וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

דרייטצעך האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:אין העברעיש נוצט מין דאס, איך האב דאס נישט געזעהן ניצן ביינונז.

ווייסט אפשר וויאזוי מ'נוצט דאס אין דויטש?

אין וועלכן קאנטעקסט ווילסטו עס ניצן?

אין גראמאטיק וואלט מען זיכער געניצט מין. אין טאג-טעגליכן לעבן וואלט איך ענדערש געטראפן אן אויסוועג אין פאל מין איז נישט פאסיג. איך וואלט מסתמא נישט געשריבן דזשענדער.

וואס הייסט ווי? אויף א 'פארם' (צעטל).

ווי איידער שרייבן 'מאן/פרוי x_____' וואלט איך גענוצט 'דזענדער x________' אדער סיי וועלכע אנדערע ווארט. איך וויל נישט נוצן א ווארט וואס שמעקט העברעאיש.

אויף די לאגער קארטלען פון די ימח שמו׳ניקעס האבן זיי געשריבן געשלעכט. ווייס איך נישט אויב עס איז אויך אין אידיש

זיכער נישט די היינטיגע אידיש.
"מין" מיינעך קלינגט בכלל נישט העברעאיש.

מין איז העברעאיש. געשלאכט/געשלעכט איז אידיש.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מין ווערט נאך דערמאנט ביי חז"ל, אפילו אין די תורה 'למינה, למינהם' בײ די תיבה. ס'נישט העברעאיש, ח"ו, עס איז לשון קודש.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

היכי תמצא האט געשריבן:מין ווערט נאך דערמאנט ביי חז"ל, אפילו אין די תורה 'למינה, למינהם' בײ די תיבה. ס'נישט העברעאיש, ח"ו, עס איז לשון קודש.

כ'מיין נישט אז מיט דער טייטש ספעציפיש פון "דזשענדער" נאר פון "סארטן."

עס איז "נפש חיה למינה" פונקט ווי "עץ פרי עושה פרי למינו."
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

וועגן פארקירן. ביסט גערעכט אז ס'נישט אן אויפגעמאכטע ווארט. אבער פארק/געפארקט ווערט געניצט טאג טעגליך, און ס'שווער צו זאגן אז עס איז נישט געווארן אידיש שוין 60 יאר צוריק.

משא"כ די אנדערע ביישפילן איז עמטליך דא אמת אידישע ווערטער דערויף. קאמיוניקירן = פארבינדן, טעלעפאנירן = רופן, אינטערוויו ווייסעך טאקע נישט די אידישע ווארט דערויף אבער עס איז מעגליך דא דערויף אן אלט אידיש ווארט.

געפארקט איז אבער שטארק איינגעווארצלט שוין גאר לאנג נאך פאר 'דער איד' האט עקזיסטירט... פארקירן אינעם היינטיגן אידישן ליטעראטור איז פריש (נישט א פרישע ווארט, אבער נישט א ווארט וואס מ'איז אויפגעוואקסן מיט).
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

מען קען עס מאכן פשוטער 'מאןx_____ פרוי x_____'
גראדע אין ענגלישע פארעמס קען מען אויך טרעפן M/F _____'
איך קען נישט טראכטן פון אזא סארט געדאנק ווי זשענדער אין תורה אדער חז"ל
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

אין אידיש נוצט מען געווענטליך די ווארט 'געשלעכט', ס'שטאמט פון דויטש
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

קנאפער ידען האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:מין ווערט נאך דערמאנט ביי חז"ל, אפילו אין די תורה 'למינה, למינהם' בײ די תיבה. ס'נישט העברעאיש, ח"ו, עס איז לשון קודש.

כ'מיין נישט אז מיט דער טייטש ספעציפיש פון "דזשענדער" נאר פון "סארטן."

עס איז "נפש חיה למינה" פונקט ווי "עץ פרי עושה פרי למינו."

