א ליל ששי שיעור מיט לאקשן קוגל.

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SHULEM FRIEDMAN
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 4:09 pm

א ליל ששי שיעור מיט לאקשן קוגל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SHULEM FRIEDMAN »

בס"ד.
קוגל פארן שיעור.jpg
קוגל פארן שיעור.jpg (74.46 KiB) געזען 6314 מאל

די פני הקהילה פון אונזער שטיבל דא האבן באשלאסן אז עס פעלט זיך זייער וויכטיג אויס אויפצופרישן די שיעורים דא בבית מדרשינו, איז נאך לענגערע מיטונגען מיט די אקרו"ט איז באשלאסן געווארן צו אנהייבן א פרישן שיעור אין ספרי חסידות. און ווי עס פארשטייט זיך אליין, בכדי צו ציען דעם עולם, וועט דער שיעור אין ספרי חסידות פארקומען מער אין די זייט פונעם שטיבל אינעם מערבית דרומית ווינקל, דא ממש לעבן די קאך, אזוי אז מען זאל קענען אריינברענגן די פרישע הייסע לאקשן קוגל פונעם קאך אינמיטן דעם שיעור, אז מען זאל זיך קענען דערווארעמען דעם גוף אינמיטן פונעם שיעור זיך צו דערקוויקן די נשמה מיט די ברענעדיגע חסיד'ישע דיבורים.

אבער דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן מיטן טרעפן א נארמאלן מגיד שיעור. ווייל ווי פארשטענדליך, האבן אלע גרויסע מגידי שיעורים געפילט אז עס פאסט נישט פאר זייער אימעדזש זיך אראפצולאזן צו אזא פשוט'ע שיעור. וויבאלד זיי זענען דאך פארנומען דורכצואקערן די ראשונים מיט די אחרונים און די נושאי כלים פון די גמרא רש"י תוספות און שולחן ערוך שיעורים. האבן זיי נישט געוואלט פארלערנען א לאקשן קוגל שיעור. אשר על כן האב איך א עצה געגעבן אז אונז וועל מיר זיך באגיין אליין אן א מגיד שיעור, וואס דארף מען דען א מגיד שיעור? מען וועט עפענען דעם חסיד'יש ספר און מען וועט גיין אין די רייע יעדער וועט פארלערנען איין שטיקעלע, והכל על מקומו יבא בשלום. איז יעדעם געפאלן די עצה וכולם כאחד ענו ואמרו יפה אמרת ולו יהי כדבריך.

וועל מיר אנהייבן מיטן הייליגן חסיד'שן ספר "מגן אברהם" פונעם הייליגן טריסקער מגיד.

יא יא, מען ברענגט שוין די קוגל, איין מינוט נאר. שששש.....

ווי באוואוסט שרייבט דער הייליגער טריסקער מגיד אין די הקדמה זיינע די מורא'דיגע ווערטער "כי מגן יהיה לכל ההוגים בו". במילא איז צום האפן, אז אין אזא דור ווי היינט, וואס יעדער זוכט דאך נאר עפעס גוטע עצות וויאזוי צו זיין באשיצט פון אלע פראבלעמען, וועט זיך א גרויסער עולם צוזעצן זיך צו באטייליגן דא ביי אונזער שיעור, און יעדער וועט פארלערנען מיט א חשק און ברען און קלאר און הויך ווען ס'וועט קומען זיין רייע.

צוביסלעך האף איך וועט מען נאך קענען בעטן געלט אויך, נאר צו קענען מיטהאלטן דעם שיעור וואס האט אזא שטארקע סגולה לשמירה, במילא כאפטס אריין ווילאנג עס איז נאך אומזיסט.

וועל מיר אנהייבן מיטן ערשטן שטיקל פון די וואכעדיגע סדרה "פרשת ואתחנן".

