וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

אחראי: יאנאש

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס הייסט אז די ערשטע בעדזש אין אלאסקע דארף צו זיין די בעסטע פאר די רעפאבליקאנער און טראמפיסטן.

טראמפ האט עס געווינען מיט 23% קעגן ביידן, און ער האט געענדיגט ביי א 10% זיג.

דאס מיינט אז מורקאווסקי וועט ווארשיינליך אויסשפרייטן איר ליעד איבער טשיבאקע.

און עס מיינט אז פעלאלטע וועט ווארשיינליך אויסשפרייטן איר ליעד אין די ערשטע רונדע קעגן פעילין, אבער פון די אנדערע זייט וועט בעגיטש ווארשיינליך זיך דערנענטערן צו פעילין.

------

אויף די בעטינג מארקעטס האט געהייסן אז טשיבאקע קומט אריין נאמבער 1, עס האט געפליפט צו מורקאווסקי.
אטעטשמענטס
IMG_20220817_015656.jpg
IMG_20220817_015656.jpg (63.77 KiB) געזען 4128 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פרישע אפדעיט, ווי געפלאנט האט פעלאלטע אויסגעשפרייט איר ליעד אויף פעילין, און בעגיטש האט זיך עטוואס דערנענטערט צו פעילין.

ביים סענאט פארמעסט האט מורקאווסקי עטוואס אויסגעשפרייט איר ליעד אויף טשיבאקע.
Peltola +0.5
Palin -0.5
Begich +0.1
אלע רעפאבליקאנער מינוס מורקאווסקי האבן 46.7%, מורקאווסקי מיט אלע דעמאקראטן האבן 50.8%, 0.8% גייט פאר דעם ליבערטעריען, און 1.7% גייט פאר די אינדעפענדענטס און קלענערע פארטייען למיניהם.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220817-020338_Chrome.jpg
Screenshot_20220817-020338_Chrome.jpg (71.29 KiB) געזען 4115 מאל
Screenshot_20220817-020310_Chrome.jpg
Screenshot_20220817-020310_Chrome.jpg (113.64 KiB) געזען 4115 מאל
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6759
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

מיט 69% ריפארטעד האט זיך עס אסאך מער פארשמעלערט.
Screenshot 2022-08-17 131648.jpg
Screenshot 2022-08-17 131648.jpg (34.51 KiB) געזען 4006 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מיינסט צו זאגן אז עס איז שמאלער צווישן בעגיטש און פעילין?

למעשה האלט דער עולם אז בעגיטש וועט שוין מסתמא נישט איבערשטייגן פעילין, און וואסערמאן געבט איבער אז פעלטאלע דערנענטערט זיך צום שטאפל ווי זי איז גענוג הויעך *מעגליך* צו באזיגן פעילין אין די צווייטע רונדע.(ווי געשריבן נעכטן, אלאסקע ווייזט גארנישט אויף נאציאנאל.)

די פראצענט פריסינקטס רעפארטן איז באמת ביי 80.35%, און די אנדערע 20% פריסינקטס האבן לכאורה ווייניגער ווי 20% פון די שטימען, נאר עס איז אויך געשאצט אז איבער 10% פון אלע שטימען, זענען מעיל אין בעלאטס וואס מען ציילט נאכנישט.

טוירנאוט אין אלאסקע איז יודזש.

לויט די אנקעטעס האט פעלטאלע געזאלט באקומען ארום 40% אין די ערשטע רונדע, און ארום 48% אין די צווייטע רונדע, למעשה איז זי או טרעק איבערצופארן די 40%, ממילא איז לכאורה אן טרעק צו גרייכן זייער נאנט צו 50% אין די צווייטע רונדע, און מעגליך געווינען. מען וועט דאס נישט וויסן פאר עטליכע וואכן.

וואסערמאן:
By far most interesting result last night: Mary Peltola (D) has a legitimate shot to win the #AKAL special election over Sarah Palin (R) if enough of Nick Begich’s (R) ballots “exhaust” or go to Peltola in the final ranked-choice round (we won’t know for a few weeks). https://t.co/QkUqle3uxN
אין די מיענטיים האט מורקאווסקי נאך מער אויסגעשפרייט איר ליעד קעגן טשיבאקע, זי איז קלאר שטערקער ווי די עסאמפשן איז געווען, און זי זעהט אויס אין א גוטע פאזיציע צו באזיגן טשיבאקע אין די לעצטע רונדע אין נאוועמבער.

