וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

ציגאנער האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:די ניגון וואס מ'זינגט אין סאטמאר ביי 'היה עם פיפיות'. עמוק עמוק!

יאפ דעיס איז ביי מיר זיכער די נומער איינס, א ווארימע ניגון איינס און די וועלט, מאכט א געוואלדיגע ארבעט און די הייליגע טעג מיט אסאך אידן!
אנכי הרואה האט געשריבן:כ'ציגאנער ועוד, די סיגוט'ע נענועים/היה עם פיפיות איז מיין סאמע שפיץ פעיוואריט.

און לאמיר פרובירן מסביר צו זיין די גאונות פון דעם ניגון (און אינאיינוועגס, איינמאל פאר אלעמאל געהעריג צונעמען די זאך...).

א יעדע ניגון איז א צאמשטעל פון צוויי פארקערטע זאכן: שכל און הארץ. כדי אז א ניגון זאל זיין שיין דארף עס סיי זיין גוט געבויט, עס דארף זיין אויסגעהאלטן און שטימען מיטן שכל, און סיי זיין געפיליש און הארציג.

בדרך כלל זענען די צוויי זאכן א סתירה איינס מיטן צווייטן, ווייל ווי מער קאפ עס ליגט אין א ניגון און ווי מער קאמפליצירט און טיף א ניגון איז, אלס ווייניגער הארציג איז עס און אלס ווייניגער קען מען רילעיטן צו דעם מיט פשוט'ע געפילן. (א לעבעדיגע ביישפיל איז יאסי גרין'ס ניגונים, וואס כאטש זיי זענען די סאמע טיפסטע היינטיגע קאמפעזאציעס וועט מען זיי כמעט קיינמאל נישט הערן נאכזינגען, ווייל ווען עפעס איז טיף און קאמפליצירט נעמט עס אוועק פון די פשוט'ע הארציגקייט, און ביי א קומזיץ וועט מען ענדערש זינגען פשוט'ע און פלאכע 'בהסתרה' ניגונים...).

און דאס איז די טשעלענדזש פון א קאמפאזער, ער דארף קענען פותח זיין על שתי הסעיפים און גיין צווישן די טראפן פון גאונות און פשטות. דאס איז גאר א שווערע ארבעט, און אין פאקט האבן דאס זייער ווייניג באוויזן.
ניינציג פראצענט פון אונזערע ניגונים (בפרט פון די לעצטע תקופה) זענען פלאכע געפילן אן קיין שום געבוי (Am און Dm אהין און צוריק...), און די אנדערע צען פראצענט זענען קאפ און מח אן קיין שום געפיל ('ארט'). ביידע אינאיינעם איז א יקר המציאות. שווער צו טרעפן בכלל, און אודאי אין היינטיגע מוזיק.

דער אויבנדערמאנטן 'היה עם פיפיות' איז א וואונדערליכער צאמשטעל. פון איין זייט איז דאס א פשוט'ער ניגון וואס יעדער קען גרינג נאכזינגען און איז געשמאק און פשוט צו הערן, און פון די אנדערע זייט ליגט דא באהאלטן גאונות עצומות!

1. דער ניגון נוצט גאר א גרויסע רעינדזש פון טענער, און שפרינג אהין און צוריק גאר ווילד (אנדערש פון רוב אנדערע ווארעמע ניגונים וואס האלטן זיך צו די זעלבע עטליכע טענער, ווייל אזוי איז עס פשוט'ער און אטאמאטיש מער הארציג).
2. דריי באזונדער מאל נוצט ער עקסידענטל נאוטס און פארט ארויס פונעם סקעיל פלאי פלאים (הערט דעם צווייטן חלק פונעם הויעכן פאל. ביים טויש פון פרעגיש צו פרידזשיען קען מען אראפפאלן פון בענקל...).
3. און אויסערדעם איז די ניגון געבויט מיט א מייסטערהאפטיגן סיסטעם, און די גאנצע ניגון לויפט אויפן זעלבן שטייגער. (עס איז שווער מסביר צו זיין אויף פאפיר. אין אנהייב גייט עס CBA, דערנאך EDC, און דערנאך GFE, DCB. ביים הויכן פאל FED, און דערנאך CBbA, און דערנאך פארקערט EFG... ודו"ק הרבה כי עמוק הוא...).

און אזא צאמשטעל איז ממש א זעלטנהייט!

