מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4408
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

מתמודד האט געשריבן:זעלענסקי האט אויך רערוטירט ארעסטאנטן און מיליטאנטן, און גוט האט ער געטון. איך וואלט געזאגט אז ווען מלאזט ארויס הונדערטער ארעסטאנטן און מען באוופנט זיי און אין די זעלבע צייט קומט אריין מיליטער וועלכע איז באוואוסט מיט אגרעסיווע מיטלען און דערנאך געפונט מען אזאנע פארברעכנס ווי אין בוטשא זאגט שכל אז סאיז די ארבעט פון הונגעריגע באוואפנטע קרימינאלן ווי איידער אויפגערעגטע סאלדאטן.

אוקריינישע עדות אנטקעגן רוסן זענען ביי מיר גארנישט מוכיח, איך וואלט אויך געגאנגען זאגן פאלש עדות ווען איך בין א אוקריינער.

די סייענטיפישע באווייזן מאכן מיר נייגעריג, די איינציגע באווייז וואס איך האב געהערט איז דאס אז סאטעליט בילדער ווייזן שוין די קערפער ווען די שטאט איז נאך געווען אונטער רוסישע קאנטראל, א זאך וואס זאגט נישט גארנישט אין מיינע אויגן איבער מאפיא טעטיקייטן וכדומה.

און עפעס א פינטעלע באווייז אז סאיז ענדערש אוקריינער ווי רוסישע וואלט נישט געשאדט, דערווייל איז עס לופטיגע רעיונות
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:די באווייזן זענען פיין דאקומענטירט, אבער עס ווערט נישט געברענגט אין אידישע נייעס באריכטן צוליב פארשטענדליכע סיבות...

איך קען נאר רעדן איבער וואס איך ווייס, אדרבה. זאל מיר סיי ווער אריינשיקן א באווייז וואס אי אפשר להרהר אז די רוסן זענען באגאנגען די שחיטות אין בוטשא און כציה צוריק ברבים.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פאר די אלע וואס בעטן באווייז אז סאיז ענדערש די אוקריינער.

אין מיינע אויגן איז נישטא קיין סיבה פארוואס די רוסן זאלן דאס האבן באגאנגען אחוץ דאס וואס איעדער זאגט אזוי, צו זאגן אז א מיליטער, אפילו א אגרעסיווע זאל אויסשעכטן הונדערטער מענטשן אן קיין שום נארמאלע סיבה איז אבסורד. במחילת כבודכם.

בכדי צו באשולדיגן סיי וועם דארף מען ווייזן באווייז, דאס איז סיי אויף די רוסן, סיי די אוקריינער, און סיי די מאפיאנערן.

יעצט כפי ראות עיני איז נישטא קיין באווייז אויף קיינע פון די דריי, אויב יא איז עס שוואכע באוויייז, מוז איך נוצן מיין דזשעלי און קלערן ווער סאיז די מערסטע עלול דורכצופירן אזאנע שחיטות וכדומה. אין מיינע אויגן איז די פשוטסטע אויסוואל קרימינאלן און מאפיאנערן, אלעס אנדערש מאכט נישט קיין סענס און דארף מער באווייז ווי די קרימינאלן.

סאיז זייער גרינג צו נעמען א פארטייאישע ליניע און זאגן אז די רוןסן זענען מענטשן פרעסער בלא בלא בלא, איך מיין נישט אזוי, זיי זענען מערדער אבער נישט אין די וועלט אריין.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

חסד השם האט געשריבן:און עפעס א פינטעלע באווייז אז סאיז ענדערש אוקריינער ווי רוסישע וואלט נישט געשאדט, דערווייל איז עס לופטיגע רעיונות

ווען די רוסן האבן ווען איין באווייז אז עס איז די מאפיע, וואלטן זיי עס שוין באלד פארשרייט איבער די גאנצע וועלט! סתם א דמיון וואס מען שטעלט אלס "לאגיק" ווייל דיין געפיל זאגט אז אין 2022 מאכט עס נישט סענס, איז א געפיל. פוטין איז באוואוסט אלס רוצח שוין פאר יארן. ער איז א צודרייטער קאנספיראציע גלויבער און לויט זיין טעאריע איז אוקריינער נאציאנאליזם א געפערליכע זאך וואס מען דארף אויסרייסן מיט די שורש.

איין מינוט, געדענקסט ווען עס איז געווען אומגלויבליך אז פוטין וועט סתם אטאקירן זיין שכן פאר נאו נארמעל ריעזאן?

עס וועלטן געווען גענוג אוקריינער מאפיע איבערלגעבער וואס זאלן לאזן ליעקן דעם אמת...

