לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

;l;p- כינור
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

שטארק הנאה געהאט. כינור, כה לחי!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

וואף!!!!!!!!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

נישטא קיין ווערטער!! כינור בתפארתו!!!

יעצט דארף מען גיין איבערהערן דעם סידי מיט יישוב הדעת לערנענדיג די הערליכער אנאליז.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

כינור איז די זאך
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

;l;p- ;l;p- דעטאלירט און רייך באשריבן.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

כינור האט געשריבן:

מאכסט מיר איבערהערן דעם גאנצן אלבוים פון אנפאנג ביזן ענדע, דו האסט אראפגעלייגט דעטאלירט יעדע ניגון די אינטערסאנטע חידושים'דיגע שטיקלעך וואס דיין איידעלע אויער האט אויפגעכאפט און דאס מאכט מיר יעצט איבערגיין די גאנצע, נישט נאר דארט ווי דו האסט אנגעצייכנט נאר איך וויל יעצט פון פריש מיטלעבן יעדע ניגון,
אן איבעראשונג יעדע אנאליז עקסטער!!
א זאפטיגע פענע מיט די ריכטיגע מבינות.
-
נעקסט אויף די ליסט איז זיכער די נייע דאבל אלבוים פון ר' משולם גרינבערגער ערצייגט דורך די אייוועלט פראדוקשען.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ייש״כ ענדע צדיק, קיווי סטראבערי, נאר מיט שמחה, יענץ פויגל, סאבאבא, און א שרייבערל פארן נעמען די מי צו קאמענטירן אזוי שיין. עס גוט מוט אויף ווייטער.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס״ד


הרב שלמה טויסיג - חמשה קולות


די ערשטע רעאקציע איז געווען נעגעטיוו. מען פרובירט דא אויסקרויזן דעם סיסטעם? פארדינען די זעלבע אנערקענונג און פאפולעריטעט ווי ארויסגעבן אן אלבום אבער זיך שפארן האלב די געלט און דריי פערטל די כח מיטן אראפשניידן אזא 5 6 טרעקס און עס פארקויפן פאר די מאסן מיט ביליגע מארקעטינג?

די פריוויא האב איך געהערט אויף אומקלארע ספיקערס און ס׳איז מיר נישט געפאלן. איבערגעקייט די זעלבע סחורה אויף אן אנדערן וועג און שניט אויף באוואוסטע פסוקים, איי מין קאם אן מען. וואס איז מען מחדש?

בכלל פארשטיי איך נישט דעם פענאמען. וויבאלד ביי ״זיי״ איז דא אזא מושג (EP) מוזן מיר נישט נאכטאנצען דעם גוי. מילא דער גוי וואס הערט נאר אויף ספאטעפיי, זיין הויפט מוזיק פלאטפארמע, קען מישן נאכן אויסהערן די פינעף ניגונים צו אנדערע, אבער דעם איד וואס קויפט דעם סידי און לייגט עס אריין אינעם פארצייטישן טעיפ ריקארדער וועט יעצט מוזן איבערהערן יעדע 20 מינוט די זעלבע ניגונים? מען דארף געבן מינומים פערציג מינוט נאכאמאל איבערצוהערן דעם זעלבן ניגון… אז נישט וועט עס קריכן.

נישט לאנג צוריק איז געווען אויפן מארקעט די ״דאבל סינגעל״ פאר 2.99 אין די געשעפטן. כ׳האב עס פארשטאנען. ער האט נישט קיין געלט פאר אן אלבום, און ער וויל ארויסגעבן זיין ארט כאטש צוביסליכווייז, פארקויפט ער א קוואליטי פראדוקט מיט גוטע מוזיק אין די געשעפטן פאר א ביליגע פרייז. מען קויפט זיך איין פאר פרישטאג א ניגון צוויי מען הערט עס אין אפיס צו ווי אימער, מען האט הנאה, און שוין. אויב האט מען עס ליב וועט מען זיכער מאכן עס אריינצולייגן אין די פעיוועריטס.

אבער א האלבע אלבום איז אזא פארעווע אומגעקאכטע פראדוקט.

נומבער 1:
דאס דארף זיין אין פלאץ פון אן אלבום? עס לאזן לויפן האט נישט קיין פשט ווייל יעדע צוואנציג מינוט הערט מען אודך די זעלבע זאך. אויסהערן מיט יישוב הדעת און זיך מחבר זיין מיט די תוכן, דארף איך מער ווי פינעף ניגונים. שטעל דיך פאר מיכאל קומט ארויס מיט פינעף ניגונים און שוין. דו פארציילסט מיר א האלבע מעשה.

אן אלבום איז א ספר. עס האט אן אנהייב, מיטן, און סוף. עס פארציילט א סיפור.

נומבער 2:
נשתכח תורת אלבומ׳ס. פארוואס מען געבט זיי בכלל ארויס. ר׳ אברהם פריד האט נישט געגעבן א כאפ צאם ניגונים און עס ארויסגעגעבן אלס בלויזע אדווערטייזמענט. ער האט געהאט א ציל. פארשטייט זיך אז ער האט אויך געוואלט בויען א קאריערע ארום זינגען, אבער ער האט געהאט א ציל. צו פון אויפטוהן, צו פון קירוב, צו ארטיסטישקייט, צו ער האט סתם געוואלט מהנה זיין דעם עולם דורכן ארויסגעבן ווי מער חומר אבער נישט בלויז ארויסגעגעבן אן אלבום אלס ביזנעס קארטל. מוטי שטיינמעץ האט געזאגט אין אן אינטערוויא אז ער וויל ארויסגעבן ווי מער; די באשעפער האט אים געגעבן א מתנה און ער וויל מהנה זיין די עולם דערמיט. ער וויל אויך פארשפרייטן ניגונים וואס ער האט א געפיל צו. אייזיק האניג געבט ארויס וואס ער האט ליב. סתם ארויסצוגעבן אן אלבום ווען די איינציגע ציל איז בלויז אדווערטייזמענט האסטו גערויבט דאס גאנצע געפיל מיט וואס מען גייט צו צו א ניגון. אן אלבום פון פינעף ניגונים איז א געניעלע וועג צו שניידן די ווערד פון די ביזנעס קארטל אין העלפט אבער וואס איז מיט די תוכן?