ביטע ברענג דעם היה עם פיפיות איך זאל בעסער פארשטיין פון וואס דו רעדסט.
כ'ביו נישט זיכער וועלכער ניגון עס איז.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
לייטיש
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 10:10 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטיש »

קה אכסוף. ספעציעל ווען מען זינגט עס שבת ביינאכט.

עס איז דא אסאך ווארימע ניגונים. אבער גארנישט קומט נישט אפילו נאנט צו קה אכסוף.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:די ניגון וואס מ'זינגט אין סאטמאר ביי 'היה עם פיפיות'. עמוק עמוק!

יאפ דעיס איז ביי מיר זיכער די נומער איינס, א ווארימע ניגון איינס און די וועלט, מאכט א געוואלדיגע ארבעט און די הייליגע טעג מיט אסאך אידן!
אנכי הרואה האט געשריבן:כ'ציגאנער ועוד, די סיגוט'ע נענועים/היה עם פיפיות איז מיין סאמע שפיץ פעיוואריט.

און לאמיר פרובירן מסביר צו זיין די גאונות פון דעם ניגון (און אינאיינוועגס, איינמאל פאר אלעמאל געהעריג צונעמען די זאך...).

א יעדע ניגון איז א צאמשטעל פון צוויי פארקערטע זאכן: שכל און הארץ. כדי אז א ניגון זאל זיין שיין דארף עס סיי זיין גוט געבויט, עס דארף זיין אויסגעהאלטן און שטימען מיטן שכל, און סיי זיין געפיליש און הארציג.

בדרך כלל זענען די צוויי זאכן א סתירה איינס מיטן צווייטן, ווייל ווי מער קאפ עס ליגט אין א ניגון און ווי מער קאמפליצירט און טיף א ניגון איז, אלס ווייניגער הארציג איז עס און אלס ווייניגער קען מען רילעיטן צו דעם מיט פשוט'ע געפילן. (א לעבעדיגע ביישפיל איז יאסי גרין'ס ניגונים, וואס כאטש זיי זענען די סאמע טיפסטע היינטיגע קאמפעזאציעס וועט מען זיי כמעט קיינמאל נישט הערן נאכזינגען, ווייל ווען עפעס איז טיף און קאמפליצירט נעמט עס אוועק פון די פשוט'ע הארציגקייט, און ביי א קומזיץ וועט מען ענדערש זינגען פשוט'ע און פלאכע 'בהסתרה' ניגונים...).

און דאס איז די טשעלענדזש פון א קאמפאזער, ער דארף קענען פותח זיין על שתי הסעיפים און גיין צווישן די טראפן פון גאונות און פשטות. דאס איז גאר א שווערע ארבעט, און אין פאקט האבן דאס זייער ווייניג באוויזן.
ניינציג פראצענט פון אונזערע ניגונים (בפרט פון די לעצטע תקופה) זענען פלאכע געפילן אן קיין שום געבוי (Am און Dm אהין און צוריק...), און די אנדערע צען פראצענט זענען קאפ און מח אן קיין שום געפיל ('ארט'). ביידע אינאיינעם איז א יקר המציאות. שווער צו טרעפן בכלל, און אודאי אין היינטיגע מוזיק.

דער אויבנדערמאנטן 'היה עם פיפיות' איז א וואונדערליכער צאמשטעל. פון איין זייט איז דאס א פשוט'ער ניגון וואס יעדער קען גרינג נאכזינגען און איז געשמאק און פשוט צו הערן, און פון די אנדערע זייט ליגט דא באהאלטן גאונות עצומות!

1. דער ניגון נוצט גאר א גרויסע רעינדזש פון טענער, און שפרינג אהין און צוריק גאר ווילד (אנדערש פון רוב אנדערע ווארעמע ניגונים וואס האלטן זיך צו די זעלבע עטליכע טענער, ווייל אזוי איז עס פשוט'ער און אטאמאטיש מער הארציג).
2. דריי באזונדער מאל נוצט ער עקסידענטל נאוטס און פארט ארויס פונעם סקעיל פלאי פלאים (הערט דעם צווייטן חלק פונעם הויעכן פאל. ביים טויש פון פרעגיש צו פרידזשיען קען מען אראפפאלן פון בענקל...).
3. און אויסערדעם איז די ניגון געבויט מיט א מייסטערהאפטיגן סיסטעם, און די גאנצע ניגון לויפט אויפן זעלבן שטייגער. (עס איז שווער מסביר צו זיין אויף פאפיר. אין אנהייב גייט עס CBA, דערנאך EDC, און דערנאך GFE, DCB. ביים הויכן פאל FED, און דערנאך CBbA, און דערנאך פארקערט EFG... ודו"ק הרבה כי עמוק הוא...).