ביי די וועי דער מאמענט די וואך האט אביסל נערווירט. יעדע צוייטע ארטיקל איז געווען צו אראפרייסן די אוקריינער ווען למעשה איז יעצט פוטין דער וואס איז יעצט א סכנה פאר די וועלט מענטשהייט... בפרט אונז אלע וואס וואוינען און די מערב וועלט מדינות וואס ער וויל אונטערברענגן. אז דו ווילסט באשרייבן עפעס, דארפסטו כאטש אויך דערציילן אביסל איבער די רוסישע רציחות און גזירות אויך. וויאזוי פונעם צאר אויבן איז געקומען די באפעל צו העצן די פאגראמען אדג... דו דארפסט אנערקענען אז די אוקריינער זענען געווען היסטאריש אונטערדרוקט און ביי יעדע פאל פון מהומות דורכאויס היסטאריע זענען אידן אייביג און יעדעס לאנד געפאלן דערפאר ווערן די רשעים באטראכט אלס העלדן, נישט פארן הרגענען אידן. גלייך ווי אין אמעריקע קוקט מען ארויך אויף דשארדזש וואשינגטאן פאר זיינע אויפטוען און נישט ווייל ער האט געהאט קנעכט... אוודאי איז עס א שאנדע און געפערליך אז ער ווערט באזינגען, אבער פארשטיי די שטאנדפונקט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

פוטין גיבט נישט קיין דעקל פאר די וועלט אפילו ווען מען שטייט אים נישט אין וועג ער איז א מענטש וואס אינטערסירט אים נאר זיין מאכט און כבוד און פארטיג..... וואס איז אמת קען ער שוין אויסשטיין א וועלטליכע געריכט פאר צוואנציג יאר צוריק נאר די און איך ווייסן די ליצנות דערפון ווייל פוטין גייט לכאורה אראפקומען ניין??? וואס האקסטו אין קאפ?

קיין איין קרימינאל זוכט נישט צו הרג'ענען קיין מענטשן אין די ס פאר גארנישט און פאר נישט נאכדערצו ווען ער איז באשעפטיגט מיט וויכטיגערע זאכן פינטל

ווער יא? אה זייער פשוט די קענסט די רוסישע נאטור? אויב נישט נעם א קאר מיט זיי און שפיל זיי אויס..... יעצט פוטין קוקט נישט אויף קיין שום פראבלעם וואס ברענגט א טענה כלפי אוקריינישע רעכטן ווייל ער איז בכלל נישט אזא רחמן.......
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מתמודד האט געשריבן:פאר די אלע וואס בעטן באווייז אז סאיז ענדערש די אוקריינער.

אין מיינע אויגן איז נישטא קיין סיבה פארוואס די רוסן זאלן דאס האבן באגאנגען אחוץ דאס וואס איעדער זאגט אזוי, צו זאגן אז א מיליטער, אפילו א אגרעסיווע זאל אויסשעכטן הונדערטער מענטשן אן קיין שום נארמאלע סיבה איז אבסורד. במחילת כבודכם.

בכדי צו באשולדיגן סיי וועם דארף מען ווייזן באווייז, דאס איז סיי אויף די רוסן, סיי די אוקריינער, און סיי די מאפיאנערן.

יעצט כפי ראות עיני איז נישטא קיין באווייז אויף קיינע פון די דריי, אויב יא איז עס שוואכע באוויייז, מוז איך נוצן מיין דזשעלי און קלערן ווער סאיז די מערסטע עלול דורכצופירן אזאנע שחיטות וכדומה. אין מיינע אויגן איז די פשוטסטע אויסוואל קרימינאלן און מאפיאנערן, אלעס אנדערש מאכט נישט קיין סענס און דארף מער באווייז ווי די קרימינאלן.

סאיז זייער גרינג צו נעמען א פארטייאישע ליניע און זאגן אז די רוןסן זענען מענטשן פרעסער בלא בלא בלא, איך מיין נישט אזוי, זיי זענען מערדער אבער נישט אין די וועלט אריין.

דו מיינסט אז זעלענסקי איז משוגע? ער דארף זיין פאלק מיט זיך! פארוואס זאל ער זיי הרגענען? מען קען נישט היינטיגע צייטן באהאלטן אזעלכע זאכן!

