תשפ״ב מוזיק באריכט.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס״ד
תשפ״ב מוזיק באריכט.pdf
(65.67 KiB) געווארן דאונלאודעד 272 מאל
שוין, א יאר פאריבער… כינור איז געווען עמפלויד צווישן די שפאלטענעס פונעם אידישן וועלטעל היפש לענגער ווי ער האט זיך געראכטן. סידי נאך סידי זעמיר געזיצן און געשפריצט טינט אויפן קיבאורד מיט א פלייס פרובירנדיג צו ארומנעמען און דינען ווי א שטיקל טור גייד אינעם רוישיגן מוזיק מארק, ווערנדיג מאטאווירט פון די טייערע קאלעגעס דאהי אין היכל הנגינה וואס האבן געשאנקן די נויטיגע מוט נישט שפארענדיג גוטע ווערטער, און האבן געשטיפט אראפצוציפן צייט צו פירקלען נאטיצן.

א דאנק אייך אלע! ס׳איז גאר געשמאק געווען צו פארברענגען און דיסקוסירן אינאיינעם. חבורתא קדישתא. נישטא שענערס פון דעם.

ואתכם הסליחה… כ׳בין נישט אנגעקומען צו באשרייבן יעדע סידי אפי׳ נאך בקשות פון חשובע חברים. די צייט האט עס נישט ערלויבט און נישט אלעמאל זענען די נערוון געקומען צו פארשטענדעניש מיט מיינע גוטע רצונות. טייפן קאסט צייט און כח. ס׳ליגט מיר נאך די ווייטאג אין די פינגער פון די געפערליך לאנגע בבליפא אנאליז. נישט צו יעדע סידי האט מען געקענט גרייכן. און איך ווייס ניטאמאל אויב דער פראזע ׳עוד חזון למועד׳ איז גילטיג.

תכלה שנה ואנאליזותיה תחל שנה ו…

אויף קומענדיגע יאר קען מען נישט זאגן מיט זיכערקייט אז דאס אויבערדערמאנטע וועט זיך איבערשפילן סידי נאך סידי, פאר סיבות וואס וועלן אפשר באקאנט ווערן אין דער קומענדיגע תקופה.

שוין, דער איז פארקראכן. דער איינצוגס דרשה איז פארטיג. לענינינו. צום באריכט.
......
מאדנע. זייער מאדנע. דעם נארוואס פארלאפענעם יאר האט געשפרודעלט מיט אידישע מוזיק אויפן העכסטן פארנעם. ס׳איז אריינגעגאסן געווארן אין די אינדוסטרי באלד 5 מיליאן דאלער בלויז אויף סידיס. יעדן טאג זעמיר אויפגעשטאנען צו א בשורה אז אט אט קומט דער און דער ארויס מיט אן אלבום. וואך איין וואך אויס. חדשים לבקרים. און עס האט זיך נישט אויפגעהערט דורכאויסן גאנצן קייליכיגן יאר. טייל זענען נאך ניטאמאל ארויסגעקומען.

און? מיט דעם אלעם איז נישטא קיין ׳היט׳ צום געפונען. אתמהה. יא, ס׳איז פארהאן ניגונים וואס ווערן איבערגעזינגען בזמני שמחה, אבער נישט א ניגון וואס קינד און קייט זאלן זיך עס אונטערברומען איבעראל.

דאס איז נישט קיין רעפערענדום אויף די היינטיגע חומר. דאס יאר איז צומאל געווען סחורה וואס האבן זיך נישט וואס צו שעמען צו שטיין זייט ביי זייט מיט די אלטע קלעסיקס אויפן מזרח וואנט פון אידישע מוזיק.

ס׳איז אבער פארהאן א סיבה דערפאר.
.
שנת תשפ״ב! ווערדיגער, שמעלצער, וועבער, שטיינמעץ, גערטנר, קמפה, הרוש, גרינבוים, רנד, רזאל, גאלדמאן, גוטליב, שוואקי, זושא, אכטע טאג, זי, גולדוואג, כץ, רוטנברג, נויקאמב, שפירא, טויסיג, ליינער, און דער זופניק האט זיך נאך געגעבן א שמאגל אריין.

ווער באקומט דעם טיטל אלבום פון יאר? ניגון פון יאר? וואקאליסט פון יאר? אררעינדזשער פון יאר? אינטרא פון יאר? אינטערלוד פון יאר?

לאמיר כאפן א שטיקל איבערבליק אויף די הויפט היימישע אלבומ׳ס וואס האבן באשיינט און בארייכערט דעם אידישן מוזיק אוצר יארע 2022.


1. כמלאך
נפתלי קמפה

צום אלעמען ערשט טרעפן מיר אן נפתלי קמפה. דער ליטווישער סלעש קארליבאך זינגער און קומזיצער וואס האט זיך געטראפן שפילן א הויפט ראלע אויפן מוזיק סצענע אין ארץ הקודש אין רעלאטיוו א קורצע צייט. דאס יאר איז ער ארויסגעקומען מיט זיין דריטן אלבום; כמלאך. ער זינגט אפ זיינע קאמפאזיציעס באגלייט מיט לאו דוקא קדירא דבי שותפי׳דיגע אררעינדזמשענטס פון אלי קליין און איצי ברי.

זיין שטימע איז צום באוואונדערן. גאר א קלאר שטימע.

ער פארמאגט אפאר שיינע סאלידע מער ליטוויש געשטימטע ניגונים צוגעפאסט פאר קומזיצן. די מוזיק באגלייט שיין. א געשמאק אויסצוהערן.

פארשטייט זיך אז יעדע ניגון קומט די הויעכע פאל באגלייט מיט א קווייער וואס זינגט די ליעד וואקעל צוזאמען מיט אים אין א פראווו צו פארוואנדעלן די ספעציפישע רצועה אין דער קומענדיגע שלאגער.

ער פארמאגט דא איין גאר שטארקע ניגון. מנגינה של בית המדרש. כדי צו הערן.


2. עתק יומין
מוטי שטיינמעץ

מוטי האט ליכטיג געמאכט די האריזאנטן מיטן ארויסגעבן א קאלעקציע פון אור אלטע ניגונים מיט ער איז אויפגעוואקסן. די אלבום איז פראדוצירט געווארן דורך נישט קיין צווייטן ווי זיין לעגענדארע מענעדזשער רובי בנט. אן הערליכן פראדוקט.

