טעותים

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

גרשון האט געשריבן:כל המוסיף גורע.

א קרייז באשטייט פון 360 גראד. דעריבער ווען איינער שטייט אויף א געוויסן פונקט, איז דאס ווייטסטע ארט פון אים 180 גראד. אין פיגוריטיוון זין קען מען דאס אויך זאגן אויף איינעם וואס איז ביי א געוויסער שטעלונג און ער טוישט זיין מיינונג צום אנדערן עקסטרעם אז ער האט געמאכט א שארפן 180 דריי. געוויסע ווילן עס מאכן נאך שטערקער, וועלן זיי זאגן אז ער האט געמאכט א 360 דריי. דאס מיינט אבער פאקטיש אז ער שטייט פונקטליך דארט וואו ער איז געווען פאר דעם.

אמת ער שטייט ווי ער איז געווען פארדעם, אבער ביים זיך דרייען 360 האט ער געזען א וועלט, איז צוריק קומענדיג אויף זיין פלאץ, האלט ער שוין ממש פארקערט ווי ביז איצט...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למעלה משבעים האט געשריבן:

;l;p-
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:גיי שלאג דיך מיט די וועלט...

ריכטיג, ס'איז א פארשפרייטער טעות. אבער ס'איז גוט אויפצומערקן אז מ'דארף צולייגן קאפ צו אויסדרוקן. איך האב עס אויפגעזוכט ווייל ס'האט מיר נישט געשטימט.

"טויזנט פראצענט" איז אויך זייער פארשפרייט. איינער וואס ניצט עס דארף כאפן אז ס'איז א מליצה, גלייך ווי 101 פראצענט. אויב מ'כאפט נישט אז ס'איז א גוזמא'דיגע מליצה, גייט עס אריין בגדר טעות (דאס זעלבע איז מיט פילע לשה"ק'דיגע מליצות אין אונזער לעקסיקאן).
אטעטשמענטס
google.png
google.png (30.71 KiB) געזען 3216 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איך האלט נישט אז ס'איז דא איינער וואס ווייסט נישט אז טויזנט פראצענט איז נאר א מליצה.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

"וקרנו תרום בישועתך" האב איך געזען פארטייטשט אין עטליכע טייטש סידורים, "און זיין הארן זאלסטו אויפהייבן מיט דיין הילף."

ס'איז מסתמא א טעות, ווייל תרום איז במשקל פעול. דארף זיך עס טייטשן, "און זיין הארן זאל דערהויבן ווערן," אזוי ווי "ירום" פאר לשון זכר, איז "תרום" פאר קרן, וועלכע איז לשון נקיבה.

דער טעות קומט פון אויסמישן "תרום" מיט "תרים", און פונעם המשך הלשון "מהרה תצמיח", וואו דער ת' קומט יא פאר א נוכח.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אז דו ברענגסט שוין ארויף דעם אשכול... כ'האב פונקט היינט געטראכט פון דיר. ביי א ראונדאבאוט אויב מאכסטו א 360 דעגרי טורן קומט אויס אז דו ביסט אויפ'ן זעלבן פלאץ נאר פארקערט, כאטש דער "קאר" האט זיך נאר ארומגעדרייט מיט 180 דעגרי.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אז דו ברענגסט שוין ארויף דעם אשכול... כ'האב פונקט היינט געטראכט פון דיר. ביי א ראונדאבאוט אויב מאכסטו א 360 דעגרי טורן קומט אויס אז דו ביסט אויפ'ן זעלבן פלאץ נאר פארקערט, כאטש דער "קאר" האט זיך נאר ארומגעדרייט מיט 180 דעגרי.

נו, זאגסטו דאך אליין דעם תירוץ. ווען מ'פארט אריין, דרייט מען זיך רעכטס בערך 90 גראד (אביסל ווייניגער, לאמיר זאגן 80), דערנאך דרייט מען זיך לינקס 360 (340), און מ'דרייט זיך צוריק רעכטס 90 (80). האלט מען ביי 180.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אבער כלפי דעם ראונדעבאוט איז א 360 דריי.

איך זאג עס נישט אלס פשוט פשט, נאר אלס א ישוב בדוחק.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

גרשון האט געשריבן:"וקרנו תרום בישועתך" האב איך געזען פארטייטשט אין עטליכע טייטש סידורים, "און זיין הארן זאלסטו אויפהייבן מיט דיין הילף."

ס'איז מסתמא א טעות, ווייל תרום איז במשקל פעול. דארף זיך עס טייטשן, "און זיין הארן זאל דערהויבן ווערן," אזוי ווי "ירום" פאר לשון זכר, איז "תרום" פאר קרן, וועלכע איז לשון נקיבה.

דער טעות קומט פון אויסמישן "תרום" מיט "תרים", און פונעם המשך הלשון "מהרה תצמיח", וואו דער ת' קומט יא פאר א נוכח.

