לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

כינור! פאר אזא לענג און א ברייטס קומט זיך דיך די ספעשיל עדישאן בחינם!

וואס דער הערט צאם... איך מיין ליפא כאפט אפילו נישט די טיפקייט וואס ער האט אינעם סידי.

מיר ווארטן אויך נאך סידיס בלויז צו זיך קענען באלעקן פון דיין גאלדענעם פעדער!

האסט נאך די זעלבע העדפאונס?! ;)
אוועטאר
piano fan
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:48 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך piano fan »

woooof next level.....thanks
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

תיכף ארויסגעפרינט און אפגעליינט. קע"ה. אזוי גוט געשריבן. כנהוג האב איך דעם טעיפ נישט געהערט. און איך האב עס נישט אין פלאן צו הערן... אבער דעם אנאליז איז מאסיוו!!

כאטש א פערטל טערמינען ווייס איך נישט וואס זיי מיינען.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

נאר יעצט אנגעקומען צו ליינען די גאנצע מיט ישוב הדעת, כינור די ביסט געוואלדיג!!!! באמת הנאה פון יעדע ווארט וואס קומט ארויס פון דיין פעדער.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

כינור. פאר מיר איז דיין דעטאלירטער אנאליז מער חידוש וואו ליפא'ס ארטיסטישע חידושים. וואו דו קענסט האלטן דיין קאפ גראד, און אזוי קלאר און מיט אלע דיטעילס עס אראפגעבן אזויווי נאר כינור קען.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

I'm speechless from your analysis, this is real art. Wow!
מיני בשמים
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:31 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיני בשמים »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:כינור. פאר מיר איז דיין דעטאלירטער אנאליז מער חידוש וואו ליפא'ס ארטיסטישע חידושים. וואו דו קענסט האלטן דיין קאפ גראד, און אזוי קלאר און מיט אלע דיטעילס עס אראפגעבן אזויווי נאר כינור קען.

גא״מ
דער כינור אנטוישט נישט, ער איז מלא חידושים, ער וועפט נישט.

אזויפיל וויפיל קריעטיוועטי וואס ליגט אינעם סידי, איז כמים פנים וויפיל חידוש עס ליגט אינעם אנאליז,
כינור ביי דעי וועי אפאר מאל נאכן ליינען אן אנאליז פון דיר גיי איך קויפן דעם סידי!
בשמים טייטש געווירצן
איך שעם זיך נישט מיט מיין עכטער נאמען:זעליג וואגשאל
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

כינור. די בעסט אוו די בעסט, אזוי צצי אויסגראדן פארדרייט'קייטן דארף מען קענען.

צי לאכן אין צי באלעקן,


איך ווינדער מיר נאר צי די איינציגסטע ליין וואס די האסט נישט פארשטאנען איד די דרייוער מיט די שוויםםםם....
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

כינור! ;l;p-
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

פיינע פרישע!

הערליך. דער איז הייסע נייכעס
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
דובי'ס א פען
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 10:38 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובי'ס א פען »

@כינור

ייש"כ על לשעבר ובתפילה על העתיד, ס'קומט א אנאליז אויף ליכטיגע דורות סידי ?
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

@כינור, ס'איז א פלעדזשער צו ליינען דיינע אינפארמאטיווע געשמאקע אנאליזן.

קיפ איט אפ!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

שמואל גרינפעלד האט געשריבן:נו ווי איז ר' כינור ווען מ'דארף אים?

איך בין דא. א דאנק אייך.
את פתח לו האט געשריבן:No wards......

:| לטב או למוטב?... א דאנק אייך.
יענץ פויגל האט געשריבן:כינור טייטעלט מיר דא אהער אזא זאפטיגע קינוח, כ'מיין אנאליז, יישר כח

יו וועלקאם פארן מיר טייטלען א שכוח
ענדע צדיק! האט געשריבן:רעזערווירט
-- דא קומט מיין תגובה ווען איך וועל האבן ווערטער --

ענדע... דו גיסט צופיל גוטע ווערטער אזש דו לויפסט שוין אויס פון איידיעס... שכוח
קאלינען האט געשריבן:אין די פרצופיהן טרעק רעדט מען פון קעדילעק באלעבאטיש טעסלא ועוד

ביסט אריין אין די גורל
בעל פרנסה האט געשריבן:נישט נארמאל גוט אראפגעלייגט!
ש'כח @כינור!

יו וועלקאם!
עירוב תבשילין האט געשריבן:כינור דיינע אנאזליזן האבן שוין חזקה אז מ'דארף עס דורך ליינען מיט א רואיגקייט נאכן דורך הערן די סידי מיט ישוב הדעת. נאכנישט געהאט קיין צייט, אבער דיין אנאליז איז אוועקגעלייגט.

א דאנק אייך עירוב
ר' זעקל האט געשריבן:קען איינער עס מאכן פאר א PDF?

אפשר קנאפער שר החסד
בדרך האט געשריבן:כינור הערליך הערליך !!!!

יו וועלקאם!
עפעס א מענטש האט געשריבן:כינור! פאר אזא לענג און א ברייטס קומט זיך דיך די ספעשיל עדישאן בחינם!
וואס דער הערט צאם... איך מיין ליפא כאפט אפילו נישט די טיפקייט וואס ער האט אינעם סידי.
מיר ווארטן אויך נאך סידיס בלויז צו זיך קענען באלעקן פון דיין גאלדענעם פעדער!
האסט נאך די זעלבע העדפאונס?! ;)

אוודאי... דו מיינסט איך ווארף אוועק פינעף הונדערט דאלארדיגע העדפאונס? א דאנק!
piano fan האט געשריבן:woooof next level.....thanks

יו וועלקאם!
ממוצע האט געשריבן:תיכף ארויסגעפרינט און אפגעליינט. קע"ה. אזוי גוט געשריבן. כנהוג האב איך דעם טעיפ נישט געהערט. און איך האב עס נישט אין פלאן צו הערן... אבער דעם אנאליז איז מאסיוו!!
כאטש א פערטל טערמינען ווייס איך נישט וואס זיי מיינען.

שכוח ממוצע׳ניו!
מקווה איד האט געשריבן:נאר יעצט אנגעקומען צו ליינען די גאנצע מיט ישוב הדעת, כינור די ביסט געוואלדיג!!!! באמת הנאה פון יעדע ווארט וואס קומט ארויס פון דיין פעדער.

יו וועלקאם!
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:כינור. פאר מיר איז דיין דעטאלירטער אנאליז מער חידוש וואו ליפא'ס ארטיסטישע חידושים. וואו דו קענסט האלטן דיין קאפ גראד, און אזוי קלאר און מיט אלע דיטעילס עס אראפגעבן אזויווי נאר כינור קען.

