פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

לאקינג פארווארד!
משה בארא פארק
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בארא פארק »

פה אחד האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
א נקודה, לייף אינשורענס איז א סעיווינגס, סטאק מארקעט איז אן אינוועסטמענט, פינטל.
יעצט קען מען עקסטער דן זיין דאס אינוועסטן אין די סטאק-מארקעט ווערסוס אלע אנדערע אינוועסטמענט אפציעס

איך האלט פינקט אזוי.
עס וואלט געווען שיין צו זעהן אז אינזער עולם קוקט עס אזוי אן.
פארוואס אין די וועלט לייגן יונגעלייט אריין זייער לעצטע אפגעשפארטע דוללער אין א סעיווינגס עקאוינט אנשטאטס אין אן אינוועסטמענט?
לדעתי דארף די נושא א גרויסן תיקון.

you are 100% right
משה בארא פארק
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בארא פארק »

@פה אחד gr8 job keep writing please
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

איך האב זייער הנאה פון דיין שרייבן איבער דעם נושא.
זיי ממשיך.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
עילוי נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 4:28 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי נפלא »

זייער אינטרעסירט ייש"כ אין גיי אן.
נישט קיין חילוק ווי לא מקומו של אדם מכבדו אלא הוא מכבד מקומו
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

ווארט מיר שטארק.

די אשכול איז פיין.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

א גרויסן שכ'ח פאר יעדעמס חיזוק. לאמיר גיין.

פאר מען נעמט זיך אויף פאנדימענטלס, מיין איך אז עס קען אפשר זיין אינטרעסאנט אביסל מער מסביר צו זיין וואס דאס איז די S&P 500, וויאזוי עס ארבעט, און וויאזוי מען קען בס''ד פארדינען.
שטעלטס אייך פאר אז די רב ביי אייך אין קהילה ווערט זיין געהאלט באצאלט ציטיילט צווישן אלע מתפללים, יעדע מתפלל דארף איינגעבן איין פראצענט פון וויפיל ער פארדינט יעדעס יאר, די עושר גיבט מער און די ארעמאן גיבט ווייניגער, עס איז א סך הכל פון 150 מתפללים, און ווען עס קומט צו א פרישע יונגערמאן וואס פארדינט עפעס גייט ארויס פון חשבון די עלטסטע וואס פארדינט שוין נישט אזוי, עס בלייבט אלץ ביי 150 מענטשן וואס צאלן איין, און די פרייז טוישט זיך יעדעס יאר, לויט וויפיל די עולם פארדינט, וואס האלט איר ווען גייט די רב באקומען מער קומענדיגע יאר אדער צען יאר ארום? עס איז גאנץ פשוט אז עס גייט ארויף יערליך, אזוי פארט די וועלט, מענטשן פארדינען מיט די יארן אלץ מער און מער.
און עס איז דא אפאר סיבות פאר דעם, מען האט שוין מער עקספיריענס, מען ווערט מער ווערטפול פאר די קאמפעני, און אויך צוליב אינפלעישן און נאך פאקטארן. אבער די מציאות איז, אז איינער וואס ארבעט גייט זיין אינקאם אלץ ארויף.

פאר מען גייט צום נמשל לאמיר אביסל אויסדרייען די משל עס זאל בעסער שטימען.

א רבי פון א גרויסע חסידות. א יעדער בעה''ב פון א ביזנעס אדער א שיתוף אין א ביזנעס וואס געהערט צו די חסידות, גיבט אוועק איין פראצענט פון זיין בעלות פארן רבין. דאס מיינט אז אויב פארקויפט ער אמאל די ביזנעס גייט זיך קומען פארן רבין 1% פונעם געשעפט, און ווי אויך יעדעס מאל מען נעמט ארויס געלט פונעם ביזנעס אלץ פראפיט, דאס הייסט, נישט ווען מען נעמט ארויס א געהאלט, נאר ווען מען נעמט ארויס סתם איבריגע געלט פון די ביזנעס, דארף מען אפגעבן 1% פארן רבין. מען רעדט פון א גרויסע חסידות פון צענדליגע טויזנטער חסידים. עס איז דא אפאר 100 בעלי בתים, נאר די 500 גרעסטע פון זיי האבן די זכי' צו מאכן די שותפות מיטן רבין. ווען איינעמס ביזנעס וואקסט געניג גייט עס אריין אנשטאטס די קלענסטע פון די 500.

