וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
צ/ק
commonwealth
commonwealth
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
תנא-קמא האט געשריבן:צ/ק
commonwealth
אין א טריקענע אפטייטש? "געמיינזאמע רייכטום".
אין קאנטעסט פון געוויסע לענדער אדער שטעט, גלייב איך נישט אז ס'האט א טייטש אין אידיש, מ'שרייבט עס פלעין 'קאממענוועלט' פונקט אזויווי America טייטשט מען 'אמעריקע'.
- קלמן יאסעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש האט געשריבן:תנא-קמא האט געשריבן:צ/ק
commonwealth
אין א טריקענע אפטייטש? "געמיינזאמע רייכטום".
אין קאנטעסט פון געוויסע לענדער אדער שטעט, גלייב איך נישט אז ס'האט א טייטש אין אידיש, מ'שרייבט עס פלעין 'קאממענוועלט' פונקט אזויווי America טייטשט מען 'אמעריקע'.
גא"מ
COMMON WEALTH איז בעצם אויך צוויי ווערטער וואס האבן זיך פאראייניגט.
!Vox Populi, Vox Dei
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
גרשון האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:כ' האב בעיקר געוואלט וויסן די פשוטע טייטש דערויף.
וויאזוי סזאל נישט פארשטיי איך נישט וואס וואס מ'בעט. אז אונז זאל מיר געפונען קאמאן סענס אין מענטשנס אויגן? מה הפשט?
ווייס איך נישט אויב מ'מעג עס פרעגן אין דעם אשכול
די תפילה איז באזירט אויף א פסוק אין משלי (ג,ד), און דערפאר איז עס אביסל מליצה'דיג.
דער מצודות טייטשט דעם פסוק, "ובזה [ע"י התורה] תמצא חן ותהיה ידוע למשכיל בשכל טוב בעיני אלקים ואדם." זע דארט אין די מפרשים נאך טייטשן.
בזכרוני אז מ'האט שוין דא עס אמאל ערווענט.
דער רד"ק זאגט אויף שכל טוב "מראה טוב" ד"ה א גוטע בליק, א שוועסטער מיטן חן פון דערנעבן.
נישט עכט דער זעלבער "שכל" וואס מיר נוצן ביים רעדן, נאר א נאענטער משפחה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- קאמעץ בארד
- שר האלפיים
- תגובות: 2777
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
שאינו יודע האט געשריבן:Frustrated ?
"אנטריסטעט" טייטשט אפ פרוסטרירט? אדער איז עס עפעס אנדערש?
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
קאמעץ בארד האט געשריבן:שאינו יודע האט געשריבן:Frustrated ?
"אנטריסטעט" טייטשט אפ פרוסטרירט? אדער איז עס עפעס אנדערש?
דאכצעך מיר די זעלבע זאך
- קאמעץ בארד
- שר האלפיים
- תגובות: 2777
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:קאמעץ בארד האט געשריבן:שאינו יודע האט געשריבן:Frustrated ?
"אנטריסטעט" טייטשט אפ פרוסטרירט? אדער איז עס עפעס אנדערש?
דאכצעך מיר די זעלבע זאך
איך פרעג ווייל מ'האט שוין כאטש צוויי מאל געפרעגט וויאזוי צו טייטשן frustrated און קיינער האט דאס נאכנישט אויפגעברענגט.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
קאמעץ בארד האט געשריבן:פאליטישע עקספערט האט געשריבן:קאמעץ בארד האט געשריבן:שאינו יודע האט געשריבן:Frustrated ?
"אנטריסטעט" טייטשט אפ פרוסטרירט? אדער איז עס עפעס אנדערש?
דאכצעך מיר די זעלבע זאך
איך פרעג ווייל מ'האט שוין כאטש צוויי מאל געפרעגט וויאזוי צו טייטשן frustrated און קיינער האט דאס נאכנישט אויפגעברענגט.
יא, אנטריסטעט איז לכאורה ריכטיג. ראטה ברענגט 'צעפלאצט' אלס א סינאנים פאר 'אנטריסטעט'.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
צ/ק
Tight
מ'האט שוין כמה פעמים ערווענט אז gh איז כ אין אידיש.
Light, לייכט, ליכט.
Might, מאכט, מעכטיג.
Right, רעכט, גערעכט.
Eight, אכט.
Freight, פראכט (אנע פינטל אינעם פ).
Height, הויך, הויכקייט.
Night, נאכט.
----
דאס איז אבער נישט אייביג דער כלל.
מ'האמיר:
Tight, weight, flight, sight, א. א. וו.
איז דא כללים דערויף, ווען יא אדער נישט?

אין דויטש האבן די אלע ווערטער א כ.
געוויכט, זיכט, פליכט, טיכט.
געוויכט, זיכט, פליכט, טיכט.
לעצט פארראכטן דורך Mezofzef אום דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פוצה פה ומצפצף
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פליכט איז א התחייבות אדער א קללה (פארפליכטעט).
טיכא? מה זה.
די אנדערע צוויי בין איך מסכים
טיכא? מה זה.
די אנדערע צוויי בין איך מסכים
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש האט געשריבן:פליכט איז א התחייבות אדער א קללה (פארפליכטעט).
טיכא? מה זה.
די אנדערע צוויי בין איך מסכים
עס איז אויך א לשון פון אנטלויפן. מען קען עס זעהן אין אלטע ביכער די ווארט.
