"טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

IMG_20211125_210546_974.jpg
IMG_20211125_210546_974.jpg (54.31 KiB) געזען 3640 מאל
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

Love to work האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:האב מיר עס געקויפט ביי ניגון מיוזיק פאר 35$ אויף צו שטיצן די פאמיליע (סיי די אומגלויבליך פאמיליע, און סיי האלטן געשפאנט מיין אייגענע פאמיליע)

לאמיר זיך מחזק זיין אין דעם ענין און נישט קאפירן קיין גניבות חלילה!

Is there a promo avelibel?

BFR15
15% off
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
אוועטאר
.hershy
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:36 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך .hershy »

שווערע שטופער האט געשריבן:
Love to work האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:האב מיר עס געקויפט ביי ניגון מיוזיק פאר 35$ אויף צו שטיצן די פאמיליע (סיי די אומגלויבליך פאמיליע, און סיי האלטן געשפאנט מיין אייגענע פאמיליע)

לאמיר זיך מחזק זיין אין דעם ענין און נישט קאפירן קיין גניבות חלילה!

Is there a promo avelibel?

BFR15
15% off

not working
"hate will never ever win"
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

.hershy האט געשריבן:
שווערע שטופער האט געשריבן:
Love to work האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:האב מיר עס געקויפט ביי ניגון מיוזיק פאר 35$ אויף צו שטיצן די פאמיליע (סיי די אומגלויבליך פאמיליע, און סיי האלטן געשפאנט מיין אייגענע פאמיליע)

לאמיר זיך מחזק זיין אין דעם ענין און נישט קאפירן קיין גניבות חלילה!

Is there a promo avelibel?

BFR15
15% off

not working

ניגון מיוזיק האט זייער בלעק פריידעי סעיל אין דעיס איז דער פראמא וואס זיי האבן ארויסגעלייגט
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

TAKTIK,_an_Imgloiblich_Shpiel_OFFICIAL_TRAILER

https://drive.google.com/open?id=1mKSRN ... oftUUfqdEc
בטיש בטישין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטיש בטישין »

מ'וועט קענען רענטן די פילם פאר א וואך?
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

בטיש בטישין האט געשריבן:מ'וועט קענען רענטן די פילם פאר א וואך?

לכאורה פון פסח און ווייטער וועט מען קענען, אזוי איז געווען ביי די פאריגע
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

געקויפט די DVD זיי שרייבן אז עס גייט ארבעטען אויף אלע פלעיערס, אבער סאמהאו ביי מיר ארבעט עס נישט, איך בין דיסעפוינטעט.

איך ניץ אזא Cd DVD אדאפטער.
לעצט פארראכטן דורך פוילער אום זונטאג נאוועמבער 28, 2021 8:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

פוילער האט געשריבן:געקויפט די DVD זיי שרייבן אז עס גייט ארבעטען אויף אלע פלעיערס, אבער סאמהאו ביי מיר ארבעט עס נישט, איך בין דיסעפוינטעט.

ביי מיר אויך נישט
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

איינער קען ארויסהעלפן? ווי איז קנאפער?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

ארבעט שוין, דארפסט קליקען אויף די ווארט שפיל.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פוילער האט געשריבן:איינער קען ארויסהעלפן? ווי איז קנאפער?

דא...

ב"ה שוין מסודר.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

ווער ס'קען מיר ביטע שיקן אין אישי די פלעי אויף אן mp4 פייל
איך האב געקויפט די דיסק נאר מיין דעווייס קען נישט שפילן קיין dvd player (אויב איר ווילט א רעסיט האב איך)
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

יענץ פויגל האט געשריבן:ווער ס'קען מיר ביטע שיקן אין אישי די פלעי אויף אן mp4 פייל
איך האב געקויפט די דיסק נאר מיין דעווייס קען נישט שפילן קיין dvd player (אויב איר ווילט א רעסיט האב איך)

קענסט עס קאנווערטן
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

גארגארפיק האט געשריבן:
יענץ פויגל האט געשריבן:ווער ס'קען מיר ביטע שיקן אין אישי די פלעי אויף אן mp4 פייל
איך האב געקויפט די דיסק נאר מיין דעווייס קען נישט שפילן קיין dvd player (אויב איר ווילט א רעסיט האב איך)