פידעלע פון יאר: אנא עבדא (דויד טויב)
אינטרא פון יאר: ניגון רומעניע


3. חמשה קולות
שלמה טויסיג

הרב שלמה טויסיג האט אין א באגריסנדע שריט ארויסגעלייגט 5 ניגונים פארן ציבור אין אן ערשטמאליגן EP פארמאט. די אלבום איז פראדוצירט געווארן מהחל ועד כלה דורך אלי׳ קליין און איצי ברי. אפי׳ די קאמפאזיציעס זענען געווען פונעם פאר. די ניגונים האבן פארמאגט שטארקע טויסיג פלעיווער. לייכט און געשמאק. א הנאה געווען אויסצוהערן. ער האט פארמאגט א וואוילן ניגון, שמע ישראל.


4. אונטערן בימה
שמואלי אונגאר

שוין די צווייטע אין סעריע פון קאלעקציע אלבומ׳ס ארויסגעגעבן דורך שמואלי אונגאר. די ענערגיע איז אזוי גרויס אזש אז עס קען זיך דוכטן אז דעם אלבום איז געמאכט צו הערן בלויז אדר. די מוזיק איז געמאכט דורכ׳ן יונגן שטערן יושע קאללער בכשרון נפלא.


5. השפעות
מרדכי בן דוד

א שטאק מיט יארן האט מען געווארט אויף א פראדוקציע פון יודל הפרינץ לבית ווערדיגער. נישטא קיין פראדוסער וואס שטייגט אים איבער אין פערפעקציעניזם. ער איז דער פאכמאן בה״א הידיעה ווען עס קומט צו דעליווערן אן אלבום ווי זיין רעקארד צייגט, און אטא דאס יאר האט מען זוכה געווען צו א פיקטשער פערפעקט פאלישד פראדוקציע. אבער, לדעתי אביסל צו פאלישד. קיין איבריגע קראץ קען מען נישט געפונען פאר א רפואה. אבער נישט דאס האט מיר באוואויגן צו שרייבן דאס אויבערדערמאנטע. נאר דער פאקט אז די ענערגיע און ספיריט פון איינצעלנע ניגונים וואלטן געקענט אנקומען העכער. לאמיר ווידערהוילן, די אלבום איז א מייסטערווערק! א דוגמא פאר די אידישע מוזיק וועלט ווי אזוי ניגונים ברויכן באגלייט ווערן און ווי אזוי א מיקס ברויך זיך הערן. אבער די מוזיק אין געציילטע טרעקס זענען היפש ליידיג. נעם א דוגמא רחם על ציון וואס האט נישט קיין שמץ פון סטרינגס ביז די צווייטע מאל די ניגון גייט איבער. לאופער וואלט דאס נישט צוגעלאזט. איי ער האט עס אררעינדזשט? ס׳איז דא געווען מער ווי אים אינוואלווד אין די סוף פסוק. כ׳מיין אז מען וועט נישט אריינגיין אין גדר פון א קאנספיראציע טעאריקער אויב וועט מען זאגן אז אין די פאוסט פראדוקציע פאזע, האט יודל אריינגעארבעט מעשים כיד השם הטובה עליו, און משנה געווען ככל העולה על רוחו. ס׳איז הערליך אררעינדזשט, די גיטאר׳ס זענען ביטעפול, אבער דאך הערט זיך עס היפש לער.

קען מיר איינער מסביר׳ן פארוואס א יונגל סאלא צו א קינדער קווייער איז בבל יראה ובל ימצא אויף דעם אלבום? נאכאמאל, כ׳פארשטיי זיין געדאנקענגאנג, מ.ב.ד. איז גענוג, קאלער און פאטשקע נישט אן דעם סידי מיט טויזענט שטימעס, אבער דאך, אין 2022 ווען יעדער טוט עס, טוה עס אויך. ס׳שאדט נישט.

אין דעם אלבום איז פארהאן אפאר אבנארמאלע ניגונים.

והיו עיני, רחם, ענני, כרך נחמד, השם ישמר, פני משיחך, יעדע ניגון איז א פערזענליכקייט פאר זיך. זיי טראגן אייגענע זיפ קאודס. לא ראי זה כראי זה.

די ניגונים כרך נחמד, השם ישמר, רחם, פני משיחך, זענען אנגעטוהן אויף מ.ב.ד. ווי א הענטשוך. מ.ב.ד. קלאסיקס. אזוינע מוזיקאלישע געבויעכצער בויען זיך נישט יעדן טאג.

די ניגון השפעות, ווי גוט עס איז נאר, איז נישט אויסגעשטאנען צו ווערן א היט. די ווערטער זענען גאנץ קאמפליצירט. עס נעמט מער צייט פארן הארדדרייוו עס צו פראסעסן. און די טענער ציען זיך נישט ארויף צו עפעס ווער ווייסט וואס דביקות׳דיגע שטאפלען. ס׳איז זייער א סאלידע מעלאדיע, אבער עס פארמאגט דאך נישט די קוואליפיקאציעס פונעם וועלט בארימטן ׳פאר דיר׳.

די אלבום השפעות איז באלד פערפעקט, אבער די סעלעקשען פון די ניגונים וואלט געקענט זיין א פיצי בעסער. די ואהבתך וואלט מען געקענט סוואפן פאר א גרעסערע חידוש פון הרב ווייס. דער האט נאך ניטאמאל אנדעקט אפי׳ האלב פון זיינע אוצרות. כ׳האב ב״ה געהאט די זכיה צו זיין א פיצי אינוואלווד אינעם פריעקט (געשריבן דעם אידישן טייל אינעם בוקלעט) איז מיר אויסגעקומען צו הערן תנועות וואס ווארטן נאך ארויסצוגיין לאור עולם. הערליכע ענינים. אבער ווי ווייט איך ווייס איז ער נישט געווען אינוואלווד אין די ניגונים סעלעקציע. וואלט איך אויך געקענט ביישטיין צו הערן א יצירה און א אידישע ניגון וואלט נאר צוגעגעבן.

די מיקס אויף דעם סידי איז קלארער פון קריסטעל. זעצט אייך מיט א טייערע פאר העדפאונס און שווימט אריין אין ענדלאזע שיינקייט. די מוזיק איז נישט הינטערשטעליג. די מוזיק איז א דיפרענט פלעיווער פון וואס מען איז געוואוינט. נייג אן אויער צו די מוזיק אויף השפעות, כרך נחמד, השם ישמר, ואני תפילתי, פני משיחך, הערליך! קלאר, נישט אנגעפאטשקעט. עס טראגט א מורא׳דיגע קלאסישקייט. עלעגאנט. ס׳איז פארהאן דא פארשידענע נייע אינסטרומענטן וואס באקומען סאלאס, נישט בלויז באגלייטן אויפגאבעס. הערליכע עלעקטראנישע ליניעס וואס דינט בלויז ווי א ספייס ווען מען ברויך אים.