און פינקט ווי ביים ארבעטער איז די מציאות אז זיין געהאלט גייט ארויף, די זעלבע איז ביי קאמפעניס, א געזינטע ביזנעס ווערט בדרך כלל אלץ מער און מער ווערט.

דאס איז בעצם די S&P 500. ווען איינער קויפט אן ETF וואס טרעקט די S&P איז ער יעצט א פיצי שותף מיט די גרעסטע 500 פאבליק קאמפעניס אין אמעריקע, ווי מער ער קויפט אלץ א גרעסערע חלק האט ער.

און ווען די גרעסערע שותפים (די בארד אף דירעקטארס אריינגעוועלט ביי די סטאק האלדערס) אין איינע פון די קאמפעניס זענען מחליט צו ארויסנעמען קעש פונעם ביזנעס, וואס דאס רופט מען אין די מארקעט שפראך 'דיווידענד', דאן באקומסטו דיין פארדינטע חלק, און אסאך קאמפעניס צאלן דיווידענד, (למעשה ארבעט עס אז די קאמפעני וואס פירט די ETF צאלן פאר ווער עס קויפט די ETF יעדע 3 חדשים, וויפיל עס קומט אים.)

ביי די 500 ביזניסער פון די חסידות, קען מען נישט אייביג וויסן וויפיל די ביזנעס איז געווארן מער אדער ווייניגער ווערט, און די איינציגסטע וועג וויאזוי די רבי פארדינט איז נאר פון די דיוועדענד, אדער ווען א קאמפעני ווערט פארקויפט, מה שאין כן ביי די S&P 500 איז יא דא א וועג צו פארדינען פון די פאקט אז די קאמפעני איז געווארן מער ווערט, ווייל מען רעדט פון פאבליק קאמפעניס וואס די סטאקס וואס דאס איז למעשה די שטרי שותפות פון די קאמפעניס, ווערט פארקויפט פון איינעם צום צווייטן טויזנטע מאל א טאג, (און נאך אסאך מער ווי דעם.) און די פרייז פאר וויפיל עס ווערט פארקויפט רוקט זיך ארום, און אז די קאמפעני טוט גוט אין ביזנעס, און עס פארדינט מער ווי אמאל, איז די שטרי שותפות טייערער ווי אמאל. און אז געניג קאמפעניס פארדינען מער ווי אמאל, דאן גייט די גאנצע S&P 500 ארויף, און ווער עס האט געקויפט די ETF, קען יעצט פארקויפן זיין חלק פאר מער וויפיל ער האט עס געקויפט.
דאס איז בקיצור נמרץ (?) וואס די S&P 500 איז.

די גרויסע 'אבער' איז, למעשה זענען דא מענטשן וואס האבן דערלייגט אפי' ביים אריינלייגן אינעם S&P 500, פארוואס? און וויאזוי אוועקצונעמען די מערסטע ריסק שייך אי''ה אין א קומענדיגע געלעגנהייט (אויב די עולם וויל הערן).
לעצט פארראכטן דורך פה אחד אום מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 11:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער שיין, איך האב הנאה פון דיין שפראך.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

געלייינט אינעם שרייבער, זייער גוט. טענקיא.
!!THANK YOU BANAA#
עילוי נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 4:28 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי נפלא »

פה אחד האט געשריבן:די גרויסע 'אבער' איז, למעשה זענען דא מענטשן וואס האבן דערלייגט אפי' ביים אריינלייגן אינעם S&P 500, פארוואס? און וויאזוי אוועקצונעמען די מערסטע ריסק שייך אי''ה אין א קומענדיגע געלעגנהייט (אויב די עולם וויל הערן).

נו פארוואס? זייער אינטרעסאנט צו וויסן
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

איין ווארט: wow!

