עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלטעפעטער »

.
לעצט פארראכטן דורך עלטעפעטער אום מיטוואך יוני 29, 2022 12:59 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגן מיין מיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

אז מען זאל מעקן דעם אשכול. ברענגט נישט קיין שום תועלת.
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

זיי ווילן וויסן וואס דער עולם דא זאגט?
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.
כאפט דעם פערי פון גערי ביז בערי...
אוועטאר
piano fan
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:48 pm

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך piano fan »

קענסט לכאורה נאך נישט אפמאכן יעצט ווען פעלזן האט קוים אנגעהויבן, און הענדל מאכט שוין א שיינע פאר יאר
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

פארשער האט געשריבן:אז מען זאל מעקן דעם אשכול. ברענגט נישט קיין שום תועלת.
געשטימט פאר ראשעק הול
שטיין ביין
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 4:25 pm

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין ביין »

piano fan האט געשריבן:קענסט לכאורה נאך נישט אפמאכן יעצט ווען פעלזן האט קוים אנגעהויבן, און הענדל מאכט שוין א שיינע פאר יאר

דאס איז וואס @עלטערפעטער זאגט אז ער האט שוין אויסגעהערט פעלזן און ער גלייכט מער ברייער!!!!
דו דארפט טון וואס פאר דיר געפעלט. וועסטו געוועלטיגן אויף דער וועלט....
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

איך גלייך זייער צו הערן ידידי ר' העינדל,

זיין געשמאקער קול, פארשטאנד, קלארקייט, אויסגערעכנטע פראגעס וכו', באנעמט מיר.

עס קען אבער אויך זיין נאך סיבות דערפאר, ווי "מענטשן גלייכן נישט די קול פון זייער אייגענע שטימע"...

עס איז אויך באקאנט אז מ'ווערט צוגעוואוינט צו איינעם, איז שווער צו הערן א צווייטן טאן די זעלבע זאך.

הערות בין איך שטענדיג גרייט צו הערן פון סיי וועם, סיי ברבים און אויך פריוואט.

מיט דאנק.

רעדנדיג פון ידידי ר' הענדל, איז גוט צו וויסן אז מיר זענען נישט קיין קאמפעטישאן.

אויסער וואס ער איז צו קרעדיטירן/שולדיג אז איך בין אויף קול מבשר, העלפן מיר זיך ארויס איינער דעם צווייטן, און אפט וועלן מיר האבן אן אינטערוויוא וואס דער צווייטער האט געשיקט צו מיר/אים.
לאמיר רעדן תכלית!
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

יואל פעלזן האט געשריבן:.



שכח פאר די קוראזש פארן קימען פרזענליך שרייבן אין אזא אשכול, און זיך נישט באהאלטן אינטער א ניק.

איז אזוי, איך גיי ניסלעך פאר הענדל, אין איך האב ליהב אייך צי הערן בכלליות, אבער למען האמת ביי די דאזיגע אפטיילונג האבעך שוין צוויי מאל פארלאשן אייערס א אינטערוויו אינמיטן הערן.

אפאר עצות פון מיין ארעמע קוק ווינקל,
א) קיינמאל, קיינמאל, און נאכאמאל קיינמאל, זאלט איר נישט איבערהאקן דעם ענטפערער. ספארדרייט יענעם, ווי אויך מאכט עס שטארק נערוועז דע ציהערער. יעדע הגה קען ווארטן צוויי מינוט!

ב) די פראגעס זענען וואס מאכט די אינטערוויו געלונגען. סמיז ווערן אנגעגרייט, דורכגעזיפט, אויסגעשטעלט ארויסציברענגען אונטערעסאנטע ענטפערס פינעם ענטפערער, אומבאוויסטע פאקטן וכו׳

ג) ביטע נעמט עס נישט פרזענליך, אבער קיינער קימט אויפן ליין פאר א ביזנעס שמיעס פון צוויי ביזנעסלייט. מקימט זיך צי באקענען מיטן סאבדזשעקט. סאיז א אינטערוויו, נישט קיין אנאליז. ספעלט נישט אויס צי הערן שטענדיג ׳אייער עקספיריענס׳, דער ענטפערער דארף אפילו נישט הערן שטענדיג ווי ריכטיג אין גיט ער ענטפערט. פרעגט די ריכטיגע פראגעס, לאז יענעם קימען און בלייבן ביים ווארט, און לאז דער ציהערער מאכן די דיסיזשן אויב יענער רעדט צים זאך.