ווי איך פארשטיי איז EP נאר א מיטל צו וואקסן אויף. עס איז נישט א סינגל, עס לאזט א גרעסערע רושם, אבער אויך נישט קיין אלבום. עס איז א וועג פאר מתחילים צו לאזן וויסן די מאסן אז מען איז דא. פון ארויסגעבן אלבום׳ס צו אן EP, איז א דאונגרעיד.

(ר׳ שלמה זאגט אז ער האט פאפולייזד סינגעלס אין די היימישע מארקעט מיטן ארויסגעבן סינגעלס אויף א רעגילמעסיגן פארנעם, און יעצט וויל ער זיין דער נחשון און דאס פאפולעראזירן. ( ?? כ׳ווייס נישט ווי אזוי מען ספעלט עס).

פון א זינגערס פערספעקטיוו איז ער א מייסטער ביזנעסמאן. אבער מ׳ברויך געדענקען, סינגעלס איז גארנישט אזא געוואונטשענע ערשיינונג. ס׳האט אין א געוויסע זין אראפגעברענגט קוואליטעט און קאמערציאליזירט מוזיק ווען יעדער שמויגער וואס וויל פאפולעריזירן זיין צורה ריליעסד א מוזיק ווידיא. יא, עס האט טאקע געגעבן אן עפענונג פאר ארטיסטן און באמת געלונגענע מענטשן נישט צו דארפן אנקומען צו די הויעכע פענסטער, אבער די גוטע וואלטן סייווי ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט מיט די ריכטיגע סיעתה דשמיא. עס איז טאקע געשמאק און כשר׳ע ענטערטעינמענט אבער עס האט אוועקגענומען די באדייט פון א ריכטיגע אידישע ניגון.

עס איז דערפאר געווארן אין גרויסן טייל נחלת הארגעניזאציעס ווי איידער פאר ארטיסטן און משוררים. יא, ס׳זענען דא וואס פארציכטן נישט און געבן טאקע ארויס הערליכע זאכן ווי בוני עולם, דרשו, חסדי לב ועוד, אבער געוויסע זענען סתם געהאקט און עס מאכט די ארט ביליג.

ווי פריער דערמאנט, היינט איז דא געוויסע וואס געבן ארויס אן אלבום בלויז אלס מיטל. ס׳איז טאקע נישט די כוונה הרצויה וואס מען ברויך האבן און האט טאקע אריינגעברענגט נישט רוח חכמים נוחה הימנו׳דיגע קאמפאזיציעס וואס מען האט אריינגעשטעלט בלויז כדי צו צופרידנשטעלן די מאסן, אבער כאטש האט מען משקיע געווען אין קוואליטעט. צוליב סינגעלס האט מען געטראפן א שארטקאט און א וועג ארויס צו ווערן פאפולער, און מען קען ציילן אויף איין האנט וויפיל אלבומס קומען ארויס. עס ווערט רעדוצירט יאר יערליך מער און מער.

בכלל די גאנצע מהלך ווי אזוי מען גייט צו צו הערן א ניגון איז געווארן זייער פארעווע. ס׳איז געווארן א קאם ענד גאו, מ׳הערט נישט איבער און מ׳פארטיפט זיך נישט אין א ניגון, מ׳הערט אזא 7 נייע א טאג, א שנעלע ענטערטעינמענט, און דארט ענדיגט זיך עס. די הנאה וואס מען האט אמאל געהאט פון א ניגון איז פארגאנגען. עס איז געווארן געפערליך קאמערציאליזירט און א בחינה פון פעסט פוד. אמאל בכלל איז ארויסגעקומען ווייניגער, איז יעדע ניגון געווען א דייעמאנט. מען האט עס באטראכט, זיך פארטיפט דערין , עס איינגעחזר׳ט, און עס איבערגעזינגען.

ועוד, אין די סינגעל וועלט איז דא א געפערליכע בלבול פון אוכל און פסולת. אין די וועלט פון אלבומס איז אלע שוואכע סחורה ארויסגעפאלן און נאר די סמעטענע פון די סמעטענע האט דערגרייכט דעם ציבור.

זינגער געבן ארויס צומאל פיינע סינגעלס כדי זיך צו האלטן אויפן אויבערפלאך פאר א וואך צוויי און דערנאך ווערט עס פארוואסערט און מען ווייסט ניטאמאל ווי מען קען הערן דעם ניגון. טאקע דערפאר איז די פראיעקטן פון אייוועלט ארויסצוגעבן די אלע ניגונים א געוואונטשענע זאך וואס איז ווערד צו באגריסט ווערן אפי׳ אינדרויסן פון אונזער וועלטעלע. מען ברענגט אלעס צוזאם לפונדק אחד, מ׳לייגט עס אריין אין א כלי; אן אלבום.)

אבער מ׳ברויך דאך געבן א טשאנס פאר ר׳ שלמה׳נען, און אנערקענען אז פון אונטערן באוואוסטזיין איז די ערשטע בליק אלס מער נעגעטיוו גענויגט און בפרט אויף א נייע פראדוקט, אלזא לאמיר אויסטוהן די סקעפטישע ברילן און זיך אנטון די פאזעטיווע, און אנהייבן אויסהערן דעם אלבום.

1. עזרי
לחן: איצי ברי


ערשטן מאל הערן: המממ, פלעין סימפל פימפל אן צופיל חידוש, א דריי ארויף א דריי אהער, ניטאמאל גוט אנגעטון אויף די ווערטער אזש מ׳דארף אריינלייגן דעם אוי אוי אוי כסדר. די הויכע פאל איז נישט שלעכט. אבער, און נאכאמאל אבער, בעצם איז עס א שטייטע ניגון. די הויעכע פאל איז ווי עס שיינט קודם געווען א שטייטע ניגון - 67 bpm און דערנאך האט מען מחליט געווען עס צו מאכן אן אומפאה.

אויסגענוצטע ווערטער און איך זעה נישט אז דיע מעלאדיע זאל מאכן די ווערטער שיינען מער ווי עס שיינט שוין.

לגבי פירוש המילות; די ערשטע פאל וואס וואלט ווען געדארפט זיין מער בעטענדיג, איז מער אפליפטינג ווי די צווייטע פאל וואס דארף פראקלימירן דעם עזרי מעם הד׳ מיטן גאנצן קנאק. אבער איך קען דאס נישט שרייבן ווייל די קריטיק קען מען האבן אויף גאר אסאך היינטיגע ניגונים.