מורקאווסקי אינאיינעם מיט אלע דעמאקראטן איז ביי 51.9%, און גייט מסתמא ארויפגיין העכער, נאך וואס מער פון די רורעלס גייען אריינקומען, און אויך די מעיל אינס.

טשיבאקע מיט אלע אנדערע נאן מורקאווסקי רעפאבליקאנער איז ביי 45.6%.

דער ליבערטעריען איז ביי 0.75%.

אלע אינדעפענדענטס און קלענערע פארטייען אינאיינעם זענען ביי ארום 1.8%

שווער צו זעהן ווי טשיבאקע באזיגט מורקאווסקי, הגם עס וועט נישט זיין קיין בלאואוט.

עס איז געשאצט אז צווישן רעפאבליקאנער וואס האבן געשטימט פאר די צוויי גרויסע קאנדידאטן, באזיגט טשיבאקע מורקאווסקי בערך 70/30. (דהיינו אז מאגא געווינט באמת די פריימערי קעגן ריינא מיט א שטארקייט.)
אטעטשמענטס
Screenshot_20220817-095158_Chrome.jpg
Screenshot_20220817-095158_Chrome.jpg (201.39 KiB) געזען 3938 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די חברה זאגן אז די נאכנישט געציילטע 19.65% פון די פריסינקטס, וואס האבן אבער ווארשיינליך ווייניגער ווי דעם פון אלע שטימען, האבן געשטימט פאר ביידן אין 2020 מיט 54.0% קעגן 40.6% פאר טראמפ. (די גאנצע סטעיט האט טראמפ געווינען מיט א משהו אונטער 10%.)

דאס מיינט אז דאס גייט ווארשיינליך היפש העלפן פעלטאלע מיט מורקאווסקי.

אויך איז נאך דא רוב פון די מעיל אינס, ווארשיינליך עפעס מער ווי 10% פון אלע שטימען, וואס געווענליך זענען זיי בלוי, אבער עס מוז נישט זיין אז אין אלאסקע איז אויך אזוי. עסקנים האפן צו וויסן שפעטער אין טאג פון וועלכע פריסינקטס פונקליך זיי קומען. (מען קען עס אויסרעכענען לויט וויפיל ריקוועסטעד בעלאטס זענען נאכנישט צוריקגעקומען.)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פרישע אלאסקע אפדעיט, מען האט געציילט נאך 3,666 שטימען, פעלטאלע (ד) האט באקומען 47% פון דעם בעדזש. (פעלין איז מאגא, בעגיטש איז רעגולער עבסטעבלישמענט רעפאבליקאנער.)

דאס איז געווען רוב פון די פארבליבענע פריסינקטס, יעצט האלט עס ביי 96% פריסינקטס געציילט, מען ווארט נאך אויף א אומבאקאנטע ציפער פון ערלי מיט מעיל אינס.

שיפט זינט די פריערדיגע אפדעיט:
AK-AL Update. Peltola +0.2, Palin -0.2, Begich -0.1, Write-ins +0.1 https://t.co/rhtV7vB9CJ

פעלטאלע ארויף צו 38% אין דעם ספעשל עלעקשן. (זעהט אויס א קלענערע שאנס ווי געמיינט צו גרייכן די 40-41 וואס זי דארף אין די ערשטע רונדע.)

מורקאווסקי (ריינא) ארויף צו 44.1%, טשיבאקע (מאגא) אונטער פערציג ביי 39.9%, אין דעם סענאט טאנדרע פריימערי.

מורקאווסקי אינאיינעם מיט די דעמאקראטן איז ביי 52.3.

טשיבאקע אינאיינעם מיט אלע נאן מורקאווסקי רעפאבליקאנער איז ביי 45.1%.

ליבערטעריען ביי 0.76.

אלע אנדערע זענען ביי די אינדעפענדענטס און קלענערע פארטייען.

