פראקטיש האט געשריבן:זייער שיין יעדעס ווארט. ספעציעל אז דו האסט געשריבן עפפ פאר די טובה פון די ליינער, ס'קומט זיך דיר אסאך קרעדיט וויסנדיג וואו שווער ס'קומט דיר אן, לפום צערא אגרא.
פראקטיש האט געשריבן:ווען אונז וואלט מיר געווען געצווונגען צו מאכן א סוויטש פאר סיי וואס, ס'דארף שטיין on/off, ס'איז דא ווייניג פלאץ, פיט נישט אריין אנגעצונדן/אויסגעלאשן.
דעס וואס מ'גייט איצט אפמאכן גייט ווערן א נייער ווארט וואס אלע אידישע קאמפאניעס גייען טוהן, די אחריות איז זייער גרויס.
נו וואס וואלט בוחר געווען ערעב @גרשון?
אפשר אן/אויס?
מ'זעמער אלע גרייט צו הערן, נשמע ונעשה.
דו פרעגסט טעארעטיש? מ'דארף אריינקלערן. ווי דו שרייבסט אליין, ס'פעלט אויס צו טרעפן ווערטער וואס זענען אויסגעהאלטן לינגוויסטיש און פראקטיש. אנדערש ווי @היכי תמצא האב איך שוין גראדע יא אסאך געטראכט אין אזא ריכטונג...
נאר איין זאך, דאס איז בכלל נישט עפעס וואס איז מיוחד ביי אידיש. יעדע שפראך פארמאגט גאנצע קאמיטעטן וואס זיצן און פאסן באשלוסן ווי אזוי צו רופן ווערטער. ווען דו זעסט א ווארט צוויי-דריי מאל, קוקט עס דיר שוין אויס נאטירליך אז אזוי "קומט עס". פאקטיש זענען מענטשן געזעסן און שפעקולירט, דורכגעפירט וואלן, גע'פסל'ט און גע'כשר'ט, ביז מ'איז געקומען צו א מסקנא.