דעם צווייטן מאל הערן: א שיינעם אינטרא. די קווייער איז זייער נאטורליך געמיקסד. בכלל נישט קיין שלעכטע ניגון. טאקע נישט קיין בריסקע חידוש אבער נישט אוועקצומאכן. די ניגון איז פערפעקט ווען עס שפילט אונטער ווען מען קרוזד 67 מייל א שעה אויפן הייוועי.

ר׳ שלמה קומט אריין קלאר. שיינע וואקאלן.

מיר קוקט אויס אז דער איצי ברי האט געקאפיעט די מוזיק פון איינע פון די טרעקס אויף נפתלי קמפה׳ס סידי און עס אהער געברענגט… נישט ממש, דאך איז דא אביסל נייע חידושים אין די אררעינדזשמענט אבער עס איז זייער ענדליך. אבער דאס קען מען זאגן אויף אסאך אררעינדזשערס.

א קומזיץ ניגון. די עיקר ריטעם אינסטרומענט איז די אקוסטיק גיטאר.

וויבאלד עס איז אזא לייכטע אומפאא לידל וויל מען דאס גראד צוגלייכן צו ר׳ שלמה׳ס פאפולערן לד׳ הארץ ומלואה. עס האט אבער נישט די זעלבע אינגרידיענס. די אינטרא פון יענעם ניגון איז געווען די גאנצע חידוש. דא איז עס נישט פארהאן.

א 4 אהאלב סטאר ניגון

2. ברענג שוין
לחן: איצי ברי

ערשטן מאל הערן: פשיהא שלמה קומט אריין מיט הערליכע וואקאלן. א שיינע ערשטע פאל, נישט ווער ווייסט וואס. גאנץ א בעטעמטע הויעכע פאל, מיט א שיינע אינטערלוד. די קווייער געפעלט מיר. די אקקארדיען קומט אריין קלאר.

צווייטע מאל הערן: די ערשטע פאל איז גאנץ שיין. ברענג שוין, ברענג שוין די טעג, טייטשט גאר גוט אפ די ווערטער. אוועראלל א שיינע פיקטשער. א גוטע אררעינדזשמענט אויכעט.

דריטע מאל הערן: כ׳זעה נישט איך זאל האבן א דראנג דאס איבערצוהערן. מילא ער האט עפעס א שטארקע מעסעדזש וואס זאל מיר מעורר זיין אבער די געדאנק אז מען זאגט פארן אויבערשטן ׳ברענג שוין די טעג׳ איז שוין אן אלטע, און די איינציגע נייע זאך איז די מעלאדיע. אין אן אלבום וועלט עס געווען פערפעקט אנצופילן דעם סידי, אבער מיט פינעף ניגונים ברויך יעדע ניגון זיין א באמבע.

די טונינג איז אביסעלע צו שטארק אין געוויסע פלעצער.

א קומזיץ ניגון. די עיקר ריטעם אינסטרומענטן זענען די אקוסטיק גיטאר און פערקאשען.

א 4 אהאלב סטאר ניגון.


3. קוינו לו
לחן: איצי ברי

הו הו די אררעינדזשמענט קומט אריין קלאר… פיינע Synth בעיס ליין און עלעקטריק גיטאר. חידוש חידוש.

וואס איז דער דייוו פונעם עלעקטריק גיטאר אינדערמיט (34:)? ער טונד זיין גיטאר?

די אנהייב הויעכע פאל איז צו אנגעזעצט. ונשמחה בישועתו איז א שיינע דריי און האט געראטעוועט דעם ניגון ווי אפרים דעם כינוס.

די ווערטער אין ערשטע פאל זענען נישט גוט געזעצט. ער כאפט אריין ווערטער.

צווייטן מאל הערן: א שיינעם טרעק. הנאה געהאט. קענדי צום אויער. ביזדערווייל די מערסטע הנאה געהאט פון דעם רצועה.

5 סטאר ניגון


4. שמע ישראל
לחן: איצי ברי

שיין שיין! א געלונגענע ערשטע פאל. די הויעכע פאל איז גוט אבער וואלט געקענט בעסער זיין, ניין? כ׳פיל נישט דעם ציפ.

צווייטע מאל: גאר א שיינע ערשטע פאל, ווערד א מעדאל, און א רעלאטיווע גוטע הויעכע פאל. אוועראלל א שיין בילד. גוד דזשאב שלמה. ער ציט טענער גאר פיין.

דעם דריטן מאל: די הויעכע פאל איז גאר שיין!

ער קומט אריין מיט עלעקטריק פיאנא און פעד און גייט אריין אין א א פיינע איידעלע לופטיגע אררעינדזשמענט. א גוטע אינטערלוד מיט פיינע קאורד טזשעינדזשעס.

5 אזעלכע ממקומו׳ס און די אלבום איז א היט.

5 סטאר ניגון


5. ממעקים
לחן: אלי קליין

נאך א קומזיץ ליד. די אינטרא איז אן אלטע. כ׳כאפ נישט די טשולענט. מן המיצר ׳קראתי׳ קה, איך רוף גאט; א לשון נוכח, און דערנאך רעדט מען בלשון נסתר; בכל לשון ׳שישראל׳ קוראים ?? תיקו. די הויעכע פאל איז שיין אבער אוועראלל איז עס נאך א פלעינע ניגון.

די קינדער וואלטן געקענט בעסער זיין געמיקסד.

הפלא ופלא. ביי 58: ווערט די ניגון פלוצים העכער. שוין, זאל זיין אזוי.

צווייטן מאל הערן: א שיין לידל. פאסיוו, וואויל, באדערט נישט און בייסט נישט.

4 אהאלב סטאר ניגון

דעטס איט! די אלבום איז פערטיג.
………


פון די גראפיקס אויפן קאווער און בוקלעט פארשטיי איך אז מען האט געוואלט שפארן טינט. גראדע איז עס נישט שלעכט. שיין און מינומעליסטיש.

אוועראלל א רואיגע אלבום, שיינע ניגונים, גוט געזינגען, מיט פיינע אררעינדזשמענטס. דאך פיל איך אז עפעס פעלט אין דעם אלבום. כ׳זעה נישט קיין שלימות. ס׳קען זיין אז כ׳קום פון א הויעכן בוים; מוטי שטיינמעטץ׳ס אלבום, און יעצט הער איך מער אזא קומזיץ אריענטעד אלבום, שטארק מעגליך אבער איך באקום נישט דעם פולען פיקטשער, איך זעה נישט וואס דער זינגער וויל פארציילן.