עס זענען דא פילע ערשטהאנטיגע באריכטן. דו ווילסט זיי סתם נישט גלייבן און דו ווילסט אנשטאט דעם גלייבן דיין דמיון. וויאזוי קען מען דען אויפוויזן?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

מתמודד האט געשריבן:
יעצט כפי ראות עיני איז נישטא קיין באווייז אויף קיינע פון די דריי, אויב יא איז עס שוואכע באוויייז, מוז איך נוצן מיין דזשעלי און קלערן ווער סאיז די מערסטע עלול דורכצופירן אזאנע שחיטות וכדומה. אין מיינע אויגן איז די פשוטסטע אויסוואל קרימינאלן און מאפיאנערן, אלעס אנדערש מאכט נישט קיין סענס און דארף מער באווייז ווי די קרימינאלן.

פוטין זאגט קלאר ער ארבעט אויף דינאציפיקאציע, און ער גייט אויסשחטן אלע נאציס, און וואס האט ער געטון געשאסן אויף ציווילע וכו וכו

רוסלאנד נעמט איין שטחים און בשעת זיי זענען דארט זעהט מען ווי מ'האט די גע'הרג'ט ציווילע מיט די גרעסטע מאס רציחה

איינוואינער פארציילן די פיינונגען וואס זייערע מענער זענען אריבער דורך די רוסן און ווי מ'האט זיי אויסגע'שחט'ן, און ווי יעדע נאצי (אוקריינאר) איז געווארן געפייניגט

מ'זעהט ווי זיינע סאלדאטן גנב'נען פון הייזער און שיקן אהיים (ווי יעדע אנדערע נערמאלע מיליטער)

אמעריקאנע אינטעלידזשענס זאגםן זיי האבן שוין געוויסט פון פארדעם אז דאס גייט געשעהן און אז ס'ק'ומט פון די הויכע פענסטערס

און קודם האט רוסלאנד און גע'טענה'ט אז דאס אלעס האט אוקריינא אונטערגעשטעלט פאר א שאו..... :roll:

ווי זענען די מאפיאנערן געווען ביז ווען רוסלאנד האט איינגענומען יענע שטחים, און ווי זענען זיי יעצט און פארוואס טוען זיי עס נישט אונטער אוקריינא אקופירטע שטחים

און די גייסט טראכטן גראד..................

מתמודד די מיינסט עס ערענסט???????
לעצט פארראכטן דורך אושפיזין אום זונטאג מאי 01, 2022 11:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פאר די אלע וואס מיינען אז מרעדט דא פון א פאנאטישער קאנספיראציע גלויבער, איך האלט נישט אז זעלענסקי האט דאס געטון אדער געוואלט טון.

ווען מען לאזט ארויס הונדערטער קרימינאלן און מען באוואפנט זיי און דערנאך קומען ארויס ברוטאלע שרעק אנווארפנדע סצענעס פון פייניגונגען און טויטן זיך איך נישט דעם שולדיגן. סאיז זייער קלאר. קרימינאלן וואס האבן שוין נישט געזען די זון שיין פאר יארן נוצן אויס די שייין פונעם זון און פלינדערן און רויבן, ווער רעדט פון קרימינאלן פייניגער וואס נוצן אויס די געלעגנהייט ודי.

צו זאגן אז א מיליטער האט דאס געטון מאכט אסאך ווייניגער שכל, און יא. אפילו אויב רוסישע טעקסי דרייווערס קענען זיך אויפרעגן... ווען סאיז דא קלארע באשטעטיגטע ווידיאוס ווי די רוסן באגייען די פארברעכנס אויף א מאסשטאבליכע פארנעם איז א אנדערע מעשה.

ווידער אויב דאס זענען אוקריינער וואס האבן געקעמפט אין קריג איז א אנדערע געשיכטע, כווייס ניטאמאל צו סאיז א קריגס פארברעכן [חוץ אין די פעלער פון די געבינדענע געשאסענע, די שאלה איז וויפיל אזאנע סאיז דא]
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מתמודד האט געשריבן:פאר די אלע וואס מיינען אז מרעדט דא פון א פאנאטישער קאנספיראציע גלויבער, איך האלט נישט אז זעלענסקי האט דאס געטון אדער געוואלט טון.

וואס? מען מעג הרגענען בעפאנגענע נאכן אונטערגעבן? וואספארע שטותים!

איך האב עפעס א געפיל אז די אלע דא וואס קענען נישט אנעמען פויטין'ס קאניבאליזם איז עס ווייל זיי ליינען צופיל איזרעאלישע מקורות - און ביבי איז דאך א פוטין פריינט...