זייער ריכטיג!
די זעלבע איז ביי "ובישועתך תרום ותגביה קרננו למעלה", ווי דער יעב"ץ מערקט אן אין זיין סידור.

יעבץ.JPG
יעבץ.JPG (62.87 KiB) געזען 3162 מאל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יעדעם. נישט דא אזא ווארט. ס'איז יעדן.

אינטערעסאנט אז נאך 14 יאר אין דעם פארום האט עס קיינער נאכנישט דערמאנט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

גרשון האט געשריבן:יעדעם. נישט דא אזא ווארט. ס'איז יעדן.

ווי ס'זעט אויס האבן מאנכע געקלערט אז יעדעם-יעדן איז פאראלעל מיט גרשום-גרשון... :wink:
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ס'דא גענוג פאר יעדן ניק
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:יעדעם. נישט דא אזא ווארט. ס'איז יעדן.

אינטערעסאנט אז נאך 14 יאר אין דעם פארום האט עס קיינער נאכנישט דערמאנט.

ווי ס'זעט אויס האבן מאנכע געקלערט אז יעדעם-יעדן איז פאראלעל מיט גרשום-גרשון... :wink:

הא גופא קשיא. קען מען דען אזוי אויסמישן דעם נעפיו מיט'ן עלטער-עלטער פעטער?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

גרשון האט געשריבן:הא גופא קשיא. קען מען דען אזוי אויסמישן דעם נעפיו מיט'ן עלטער-עלטער פעטער?

;l;p-
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איך האלט נישט אז ס'איז דא איינער וואס ווייסט נישט אז טויזנט פראצענט איז נאר א מליצה.

ס'איז אויך נישט אינגאנצן קיין טעות, ווייל למעשה קענען זאכן לדוגמא זיך פארמערן מיט 1000 פארצענט, בעסער געזאגט, ס'איז יא א טעות ווייל למעשה מיינט מען ארויסצוברענגען לדוגמא ווי זיכער מ'איז און דארט קען עס נישט גיין מער ווי %100, אבער ס'איז נישט ממש קיין פאלטשע אויסדריק...
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

"וענתה השירה הזאת לעד" איז א פסוק וואס באציט זיך אויף שירת האזינו. אויב מ'ניצט עס אלס מליצה אין אן אפיציעלן כתב, טוישט מען פון "שירה" (געזאנג) צו "שורה", מיינענדיג די פאלגנדע שורות. לעצטנס האב איך געזען מאנכע ברענגען דעם פסוק כצורתו, מיט'ן י', און ווי איך פארשטיי איז עס נישט ריכטיג.

בין איך גערעכט? דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:יעדעם. נישט דא אזא ווארט. ס'איז יעדן.

אינטערעסאנט אז נאך 14 יאר אין דעם פארום האט עס קיינער נאכנישט דערמאנט.

ווי ס'זעט אויס האבן מאנכע געקלערט אז יעדעם-יעדן איז פאראלעל מיט גרשום-גרשון... :wink:

ווער האט דאס באשלאסן? חאטש איך בין א קנאפע מאן-דאמר אויף ווי אויס צו לייגן ווערטער אויף יידיש, אבער עס איז גרינג צו זעהן אז אויף דייטש זאגט מען jedem און מען טרעפט עס אויף יידיש אויכעט שוין הונדרעטע יאהרן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך זע אז דייטש פארמאגט ביידע. אויב דו קענסט ברענגען אן אלטע טעקסט מיט "יעדעם" וואלט איך דאנקבאר געווען. אלנפאלס, אפילו אויב ס'איז אמאל באטראכט געווארן ריכטיג, איז שוין זיכער א לאנגע צייט וואס פראפעסיאנאלע שרייבערס אנערקענען נישט אזא אויסלייג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

גרשון האט געשריבן:איך זע אז דייטש פארמאגט ביידע. אויב דו קענסט ברענגען אן אלטע טעקסט מיט "יעדעם" וואלט איך דאנקבאר געווען. אלנפאלס, אפילו אויב ס'איז אמאל באטראכט געווארן ריכטיג, איז שוין זיכער א לאנגע צייט וואס פראפעסיאנאלע שרייבערס אנערקענען נישט אזא אויסלייג.

מען טרעפט עס אין פיל אלטע טייטש חומשים און סידורים אויף Google Books. דייטשע גראמאטיק קען איך נישט צו גוט, אבער ביי זיי איז דער חילוק לויט נאמינאטיוו/אקוזאטיוו/דאטיוו און זכר/נקבה. למשל, בלשון זכר קען מען זאגן 'איך זעה יעדן' אבער 'איך האב יעדעם געגעבן'. איך האב נישט קיין נערוון יעצט צו קוקן צי די אלטע טייטש חומשים פאלגן דעם כלל...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

נאך אלע מעשיות, וואס בלייבט? גרשון און גרשום איז יא די זעלבע זאך?... :wink:
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

חוח בין השושנים האט געשריבן:נאך אלע מעשיות, וואס בלייבט? גרשון און גרשום איז יא די זעלבע זאך?... :wink:

לויט דעם דארף מען נישט צוקומען צום גאנצן פשט'ל פון גר הייתי בארץ נכריה, ער האט פשוט א נאמען געגעבן נאכ'ן פעטער...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:"וקרנו תרום בישועתך" האב איך געזען פארטייטשט אין עטליכע טייטש סידורים, "און זיין הארן זאלסטו אויפהייבן מיט דיין הילף."