א דאנק אייך!
fiena nieas האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

;l;p- ;l;p-
האלצשטיין האט געשריבן:
I'm speechless from your analysis, this is real art. Wow!

שכוח פאר דיין ארטיסטישע שכוח...
מיני בשמים האט געשריבן:דער כינור אנטוישט נישט, ער איז מלא חידושים, ער וועפט נישט.
אזויפיל וויפיל קריעטיוועטי וואס ליגט אינעם סידי, איז כמים פנים וויפיל חידוש עס ליגט אינעם אנאליז,
כינור ביי דעי וועי אפאר מאל נאכן ליינען אן אנאליז פון דיר גיי איך קויפן דעם סידי!

אז מען שמעקט אזאנע גוטע בשמים וועפט זיך נישט אזוי... א דאנק!
tesla האט געשריבן:כינור. די בעסט אוו די בעסט, אזוי צצי אויסגראדן פארדרייט'קייטן דארף מען קענען.
צי לאכן אין צי באלעקן,
איך ווינדער מיר נאר צי די איינציגסטע ליין וואס די האסט נישט פארשטאנען איד די דרייוער מיט די שוויםםםם....

:lol: יא יא. א דאנק!
וואלד האט געשריבן:כינור! ;l;p-

;l;p- א דאנק!
אסאך יודיש געלט האט געשריבן:פיינע פרישע!
הערליך. דער איז הייסע נייכעס

נייעס ספעלט מען מיט א עין. א דאנק!
דובי'ס א פען האט געשריבן:@כינור
ייש"כ על לשעבר ובתפילה על העתיד, ס'קומט א אנאליז אויף ליכטיגע דורות סידי ?

אי״ה קומענדיגע וואך. צופיל געשריבן דעי וואך...
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:@כינור, ס'איז א פלעדזשער צו ליינען דיינע אינפארמאטיווע געשמאקע אנאליזן.
קיפ איט אפ!

יו וואלקאם!
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

כינור פראדאקשענס -- בבליפא.pdf
(243.37 KiB) געווארן דאונלאודעד 230 מאל


כינור יו אנבעליבעוועל, כה לחי !
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מ'מוז זיין ווי כינור צו אנאליזן אזעלעכע אנאליזן. האסט געברענגט א אור חדש אויפן גאנצן בליק אויף בבליפא, אזוי קלאר און שארף מסביר געווען יעדע דיטעיל און מסדר געווען די פארפלאנטערסטע שטיקלעך.. ממש א גאונות! א גרויסן יישר כוח!!!

מה בכך האט געשריבן:
כינור פראדאקשענס -- בבליפא.pdf


כינור יו אנבעליבעוועל, כה לחי !

ייש"כ פארן פידיאף!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

[align=center]לנצח - ר' משה גאלדמאן ז"ל[/align]

כ'ווייס כ'בין שפעט, אבער כ'שפיר אז כ'מוז רעדן..

לעצטע פאר וואכן האט כלל ישראל זוכה געווען צום פריש'ן אלבום אויפן אלטן ריכטיגן חן. ווי א תיבת נח אין די היינטיגע נגינה-מבול.

איבער ר' משה ז"ל ברויך מען דאך נישט צו רעדן. זיין ניגונים קוואל פליסן שוין צענדליגע יארן אין די אידישע הערצער, און די צענדליגע אלבומ'ס זינגען זיין ריינע ווארעמע נשמה, און ברענגען אליינס ארויס זיין פרעזענליכקייט. נישטא וואס צו באשרייבן און מוסיף זיין. יהא זכרו ברוך. (בפרט אז מ'שטיימיר נאך תוך שלשה ימים פונעם יארצייט).

אז אזא סידי איז זייער שווער צו אנאליזירן, כ'האב אמאל געפרעגט איינעם (@כאניש) פארוואס מ'זעהט איהם נישט שמועסן איבער נגינה, זאגט ער אז נגינה זינגט מען... און ער איז גערעכט. א ריכטיגע ניגון זינגט מען און פארטיג, ווי קען מען שרייבן א ניגון, קען דען א פאפיר זינגען?

נאר וואס דען, אונז האמיר שוין אביסל פארגעסן וואס א ניגון מיינט, און די לעצטיגע עפאכע איז אריין אין די עולם הנגינה אנדערע רוחות וואס האבן אויסגעמישט אנדערע פאכן מיט נגינה, אזש א געהעריגע ניגון אויף א סידי מוז זיין מיט עפעס א שטיק, א אררעינזשמענט מוז זיין מיט מיט שטיקלעך און אויפרייסן, אנישט רעדט עס נישט צום עוילעם, און מ'גייט עס נישט געהעריג נאכזינגען, והזינגער מה יהא עליו. אויף אזעלעכע מינ'ע ניגונים קען מען שרייבן wow! און אדער שטייצעך קריטיקירן, אנאליזן די מעלות, אנטפלעקן די חסרונות, און שרייבן די סה"כ אויף פאפיר.

אבער דא האבן מיר א סידי וואס איז פשוט 'ניגונים', גוטע ניגונים, כ'ווייס נישט וועלעכע ווארט קעמען צולייגן אויף זיי, מורא'דיג? געוואלדיג? wow? ס'פלעין ניגונים פון הארץ, היוצאים מן הנשמה ונכנסים אל הלבבות. ס'שטורעמט נישט, ס'דינערט ניטאמאל. נישט קיין היטס, אן קיין שטיקס, נאר פשוט ניגונים. נאך א ניגון, נאך א סטייל. פירוש המילות.

און אזא סידי איז א חידוש בדורינו. כ'וואלט אנגערופן דעם סידי 'א שטורעמישע צולאזטע איידלקייט'... די סידי קוויטשעט 'בארוהיגט אייך'... רוווהההיייגגג.. זעצט אייך אראפ, לאזט אייערע בלוט זיך בארוהיגן פונעם קאכעדיגע געלויף.

כ'האב געשפירט מיט'ן הערן די סידי ווי כ'גיי אריבער א שווערע אפעראציע.. א שווערע פיל פאר מיין נשמה.. אויסרייניגן די קאפ און גוף פון די אלע יארן וואס די קאפ איז אנגעקנאקט מיט קנאקעדיגס... און די אפעראציע האט וויי געטון... די ערשטע מאל האב איך נישט געכאפט וואס דער וויל דא.. וואו זענען די היטס, וואו איז משה לאופער... צו פשוט.. פלעין א ניגון? וואו איז די שטיק שבו...