דו זאגסט איבער און איבער ווען עס איז דא אסאך באווייזן אויף די רוסישע רציחות און קיין איינס אויף די מאפיע כאטש וואס דו קלערסט אזוי, ווערט דיין געפיל נישט א פאקט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אושפיזין האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:
יעצט כפי ראות עיני איז נישטא קיין באווייז אויף קיינע פון די דריי, אויב יא איז עס שוואכע באוויייז, מוז איך נוצן מיין דזשעלי און קלערן ווער סאיז די מערסטע עלול דורכצופירן אזאנע שחיטות וכדומה. אין מיינע אויגן איז די פשוטסטע אויסוואל קרימינאלן און מאפיאנערן, אלעס אנדערש מאכט נישט קיין סענס און דארף מער באווייז ווי די קרימינאלן.

פוטין זאגט קלאר ער ארבעט אויף דינאציפיקאציע, און ער גייט אויסשחטן אלע נאציס, און וואס האט ער געטון געשאסן אויף ציווילע וכו וכו

רוסלאנד נעמט איין שטחים און בשעת זיי זענען דארט זעהט מען ווי מ'האט די גע'הרג'ט ציווילע מיט די גרעסטע מאס רציחה

איינוואינער פארציילן די פיינונגען וואס זייערע מענער זענען אריבער דורך די רוסן און ווי מ'האט זיי אויסגע'שחט'ן, און ווי יעדע נאצי (אוקריינאר) איז געווארן געפייניגט

מ'זעהט ווי זיינע סאלדאטן גנב'נען פון הייזער און שיקן אהיים (ווי יעדע אנדערע נערמאלע מיליטער)

אמעריקאנע אינטעלידזשענס זאגםן זיי האבן שוין געוויסט פון פארדעם אז דאס גייט געשעהן און אז ס'ק'ומט פון די הויכע פענסטערס

און קודם האט רוסלאנד און גע'טענה'ט אז דאס אלעס האט אוקריינא אונטערגעשטעלט פאר א שאו..... :roll:

ווי זענען די מאפיאנערן געווען ביז ווען רוסלאנד האט איינגענומען יענע שטחים, און ווי זענען זיי יעצט און פארוואס טוען זיי עס נישט אונטער אוקריינא אקופירטע שטחים

און די גייסט טראכטן גראד..................

מתמודד די מיינסט עס ערענסט???????

אוקריינע איז אייביג געווען א לאנד ווי קרימינאלע אקטיוויטעטן האבן נישט געפעלט, די מידיע האט בעסער וואס צוטון חוץ דעקן אוקריינער שמוץ, די אלע וואס פארן אויף אומאן קענען גאר גוט די אוקריינער מענטאליטעט. האלד אפס וכדומה זענען רוטין, און דאס איז חוץ וואס קיעוו איז פארפעסטעט מיט אוממאראלישע אקטיוויטעטן האבן די הכסטע ציפערן פון איבער די וועלט... א זאך וואס גייט געקניפט און געבינדן מיט דראגס, מאפיא, און מארד.

יעצט ווען זעלענסקי האט געפנט די טורמע טויערן איז פארשטענדליך אז זאכן האבן זיך פארערגערט דראסטיש און ווען מקען מאכן דערפון אונטערנאציאנאלע נייעס אנטקעגן א ברוטאלן פיינט דארף מען זיין א נאר דאס נישט אנצונעמען, אין די אוקריינע שטעטלעך צוריק אונטער זעלענסקי איז קודם כל דא עפעס א מאכט וואס האלט זאכן אונטער א געוויסן מעסטל פון קאנטראל און ווי אויך זענען גענגסטערישע רציחות בכלל נישט קיין נייעס צו דעקן.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

Goodmorning האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:פאר די אלע וואס מיינען אז מרעדט דא פון א פאנאטישער קאנספיראציע גלויבער, איך האלט נישט אז זעלענסקי האט דאס געטון אדער געוואלט טון.

ווען מען לאזט ארויס הונדערטער קרימינאלן און מען באוואפנט זיי און דערנאך קומען ארויס ברוטאלע שרעק אנווארפנדע סצענעס פון פייניגונגען און טויטן זיך איך נישט דעם שולדיגן. סאיז זייער קלאר. קרימינאלן וואס האבן שוין נישט געזען די זון שיין פאר יארן נוצן אויס די שייין פונעם זון און פלינדערן און רויבן, ווער רעדט פון קרימינאלן פייניגער וואס נוצן אויס די געלעגנהייט ודי.

צו זאגן אז א מיליטער האט דאס געטון מאכט אסאך ווייניגער שכל, און יא. אפילו אויב רוסישע טעקסי דרייווערס קענען זיך אויפרעגן... ווען סאיז דא קלארע באשטעטיגטע ווידיאוס ווי די רוסן באגייען די פארברעכנס אויף א מאסשטאבליכע פארנעם איז א אנדערע מעשה.