זייער שווער צו זעהן אז טשיבאקע זאל קענען באזיגן מורקאווסקי אין דעם לעצטן ראונד פון די רענקעד טשויס וואויטינג.
אטעטשמענטס
האוז ספעשל עלעקשן, דאס איז די ערשטע רונדע פון א רענקעד טשויס וואויטינג
האוז ספעשל עלעקשן, דאס איז די ערשטע רונדע פון א רענקעד טשויס וואויטינג
Screenshot_20220817-163016_Chrome.jpg (58.04 KiB) געזען 3720 מאל
סענאט טאנדרע פריימערי, די העכסטע פיר גייען זיך פארמעסטן אין א טאפ 4 רענקעד טשויס אין נאוועמבער
סענאט טאנדרע פריימערי, די העכסטע פיר גייען זיך פארמעסטן אין א טאפ 4 רענקעד טשויס אין נאוועמבער
Screenshot_20220817-162947_Chrome.jpg (204.28 KiB) געזען 3720 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אריינגעקומען נאך עטליכע הונדערט שטימען.
A small batch of Alaska votes came in

Peltola +75
Palin +72
Begich +97
Write-ins +10
-----

עס איז נאך דא ביז ארום 18 טויזנט עבסענטי און ערלי בעלאטס, דא איז ווי אזוי די שוין געציילטע עבסענטי און ערלי בעלאטס האבן געשטימט.
Here's how COUNTED absentees/ early votes have broken

ABSENTEE (6327 votes, not allocated by precinct)
Begich 1701 (27%)
Palin 1785 (28%)
Peltola 2703 (43%)

EARLY VOTING (9483 votes, not allocated by precinct)
Begich 2458 (26%)
Palin 2257 (23%)
Peltola 4692 (50%)
אויך איז נאך דא מעגליך ארום טויזנט אדער מער שטימען אין די 16 נאכנישט געציילטע פריסינקטס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נאכן זיך מוטשען אויפן פשט אין דעם סטעיט'ס עלעקשן וועבזייטל, האבן עסקנים איינגעזען אז עס איז נאך דא ארום 34 טויזנט שטימען אלעס אינאיינעם.

נאכער ווייזן עסקנים אן אז דער טיימס האט ארויפגערוקט זייער ציפער % געציילטע פון 71% געציילט צו 82% געציילט, וואס דאס קומט אויס צו דעם זעלבן חשבון, אז עס איז נאך דא ארום 34 טויזנט שטימען.

לפי זה גייט פעלטאלע (ד) לכאורה ענדיגן זייער נאנט צו די 40% ליניע פון אויבן אדער פון אונטן, און מען גייט נישט וויסן ווער עס האט געווינען צווישן איר און פעלין (מאגא) ביז אגוסט 31 למס', ווען איינער פון די צוויי גייט ווארשיינליך געווינען היפש שמאל.

אבער אנדערע עסקנים האלטן זיך צום פשט אז עס איז נאר דא ארום 19 טויזנט שטימען, וואס לפי זה איז פעילין העווי פעוואריט.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

שטיקל סך הכל פון אלאסקע פון @אידישליך.
אידישליך האט געשריבן:
אין אלאסקע זענען נעכטן פארגעקומען פריימעריס פאר גאווערנער, סענאט און די סטעיט'ס איינציגסטע קאנגרעס זיץ. די פריימערי סיסטעם איז אן אומפארטייאישע וואו יעדער איינוואוינער שטימט פאר איין קאנדידאט אפגעזעהן פארטיי אפיליאציע, און די 4 העכסטע קאנדידאטן פארמעסטן זיך אין די אלגעמיינע וואלן אין נאוועמבער.

אויך איז אפגעהאלטן געווארן 'ספעציעלע וואלן' צו אויספילן די פארבליבענע קאנגרעס טערמין פונעם לאנגיעריגער קאנגרעסמאן דאן יאנג וועלכער איז געשטארבן מיט א צייט צוריק, און אין די פארמעסט וועט צום ערשטן מאל גענוצט ווערן אין די סטעיט די רעלאטיוו נייע 'ראַנג אויסוואל' סיסטעם אין פאל קיינע פון די קאנדידאטן עררייכט נישט 50% פון די שטימען.

סענאט פארמעסט

פאר די סענאט זיץ האבן זיך פארמאסטן 20 קאנדידאטן, אין שפיץ פון אמטירנדע סענעטאר ליסע מארקאוסקי, וועלכע איז אריינגעקומען אין ערשטן ארט מיט איבער 40% זיך פארזיכערנדיג צו לויפן אין נאוועמבער. אין צווייטן ארט, אויך מיט 40% איז אריינגעקומען איר הויפט רעפובליקאנער קעגענער, קעלי שיבאקע, געוועזענע טראנספארטאציע קאמישענער פון די סטעיט, וועלכע איז אויך פארזיכערט צו לויפן אין נאוועמבער. אין דריטן ארט, מיט קוים 6% איז א דעמאקראטישע קאנדידאט פעטרישע טשעסברא, וועלכע איז אויך פארזיכערט צו לויפן אין נאוועמבער. די פערטע קאנדידאט צו פארזעצן אין די נאוועמבער וועלן איז נאך ביזדערווייל נישט אנטשידן געווארן.