זאגט דער הייליגער טריסקער מגיד אזוי, די הייליגע תורה פארציילט אונז, ואתחנן אל ד' בעת ההוא לאמר, משה רבינו עליו השלום האט זיך געבעטן ביים הייליגן באשעפער ער זאל אים לאזן אריינגיין אין ארץ ישראל. פרעגט דער הייליגער טריסקער מגיד, פארוואס האט משה רבינו עליו השלום אזוי שטארק געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל און וואס האט ער געוואלט אויפטון מיט דעם? איז ער מסביר אזוי, הענין הוא - דער ענין איז אזוי, כי מה שמשרע"ה הרבה והפציר כל כך בתפילה שיכנס לארץ ישראל - די סיבה פארוואס משה רבינו האט אזוי שטארק איינגעריסן מיט תפילות אז ער זאל זוכה זיין אריינצוגיין אין ארץ ישראל, איתא בספרים - ווערט געברענגט פון ספרים שהיה בשביל שני דברים האלו - אז משה רבינו האט געוואלט אויפטון מיט דעם צוויי זאכן. האחד - די ערשטע זאך איז געווען, כי באם שהיה נכנס לארץ ישראל לא היה החורבן והגלות - אז ווען משרע"ה גייט ווען אריין אין ארץ ישראל וואלט די ביהמ"ק קיינמאל נישט געקענט חרוב ווערן, און אונז אידעלעך וואלטן קיינמאל נישט פארטריבן געווארן אינעם ביטערן גלות. והשנית
- די צווייטע זאך פארוואס משה רבינו עליו השלום האט געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל, שהיה נתבטל המיתה מן העולם - ווייל ווען משה רבינו עליו השלום גייט ווען אריין אין ארץ ישראל וואלט ווען קיינער מער נישט געשטארבן.

זאגט דער הייליגער טריסקער מגיד, ושני הדברים האלו המה מרומזים בכתוב זה - די ביידע אויבן דערמאנטע טעמים זענען מרומז אינעם פסוק פון ואתחנן אל ד' בעת ההוא לאמר, לאמיר זען וויאזוי, כי חורבן בית המקדש היה בכ"א ימי בין המצרים - ווייל די חורבן בית המקדש איז נישט געשען באמת אויף איין מאל, נאר עס איז געשען צוביסלעך דורכאויס די גאנצע איין און צוואנציג טעג פון די דריי וואכן, שבכל יום היה החורבן הולך ומתגבר עד שנירב בעונותינו הרבים בתשעה באב ווייל יעדן טאג פון די דריי וואכן איז דער חורבן געווארן גרעסער און גרעסער ביז דעם ענדגילטיגן שרעקליכן בראך, אז דער בית המקדש איז חרוב געווארן וועגן אונזערע פילע זינד, אינעם ביטערן טאג פון תשעה באב.

איז לאמיר זיך אביסל מתבונן זיין אינעם חורבן בית המקדש, וואס האבן מיר פארלוירן אין דעם טאג בשעת אונז האב מיר פארלוירן די שיינקייט און פראכט און דעם קרוין פונעם אידישן פאלק.

דער הייליגער בית המקדש איז געווען דער שטערקסטער פלאץ אויף אונזער נידריגער וועלט, וואס אידן האבן דארט זוכה געווען צו די העכסטע מדרגה פון השראת השכינה וואס עס איז נאר מעגליך.

איך הער נישט.. וואס פרעגסטו דארט?

אהא, פרעגסט וואס דאס מיינט השראת השכינה, פרעגסטו דאך זייער א גוטע קשיא, לאמיר עס טאקע אביסל מסביר זיין.

"השראת השכינה" איז אין פשוט אידיש טייטש די מיינונג פון "שפירן דעם הייליגן באשעפער". ווען א איד קומט צו צו די הכרה אז ער איז נאר כחומר ביד היוצר, און דער אייבערשטער פירט אים יעדע רגע און יעדע מינוט, אויף יעדן טריט און אויף יעדן שריט, און דער אייבערשטער איז מיטן מענטש אלעמאל. ער זעט אלעס וואס א מענטש טוט, און א מענטש קען גארנישט טון אן די הילף פונעם הייליגן באשעפער. אט די מדריגה איז די ריכטיגע אפטייטש פון השראת השכינה. און די איינציגסטע פלאץ אויף די וועלט וואס יעדער וואס איז אהינגעקומען דארט האט באמת געפילט אז דער אייבערשטער איז דא מיט אים, דאס איז דאך געווען טאקע אינעם הייליגן בית המקדש.

