אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אויף וועלכן וואלט דער עולם געשטימט: באלעבאטיש אדער בעל-הבית'יש?

איך גלייב אז ביידע זענען ריכטיג, די שאלה איז וועלכע איז היינט מער אנגענומען?

אין עזרת נשים וואלט מען זיכער ענדערש געשריבן באלעבאסטע. נישט נאר ווייל פרויען גלייכן מער אידיש, נאר אויך ווייל ס'איז אינגאנצן א צווייטער באדייט ווי בעל-הבית'טע. א בעל-הבית'טע איז דער לשון-נקיבה פון בעל-הבית, בעת באלעבאסטע איז א פרוי וואס פירט א גוטע שטוב ווירטשאפט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

גרשון האט געשריבן:אויף וועלכן וואלט דער עולם געשטימט: באלעבאטיש אדער בעל-הבית'יש?

איך גלייב אז ביידע זענען ריכטיג, די שאלה איז וועלכע איז היינט מער אנגענומען?

אין עזרת נשים וואלט מען זיכער ענדערש געשריבן באלעבאסטע. נישט נאר ווייל פרויען גלייכן מער אידיש, נאר אויך ווייל ס'איז אינגאנצן א צווייטער באדייט ווי בעל-הבית'טע. א בעל-הבית'טע איז דער לשון-נקיבה פון בעל-הבית, בעת באלעבאסטע איז א פרוי וואס פירט א גוטע שטוב ווירטשאפט.

איך וואלט געשריבן באלעבאטיש, עס איז א ווארט וואס איז שוין היינט אזויפיל באנוצט אז עס לוינט נישט ס'זאל זיין אזא קאמפליצירטע ווארט, אנדערש ווי למשל גע'גנב'ט וואס איז פיל מער ריכטיג ווי געגאנבעט, וואלט איך נאך אלץ נישט געשריבן אזוי, ווייל ס'איז גענוג סימפל צו שרייבן די קארעקטע וועג.
(אגב וויאזוי שרייבט מען 'סימפל' אין אידיש?)
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:

איך קלער אויך אזוי.

סימפל = פשוט, איינפאך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

תגובה דורך דרייטצעך »

גרשון האט געשריבן:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:

איך קלער אויך אזוי.

סימפל = פשוט, איינפאך.

יאפ באלעבאטיש איז שוין גענוג ריכטיג אז וויבאלד ס'איז באקוועמער גייט מען דערמיט.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

דרייטצעך האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:

איך קלער אויך אזוי.

סימפל = פשוט, איינפאך.

יאפ באלעבאטיש איז שוין גענוג ריכטיג אז וויבאלד ס'איז באקוועמער גייט מען דערמיט.

איך שטום פאר באלעבאטיש
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

וויאזוי שרייבט מען דעם ווארט?

זומער אדער זוממער?
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

פשטא האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען דעם ווארט?

זומער אדער זוממער?

מחלוקת גדול.

איך שרייב זומער, אבער איך פאררעכט נישט ווען איינער שרייבט זוממער.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

אויף דייטש און ענגליש איז עס זוממער.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

זומער
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

קזשג"ד
איינמאל פאר אלעמאל, וויאזוי שרייבט מען/שרייבט מען טאקע:
וואוינען? - לגור
באוויסט/באוואוסט - ידוע
פאראן/פארהאן - מצוי
?
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

וואוינען
באוואוסט
פארהאן
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

וואס איז דער ריכטיגער אויסלייג פאר,
אריגינעל-ארגינעל
דערפאלגרייך-ערפאלגרייך
צעמישט-צומישט
אגאזשירט-אנגאזשירט
?
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אריגינעל
ערפאלגרייך
צומישט
אנגאזשירט
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:קזשג"ד
איינמאל פאר אלעמאל, וויאזוי שרייבט מען/שרייבט מען טאקע:
וואוינען? - לגור -
באוויסט/באוואוסט - ידוע
פאראן/פארהאן - מצוי
?

ריכטיג.
באוואוסט (נישט 100% זיכער).
פארהאן.
!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זומער
וואוינען
באוואוסט*
פארהאן איז מער אנגענומען ביי אונז (הגם פאראן איז אויך ריכטיג)
ערפאלגרייך איז מער אנגענומען ביי אונז (הגם דערפאלגרייך איז אויך ריכטיג)
אריגינעל
צעמישט
אנגאזשירט

*באוואוסט איז אן אדיעקטיוו. אלס ווערב וועט עס האבן א י' אין לשון-הווה (וויסן) אבער ס'וועט זיך טוישן צו א ו' בלשון-עבר (געוואוסט).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

גרשון האט געשריבן:זומער

פארוואס צעמישט? וועלכע זאך ווערט דא צעבראכן?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צע און צו זענען צוויי ווערטער אינגאנצן, ולא קרב זה אל זה.