ווידער אויב דאס זענען אוקריינער וואס האבן געקעמפט אין קריג איז א אנדערע געשיכטע, כווייס ניטאמאל צו סאיז א קריגס פארברעכן [חוץ אין די פעלער פון די געבינדענע געשאסענע, די שאלה איז וויפיל אזאנע סאיז דא]

וואס? מען מעג הרגענען בעפאנגענע נאכן אונטערגעבן? וואספארע שטותים!

איך האב עפעס א געפיל אז די אלע דא וואס קענען נישט אנעמען פויטין'ס קאניבאליזם איז עס ווייל זיי ליינען צופיל איזרעאלישע מקורות - און ביבי איז דאך א פוטין פריינט...

דו זאגסט איבער און איבער ווען עס איז דא אסאך באווייזן אויף די רוסישע רציחות און קיין איינס אויף די מאפיע כאטש וואס דו קלערסט אזוי, ווערט דיין געפיל נישט א פאקט.

כהאב ספעציעל דערמאנט די געשיכטע פון די געבינדענע און כהאב געפרעגט וויפיל אזאנע סאיז געווען, אויף די בילדער זעט מען דריי מענטשן, אזא זאך מאכט שכל אז סזאל קומען אפילו פון די רוסישע ארמיי. אבער נישט קיין מאסן שחיטות.

איך ליין נקדימון און כהער מענדל אונגאר, די גאנצע מעשה האט נישט געהאט קיין הענט און קיין פוס.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

א גוטע ביישפיל פון א קאנספיראציע טעאריע. מען רוקט ארויס א קשיא (נישט קיין פירכא, נאר עפעס וואס מען קען זיך רעלאטיוו גרינג עדיוקעיטן אויב לערנט מען גוט דורך פוטין'ס היסטאריע און מען רעדט צו עקספערטן אויף דעם קרימינאלן מיינדסעט) אויף די אנגענומענע, שטארק באזירטע און אויסגעבויטע - כאטש נישט הונדערט פראצענט גענצליך אויפגעוויזענע - פאקטן, די צענדליגער צי הונדערטער עדות איבערלעבער זענען נישט באגלייבט בכלל (אזוי ווי די האלאקאוסט דענייערס נעמען נישט אן די עדות פון סורווייווארס) צוליב דאס און יענץ, און אנשטאט האלט מען זיך שטארק אן אין א אלטערנאטיווע טעאריע סטרעיט פון בויך ארויס אן קיין פעני דעקונג, (און מיט מיליאן מאל גרעסערע פירכות - צ.ב.ש. וויאזוי פונקאליך האט די מאפיא געהאט א פרייע האנט ארום צו בארדענען אונטער די נאז פון די שטרענגע רוסישע אקופאנטן?) און איצט דארף מען זיך שטעלן פארגלייכן, פרעגן קושיות און פארענטפערן אהער און אהין.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מי חכם האט געשריבן:א גוטע ביישפיל פון א קאנספיראציע טעאריע. מען רוקט ארויס א קשיא (נישט קיין פירכא, נאר עפעס וואס מען קען זיך רעלאטיוו גרינג עדיוקעיטן אויב לערנט מען גוט דורך פוטין'ס היסטאריע און מען רעדט צו עקספערטן אויף דעם קרימינאלן מיינדסעט) אויף די אנגענומענע, שטארק באזירטע און אויסגעבויטע - כאטש נישט הונדערט פראצענט גענצליך אויפגעוויזענע - פאקטן, די צענדליגער צי הונדערטער עדות איבערלעבער זענען נישט באגלייבט בכלל (אזוי ווי די האלאקאוסט דענייערס נעמען נישט אן די עדות פון סורווייווארס) צוליב דאס און יענץ, און אנשטאט האלט מען זיך שטארק אן אין א אלטערנאטיווע טעאריע סטרעיט פון בויך ארויס אן קיין פעני דעקונג, (און מיט מיליאן מאל גרעסערע פירכות - צ.ב.ש. וויאזוי פונקאליך האט די מאפיא געהאט א פרייע האנט ארום צו בארדענען אונטער די נאז פון די שטרענגע רוסישע אקופאנטן?) און איצט דארף מען זיך שטעלן פארגלייכן, פרעגן קושיות און פארענטפערן אהער און אהין.