קאנגרעסיאנאלע פארמעסט

אויף די סטעיט'ס איינציגסטע קאנגרעס זיץ האבן זיך פארמאסטן 22 קאנדידאטן, פון וועלכע 4 וועלן פארזעצן אין נאוועמבער. א באזונדערע 'ספעציעלע פארמעסט' איז אפגעהאלטן געווארן צו ערפילן און אויסענדיגן די איצטיגע קאנגרעס טערמין נאך וואס לאנגיעריגער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דאַן יאנג איז געשטארבן מיט א צייט צוריק.

אין די פריימעריס צו קענען לויפן אין נאוועמבער איז אין ערשטן ארט אריינגעקומען א דעמאקראטישע קאנדידאט, מערי סעטלער פעלטולאַ, א געוועזענע סטעיט לעגיסלאטור. אין צווייטן ארט איז אריינגעקומען די טראמפ אינדארסירטע רעפובליקאנער קאנדידאט סערא פעילין, די געוועזענע גאווערנער פון די סטעיט. אין דריטן און פערטן ארט זענען אריינגעקומען רעפובליקאנער קאנדידאטן, ניק בעגיטש און טערע סוויני. די 4 קאנדידאטן וועלן פארזעצן און זיך פארמעסטן אין די נאוועמבער וואלן.

ספעציעלע וואלן

אין די 'ספעציעלע וואלן' האבן זיך פארמאסטן 3 קאנדידאטן פעלטולאַ, פעילין און בעגיטש, נאך וואס זיי זענען אריינגעקומען די העכסטע אין די פריימערי פארמעסט פארלאפענעם יוני, אבער די פארמעסט איז נאך ביזדערווייל נישט גערופן געווארן. אין פאל קיינע פון די קאנדידאטן עררייכן נישט קיין 50% פון די שטימען פון די 'ערשטע אויסוואל' שטימען וועט מען זיך באנוצן מיט די 'ראַנג אויסוואל' סיסטעם.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער רעפאבליקאנער מומחה אויף עלעקשן טוויטער וואס רופט זיך סיניק, וואס ער איז געווען דער מחדש פון דעם 18-20 טויזנט שטימען פארבליבן צו ציילן חשבון, איז צוגעקומען נאך עטליכע טעג פון אפדעיטס איבער צוריקגעקומענע בעלאטס, אז עס איז יא לכאורה דא ארום 35 טויזנט שטימען.

וואס דאס איז גוטע נייעס פאר פעלטאלע'ס (ד) שאנסן.

פעילין איז נאך אלץ פעוואריט, אבער זי וועט ווארשיינליך געווינען היפש שמאל.

די קומענדיגע סקעדזשועלד אפדעיטס זענען אגוסט 23 און 26, אבער עס קען פילייכט זיין נאך, געבט דער אלאסקע וואלן דעפארטמענט איבער.
אטעטשמענטס
20220820_232155.jpg
20220820_232155.jpg (46.69 KiB) געזען 3310 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דעסיזשן דעסק זאגט אז לויט זייערע חשבונות האבן איבער האלב ביידן 2020 וויילער אין ווייאומינג זיך ארויסגעשלעפט שטימען פאר ליז טשעיני. מער ווי פינעף מאל וויפיל עס זענען געגאנגען שטימען אין די דעמאקראטישע פריימערי.

און לויט דעם פשוט'ן חשבון האבן קרוב צו 60% טראמפ 2020 וויילער זיך ארויסגעשלעפט צו שטימען אנטקעגן איר. און אויך כאטש נאך עטליכע טויזנט טראמפ וויילער האבן געשטימט פאר איר.

לויט זייערע חשבונות האט העגמען באזיגט טשעיני צווישן טראמפ וויילער, מיט 93%, קעגן 7%.