און צום לעצט די אויסטערלישע שטימע פון מרדכי בן דוד. וויבאלד די מיקס איז אזוי קלאר הערט מען יעדע נואנס, און עס ווערט באלד א שיעור כללי פאר זינגער ווי אזוי צו דרוקן און קוועטשן און ווי אזוי צו קייען ווערטער.


צו די אווערדס:

פראדוצירער פון יאר: יודל ווערדיגער

וואקאליסט פון יאר: מרדכי בן דוד

מיקס פון יאר: אלבום השפעות

ראננער אפ ניגון פון יאר: כרך נחמד.

ראננער אפ אינטערלוד פון יאר: השפעות. (אלי לאופער ואביו משה)

ראננער אפ אינטרא פון יאר: פני משיחך. (יהודה גלילי)

דראם פון יאר. ואני תפילתי: (אברומי שרייבער)

עלעקטריק גיטאר פון יאר: עיני ולבי. (אבי סינגולדה)

אקוסטיק גיטאר פון יאר: ואני תפילתי. (אבי סינגולדה)


6. בבליפא
ליפא שמעלצער

ליפא. וואס דער האט דעליווערט פאדערט אן עקסטערן ארטיקל.

ליפא איז אריינגענומען מיט א באמבע און אויפגעשאקלט די אידישע מוזיק וועלט ווי א בול אין א טשיינא שאפ.

פשוט און פראסט געבראכן לאנג אנגענומענע פראצעדענטן. אזא הני תרי ווי דער קוילערט זיך פאר געלעכטער, צו צען שטארקע זאכן וואס עס דוכט זיך אז ער האט איינגענומען פון די הויכע געווירצן פארן עס אפזינגען. ווי דער עולם ווייסט פון ערפארונג איז ער פאראויס פון די אינדעסטרי אזא צען יאר, קען מען ערווארטען ווי אזוי סידיס וועלן אויסקוקן אינעם נישט ווייטן צוקונפט. און אפי׳ דער דעקל - אלבום ארט - איז א חידוש פון חידושלאנד. אפגערעדט דעם ביכל/מוסר ספר וואס איז קעגן סיי וועלכע אנגענומענע נארמע. ער האט געברענגט א ברי׳ חדשה וואס ברויך צייט ביז דער קאפ קען זיך צוזאמען נעמען צו דערגיין איר תוכן און באמת ארויסהאבן די חידושים.

די ניגון פון יאר! שועלים. יאפ. דיס איז איט. א מין חידוש פון א קאמפאזיציע. דער גאנג דערפון איז אזוי דיפרענט. די ערשטע פאל הייבט זיך נישט אן ווי טראדיציאנאל ביי די רוט נאוט פון סקעיל נאר אפאר נאטן אראפ.

יאפ, פון א נאר הערט מען אויך אמאל א גוט ווארט… עה, חס ושלום. א ווערטעלע. שרולי גרין האט דעליווערט וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געמאכט. דערפאר וואס מען הערט נישט צופיל פונעם, וואונדערט מען זיך ווי אזוי דאס איז געקומען צו א רעלאטיוו נישט אלטוועלטליכע קאמפאזיטער. אבער ווען קרעדיט איז דאא, ברויך מען עס אפגעבן. אלזא טוהן מיר זיך אויס דעם היטל פארן געערטן מלחין לבית שמעלצער.

און צו די מוזיק. אררעינדזשמענט פון יאר! די אינטרא איז דאך אזוי ליפא׳דיג. ווי לאופער קומט אריין מיט די בעיס אנהייב פאל איז עפעס להפליא. די ארעינדזשמענט איז אנגעטוהן אויף דעם ניגון אזש עס קוקט אויס ווי עס איז געבוירן מיטן קאמפאזיציע. קודאס פארן דאס ארויסשלעפן פון לאופער. (די מוזיק איז די דריטע דרעפט).

מען קען זאגן אז כמעט יעדע ניגון איז א דיימאנט. אנגעהויבן פון לשמה און געענדיגט מיט נאכאמאל. לא הרי נאכאמאל כהרי שועלים אבער סוף פסוק זענען אלע געשמאק. אזאנע צוויי ביוטיפול אומפאא׳ס שלם ישלם און בני מלכים. די אויסטערלישע 7 קינדער ניגון, 60 טעלער׳ס; קאנטערווערסיע ארויף קאנטערווערסיע אראפ, די ניגון איז אויסנאם ניי און חידוש׳דיג, די פזמון פון נישט פארשעמען, דעם הערליכן חסידים הראשונים (פון הערשי׳ס בעסטע ניגונים), און נאך.

און צו די מוזיק. דער האט אריינגעבאכעט באלד 300 אלפים. און נאך ווי ווי עס שיינט. ער האט זיך אויפגעריסן מיט מונה, און דורכדעם אים אריינגעשלעפט צוריק אין היימישן אינדוסטרי אזש תנועות האט אים גענומען אויף רוב ניגונים. און אז מונה איז אין בילד, ווער דען פארדינט דעם טיטל אררעינדזשער פון יאר?


קאמפאזיציע פון יאר: שועלים
מערסט קוריאזע טרעק פון יאר: שטארקע זאכן
אפערא פון יאר: זיבן קינדער (מיט די ערגסטע קווייער פון יאר)
אררעינדזשער פון יאר: מונה ראזנבלום
אררעינדזשמענט פון יאר: שועלים (משה לאופער)
דזשעז אררעינדזשמענט פון יאר: 60 טעללער׳ס (יושע קאללער)
ארקעסטרע פון יאר: בר פפא (הערשי גינזבערג)
פערטע אינטרא פון יאר: פרצופיהן (דויד טויב)
בעיס גיטאר פון יאר: לשמה (מונה ראזנבלום)
ראננער אפ בעיס: תרי בדחנא (הערשי גינזבערג)
ראננער אפ וואקאליסט פון יאר: ליפא שמעלצער


7. לנצח
ר׳ משה גאלדמאן ז״ל

דאס יאר האט אן אינטערסאנטן סערפרייז געמאכט די נייעס אין שטעטל. כלל ישראל האט זוכה געווען צו נאך אן אלבום אין די סעריע פון קעמפ שלוה פון ר׳ משה גאלדמאן ז״ל צוגעשטעלט דורך להבל״ח בניו הגאונים. מען האט אפגעהיטן די אלט פארצייטישע חן פאר די מילעניאלס. די סידי פיט לגמרי נישט אריין אין די היינטיגע מארקעט ווי ערווענט ביים אלבום ערשיינונג. דאס ברויך א פאליצע פאר זיך. אזאנע איידעלע ניגונים זענען נישט פארהאן אין יארע צוויי צוואנציג. עס ענטהאלט א שיינע יצירה קה זכות אבות וואס ציט זיך אויף צוויי אקטאוועס און א שיינע מארטש צווישן אנדערע וואוילע זאכן.