;l;p-
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

מתמודד האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז נישטא קיין סיבה פארוואס די רוסן זאלן דאס האבן באגאנגען אחוץ דאס וואס איעדער זאגט אזוי, צו זאגן אז א מיליטער, אפילו א אגרעסיווע זאל אויסשעכטן הונדערטער מענטשן אן קיין שום נארמאלע סיבה איז אבסורד. במחילת כבודכם.

בכלל נישט אפגעפרעגט אז דאס מיליטער זאל דאס דורכפירן, ווען סאלדאטן זענען אין כעס אז די מלחמה גייט נישט אין ריכטונג ווי זיי האבן געוואלט.

אפילו די גרויסע ריינע אמעריקע האט אויך אמאל דורכגעפירט ענליכס אין וויעטנאם.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

צייט צוריקצוגיין צום מאמענט.
שוין דא גענוג אשכולות אויסצושומעסן די מלחמה
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

Goodmorning האט געשריבן:דו דארפסט אנערקענען אז די אוקריינער זענען געווען היסטאריש אונטערדרוקט און ביי יעדע פאל פון מהומות דורכאויס היסטאריע זענען אידן אייביג און יעדעס לאנד געפאלן דערפאר ווערן די רשעים באטראכט אלס העלדן, נישט פארן הרגענען אידן. גלייך ווי אין אמעריקע קוקט מען ארויך אויף דשארדזש וואשינגטאן פאר זיינע אויפטוען און נישט ווייל ער האט געהאט קנעכט... אוודאי איז עס א שאנדע און געפערליך אז ער ווערט באזינגען, אבער פארשטיי די שטאנדפונקט.

ס׳איז נישט ריכטיג צו פארגלייכן צו וואשינגטאן וואס האט גארנישט געטוהן עפעס ספעציעל קעגן קנעכט נאר פשוט פארמאגט קנעכט אזאך וואס איז געווען העכסט נארמאל בימים ההם און פאר טויזענטער יאר ביפאר ווי מ׳זעהט אין די תורה ביי די אבות וכדו׳. משא״כ חאמעלניצקי ימ״ש וואס אנגעפירט רציחות קעגן אידן אויף אן אומבאשרייבליכן פארנעם. אז דו ווילסט דוקא קענסטו פארגלייכן צו קלאמבאוס מיט די אינדיאנער וואס איז אויך נישט ממש קיין פארגלייך, און מ׳זעהט טאקע אסאך וואס האלטן אז מטאר עם נישט באעהרן.
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

מתמודד האט געשריבן:
לפי עניות דעתי האט געשריבן:אז עס קומט מיט א משהו באווייז, וועל איך אנהייבען אריינקוקען דערין.
ביזדערווייל איז עס בלויז לעגענדעס

איך וואלט געזאגט אז אזא אויספארשונג טאר נישט אפגעהאלטן ווערן צוליב ביוראקראטיע, איר מוזט שוין אריינקוקן דערין און באווייז וועלן ווארשיינליך נאכפאלגן.............

דעות אן סבראס זענען געאייגנט פאר אנקעטעס.

כהאב מיר נישט געקענט איינהאלטן, כבעט איבער פון פאראויס.......

נישטא אויף וואס איבערצובעטן, איר זענט בכלל נישט געגאנגען שארף.
טאמער איזעס דו מאפיא, וואלט עס געברויכט געשען אין אנדערע שטעט וואס זענען נאך אינטער אוקריינער קאנטראל אויכעט.
ס’גלייבט זיך מיר שווער אז זיי האבן א פרייערער האנד אינטער רוסישען קאנטראל, וואו איידער אין שטעט וואס ווערן קאנטראלירט דורעך אוקריינא.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

צייט צירוק צו גיין צום מאמענט, אוקריינע רוסלאנד האט אשכולות פאר זיך
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איז אזוי:

הרב גוטמאן האב איך נישט געליינט, אבער עס האט אויסגעזען זייער ציענד. איך בין בכלל א חסיד פון ארטיקלען איבער היימישע לאקאלע פיגורן. די ערשטע ארטיקל וואס כ׳האב געליינט איז געווען פון הרב בערגער, וואס איך האב שטארק גענאסן פון זיינע רייד אנטקעגן די פרעסקעסטירע כאסידים וואס האבן געמאכט ר׳ ישעי׳לע פאר א מייז רייניגער און א קעכער. גראדע האלט איך נישט אזוי פון זיין מוסר ווינקל אבער די וואך האט ער פשוט גערעדט דברים של טעם און עס איז וויכטיג אז א נארמאלע צייטונג זאל אויך נעמען א שטעלונג און אביסל אויסגראדן די מוחות פון די מענטשן כדי אז די קומענדיגע דור זאל נישט מיינען אז עס האט עכט אמאל עקזיסטירט א רבי וואס האט געוואלט אז מען זאל פלאצן דעם העמד אום ג׳ אייר.