און אזא צאמשטעל איז ממש א זעלטנהייט!

ביטע ברענג דעם היה עם פיפיות איך זאל בעסער פארשטיין פון וואס דו רעדסט.
כ'ביו נישט זיכער וועלכער ניגון עס איז.

פון די סיגוט'ע אשכול
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

און שוין! האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:ביטע ברענג דעם היה עם פיפיות איך זאל בעסער פארשטיין פון וואס דו רעדסט.
כ'ביו נישט זיכער וועלכער ניגון עס איז.

פון די סיגוט'ע אשכול

יישר כח
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

לעצט פארראכטן דורך פאנטאזיע פליער אום מאנטאג יאנואר 31, 2022 7:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

ניגונים מיט ווערטער [שווער אויסצוקלויבן 1 ניגון] פון ניגונים אהן ווערטער איז דא גאר אסאך אין חב"ד-ברסלב-סלאנים]

נכספה [סקולען]
טעמו וראו [סקולען]
צמאה נפשי [חב"ד]
מים רבים [סלאנים]
יצוה צור חסדו[ברסלב]
אשת חיל [ברסלב]
זה אלי ואנוהו [טאש]
שיר השירים [ראזעדאוו]
צמאה נפשי [בעלזא]
כאיל תערוג [סקולען]
אמנם כן[וויזשניץ]
רחמנא דעני [חב"ד]
דרכך אלוקינו [חב"ד]
הורינו ה' דרכך [וויזניץ]
אנעים זמירות [בעלזא]
יה אכסוף [וויזשניץ]
טעיתי כשה אובד [סקולען]
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אשת חיל [שענקער]
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

קול ביער אנוכי שומע (חב"ד)
קול דודי דופק פתחו לי פון די ליטווישע דאכצוך מיר פון ר' ברוך בער
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

עס איז דא א היינטיגע שטארק ווארעמע ניגון וואס מען זינגט אין מרכז וויזניץ ובעד עמך רחמים שלי

ווע עס קען זיך מרחם זין און עס ברענגען ביטע
ייש"כ למפרע.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

נשמת השכל האט געשריבן:אתיתי לחננך [אני מאמין] - שלמה קארליבאך.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=27451
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
לייקוס
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פארגעסן אויסצורעכענען ניגון ע"ט פון ניגוני חב"ד פון ר' אהרן חאריטונוב ע"ה - לכאורה די שטערקסטע ווארעמסטע ניגון להשתפך הנפש בו וואס כ'קען..

שטעלט אייך אין ווינקל און זינגט זיך אויס דעם ניגון, די כיסופין, געגועים ותקוה וואס דער ניגון ברענגט איז אומפארגלייכבאר!

בפרט אין א שווערע צייט, ווען די מוט איז דאון... דער ניגון נעמט אייך און שלעפט אייך ארויס פון דעם מצב, עס פירט די געפילן ישיר צום אייבערשטן!

שמעו ותחי נפשכם

https://www.dropbox.com/s/g2epgh4jv4ri8 ... 1.mp3?dl=0

דערמאנסט מיר פון די יונגע יארען איך פלעג גיין שלאפען מיט דען דעם ניגון אויף די חסידות אויפען טעלעפאון האטליין יעדע נאכט.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

נשמת - קדושת ציון מבאבוב הי"ד

צונעמט די סטרונעס פון הארץ
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

לייטיש האט געשריבן:קה אכסוף. ספעציעל ווען מען זינגט עס שבת ביינאכט.

עס איז דא אסאך ווארימע ניגונים. אבער גארנישט קומט נישט אפילו נאנט צו קה אכסוף.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

Goodmorning האט געשריבן:
לייטיש האט געשריבן:קה אכסוף. ספעציעל ווען מען זינגט עס שבת ביינאכט.

עס איז דא אסאך ווארימע ניגונים. אבער גארנישט וואס איך קען קומט נישט אפילו נאנט צו קה אכסוף.

כצ"ל, איך קען יא כאטש 5 - 10 ניגונים וואס זענען פול ווארעמער פון קה אכסוף, דשאסט טו נעים אפאר: רחמים רבים נוסח חב"ד, יעלה פון רבי ר' הערש...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אגב, די קה אכסוף ניגון האט נישט מחבר געווען הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זי"ע כטעות העולם...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אגב, די קה אכסוף ניגון האט נישט מחבר געווען הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זי"ע כטעות העולם...

טאקע? ווער דען?