8. קרבן
בערי וועבער

בערי איז אריינגענומען ספעציעל קלאר דאס יאר מיט א הערליכע מיקס פון אלע מינים און דזשאנרעס. בערי האט פראדוצירט און דער קאמפאזיטער הערשי וויינבערגער איז געווען דער הויז בחור. אדער ווי מען רופט עס בלשון עם זר ׳דירעקטער׳ - דער וואס פירט די שטוב ווירטשאפט און מאכט זיכער אז אלעס קלאפט על צד היותר טוב. דער שפיץ ניגון איז איפה כולם, א טיפע כאפ פונעם וועטעראן יוסי גרין. די מוזיק דערויף פון דוד איכלביץ איז עפעס אויסנאם. די ווערטער געשריבן דורך אן אומבאקאנטן זיצט אויך עפעס אויסערגעווענדליך. און פארשטייט זיך בערי׳ס וואקאלן זענען אויך גאר גוט ארויס. א שלימות. און בערך אויפן זעלבן שאפע זיצט עוד יוסף חי, גאר א באחנ׳טע קאמפאזיציע פון מאטי אילאוויטש. פון הערשי וויינבערגער האט ער צווי שטארקע סחורה פרשה און קרבן. דערנאך האט ער אפאר פארעווע ניגונים ווי געב א שמייכל און בכל עת און אויב איך מעג מוסיף זיין, אמת תורתינו. אבער דאס רוב איז הערליך שיין. עוד יוסף חי (די ערשטע פאל, מאמאמיא.) קרבן, רצון בוראינו, מאן דיהיב, אביסל, זה דודי, פרשה. הערליך. גאר א שיינע פראדוקט ארויסגעגעבן.

די מוזיק ארראנדזשירער פון עוד יוסף חי און איפה כולם הערשי גינזבערג און דוד איכלביץ זענען ווערד מעדאלן.


עלעקטראנישע אררעינדזשמענט פון יאר: פרשה (נפתלי משה שניצלער)
דירעקטער פון יאר: הערשי וויינבערגער (דירעקטירט בערי און ליפא)


9. ליכטיגע דורות
יודל איינהארן

אן אלבום מיט איין מטרה צו געבן שטארקייט זיך צו ספראווען מיטן נסיון הטעכנעלאגיע. הערליכע גראמען לידער אראפגעשפילט אין א פראפעסיאנאלע פראדוקציע אויף געקליבענע עלטערע ניגונים חוץ דעם לעצטן טרעק וואס איז א נייעם ליד. דעם ילד הפלא דוד לייפער לייגט צו א באנטש פלעיווער צום פראיעקט. א חידוש ווי אזוי עטליכע ענערגישע יונגעלייט האבן אזוי נישט מיר נישט דיר ארויסגעגעבן אן אלבום וואס מען קען בענטשן דערויף ברכת הנהנין.


10. כלל ישראל
יואל בנימין ווייס

דאס יאר איז אויך ארויסגעקומען אן אלבום דורך יואל בנימין ווייס גערופן כלל ישראל. אן אלבום כשמו כן הוא, צוזאמגענומענע ניגונים פון כלל ישראל אידן וואס האבן דעם טאלאנט אבער האבן נישט דעם געלעגנהייט עס ארויסצולייגן אין אן אלבום פארמאט. די אלבום איז זייער באחיינט מיט פיינע מוזיק. ס׳איז דא אינטערסאנטע חידושים דארט. איך האב הנאה באקומען ביים אויסהערן. אידן האבן טאלאנט.


11. עליה
יעקב שוואקי

שוואקי האט געכאפט אן עליוועיטער אריין אין אונזער היימישער עולם ווען ער האט זיך אויף א וועג אנגעשדכנט מיטן היימישן פראדוצירער המכונה נמ״ש וואס האט אים פראדוצירט א מייסטערהאפטיגען קאלעקציע אלבום גערופן עלעוועיט וואס ענטהאלט 8 הערליכע מעדלי׳ס פון ספרדיש צו חסידיש און פון קומזיץ ביז מזרחי באגלייט דורך 8 באזאונדערע בענדס.

מענדי הערשקאוויטש האט אראפגעשליידערט אן אררעינדזשמענט פון העכערע ספערן, און נפתלי משה איז איך אריינגעקומען מיט א געוואלדיגע ענערגיע אויפן חסידישן מעדלי.

א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענעם לויטעט דער מאמר החכם. שוואקי הערט זיך שוין באלד מער חסידיש פון די חסידים אויפן חסידישן מעדלי וואס איז פול מיט כל מיני מוזיקאלישע קרישקעלעך. דעם חסידישן בערקוי איז אויך געווען אן באורד און אזוי אויך דער היימישער קומזיצער דובי מייזעלס.


12. א נאכט אין ירושלים
ר׳ מרדכי גאטליב

גלייך איך זייער דעם (אנדעררעיטעד) אלבום. כ׳בין מורא׳דיג נתפעל ווי א איד זינגט זיך אויס דאס הארץ מיט אזא אמת. א קומזיץ ריין לשם שמים, נענטער צו ווערן צום בוכ״ע. ס׳ראטזאם פאר יעדן דאס צו הערן. ס׳געבט א טרעסקעלע אין הארצן. הלואי זאל מיין הארץ אויך אזוי טוליען פארן באשעפער. דוכט זיך אז רוב ניגונים זענען אומבאקאנטע. פארהאן עטליכע גאר געלונגענע ניגונים.


