מתמודד האט געשריבן:יואל גליקס מעלערייען באשטייען על פי רוב נישט פון בלויזע אבסטראקט ארט, אפילו ווען סוועט יא זיין שווערער צו פארדייען פון א פשוטע בילד ווי א איד דאוונט שמונה עשרה וועט עס אויך אייביג האבן א שטיקל בילד אין זיך א שטייגער ווי די מעלעריי פון דעם וואך וואו מען זעהט אידן טאנצן, אדער די מירון מעלעריי ווי מען זעהט טליתים ארויפפליען, אדער די ירושלימער פעינטינג וואו מען זעהט דעם מקום המקדש וכדומה.
אפילו ווען סוועט שוין יא זיין אינגאנצן אבסטראקט וועט נאכאלס זיין גרינג אפילו פאר א פשוטן אויג צו רילעיטן דערצו, וויבאלד זיינע מעלערייען זענען געמאלן מיט א שטארקע הארמאניע, די קאלירן וועלן שטימען און זיין אריינגעפלאכטן איינע אין די צווייטע, ווי אויך וועט אלעס זיין געצייכנט אויף א געוויסן ריטעם, משא"כ אנדערע אפיציעלע אבסטראקטע ארטיסטן.
גערעכט. אבער דאך האבן זיינע פעינטיגס א מער נאאיווע אדער קינדערישע אויסקוק ווי די גאר פראפעסיאנאלע פארטרעטן און האריזאנטישע בילדער וואס מענטשן גלייכן געווענליך צו זען. מענטשן כאפן נישט אז טאקע דאס איז דער ציל פונעם פעינטינג, אז עס זאל נישט זיין ׳נאכגעמאלן׳ נאר עס זאל זיין ׳געמאלן׳. עס איז נישט געוואנדן אין וואס דער מענטש וויל זען.
א מאלעריי איז אזוי ווי מוזיק. פונקט ווי איר גלייכט איין זינגער און איר גלייכט נישט א צווייטן, דאס זעלבע איז מיטן מאלעריי. איר גלייכט דעם ארטיסט אדער א צווייטן. די רעדע איז נישט ארום דעם בילד, עס איז ארום דעם ארטיסט און זיינע געפילן וואס זענען אפגעפארבט אין דעם בילד מיט שיינע קאלירן. פיקאסא, דער מייסטער ארטיסט, איז אויפגעקומען מיט דעם חידוש אז מען דארף ניטאמאל צייכענען א גאנצע בילד, נאר מען קען בלויז זיך באגנוגן מיטן מאלן א מאדערנע פעינטינג וואס אנטהאלט שאטנס און קאלירן, און אזוי ארום קריגט דער צוקוקער א בעסערע און מער ארגינעלע געפיל אינעם פעינטינג, אן דער צמצום פון דעם פיקטשער.
א גרויסער אידישער אינטערנאציאנאלער ארטיסט מיט וועמען איך האב אמאל געשמועסט האט מיר דערציילט, אז ווען ער איז געווען אין שולע האבן זייער אסאך סטודענטן געמאלן פונקטליכער ווי אים, אבער זיי זענען ארויסגעגאנגען פון דעם אינדוסטרי נאכדעם. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט געווען קיין ארטיסטן, זיי האבן נאר גוט און פונקטליך געקענט צייכענען און נאכמאכן ליניעס. דאס איז אויך די סיבה פארוואס עס ליגט מער ארט אין א קאריקאטור ווי אין א נאכגעמאלענע בילד פון עמיצן, ווייל אין א קאריקאטור לייגט מען אראפ א גאנצע פערזענליכקייט אין עטליכע געציילטע שטריכן.
עניוועי, זיי געזונט מתמודד.