ביסט גערעכט, מיין טעות.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:מען קען עס מאכן פשוטער 'מאןx_____ פרוי x_____'
גראדע אין ענגלישע פארעמס קען מען אויך טרעפן M/F _____'
איך קען נישט טראכטן פון אזא סארט געדאנק ווי זשענדער אין תורה אדער חז"ל

די מושג פון 'דזשענדער' עקזיסטירט יא אין חז"ל, טומטום ואנדרוגינוס ווערט דערמאנט אין חז"ל אז זיי האבן נישט א קלארע 'דזשענדער', אפשר איז טאקע נישטא א ווארט דערפאר, אבער די געדאנק איז נישט ניי..
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

היכי תמצא האט געשריבן:

א כללות'דיגע ווארט פארן מושג פון זשענדערס רעד איך.
אזוי ווי צבע אדער גוון פאר רויט/גרין/געל/בלוי
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

געשלעכט איז די פעולה פון די ווארט, נישט די גענדער...
ביטע שוין אויסמעקען...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

אין דויטש דאכטס זיך מיר נוצט מען עס יא פאר 'דזשענדער'' בעסער געזאגט כ'בין זיכער אז מ'נוצט עס.
לעצט פארראכטן דורך סאבאבא אום דינסטאג יאנואר 18, 2022 11:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

נישט קיין סתירה, אין ענגליש דאכט זיך איז עס אויך די זעלבע

האקט
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

היכי תמצא האט געשריבן:וועגן פארקירן. ביסט גערעכט אז ס'נישט אן אויפגעמאכטע ווארט. אבער פארק/געפארקט ווערט געניצט טאג טעגליך, און ס'שווער צו זאגן אז עס איז נישט געווארן אידיש שוין 60 יאר צוריק.

משא"כ די אנדערע ביישפילן איז עמטליך דא אמת אידישע ווערטער דערויף. קאמיוניקירן = פארבינדן, טעלעפאנירן = רופן, אינטערוויו ווייסעך טאקע נישט די אידישע ווארט דערויף אבער עס איז מעגליך דא דערויף אן אלט אידיש ווארט.

געפארקט איז אבער שטארק איינגעווארצלט שוין גאר לאנג נאך פאר 'דער איד' האט עקזיסטירט... פארקירן אינעם היינטיגן אידישן ליטעראטור איז פריש (נישט א פרישע ווארט, אבער נישט א ווארט וואס מ'איז אויפגעוואקסן מיט).

נאכאמאל. דאס געשריבענע ווארט איז אלץ געווען אויף א העכערע סטאנדארט ווי די שפראך וואס מ'נוצט צום רעדן. געפארקט איז נישט קיין ווארט וואס איז עמטליך גענוצט געווארן אין ליטעראַטור. קיינמאל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

דאן וואס פלעגט מען יא ניצן בעפאר פארקירן?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

היכי תמצא האט געשריבן:דאן וואס פלעגט מען יא ניצן בעפאר פארקירן?

ווער זאגט מ'האט בכלל אמאל געשריבן איבער פארקירן?

ס'איז א נייע סטייל צו באשרייבן אייגענע מיטלעבענישן וואס נעמט אריין פארקירן דעם קאר. אמאל האט מען מסתמא געשריבן די קאר האט זיך אפגעשטעלט און פארטיג. ס'איז נישט געווען אין סטייל צו דעטאלירן די פארקירן סיטואציע.

ווי גרשון ברענגט, איז דאס ווארט שוין יארן אין ווערטער ביכער.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

סאבאבא האט געשריבן:אין אידיש נוצט מען געווענטליך די ווארט 'געשלעכט', ס'שטאמט פון דויטש

ניצט מען?

נאך קיינמאל געזען..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איך מיין מ'דארף פארקירן די דזענדער שמועס.

ווי @גרשון האט תיכף געשריבן איז נישט דא קיין ווארט דערויף אויף אידיש. מ'קען שפעקולירן וואס וואלט געווען די בעסטע ווארט אויב וויל מען איינפירן א ווארט דערויף אבער לע"ע איז נישטא.

אבער זיין ערשטע ענטפער איז געווען 'מין', און דאס האב איך נישט געגליכן.

מ'האט "תמיד" אריינגעלייגט לשה"ק ווערטער אין אידיש, דאס איז די "עצם" וועזן און שיינקייט פונעם שפראך אונזערע, אבער 'מין' האט מען "למעשה" נישט גענוצט דערויף סיי אין אידיש און "אפילו" נישט אין לשה"ק.