ס'מאכט פולן ווי ר' חיים יצחק גאלדמאן איז א להכעיס'ניק... יא רבותי. איך פייף אויף די וועלט! קיינער וועט מיר נישט איינטיילן וואס א ניגון הייסט, און וויאזוי א ניגון דארף אויסצוזעהן.. איך גיי ענק נישט פארקויפן נאך א היינטיגע סידי, נישטא אזא זאך גאלדמאן 2022. איך פארקויף ענק א סידי 'ריין גאלדמאן'.. ר' חיים יצחק איז געגאנגען שארף און קלאר, אן קיין שום פשרה. אפי' די מוזיק האט ער נישט גענומען לאופר'ן דאס מאל, כ'פארקויף ענק משה גאלדמאן נישט משה לאופער. איך ווייס אליינס וואס מיין טאטע איז געווען און דאס וויל איך אהערשטעלן. [כ'האף אז די עוילעם האט שוין געכאפט די מעסעדזש, אבער נעקסטיים זאל ער יא נעמען לאופער, פליז... ספאנסערן זאלן די ספאנסערס..].

אזוי איז מיט די מוזיק, קווייער, קינדער סאלאס, אלעס ברענגט ארויס און טייטשן אפ די ניגונים כהלכתו ככל משפטו וחוקתו. נישט צוגעלייגטע שטיקלעך. די זינגערס רייסן נישט. נאר פשוט זיי זינגען גוט.. גוטע ניגונים.

ס'באמת געווען זייער שווער זיך צו אוועקזעצן שרייבן אן אנאליז. [בפרט ווען @כינור האט אזוי הערליך באשריבן, און ווי יעדעס מאל שפיר איך זיך שפראכלאז. אנן מה נעניה אבתריה]. אבער כ'שפיר אז נאך אזויפיל מאל הערן די סידי איז פטור בלא ארטיקל אי אפשר. טרייען נעמען דעם קיבארד און עפעס צאמקלאפן וויפל ס'מעגליך. מתי יגיעו, כאטש א נגיעה.


כי אתה ה'

א געשמאקע פרייליכע לידל וואס הייבט אויף די געמיטער מיט א שבח פארן בורא דער טוב וסלח ורב חסד. די קינדער סאלאס זענען זייער געשמאק.

גלייך ביים ערשטן ניגון ווייזט ער דיר וואס ער וויל, כפי הנ"ל. איך זינג דיר דא א פשוט'ע פלעינע גוטע ניגון. מער פון דעם גארנישט..


במה יזכה

א הערליכע ווארעמע ניגון, געוואלדיג. שווער צו באשרייבן די געפילן, עס צינדט עפעס אן די נשמה. א עמקות שבפשטות. שטילע וואסער.

די פידל אינטרא איז הערליך, ברענגט דיר אריין צום רוהיגקייט און ווארמעקייט פונעם ניגון, אזוי ווייטער די מוזיק דורכאויס'ן ניגון. שלום בראדט רייסט די הארץ, פשוט און קלאר. עס מאכט זיך דאכטן אז ס'ווערט געזינגען מיט איין טעמפא שטאטער פון וואס דיין נפש וויל, להכעיס...

א ניגון פון ר' משה'ס טאטע, במה יזכה נער.. זיין נער ר' משה האט טאקע זוכה געווען...


ישראל בטח

נאך א פשוט'ע איידעלע ר' משה ניגון. להחיות בהם נפש כל חי. מוזיק געוואלדיג. סאלאס איידל און באחנ'ט. דער אינגל וואס זינגט ביים צווייטן מאל די הויעכע פאל איז זייער זיס.


אם אמרתי


הא הא. אויף דעם ניגון קעניך זיך אפשטעלן ווייל דאס איז מיין פעיווערט. פרעגטס נישט פארוואס, און אז כ'וועל זאגן אז איך בכי'ע ביים הערן דעם ניגון וועל איך איבערטרייבן, אבער עס האט מיר שוין געברענגט מער ווי אפאר הייסע טרערליך..

גלייך האט מיר עס געכאפט, אבער ווען כ'האב אנגעהויבן אביסל טראכט די פירוש המילות האט מער עס אינגאנצן צונומען. כ'האב זיך דערטראנקען און די קאכעדיגע טיפע געפילן פון די פשוטע תנועות.

און עס ווערט אראפגעזינגען אזוי איידל און ווארעם. מאאאטא רגלי ברענגט ארויס די צובראכענע פיס, חסדך ה' יסעדנו קומט צוריק אז ס'וועט זיין גוט... און די אינטרא פזמון איז דאך אזוי אין פלאץ, א כלומר'שטע דריטע פאל וואס איז משלים דעם בילד.

און שלום בראדט שניידט ווייטער שטיקער.


אתה בחרתנו

נאך א באחנ'טע לעבעדיגע ר' משה ניגון. די ערשטע פאל אידאך אזוי אין פלאץ, בפרט מיט דער ערשטער אינגל וואס קומט אריין אזוי זיס שטארק און תמימות'דיג.. דער אינגל ביי ארום 2:00 איז מתוק מדבש... א שטארקע יום טוב ניגון. א ריזיגע נפקא מינא ווען מ'זינגט עס מיט טראכטן פירוש המילות צו אן.


לנצח

די הויעכפונקט פונעם סידי.

דאס איז א שלימות'דיגע הערליכע יצירה, גג על גג, יעדע ווארט אפגעטייטשט און אויסגעקנעיטן פון אלע זייטן. פונעם געוואלדיגן אינטרא וואס מאכט שפירן ווי א שטיקל פון א חסידות קווייער ביים רבינ'ס חופה.., דורכאויס יעדע פאל, און די הערליכע מוזיק וואס באגלייט זיי. שטייצעך מיט ר' אייזיק'ס מעכטיגע שטימע, פון די נידעריגסטע ביז די העכסטע טענער. די חידושים ביים דרייען די ערשטע פאל, און די הארץ ביי די העכסטע שטיקלעך. דער אינגל מיט די תמימות'דיגע בעטנדיגע תנועה ביים צווייטן פאל. די דריטע פאל ווי ער טוישט די ביט צו אביסל הייבן די געמיטער פאר'ן זיך אויסבעטן ביים פערטן פאל... אוי מצרותינו גאלינו, מצרותינו גאלינו... וואו איז די 'טאטע' וואס מ'וואלט היינט אריינגעווארפן... די פיפטע פאל ווי ער הייבט מיט אן מיט חזנות, אוי מבור גלות... און די 'דלנו והעלנו' איז דאך אזוי מין גוט אפגעטייטשט.. אוי דלנו והעלנו, דלנו והעלנו... אזוי גוט, אזוי הארציג, אזוי פירוש המילות'דיג. אטע דאס מיינט א ניגון..

