע שריפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

בלייב געזונט האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
פאקט איז אז אין קרית יואל איז טאקע פיין אויסגעריסן די סמארטפאונס, ס'איז א נארמאלע זאך אז א אינגערמאן מיט די ציצית אונטער די העמד דרייט זיך מיט א פליפ פאון, איך ציפ מיך די אויגן ווען איך זעה אינגעלייט מיט וועמען איך האב געלערנט אלץ בחור דרייען זיך מיט פליפ פאונס.

אין וויליאמסבורג 'באלאנגט' אז א 'נארמאלע באלבאטישע' אינגערמאן האט א סמארטפאונס, נארמאלע אינגעלייט, עבאוו עוורעדזש, מארטגעדזש בראוקער סטיל, דרייען זיך מיט סמארטפאונס אין ביהמ''ד, תורה וגדולה..

גייטס אריין אין די בתי מדרשים און זעהט די בולט'דיגע חילוק.

טשעלענדזש מיך נישט ביי די ווארט 'כמעט אויסגעריסן', ס'איז נישט כמעט אויסגעריסן, אבער ס'איז א הימלשרייענדע חילוק.
סויה דיין תירוץ איז אז סאיז ממש ווייניגער? אדער באהאלטן? (דער עד שיינט ווי סאיז אויסגעריסן משורשו)
איך ענטפער נישט קיין תירוץ, איך האב גארנישט מיט די עד.

איך קאמענטיר אויף דאס וואס איינער האט געשריבן אז מען זעהט פון די תגובות ווער זענען די קרית יואל'ער אידן.

און יא, ס'איז ווייניגער בכלל, און א בולט'דיגע חילוק אין די עפענטליכקייט.
סאיז עפעס א ספעציעלע הנאה פון געוויסע אין קרית יואל איבער די חילוקים, א "שישו מעי" סינדראם
איך וואוין נישט אין קרית יואל, איך האב נישט קיין שום אגענדע אז דארט זאל זיין בעסער.

וואס זענט איר אזוי ווילד?
ער איז ווילד ווייל ער וויל אז יעדער זאל האבן א סמארט פאון אן א פילטער. (און אז מען זאל לערנען לימודי חול 5 שעה א טאג).
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”