ווערדיקט: כ׳האף אז מען וועט נישט בקרוב דארפן עפענען אן אשכול ״לענגערע אנאליזן אויף האלבע אלבומ׳ס״.

אבער מען דארף זען דעם צווייטן צד. מען קען זען ווי דאס קען העלפן זינגערס, וואס וואלטן נישט גע׳חלומט אריינצושפרינגען ארויסצוגעבן אלבומ׳ס, ארויסצוגעבן אייגענע סחורה וואס מען קען פארקויפן אויפן שאפע. דאס איז א שטארקע מעלה. כ׳וועל עס נאכאמאל מדגיש זיין, דאס איז גאר א שטארקע מעלה און קען זיין א געים טזשעינדזשער. אויב ר׳ משה אייזענבערג, יששכר גוטמאן צו סיי ווער וועלן נעמען די מי און ארויסגעבן אזא האלבע אלבום האט זיך שוין געלוינט דאס גאנצע זאך. אויב אן דעם וואלט מען גארנישט ארויסגעגעבן און נאר דערפאר געבט מען ארויס, פארשטיי איך דעם קאנצעפט.

נאך א מעלה האט די פענאמען, אז בעלי מנגנים וואס געבן ארויס א פולע אלבום און נאר פינעף ניגונים זענען גוט און ס׳איבריגס אבי געהאקט, קענען און זאלן ארויסגעבן נאר די גוטע אין א האלבע אלבום כדי די שוואכע ניגונים זאלן נישט אוועקנעמען די טעם פון די גוטע, און אזוי אויך לוינט זיך עס פארן ארויסגעבער; עס איז פשוט ביליגער.
……….


סדר הניגונים:
שמע
קוינו
ממעקים
ברענג שוין
עזרי

נאכן פערדן מאל אויסהערן דעם אלבום אויף איינמאל מיט א לייכטע אויער מוז איך זאגן אז כ׳האב הנאה געהאט. פשוט הנאה געהאט. עס איז שיין און געשמאק, און אויף דעם זאג איך שכוח ר׳ שלמה. דעי פאראגראף איז נאך די וויכטיגסטע.

ר׳ שלמה איך וויל זעהן נאכאיינס.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
פארן מעכטיגן הקדמה! wow!!!!!!!

(און טענקס פאר איינס פארן לעצטן שטיקל:
טאקע דערפאר איז די פראיעקטן פון אייוועלט ארויסצוגעבן די אלע ניגונים א געוואונטשענע זאך וואס איז ווערד צו באגריסט ווערן אפי׳ אינדרויסן פון אונזער וועלטעלע. מען ברענגט אלעס צוזאם לפונדק אחד, מ׳לייגט עס אריין אין א כלי; אן אלבום...)

נאכנישט געהערט די סידי, דאך קעניך זיך נישט האלטן פון ליינען ווייטער.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

בום בום בום…

הערליך צולייגט יעדע ניגון ביזן סוף..

ווי זאגט נמ״ש, נאכנישט געהערט, אבער נישט געקענט סטאפן ליינען..

ס׳וועט זיך הערן גאר אנדערש נאך אזא אנאליז..

שכח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

@כינור צום פוינט!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

דאס אז דו ערלויבסט'עך צו שרייבן אביסל קריטיק מאכט נאר שטערקער דיינע קאמפלימענטן אין אן אנאליז!!

די סידי אליין בין איך ביזדערווייל אויך נאר אנגעקומען צו הערן מיט א האלבע אויער, אפשר האט עס שייכות מיט דעם אז ס'איז נאר א האלבע סידי, וואס דאס האט פאראורזאכט אז מיין אטענטשן ספען איז אויך געשניטן געווארן אז איך הער עס נאר אויס האלבוועגס, ווער ווייסט?! ס'איז אבער אויף מיין ליסט עס אויסצוהערן.

וואס כ'האב יא ארויסגענומען פון דיין אנאליז איז דיינע זאפטיגע אויסדרוקן און לשונות, וואס האט מיר שטארק געכאפט, ווי לדוגמא:
כינור האט געשריבן:סינגעלס איז גארנישט אזא געוואונטשענע ערשיינונג. ס׳האט אין א געוויסע זין אראפגעברענגט קוואליטעט און קאמערציאליזירט מוזיק ווען יעדער שמויגער וואס וויל פאפולעריזירן זיין צורה ריליעסד א מוזיק ווידיא.

אויסגענוצטע ווערטער און איך זעה נישט אז דיע מעלאדיע זאל מאכן די ווערטער שיינען מער ווי עס שיינט שוין.

צווייטן מאל הערן: א שיינעם טרעק. הנאה געהאט. קענדי צום אויער.

פון די גראפיקס אויפן  קאווער און בוקלעט פארשטיי איך אז מען האט געוואלט שפארן טינט. גראדע איז עס נישט שלעכט. שיין און מינומעליסטיש..

כ׳קום פון א הויעכן בוים; מוטי שטיינמעטץ׳ס אלבום, און יעצט הער איך מער אזא קומזיץ אריענטעד אלבום,

ווערדיקט: כ׳האף אז מען וועט נישט בקרוב דארפן עפענען אן אשכול ״לענגערע אנאליזן אויף האלבע אלבומ׳ס״.

אויב ר׳ משה אייזענבערג, יששכר גוטמאן צו סיי ווער וועלן נעמען די מי און ארויסגעבן אזא האלבע אלבום האט זיך שוין געלוינט דאס גאנצע זאך. אויב אן דעם וואלט מען גארנישט ארויסגעגעבן און נאר דערפאר געבט מען ארויס, פארשטיי איך דעם קאנצעפט.
הלוואי!
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

א שרייבערל האט געשריבן:דאס אז דו ערלויבסט'עך צו שרייבן אביסל קריטיק מאכט נאר שטערקער דיינע קאמפלימענטן אין אן אנאליז!!