קענסט עס קאנווערטן

איך קען נישט דעי זאכן
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

יענץ פויגל האט געשריבן:ווער ס'קען מיר ביטע שיקן אין אישי די פלעי אויף אן mp4 פייל
איך האב געקויפט די דיסק נאר מיין דעווייס קען נישט שפילן קיין dvd player (אויב איר ווילט א רעסיט האב איך)

send a email to

[email protected]
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

yid האט געשריבן:

ס'איז נישט זייער שילד ס'איז מיינס
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

שווערע שטופער האט געשריבן:
Love to work האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:האב מיר עס געקויפט ביי ניגון מיוזיק פאר 35$ אויף צו שטיצן די פאמיליע (סיי די אומגלויבליך פאמיליע, און סיי האלטן געשפאנט מיין אייגענע פאמיליע)

לאמיר זיך מחזק זיין אין דעם ענין און נישט קאפירן קיין גניבות חלילה!

Is there a promo avelibel?

BFR15
15% off

ווען איך באשטעל עס ביי זיי קען איך עס גראד זעהן אדער זיי גייען מיך דעליווערן א דיסק?
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:

דעליווערן

יענץ פויגל האט געשריבן:

ווי לאנג דארף עס נעמען ביז ס’קימט אן?

ווייסיך נישט
גראמען ליבהאבער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 8:55 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמען ליבהאבער »

גארגארפיק האט געשריבן:
יענץ פויגל האט געשריבן:ווער ס'קען מיר ביטע שיקן אין אישי די פלעי אויף אן mp4 פייל
איך האב געקויפט די דיסק נאר מיין דעווייס קען נישט שפילן קיין dvd player (אויב איר ווילט א רעסיט האב איך)

קענסט עס קאנווערטן

ווי אזוי קאנווערט איך עס ?
גראמען ליבהאבער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 8:55 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמען ליבהאבער »

יענץ פויגל האט געשריבן:
yid האט געשריבן:
יענץ פויגל האט געשריבן:ווער ס'קען מיר ביטע שיקן אין אישי די פלעי אויף אן mp4 פייל
איך האב געקויפט די דיסק נאר מיין דעווייס קען נישט שפילן קיין dvd player (אויב איר ווילט א רעסיט האב איך)

send a email to

[email protected]

ס'איז נישט זייער שילד ס'איז מיינס

האסט זיי געשיקט א אמעיל ? אויב יא האבען זיי דיך עס געשיקט און א mp4 format ?
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: "טאקטיק" שפיל - סוכות תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

גראמען ליבהאבער האט געשריבן:
יענץ פויגל האט געשריבן:
yid האט געשריבן:
יענץ פויגל האט געשריבן:ווער ס'קען מיר ביטע שיקן אין אישי די פלעי אויף אן mp4 פייל
איך האב געקויפט די דיסק נאר מיין דעווייס קען נישט שפילן קיין dvd player (אויב איר ווילט א רעסיט האב איך)

send a email to

[email protected]

ס'איז נישט זייער שילד ס'איז מיינס

האסט זיי געשיקט א אמעיל ? אויב יא האבען זיי דיך עס געשיקט און א mp4 format ?

כ'האב פראבירט, גארנישט באקומען קיין ריספאנס,
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

מיין אנאליז אויפן שפיל

דיסקלעימער: איך האלט פארן זעהן די קאמענטארן און קען זיין געוויסע זאכן וואס איך גיי שרייבן רעדן זיי דערוועגן ביי די קאמענטארן.

ראשית כל איז עס אומגלויבלעך במלאו מובן המילה וואס די חברה האבן דא אהערגעשטעלט כאטש אונטער די שווערע אומשטענדן, עס לאזט זיך נישט גלייבן אז אונטער אזא קורצע צייט האבן זיי אהערגעשטעלט אזא הערליכע פרודוקשן.