כ'האב געוואוסט אז 'מין' איז בעצם לשה"ק, כ'האב געזאגט אז ס'שמעקט העברעיש טאקע דערפאר וואס מ'האט זיך קיינמאל באנוצט דערמיט אויף די סוגים אינעם מין האדם, נאר די היינטיגע 'מינים' ימ"ש האבן עס איינגעפירט פאר זייערע נאציאנאליסטישע אינטערעסן.

'מין' בשרשו מיינט סארט, סוג, טיפ, ערליי,. ווען דו פרעגסט מיך וואלט איך עס גענוצט פאר דזענדער אויך אבער למעשה זעט מען דאס נישט אין די תנ"ך אדער און די שפעטערע ספרים, וואס מאכט דאס לכאורה העברעיש, זיכער נישט קיין אידישע ווארט. (א באזונדערע שמועס וויאזוי 'מין' איז געענדערט געווארן פאר מינות, דעות כוזבות ואפיקערסעס, אדער סיי ווער ס'גייט נישט אין שפאן פון חכמינו ז"ל אדער די חכמי הדור ווי אימער און ווען נאר מען געפונט זיך).

קען זיין, זעהנדיג ווי די טריקענע אפטייטש פון דזענדער פירט אונז, איז פארשטענדלעך פארוואס מ'האט זיך דערווייטערט פונעם ווארט אלץ שיפור הלשון און שיפור היהדות.

נישט אנדערש ווי מ'באנוצט זיך נישט מיט אנדרא/גענא, טראץ וואס משורשה איז דאס די ריכטיגע ווארט אין אידיש האט מען עס נישט גענוצט נאר גערעדט שענער און איידעלער.

נישט פארגעסן, די ציל און שיינקייט פון אידיש איז צו האבן "אידישקייט" און ערליכקייט, נישט קיין שפראך פאר די סעיק אוו שפראך.

טראכטן האב איך געטראכט אז אין א געוויסן זין, איז טאקע דאס אז ס'איז נישטא קיין ווארט דערויף די שיינקייט און רייכקייט פונעם אידישע שפראך, והבן כי קצרתי.

פ. ס. לכל מאן דבעי למידע. איך האב גוגל טרענסעלעיט פריי פון אפצאל. ווען איך פרעג פאר א ווארט אין אידיש מיינט דאס שוין נאכן טשעקן, איך וויל נאך אלץ וויסן וואס איז די גוטע ווארט צו נוצן בימינו, ובמחנינו, בנערינו ובזקינינו. ס'ראטזאם דאס צו נעמען אין באטראכט איידערן ענטפערן.

ובזה סיימתי ו'פארק'תי הדיון על מינים ומינים שונים ומשונים, ובזכות זה תנצל נפשי ורוחי ונשמתי מן הציונים וכל כיתותיהם "למיניהם".

ובקרוב יקוים התפילה שאנו מתחננים בברכת המינים: וכל המינים כרגע יאבדו.... שובר אויבים ומכניע (מינים) וזדים, אמן.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

איך פארשטיי נישט בכלל די גאנצע אויגענברעמען געהייבעכטס לגבי דאס ווארט "פארקירן", ס'איז בכלל נישט קיין נייע ערפינדונג און איז נישט קיין ענגליש פאר'יודיש'טע ווארט.

ביי געוויסע דייטשע דיאלעקטן ווערט עס געהעריג גענוצט, ווי מען קען זען אביסל דא.

עכ"פ אין יוראפ הערט מען דאס ווארט ווערן גענוצט אויף א טעגליכן פארנעם נישט פון היינט.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שמחת עולם האט געשריבן:איך פארשטיי נישט בכלל די גאנצע אויגענברעמען געהייבעכטס לגבי דאס ווארט "פארקירן", ס'איז בכלל נישט קיין נייע ערפינדונג און איז נישט קיין ענגליש פאר'יודיש'טע ווארט.

ביי געוויסע דייטשע דיאלעקטן ווערט עס געהעריג גענוצט, ווי מען קען זען אביסל דא.

