כ'האב ליב די משונה'דיגע פשטות אין די גאנצע צוגאנג פון אהערשטעלן דעם ניגון, עטליכע מאל זעט מען דעם זינגער זינגען ממש ווי איינער וואס בעט זיך פשוט צום טאטן אין הימל אן אהערשטעלן א פערפארמענט, געלאזט אזוי ווי ס'איז.
די ניגון איז א שלימות געמאסטן לויט די האנטיגע נגינה ריכטער וואג, שיינע באקאנטע תנועות, הערליכע געבעט און שיין אראפגעזינגען.
די קליפ איז נישט דוקא לויט די היינטיגע סטאנדארט אבער פארט גיבט עס אסאך צו, די אהבה געפילן קומט ארויס ווען מ'זעט ווי א טאטע גיבט זיך אפ מיט די קינדערלעך, ס'האט עפעס אין זיך.