די צווייטע ארטיקל וואס מיר האבן געלעזט מיט די פארגלייזטע פרייטאג צונאכטס אויגן, נאך עטליכע גרויסע גלעזער ראזע, איז געווען דער עלף מינוט מיט ר׳ חיים קנייבסקי זצ״ל. דער יעניגער האט א שריפט וואס לאזט זיך נישט אויסלאזן, אבער ערגעצוואו האט ער זיך נישט גענוג מתמקד געווען אויפן עצם נושא, נאר ער האט זייער שטארק אראפגעלייגט דעם אלס און ארום. גראדע איז עס געווען געשמאק אבער א טראפקעלע צו אויסגעצויגן.

לייבוש לאכער האט צום ערשטן מאל מקיים פסק געוועזן און מיר גורם געווען צום שמייכלען, זיין ליטווישער שכן קומט זיך א מעדאל פון סבלנות. איך וואלט אזא לאכער גורם געווען צו וויינען טאמער וואוינט ער אין מיין שכינות. מענדל אונגאר האט זייער אינטערסאנט געשילדערט ספעיס פארעם, אבער כ׳מיין אז ער וואלט געדארפט ענדערש עפעס אנדערש באשרייבן. ער האט א גאר שארפע חוש צו דערשנאפן און באשרייבן מהנעשה והנשמע אין זיינע רייען, דערפאר איז עס זייער געשמאק צום ליינען, אבער טאקע דוקא די טאג טעגליכע געשעענישן ענדערש ווי די באזוכן אין גרויסע פלעצער.

איך צאל יעדע וואך נאנט צו צען דאלער פאר א מאמענט קאפיע, און עס צאלט זיך מיר אויס נאר פארן ארטיקל פון ברוך וויינשטאק, און כ׳זאג דאס מיטן פולסטן ערנסטקייט. א מין טיפזיניגע שארפקייט וואס ווערט נאר שפיציגער און ציפעדיגער ווי א וואך פארגייט. קומענדיגע שטאפל (נעקסט לעוול בלע״ז).
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
צופלאטשעט האט געשריבן:איך האב הנאה אז פוטין כאפט דער איז א פאררוקטער רוצח

וואס עס קומט פאר אין בוטשע איז א זייטיגע זאך

שוין גארנישט קיין זייטיגע זאך.

דאס קען מיינען אז דיין טיטל וואס דו האסט דא געגעבן פאר פוטין "פאררוקטער רוצח" איז געהעריג תלוי בספק.

סיריעסלי? לו יצור אז די אוקריינער הארגענען טאקע דארט און זענען אויך רוצחים, ווערט דען לכבוד דעם פוטין אויס רוצח? ווייסט וויפעל מענטשען ער האט שוין ערמארדעט די לעצטע פאר וואכן????

ביז יעצט האסטו געוואוסט אז פוטין איז א מערעדער ווייל ער מערדערט מענטשן בוטשא, ווערסטו יעצט געוואויער אז [אפשר] איז לא דובים ולא יער. ממילא גיי ווייס וויפיל פון די אנדערע פוטין באריכטעטע מערדערייען זענען די זעלבע בעלאוני.

פארשטאנטא?!

ווער האט ביז בוטשא געהאלטן אז פוטין איז נישט קיין מערדער?

דו פארשטייסט טאקע נישט אדער דו מאכסט זיך נאר?

וואסא חילוק צו פאר דעם אויך צו נאר נאכדעם?! אויב שטעלט זיך ארויס אז איינע פון די הארבסטע וועלט'ס באשולדינגונגען צו פוטין זענען פאלטש דאן געט דעיס א פלאץ חושש צו זיין אז נאך פון די אנדערע באשולדיגונגען זענען מעגליך נישט אמת אדער כאטש ווייניגער ווי מען האט געמיינט, נישט קיין חילוק די באשולדיגונגען פון פאר בוטשא אדער נאך בוטשא.
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

צייט צירוק צו גיין צום מאמענט, אוקריינע רוסלאנד האט אשכולות פאר זיך
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4408
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

וואלד האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:שוין גארנישט קיין זייטיגע זאך.

דאס קען מיינען אז דיין טיטל וואס דו האסט דא געגעבן פאר פוטין "פאררוקטער רוצח" איז געהעריג תלוי בספק.

סיריעסלי? לו יצור אז די אוקריינער הארגענען טאקע דארט און זענען אויך רוצחים, ווערט דען לכבוד דעם פוטין אויס רוצח? ווייסט וויפעל מענטשען ער האט שוין ערמארדעט די לעצטע פאר וואכן????