הערט אויס רב הענדל׳ס אינטערוויו מיט העריטעדזש סילווער. דער טוט דאס אזוי מעסטערפול, ער ווייסט זיין פאזיציע אלס מקשן, און האלט זיך דערצו מיט א עקשנות, אפילו ווען די שמיעס קימט אן צו קרובי משפחתו לאזט ער דעם ענטפערער פירן די שמיעס.
ולאידך גיסא אייער אינטערוויו מיט רב סעגעדין פון דרופעל, במחילת כבודך, סהערט זיך נישט ווי א אינטערוויו, נאר ווי א ביזנעס שמיעס צווישן צוויי מארקעטינג עקספערטס, קוים וואס ער קען קימען צום ווארט אן ווערן איבערגעהאקט, כהאב נישט געשפירט נאכן אינטערוויו אז כהאב מיך באקענט מיטן סובדזשעקט דא.

4) הומיליטי איז כלל נומער איינס. איר מיזט נישט קענען יענעמס פעלד, איר מיזט נישט האבן א מיינונג בכלל אויף יענעמס אינדערסטרי. אייער ציהל ברויכט זיין צי ווערן קליגער, באלערנד ווען יענער ענטפערט. איר ברויכט האבן די נייגיר צי יענעמס תשובות, כאטשיג די זעלבע נייגער וואס איר ווילט די ציהערער זאלן האבן.

5) פרעגן פראגעס צו פארשטיין בעסער דעם ענטפערער, נישט דווקא פראפעשנעלי, נאר זיין פרזענליכקייט, זיינע רצונות, זיין עבר וכו׳ מאכט דעם שמיעס אסאך אינטערעסאנטער, ווי ווען סאיז נאר א ביזנעס שמיעס באשר הוא שם. נאכאמאל, דאס ווערט אויך מעסטערפולי געטאן אויפן העריטעדזש אינטערוויו. חוץ זיך באקענען מיט זילבער, באקען איך זיך מיטן מענטש.


ביטע נישט נעמען פרזענליך, אויב יא לאזט מיר וויסן, און כמעק דאס אויס. כמיין באמת די תועלת דערפון.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

@כלל וכלל, די שוועריקייט איז, צו האבן דעם באלאנס פון האלטן א געשמאקן און לייכטן אטמאספערע, און דאך זיך האלטן טרוקן צו די פרטים. כ'קען פארשטיין אז ס'זאל זיין אומאנגענעם צו פירן א שמועס מיט א מענטש מיט בלויז שאלה תשובה. א פראגע און א תירוץ. ס'ווערט מאנאטאניש, און ס'פארלירט די געשמאק.

די ענטפער איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט (ונהנתי), "נייגער". און מיט דעם די נאטורליכע רעאקציע צום תירוץ. ס'שווער עס צו טוען ווען מ'קען באמת די נושא. אבער ס'איז וויכטיג. מ'דארף זיך אריינשטעלן אין די פיס פון עמיצן וואס איז ממש אומבאהאווענט, און אויסטערליש אינטערעסירט צו געוואר ווערן.. און כאטש טאקע מ'טוט בעצם א דזשורנאליסטישע ארבעט, דארף מען זיך אריינלייגן אין די שיך פון די עמך איד..

איך וואלט געזאגט, אז די פראגעס דארפן נישט זיין דאס "וואס דער עולם גייט ווילן הערן", ס'דארף זיין וואס דער שואל וואלט געוואלט וויסן ווען ער ווייסט ווען נישט גארנישט... ס'איז נישט לייכט צו טוען. ס'איז א קונץ. אבער ס'איז וויכטיג.