נאר ביידן וויילער טוירנאוט איז נאך א גרעסערע חידוש, ווייל דאס איז געווען א פארמאכטע רעפאבליקאנער פריימערי, נאר פאר רעגיסטרירטע רעפאבליקאנער.

טראמפ האט דארט געהאט 193 טויזנט קעגן 73 טויזנט פאר ביידן, העגמען האט געהאט 113 טויזנט, קעגן 49 טויזנט פאר טשעיני. אויך איז געווען 8 טויזנט שטימען פאר קלענערע רעפאבליקאנער קאנדידאטן, און 7 טויזנט שטימען אין די דעמאקראטישע פריימערי..

אנבעליוועבל טוירנאוט.

(פרעזידענט 2020 איז געווען די העכסטע אלגעמיינע וואלן טוירנאוט אין 120 יאר, און דאס איז געווען א מידטערם פריימערי וואס מען האט געוואוסט ווער עס גייט געווינען.)
Our modeling estimates that over half of 2020 Biden voters turned out to back Liz Cheney last Tuesday, more than 5 times the number who came out to vote in the Democratic primary.

https://t.co/XGtZsJbRx7
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין די מיענטיים איז אריינגעקומען א קליינע אפדעיט פון 2 אהאלב טויזנט שטימען בערך אין אלאסקע.

עס דארף זיין נאך אפדעיטס היינט.
אטעטשמענטס
טאנדרע פריימערי פאר סענאט, די טאפ 4 גייען צום רענקעד טשויס וואויטינג אין נאוועמבער
טאנדרע פריימערי פאר סענאט, די טאפ 4 גייען צום רענקעד טשויס וואויטינג אין נאוועמבער
Screenshot_20220823-184022_Chrome.jpg (199.41 KiB) געזען 3016 מאל
האוז ספעשל עלעקשן, ערשטע רונדע פון די רענקעד טשויס וואויטינג.
האוז ספעשל עלעקשן, ערשטע רונדע פון די רענקעד טשויס וואויטינג.
Screenshot_20220823-183944_Chrome.jpg (78.17 KiB) געזען 3016 מאל
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6759
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

פרישע אפדעיט אין די אלאסקא ספעציעלע עלעקשאן, אין פעלטאלא איז ארויף צו 38.8% פעלין אראפ צו 31.4%.
Screenshot 2022-08-24 124832.jpg
Screenshot 2022-08-24 124832.jpg (39.9 KiB) געזען 2876 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פרייטאג איז אריינגעקומען די לעצטע גרויסע בעדזש פון שטימען אין אלאסקע.

עס איז נאך דא ביז עטליכע הונדערט אומגעציילטע שטימען, ווי אויך קען נאך אריינקומען אווערסיעס שטימען ביז דינסטאג.

די אלע שטימען וועלן ווארשיינליך נישט קיין סאך טוישן דעם מצב.

דינסטאג גייט מען אם ירצה השם ציילן די ענדגילטיגע רענקעד טשויס וואויטינג, און דערקלערן אפיציעל א געווינער.

עס הייסט לויט די חשבונות אז עס איז א טאסאפ, מיט עטוואס א גרעסערע שאנס פאר פעלין (ר).

אויף פרעדיקט איט צאלט מען 70 צענט פאר פעילין (ר) און 30 צענט פאר פעלטאלע (ד).

פון די אנדערע זייט, איוואן מור, דער פאולסטער וואס האט היפש גוט צוגעטראפן צו די רעזולטאטן, האט חשבונות אז פעלטאלע איז גאר עטוואס פעוואריט.

איך וואלט קיין סאך אריינגעלערנט אין דעם פארמעסט, חוץ צוויי זאכן, איינס, אז קאנדידאט קוואליטעט מאכט נאך אויס גאר אסאך (אלאסקע איז נאך געווען צו די רעכטס פון אהייא אין 2020.) צווייטנס, אז דער זיץ איז עכט אין פלעי אין נאוועמבער, ווען יעדע הויז זיץ מאכט אױס לויט ווי די מאפע זעהט אויס לעת עתה.