13. אחת
מרדכי שפירא

פארשטיי איך אז נישט יעדער האט געהערט דעם סידי און כ׳בין נישט מציע דאס צו הערן… ווארום, די סידי איז ביים גרעניץ פון אידישע און נישט אידישע מוזיק. אבער בעוונותי הרבים האב איך געהערט שטיקלעך דערפון און מה נאמר ומה נדבר. דער סידי פארמאגט א ניגון ׳א קעדאטשקע אין די רעגן׳ (Dancing In The Rain) אזאנס און אזעלכס אזש ס׳איז באלד פיזיש אוממעגליך צו בלייבן גלייכגילטיג. נאך האט ער דארט א ניגון ׳אשירה׳ מיט געלונגענע מוזיק.

ער איז א מוראדיגער וואקאליסט. טאקע נישט אויפן היימישן שטייגער, אבער מלא טאלאנט.


14. ויזניצא אינדערהיים
שלמה גערטנר

אין א אומערווארטעטע ערשיינונג האט דער זינגער פונעם הויפטשטאט פון טשארלס דער דריטער, שלמה גרטנער, דער וואס זינגט מער אויפן לינקן זייט פונעם סטעידזש, ארויסגעגעבן א רעכט חסידישע אלבום פארן היימישן עולם. אין א גאר אינטערסאנטן פענאמען וואס דוכט זיך איז אן ערשטע מאל אויף א סידי, אפי׳ אינעם אלגעמיינעם מארקעט, זינגט שלמה גרטנער סיי די אדאלט סאלא און סיי דער יונגער סאלא. סוד השם ליראיו.

די אלבום איז ארראנדזשירט מרישא ועד גמירא דורך דויד טויב וואס שטאמט אויך פון ויזניצן הויף אין ארץ הקודש. גאר א רייכע פראדוקט האבן זיי דעליווערט. ועל זה אנחנו מודים. א הערליכע קאלעקציע פון ריין חסידישע נגינה אראפגעשפילט שענער פון שיין.

בעצם האבן מיר פארגעסן צו דערמאנען דער אלבום בדיבור ובקלא ארויסגעגעבן דורך ר׳ יהושע ראזען. א קאלעקציע פון ניגונים געזונגען אין באבוב׳ער הויף. אויך גאר א שיינע פראדוקט געמאכט.

מערסט אנעספעקטעד אררעינדזשמענט: שבעינו


15. מיטן אויבערשטן
יקיר ברוין

ר׳ יקיר ברוין איז נארוואס ארויסגעקומען מיט א אייגנארטיגע דרשה - גראמען אלבום מיטן בלויזן ציל צו דינען אלס רעטונג ברעט צו געבן חיזוק פאר אידישע קינדער. די אלבום איז ארויסגעקומען דורך שלמה זלמן וועכטער און עס ווערט אראפגעזינגען דורך פאפולערע זינגער אין באגלייטונג פון צוגעפאסטע מוזיק ארראנדזשירט דורכ׳ן אויבערדערמאנטן וועכטער און שלמה ברוין צווישן אנדערע. עס ענטהאלט צוויי שפאגל נייע ניגונים פון ר׳ פנחס מרדכי וועבער.

איך האב געהערט דעם לעצטן טרעק לית אתר פנוי מיניה. די תנועה איז גאר א הארציגע. ווייס איך נישט פון ווי דאס קומט.
ביי דאס ביסל וואס כ׳האב יא געהערט, האט איך עפעס א שארפע פשטות אויפגעכאפט. אזא צינור פון הארץ צו הארץ. עוד חזון לחול המועד אויסצוהערן די סידי כדבעי.


16. תנועות
שיטה לא נודע למי

ר׳ שלמה וועכטער איז אריינגעקומען אלס פראדוצירער פאר אן אלל סטאר אלבום גערופן תנועות. די געשפרעך פון שטאט איז די מוזיק דערויף. עס פארמאגט די גרעסטע ריזן און נישט בלויז אויף איין צוויי ניגונים זיך צו קענען אין בויך קלאפען, געב א קוק, אין ביכל שטייט מונה, נאר דאס גאנצע אלבום ווערט באגלייט דורך דיזע נעמען. און ווי צו ווייזן אז זייער פאקוס איז געווען דערויף, האבן זיי אפי׳ איין טרעק וואס שפילט - אין רוב - בלויז אן אינטערלוד פון מונה. ר׳ שלמה וועכטער, אין ווי עס שיינט צו זיין א דורכברוך אין זיין קאריערע, איז אריינגעקומען מיט א באצויבערדיגן ׳לאופער׳ אררעינדזשמענט.

א גרויסן חילוק איז אבער צווישן דעם אלבום און - צו וועם ס׳ציט זיך נאטורליך א פאראלעל - די אלבום השפעות, אז דאהי איז די מוזיק מער חסידיש געשטימט. השפעות פארמאגט מער מאדערנע מוזיק. צוויי אנדערע ענינים. השפעות איז שרעקעדיג קלאסיש און בעטעמט אבער האט נישט די עלעקטרישע ענערגיע וואס מונה באכעט אריין אין זיינע געביידעס.

די קאמפאזיציעס זענען פון אן אנאנים קאמפאזיטער וואס וויל ווארשיינליך פארבלייבן א נחבא אל הכלים, כאטש וואס דער נישט שטרענג אפגעהיטענער סוד איז ארויסגערינען צו א פאפולערע אלצווייסער פארום פאר די שנעל וואקסענדע אידיש רעדענדע געמיינדע איבער גרעיטער ניו יארק והגלילות גערופן אייוועלט. ער איז היפש א טיפע קאמפאזיטער. זיינע ניגונים אדערווייל לויפן אויף אן ענדליכן שניט. זאל ער נאר אנהייבן אביסל ארויסקאלערן פון די באקס, קאמפאזירן אין פארשידענע דזשאנרעס, אין פארשידענע סקעילס, בויען יצירות, שרייבן אידישע לידער, און ער וועט מצליח זיין. ער שרייבט מוזיקאליש. אז מען בלייבט אויף איין גאנג א גאנצע סידי פארלירט מען עקסייטמענט. אז מען פארט אויף איין ספיד צו לאנג שלאפט מען איין.

ער האט אפאר גאר גוטע ניגונים - תנועות וואס זענען ווערט אן אויסהערונג. אחים, אהבת ישראל (מיט א מאדנע אינטרא וואס האט מיט די ניגון וואס טשולענט האט מיט זאלץ וואסער) מה נאוו, הבן יקיר, קלי אתה, מקדש מלך (די אינטרא איז א כלי מפואר).

