ביזנעסלעפל - נייע וועכנטליכע ביזנעס אויסגאבע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע: איין מינוט שפעט

Re: ביזנעסלעפל - נייע וועכנטליכע ביזנעס אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשלעפטער »

יצחק טובי' האט געשריבן:
פארשלעפטער האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:אוצר החכמה האט דאס שוין אנגעהויבן, זיי רופן עס נאר ספרים...

זיי האבן אויך די "ספרים" פון יאיר וויינשטאק?

זיי פארמאגן גאר אסאך ביכלעך פון פארן קריג, היינטיגע האבן זיי ווייניגער.

דאס איז בפשטות די געדאנק, אלע נייע ביכער זאלן זיין עוועילעבעל.
.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: ביזנעסלעפל - נייע וועכנטליכע ביזנעס אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איך פערזענליך וואלט האנה געהאט ווען ס'קומט ארויס אין קונטרס פארמאט, רעדי ארויסצופרינטען...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: ביזנעסלעפל - נייע וועכנטליכע ביזנעס אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

גאר אינהאלטסרייך
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
נאר אזוי
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 9:51 am

Re: ביזנעסלעפל - נייע וועכנטליכע ביזנעס אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אזוי »

דער דאזיגער אימעיל איז היינט ארויסגעשיקט געווארן צו אלע סובסקרייבערס:

לכבוד אונזערע חשובע ליינער שיחי'

צום אלעמען ערשט ווילן מיר זיך באדאנקן פאר אלע וואס האבן אריינגעשיקט דאנק ווערטער, קאמענטארן און פארשלאגן. דאס איז אונז געווען א שטארקער חיזוק, צייגענדיג דערביי ווי שטארק דער ציבור איז פאראינטערסירט אין ביזנעס לייען מאטריאל געשריבן אין א היימישן אידיש.

אין א קורצע צייט אפשניט פון בלויז 3 וואכן זינט דער ערשטער 'ביזנעס לעפל' איז ערשינען, האבן זיך שוין אויפגעסיינט קרוב צו 3,000 "ביזנעס-גענויגטע סובסקרייבערס", פון בעלי בתים וואס פירן גרויסע ביזנעסער, ביז פרישע ארבייטס אינגעלייט וואס זענען נארוואס אריין אינעם 'בזיעת אפיך צירקל', דאס שטעלט קלאר אז עס איז פארהאן א פארלאנג פאר אזא אויסגאבע אין דער אידישער ביזנעס וועלט.

אונזער ציל באלד פון אנהייב איז געווען אהערצושטעלן א תוכן'פולע ביזנעס אויסגאבע אין אימעיל פאֶרמאט מיט אייגענארטיגע געדאנקן צו העלפן ביזנעסלייט זיך פארבעסערן אין ביזנעס, אזוי אויך אויפבויען מתחילים אליינס צו ווערן ביזנעסלייט, און זיי העלפן אויסשארפן זייער קריעיטיוויטעט אריינצוטרעטן אינעם עולם המסחר מיטן רעכטן פיס.

נאכן ערהאלטן אומצאליגע קאמענטארן און פארשלאגן, שטעלט זיך ארויס אז דער עולם פארלאנגט מיר זאלן אביסל טוישן דערעקציע און יא שרייבן מער איבער ספעציפישע נושאים און ביזנעס אינדוסטריס וואס קענען נוגע זיין א ברייטערע ציבור אבער הערשט דארט אן אומקלארקייט דערין.

נאכן גוט שוקל זיין, איז באשלאסן געווארן אפצושטעלן פאר צייטווייליג אונזער אימעיל אויסגאבע, און אנשטאט דעם ערשיינען מיט א פולער ביזנעס אויסגאבע אין PDF פארמאט, וואס וועט אי"ה ווייטער דעליווערט ווערן וועכענטליך אין אימעיל בחינם, און וועט אינהאלטן פיל מער ווי אונזער איצטיגער קורצער אימעיל אויסגאבע.

דער נייער ביזנעסלעפל אנטשפרעכט צו זיין שענער, בעסער, און רייכער. געאייגענט פארן ביזנעסמאן פון יעדן שטאפל.

אויב זענט איר אן עקספערט אין א ספעצפישע ביזנעס-פעלד און וואלט געוואלט מיטטיילן אייער עקספערטיז, אזוי אויך צו ספאנסערן א געוויסע אפטיילונג, ביטע פארבינדט אייך מיט אונז דורכן שיקן אן אימעיל צו [email protected]

מיר קוקן ארויס צו ערשיינען בקרוב אי"ה.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ביזנעסלעפל - נייע וועכנטליכע ביזנעס אויסגאבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

עס קומט ארויס אזא אויסגאבע?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”