הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:וועלכע שפאט איז דא דא קעגן תשעה באב?
מסתמא האט זיך דיר געדאכט ווי דא ווערט ארויסגעברענגט אז תשעה באב איז א זאך וואס אונז האבן נישט קיין נערווען דערצו, אבער ליין איבער וועסטו זעהן אז דאס שטייט בכלל נישט דא, נישט בפירוש און נישט ברמיזה.
איך האב שוין לאנג געטענה'ט אז ווי מער א מענטש האט קאמפלקסעס מיט אידישקייט אלס מער גייט ער האבן א פראבלעם מיט די עדס, וועל אין יעדע זאך וועט ער זעהן די "זלזול" קעגן אידישקייט וואס לויפט אים אין קאפ... (איך מיין נישט דיר פערזענליך, איך זאג אין דזשענעראל...)
'שפאט' איז פילמאל שווער אנצוטייטלען ווי עס ליגט באגראבן, אבער די חושים כאפן דאס אויף. און טאקע דערפאר קען מען זעהן ווי דער עולם דינגט זיך ארום דא אין גרויסן אויף יעדע פון די נקודות, צוליב וואס עס קען נישט אייביג איבערצייגט ווערן נאר עס מוז דערשפירט ווערן.
לענ"ד איז די מציאות פונקט פארקערט. א מענטש וואס עפעס א מושג איז ביי אים הייליג און טייער, אין אונזער פאל די נושא פון אידישקייט, וועט קיצלען און שטערן ווען מען נעמט די זאך וואס איז ביי אים אזוי טייער און מען שפילט זיך ארום דערמיט, משאי"כ איינער וואס די נושא טראגט ביי אים נישט אזא גרויס געוויכט וועט געווענטליך נישט קענען פארשטיין וואס דעם ערשטן באדערט.
דאס געשעהט אפטמאל, להבדיל, ביי די נושא פון נאציס און האלאקאוסט אין די אלגעמיינע וועלט, ואכמ"ל.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.