נאך אזעלעכע תנועות קומט זיך פאר'ן גוף זיך אויפצוהייבן אביסל.. אוי לנצח.. אז כ'וועל זאגן אז כ'האב אנגעהויבן צו שפרינגען וועל איך איבערטרייבן, אבער מיינע שפיץ פינגערס פון הענט און פיס האבן אנגעהויבן מיטצוטאנצן אזוי שטילערהייט פון זיך אליין. דאס יא..
נאכן הערן דעם שטיקל עטליכע מאל כאפט מען די קנייטשן וואס זענען חידושים וואס אנפאגט זעהט אויס צו סימפל. א כעין סקולענ'ער ניגון.

די מוזיק איז אזוי גוט און אומבארקנדיג, אז מ'דארף צולייגן אסאך קאפ צו כאפן די געוואלדיגע ארבעט.

אז כ'זוך א הערה האב איך אפשר געטראפן.. די סידי ארויסגעקומען בעפאר'ן יארצייט דורכ'ן זוהן וואלט נישט געווען פאסיג עס צו רופן 'זכות אבות'?


אוהבי ה'

זייער א רוהיגע ווארעמע ניגון. מיט א קבלת שבת'דיגן געפיל. מוזיקאליש אבער רוהיג, כ'וואלט זיך געקענט חלומ'ען דעם ניגון פאר 'מקולות מים רבים', ס'שפירט מיר זיך ווי אין שטילע וואסער..

ערשטע פאל דערמאנט מיר פון 'קול מצהלות חתנים מחופתן', פון ווייסעכניש.


מי האיש

נאך א הערליכע יצירה-ניגון. דאס הייבט זיך יא אן אינטרעסאנט. דערמאנט דעם 'על, על, על נהרות בבל' פון ר' משה.

ר' משה האט שוין געטייטשט אמאל דעם 'מי האיש', אבער יענץ איז געווען מיט א צווייטע י"א.. דארט איז עס ארויסגעברענגט הארציג און שטארק, ווי געזאגט איך פארצייל דיר די מעלות און וויכטיגקייט דערפון.. דא איז עס מער א בקשה ניגון, דער בורא בעט זיך ביי אונז 'נצוווווור לשונך', האב רחמנות: איך בעט דיר טוה נישט קיין שלעכטס, איך וויל דאך זאל דיר זיין נאר גוט... (זינג עס יעצט אויפן סור מרע שטיקל..).

ביים ערשטן פאל ברענגט ער ארויס דעם 'האיש החפץ החיים', ווי גוט איז איהם, לעבט און לאכט..


אודך

ווייטער רוהיג. אבער שוין אביסל טיפערע וואסער..

די ניגון ברענגט ארויס מער דעם 'כי עניתני' ווי דעם 'ותהי לי לישועה'... אבער דאס איז דאך דער ניגון, אודך, איך דאנק, ווען איך דערמאן זיך דעם כי עניתני... דארף די ניגון טאקע דערמאנען די שווערע טעג, מיט א חיזוק געפיל אז ב"ה מ'האלט שוין דערנאך.

די גאנצע ניגון איז ארויסגעברענגט אזוי שטארק, פונעם אינטרא וואס ציהט דיר אריין אינעם ניגון. דורכאויס די גאנצע ניגון. דער אינגל ביים הויעכן פאל טייטשט אויך אפ די צרה-נחמה'דיגע געפיל.


מארש

א שטארקע חידוש פון א ניגון, און אויך די וועג ווי ס'ווערט אראפגעלייגט. זייער א געשמאקע באחנ'טע טיפע מארש, פארט ארויף און אראפ אזש ס'שווער צו מסביר זיין אויף א דומם...

ביים ערשטן מאל כאפסטו נישט וואס איז דער ניגון און וואס איז די אינטרא, ביז ווען מ'כאפט אז די גאנצע ניגון איז געזינגען דורך קווייער און מוזיק צוזאמען, און יעדע איסטרומענט באקומט אזוי שיין און פאסיג זיין סאלא, און די קינדער קווייער שווימען אראפ ארויף ציווישן. א חידוש פון א צאמשטעל וואס עס כאפט זיך אין קאפ נאר נאכ'ן הערן היבש אפאר מאל.

אינטראסאנט אזעלעכע שיינע מוזיק אבער פשוט גוט און נישט רייסעריש.


ספירה ווערסיע

אפשר סאונד איך יעצט מאדנע.. אבער דאס האב איך נאכנישט אויסגעמעקט... כ'האב זייער ליב נאכן הערן דעם סידי צו איבערהערן בלויז די ריינע קלארע פשוטע מענטשליכע שטימעס, און די גוטע משה גאלדמאן זל'ס מעלאדיעס.. א שטיקל רוהיגערע סה"כ פון די גאנצע סידי.


סיכום הדברים, נאך א גוטע ר' משה סידי אריין אין די רייכע אוצר הניגונים וואס ער האט אונז געירש'נט, האפנטליך אז מיר וועלן זוכה זיין צו נאך און נאך אזעלעכע געשאנקען, ביתר שאת און מיט א שמיץ אריבער.

א גרויסן ייש"כ כל העוסקים במלאכת הקודש!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

וואף! דער נמ''ש האט אונז נישט אנטוישט..
דער אנאליז איז געוואלדיג ווי ס'פאסט פאר א מוזיק פראדוצירער!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
קראטשין
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 21, 2021 12:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראטשין »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:[align=center]לנצח - ר' משה גאלדמאן ז"ל[/align]

כ'ווייס כ'בין שפעט, אבער כ'שפיר אז כ'מוז רעדן..

לעצטע פאר וואכן האט כלל ישראל זוכה געווען צום פריש'ן אלבום אויפן אלטן ריכטיגן חן. ווי א תיבת נח אין די היינטיגע נגינה-מבול.

איבער ר' משה ז"ל ברויך מען דאך נישט צו רעדן. זיין ניגונים קוואל פליסן שוין צענדליגע יארן אין די אידישע הערצער, און די צענדליגע אלבומ'ס זינגען זיין ריינע ווארעמע נשמה, און ברענגען אליינס ארויס זיין פרעזענליכקייט. נישטא וואס צו באשרייבן און מוסיף זיין. יהא זכרו ברוך. (בפרט אז מ'שטיימיר נאך תוך שלשה ימים פונעם יארצייט).