ס'איז מסתמא א טעות, ווייל תרום איז במשקל פעול. דארף זיך עס טייטשן, "און זיין הארן זאל דערהויבן ווערן," אזוי ווי "ירום" פאר לשון זכר, איז "תרום" פאר קרן, וועלכע איז לשון נקיבה.

דער טעות קומט פון אויסמישן "תרום" מיט "תרים", און פונעם המשך הלשון "מהרה תצמיח", וואו דער ת' קומט יא פאר א נוכח.

זייער ריכטיג!
די זעלבע איז ביי "ובישועתך תרום ותגביה קרננו למעלה", ווי דער יעב"ץ מערקט אן אין זיין סידור.

יעבץ.JPG

אייגנטליך שטייט שוין אזוי אין רד"ק אויפ'ן פסוק (תהלים פט, יד) "ובישועתך תרום קרנינו", וואו דער כתיב איז "תרים" און דער קרי "תרום".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

געווען לעצטנס א קאמפיין אונטערן נאמען אתה תקום. דער מארקעטער האט געטייטשט "דו וועסט זיי אויפהייבן". דער ריכטיגער טייטש איז "דו וועסט זיך אויפהייבן".
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

גרשון האט געשריבן:"וקרנו תרום בישועתך" האב איך געזען פארטייטשט אין עטליכע טייטש סידורים, "און זיין הארן זאלסטו אויפהייבן מיט דיין הילף."

ס'איז מסתמא א טעות, ווייל תרום איז במשקל פעול. דארף זיך עס טייטשן, "און זיין הארן זאל דערהויבן ווערן," אזוי ווי "ירום" פאר לשון זכר, איז "תרום" פאר קרן, וועלכע איז לשון נקיבה.

דער טעות קומט פון אויסמישן "תרום" מיט "תרים", און פונעם המשך הלשון "מהרה תצמיח", וואו דער ת' קומט יא פאר א נוכח.

מיינסט עס נישט ממש.
תרום איז קל, נישט הפעיל, אבער אויך נישט פעול (=נפעל).
אין אונזער שפראך נוצט מען בלשון "זיך דערהויבן" א נפעל פאר דער וואס ווערט דערהויבן, ווייל ביי אונז איז די פעולה פון דערהייבן א פעל יוצא. אין לשה"ק איז עס אבער נישט אזוי.

מיין שטעלונג האט געשריבן:געווען לעצטנס א קאמפיין אונטערן נאמען אתה תקום. דער מארקעטער האט געטייטשט "דו וועסט זיי אויפהייבן". דער ריכטיגער טייטש איז "דו וועסט זיך אויפהייבן".

דא קענען מיר יא טייטשן פשוט, "דו וועסט אויפשטיין".

תרום איז פונקט די זעלבע, נאר אין אידיש דארף מען דא דרייען און טייטשן "דו וועסט דערהויבן ווערן".
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

רב טקסט האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:"וקרנו תרום בישועתך" האב איך געזען פארטייטשט אין עטליכע טייטש סידורים, "און זיין הארן זאלסטו אויפהייבן מיט דיין הילף."

ס'איז מסתמא א טעות, ווייל תרום איז במשקל פעול. דארף זיך עס טייטשן, "און זיין הארן זאל דערהויבן ווערן," אזוי ווי "ירום" פאר לשון זכר, איז "תרום" פאר קרן, וועלכע איז לשון נקיבה.

דער טעות קומט פון אויסמישן "תרום" מיט "תרים", און פונעם המשך הלשון "מהרה תצמיח", וואו דער ת' קומט יא פאר א נוכח.

מיינסט עס נישט ממש.
תרום איז קל, נישט הפעיל, אבער אויך נישט פעול (=נפעל).
אין אונזער שפראך נוצט מען בלשון "זיך דערהויבן" א נפעל פאר דער וואס ווערט דערהויבן, ווייל ביי אונז איז די פעולה פון דערהייבן א פעל יוצא. אין לשה"ק איז עס אבער נישט אזוי.

נישט פארשטאנען, אפשר קענסטו בעסער ערקלערן?

"קל" מיינסטו מסתמא פועל עומד, ווי דער אויבנדערמאנער יעב"ץ, ריכטיג?

וועלכן בנין איז תרום אויב נישט פעול?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”