כ'האב אייביג געזוכט איינער זאל מיר דאס מסביר זיין מיט א קלארקייט.
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

ממה נפשך האט געשריבן:זייער שיין, איך האב הנאה פון דיין שפראך.
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

פה אחד האט געשריבן:אגב איך האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען דא איין נקודה, אז סתם זיך ארום שפילן מיט סטאקס אן קיין געהעריגע פלאן און מהלך, איז א געים וואס מען שטייט אויס צו פארלירן און דערלייגן און אויב האט מען נישט די צייט כח און ידיעות נוטיג, זאל מען גיין מיט די S&P, און עס גייט זיין הערליכע ריזאלטס בס''ד. איז עס אביסל פארשלעפט געווארן מיט לייף אינשורנס וואס ווי איך פארשטיי איז עס אן אויסגעדראשענע נושא דא אויף ivelt, (אבער לדעתי ווי לאנג יודן לייגן דארט אריין אפגעשפארטע געלט מיטן דעה אז עס איז די קליגסטע אינוועסטמענט, איז די נושא נאכנישט פארטיג...)

האב איך אבער געהערט פונעם ציבור אז מען וויל הערן אביסל מער פון מיין מהלך. און ווי איך פארשטיי איז נישטא קיין סאך דא וואס גייען מיט פאנדימענטלס, אבער עס זענען דא וואס וואלטן געוואלט הערן מער איבער דעם, גיי איך בס''ד אנפאנגן צו שרייבן אביסל טיפער אין די נושא פון סטאק פאנדימענטלס און אלעב ארום, און אפשר מיט די צייט גיי איך פארברייטערן מער ספעציפיש אין מיין מהלך.

דערווייל מיין איך אז איך גיי בלייבן דא אין די אשכול, און בעצם קומט עס היבש אריין דא, ווייל אז מען מאכט די גוטע ריסערטש פאר מען קויפט א סטאק קען מען טאקע איבערדרייען פון טויזנט (X12 פער יאר) צו מיליאן, און היבש אביסל שנעלער ווי ווען מען לייגט עס אינעם S&P, אבער נאכאמאל עס קומט נישט צופיס, עס איז אן ארבעט וואס קאסט כח מח און צייט.

וואס זאגט איר, זענט איר אינטרעסירט צו הערן? און, איז דא די גוטע פלאץ, אדער זאל איך עפענען א באזינדערע אשכול?

זייער גוטע פוינטס, גיי אן ווייטער,
כיהודה ועוד לקרא, לייף אונשורענס איז א גוטע פארזיכערטע אינוועסטמענט, און למשל אנהייב קאראנא האט מען עס געקענט ארויסנעמען גענוי ווי אפגעשמועסט משא''כ s&p אויב האסטו עס אריינגעלייגט אין jan 2020 און די האסט דיך גענויטיגט און געלט צוליב קאראנא האסטו געקענט ארויסנעמען מיט בערך 35% פערצענט ווייניגער.
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

באסעלע האט געשריבן:

ערעב איד... כמיין באסעלע טייערע, סיינט אייך אויף אויף צו באקומען נאטעפיקאציעס פון דער אשכול.. ווייל איר האט קיין מושיג וואס אן אינוועסטמעט איז.. האפנטלעך וועט עס דא קלאר ווערן,
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

פאקטען האט געשריבן:
באסעלע האט געשריבן:
ה אחד האט געשריבן:

זייער גוטע פוינטס, גיי אן ווייטער,
כיהודה ועוד לקרא, לייף אונשורענס איז א גוטע פארזיכערטע אינוועסטמענט, און למשל אנהייב קאראנא האט מען עס געקענט ארויסנעמען גענוי ווי אפגעשמועסט משא''כ s&p אויב האסטו עס אריינגעלייגט אין jan 2020 און די האסט דיך גענויטיגט און געלט צוליב קאראנא האסטו געקענט ארויסנעמען מיט בערך 35% פערצענט ווייניגער.

ערעב איד... כמיין באסעלע טייערע, סיינט אייך אויף אויף צו באקומען נאטעפיקאציעס פון דער אשכול.. ווייל איר האט קיין מושיג וואס אן אינוועסטמעט איז.. האפנטלעך וועט עס דא קלאר ווערן,

יישר כח פאר די קאמפלעמענט, און פאר די גוטע עצה.
איך ווייס אז מרעדט פון צען צוואנציג יאר אונוועסטמענט, איך האב געגעבן א דוגמה וואס אין איין חודש האט מען אראפגעווישט דארט רווח פון איבער פינף יאר, וואס דעמאלס האט דער אונשורענס פאליסי געמאכט מער געלט.
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

יישר כח פה אחד, אייוועלט האט זיך גוט אויסגעבעטן פאריגען ראש השנה מיטן דיר אריינבאקומען.