אז אזא סידי איז זייער שווער צו אנאליזירן, כ'האב אמאל געפרעגט איינעם (@כאניש) פארוואס מ'זעהט איהם נישט שמועסן איבער נגינה, זאגט ער אז נגינה זינגט מען... און ער איז גערעכט. א ריכטיגע ניגון זינגט מען און פארטיג, ווי קען מען שרייבן א ניגון, קען דען א פאפיר זינגען?

נאר וואס דען, אונז האמיר שוין אביסל פארגעסן וואס א ניגון מיינט, און די לעצטיגע עפאכע איז אריין אין די עולם הנגינה אנדערע רוחות וואס האבן אויסגעמישט אנדערע פאכן מיט נגינה, אזש א געהעריגע ניגון אויף א סידי מוז זיין מיט עפעס א שטיק, א אררעינזשמענט מוז זיין מיט מיט שטיקלעך און אויפרייסן, אנישט רעדט עס נישט צום עוילעם, און מ'גייט עס נישט געהעריג נאכזינגען, והזינגער מה יהא עליו. אויף אזעלעכע מינ'ע ניגונים קען מען שרייבן wow! און אדער שטייצעך קריטיקירן, אנאליזן די מעלות, אנטפלעקן די חסרונות, און שרייבן די סה"כ אויף פאפיר.

אבער דא האבן מיר א סידי וואס איז פשוט 'ניגונים', גוטע ניגונים, כ'ווייס נישט וועלעכע ווארט קעמען צולייגן אויף זיי, מורא'דיג? געוואלדיג? wow? ס'פלעין ניגונים פון הארץ, היוצאים מן הנשמה ונכנסים אל הלבבות. ס'שטורעמט נישט, ס'דינערט ניטאמאל. נישט קיין היטס, אן קיין שטיקס, נאר פשוט ניגונים. נאך א ניגון, נאך א סטייל. פירוש המילות.

און אזא סידי איז א חידוש בדורינו. כ'וואלט אנגערופן דעם סידי 'א שטורעמישע צולאזטע איידלקייט'... די סידי קוויטשעט 'בארוהיגט אייך'... רוווהההיייגגג.. זעצט אייך אראפ, לאזט אייערע בלוט זיך בארוהיגן פונעם קאכעדיגע געלויף.

כ'האב געשפירט מיט'ן הערן די סידי ווי כ'גיי אריבער א שווערע אפעראציע.. א שווערע פיל פאר מיין נשמה.. אויסרייניגן די קאפ און גוף פון די אלע יארן וואס די קאפ איז אנגעקנאקט מיט קנאקעדיגס... און די אפעראציע האט וויי געטון... די ערשטע מאל האב איך נישט געכאפט וואס דער וויל דא.. וואו זענען די היטס, וואו איז משה לאופער... צו פשוט.. פלעין א ניגון? וואו איז די שטיק שבו...

ס'מאכט פולן ווי ר' חיים יצחק גאלדמאן איז א להכעיס'ניק... יא רבותי. איך פייף אויף די וועלט! קיינער וועט מיר נישט איינטיילן וואס א ניגון הייסט, און וויאזוי א ניגון דארף אויסצוזעהן.. איך גיי ענק נישט פארקויפן נאך א היינטיגע סידי, נישטא אזא זאך גאלדמאן 2022. איך פארקויף ענק א סידי 'ריין גאלדמאן'.. ר' חיים יצחק איז געגאנגען שארף און קלאר, אן קיין שום פשרה. אפי' די מוזיק האט ער נישט גענומען לאופר'ן דאס מאל, כ'פארקויף ענק משה גאלדמאן נישט משה לאופער. איך ווייס אליינס וואס מיין טאטע איז געווען און דאס וויל איך אהערשטעלן. [כ'האף אז די עוילעם האט שוין געכאפט די מעסעדזש, אבער נעקסטיים זאל ער יא נעמען לאופער, פליז... ספאנסערן זאלן די ספאנסערס..].

אזוי איז מיט די מוזיק, קווייער, קינדער סאלאס, אלעס ברענגט ארויס און טייטשן אפ די ניגונים כהלכתו ככל משפטו וחוקתו. נישט צוגעלייגטע שטיקלעך. די זינגערס רייסן נישט. נאר פשוט זיי זינגען גוט.. גוטע ניגונים.

א גרויסן ייש"כ כל העוסקים במלאכת הקודש!

גא"מ
האסט געשריבן פונקט וואס איך האב געטראכט ווען איך האב געהרט די סי די לייגסט עס אראפ אזוי גיט (איך קען ליידער נישט גיט שרייבען אידיש :-( ...)
טייערע אידן העלפט ארויס ידידינו מרביץ תורה הגה"צ ר' איבערלעבר שליט"א
איי וועלט ברעכט היסטאריע! - $38,000 קאמפיין אין איין וואך פאר "איבערלעבער"
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
המבקש לכבוד התורה
הק' אבד"ק קראטשין
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

מה בכך האט געשריבן:.


ייש״כ!
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:.


רבותי, אפי׳ ס׳שפעט טאקע לוינט זיך צו בליקן דעם אנאליז פון נמ״ש זז״ג. א ׳הארציגע׳ אנאליז! ער שלעפט דיך אריין און צונעמט דעם געפיל פון די משה גאלדמאן אטמאספערע אויף קליין געלט ווי א מייסטער. ער ברענגט צום טיש וואס נאר זיין הארץ קען ארויסברענגען.

דיינע אויסדרוקן שטילע וואסער...

ברענגסט גאר גוט ארויס דעם געפיל ביי ׳במה׳ פונעם טעמפא...

גאר א שטארקע נקודה ביי אתה בחרתנו אז מ׳ברויך פירוש המילות טראכטן.

א מאסיווע געדאנק זכות אבות. לנצח איז אבער באבוב׳יש...

שווער צו מסביר זיין אויף א דומם ווי גוט האסט צולייגט די מארש.

דיין אנאליז אויפן סידי איז ווי ר׳ משה גאלדמאנ׳ס ניגונים, פשוט גוט! אן קיין שטיקס, פשוט גוט צולייגט און גאר גוט ארויסגעברענגט. נעקסט טיים אביסל שנעלער.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- פאר כינור
און ;l;p- פאר נמ"ש


נעכטן אויסגעהערט דעם סידי.. האנט ביי האנט מיט ענקערע ביאורים.. ס'האט אן אנדערע טעם..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

נמ"ש, הערליך! געוואלדיג!
כוכב השמש
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 6:45 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוכב השמש »

וואו כינור, נעם דיין שרייב פידעלע און שרייב און שרייב אן אויפהער...
צופידעל דעת פעדער; we want more!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

[align=center]ליפא שמעלצער - בבליפא ח"א[/align]

איינער שרייט באבא ליפא, אנדערע טענה'ן בעיבי ליפא, דאס איז זיכער: הימל און ערד מיטן בבליפא!