צו די אויסצייכענונגען:

אינטערלוד פון יאר: מה נאוו (מונה ראזנבלום)
דריטע אינטרא פון יאר: מזל טוב (אברומי בערקוי)


17. כבן המתגעגע
אהרן רזאל (דער מלחין פון את אחי - מ.ב.ד.)

האביך נישט געהאט קיין זמן צו שרייבן אן עקסטערע אנאליז אויף זיין דרייצענטן אלבום, אבער שטיל בלייבן קען מען נישט. ער פארלאנגט זיך א באזונדערע ארטיקל. ווי דער ׳פארציילט׳ א ניגון. מאסיוו.

ממש יעדע ניגון איז פיין. ס׳איז פארהאן אבער אסאך ענדליכע שטריכן אין די מעלאדיעס וואס פאר אן אומטרענירטע אויער וועט זיך עס הערן גאר ענדליך. למשל ׳מאהוביה׳ איז בעיסיקלי א קוגל פון זיינע עקסקלוסיוו תנועות. א ברעקעלע חידוש איז נישט צום געפונען. פארהאן אבער פיר אויסנאמען. בני ברק, שמע ישראל, כבן, מועד קטן, גין גאלד ניגונים און אפגערעדט די מוזיק. ער נעמט דיר אריין אין זיין וועלט. כי אשמרה שבת האט אויך געשמאקע אינגרידיענטס. עולו בנים קדישין איז אויך פיין. א מין מיקס פון חסידיש און רזאל׳יש.

אויב עמיצער האט נישט ווי צו גיין חול המועד האלטן קען ער אויסהערן די אינטרא פון ׳איש כשר ופשוט׳. עס נעמט די צוהערער אויף א רייד. און מען באקומט דערביי א פארציע מעדיטאציע. אבער די רייד ענדיגט זיך זייער שנעל… והשומע יבין וישכיל. ולשומע יונעם ותבוא עליו תרדימה.

ביי מהרה מאכט ער אפאר פיינע קאורדס מיטן קווייער. געב עס צו הערן פאר דעם פאלעטשעק די ליעדער פון זמירות כאר, יא, דער דזשינדזשי, און ער וועט זיך מחי׳ זיין. די הויעכע פאל איז סתם אין די וועלט אריין. וואס זענען די אומשולדיגע ווערטער פון מהרה שולדיג פאר אזא באהאנדלונג?

די אינטרא פון שמע ישראל איז עפעס געוואלדיג.
תם ולא נשלם מיט עטליכע אלבומס נישט אויסגערעכענט אינעם ליסטע.

עיבי רוטנבערג איז ארויסגעקומען דאס יאר מיט א פיפטע דזשורניעס. עס איז ווערד אויסצוהערן טרעק 5 און נאך ווייל די אלבום פארמאגט פיל אמתע רגש. נמואל הרוש איז ארויסגעקומען מיט א אלבום ׳אלף׳ און ער האט דערויף א ניגון ׳עד אליך׳ פארפאסט דורך אלחנן אלחדד וואס איז פון די שענסטע ניגונים פון יאר. שמחה ליינער איז ארויסגעקומען מיט אן אלבום ׳האום׳ און ער האט א גאר געשמאקע טרעק ׳שובי׳.
....
מיט וואס גייט מען ארויס פון שנת תשפ״ב? איז דא איין ניגון וואס האט בארירט מיין נשמה? איז דא איין ניגון וואס האט גערעדט?

איז אין די אלע אלבומ׳ס געווען איין ניגון וואס איז אנגעקומען צום תכלית הנגינה? א ניגון וואס זאל רעדן און דערציילן און נישט בלויז זיין מוזיקאלישע קענדי, אזאנע געשמאקע חידושים, נאר ניגונים וואס צילן די געפילן און קומען טאקע אן.

יא. אט איז א ליסטע:

שועלים, אביי ורבא, זיבן קינדער - ליפא שמעלצער; רחם על ציון, והיו עיני, פני משיחך - השפעות; דעם אויבערדערמאנטן עד אליך - נמואל הרוש; פון די עשעס, מיי ליטל טאון, דזשורניעס עט סיעס, נאטינג אין יור לייף, די רינג, ווי העוו גאט די מוזיק, - עיבי רוטנבערג; אשא עיני, אידיש מעדלי - א נאכט אין ירושלים; שמע ישראל, מועד קטן דף ז׳ - אהרן רזאל; איפוא כולם, קרבן, עוד יוסף חי - בערי וועבער; מנגינה של בית המדרש - נפתלי קמפה; הבן יקיר - תנועות; און א גרויס טייל פון די שטייטע ניגונים פון בדיבור ובקלא, עתיק יומין און ויזניצע אינדערהיים.

פארשטייט זיך נישט יעדער גלייך, איינער מער (פיל מער) און איינער ווייניגער.

נא, אויב אזוי ווי איז די היטס? אויב דו וועסט אינאכט נעמען וועסטו זעהן אז רוב ניגונים מענשענד אבאוו זענען נישט קינדער פרענדלי.

תחל שנה ואלבומותיה.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

;l;p- ;l;p-
כינור בתפארתו!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
בעל פרנסה
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
לאקאציע: איך זוך עס נאך...

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל פרנסה »

גאר גאר גוט באשריבן!
שטארק הנאה געהאט צו ליינען!
איין (האלבע) אלבום איז געווארן אויסגעלאזט, דאס איז רצועות פון ליפא שמעלצער, איך האב עס שטארק ליב אויסצוהערן, די ניגונים זענען עפעס הערליך שיין.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

מאסיוו!!!



הלוואי זאל איך פארשטיין אלעס וואס דא שטייט...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

צו אפגעכיפערט אהרן רזאל'ס סידי
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

נייס !
די קאלעקשאן פון די יאר איז לויט מיין מיינונג זמן אלול פון נפתלי קמפה, נישט אויסגערעכנט דא.
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

זייער גוט כינור!
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

כינור! וואס איך וויל יעצט טוהן.. איז דיך אראפלאזן א פראסק פארן ספוילען דער היגער עולם מיט אזעלכע קאליבער ארטיקלען יעדן יומא דפגרא, אזש ס'קען זיך ערלויבן אז אזא ארטיקל זאל זיך ארויסראלען אזוי נישט מיר נישט דיר, און זאל נישט אויפשוידערן די 'אידישע וועלט'.

צוזאמגעווארפן ידענות אין א קורצע שיעור כללי.