הנאה געהאט פונעם אנהייב ביים פתיחת השכול ביז אהער, גאר גוט געשריבן, גיי אן.
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

יישר כח, זייער קלאר.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

יישר כח פאר אלע קאמפלימענטס און חיזוק.
עס קומט צוניץ.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

באסעלע האט געשריבן:זייער גוטע פוינטס, גיי אן ווייטער,
כיהודה ועוד לקרא, לייף אונשורענס איז א גוטע פארזיכערטע אינוועסטמענט, און למשל אנהייב קאראנא האט מען עס געקענט ארויסנעמען גענוי ווי אפגעשמועסט משא''כ s&p אויב האסטו עס אריינגעלייגט אין jan 2020 און די האסט דיך גענויטיגט און געלט צוליב קאראנא האסטו געקענט ארויסנעמען מיט בערך 35% פערצענט ווייניגער.

איך מיז מודה זיין אז די ביסט גערעכט.
ער וואלט טאקע פארלוירן 35% אין אזא קורצע צייט.

יא, עס איז דא מהלכים וויאזוי צו דערלייגן געלט, אפי' אויב מען האנדלט מיט א פיין געשעפט, אויב איז מען מצליח צו טיען די נישט ריכטיגע שריט ביי די נישט ריכטיגע פלאץ און צייט.
עס זענען געווען מענטשן וואס האבן אריינגעלייגט שווערע געלטער אין AAPL סטאק, בערך 20 יאר צוריק פאר 50 סענט א שעיר, און זיי האבן דערלייגט 50% פון זייער אינוועסטמענט, נאכן עס פארקויפן פאר 25 סענט. נישט צו לאנג שפעטער. אפי' עס איז קלאר געווען א גוטע אינוועסטמענט - יעצט האלט יעדע שעיר ביי איבער $150.
(אגב, עס האט דאן נישט געהאלטן ממש ביי 25 סענט דאס איז די חשבון נאך אלע ספליטס וואס זיי האבן געהאט. מער איבער ספליטס דאכצעך קען מען טרעפן שיין באשריבן דורך ממוצע אין אן אנדערע אשכול.)

און ביי לייף אינשורנס איז פינקט אזוי שייך צו דערלייגן אויב טוט מען מעשה טופשות. (נישט אריינצאלן ווען מען מיז נאך)

מיין נקודה איז, אויב ביסטו גרייט צו גיין קליג מיט די ריכטיגע מהלך, אריינלייגן ציביסלעך פאר א לענגערע תקופה, איז די S&P לכאורה די ריכטיגע פלאץ פאר רוב ציבור.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

דאס זענען די עיקר סיבות וואס מאכט אז מען זאל נישט פארדינען די מאקסימום אינעם מארקעט, און צימאל אויך דערלייגן.

1) צייט: ווי ווייניגער צייט מען האט איז דא מער ריסק נישט צו פארדינען די געווינטשענע 10%.

2) געדילד: אויב האט מען נישט די קלארקייט און שטארקייט נישט צו פארקויפן פאר די אפגעמאכטע צייט איז דא גרויסע ריסק צו ארויסגיין מיט שאדן.

3) ציביסלעך: אויב לייגט מען אריין גרעסערע סכומים אויף איין מאל, איז דא מער ריסק נישט צו פארדינען די געווינטשענע 10%.

4) געלט: אויב האט מען נישט אוועקגעלייגט אביסל אין די זייט פאר גרעסערע - צוגעגרייטע און אימצוגעגרייטע - עקספענסעס, דאן קען מען זיין געצווינגען ארויסצינעמען דאס געלט ביי די נישט ריכטיגע צייט, און מען קען האבן גרויס שאדן.

5) פרייז: אויב לייגט מען אריין ווען די s&p איז טייער, (אזוי ווי די לעצטע פאר יאר.) איז אויך דא ריסק צו פארדינען ווייניגער.

