איך בין שוין פאר א תקופה נישט געווען אקטיוו דא אויף אייוועלט, אבער איך האב אלץ געליינט און מיטגעהאלטן וואס דא איז פארגעקומען. דער יעצטיגער ראש הקהל פארמעסט האט מיך צוריקגעשלעפט אהער מיט אייזערנע קייטן, האפנדיג אז עס קומט גוטע צייטן.
וואס מיינט גוטע צייטן? א נייע פעסטע ראש הקהל? נישט ממש. זינט א ראש הקהל פאזיציע איז א טוטל אן א מיטל... א ראש הקהל וועט געווינען, און ער וועט געדענקט ווערן פאר צוויי וואכן אלס געווינער, און דאס אלעס וועט מיט אים בלייבן.
נאר וואס דען מיינט גוטע צייטן?
גוטע צייטן מיינט א פארמעסט! א פארמעסט אויף אייוועלט מיינט געשמאקע זיסע צייטן, ווען די פארשלייערטע ניקס קומען ארויס פון זייערע מייזן לעכער און זוכן צו קאמפיינען מיט געשמאקע לאכעדיגע תגובות וואס ברענגט ארויף פרייליכע געמיטער אויף יעדעמ'ס געזיכטער.
א פארמעסט מיינט אז די קאנדידאטן קאנקורירן מיט הומאר! נישט בייסיג, נישט מיט'ן אראפרייסן, נישט מיט'ן בלויז קאמפיינען טרוקענע תגובות און קאלירפולע אונטערשריפטן. נאר א פארמעסט מיינט זיסע ארטיקלען, צום לאכן און צום קוילערן.
אויב ווילט איר וויסן וואס אן עכטע פארמעסט מיינט, קוקט צוריק צום אלטן ראש הקהל פארמעסט וואס איז פארגעקומען פאר צען יאר צוריק דאכט זיך, וויאזוי מען האט דעמאלטס זיך געקריגט איינער מיט'ן צווייטן. די שרייבערס זענען געווען אויפגעלייגט און גוטמוטיג, מען האט זיך נישט געריסן איינער מיט'ן צווייטן אויף נארישע זינלאזע וויכוחים, נאר מיט זיסע הומאריסטישע דעבאטעס.
דער עיקר איז נישט ווער עס געווינט, דער עיקר איז דער פארמעסט! די פארמעסט קען זיין א געשמאקע תקופה וואס וועט געדענקט ווערן אויף אייביג אלס א תקופה וואס דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן, נישט אלס א תקופה וואס מען האט זיך געריסן ביי די קעפ. אויב וועט דער עיקר ציל זיין זיך צו רייסן צום געווינס, וועט קיינער וועט נישט צוריקקוקן צו די תקופה, חוץ די פאר קאנדידאטן וואס ווארטן שוין צו לויפן נאכאמאל.... לאמיר עס מאכן געשמאק פאר יעדעם, ווי איידער ארויסקוקן אויפ'ן נארישן געווינס.
די קאנדידאטן דארפן געדענקן, אז די שטימען וועלן צום סוף גיין פאר דער וואס וועט ברענגען די מערסטע שמייכלען ביים ציבור. נישט פאר דער וואס וועט די מערסטע אראפרייסן און קאמפיינען. דער עולם גלייכט הומאר מער פון אלעם, און דאס קויפט אפ יעדן שטימע.
דער אשכול איז אויך געצילט צו קאמפיין מענעדזשערס, ווארטזאגערס, מיניסטארן, סטראטעגיסטן וכל שום וחניכא דאית ליה. קיין דיסקלעימער אויף די אונטערשריפטן וועט נישט העלפן. אויב דו קענסט נאר קאמפיינען מיט אראפרייסן און געבן שפעט-נעמען, ביטע טרעט אפ פון דעם פארמעסט, ווייל דו קענסט עס נאר חרוב מאכן. דער פארמעסט איז געאייגנט אריינצוברענגען א געשמאקע רוח דא, נישט קיין אנזעץ.
געוויסע ניקס זענען מושפע פון די אלגעמיינע וואלן וואס לויפן אויף אזא מהלך מער ווייניגער. זיי כאפן אבער נישט אז טראמפ האט אויך א געוויסע סארט הומאר אין זיך מיט וואס ער לעבט אויף זיין באזע. העשטעגס, צונעמען, און לאזונגען זענען נישט זיינע איינציגע קאמפיין סטראטעגיעס.
איך האב גראדע אינדראסירט א קאנדידאט אין די יעצטיגע וואלן און איך וועל יעצט אויך איינוועגס אויך מסביר זיין פארוואס איך האב אים אינדראסירט, אבער דער ארטיקל זאל נישט דינען אלס אינדראסירונג ארטיקל, נאר ארויסצוברענגען א נקודה. ביטע דאס נישט נעמען פערזענליך, נאר כאפן דעם מעסעדזש...
עס איז דא איין אייגנארטיגער קאמפיין וואס לויפט יא אויף א פארצייטישן זיסן מהלך, און דאס איז די סטיטשינער/סטאווי קאמפיין. ביידע פון זיי שרייבן זיס און געשמאק, סטאווי איז טאקע אפטמאל היבש בייסיג, אבער נישט אבי אראפרייסן א צווייטן, נאר מיט הומאר און תוכן.
נאך א דוגמא איז די "כאניש" קאמפיין, ער קומט ער אויך אריין זייער איידל און זיס, און צייגט ארויס ארגינעל דורכאויס דעם קאמפיין. "אסדר" איז א ניק פול מיט הומאר, אבער זיין קאמפיין שלאפט נאך. און איך בין מתפלל אז "טשאדעלע" זאל למעשה זיך אנשליסן אינעם פארמעסט, ווייל אפשר ער וועט קענען אריינבלאזן פרישע חיות.
איך זוך נישט דא אריינצוגיין אין קיין פרטים, ווייל איך זוך נישט אז דער אשכול זאל פארוואנדלט ווערן אין א קאנפליקטינג זאנע, איך וויל נאר ארויסברענגען קלאר מיין נקודה. און איך וויל קלארשטעלן, אז אויב סיי וועלכער קאמפיין וועט איבערשטייגן סטיטשי/סטאווי מיט הומאר, וועט יענער באקומען מיין שטימע!
פאר א טרוקענע פארמעסט פאר א ראש הקהל פאזיציע, איז מיר שוין אינטערעסאנטער מיטצוהאלטן א לאנגזאם פעלדמאן שאו. פאר א דראמאטישער שילדערונג, קען איך ליינען די שטערן. דא זוכט מען געשמאקע תוכנ'דיגע דעבאטעס וואס זאל קאסטן א שמייכל צוויי.
אלזא חברה, גארטלט אייך אן. לאזט דעם עולם זיין פרייליך אביסל. ברענגט אריין א געשמאקער רוח דא און לאזט אונז אלע הנאה האבן פון דעם פארמעסט.
נ.ב. איך בעט איבער אלע קאנדידאטן און קאמפיין אנפירער וואס וועלן זיך שפירן באטראפן, אבער איך שפיר אז דער אמת מוז געזאגט ווערן גענוג אין צייט.