פאליטישע עקספערט האט געשריבן:דער הימלישע איד האט געשריבן:ווען לייגט מען צו א "ע" למשל געדאנקען אדער געדאנקן?
געדאנקען
פאר כללים פרעגט גרשון, איך האט נאר ענטפערס...
דאס ווייס איך אויך, איך וויל טאקע וויסן די כללים?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:דער הימלישע איד האט געשריבן:ווען לייגט מען צו א "ע" למשל געדאנקען אדער געדאנקן?
געדאנקען
פאר כללים פרעגט גרשון, איך האט נאר ענטפערס...
עפעס אנדערש האט געשריבן:ווען א ווארט ענדיגט זיך מיט ל' נאכגעפאלגט א שוא קלאנג, קומט, דאכט זיך, קיינמאל נישט קיין ע'. ס'קומט דעריבער "קוויטל."
ווען ס'ענדיגט זיך מיט א ן' איז עס אביסל מער קאמפליצירט. רוב מאל קומט עס אויך אן דעם ע', ווי "גלייבן" און "עסן," חוץ אויב דער אות וואס האט דעם שוא/סגול איז איינע פון די אותיות: מ, נ, נג, נק, און אין געוויסע פעלער אויך ל.
מ: ווי אין די ווערטער קומען, שווימען, בלומען, אויסרימען.
נ: ווי אין די ווערטער שפינען, רינען, זינען, בינען.
נג: ווי אין די ווערטער געגאנגען, געזונגען, געקלונגען, לאנגען.
נק: ווי אין די ווערטער דאנקען, געדענקען, בלינקען, שענקען.
ל: ביי דעם ווענדט זיך צי דער אות פאר'ן ל' איז א וואקאל - א, ו, י' און ע' - אדער א קאנסטאנאנט - אלע אנדערע אותיות. אויב איז עס א וואקאל, קומט נישט קיין ע', ווי אין די ווערטער אפקילן, קוועלן, קוילן, מאלן. אבער אויב איז א קאנסטאנאנט, קומט יא אן ע', ווי אין די ווערטער הימלען, צימבלען, אינזלען, שימלען.
דרייטצעך האט געשריבן:עפעס אנדערש האט געשריבן:ווען א ווארט ענדיגט זיך מיט ל' נאכגעפאלגט א שוא קלאנג, קומט, דאכט זיך, קיינמאל נישט קיין ע'. ס'קומט דעריבער "קוויטל."
ווען ס'ענדיגט זיך מיט א ן' איז עס אביסל מער קאמפליצירט. רוב מאל קומט עס אויך אן דעם ע', ווי "גלייבן" און "עסן," חוץ אויב דער אות וואס האט דעם שוא/סגול איז איינע פון די אותיות: מ, נ, נג, נק, און אין געוויסע פעלער אויך ל.
מ: ווי אין די ווערטער קומען, שווימען, בלומען, אויסרימען.
נ: ווי אין די ווערטער שפינען, רינען, זינען, בינען.
נג: ווי אין די ווערטער געגאנגען, געזונגען, געקלונגען, לאנגען.
נק: ווי אין די ווערטער דאנקען, געדענקען, בלינקען, שענקען.
ל: ביי דעם ווענדט זיך צי דער אות פאר'ן ל' איז א וואקאל - א, ו, י' און ע' - אדער א קאנסטאנאנט - אלע אנדערע אותיות. אויב איז עס א וואקאל, קומט נישט קיין ע', ווי אין די ווערטער אפקילן, קוועלן, קוילן, מאלן. אבער אויב איז א קאנסטאנאנט, קומט יא אן ע', ווי אין די ווערטער הימלען, צימבלען, אינזלען, שימלען.
זייער קלאר!
(וואו נעמט מען געדולד דאס ארויסצושרייבן?...)
ממוצע האט געשריבן:טרינקען/טרונקן? ווייקן/ווייקען?
גרשון האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:פון דא
ש'כח @עפעס אנדערש פאר'ן ברענגען..
עפעס אנדערש האט געשריבן:אידיש פאר "אווערריידן" און "רעדזשעקטן".
ממוצע האט געשריבן:עפעס אנדערש האט געשריבן:אידיש פאר "אווערריידן" און "רעדזשעקטן".
איבערשרייבן? /צוריקווייזן
גרשון האט געשריבן:וויסן, געוואוסט.
גרשון האט געשריבן:יא.
צאם/צוזאם/צוזאמען זענען אלע כשר. איך וואלט געקליבן צוזאם.
געלט גייער האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:יא.
צאם/צוזאם/צוזאמען זענען אלע כשר. איך וואלט געקליבן צוזאם.
עס האט נישט קיין כלל? ביידע זענען ריכטוג אויף אלע אופנים?
גרשון האט געשריבן:געלט גייער האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:יא.
צאם/צוזאם/צוזאמען זענען אלע כשר. איך וואלט געקליבן צוזאם.
עס האט נישט קיין כלל? ביידע זענען ריכטוג אויף אלע אופנים?
יא, ס'איז דאס זעלבע ווארט, נאר פארקירצט. אויב איינס ליינט זיך נישט געשמאק קען מען ניצן דעם אנדערן. כאמור, איך מיין אז רוב שרייבערס אין רוב פעלער וואלטן געשריבן צוזאם.