נעם למשל פנחס גלויבער, און איך מיין נישט די קאמפעריסאן.. יעדער האט זיך זיינע מעלות.. און אין פאקט גלייך איך ר' יואל'ס ארבעט, סיי זיינע שמועסן, און סיי זיינע אינטערוויאען, נאר סתם פאר די געדאנק שבו, ווען פנחס גלויבער מאכט אן אינטערוויאו, קען איך זיך ברעכן קאפ צו כאפן, צי ער ווייסט באמת גארנישט וואס טוט זיך, און דער אינטערוויאי לערנט אים ממש אלעס אויס.. אדער ער שפילט נאר אזוי… למשל, ער האט לעצטנס געהאט זיין אינטערוויאו מיט ארק מארטגעדזש.. כ'בין (כמעט) זיכער אז ער האט געוויסט גענוי אלע תשובות… אבער פונעם אינטערוויאו האסטו דאס נישט געקענט וויסן… ס'האט ממש געסאונד ווי איינער איז פשוט אומוויסנד, און שלינגט מיט דורשט די תשובות… און ער דארף ריפרעהזן יעדע געדאנק, צו זיכער מאכן אז ער האט עס ארויס…

---
און א קאמפלימענט דארף איך אויך זאגן פאר ר' יואל'ן פארן ארויסקומען אין פובליק.. ס'איז פשוט גוט פון א מארקעטינג שטאנדפונקט.. ווען איך גיי קומענדיגע מאל קוועטשען א קנעפל אויף קול מבשר, און הערן די שטימע פון ר' יואל.. גייט אין בעק אויף מיין מיינד ארויפקומען אזא נוסח.. "אה.. ער איז דאך א היימישער.. איך קען מיך מיט אים פון אייוועלט... לאמיר הערן.."
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6209
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

יואל פעלזן האט געשריבן:

דאס איז גוט! כה לחי
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

ממוצע האט געשריבן:ווען איך גיי קומענדיגע מאל קוועטשען א קנעפל אויף קול מבשר, און הערן די שטימע פון ר' יואל.. גייט אין בעק אויף מיין מיינד ארויפקומען אזא נוסח.. "אה.. ער איז דאך א היימישער.. איך קען מיך מיט אים פון אייוועלט... לאמיר הערן.."
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

ממוצע האט געשריבן:@כלל וכלל, די שוועריקייט איז, צו האבן דעם באלאנס פון האלטן א געשמאקן און לייכטן אטמאספערע, און דאך זיך האלטן טרוקן צו די פרטים. כ'קען פארשטיין אז ס'זאל זיין אומאנגענעם צו פירן א שמועס מיט א מענטש מיט בלויז שאלה תשובה. א פראגע און א תירוץ. ס'ווערט מאנאטאניש, און ס'פארלירט די געשמאק.

די ענטפער איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט (ונהנתי), "נייגער". און מיט דעם די נאטורליכע רעאקציע צום תירוץ. ס'שווער עס צו טוען ווען מ'קען באמת די נושא. אבער ס'איז וויכטיג. מ'דארף זיך אריינשטעלן אין די פיס פון עמיצן וואס איז ממש אומבאהאווענט, און אויסטערליש אינטערעסירט צו געוואר ווערן.. און כאטש טאקע מ'טוט בעצם א דזשורנאליסטישע ארבעט, דארף מען זיך אריינלייגן אין די שיך פון די עמך איד..

איך וואלט געזאגט, אז די פראגעס דארפן נישט זיין דאס "וואס דער עולם גייט ווילן הערן", ס'דארף זיין וואס דער שואל וואלט געוואלט וויסן ווען ער ווייסט ווען נישט גארנישט... ס'איז נישט לייכט צו טוען. ס'איז א קונץ. אבער ס'איז וויכטיג.

