רכבת הקלה האט געשריבן:תירוצים האט געשריבן:fiena nieas האט געשריבן:איך פארשטיי נישט . פארוואס איז מען פארנימען באשילדיגן די ציוני'סטישע פירער ? פארוואס האט נישט ר'מיכאל בער זצ"ל געשיקט דעי אלע זאכן פאר יודן חרידשע יודן אין ארץ ישראל און אין אמעריקא און געמאכט א געוואלט? אויב ער האט פארוואס האבן זיי נישט מרעיש עלמות געווען ווי צאמנעמען געלט און מאכן פראטעסטטן ?
ער האט.
זיי האבן געמאכט פראטעסטן, ווי די אין פארנט פון די קעפיטאל אבער די ציוניסטישע ארגענעזאציעס האבן זיי פארשטילט עקסטערע פרשה פאר זיך. אפגערעדט אז געלט האבן זיך נישט געהאט.
דאס געשעט ווען מקען נישט קיין היסטאריע......
די פראטעסט פארנט פינעם קעפיטאל איז געווארן אראנדזשירט דורך איינער פין די גרעסטע ביי די ציונים. ער האט געהייסן הלל קוק, א נעפיו פין רב קוק.
עס רעגט מיר טיילמאל אויף ווען מאנכע מאכן געוויסע הנחות אין היסטאריע באזירט אויף פאקטן אנע קאנטעקסט און מענטשן קויפן עס אפ פאר קליין געלט.
הלל קוק איז געווען א מין ציוניסטישע בריה, ער האט טאקע געדינט אין ציוניסטישן קאנגרעס און איז זאגאר געקומען אויף אמעריקע אויף זשאבאטינסקיס פארלאנג.
דא קומט אבער דער גרויסער אבער: דער צוועק וואס ער האט געזאלט דינען אין אמעריקע איז געווען רעקרוטירן זעלנער און שאפן געלטער פארן ציוניסטישער ארמיי, א זאך וואס ער האט טאקע געטון אין זיין ערשטע תקופה אין אמעריקע.
די סעקונדע ער איז באקאנט געווארן מיט די נאצישע גרוילטאטן אין אייראפע האט ער געטוישט אקטיוויטעט, ער האט געגרינדעט א רעספעקטפולע קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן מיטן פארשרייטן די נאצישע רציחות אין אמעריקע און אויפשאקלען די גאס, זיין ארגעניזאציע האט זיך קיינמאל אפגעגעבן מיטן ראטעווען אידן. נאר מיטן מאכן גערודער, א זאך וואס איז געווען גאר וויכטיג אין יענע צייטן.
די סעקונדע ער האט אנגעהויבן מיט דעם קאמיטע איז ער געווארן א פויגל אנע פליגלען, זיינע ציוניסטישע פריינט אריינגערעכנט ראביי ווייז און זשאבאטינסקי האבן אים געהאסט צום טויט, דער פאקט איז אז די ציוניסטישע קערפערשאפטן האבן פרובירט אים צו פארטרייבן פון לאנד דער לעגאלע מיטלען, אלעס ער זאל פארמאכן זיין מויל.
לאמיר רעדן איבערן מארש, דער מארש איז אפיציעל פאררופן געווארן דורך די ארטאדאקסישע קאמיטע אונטערן אגודת הרבנים, זייער קאמיטע אונטערן אויפזיכט פון רבי אליעזר סילווער האבן זיך דייקא יא אפגעגעבן מיטן ראטעווען אינדווידועלן דורכן שיקן געלט קיין אייראפע און שאפן וויזעס. איינע פון די באקאנטע פעלער איז ווען ער האט פארשאפט צוויי טויזנט רבנישע וויזעס פאר פליטים.
מען זעהט אפיציעלע בריוו פון הילל קוק און זיין קאמיטע אדרעסירט צום פרעזידענט ער זאל ענטפאנגען דעם מארש, אבער פאררופן האבן עס די ארטאדאקסישע רבנים. עס איז געווען א ריין ארטאדאקסישע מארש אויפן רוף פונעם אגודת הרבנים.
מעגליך אז קוק האט געשאפן די נויטיגע פאנדן און סקען גאר זיין אז ער האט עס אנגעדרייט, דער פאקט איז אבער אז אפילו אין דעם פאל האט עס א ציוני אנגעדרייט. די ציונים גופא זענען געווען אנטקעגן דעם.
איין פשוטע אנעקדאט צו פארשטיין די נקודה, די אפיציעלע רעקארדס פון יד ושם האבן ארגינעל ניטאמאל דערמאנט הילל קוק וויבאלד ער האט דייקא נישט געדינט די ציוניסטישע אינטערעסן ביים קריג, ער איז געווען א דארן אין אויג.
אין רבי מיכאל בערס קאמיטע זענען אויך געווען ציוניסטישע איינגעשטעלטע וועלכע האבן אויפגעטון א געוואלד, דער אפיציעלער ליניע פון די ציוניסטישע קערפערשאפטן איז געווען אנטקעגן זיי און דאס איז וויבאלד דער ארטיקל איז אנטי ציוניסטיש.
ציונים האבן געטון גוטע זאכן ביים קריג, "די" ציונים האבן אקטיוו געהאלפן דעם מארד מאשין אנגיין אין מיטן פולסטן קראפט.
השם ינקום דמם.