ביז יעצט האסטו געוואוסט אז פוטין איז א מערעדער ווייל ער מערדערט מענטשן בוטשא, ווערסטו יעצט געוואויער אז [אפשר] איז לא דובים ולא יער. ממילא גיי ווייס וויפיל פון די אנדערע פוטין באריכטעטע מערדערייען זענען די זעלבע בעלאוני.

פארשטאנטא?!

ווער האט ביז בוטשא געהאלטן אז פוטין איז נישט קיין מערדער?

דו פארשטייסט טאקע נישט אדער דו מאכסט זיך נאר?

וואסא חילוק צו פאר דעם אויך צו נאר נאכדעם?! אויב שטעלט זיך ארויס אז איינע פון די הארבסטע וועלט'ס באשולדינגונגען צו פוטין זענען פאלטש דאן געט דעיס א פלאץ חושש צו זיין אז נאך פון די אנדערע באשולדיגונגען זענען מעגליך נישט אמת אדער כאטש ווייניגער ווי מען האט געמיינט, נישט קיין חילוק די באשולדיגונגען פון פאר בוטשא אדער נאך בוטשא.

פארשטייסט טאקע נישט אדער דו מאכסט זיך נאר?

דא גענוג און נאך וואס מזעיט קלאר אז רוסלאנד האט געטוען, אז אפילו לו יצוייר דא איז עס נישט געווען ער, ווערט ער בהחלט נאכנישט אויס מערדער
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

חסד השם האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:סיריעסלי? לו יצור אז די אוקריינער הארגענען טאקע דארט און זענען אויך רוצחים, ווערט דען לכבוד דעם פוטין אויס רוצח? ווייסט וויפעל מענטשען ער האט שוין ערמארדעט די לעצטע פאר וואכן????

ביז יעצט האסטו געוואוסט אז פוטין איז א מערעדער ווייל ער מערדערט מענטשן בוטשא, ווערסטו יעצט געוואויער אז [אפשר] איז לא דובים ולא יער. ממילא גיי ווייס וויפיל פון די אנדערע פוטין באריכטעטע מערדערייען זענען די זעלבע בעלאוני.

פארשטאנטא?!

ווער האט ביז בוטשא געהאלטן אז פוטין איז נישט קיין מערדער?

דו פארשטייסט טאקע נישט אדער דו מאכסט זיך נאר?

וואסא חילוק צו פאר דעם אויך צו נאר נאכדעם?! אויב שטעלט זיך ארויס אז איינע פון די הארבסטע וועלט'ס באשולדינגונגען צו פוטין זענען פאלטש דאן געט דעיס א פלאץ חושש צו זיין אז נאך פון די אנדערע באשולדיגונגען זענען מעגליך נישט אמת אדער כאטש ווייניגער ווי מען האט געמיינט, נישט קיין חילוק די באשולדיגונגען פון פאר בוטשא אדער נאך בוטשא.

פארשטייסט טאקע נישט אדער דו מאכסט זיך נאר?

דא גענוג און נאך וואס מזעיט קלאר אז רוסלאנד האט געטוען, אז אפילו לו יצוייר דא איז עס נישט געווען ער, ווערט ער בהחלט נאכנישט אויס מערדער

בוטשא האט מען אויך געזעהן קלאר.
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

טישטוך האט געשריבן:איז אזוי:

די צווייטע ארטיקל וואס מיר האבן געלעזט מיט די פארגלייזטע פרייטאג צונאכטס אויגן, נאך עטליכע גרויסע גלעזער ראזע, איז געווען דער עלף מינוט מיט ר׳ חיים קנייבסקי זצ״ל. דער יעניגער האט א שריפט וואס לאזט זיך נישט אויסלאזן, אבער ערגעצוואו האט ער זיך נישט גענוג מתמקד געווען אויפן עצם נושא, נאר ער האט זייער שטארק אראפגעלייגט דעם אלס און ארום. גראדע איז עס געווען געשמאק אבער א טראפקעלע צו אויסגעצויגן.

נישט נאר אויסגעצויגן נאר צופיל תורות וואס קיינער זיכט נישט צו זען ווען ער ליינט א מאמענט, אבער די שריפט איז עפעס עפעס
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

חרבונא האט געשריבן: צייט צירוק צו גיין צום מאמענט, אוקריינע רוסלאנד האט אשכולות פאר זיך

מען איז דא דן איבער אן ארטיקל פון דו וואך’ס מאמענט.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”