זע דא ווי @למדן וצדיק איז עס מסביר.

(דער סימן, ווי ער שמועסט אויס, איז צי מ'קען אויסדרייען דאס ווארט. צומאכן למשל קען מען ארומדרייען אויף מאך צו, צוקוקן אויף קוק צו, צוזאגן אויף זאג צו, אבער צעמישן קען מען נישט זאגן מיש צו, צעברעכן קען מען נישט זאגן ברעך צו, און צעדרייט קען מען נישט זאגן דריי צו.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

ס'דא אסאך אידישע ווערטער וואס איז זייער ענדליך צו די ענגלישע ווארט דערפון.

די ליסטע איז גרויס, און ס'קען זיין מ'האט שוין פון דעם גערעד דא.

2 ווערטער וואס קומט מיר יעצט ארויף אויף די מינוט איז:

פלאטפארמע - Platform
מאטריאל - Material

זענען די 2 ווערטער טאקע אידיש? אדער ס'איז ענגליש אזויווי 'שאפינג בעג'...?

ייש"כ
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

רעגענדיג האט געשריבן:

גרשון האט געשריבן:

אריגינעל
פ"וו נישט ארגינעל אזוי ווי מען זאגט עס?
!Vox Populi, Vox Dei
אינוועסטיגעיטאר

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינוועסטיגעיטאר »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:

גרשון האט געשריבן:

אריגינעל
פ"וו נישט ארגינעל אזוי ווי מען זאגט עס?

viewtopic.php?p=2913281#p2913281
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

שוהל אדער שול?
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

פשטא האט געשריבן:שוהל אדער שול?

אלע 'ה' ארויס!

שול, קיל, ציל, געפיל, וכו' וכו' וכו'.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

דאס אריינלייגן א ה אין די ווארט שוהל נעמט זיך פון די ענגלישע Sh
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פשטא האט געשריבן:ס'דא אסאך אידישע ווערטער וואס איז זייער ענדליך צו די ענגלישע ווארט דערפון.

די ליסטע איז גרויס, און ס'קען זיין מ'האט שוין פון דעם גערעד דא.

2 ווערטער וואס קומט מיר יעצט ארויף אויף די מינוט איז:

פלאטפארמע - Platform
מאטריאל - Material

זענען די 2 ווערטער טאקע אידיש? אדער ס'איז ענגליש אזויווי 'שאפינג בעג'...?

ייש"כ

אידיש. מאטעריאל, אזוי ווי אינעם ענגלישן אויסלייג.

האלב ווערטער אין ענגליש קומען פון גערמאניש, דער זעלבער מקור פונעם היינטיגן דייטש און אידיש, דערפאר זענען זיי די זעלבע אין די אלע דריי שפראכן (אזוי אויך האלענדיש, סקאטיש, לוקסעמבורגיש, שוועדיש, דעניש, נארוועגיש, איסלענדיש, און נאך).

די אנדערע האלב ענגליש שטאמט פון פראנצויזיש, וואס איז א לאטיינישע שפראך. אבער אפילו פון די ווערטער וועלן גאר אסאך אויך זיין אין אידיש. ערשטנס וויבאלד דייטש איז אויך באאיינפלוסט פון לאטייניש, און צווייטנס ווייל ווען די אייראפעאישע שפראכן האבן אויפגעבויט זייער ליטעראטור האבן זיי גענומען אסאך ווערטער פון לאטייניש, צוליב וואס זי איז א רייכע אינטעליגענטע שפראך, און די ווערטער זענען געווארן "אינטערנאציאנאל".

על פי רוב זענען די פשוט'ע ווערטער אין ענגליש פון גערמאניש, א שטייגער ווי די מענטשליכע אברים (האנט, פוס, נאז, מויל, אויג, אויער, הארץ), עסנווארג וואס געפינען זיך אין יעדן הויז (ברויט, אייער, מילך, קעז, פיש, עפל), און טאג-טעגליכע פעולות (עסן, טרינקען, שלאפן, שטיין, זיצן, ליגן). די מער סאפיסטיקירטע ווערטער דאקעגן זענען פון לאטייניש (א שטייגער ווי "סאפיסטיקירט").
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

תירוצים האט געשריבן:דאס אריינלייגן א ה אין די ווארט שוהל נעמט זיך פון די ענגלישע Sh

בכלל נישט. ווייל די זעלבע לייגן אויך א ה' ביי זוהן, פיהל, זעהן, און נאך
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”