און יעצט צום שפיל:
די הויכפונקט און שטערקסטע חלק פונעם שפיל איז זיכער די מעשה, אן אמת'ער חידוש פון א מעשה וואס איז לכאורה נאכנישט געווען ביי קיין שום היימישע שפיל, א מעשה מיט א פעסטע פלאט, ממש געשריבן וואו אן עכטער נאוועל, און ווי מער דו מיינסט אז דו האסט עס ארויס האסטו עס ווייט ארויס, אזויפיל טוויסט׳ס און ספינ׳ס אז עס איז א נחת ביז די סאמע ענדע ביים אטעם באמבע אנטפלעקונג. ספעציעל איז די סטייל מעשה זייער נישט טיפיקע׳ל און זייער דיפערענ׳ט פאר א שפיל.

די צווייטע שטארקייט פון דעם שפיל וואס איז אין א געוויסע זון א שטערקערע חידוש ווי די מעשה, איז די עקטינג, און איך מיין נישט די פאקט אז געוויסע האבן גאר גוט גע׳עקט ווייל דאס איז דא ביי יעדער שפיל. איך רעד פון דעם פאקט אז אלע וואס זענען געווען אויף סטעידזש, פונעם גרעסטן ביזן קלענסטן, האבן געטוען אן אנבעליוועבעל דזשאב מיטן עקטן, מיטן זיין אין כאראקטער, און זאגן די ליינס קלאר און שטארק. און דאס איז א חידוש וואס איז נאכנישט געווען, איך קען נישט דערליידן די שפילן וואו מען שיקט ארויף עפעס א שמויגער און מען טראכט אקעי ער זאגט עניוועי נאר צוויי ליינס לאמיר עס געבן פאר סיי ווער און איהם נישט דירעקטן, אבער ניין דא האט יעדער גאזאגט גוט אפילו זיינע צוויי ליינס. נעם למשל דער לויער, ער האט טאקע א קליינע פארט אבער ער מאכט דאס אייזן גוט. אזוי אויך אלע קינדער אויפן סטעידזש, ספעציעל פרץ׳ס זון, טוט אן אייזערנער ארבייט.

און יעצט צו געוויסע ספעציפישע עקטערס, פארשטייט זיך קודם ארי, ער טוט א מוראדיגע ארבייט ספעציעל וואו ער לייגט זיך אראפ אלס אן עכטער שווערע פערסענאלעטי אנגעבלאזן און בארעגט.
חיים ברוין טוט א סופער דופער דזשאב, נישט נארמאל. גראדע האב איך אין א געוויסע זון קודם נישט געגליכן חיים מיט זיין צינישער עקט, עס האט אויסגעקוקט אביסל פאלטש אבער ביים ענדע פונעם שפיל וואו ער אנפלעקט זיינע מאטיווען און אז אלעס איז געווען אינטערגעשטעלט און דאן עקט ער נארמאל, איז זיין צינישער עקט באגריסענד און ווייזט נאר אויף די גאונות דערפון (איך האף איך בין קלאר וואס איך מיין מיט דעם) און פארשטייט זיך די ניגון אינעם אנשטאלט איז עפעס אויט אף דיס ווארלד.
פון די אנדערע זייט, זיין זיך נאריש מאכן אינעם אנשטאלט מיין איך וואלט געקענט זיין אביסל בעסער און קלינער, און נישט סתם עקטן וואו א טאטאלער משוגענער, אבער איך פארשטיי פון וואו ער קומט.
גאר א גרויסער חידוש איז דער גרויסער ישי, עס איז שווער צו זאגן ווייל איך האב איהם נאכנישט געזען אויף אן אנדערע פארט און עס קען גאר זיין אז ער איז נאטירלעך אזוי, אבער דער לייגט אראפ אן אנבעליוועבעל דזשאב, זיין תמימות, פארלוירענקייט, און וויאזוי ער וויל בלייבן דארט איז ריזיג.
חיים אייזיקסאן טוט אויך א גוטן ארבייט און עס איז דערפרישנד איהם צו זעהן מיט דער סטייל כאראקטער.
נאכדעם האב איך זייער געגליכן דער נייער אקטיאר פעדער (הויפט פאלעציי), איך מיין ער איז אן עי פלאס עקטער באמת שטארק און גוט ער האט א ריזיגע פיוטשער. ״וועלכע בריוו?״…. פאר דעם ליין אליין וויאזוי ער זאגט עס האט זיך אלעס געלוינט.
לגבי דעם דוקטער, איך האב געזען אסאך האבן געשריבן דא ווי גוט ער איז, איך פערזענלעך בין נישט משוגא געווארן פאר איהם, ער האט אין זיך מעלות וואו א שטארקע שטומע און א קלארע חיתוך הדיבור אבער איך גיי נישט פאר זיין עקט עס פעלט עפעס זאפט און נאטירליכקייט צו איהם. (אדער אפשר איז ער צו נאטירלעך…)