נעם למשל פנחס גלויבער, און איך מיין נישט די קאמפעריסאן.. יעדער האט זיך זיינע מעלות.. און אין פאקט גלייך איך ר' יואל'ס ארבעט, סיי זיינע שמועסן, און סיי זיינע אינטערוויאען, נאר סתם פאר די געדאנק שבו, ווען פנחס גלויבער מאכט אן אינטערוויאו, קען איך זיך ברעכן קאפ צו כאפן, צי ער ווייסט באמת גארנישט וואס טוט זיך, און דער אינטערוויאי לערנט אים ממש אלעס אויס.. אדער ער שפילט נאר אזוי… למשל, ער האט לעצטנס געהאט זיין אינטערוויאו מיט ארק מארטגעדזש.. כ'בין (כמעט) זיכער אז ער האט געוויסט גענוי אלע תשובות… אבער פונעם אינטערוויאו האסטו דאס נישט געקענט וויסן… ס'האט ממש געסאונד ווי איינער איז פשוט אומוויסנד, און שלינגט מיט דורשט די תשובות… און ער דארף ריפרעהזן יעדע געדאנק, צו זיכער מאכן אז ער האט עס ארויס…

---
און א קאמפלימענט דארף איך אויך זאגן פאר ר' יואל'ן פארן ארויסקומען אין פובליק.. ס'איז פשוט גוט פון א מארקעטינג שטאנדפונקט.. ווען איך גיי קומענדיגע מאל קוועטשען א קנעפל אויף קול מבשר, און הערן די שטימע פון ר' יואל.. גייט אין בעק אויף מיין מיינד ארויפקומען אזא נוסח.. "אה.. ער איז דאך א היימישער.. איך קען מיך מיט אים פון אייוועלט... לאמיר הערן.."



כ׳עגרי מיט יעדע ׳כמעט׳ יעדע ווארט..

וואס איך עגרי נישט איז אז ׳איבער פרעגן, כדי זיכער צו מאכן אז מהאט גיט פארשטאנאנען׳ איז אלס א מעלה.

מיר פרזענליך מאכט עס היפש נערוועז, און סמאכט פארלירן די פליסיקייט פון א שמיעס. ביי די גלויבער/ מרדכי קליין קנעפל הערט מען עס אפט, און כגלייך עס נישט.. אמאל אמאל ווען מוויל באמת זיכער מאכן, מילא.. אבער אלס א סטראטעגיע? כוואלט עס נישט געראטן..
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

כלל וכלל האט געשריבן:

כ׳עגרי מיט יעדע ׳כמעט׳ יעדע ווארט..

וואס איך עגרי נישט איז אז ׳איבער פרעגן, כדי זיכער צו מאכן אז מהאט גיט פארשטאנאנען׳ איז אלס א מעלה.

מיר פרזענליך מאכט עס היפש נערוועז, און סמאכט פארלירן די פליסיקייט פון א שמיעס. ביי די גלויבער/ מרדכי קליין קנעפל הערט מען עס אפט, און כגלייך עס נישט.. אמאל אמאל ווען מוויל באמת זיכער מאכן, מילא.. אבער אלס א סטראטעגיע? כוואלט עס נישט געראטן..

איך בין מסכים... ס'שטערט מיר אויך... איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען דער געדאנק פון זיך אריינשטעלן אינעם פיס פון דער וואס ווייסט נישט, און וויל וויסן...

דא ווערט עס שוין נאכמער קאמפליצירט, ווען מ'זאל טראכטן אז ס'איז מעגליך נישט גענוג קלאר פארן צוהערער.. און ווען מ'זאל טראכטן אז דער עולם פארשטייט שוין יא.. זינט דער אינטערוויוער פארשטייט דאך זיכער...
איד_איד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:05 am

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד_איד »

שטארק געגליכען הענדל ווייל צו אים האמיר זיך צוגעוואוינט אנפאנג, ווען רבי יואל איז אריין האמיר אים נישט געגליכען ווייל ער איז געגאנגען פון הענדל וואס איז מער א סמוט שמועסער צו מער א וואלגארישע שפראך פון ר׳ יואל, נישט עכט וואלגאריש אבער מער א חברים בית מדרש שפראך.