זאגט אבער דער הייליגער טריסקער מגיד, אז דו זאלסט נישט מיינען אז דער בראך וואס אונז האב מיר געליטן מיטן חורבן, איז נאר פון דעם אז אונז האב מיר פארלוירן דעם פלאץ אויף דעם וועלט וואו אידן האבן געזען און געפילט די גרעסטע נאנטשאפט צום הייליגן באשעפער. דער איינציגסטער פלאץ ווי די השראת השכינה איז געזען און געשפירט געווארן אפען און קלאר פאר יעדן איינעם, אז עס איז דא א בורא עולם וואס ער פירט מיר יעדע רגע, און אויפן פלאץ פון בית המקדש איז ביי קיינעם נישט געווען בגדר ספק אז אונז זענען מיר אלע נישט מער ווי דאמיס וואס ווערן געפירט יעדע רגע נאר דורכן הייליגן באשעפער, און די איינציגסטע זאך וואס מיר דארפן טון איז נאר זיין רצון. אזוי הייליג און לעכטיג איז געווען אין הייליגן בית המקדש. און אוודאי איז דער פארלוסט פון אזא הייליגע פלאץ ווי דער ביהמ"ק געוואלדיג גרויס, אבער דער פראבלעם וואס מיר האבן געליטן מיטן חורבן איז געווען נאך אסאך אסאך טיפער.

דער פראבלעם פונעם חורבן בית המקדש איז געגאנגען אריין אין יעדן איד אין הארץ אריין. ווייל די חשכות וואס אונזערע עבירות האבן גורם געווען אין די דריי וואכן, וואס דאס האט למעשה צוגעברענגט צום חורבן כללי פונעם בית המקדש, איז באמת געגאנגען נאך אסאך ווייטער. וזה גרם גם חורבן בית המקדש הפרטי - ווייל דער גרויסער חורבן בית המקדש הכללי, האט אויך צוגעברענגט צו יעדן איד'ס פרטיות'דיגע חורבן בית המקדש. איז דער הייליגער טריסקער מגיד מסביר וואס עס איז דאס אזוינס דער פרטיות'דיגער בית המקדש פון יעדן איינציגסטן איד, וואס דאס איז חרוב געווארן צוזאמען מיטן גרויסן חורבן. זאגט דער הייליגער טריסקער מגיד שהוא
- וואס דאס איז השראת השכינה שבכל אחד ואחד מישראל - די השראת השכינה וואס וואלט געדארפט באמת צו זיין ביי יעדן איד, ווייל יעדער איד וואלט פון זיך אליינס געדארפט באמת שפירן ווי דער הייליגער באשעפער איז מיט אים יעדע מינוט. כמו שכתוב - אזוי ווי אין פסוק שטייט, אז דער אייבערשטער האט צוגעזאגט פאר די אידן ושכנתי בתוכם - און איך וועל רוען אין ענק, ודרשו רבותינו זכרונם לברכה - און די הייליגע חכמים האבן געזאגט אז דאס מיינט צו זאגן, אז דער אייבערשטער וועט רוען בתוך כל אחד ואחד - אין יעדן איד'ס הארץ. און יעדער איד וועט אייביג שפירן דעם אייבערשטן, ווי ער איז אין אים, און לעבן אים, און אז וואס ער דארף קען ער תיכף בעטן ביי אים און זיך אויסרעדן דאס הארץ צו אים ברוך הוא. וואס דאס איז די מדריגה וואס א איד איז זוכה ווען ער האט אין זיך השראת השכינה, וואס דאס איז ליידער אויך אוועקגענומען געווארן פון אידן צוזאמען מיטן חורבן בית המקדש. כי גברו ידי זרים וכוחות הטומאה בעולם לעשות מסכים המבדילים בין בני ישראל לאביהם שבשמים - ווייל די עבירות וואס מיר האבן געטון האבן געשטארקט די כוחות הטומאה, וואס דורכדעם האבן זיי דעם כח צו פארדרייען דעם איד'נס מח אז עס זאל זיך אים דאכטן אז ער איז חס ושלום ווייט פונעם אייבערשטן, און די כוחות הטומאה מאכן דעם איד פילן ווי דער אייבערשטער קוקט נישט אויף אים חס ושלום, כאילו א פירהאנג ליגט אויסגעשפרייט צווישן אים און דעם באשעפער כביכול.

אבער די פראבלעם איז, אז די פירהאנג איז נישט אזויווי א סחורה'נע פירהאנג וואס ווען מען געט דאס איין פליק אראפ בלייבט נישט קיין זכר דערפון. ווייל ווען יא וואלט זייער גרינג געווען צו צוקומען צו לעבן מיט די הכרה אז דער באשעפער איז יא דא לעבן מיר, ווייל דאס ערשטע מאל וואס א איד וועט זיך איבערצייגן אז די וועלט ווערט נאר געפירט נאר דורכן הייליגן באשעפער, דורכדעם וואס ער וועט זען אז אנעם באשעפער קען ער זיך נישט קיין עצה געבן, וועט דער איד שוין א גאנץ לעבן, לעבן מיטן אנערקענונג אז דער באשעפער פירט די וועלט.