די סידי אליין בין איך ביזדערווייל אויך נאר אנגעקומען צו הערן מיט א האלבע אויער, אפשר האט עס שייכות מיט דעם אז ס'איז נאר א האלבע סידי, וואס דאס האט פאראורזאכט אז מיין אטענטשן ספען איז אויך געשניטן געווארן אז איך הער עס נאר אויס האלבוועגס, ווער ווייסט?! ס'איז אבער אויף מיין ליסט עס אויסצוהערן.

וואס כ'האב יא ארויסגענומען פון דיין אנאליז איז דיינע זאפטיגע אויסדרוקן און לשונות, וואס האט מיר שטארק געכאפט, ווי לדוגמא:
כינור האט געשריבן:סינגעלס איז גארנישט אזא געוואונטשענע ערשיינונג. ס׳האט אין א געוויסע זין אראפגעברענגט קוואליטעט און קאמערציאליזירט מוזיק ווען יעדער שמויגער וואס וויל פאפולעריזירן זיין צורה ריליעסד א מוזיק ווידיא.

אויסגענוצטע ווערטער און איך זעה נישט אז דיע מעלאדיע זאל מאכן די ווערטער שיינען מער ווי עס שיינט שוין.

צווייטן מאל הערן: א שיינעם טרעק. הנאה געהאט. קענדי צום אויער.

פון די גראפיקס אויפן  קאווער און בוקלעט פארשטיי איך אז מען האט געוואלט שפארן טינט. גראדע איז עס נישט שלעכט. שיין און מינומעליסטיש..

כ׳קום פון א הויעכן בוים; מוטי שטיינמעטץ׳ס אלבום, און יעצט הער איך מער אזא קומזיץ אריענטעד אלבום,

ווערדיקט: כ׳האף אז מען וועט נישט בקרוב דארפן עפענען אן אשכול ״לענגערע אנאליזן אויף האלבע אלבומ׳ס״.

אויב ר׳ משה אייזענבערג, יששכר גוטמאן צו סיי ווער וועלן נעמען די מי און ארויסגעבן אזא האלבע אלבום האט זיך שוין געלוינט דאס גאנצע זאך. אויב אן דעם וואלט מען גארנישט ארויסגעגעבן און נאר דערפאר געבט מען ארויס, פארשטיי איך דעם קאנצעפט.
הלוואי!




;l;p- ;l;p- ;l;p-

א דאנק אייך א שרייבערל פארן נעמען די מי ארויסצוברענגען וואס איר האט הנאה געהאט. דו נעמסט דיין צייט און שרייבסט שיינע לאנגע תגובות בלויז צו קאמפלימענטירן יענעם! א גאלדענע פעדער מיט גאלדענע מידות. כמותך ירבו!
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

עפעס א מענטש האט געשריבן:@כינור צום פוינט!


א דאנק אייך!

היסטאריש האט געשריבן:בום בום בום…

הערליך צולייגט יעדע ניגון ביזן סוף..

ווי זאגט נמ״ש, נאכנישט געהערט, אבער נישט געקענט סטאפן ליינען..

ס׳וועט זיך הערן גאר אנדערש נאך אזא אנאליז..


שכוח פאר די שיינע רייד!

נאר מיט שמחה האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
פארן מעכטיגן הקדמה! wow!!!!!!!

(און טענקס פאר איינס פארן לעצטן שטיקל:
טאקע דערפאר איז די פראיעקטן פון אייוועלט ארויסצוגעבן די אלע ניגונים א געוואונטשענע זאך וואס איז ווערד צו באגריסט ווערן אפי׳ אינדרויסן פון אונזער וועלטעלע. מען ברענגט אלעס צוזאם לפונדק אחד, מ׳לייגט עס אריין אין א כלי; אן אלבום...)

נאכנישט געהערט די סידי, דאך קעניך זיך נישט האלטן פון ליינען ווייטער.


יאפ, שכוח פארן זיין דער קאפ און מח אונטער די הערליכע אייוועלט פראיעקטן וואס קלינגט אפ איבעראל! כ׳ווייס דאך יא אביסל וויפיל שעות דו לייגסט אריין... די זכות זאל דיר ביישטיין.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך האב דעם חצי צורה אלבום נישט געהערט. אבער דיין אנאליז האב איך אפגעליינט און זיך דערקוויקט... דיינע אויסדרוקן זענען שמאלציג!

יישר כח!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כינור האט געשריבן:בס״ד


עתיק יומין - מגן אבות


וואַו!

יעצט געליינט. האסט מיר געמאכט צוריק אנצינדן דעם אלבום נאכ'ן שוין האבן באורד געווארן דערפון אפאר וואכן צוריק...
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

כינור געוואלדיג שבעגיוואלדיג!

כינור- אנאליז
לחן: כינור שבעאייוועלט

דיינע אנאליזן ליינען זיך רגשות׳דיג,
דער שרייבער נעמט מיר אריין אין די עולמות,
ווער איז די דראממער אפפס, שרייבער?
עפעס מאסיוו!!
איך מיין די זינגער דארפן גיר געבן א פריע ווערסיע פון זייערע אלבומ׳ס פאר די אינהאלטסרייכע אפהאנדלונגען!!
יישר כח!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ממוצע האט געשריבן:


טענק יו סאו מאטש....

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:


קיינמאל צו שפעט צו זאגן א גוט ווארט... א דאנק אייך קלאצי.

הקולמוס שלי האט געשריבן:


פשיהא א לאנגס און א ברייטס... אזאנס האט מען זיך נישט געראכטן אויף... מענטשן ווי דיר געבן די מוט צו שרייבן. כמותך ירבו! א גרויסן דאנק אייך!

ספוילער... אט אט קומט אויף ר׳ משה
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

קאלינען האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=53001

מ'ווארט מיר אויף כינור'ס אנאליז.... אביסל מער ניכטער
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס״ד

לנצח - ניגוני ר׳ משה גאלדמאן ז״ל


אן אלט-ניי סידי איז ערשינען אין היימישן מארק און די שטאט קערט זיך איבער. א נייע מחנה שלוה. די גריסן און אפרוף פונעם ציבור ווייזט נאר אז די לעכצט נאך איידעלע חן איז קיינמאל פארשטילט געווארן און אז מען סערווירט א מחנה שלוה יארן נאך די אומאפיציעלע פארזיגלונג פונעם סעריע אין סאמע ווינטער צוכאפט עס דער עולם ווי מצה וואסער.