מ'האט זיך שוין געענדיגט קריגן געשריגן און געשוויגן איבער יעדע ניגון, טראכט איך צו שרייבן אביסל מיינע געפילן.

אין אמת'ן לא איש וכו', כינור האט שוין באמבעדירט (מ'דארף זיין כינור צו קענען אנאליזן כינור'ס אנאליזן!). ליפא אליין איז אריינגעקומען קלאר. אלע פענס און יענס האבן זיך שוין אויסגעגעבן. אבער דאך שפיר איך כ'קען נישט לאזן ביי מיר די דרשה, נאכן איבערלעבן דעם שרעקליך-הערליך איבערלעבעניש.

אזא סידי קומט מיט אסאך דיסקלעימערן בעפארן שרייבן... בין איך מוסר דעת אז פאר יעדע שטיקל קומט דיסקלעימער 1, 2, וכו'...

ערשטנס, ליפא האט אראפגעלייגט אזוי אומגעראכטן א אטאם באמבע! ער האט דא אויסגעגעבן זיין נשמה און גאנצע רמח ושסה, מ'קען נישט ווייזן אויף א זינגער וואס האט זיך פשוט אינגאנצן אריינגעלייגט אין א סידי אזוי ווי די סידי.
נישט געשפארט קיין טינט, אויסגעגאסן וויפל ס'אט זיך געלאזט, נאכאמאזל איינער האט איהם געזאגט סטאפן... לאנגע ניגונים, פולע ווערטער, שטערקסטע מיוזיק, שווערע מערכות, אזאנס וואס אונז האמיר נאכנישט געהערט!

מ'קען נישט איבערגיין אזא סידי אין איין קורצע ריוויא, יעדע מאל הערן כאפט מען אויף נאך ליינס און שטיקלעך. און אנדערע האבן שוין אויך אסאך ארויסגעברענגט, און אזא סידי וועט נאך זיין לכאו' א מדובר א לאנגע צייט, לכאן ולכאן. עמיר שרייבן וואס ליגט אין קאפ יעצט אויפן מינוט.

און ווי געזאגט, כ'גיי נישט באשרייבן און אנאליזירן די ניגונים, ווייל ס'באמת נישטא וואס צוצולייגן אויף @כינור, מ'קען שרייבן איין ריזיגע גא"מ אויף יעדע ווארט. עמיר נאר טרייען צו שרייבן מיינע געפילן.


אגלה פתגמין, אנפאנג בין איך געווען שרעקליך שאקירט, און נישט נאר איך. לשבח אייוועלט קעמען זאגן אז כ'ווייס אליינס פון עטליכע אישיס וואס זענען נישט ארויסגעקומען אין פובליק. עטליכע האבן מיר געשיקט דרשות וויסן צו נאר זיי טראכטן אזוי צו אויך אנדערע... מ'האט געשפירט אז ליפא האט געמאכט א גרויסע עוולה אין הל' נגינה, כאי' שרייען און רעדן הייסט זינגען וכו'

ס'האט געדויערט צייט ביז מ'האט אויפגעכאפט ליפא'ס געדאנק. פולע קרעדיט קומט זיך פאר @כינור!

אז מ'קוקט אן ליפא ווי א פשוט'ער זינגער שפירט מען ווי ער האט אוועקגעהארגעט דאס ווארט 'ניגון'. למעשה, ס'דא לאנגזאם, ס'דא יואלי לעבאוויטש. און פון די אנדערע זייט זענען דא בערי וועבער וכו', געהעריגע זינגערס.

ליפא האט מחדש געווען א מהלך פון 'ליפא שמעלצער'. נישט דווקא קאמעדי, נאר א ענטערטעינער. ליפא איז דא פאר דיר, פון זינגען, דורכאויס עקטן און שרייען, רעדן דרשות, פארציילן מעשה'ס. ער פארקויפט די גאנצע פעקעדזש. ער פארקויפט דיר 'ליפא' פון די האר פון קאפ ביז די שיך בענדעלעך.

נאך מער ווי דעם האט ליפא מחדש געווען א נייע סארט ניגון. ביז היינט איז געווען חזנות, יצירות, הארציג, לעבעדיג, הארא וכו'. ליפא האט מחדש געווען א וועג פון.. לאמיר זאגן, א מוזיקאלישע צאמשטעל פון תנועות און עקטן. און נישטא וואס צו זאגן, ער לייגט עס גוט אראפ.

ליפא איז קריעטיוויטי שלא מעלמא הדין, אן קיין שום רויטע ליינס. זיין קאפ פארט און ער געבט זיך ארויס 'אינגאנצן'. ס'שפירט זיך א שטיקל קנאה, הלוואי וואלט איך געהאט די מעגלייכקייט זיך אזוי גוט אינגאנצן אויסגעבן, ווען כ'האב ארום מיר די בעסטע קוואלעטי..


אזוי ווי א בדחן עפנט פאר פורים מסכת מגילה צו טרעפן פורים תורות, אזוי האט ער געענפט די גמרא צו טרעפן ניגונים. די סידי איז נישט 'תלמוד בבליפא', נאר בבליפא. ער קומט נישט פארלערנען גמרות, און נישט איבערטייטשן די גמרא פאר די היימישע אידן וואס פארשטייען נישט אראמיש (אזוי ווי מונה שרייבט אינעם ארטיקל, זיכער איזעס א טעות הדפוס..). נאר פשוט אינטערטעינען און מהנה זיין אידן דורך נגינה, בעסער געזאגט, דורך 'ליפא'.

ער איז נישט אריין אינעם דערנעבנדיגן שוהל און גערעדט מיט א ת"ח, נאר געפארן קיין עיראק. וואס האט עיראק מיטן גמרא? ער איז פשוט אויפגעקומען מיט א חידוש פון א סידי. נישט סתם א סידי, נאר ניגונים וואס זענען פון גמרא. דעטס איט. מ'דארף נישט אריינגיין צו ער האט גוט אפגעלערנט צו נישט, ווייל ער האט דאס נישט געוואלט. ער איז געקומען ארויסגעבן ניגונים, מיט גוטע מעסעדזשעס און מוסר השכל'ס, אייגענע חידושים וואס ער וואלט געוואלט ארויסגעבן. מיר מוזן נישט האלטן ווי איהם, ער איז ס"ה א אחרון..

בקיצור, גמרא גיימיר לערנען אין בית מדרש. דא הערט מען 'ליפא שמעלצער'.