למעשה זעט מען אבער אז דער פירהאנג איז בעצם א דיקער אייזערנער פירהאנג וואס מען דארף ביטער הארעווען דאס דורכצוברעכן. ווייל נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען זעט קלאר און דייטליך אז נאר דער באשעפער פירט דעם איד מיט א פונקטליכע השגחה פרטית און ער שטייט לעבן אים און ער היט אים אפ, וועט דער מענטש נאכאלץ נישט לעבן באמת מיט די הכרה אז דער אייבערשטער איז יא מיט אים יעדע מינוט. והא ראיה, אז ביי דאס מינדעסטע פראבלעם וואס מאכט זיך פון פריש ווערט דער מענטש פון אויפדאסניי פארלוירן און פאר'דאגה'עט. איי האסט דאך שוין נעכטן געזען אז דער אייבערשטער נעמט קעיר פון דיר און דו האסט דיך נישט וואס צו זארגן. פונדעסטוועגן פארגעסט דער מענטש דערפון, ווייל דאס איז די תוצאה פון דעם חורבן, אז דער אייזערנער פארהאנג וואס די סטרא אחרא לייגט אונז, פארשטעלט אונז די אויגן אז אונז זאל מיר האלטן אין איין פארגעסן און נישט לעבן מיטן באשעפער אין די מחשבה אלעמאל. וצריך האדם לעמל ויגיעה גדולה לשבר המחיצות של ברזל, ולהסיר כל המסכים המבדילים, שיוכל להמשיך עליו השראת אור שכינתו יתברך - און דער איד דארף האלטן אין איין חזר'ן אז דער אייבערשטער פירט יא די וועלט, און אז דער אייבערשטער איז יא דא מיט מיר, און דער אייבערשטער וויל יא הערן פון מיר, און ער וויל אז איך זאל נאר און זיין רצון, און ער זעט אלעס וואס איך טו ווייל ער איז לעבן מיר. און דאס דארף מען חזר'ן און חזר'ן און נישט אויפהערן איבערצו'חזר'ן, ווייל דער יצר הרע האט נאך דעם כח ווילאנג משיח איז נאכנישט דא, און וויפיל מאל מען זאל נאר חזר'ן אז דער אייבערשטער פירט יא די וועלט, און וויפיל מאל דער מענטש האט זיך שוין איבערצייגט בחוש אז עס מוז זיין אז דער אייבערשטער פירט יא די וועלט, ווייל ער האט דאך שוין גענוג מאל געזען בחוש אז עס מאכט בכלל נישט קיין סענס וויאזוי ער האט זיך א עצה געגעבן ביז היינט דא אויף דער וועלט ווען נישט דאס וואס נאר דער אייבערשטער האט אים געהאלפן. פונדעסטוועגן, די סעקונדע וואס דער מענטש טרעפט זיך אין א קליינע פראבלעם ווערט ער שוין אינגאנצן פארלוירן נישט וויסנדיג וואס צו טון בכלל, און ער פארגעסט שוין אינגאנצן וויאזוי דער אייבערשטער האט אים שוין וואונדערליך ארויסגעפירט פון אסאך אסאך גרעסערע פראבלעמען. עס פילט זיך ממש ווי א אייזערנער וואנט האלט אפ דעם מח פון זיך איבערצוצייגן מיט א קלארקייט אז עס איז זיך בכלל נישט דא פארוואס זיך צו זארגן, אדער מורא צו האבן פון קיין שום פראבלעם. וויבאלד דער אייבערשטער איז דאך דא מיט מיר און ער העלפט מיר יעדע מינוט.

און מען דארף אויף דעם אליין מורא'דיג שטארק הארעווען און וויינען צום אייבערשטן, אז מען זאל זוכה זיין באמת צו שפירן די ליכטיקייט און די זיסקייט פון שפירן באמת די נאנטקייט צום הייליגן באשעפער "אור שכינתו יתברך".