דאס איז בעצם באקאנטע זאכן, גארנישט קיין חידושים, אבער עס איז זייער וויכטיג צו זיין קלאר מיט דעם.
אויב ביסטו און א מצב אז די האסט געניג צייט, לפחות מער ווי 20 יאר, און די פארשטייסט וויאזוי די מארקעט ארבעט, ביסט גרייט צו האלטן דאס געלט דארט אפי' ווען עס טראסקעט, די קענסט אריינלייגן ציביסלעך יעדע חודש נאך אביסל, און די האסט אוועקגעלייגט אביסל אין די זייט פאר גרעסער עקספענסעס, דאן קענסטו בס''ד שטארק מצליח זיין. און איים סארי פארן עס זאגן דערמאנען עס איז לכאורה אסאך בעסער פאר אזא איינער צו אינוועסטן זיין געלט אין די ,S&P ווי עס אריינצילייגן אין א גוטע לייף אינשורנס פאליסי אלץ א סעיווינגס.

(בנוגע נאמבער 5 פעלט אויס נאך א תגובה, צו מבסיר זיין דאס, און נאך עטליכע שטארקע חסרונות וואס די S&P האט יעצט מער ווי געווענדליך. אבער מיט דעם אלעם מיין איך אז די S&P איז פון די בעסטע פלעצער ווי מען קען גרינג אוועקלייגן געלט מיט געשמאקע רעטורנס.)
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

טעותי, וטעות לעולם חוזר.
אין די פאריגע תגובות האב איך געשריבן אז עס פעלט אויס לפחות 10 יאר כדי צו האבן שטארקע רעטורנס.

דאס איז נישט אינגאנצן אזוי, נאכן מער גרינטליך איבערקוקן די היסטאריע פון דעם עס ענד פי, שטעלט זיך ארויס אז עס זענען געווען היבש אפאר מאל וואס מען איז ארויסגעקומען מיט ווייניגער פון וויפיל מען האט אריינגעלייגט.

משא''כ אויב האט מען געווארט 20 יאר איז עס אייביג געווען מער, און רוב מאל בערך 10% פער יאר. און ביי 25 יאר איז עס געווען נאך שטערקער (פער יאר).

אין די קימענדיגע תגובות גיי איך אי''ה מער מסביר זיין וויאזוי טאקע קען זיין אז עס גייט ארויף בערך 10% א יאר, בעת וואס די אמעריקאנע עקאנעמי וואקסט ווייט נישט אזוי שטארק.
און ווען וואקסט עס מער און ווען ווייניגער.

ערשטנס איז פארשטענדליך אז די 500 שטערקסטע פאבליק קאמפעניס אין אמעריקע זאל וואקסן מער ווי די אלגעמיינע עקאנעמי, צוליב די זעלבע סיבה פארוואס amazon וואקסט שנעלער ווי די לאקאלע שיך געשעפט. גרויסע קאמפעניס האבן די געלט צייט ארבעטס קראפט און ברענד, צו וואקסן מער און מער אויפן חשבון פון די קלענערע.

אבער ווי שטארק האבן די קאמפעניס אינעם S&P למעשה געוואקסן יערליך? צו קענען רעכענען וויפיל א ביזנעס איז געווארן מער - אדער ווייניגער - ווערט, איז קאמפלעצירט און עס איז דא מער ווי איין מהלך וויאזוי מען קען עס רעכענען.

איך האב גענימען די נעט אינקאם פון די S&P אלץ די וועג וויאזוי איך רעכן עס, די נעט אינקאם (אדער וויאזוי מען רופט עס די earnings.) איז די סך הכל איינקומפט פון די אלע קאמפעניס נאכן אראפרעכענען אלע עקספענסעס. דאס איז וויפיל עס בלייבט איבער סוף יאר אינעם ביזנעס, וואס מען ניצט אין די ביזנעס ווייטער אנציגיין, און צו פארברייטערן די ביזנעס, צו אפצאלן חובות, און געוויסע צאלן אויך א דיווידענד.

א ביזנעס וואס ברענגט אריין א נעט אינקאם פון 100K וויפיל איז עס ווערט? יעדער קען אליינס מחליט זיין, און עס ווענט זיך און נאך פרטים. אבער דאכצעך אז וואס די נאמבער זאל נאר זיין, אויב די ביזנעס האט אפאר יאר שפעטער א נעט אינקאם פון 200K, איז עס ווערט 'כאטש' דאפלט.