דעם פסח האבען זיך זאכען געטוישט, הענדל האט אינטערוויוט די צעטלעך מאכערס און ״אין מיין אפיניען״ געפרעגט גוטע פראגעס אבער טייל פראגעס זענען געקומען אין א היבש ביטולדיגע וועג, קען זיין איך בין ראונג אבער דאס איז די בילד וואס איך האב באקומען, בין איך אריבער אויסהערן ר׳ יואלען, הגם אין פאליטיק דיסעגרי איך מיט אים איין מיליאן פראצענט און אויף יענע נושאים קען איך אים נאך עד היום נישט אויסהערן אבער אין ביזנעס איז ער זייער געשמאק און איך האב הנאה, רעספעקטיר די מענטשען וואס קומען שוין יא ארויף.

ביידע זענען גוט און געשמאק איך שעיר טיטבידס פון וואס איך קלאר.
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

piano fan האט געשריבן:קענסט לכאורה נאך נישט אפמאכן יעצט ווען פעלזן האט קוים אנגעהויבן, און הענדל מאכט שוין א שיינע פאר יאר

ריכטיגע נקודה.

העינדל איז אן עקספיריענסד אינטערוויואירער! א מומחה אין זיין פאך.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

כ'וויל זיך באדאנקען פאר אלע הערות ותגובות.

די געדאנקען פון די צוהערער איז ביי מיר הייליג און טייער, און דעריבער איז כמעט יעדער פראגראם דא א נאמבער צו לאזן מעסעדזשעס, וואס כ'פרוביר זיי אלע אויסצוהערן.

נישט מיט אלע וועל איך מסכים זיין, אבער וואס איז זיכער און קלאר איז אז אויסהערן איז די וויכטיגסטע ביי אן אינטערוויוא, ווייל ווי געשמועסט, וויל מען הערן יענעם, און נישט דווקא מיר.

היינט, א' קרח צופרי, האב איך געמאכט א שמועס אויף "זיבן מינוט מיט יואליש" און דער נושא איז טאקע געווען איבער "הערן", אז ווען מ'הערט, ווערט מען קלוג, אבער נישט ווען מ'רעדט וכו'. עיין שם (וועט האפנטליך ארויפגיין מארגן).

איין וויכטיגע נקודה מוז איך אבער צולייגן, און דאכט זיך אז כ'האב עס שוין דא דערמאנט, ס'דא וואס קומען ארויף און זענען גרייט צו רעדן און זיך לאזן הערן, אבער זיי ווילן דווקא א שמועס סטייל, און זיי פארלאנגען עס, טראץ וואס כ'זאג זיי קלאר אז, מיר קען מען הערן אויף אנדערע קנעפלעך.

אזוי אויך זענען דא, וואס גלייכן מער דער סארט אויסשטעל, ווען ס'איז א שמועס צווישן צוויי מענטשן, און אזוי ווערן זאכן אויסגעקלארט אויף א צווייטער סארט אופן.

איך זעלבסט בין טאקע ביי דער מיינונג, ווי דערמאנט פריער, יענעם צו לאזן רעדן, דערציילן, אויסשמוסן, און צולייגן אויף טעלערלעך, זיין מהות, היסטאריע, מיינונג און עקספיריענס אין די נושאים וואס ווערן אויסגעשמועסט.

נאכאמאל, א דאנק פארן לאזן הערן אייערע מיינונגען, און איך בעט אז מ'זאל עס קלאר ארויסזאגן, און זארגט נישט אז כ'נעם עס פערזענליך (וואטעווער דעט מיענס) ווייל נאר אזוי קען מען זיך לערנען.
לאמיר רעדן תכלית!
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: עקספיריענס & סוקסעס: ברייער vs. פעלזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

WOW
איך גיי משוגה פון די אפענקייט פון ר' יואל ממש א מחיה צו זעהן אז עס איז נאך דא מענטשן וואס זענען דא צו נעמען אין זיך לערנען
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”