פוצה פה ומצפצף
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
Mezofzef האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:פליכט איז א התחייבות אדער א קללה (פארפליכטעט).
טיכא? מה זה.
די אנדערע צוויי בין איך מסכים
עס איז אויך א לשון פון אנטלויפן. מען קען עס זעהן אין אלטע ביכער די ווארט.
למעשה איז 'טיכע' טייט אדער אנטלויפן?
איך גלויב אין אידיש שרייבט מען 'געפאסט'.
פראקטיש האט געשריבן:למעשה איז 'טיכע' טייט אדער אנטלויפן?
איך גלויב אין אידיש שרייבט מען 'געפאסט'.
פליכט איז א לשון פון אנטלויפן.
ביי די ערשטע וועלט'ס קריג, האט די הורוויץ פאמיליע צוזאמען מיט די וויזניצער פאמיליע, געפליכטעט קיין גראסווארדיין,
viewtopic.php?p=1141690#p1141690
Re:
תנא-קמא האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:למעשה איז 'טיכע' טייט אדער אנטלויפן?
איך גלויב אין אידיש שרייבט מען 'געפאסט'.
פליכט איז א לשון פון אנטלויפן.
ביי די ערשטע וועלט'ס קריג, האט די הורוויץ פאמיליע צוזאמען מיט די וויזניצער פאמיליע, געפליכטעט קיין גראסווארדיין,
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0#p1141690
קיינמאל געהערט, א דאנק.
- שיפס קאפיטאן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 302
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:53 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ווייסט איינער ווי אזוי מען זאגט NEXT LEVEL אין אידיש אויף א זאפטיגע מהלך?
דער רודער איז שוין דא טאקע שיף אבער דא
-
- שר מאה
- תגובות: 115
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 5:46 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
שיפס קאפיטאן האט געשריבן:ווייסט איינער ווי אזוי מען זאגט NEXT LEVEL אין אידיש אויף א זאפטיגע מהלך?
לכאורה "נייע פארנעם" אדער "העכערע פארנעם", אבער NEXT LEVEL זאגט זיך אסאך זאפטיגער
- נברא
- שר חמש מאות
- תגובות: 752
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
- לאקאציע: קרית יואל
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
מיין_מיינונג האט געשריבן:שיפס קאפיטאן האט געשריבן:ווייסט איינער ווי אזוי מען זאגט NEXT LEVEL אין אידיש אויף א זאפטיגע מהלך?
לכאורה "נייע פארנעם" אדער "העכערע פארנעם", אבער NEXT LEVEL זאגט זיך אסאך זאפטיגער
"א שטאפל ווייטער"
- silberstein290
- שר העשר
- תגובות: 22
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 12:11 am
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
נברא האט געשריבן:מיין_מיינונג האט געשריבן:שיפס קאפיטאן האט געשריבן:ווייסט איינער ווי אזוי מען זאגט NEXT LEVEL אין אידיש אויף א זאפטיגע מהלך?
לכאורה "נייע פארנעם" אדער "העכערע פארנעם", אבער NEXT LEVEL זאגט זיך אסאך זאפטיגער
"א שטאפל ווייטער"
thanks
פון טון -ווערן זאכן געטון
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ווי אזוי האט מען גערופן די אידישע געביידע מיט'ן טורעם-זייגער אין פראג? קאנצעליי?
אין ענגליש הייסט עס Jewish Town Hall, און אין דייטש "יודישעס ראטהויז".
אין ענגליש הייסט עס Jewish Town Hall, און אין דייטש "יודישעס ראטהויז".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פארשטערקערן איז נישט קיין ווארט; מ'זאגט פארשטארקן. דער טעות נעמט זיך מעגליך פונעם זאכווארט, פארשטארקערונג/פארשטערקערונג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3684
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
וויאזוי רופט מען א ראול מיט פאדים (איך מיין, א בינטל פאדים, א פעקל פאדים, בקיצור יענע זאך וואס מען לייגט אריין אינעם ניי מאשין) אויף אידיש?
איז בכלל דא אזא ווארט פאדים, אדער איז נאר דא א לשון רבים?
איז בכלל דא אזא ווארט פאדים, אדער איז נאר דא א לשון רבים?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
יואל שרייבער האט געשריבן:וויאזוי רופט מען א ראול מיט פאדים (איך מיין, א בינטל פאדים, א פעקל פאדים, בקיצור יענע זאך וואס מען לייגט אריין אינעם ניי מאשין) אויף אידיש?
איז בכלל דא אזא ווארט פאדים, אדער איז נאר דא א לשון רבים?
גוגל זאגט "שפּולז פון פֿאָדעם"
אדער "פֿאָדעם ראָלל/פאָדעם זעמל"
פאדעם איז א לשון יחיד. פעדימער איז לשון רבים.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
תנא-קמא האט געשריבן:יואל שרייבער האט געשריבן:וויאזוי רופט מען א ראול מיט פאדים (איך מיין, א בינטל פאדים, א פעקל פאדים, בקיצור יענע זאך וואס מען לייגט אריין אינעם ניי מאשין) אויף אידיש?
איז בכלל דא אזא ווארט פאדים, אדער איז נאר דא א לשון רבים?
גוגל זאגט "שפּולז פון פֿאָדעם"
אדער "פֿאָדעם ראָלל/פאָדעם זעמל"
פאדעם איז א לשון יחיד. פעדימער איז לשון רבים.
קען זיין אז שפולז מאכט סענס ווייל אין ענגליש איז עס א Spool