מיר פערזענליך לאזט עס אויף די מערסטע. אפשר דערמאן איך זיך פונעם טיש ביי מיין רבי'ן זי"ע
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

Goodmorning האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אגב, די קה אכסוף ניגון האט נישט מחבר געווען הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זי"ע כטעות העולם...

טאקע? ווער דען?

מיר פערזענליך לאזט עס אויף די מערסטע. אפשר דערמאן איך זיך פונעם טיש ביי מיין רבי'ן זי"ע

ס'איז נישט זיכער

אין קארלין איז מען משער (לויט די סגנון און יאר וואס מ'האט עס אנגעהויבן זינגען) אז ס'האט עס מחבר געווען ר' יוסל טאלנער הי"ד
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
בעל פרנסה
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
לאקאציע: איך זוך עס נאך...

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל פרנסה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אגב, די קה אכסוף ניגון האט נישט מחבר געווען הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זי"ע כטעות העולם...

טאקע? ווער דען?

מיר פערזענליך לאזט עס אויף די מערסטע. אפשר דערמאן איך זיך פונעם טיש ביי מיין רבי'ן זי"ע

ס'איז נישט זיכער

אין קארלין איז מען משער (לויט די סגנון און יאר וואס מ'האט עס אנגעהויבן זינגען) אז ס'האט עס מחבר געווען ר' יוסל טאלנער הי"ד

דעמאלטס פארוואס האט די ניגון די ר"ת פון אהרן?
(קה 'א'כסוף
היה 'ה'וה
ויהי 'ר'חמיך
השבת 'נ'ועם)
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בעל פרנסה האט געשריבן:

די ווערטער האט זיכער מחבר געווען דער הייליגער ר' אהרן קארלינער זי"ע!
מ'רעדט דא פון די וועלטס ניגון אויף דעם זמר
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

פרינדזשעס.. האט געשריבן:עס איז דא א היינטיגע שטארק ווארעמע ניגון וואס מען זינגט אין מרכז וויזניץ ובעד עמך רחמים שאלי

ווע עס קען זיך מרחם זין און עס ברענגען ביטע
ייש"כ למפרע.

דא האט איינער עס געברענגט פאר דיר,
אבער איך קען עס נישט עפענען.

"מידת הרחמים.. ובעד עמך רחמים שאלי''

viewtopic.php?p=2129337#p2129337
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף

moishy56 האט געשריבן:

דא ביי 1.21 מינוט
קענסטו הערן 'די ערשטע חלק' פון די ניגון
https://drive.google.com/file/d/1weM9fG ... sp=sharing
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

די בעל שם טוב'ס ניגון.

נ"ב. ס'גראדע דא שיטות וואס האלטן אז ס'קומט ניש פונעם בעל שם טוב.
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:נשמת - קדושת ציון מבאבוב הי"ד

צונעמט די סטרונעס פון הארץ

טאטע אין הימל, אידאס א ניגון....!
די קינדער הפלא מיט'ן אייגנארטיגע באבובער הברות... א הערליכע פראפעשאנעל פראדוקשאן אבער האט נאך אלץ אביסל רויע חן ווי קינדער זינגען פאר'ן זיידן אין דיינונג רום... און די שפראכלאזע הימלישע כוח הנגינה פון הייליגן קדושת ציון זי"ע.

סאיז נישט די געהעריגע נשמת, וואס איז די ווערטער?
אין עוד מלבדו
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:נשמת - קדושת ציון מבאבוב הי"ד

צונעמט די סטרונעס פון הארץ

טאטע אין הימל, אידאס א ניגון....!
די קינדער הפלא מיט'ן אייגנארטיגע באבובער הברות... א הערליכע פראפעשאנעל פראדוקשאן אבער האט נאך אלץ אביסל רויע חן ווי קינדער זינגען פאר'ן זיידן אין דיינונג רום... און די שפראכלאזע הימלישע כוח הנגינה פון הייליגן קדושת ציון זי"ע.

סאיז נישט די געהעריגע נשמת, וואס איז די ווערטער?

נשמת וואס מ'זאגט ביי שחרית שמחת תורה פאר נשמת
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: וואס איז דיין שטערקסטע ווארעמע ניגון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אגב, די קה אכסוף ניגון האט נישט מחבר געווען הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זי"ע כטעות העולם...

אין קארלין זינגן זיי נישט קה אכסוף דווקא אף דעי ניגון , זיי טענהן אז אופן וועלט איז מפרסום דרוך סקווירא
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”