לכאורה האט געשריבן:קאנספיראציע
האט סטיטשי אליינס געשריבן דעם שלא כדרכו'דיגן ארטיקל?...
בום! מיט איין תגובה אוועק געהארגעט א האלבע שעה ארבעט! נישט שיין.... אבער איך נעם עס אלץ קאמפלימענט...
אויב דארפסטו באווייז קענסטו זוכען די ספעלינג מיסטעיקס...
סטיטשינער האט געשריבן:ברעיקינג! באקאנטע קליפטשער פארבער ארעסטירט נאכן פארבען בשעתן לויפן אין מאנהעטן!
ווערט געזוכט איינעם איבער צו נעמען פאסטן צייטווייליג. דער עולם ווארט פאר ענטפערס אויף זיינע קענטעענישן.maybeeynot האט געשריבן:ווי איז אונזער קליפטשע ?
דער עולם זוכט אין גרויסען די קליפטשע פון די פארשווארצונג פון די בל''מ פעינטינג אין מאנהעטען. זיי כאפן נישט אז זיי גיין דאס נישט באקומען בקרוב צוליב דעם וואס די צווי פארבערס זענען איינס און די זעלבער.
ליידער האט די געווענליכע קליפטשע פארבער/ ברענגער זיך גענומען לויפן פאר א פאסטן וואס פאדערט פיל מער קענטעניש ווי קענען אנפארבן קליפס, און בשעתן לויפן האט ער זיך אויסגעגליטשט אין די פעינט וואס ער האט געהאלטן אינמיטן נוצען צו כשרן דעם קליפ. פונקט איז ער געלאפען אויף די בל''מ פעינטינג, ווייל ווי באקאנט איז זיין גאנצע קאמפיין סייווי איין שטיק רעיסיזעם, און דעריבער איז די גאנצע פעינטינג געווארן פארשמירט מיט זיין פארב. (דאס לויפן אין מאנהעטן איז א סקאנדאל פאר זיך, ווייל ווי יעדער ווייסט האט ער נישט קיין טשאנסען דארט סייווי. ער איז געלאפען דארט מיט גאר א טינקעלע חשבון אין וואס מיר גיין מרחיב זיין א צוויטע מאל.)
דער פאליציאנט וואס האט אים פראבירט צו ארעסטירן איז א באקאנטע אקטיוויסט אין די אסדר קאמפיין, און דערפאר האט ער זיך אויך אויסגעגליטשט צוזאמן מיט אים, און איז יעצט אין שפיטאל נאכן כאפן א זעץ אין קאפ. (האפענטלעך גייט דעם קלאפ דינען אלץ א אויפשטיי רוף איינצוזעהען די מציאות.)
דער פארבער געפונט זיך יעצט אין סענטראל בוקינג, און האפט אז בקרוב גייט ער ארויס געלאזט ווערן מיט די זעלבער בעיל געזעץ וואס ער פארפירט אקעגען. אויפדערווייל ווערט געזוכט א צווייטן (אן אזעלכע הויך געשפריצטע השגות, און פראבירט נישט צו לויפן בשעת פארבן קליפ'ס), איבער צו נעמען די פארבעריי ביז ער ווערט ארויס געלאזט.
אבער אפילו נאכן ארויס געלאזט ווערן, האט דער פארבער הארבע פראגעס צו ענטפערן פארן עולם, ווייל ווי עס קוקט אויס קען ער נישט באלאנסירן דאס פארבען ארבעט זיינע צוזאמען מיט לויפן, און עס הערשט גרויס אויפברויז ביים עולם דערפאר. געציילטע האבן שוין אנגעהויבן פארלאנגען אז ער זאל אויפגעבען איינע פון די ביידע. דערווייל איז עס טאקע נאר א מועט, אבער זייערע קול ווערט העכער און העכער. פריער איז שוין אפילו פארגעקומען א פראטעסט אין פראנט פון די פארבער'ס הויפט קוואטיר ווי עס האבען זיך באטייליגט עטליכער פראטעסטירער מיט גרינע מאסקעס (פאר סיבות נאך נישט געהעריג קלאר).
"עס איז שוין געקומען די צייט ער זאל מחליט זיין - פארבן אדער לויפן, ווייל ער קען נישט ביידע און מיר לויפן זיכער שוין ארויס פון געדולד," האט א פראטעסטירער געשריגען. "ביי אונז זאגט מען, "אז מען קען נישט נעמט מען זיך נישט אונטער.""
עס בלייבט צום זעהן אויב די פארבער גייט זיך צוהערן צום געשריי פון פאלק, אדער עס אוועק מאכן פונקט ווי זיינע סקאנדאלן ביז אהערף און וויטער לויפן ביז צום ענדגילטיגע גליטש.
אויב קומט נישט קיין ענטפערס ביז היינט נאכט 10 אזייגער באנאכט טוהען מיר אריינגעבן אן אפיציעלע קאמפלעינט צי סוספענדירן דעם טשאדעלע קאמפיין וואס טוט לויט אלע באווייזן אפערעיטן פון אינטער די גראטעס אין רייקערס איילענד. אן אפיציעלע פארלעצונג פון די שטאטוטן!
מטעמים האט געשריבן:סתם א ספין פון רב כאניש, ער קען זיין בייעסד ביז מארגען ער איז אבער נאכנישט ריכטער.
טאמער כאניש געוואונט העט ער ווערן.
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:סתם א ספין פון רב כאניש, ער קען זיין בייעסד ביז מארגען ער איז אבער נאכנישט ריכטער.
טאמער כאניש געוואונט העט ער ווערן.
דאס איז נאך א אנדייטונג אז סיי סטאוו, און סיי אסדר האבן שוין אנערקענט מיין ראשעקאלשאפט...
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:סתם א ספין פון רב כאניש, ער קען זיין בייעסד ביז מארגען ער איז אבער נאכנישט ריכטער.
טאמער כאניש געוואונט העט ער ווערן.
דאס איז נאך א אנדייטונג אז סיי סטאוו, און סיי אסדר האבן שוין אנערקענט מיין ראשעקאלשאפט...
פופציגער האט געשריבן:#בי רעדי פאר די מעגא 'לייכטער-סקאנדאל' קעמפעיגן!!
א דריטער האט געשריבן:פופציגער האט געשריבן:#בי רעדי פאר די מעגא 'לייכטער-סקאנדאל' קעמפעיגן!!
נו...
פופציגער האט געשריבן:א דריטער האט געשריבן:פופציגער האט געשריבן:#בי רעדי פאר די מעגא 'לייכטער-סקאנדאל' קעמפעיגן!!
נו...
אויש... ווייטער בינעך ביזי געווארן.
יעצט האף איך שוין עכט אז זונטאג קומט עס.