די פראפס, סינעריס, און פרודוקשן איז נישט געווען עפעס מוראדיג און איז גאנץ שוואך. אבער דאס מאכט גאנץ ווייניג אויס ווי לאנג די מעשה און די עקט זענען גוטע (און איך גלייב אז די פאקט אז עס איז געווען די לעצטע מינוט און אין אן אנדערע פלאץ האט געשטערט פון די פראפס סינעריס און פרודוקשן)

עפיק חידושים און קריעטיוועטי: וואו שוין באשרייבן באריכות אין מיין אנאליז אויף סאבאטאזש, צייכנט זיך עפיק אויס מיט קליינע קריעטיוו זאכן ביים שפיל וואס געבט צו מוראדיג שטארק צום שפיל. די פאלגענדע זענען געוויסע אזאנע ביישפילן:
נאכן פארכאפן דאס קינד לויפט דאס קינד ארויס פונעם באקס און לויפט אוועק פונעם פארברעכער סתם צוצעלייגן דראמא.
ווען דער פאלעציי הויפט ווייזט דער פארברעכער פאר אביגדור זאגט ער קודם ווער דער שנארער …. דו פארברעכער!!!!!, אזוי מסיח לפי תומו האט ער צוזאמגעשטעלט אז דער שפיל אין מארק פונעם שנארער איז געווען א חלק פונעם פארכאפונג.
די בילד פון אביגדור אפן וואנט ביים שלושים
ארי: העמיר זיך טרעפן אין צוואנציג מינוט… (אינטערמישן, אזוי שטעל איך זיך פאר)
און וואלד וואו דער קינד וויל אנטלויפן אבער אטא רעד צו זיך אליין ווי שעדליך דער וואלד איז, דער קינד בעקט שטייטעלעך צירוק … אטא: וואויל קינד
ווען דער דוקטער קומט אן לויפט ישי צו אטא ״ראטעווע מיך״, ער לויפט צו זיין פארכאפער, סטאקעלהוים סינדראוים
אביגדור וואקט אדורך ביים ניגון פונעם קינד אינעם אנשטאלט
דער גאנצער געדאנק פונעם שומר ביים אנשטאלט מיטן טיר אז עס איז דארט אפילו ווען מען זעהט אינווייניג פונעם אנשטאלט
אביגדור רעדט צום קאפעל ווי ער רעד ווען צו ישי

די אנשטאלט: א חידוש פון א סצענע און גוט געמאכט. ליידער איז די מציאות אז אסאך פון די אנשטאלטן אין היסטאריע האבן זיך זייער נישט שיין באנומען צו די פאציענטן עיין ערך ווילאויברו׳ק. ספעציעל זייער זייער הנאה געהאט וואו זיי ברענגען ארויס און מאכן אוועק די מענטל העלט סטיגמע, אז עס איז גארנישט אנדערש וואו איינער מיט א צובראכענער פיס און זיי זענען נארמאלע מענטשן מיט געפילן. איך וואלט גראדע יא געקענט באשטיין אז זיי זאלן טוען און ניצן מער ריכטיגע טערעפי מהלכים דארט, אפילו אין שפראך איז דא אזויפיל וואס זיי וואלטן געקענט ניצן, געוויסע טערמינען וכדומה, אבער איי געיס עס אינטערסירט נישט יעדעם איינעם (גראדע ניצן זיי יא א טיי׳ם אוי׳ט רום).

אויך האב איך זייער הנאה געהאט פונעם ערליכקייט פונעם שפיל זייער אן איידעלער מעשה און אסאך אידישע ערליכע ליינס, א שטייגער ווי, אביגדור ביים פארלירן ישי: א אידיש קינד גייט נישט אין ערגעץ אן א קאפל
פרץ ביים מוסר שמועס צו אטא: דאס אידיש לעבן איז אזוי שיין… די נשמה לעבט אויף…
און נאך.