די סידי איז עפעס א געמישעכטס פון 'ליפא' און 'שמעלצער'.. א טייל דערמאנט מיר די שמעלצער שמעק, און א טייל זענען ליפא סטייל. און מיט אנדערע ווערטער, דאס איז דאך ליפא שמעלצער, א ליפא און א שמעלצער... חחח, עמוק עמוק...


איז לאמיר אריינקריכן אינעם אוצר הבבלי.

ליפא האט געבראכן די היימישע סטאנדארט. שוין יארן נישט געווען אזא סידי. ניגונים לרחצה. צען מינוט'דיגע ניגונים. רייכסטע מוזיק. די פראדוקשן איז עפעס וואס איז שוין יארן, אדער קיינמאל, געווען. ליפא האט פאר אונז אויסגעגאסן זיין נשמה, די גאנצע הארץ לעבן און טאש.

מונה, לאופער, גינזבערג וכו', יעדער האט זיך ארויסגעגעבן אויף אלע באקן. מ'זעהט ליפא'ס מבינות אז יעדער שפירט אז מ'מוז זיך צושטעלן צו איהם מער ווי 100%. ליפא'ס וואויס איז געווארן אסאך שענער און קלארער. זיין געזינגעכטס איז עפעס וואס ער איז קיינמאל נישט געווען. די גראמען איז אויך נעקסט לעוול. ליפא'דיגע ווערטער און חידושים, גוט געשריבן, ווי ליפא אין די גוטע צייטן. אן אריינגיין צו די דרשות און עקטן איז קינדעריש צו גאוניש, אבער ס'גוט! מוזיקאליש און טאלאנטיש.. אזוי אויך די קווייער, קינדער סאלאס, מיקס. א כליל השלימות מיט אלע מפרשים. א עוז והדר...

אצינד, לאמיר אייך פארשטעלן דעם הערליכן שפיל.. נישט אונטערן און נישט איבערן: ליפא שמעלצער שטעלט אייך פאר 'ליפא שמעלצער'. אדורך און אדורך!

;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@

שששששא!

ברוכים הבאים צום הערליכן שפיל 'בבליפא'... די געשיכטע קומט פאר אין בבל...


אין די ערשטע סצענע זעהט מען עטליכע אידן קריטיקירן ליפא.. פלוצלינג קומט ליפא אריין פון די לינקע אויער און איז מודיע אז ער איז דא און הערצעך צו... אידן, האטס רחמנות.. מתוך שלא לשמה בא לשמה.. איר קענט זיין גערעכט מיט קריטיק, אבער כ'וויל און כ'וועל נאך אנקומען צום לשמה...

לשמה

א פיינעם התחלה. טיפיקל ליפא. און טיפיקל ליפא מיינט דיפרענט..

ערשטע פאל איז א כעין אינטרא צום ענדע וואס באמבעט 'בא לשמה!'.. וואס דאס ברענגט צום הויעכן פאל וואס איז מער מסודר'דיג און טאנצעדיג.

ליפא זינגט זייער גוט, ביים הויעכן פאל (בעיקר ס'צווייטע מאל) הערט זיך ליפא אזוי בעטנדיג און רחמנות'דיג. הערליך שיין! ער זינגט זיך אויס זיין נשמה (און איך גיי עס יעצט נישט שרייבן ביי יעדע ניגון.. קאפי טעיסט...)

ואף מונה מפטיר כהלכות הנגינה. הערליך אפגעטייטשט דעם ניגון.

די בחור'ישע קווייער (זעהט אויס עטליכע שטארקע פענס) הערצעך א פראטעסט.. אבער ס'האט א געוואלדיגע חן. בפרט מיט די הערליכע טיפע אררעינדזשמענטס וואס ליפא מאכט מיט זיי. געוואלדיג!

ער זינגט 'מניעות' אנשטאט 'פניות' וואס שטייט אין ביכל.. למאי נ"מ..

ליפא נעמט זיך רעדן, דא בין איך איינגעשלאפן כמנהגי בקודש בשעת'ן שיעור...

די סיום (פונעם ניגון שטייצעך, מ'האטעך קוים אנגעהויבן די מסכתא..) האט מיר זייער געכאפט.

[align=center]ליפא איז נישט עפעס וואס מ'קען מסביר זיין, ליפא איז א נשמה
נמש[/align]



צווייטע סצענע קומט פאר אין ירושלים וכו'...
שועלים

wow! ווי הייבט מען אן..

די געבוי איז א מוראדיגע חידוש, ס'פארט אזוי ארויף פון אונטן... אראפ און ארויף... די ווערטער איז ליפא בתפארתו! ס'זיצט אויפן ניגון... הנאה געהאט פון 'מקלסים לכוכבים ומפצים למוסבים' (וואוט?), ס'זיצט אזוי אויפן ביעט... און ליפא זינגט עס אראפ אזוי הערליך! א שטיק חידוש. א שלימות. א מחיה.

די מוזיק איז א דוגמא פון א ניגון וואס ווערט פון 100% א 1000%... משה לאופער האביך נאך קיינמאל נישט געהערט אריינקומען אזוי קלאר און שארף. ער צולאזט זיך, אבער בלייבט מיטן לאופער אפטייטשן א ניגון.

די וואס האבן לעצטנס אנגעהויבן זיך לערנען בעיס גיטאר.. קענען באמערקן אנפאנג ניגון ווי דער בעיס פיהרט די מערכה.. די פאר סעקונדעס פאר ווען ליפא כמעט אריין פארט עס אזוי אראפ און ברענגט אריין ליפא צום ניגון...

וואס נאך? גארנישט, א הערליכע ניגון.


גיימיר אריבער קיין באגדאד...
בגדאד

איך האב זייער ליב דעם ניגון. די ווערטער זיצן גוט. מונה איז דא געפערליך גוט.

א חידוש פון א ניגון. די בגדתאה/בגדתאהא (ווי שרייבט מען עס) פארט העכער פון וואס דו האסט געטראכט. און די מטר! משקה! מזבל! ומזלבלבל! זיצט אזוי גוט.. ומעדן וממשיך.. בום! הערליך.

אבער למען השם, וואס וויל דא ליפא מיט די ווערטער?

אוי האב איך געלאכט דא.. ער ווערט געוואר אז חנא מיינט נישט באגדאד, וואס טוהט מען, מ'לייגט צו נאך א פאל אז ס'מיינט נישט באגדאד... הנאה געהאט :lol:

ליפא רעדט.. טייטלען טייטלען.. שלום עליכם! האסט נישט געקענט זאגן גלייך פון אנפאנג וואס אין די ווערטער האט דיר געכאפט...