יישר כח.
אוועטאר
געבראטענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2022 10:44 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבראטענס »

שרייבער פון יאר : כינור

יצחק אייזיק האט געשריבן:
הלוואי זאל איך פארשטיין אלעס וואס דא שטייט...
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מאסיוו?! נעה, צו ארים. הערליך?? נאופ, אויך צו פלאטשיק. ווייסטו וואס ס׳איז פלעין כינור!
אני הוא הנער, נער המדבר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

סתם נייגעריג @כינור, וואס האט דיר געכאפט פון מרדכי שפירא׳ס טאנץ אין די רעגן? זיין אשירה איז גאר זיס. אזאלכע טאנצעדיגע פייפערלעך. פיינע פיאנא.

ישר כח פארן מיך צולינקען צו רזאל׳ס איש פשוט.. נישט אנגעקומען צו הערן ביז יעצט. כ׳בין שיעור צוגעקומען צו קאמפליט דיסקאנעקשען (פון וואס?).
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

ווער בין איך צו מגיב זיין? אבער דאך, דא איז מיין צוויי צענט.
אויף קומענדיגע יאר קען מען נישט זאגן מיט זיכערקייט אז דאס אויבערדערמאנטע וועט זיך איבערשפילן סידי נאך סידי, פאר סיבות וואס וועלן אפשר באקאנט ווערן אין דער קומענדיגע תקופה.
מאכסט מיר נייגעריג,(אבער זיין נייגעריג איז נישט קיין שיינע מידה…) האו-עווער, הצלחה אין אלע דיינע וועגן!
און? מיט דעם אלעם איז נישטא קיין ׳היט׳ צום געפונען. אתמהה. יא, ס׳איז פארהאן ניגונים וואס ווערן איבערגעזינגען בזמני שמחה, אבער נישט א ניגון וואס קינד און קייט זאלן זיך עס אונטערברומען איבעראל.
ביזט גערעכט מיט דיין נקודה, אבער דאכט זיך ס'איז יא געווען איינצעלנע. ווי קרבן, פרשה.
פארשטייט זיך אז יעדע ניגון קומט די הויעכע פאל באגלייט מיט א קווייער וואס זינגט די ליעד וואקעל צוזאמען מיט אים אין א פראווו צו פארוואנדעלן די ספעציפישע רצועה אין דער קומענדיגע שלאגער.
זיך צולאכט ;l;p-
ער פארמאגט דא איין גאר שטארקע ניגון. מנגינה של בית המדרש. כדי צו הערן.
פון וואו ווייסטו וואס איז אויף מיין פלעיליסט…? א הייליגע ניגון, פון זיינע שטערקסטע וואוקאלס.

''אם תעירו'' איז אויך ווערד צו הערן. ס'צוגייט.
די מוזיק איז געמאכט דורכ׳ן יונגן שטערן יושע קאללער בכשרון נפלא.
איך וואלט דא געלייגט אן אווארד.

נייער שטערן פון יאר: יושע קאלער
נאר דער פאקט אז די ענערגיע און ספיריט פון איינצעלנע ניגונים וואלטן געקענט אנקומען העכער.
ענטפערסט'טעך אליינס אז
כ׳פארשטיי זיין געדאנקענגאנג, מ.ב.ד. איז גענוג,
איך שטעל פאר מב''ד, מיט יודל'ס פלעיוואר, דאס איז מיין פראדוקט און שוין.
און צו די מוזיק. אררעינדזשמענט פון יאר! די אינטרא איז דאך אזוי ליפא׳דיג. ווי לאופער קומט אריין מיט די בעיס אנהייב פאל איז עפעס להפליא. די ארעינדזשמענט איז אנגעטוהן אויף דעם ניגון אזש עס קוקט אויס ווי עס איז געבוירן מיטן קאמפאזיציע. קודאס פארן דאס ארויסשלעפן פון לאופער. (די מוזיק איז די דריטע דרעפט).
כ'האב פונקט גערעדט מיט איינעם איבער לאופער, האב איך אים געזאגט, אז גערעכט ער איז קלאסיש, שיין אין ווארעם, אבער כ'פיל אז מ'דארף האבן נאך אפאר מחוצפים (מיט א באנדזש געלט) וואס קענען ארויס שלעפן פון אים אפטער א שועלים.
יאפ, פון א נאר הערט מען אויך אמאל א גוט ווארט… עה, חס ושלום. א ווערטעלע.
:lol: :lol: :lol:
אפערא פון יאר: זיבן קינדער (מיט די ערגסטע קווייער פון יאר)
טאקע א שאד. עגבערט מיר יעדע מאל..
גראדע איז דא אפאר ליינס וואס מונה האט געמאכט, יענץ איז פיין.
דער שפיץ ניגון איז איפה כולם, א טיפע כאפ פונעם וועטעראן יוסי גרין.
הער אויס דאס ביים הויעכן פאל די צווייטע חלק, האט זיך יוסי צוריק געבענקט צום 'איפה אבי אמי אחות וסב'.

נישטא וואס צו רעדן 'איפה' איז א ניגון וואס פארדינט.

לשון הקודש ניגון פון יאר: איפה כולם
מענדי הערשקאוויטש האט אראפגעשליידערט אן אררעינדזשמענט פון העכערע ספערן,
כ'האב געוואלט בשעתו קאמפלעמענטירן כ'בין אבער נישט אנגעקומען.

יאפ מענדי איז גוט, דעי טרעק אז אנגעפאקט מיט מוזיקאלישע הנאה. חידושים אויף אלט-געזעסענע אינטראוס און ארעינדזשמענטס.

דער סידי פארמאגט א ניגון ׳א קעדאטשקע אין די רעגן׳ (Dancing In The Rain) אזאנס און אזעלכס אזש ס׳איז באלד פיזיש אוממעגליך צו בלייבן גלייכגילטיג.
כ'ווייס נישט פארוואס, אבער דער ניגון האט זיך אריינגעזעצט בקדקדי, און ער שווימט מיר אומוועלנדיג ארויף אויף די ליפן מזמן לזמן. די חידוש איז אז כ'האב עס געהערט אינגאנצן א האלבע מאל.. נעקסטיים דארף איך אכטונג געבן וואס איך הער…
אויפן זעלבן אלבום האט ער דעם 'אחת' וואס איז גאר שטארק אריינגעקומען אין אלגעמיין, אין אסאך נישט היימישע קעמפס איז דאס געווען דער ניגון פונעם זומער.
עוד חזון לחול המועד
אפגעקויפט.
מקדש מלך (די אינטרא איז א כלי מפואר).
איך האב געהערט אמאל א סינגל אבינו מלכנו פון שלום לעממער און מענדי הערשקאוויטש און שירה, וואס טראגט דעם זעלבן אינטראו מיט די זעלבע ווייעלין/טשעלאו גאנג.
כ'קען עס נישט טרעפן.
אז מען בלייבט אויף איין גאנג א גאנצע סידי פארלירט מען עקסייטמענט. אז מען פארט אויף איין ספיד צו לאנג שלאפט מען איין.
מיט מיין ארעמען פארשטאנד, וואלט איך ענדליך געזאגט אויף 'השפעות'.

