א דבר תורה אבער דאך א שטיקל בדיחותא...
אין פרקי אבות ווערט דערמאנט א תנא עקביא בן מהללאל, ווידער ביי די אלופי עשיו ווערט אויך דערמאנט א מהללאל, ברויך מען פארשטיין, די תנא עקביא איז א זון פון די אלופי עשיו?
כ'מיין ס'איז דאך ממש האר אויפשטעלנד, ווי קען בכלל אויפ'ן דעת קומען אזאנס?
נאר קען זיין פשט אזוי,
אין א געוויסע דארף האט געוואוינט א איד און נעבעך נישט געהאט קיינע קינדער,
די גאנצע דארף פלעגט פאר אים מתפלל זיין און געהאט גרויס מיטלייד מיט אים,
אזוי איז נעבעך אריבער פינעוו און צוואנציג יאר פון די חתונה,
ס'איז ממש געווען די צרה פון שטאט, אלץ האט מען נאר געהאפט און ארויסגעקוקט אז דער איד זאל געהאלפן ווערן,
ויהי היום נאך דרייסיג יאר איז דער איד געהאלפן געווארן מיט א מיידעלע,
די גאנצע שטאט איז געווען זייער פרייליך און ארויסגעקוקט צום גרויסן קידוש,
שבת צופרי קומט מען אין שול און מ'שפירט שוין די גערוך פון די טשולענט אין די נאז לעכער,
און אזוי ווי טיפער אריין אינעם דאווענען אלץ העכער איז דערוילעם געווארן זיך גרייטנדיג אויף דעם מאסיוון קידוש,
ביים ליינען איז שוין ממש נישט געווען צו וועם צו רעדן, יעדער האט זיך שוין ארום געדרייט ווייזנדיג אויפ'ן נאז ווי גוט די טשולנט שמעקט,
און אזוי אינמיטן זינגען ישמחו ביי מוסף קומט אריין א ערל מיט א גרינע דזשעקעט און פוצט ארויס מיטן גאנצן טאפ טשולנט,
ס'איז געווארן א בהלה און מ'לויפט ארויס,
מ'זעט דעם גוי מיטן גרינעם דזשעקעט, און מ'הייבט אים אן נאכלויפן, אזוי האט זיך געטון א געלויף, די גאנצע שטאט איז אים נאכגעלאפן און נאכגעלאפן, מענער פרויען און קינדער, אלעס איז געלאפן פאר אזא שיינע פופצן מינוט, ביז מ'האט אים פיינעלי געכאפט, און ס'הייבט אן גיין טענות ומענות גיב צוריק די טשולנט, גנב, וכו' און דער גוי מיט'ן גרינעם דזשעקעט טענה'ט חי וקיים כ'ווייס נישט וואס עטץ ווילטס פון מיר, עטץ מיינטס ס'איז נאר דא איין גוי מיט א גרינע דזשעקעט? ס'איז דא מער פון איין גוי מיט א גרינע דזשעקעט!
טייערע אידן ס'איז אויך דא מער פון איין מהללאל..