עכ"פ אין יוראפ הערט מען דאס ווארט ווערן גענוצט אויף א טעגליכן פארנעם נישט פון היינט.

יתכן.

אויף וויפיל איך דענק איז דאס נישט גענוצט געווארן אין אמעריקאנע היימישע אויסגאבעס ביז תשס"א.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

דא אויפ'ן וועלטל איז אונזער @יאנאש (לכאורה אן אמעריקאנער) דער ערשטער צו נוצן דאס ווארט... אין 2007

פארקירן.JPG
פארקירן.JPG (51.61 KiB) געזען 370 מאל
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6153
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

סאבאבא האט געשריבן:אין אידיש נוצט מען געווענטליך די ווארט 'געשלעכט', ס'שטאמט פון דויטש

קענסט אפשר זאגן אז דאס איז די אידישע ווארט, אבער נוצן נוצט מען עס נישט...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פראקטיש איז אריינגעקומען מיט גאר שטארקע פונקטן איבער 'דזשענדער', און לדעתי איז ער גערעכט.

זעהט טאקע אויס אז 'מין' (אלס א ווארט פאר 'דזשענדער') איז העברעאיש וואס האט כמובן קיין פלאץ אינעם הייליגן אידישן שפראך.

ווי אויך, זאגט ער גאר שטארק אויסגעהאלטענע סיבות פארוואס אזא ווארט איז נישטא אין אידיש, ודי. און אדאפטירן פון דויטש איז זיכער נישט אויסגעהאלטן, אזוי ווי צו געזונט האט שוין ארויסגעברענגט.

------

'פארקירן' - איך גיב זיך אונטער, רבו עלי חבירי, און מהיום והלאה וועל איך ניצן פארקירן און פארטיג.

אבער איין לעצטע ווארט וויל איך יא זאגן. די סיבה פארוואס פארקירן זעהט אויס פרעמד פאר אמעריקאנער אידן (שמחת עולם זאגט אז אין אייראפע איז דאס עמטליך ברייט באקאנט), איז ווייל קיין אויסגאבע פלעגט דאס ניצן.

די 'מעלות' האט געהאט גענוג און נאך איינצלהייטליכע מעשיות וואס האט גערעדט פון קארס/אויטאס, און אין די נ' יארן דענק איך נישט אז זיי האבן אמאל געניצט פארקירן אזוי אויך מיט די אנדערע געציילטע אידישע, אבער הויכע קוואליטעט, אויסגאבעס וואס האבן דאן עקזיסטירט.

#נושא פארקירט (עכ"פ פון מיין זייט)

------

אלזא, ווי אזוי שרייבט מען 'פארקינג' (איך פרעג ערענסט כדי צו וויסן, נישט רעטאריקעל)?
לעצט פארראכטן דורך היכי תמצא אום מיטוואך יאנואר 19, 2022 9:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פראקטיש האט געשריבן:
שמחת עולם האט געשריבן:איך פארשטיי נישט בכלל די גאנצע אויגענברעמען געהייבעכטס לגבי דאס ווארט "פארקירן", ס'איז בכלל נישט קיין נייע ערפינדונג און איז נישט קיין ענגליש פאר'יודיש'טע ווארט.

ביי געוויסע דייטשע דיאלעקטן ווערט עס געהעריג גענוצט, ווי מען קען זען אביסל דא.

עכ"פ אין יוראפ הערט מען דאס ווארט ווערן גענוצט אויף א טעגליכן פארנעם נישט פון היינט.

יתכן.

אויף וויפיל איך דענק איז דאס נישט גענוצט געווארן אין אמעריקאנע היימישע אויסגאבעס ביז תשס"א.

יתכן, אבער ווי געשריבן אויבן אמאל האט מען בכלל נישט געשריבן איבער די נושא פון פארקירן, עס איז א נייע סטייל צו דעטאלירן פערזענליכע מיטלעבענישן אז דאס עצם פארקירן איז געווערן א מדובר.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

צ/ק

איך מיין אז מען האט שוין ערגעץ וואו דן געווען אבער איך געדענק נישט וואו. ווי אזוי זאגט מען Fraud?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”