אין דעם הויז פארמעסט פאר דעם געווענליכן פארמעסט אין נאוועמבער, וואלט איך עס געשטעלט ליען רעפאבליקאנער, צוליב וואס אויב בעגיטש (געווענליכער רעפאבליקאנער) קומט דאס מאל אריין העכער פעילין (מאגא) וועט ער היפש ווארשיינליך געווינען. אבער אויב פעילין קומט נאכאמאל אריין העכער בעגיטש, האט פעלטאלע זיכער בערך א איווען שאט צו געווינען. אין נאוועמבער איז געווענליך דא רעלאטיוו העכערע טוירנאוט צווישן די נאטיווע אלאסקער ווי אין די פריימערי, ובפרט דאס יאר ווען זיי וועלן די ערשטע מאל האבן א עכטע שאנס צו שיקן די נאטיווע אמעריקאנער פעלטאלע (ד) צום קאנגרעס. דערווייל ליען רעפאבליקאנער מעגליך ווערן געטוישט נאך די ענדגילטיגע רעזולטאטן, ווי אויך ווענדט זיך עס אויב טראמפ וועט נאכאמאל זיין אלל אין פאר זיין קאנדידאט פעילין אזוי ווי ביים ספעשל.

אין דעם סענאט פארמעסט האט מורקאווסקי (ריינא, אינקאמבענט) געגרייכט גאנצע 45% צווישן 18 קאנדידאטן, 6.4% העכער טשיבאקע (מאגא) און איז מער ווייניגער פארזיכערט צו געווינען אין נאוועמבער, מיט די עכטע מעגליכקייט צו קראסן די 50% טרעשהאלד אין די ערשטע רונדע נאך פאר די רענקעד טשויס. סעיף מורקאווסקי

אין דעם גאווערנאר פארמעסט זענען די דעמאקראטן מיט לינקע אינדעפענדענטס אינאיינעם גענוג נאנט צו 50% צו האבן א שטיקל שאנס צו באזיגן אין נאוועמבער דעם אינקאמבענט רעפאבליקאנער וועלכער איז אראפ צו בלויז עטוואס העכער 40%. לייקלי רעפאבליקאנער
אטעטשמענטס
הויז פארמעסט, אויבן די ערשטע רונדע פון די אלגעמיינע וואלן פאר דעם ספעשל עלעקשן, אונטן די טאנדרע פריימערי, די העכסטע 3 גייען צום רענקעד טשויס וואויטינג אין נאוועמבער. טערע סוויני, וועלכע האט דעם פערטן פלאץ, האט זיך ארויסגעצויגן זעהנדיג אז זי איז צו שוואך, מען ווייסט נאכנישט קלאר אויב דער נאך איר קומט אריין.

Screenshot_20220827-225301_Chrome.jpg (306.6 KiB) געזען 2705 מאל
סענאט פארמעסט,, די טאנדרע פריימערי, די העכסטע פיר גייען צום רענקעד טשויס וואויטינג אין נאוועמבער.
סענאט פארמעסט,, די טאנדרע פריימערי, די העכסטע פיר גייען צום רענקעד טשויס וואויטינג אין נאוועמבער.
Screenshot_20220827-223924_Chrome.jpg (222.92 KiB) געזען 2705 מאל
גאווערנאר פארמעסט, די טאנדרע פריימערי, די העכסטע פיר גייען צום רענקעד טשויס וואויטינג אין נאוועמבער.
גאווערנאר פארמעסט, די טאנדרע פריימערי, די העכסטע פיר גייען צום רענקעד טשויס וואויטינג אין נאוועמבער.
Screenshot_20220827-223844_Chrome.jpg (238.25 KiB) געזען 2705 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מערי פעלטאלע די דעמאקראט האט געווינען.

מאסיווע אפסעט, ריזן נצחון פאר די דעמאקראטן.

זי האט געווינען די לעצטע רונדע מיט כמעט 3%, 51.5 - 48.5.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220831-201432_Twitter.jpg
Screenshot_20220831-201432_Twitter.jpg (214.88 KiB) געזען 2445 מאל
20220831_200828.jpg
20220831_200828.jpg (307.21 KiB) געזען 2450 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואלן רעזולטאטן - וויאמינג, אלאסקע - אלאסקע ספעשל קאנגרעסניאלע עלעקשן - ג' עקב תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווי אזוי די בעגיטש שטימע האט למעשה געספליט. (גוט אוועקצולייגן פאר פרעדיקנשס נאוועמבער, אין פאל פעילין קומט נאכאמאל אריין העכער בעגיטש.)
אטעטשמענטס
20220831_203440.jpg
20220831_203440.jpg (45.45 KiB) געזען 2434 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וואלן רעזולטאטן”