מיין ״קונסטרוקטיוו״ קריטיק

קודם האב איך באמערקט עפעס וואס עס קען זיין אין א געוויסע זון איז עס א מעלה אבער למעשה וואלט איך געגליכן ווען עס וואלט נישט געווען אזוי. דער סקריפט איז געשריבן אזוי אז עס כמעט נישט קיין שום איבריגע ליין וואס איז נישט נוגע פאר די מעשה, געווענדליך זיכט מען אנצופילן א סקריפט מיט סתם זייטיגע שמועסן וכדומה עס צי געבן אביסל קאליר, אוודאי מוז עס זיין אינטערעסאנט און א חלק פונעם ערע וכדומה, אבער דא מיין איך איז כמעט נישטא קיין שום איבריגע ליין. נאכאמאל איך בין אליין מסופק און איך קען עס הערן אלס א מעלה אבער למעשה וואלט עס געמאכט די זאך אביסל קאלירפול.

די עפענונג פון א שפיל איז געווענדלעך עפעס א שיינע רייכע שטארקע זאך אריינצוברענגען דעם עולם אין די גוסטע, אבער דא האט עס שטארק געפעלט און די עפענונג איז זייער פשוט נאכדערצו ווען די סטעידזש פאר זיך ווי פראפס און סינעריס איז געווען גאנץ שוואך ביים ערשטן סצענע.

די סאמי ענדע וואו מען שיקט אטא אינעם אנשטאלט איז זייער קארני מיין איך, און מאכט נישט עכט קיין סענס, א פארברעכער גייט אין תפיסה און נישט און אן אנשטאלט.

ווארט נאר ווארט - דער געדאנק פון האבן א ליין וואס ווערט כסדר געניצט דורכאויס א שפיל איז נישט קיין שלעכטער, אבער דער ליין מוז זיין שטארק און חידוש׳לעך עפעס וואס בלייבט סטאק אונעם מח פונעם צוקוקער א שטייגער ווי ״וואו מיינסטו גייסטו הא?!״ אבער דא איז עס געווען אבי א ווארט.

עדווערטייזמענטס: עס איז קיינמאל כדי אריינצוברענגען אן עד אינמיטן א סצענע און טאקע רוב עדס האבן זיי געהאט די עדווערטייזמענטס אינעם אינדרויסן סצענע, אבער פארוואס האט אויסגעפעלט צו דערמאנען נאכאמאל מלכות אינעם סחורה פאבריק אויב מען האט עס שוין דערמאנט אינעם אינדרויסן סצענע?

נאך געציילטע הערות וואס דארף א ביאור:
מארי פארעלטערט זיך נישט קיין טראפ נאך די אכצן יאר, הלמאי?
פרץ איז דער אינגערער ברודער (געווען זעקס יאר ביים פארכאפונג) אבער למעשה קוקט ער אויס זאך עלטער ווי דער עכטער ישי, און אסאך עלטער וואו איינער וואס איז נאר 24 יאר, וואו אויך האט ער שוין א זון וואס קוקט אויס וואו אכט ניין יאר.
לויטן חשבון וואלט ישי געדארפט זיין אין די מיטעלע אדער הויכע צוואנצעגערס ביים טאטענ׳ס פטירה, איז וויאזוי רוקט זיך אן א ישי מיט א שטיקל ווייסער בארד, וויאזוי האט ער געמיינט מ׳גייט איהם גלייבן?
אויף די פאלעציי קאסטעיום איז מיין איך דא א שתי וערב אין די בעק
ביים אנשטאלט, אויב זיצט ישי שטענדיג ביים פענסטער, דאן פארוואס אינעווייניג זעהט מען נישט וואו ער זיצט ביי יענע פלאץ וואס וואלט געווען דעם פענסטער?
פארוואס זאגט סאלים פאר ישי נאכן איהם ארויס נעמען פונעם איינשטאלט דארט ביים שטיין אז ער נעמט איהם נישט צו זיין משפחה?

לסיום קומט זיך א גרויסן דאנק פאר די פירער פונעם שפיל עס איז געווען א הערליכע הערליכע שפיל פול מיט חידושים טאלאנט און קריעטיוועטי. השם יעזור להלאה זיי זאלן קענען משמח זיין אידישע קינדער אויף אן אויסגעהאלטענע וועג.
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”