בקיצור, אשאד ס'נישט מיט ווערטער נאכצוזינגען, אבער כ'האב ליב דעם ניגון. טוה מיר עפעס..


אין די קומענדיגע מקוה וועט מען זיך טובל'ען אין סצענע
מקוה

האביך אויך זייער זייער ליב דעם ניגון. כאטש וואס א צווייטער וואלט נישט געמאכט אפשר מיט די ווערטער. אבער ס'גוט. די ערשטע פאל איז א חידוש, די ערשטע שטיקל 'מקוה ישראל' איז א איידעלע פלאטשקע אין וואסער...

בכלל די גאנצע ניגון איז א מקוה ניגון.. ליפא פרעגט אויב דער חבר האט א קארטל, ער קומט אריין און גייט צו צו איינעם שטיל ווי די עלטערע פערל ווערטער זאגערס.. ווי ער קומט מחנך זיין יענער בחור'ל אז ער זאל עס מאכן שנעל... דערנאך ברומט ער זיך אונטער אזוי שטיל די ניגון ווי כאי' ער איז יעצט דא איינער אליין... און ער בעט זיך אויס ביי די טבילות... ברענגט ישועות.. אזוי פארדביק'עט... וכו' וכו'...

כאטש וואס די הויעכע פאל איז אפשר פשוט, 'שווענקט אויס' דא ליפא זיין נשמה. מ'זעהט ווי ער האט עס געמאכט פאר א חולה. ער זינגט זיך דא אויס אינגאנצן. ס'האט מיר מורא'דיג געכאפט.

איך האב נאך איין עפענונג.. שטארקע ליינס..

די מוזיק, איימעניט.. ס'דא דא מוזיק? אזוי איידל. א מקוה געפיל.. געהערט נאכאמאל און צוגעלייגט קאפ: הערליך!


גיימער צום פיפטן סצענע... קינדער, דא קומט קאמעדי!

שטארקע זאכן

ווי הייבט מען אן?... דיסקלעימער, כמעט נאך יעדע ליין פון יעצט קומט פינעף סמייליס, כזה: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

לאמיר גיין סטעפ ביי סטעפ... די קווייער אינטרא איז א הערליך שטיקל. די גראמען זענען נישט פשוט, תרתי משמע.. קיין איין גראד ווארט... מ'קען זיצן און לאכן און לאכן און לאכן ביים ניגון... דאס מיינט קאמעדי...

און די קאמעדי איז זייער מוזיקאליש. אין א מוזיקאלישע בליק איז עס א יצירה. שיינע שטיקלעך. די איבערחזר'ן ווערטער און ליינס, ווערטער און ליינס, איז זייער שטארק, איז זייער שטארק!..

די עקטען, די מאדנע קולות.. פיינע נייעס.. בינעך געפארן אין קאר מיט א קבוצה חעניאקישע יונגעלייט, די קאר האצעך געווארפן!...

איינער האט געכאפט די חידוש גראם אויף 'שטערקער'?... צוויי מאל די ווארט 'קער', קערקער, שטערקער... הארכען שנארכען.. קומט אבער אייזן מער כוח ווייזן און צומזיקט די בערדל... ריבונו של עולם.. אריין אין די נעקסטע אונטערן פלעי...

צום שלוס, נאט אייך א פיקטשער פון א קבוצה אידן הערנדיג דעם ניגון:

:lol: :x :P :oops: :wink: :lol: ;l;p- :wink: :evil: :lol: :lol: :roll: ;l;p- :wink: :wink: :lol: :?: :smile: :-( :shock: :? :? :idea: :idea: :| ;1@ o-h?e -:c:h :lol: ;l;p- :smile: :-( :shock: 8-) :evil: :wink: :wink: =k?%0 =k?%0 :-e;/ :-e;/ :grin: ;l;p- :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :-P :twisted: :roll: :grin: :lol: :lol: :lol: (פיצי חלק מהקהל..).

כאפן מיר זיך אריבער קיין עיראק..

גמרא במנגינה

אקעי, אמממ.. א ספארדי-אראבישע סטייל ניגון, כ'האב גראדע ליב די סטייל. לעבעדיג און אינטרעסאנט. היימיש גערעדט איז עס נישט היימיש גערעדט. האביך ליב ליפא'ס זינגען דא, די אינטרעסאנטע געדרייעכטצער. אראבישע מוזיק. ווער איז דער בעיס שטימע.. נישט שלעכט. אקיצער, א אינטרעסאנטע ניגון..

די אנהייבן מיטן חתם סופר תנועה איז זייער שיין. א שטילקייט פארן שטורעם.

וואס נאך? די רעדן און שרייען האט מיר נישט אזוי געכאפט.


נעקסט, גיימיר כאפן א תפילה אויף מקומות הק'..

אביי ורבא

וואס איז שייך צוצולייגן... א הערליכע ניגון, א שלימות. די תנועה איז שטארק, דארף מען וויסן וואס איז טאקע די תנועה און וואס האט ליפא צוגעלייט, כ'מיין ביידע פעלער אדער נאר די ערשטע/צווייטע. צווייטנס, ווער איז דער גבאי, נישט הייליגער מרדכי? אויב יא, פארוואס האט ער עס נישט געכאפט פאר זיך? תיקו.

ליפא'ס צוגעלייגטע ניגון איז אזוי שמעלצערדיג, סקוועריש און באחנטיש, גוטע שטארקע ליינס. מיט אביסל שטיקלעך ליפא אריינגעלייגט ציווישן די ווערטער.. מויש, שטודירן וכו'. אקיצער, א שטארקע זאפטיגע ניגון. און אז ביי דעם ניגון דארף מען מקצר זיין, ווייל ס'נישטא צופיל וואס צו שרייבן, איז עס גאר די שטערקסטע קאפמלימענט..

משה לאופער איז שוין דא אונזער באקאנטער משה, גוט אפגעטייטשט און ארויסגעברענגט.

די אינגל זינגט שיין! דאסי ליפאס? פארוואס איז ער נישט קיין ילד הפלא? ער זינגט דאך גוט!

ליפא גיסט אויס זיין הארץ ביי די אביי שטיקלעך, זייער שיין.

די סיום, יא טאקע יא טאטי האביך נישט אזוי פארשטאנען און געכאפט, אבער וואס פארשטייט א גוי? עמיר גיין ווייטער.



נעקסטע סצענע טיילט ליפא ברכות..

אבער אזוי ווי כ'בין ביזי און ס'שוין סטאק ביי דעם שטיקל א שטיק צייט עמיר זיך אפרוהען אביסל און בל"נ האפנטליך צוריקקומען..

פארזעצונג קומט אי"ה.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”