עס איז איינגעשטעלט ארויסצוגעבן ניגונים פון א געשעצטן מלחין, ווארום מ׳ברויך זיכער מאכן נישט צו שעדיגן זיין נאמען און לעגעסי ווי מען רופט עס. נא, איז לאמיר זעהן וואס דער סידי האט צו דערציילן.

ניגון 1.
כי אתה

דער ערשטער רגע כ׳האב אנגעהויבן הערן די וואקאלן איז מיר באפאלן אזא ׳פלעשבעק׳…

ס׳לאזט זיך נישט גלייבן, מ׳שטיי מיר אין 2022 און איך הער אויס א נייע אלבום פון ר׳ משה גאלדמאן… האב איך נישט געגלייבט אז דאס וועט פאסירן, אבער לאמיר נישט פארקריכן צו מיינע עמאציעס, לאמיר זיך ענדערשט קאנצענטרירן אויפן אלבום און דערגיין איר תוכן.

(אין עי סייד נאוט… כ׳פיל מיר עפעס אזוי אומבאקוועם צו שרייבן א רעוויא אויף א סידי פון אזא לעגענדארע קאמפאזיטער… אבער א אידיש נחת פון ר׳ יוסל וואלטיך רעוויוד… נעם איך אויך די רשות הדיבור פאר דעם)

די ערשטע פאל איז שיין. יא חידוש נישט חידוש…. בא׳חנ׳ט קינדער זינגען א חסידישע ליד וואס קען זיין שענער. די הויעכע פאל איז טאקע נישט צו ניי אבער קאמפלימענטירט שיין דעם ערשטן פאל. די ניגון כשלעצמו איז גאנץ טיפיקל ווי מען רופט עס.

(אין צווייטן פאל ווי עס גייט איבער דעם צווייטן מאל ׳ורב חסד לכל קוראיך׳ הערט מען אביסל סקולען.)

די קינד וואס הארמאנייזט איז אזוי הערליך פלאצירט אין רעכטן אויער… א געוואלדיגע ארבעט.

גראד דערקענט מען אז די מוזיק ווערט געמאכט מיט MIDI; ד״ה ווירטואלע אינסטרומענטן. ר׳ חיים יצחק איז גאר א גרויסע מומחה און ספעציעליסט אין דעם פעלד און ס׳איז ממש אין בדומה לו.

א גוטע התחלה. הנאה געהאט. א בעטעמט לידל.


ניגון 2.
במה

א שיינע ערשטע פאל! הערליך און הארציג. די הויעכע פאל איז אויך הערליך! די ניגון פארקויפט חן. פשוט חן.

וואס? ר׳ משה גאלדמאן האט עס נישט געמאכט? ניין. זיין טאטע ר׳ בנימין האט עס קאמפאזירט.

(די בוים וואקסט נישט ווייט פון עפל??)

אויף וועלכע טעמפא איז די ניגון? ס׳הערט זיך מורא׳דיג שטאט. עס פילט ווי מ׳דארף אריינגיין אין א טיים מאשין און צוריקפליען א שטאק מיט יארן און זיך אריינלייגן אין דעם רואיגן אטמאספערע וואס האט געהערשט דאן וואס איך שיהיה האט עס נאך חיים יצחק געהיטן און באווייזט עס ארויסצוברענגען אין דעם אלבום.

ר׳ חיים יצחק רעכנט זיך לגמרי נישט מיט היינט... ער ווייסט ניט אמאל פון די ׳אטטענשען ספען׳ דעפעציט וואס פראדוסערס שרייען אז די דור איז נעבעך לקוי דערין. ער טוט זיך זיינס אן זיך רעכענען מיט די אינדוסטרי קיין כי הוא זה. היינטיגע פראדוסערס וואלטן שוין גע׳פסל׳ט דעם אלבום ביים ערשטן זיצונג. דארפסט פארשטיין... ס׳איז נישט פאר היינט... וכו׳. אבער ער האט זיך נישט געלאזט. וירא הקהל וישפוט ווער עס איז גערעכט.

א הערליכע אינטרא!
(די סאונד פון די סטרינגס מיט וואס ער הייבט אן הערט זיך ווי די פלאג-אין ׳hollywood east west׳ ניין? ער נוצט די עקספרעשאן געוואלדיג.)


ניגון 3.
ישראל בטח

אקעי, שיין און געשמאק, טאקע נישט פון די צען קרוין ניגונים פון ר׳ משה, אבער ראוי לעלות על רעקארד מלכים.

די ניגון ציילט זיך מער צווישן די טיפיקאלע. עכ״פ ווען מען הערט עס קען מען צומאל גראד אנדייטן ענדליכקייטן צו אנדערע ניגונים. אבער לאחר המעשה איז עס גאר א געשמאקע לידל. שיינע פעלער וואס האבן א שייכות איינס מיטן אנדערן און קומען זיך פיין צונויף. דא איז אויך דא נייע תנועות.

כ׳האב שטארק הנאה פון דעם ליד! מען שרייט מיט א פאטריאטישקייט ישראל בטח בד׳ אז ס׳גייט א רויעך… און דערנאך ׳טרייסט׳ מען זיך מיט א רואיגקייט אז יא ס׳איז נישטא וואס צו זארגן. ר׳ משה בתפארתו. די מער איך הער עס די מער גלייך איך עס.

אוהא די יונגל זינגט מיט ענערגיע…


ניגון 4.
אם אמרתי

די ניגון פילט אן מיט נאסטאלגיע, נעמליך די ניגון איז שוין געווען אויף איינע פון מיכאל׳ס אלבום׳ס. גאר א שיינע הארציגע מעלאדיע.

(די פידל אנהייב איז נישט קיין עכטע… יא אזוי ווי איר הערט. עס איז די ווירטואלע Swam solo violin וואס הערט זיך מורא׳דיג ענדליך צו אן עכטן פידל. (די חידוש פון דעם פידל איז אז עס איז נישט צוזאמגעשטעלט פון סעמפלס ווי די געווענליכע אינסטרומענטן וואס באשטייט פון עכטע רעקארדירינגען נאר עס איז פיזיקעל מאדעלינג דאס הייסט געבויט פון סקרעטש דורך א סינטעסייזער וואס איז א שמועס פאר זיך און פיט נישט אריין אין די ראמען פון אן אלבום ריוויא)

ער מאכט דא גאר פיינע מוזיק און טוט אן די ניגון פערפעקט. גאר א שיינעם אינטרא.