---

סטודיא ילד הפלא פון יאר: דער ילד אויף 'דמעה אחת' ביים צווייטן מאל.
תחל שנה ואלבומותיה.
און דא איז דער פלאץ צו באדאנקען אונזער חבר כינור וואס האט צוגעלייגט נאך א רעפטל צו דער טראדישאן פון א נייע אלבום, ס'הייסט? ס'קומט א 'כינור' אנאליז.

האסט אונז מחיה געווען יעדע מאל עקסטער מיט דיין געלונגענע פעדער, און נישט קיין חידוש פארוואס אידן וואס הערן נישט אויס קיין נייע מוזיק, מוזן אבער ליינען כינור'ס אנאליז.

דאס איז חוץ פון דיין טיפע פארשטאנד צו אלעס ארום נגינה, און ווער קען זיך דען פארמעסטן מיט כינור'ס איידעלע אויער?

זאלסט געדענקען אז ס'איז דא הונדערטער אידן וואס ווארטן אויף דיינע ארטיקלען מיט דארשט, פארלאז אונז נישט…
לעצט פארראכטן דורך פיאנא אום פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 1:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

כינור ביסט מאסיוו !!!! טנקס עי מיליון פאר אלעס.. אייוועלט אין בפרט היכל הנגינה איז ארויף טויזענט שטאפלען מיט דיר דא !!! א תגובה פין כינור איז געווארן א מאסט ריעד !!!! טנקס עגעין אין גיי אן ביסט מהנה אסאך אידן !!!!
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

Wow wow כינור המלך כ'קען מיך נישט ארויסברענגן אין ווערטער די טאלאנט וואס ליגט אין די ארטיקל די ארטיקל האט מיר איבערגענומען פון אויבן ביז אינטען יישר כח פארן רייך מאכן תשפ"ב מיט דיינע הערליכע אנאליזן אין פארן אונז שענקען די מתנה לכבוד דעם נייעם יאר
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

יוש צוקאש... כינור... קומסט אריין געוואלדיג קלאר!

כ'ברויך זיך באקענען מיט דיר.
לעצט פארראכטן דורך דער צופרידענער חיים אום מאנטאג אקטאבער 03, 2022 4:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

אוי אוי אוי כינור אוי אוי אוי כינור
פיינע נייעס
פיינע אנאליז
צו דער זאך

כ’מיין אז די אינטרא דער דריטע אינטרא פון די יאהר האט משה לויפער געמאכט
דער ערענדזשמענטס האט מר בערקא געמאכט אבער די אינטרא האט לויפער געטאן אזוי שטיייט און דער בוקלעט
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

כ׳מיין אז דער עולם באגרייפט נישט א וויכטיגע נקידה וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן. דאס איז די ״הארץ״ וואס דער כינור האט. און איך רעד נישט פון א הארץ צו א ניגון, וואס דאס זעהט זיך זייער קלאר פון די באשרייבונגען. נאר איך רעד פון די עצם מציאות אז א מענטש מיט אזא טאלאנט און פארשטאנד זעצט זיך אוועק און ספענט זיין צייט פשוט צו מהנה זיין אנדערע אידן. דאס איז פארשטייט זיך נישט נאר די צייט צו שרייבן, ווי פארשטענדליך גייט אריין אסאך מער צייט צו טראכטן וואס און וויאזוי צו שרייבן, ווי צו פאקטיש שרייבן.

מיר האבן נישט קיין ווערטער, וויאזוי צו באדאנקן. איך וועל פרעגן כינור, אפשר וועט ער האבן עפעס אן איידיע, וויאזוי איך קען ארויסברענגען מיינע דאנק געפילן.
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

כינור!!!
Wow

If I may וואלטעך צוגעלייגט נפתלי קמפה'ס אלבום זמן אלול
דער אלבום שפירט זיך ווי אן עקסטענשאן צו די מ.ב.ד. קומזיץ אלבום (תש"ס)
שוין לאנג נישט געווען אזוינס.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

כינור !!! אזא טיפען און שיינען אנאליז

טענק יא פארן דא זיין מיט אונז

היכל הנגינה אן דיר איז CLOSE SHOP
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ארויסגעפרינט, האמיר וואס צו ליינען דעי וואך שבת (אין שול)
#איך-פארק-מענטשליך
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

איך גיי ארויס ווי א שיכור פון דעם אשכול!

מאסיוו!!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

כ'הייב נישט אן צו פארשטיין וויאזוי ס'איז מעגליך אז ס'האלט נאך ביי איין פעידש.

נישטא קיין ווערטער. נו גוט.. נישיזניש..

שכח!
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

שלומי שפילמאן האט געשריבן:
כינור!!!
Wow

If I may וואלטעך צוגעלייגט נפתלי קמפה'ס אלבום זמן אלול
דער אלבום שפירט זיך ווי אן עקסטענשאן צו די מ.ב.ד. קומזיץ אלבום (תש"ס)
שוין לאנג נישט געווען אזוינס.
יישר כח "כינור" פאר די הערליכען אנאליז.

און... פארן ארויסשלעפן ר' שלמה שפילמאן פון זיין באהעלטעניש...
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

דזשורני׳ס פון עיבי ראטענבערג איז אן אלבום וואס יעדער איינער וועלכער איז באהאוונט אין שפת המדינה איז פארארדנט אויסצוהערן. הערליכע ניגונים איינס ביי איינס, ספעציעל דער לידל ׳על הצדיקים׳ וואס ווערט געזינגען דורך אברהם פריעד, און אזוי אויך ׳שטעטל׳ דורך שלום לעממער. גייט הערט עס אויס און לאזט מיר וויסן...

מיינע געווינער פונעם יאר איז יקיר ברוין און עיבי ראטענבערג, ווערנדיג נאכגעפאלגט מיט ליפא׳ן.
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: תשפ״ב מוזיק באריכט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

יעצט געענדיגט ליינען
זייער שיינע אנאליז.
;l;p-
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”