פון יארע 1960 ביז 2020 איז די ס''ה earnings פון די S&P 500 געוואקסן אויף א רעיט פון בערך 6.31% פער יאר, און אין די זעלבע צייט ווער עס האט אריינגעלייגט יערליך די זעלבע סכום (פאר די עווערידזש פרייז דורכן יאר) און אויך אריינגעלייגט די דיוועדענד צוריק אינעם S&P האט געהאט א רעטורן פון 10.35% פער יאר און ער האט בס''ה 7003% מער ווי וויפיל ער האט אריינגעלייגט.

וויאזוי קען זיין אז די רעטורנס איז שטערקער ווי די למעשה'דיגע וואוקס? דא קומט אריין צוויי פאקטארן, די ערשטע איז די P/E און די צווייטע איז די כח פון די דיוועדענד.

און די קימענדיגע תגובה גיי איך בס''ד מער פארברייטערן וויאזוי עס שטומט, אבער למעשה שטומט עס, און איינער וואס האט אינוועסטעד אינעם S&P אויפן ריכטיגן וועג, האט געהאט די ריכטיגע ריזאלטס (נישט אייביג איז עס געווען גאנצע 10% אבער נאנט דערצו). אין סיי וועלכע מארקעט.

(איך האב גענימען די חשבונות פון 1960 ביז 2020, פשוט ווייל די נאמבערס האב איך געהאט עוועיליבל מיט א קלארקייט).
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
עילוי נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 4:28 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי נפלא »

פה אחד האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז די רעטורנס איז שטערקער ווי די למעשה'דיגע וואוקס? דא קומט אריין צוויי פאקטארן, די ערשטע איז די P/E און די צווייטע איז די כח פון די דיוועדענד.

וואס איז די חילוק פון רעטורנס אין למעשה'דיגע וואוקס?
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

עילוי נפלא האט געשריבן:
פה אחד האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז די רעטורנס איז שטערקער ווי די למעשה'דיגע וואוקס? דא קומט אריין צוויי פאקטארן, די ערשטע איז די P/E און די צווייטע איז די כח פון די דיוועדענד.

וואס איז די חילוק פון רעטורנס אין למעשה'דיגע וואוקס?

רעטורנס איז דאס וואס די סטאק איז ווערד, און למעשה'דיגע וואוקס, איז די וואוקס פון די קאמפעני.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

פה אחד האט געשריבן:טעותי, וטעות לעולם חוזר.
אין די פאריגע תגובות האב איך געשריבן אז עס פעלט אויס לפחות 10 יאר כדי צו האבן שטארקע רעטורנס.

דאס איז נישט אינגאנצן אזוי, נאכן מער גרינטליך איבערקוקן די היסטאריע פון דעם עס ענד פי, שטעלט זיך ארויס אז עס זענען געווען היבש אפאר מאל וואס מען איז ארויסגעקומען מיט ווייניגער פון וויפיל מען האט אריינגעלייגט.

משא''כ אויב האט מען געווארט 20 יאר איז עס אייביג געווען מער, און רוב מאל בערך 10% פער יאר. און ביי 25 יאר איז עס געווען נאך שטערקער (פער יאר).

אין די קימענדיגע תגובות גיי איך אי''ה מער מסביר זיין וויאזוי טאקע קען זיין אז עס גייט ארויף בערך 10% א יאר, בעת וואס די אמעריקאנע עקאנעמי וואקסט ווייט נישט אזוי שטארק.
און ווען וואקסט עס מער און ווען ווייניגער.

פה אחד קומט אריין געוואלדיג קלאר.

דא (מיש אראפ צו פערפארמענס) האסטו א טשארט ווי מען קען זעהן די פערפארמענס אויף פארשידענע טיים פרעימ'ס.

איך האב שוין ערגעץ געשריבן ענדליכע זאכן, איך טרעף עס נישט אויף די מינוט.

די איינציגסטע מאל וואס מען זעהט אויפן טשארט אז נאך 10 יאר איז געווען א לאס (דאס איז געווען נאך די '08 קראך) איז נאר במציאות אז מען האט אריינגעלייגט ס'גאנצע אויף איינמאל, אויב אבער מאכט מען דאללער קאסט עוורעדשינג דארף 10 יאר זיין גענוג.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”