ניגון 5.
אתה בחרתנו

אזאנס האב איך נאכנישט געהערט… א ניגון זאל זיך אנהייבן פון אזא הויעכן נאוט?

א שיינע איידעלע פיר פעלעריגן ניגון.

בעצם וועל איך גארנישט אויפגעטוהן מיטן שרייבן אז די ניגון פארמאגט נישט צופיל חידוש וכדומה, וויבאלד דאס איז נישט די מטרה דא. די אלבום פראקלימירט דעם נעכטן. עס סערווירט דעם בינטל פון אמאל פשוט אביסל אנדערשט.

די מוזיק איז זייער געשמאק און נאסטאלגיש. די אוטרא איז געוואלדיג.


ניגון 6.
יה זכות

אקעי, אויב ביז אהער קען זיך דאכטן פארן אויער וואס הערט די ערשטע מאל דעם סידי אז אזאנס האט מען שוין געהערט, דא נעמט די סידי אן אנדערע עקזיט און פון דא ווערט עס שענער און געשמאקער מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט. (נאך אפאר מאל הערן זעהט מען אין די ערשטע פאר ניגונים דעם ריינעם חן וואס מען וויל פשוט אריינלייגן אין א קען און עס אפהיטן פאר די קומענדיגע דורות.)

אה לאמיר זיך אנגרייטן, דא קומט א לאנגס…

אקעי, אויסגעהערט ס׳גאנצע אין איין אטעם. א הערליכע יצירה! איידעלע תנועות וואס שלענגלען זיך גאר בע׳טעמ׳ט. עס איז ווערד צו זיין די Title טרעק.

די אינטרא איז הערליך.

די סאלא יונגל הערט זיך אויך ווי גאר אן איידעלע יונגל.

זייער הנאה געהאט פון דעם ניגון. די היט פונעם אלבום אדערווייל.

די שטאטע פאל אינדערמיט איז שטוינענד שטאט ביי 58 Bpm! שפעטער ווערט עס שוין א טראפקעלע שנעלער.

די ניגון דארף מען אויסהערן אפאר מאל ארויסצוהאבן.

ווער זינגט, ר׳ אייזיק? אה שוין לאנג נישט געהערט זיין שטימע… זיך געבענקט. וואס קען זיין שענער, ר׳ אייזיק האניג זינגט להבחל״ח ר׳ משה גאלדמאן.

די ניגון ציעט זיך אויף פולע צוויי אקטאוועס און ר׳ אייזיק זינגט עס אפ סמוד.

פארוואס הייסט נישט די טרעק לנצח? ׳חי׳יקו. (נישט געכאפט?; חיים יצחק יתרץ קושיות ואיבעיות. חחח)

מ׳הערט אסאך לאופער שטריכן אין די מוזיק.


ניגון 7.
אוהבי

פשיהא גאר אן אינטערסאנטע אינטרא אינעם מעידזשער סקעיל. פאר א רגע האמיר געמיינט אז דאס איז אן אנדערע אלבום… אבער ניין, דא זעמיר.

א שיינע ניגון אינעם מעידזשער סקעיל. דענק איך נישט אויפן מינוט צופיל ניגונים פון ר׳ משה אין דיזען סקעיל. ואל תאמר אין שומרים, די מיטעלע פאל פון אתה אין להודיע, ויזעקו אין ודבריו וואס נאך?

די ניגון שרייט איידלקייט און שלעפט אריין און געבט צו שפירן אביסל פון ר׳ משה׳ס רואיגקייט.

גאר א שיינע מעלאדיע און לייגט צו אסאך קאליר צום אלבום.

ר׳ חיים יצחק קומט אריין גאר קלאר מיט די מוזיק… און נישט פארגעסן דאס איז אלעס געמאכט מיט א קאמפיוטער… ער האט גענאגעלט דעם גיטאר. עס הערט זיך באלד שענער ווי עכט.


ניגון 8
מי האיש

ווי מער אריין אינעם אלבום אלטס שענער ווערט עס. דיע ניגון קומט שוין מיט נייע קאלירן און שפרינגט פון שטייט צו לעבעדיג און צוריק. זייער הנאה געהאט דערפון. אפאר סקולענע תנועות אינדערמיט.

א געשמאקע קאמפאזיציע וואס מאכט וואונדערן אויב ס׳איז פארבליבן פון ר׳ משה׳ן ז״ל נאך ניגונים אין דעם קאליבאר.

ווידער קומט ער אריין מיט גאר שיינע מוזיק.

(ביי 19: 20: ווערט פלוצלינג די גיטאר שטילער כדי צו געבן פלאץ פאר די יונגערליך. איז עס ריכטיג?)


ניגון 9
אודך

לאמיר אריינלייגן די קאפ אין די הענט און פרובירן געבן די פולסטע קאנצעטראציע.

א הערליכע ניגון! אזוי איידל. די איידלקייט און זיידנקייט פון ר׳ משה׳ס פערזענליכקייט קומט אממערסטענס צום אויבערפלאך ביי דעם ניגון. אזוי איידל געבויט מיט אזא ליבליכקייט.

זייער הנאה געהאט פון דעם טרעק.

די ניגון וועט רעדן צו א גרעסערע שיכט פונעם ציבור וויבאלד עס טינקט זיך אין מיינאר.

די ניגון איז לייכט נאכצוזינגען און האט א שאנס באקאנט צו ווערן.

די מענער קווייער ביי 3:08 געפעלט מיר עפעס נישט… (עס הערט זיך ווי זיי זינגען מיט אפענע מיילער מיט א פארשטאפטע נאניע…)

אויף דעם ניגון וואלט ער געקענט מוסיף זיין א פאק פון אינסטרומענטן עס צו מאכן שרייעדיג און באמבאסטיש, אבער דא קויפט ער אפ דעם ציבור מיט איידלקייט. מייסטנס פונעם טרעק באשטייט פון איין אינסטרומענט.

(מען זאגט אז די פערזענליכקייט פון א מענטש קומט ארויס ביים דרייוון… איינער פארט איידל און איינער מער אגרעסיוו, איינער איז פארזיכטיג און גראד ווי א שעפסל און א צווייטער חוש׳ט ארום אויפן ראוד ווי א זיבעלע אן דאגות נאכן פארלירן זיבן פוינטס. די זעלבע קען מען זאגן מיט די מוזיק אויף דעם סידי. זיין פערזענליכקייט שפיגעלט זיך אפ אין יעדע נאוט.)