איז דער הייליגער טריסקער מגיד ווייטער מסביר, וואסערע פראבלעמען דאס ברענגט אלץ אן אז מען איז נישט זוכה צו השראת השכינה, וואס איז אוועקגענומען געווארן פון אונז צוזאמען מיטן חורבן. זאגט ער אזוי, וגם על ידי זה, נתגבר החולאים והמות בעולם - דורכדעם וואס א מענטש שפירט נישט אז ער קען סאלווען יעדן פראבלעם דורך די פשוט'ע עצה פון בעטן דעם אייבערשטן וואס שטייט לעבן אים און ווארט צו הערן פון אים, דערזעט ער זיך מיט מער און מער פראבלעמען, אבער אן קיין וועג ארויס רחמנא לצלן - זאל דער דערבארעמדיגער באשעפער אונז ראטעווען דערפון.

שוין האב מיר געענדיגט דא די ערשטע שטיקעלע פון די ערשטע תורה. באמת וואלט איך נאך געוואלט ענדיגן די גאנצע ערשטע תורה, און אויך וואלט איך געוואלט פארלערנען די ערשטע תורה פון די הפטורה פון נחמן, וואו דער הייליגער טריסקער מגיד איז אזוי הערליך מסביר וויאזוי די גאנצע נחמה קומט פון דעם וואס א מענטש ווייסט אז ער איז גארנישט, און נאר דער הייליגער באשעפער פירט אלעס, און דאס ברענגט צו די גרעסטע ברכות וואס עס איז נאר שייך. אבער היות דער ירושלימער שמעקט מיר שוין געפערליך אינעם נאז אריין, און איך פיל אז אויב וועל איך נישט אריינרוקן א האלבע בעקעלע יעצט איז דאס פשוט א שאלה פון פיקוח נפש, לכן וועל איך דא סטאפן, און דער נעקסטער אין די רייע וועט תיכף איבערנעמען.

נא.. שיק מיר שוין ארויף דעם ירושלימער לאקשן קוגל שנעלער. ניין, נישט יענע, דארטן די מער פארברענטע, די הייסע.
הייסע ירושלימ'ער.jpeg
הייסע ירושלימ'ער.jpeg (9.68 KiB) געזען 6314 מאל


אהההההה, ברוך..מיני מזונות.. המממ... פיינע נייעס.

נאאא.. וואס קוקסטו אזוי ווי איך עס?.. פארוואס לערנסטו נישט ווייטער פאר ביזדערווייל?
לעצט פארראכטן דורך SHULEM FRIEDMAN אום דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 6:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

זיס ווי צוקער!
wow
האסט א פיינעם פעדער ר' שלום פריעדמאן.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

ביי פויזע צווישן איין שיעור און די אנדערע, ביטע פארלערנען אויך א שיעור מיט פונקטליכע הוראות וויאזוי מען פראדעצירט אזא גיטע לאקשען קוגל, ביטע איבערגעבן די פונקטליכע רעסעפי המקובל מדורי דורות
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

הערליך שיין אראפגעלייגט.
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

נמנו וגמרו אז שלום פריעדמאן וועט זיין די מגיד שיעור.

קענסט דאך יא. נו פארוואס איבערגעבן פאר א צווייטן...

אה.. און די קיגל איז געווען איינס אין די וועלט..!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
SHULEM FRIEDMAN
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 4:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SHULEM FRIEDMAN »

יישר כח פאר די קאמפלימענטן.

אבער וואס וועט טאקע זיין דא? קיינער נעמט נישט איבער דאס ווארט?
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

.
לעצט פארראכטן דורך שפיגליצקי אום דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 11:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

זעהר א שיינער שיעור! מורא'דיג גוט צונומען און ארויס געברענגט.כ

דער גאליציאנער קוגל וואס דער מגי"ש האט געלייגט פון אויבן (אדער פון אויוון) איז אסאאאאאך בעסער.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

כאמיך ניש פארגעקוקט... אההאם.. כ'בין הייזעריג... אפשר נעקסטיים...

זייער פיין געזאגט ר' שלום.
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

א שיינע יסודות'דיגע שטיקל און גאר גאר גוט און געשמאק אראפגעלייגט, ר' שלום אויב דאס זענען די פשוטע אידן וויל איך קענען די 'גרויסע' מגידי שיעורים פון וואס איר רעדט...

אגב, בין איך דער איינציגסטער וואס איז נייגעריג אין וועלכע אויסגאבע מיר קענען ליינען ר' שלום'ס אנדערע שרייבערייען?

ר' שלום מיר ווארטן אויפן המשך, און איך מיין אז איך קען בעטן בשם כל הקהל אז קיינער זאל נישט אנהויבן ווייטער פארלערנען אז ר' שלום זאל מוזן אליינס ממשיך זיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”