ניגון 10.
ניגון שמחה

עס הייבט באלד אן ווערן א טראדיציע אין די מחנה שלווה׳ס אז אויב איז דא א לידל אנע ווערטער לייגט מען עס צום לעצט. דאס איז שוין די פיפטע מאל אזוי. אין ׳אשירה׳, ׳חזק׳, ׳כנשר׳, און ׳בכל העולמות׳ איז אויך אזוי געווען.

זייער א שיינע לידל.

א הערליכע אינטרא! געשמאק. די דימינישד E ביי 39: איז צום פינטל.

ר׳ חיים יצחק קומט אריין מיט׳ן טימפעני און פארט געמיטלעך אריין אין א דעבקע און דאן צו א אומפאה - דיסקא… געלונגען. נישט בארינג.

די קינדער קווייער קומט אריין עקסטער קלאר מיט דעם צי ארויף.

………


די אלבום איז אריבער מיינע ערווארטונגען! באמת שיינע איידעלע ניגונים, געשמאקע מוזיק, בא׳חנ׳ט געזונגען, יעדער קען הנאה האבן דערפון. די אלבום דארף מען הערן כמה פעמים עס ריכטיג צו דערהערן. נאך א דריי פיר מאל הייבט מען ערשט אן זעהן די שיינקייט חן און איידלקייט פון דעם הערליכן אלבום. אן ערשט קלאסיגע משה גאלדמאן אלבום וואס האט זיך נישט וואס צו שעמען זיך צו רעכענען אלס חלק פון די גלעצענדע מחנה שלוה סעריע.

ר׳ חיים יצחק, מישען אקאמפלישט!

ווען עס קומט צו מוזיק; א צד השוה וואס מען זעהט דורכאויס די גאנצע סידי איז די געוואלדיגע עטטענשען צו דיטעיל און פראפעקציניזעם פון ר׳ חיים יצחק, אזש קיין שום אינסטרומענט איז איבריג. עס שפירט ווי אלעס איז מייסטערהאפטיג אויסגערעכענט. געלט איז נישט געווען קיין פראבלעם, ווארום ער טוט אלעס מיטן קאמפיוטער און וואלט געקענט לעיארן נאך אינסטרומענטן עד אין קצבה… אבער ניין, ער האט זיך געהאלטן געטריי צום מעלאדיע און פון דעם זיך נישט גערירט. מען דערקענט די שעות על גבי שעות וואס דא איז אריין.

און אז מ׳באזינגט אים שוין; ר׳ חיים יצחק איז א פעלזן פעסטע איד וואס רירט זיך נישט פון די ווארצלן קיין האר. זיין שטארקייט און אומבויגזאמקייט איז צום באוואונדערן און איז ווערד זיך אפצולערנען פון.

סיי דא און סיי אין אנעים זמירות ברענגט ער דעם שבט הלוי.

נאך די סומאטוכע פון ר' אליעזר זז"ג האב איך געמאכט א שטיקל סיכום פון זיינע דעות און לשיטתו דארף דער נוסח פון די קליינע אידישע אותיות אין בעק פונעם סידי אביסל פארלענגערט ווערן.

חכם: לא לקנות. אם קנה, לשמוע רק ביומא דפגרא או בימי החול באופן אינו קבוע. ובאופן שאינו לשם שמחה רק לפקח עצבונו (ובלע"ז בארואיגן די נערוון) מותר לכתחילה.

רשע: לשמוע גם בשכבו ובקומו כדרך המלכים ובבית המשתה.

תם: מותר לכתחילה לדעת רוב הפוסקים.

שאינו יודע לשאול: נא לא לשמוע בשבת ויו"ט...

עפילאג:

אפען גערעדט, אין דעם סידי איז נישט פארהאן קיינע (אזויגערופענע) באמבעס. וואס איז א שטיקל מעלה וויבאלד באמבעס קענען אויפרייסן (ווי ס׳איז ליידער געשען מיט ריבון העולמים און ואפי׳ בהסתרה ה״י וואס ווען מען טראכט נאר פון די תנועות קומט די איבל ארויף). דא איז נישטא קיין לייכטע קעטשי תנועות וואס זאלן פארכאפן די המון עם אין א שיכור׳ע עקסטאזע ווינט פון חידוש. דא דארף מען נעמען דעם קאפ, לייגן אויף האלד, און זיך וועלן אביסעלע מקשר זיין מיט איידלקייט. דאס איז נישט קיין נגינה וואס מען קען טועם זיין פאר פרישטאג און שוין. און דאס איז וואס ר׳ משה גאלדמאן האט פארקויפט דאן און ציעט ביז היינט.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום מאנטאג פעברואר 21, 2022 4:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

די ערשטע זאך געפרינט! גיימערעס ליינען מיט יישוב הדעת.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

כינור האט געשריבן:משה גאלדמאן - לנצח


וויאזוי זאגט מען ככינור וכרגיל!

אפילו אן דעם ערשיינונג פון סידי לוינט זיך שוין צו ליינען דיינע געשמאקע שרייבערישע שורות.

זייער הנאה געהאט צו ליינען און זיך אויסלערנען וויאזוי אויסצוהערן א סידי.

מיט וועלכע עירפאונס הערסטו עס אז דו הערסט יעדן דעטאל?!
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

כינור האט געשריבן:משה גאלדמאן - לנצח


אזויווי אלעמאל, הערלעך שיין. ישר כח.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

זעהר שעהן באשריבן.

אגב, די ניגון וואס האט מיך דאס מערסטע צוריקגעפירט איז דווקא די ישראל בטח בה' ניגון!
דעם 'עזרם עזרם ומגינם הוא' סוף פון די ערשטע פאל איז אזא משה גאלדמאן תנועה, איך בין שיעור אויפגשפרינגען אינמיטן דרייוון...

דער גאנצער ניגון שמעקט פון די פאליסיידס... דעמאלטס אלס שנה ראשונה יונגערמאן ווען איך פלעג אפזיצן יעדע צווייטע פרייטאג אויפן פאליסיידס באמפער טא באמפער און הערן די לעבעדיגע ניגונים פון 'כנשר', 'קץ הפלאות', 'שומרים', וכו'.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”