סטאק מארקעט אנאליזן

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ענערגיע
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 1:51 am

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענערגיע »

?Why is the market crashing today
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

ענערגיע האט געשריבן:?Why is the market crashing today

די איינציגסטע נייעס וואס איך האב געזען איז א כינעזער ריעל עסטעיט קאנגלאמארעט וואס איז אין געפאר פון בענקראפסי.

עס איז נישט דא קיין דירעקטע פארבינדונג מיט די US סטאק מארקעט, אבער למעשה איז היינט א גלאבאלע עקאנאמיע און טראבל אין טשיינע קען האבן גלאבאלע ריפל עפעקטס.

אויך קען זיין אז די מארקעט איז פשוט איבערגעהיצט און יעדע שטיקל נעגאטיווע נייעס איז גענוג צו מאכן מענטשן ארויסטאנצן פון א אווערפרייזד מארקעט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

SNAP
איז געפאלן עפטער מארקעט מיט 24%
זי באשולדיגט AAPL פרייוואסי טוישונגען אין פאראורזאכן שאדן צו איר עד ביזנעס.

היינט אינמיטן טאג ווען איך האב געזוכט א שארט טוירם אינוועסטמענט, האב איך געקוקט אויף סנעפ, אבער איך האב עס נישט גענומען בעיקר ווייל עס האט נישט קיין PE RATIO און די רעשט איז היסטאריע.
ביי שארט טוירם קוק איך אלץ צו די סטאק/אינדעקס האט גענוג וועליו צו קענען בלייבן לאנג טוירם אויב עפעס גייט נישט ווי געראכטן.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

גוט צו הערן ר' יום טוב!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אינטעל INTC מיט גוטע עירנינגס האט אויך געטראסקעט 7 פראצענט עפטער אוערס. א קשיא פארוואס.
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

ראבינהאד האט שוין תשובה געטוהן
[img]
Capture.PNG
[/img]
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (45.31 KiB) געזען 3003 מאל
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

ממה נפשך האט געשריבן:אינטעל INTC מיט גוטע עירנינגס האט אויך געטראסקעט 7 פראצענט עפטער אוערס. א קשיא פארוואס.

אלעס דרייט זיך היינט ארום snap און די טראמפ spac.

Baba האט געמאכט א שיינע קאמבעק איך האב נישט געהאט די קאנםידענס צו קויפן.

די זעלבע מיט futu
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס איז היינט דא א וועלט פון אנאליסטן און אפיציעלע מהלכים אויף די סטאק מארקעט, אזויגערופענע טעקניקעל אינדיקעיטער'ס, און רעיטינגס אויף יעדע סטאק.
איך לאך אבער פון די אלע זאכן, איך וועל אייך געבן א דוגמא פארוואס.

אפיציעל לויט די אזויגערופענע אנאליסטן הייסט עס אז מ'דארף קויפן א סטאק ווען עס שטייגט, און פארקויפן און שטיין ווייט פון א סטאק וואס ס'פאלט.

לויט ווי Zacks research - א טייערע אנאליסט גרופע טוט זיך אויף, זענען אירע Buy רעיטינג סטאקס אריינגעקומען טריפלט ווי די s&p.
די פראבלעם איז אבער, אז די buy רעיטינג שטעלן זיי ארויס הערשט ביי שלחן עורך. נאכדעם וואס די סטאק איז שיין געשטיגן,
איך וועל געבן א משל. איינע פון מיינע פעיוואריט סטאקס איז ABT ווי איך האלט א גרעסערן סכום forever. מיט א תקופה פון א חודש צוריק איז די סטאק געגאנגען קיין ערגעץ. איך האב אבער געהאלטן אז ס'איז א גוטע וועליו און גראט פירמע, און עס האט טאקע ענדגילטיג אפגעהאלטן א הילכיגן ביעט.

מיט 2 חדשים צוריק האט Zacks גערעיטעד ABT אלס א Hold. מיט א חודש צוריק נאכדעם וואס ABT איז געפאלן, האט זי געטוישט איר רעיטינג צו א Sell . יעצט נאכן עירנינג ריפארט ווען ABT איז געשטיגן, האט זי איבערנאכט שנעל געטוישט איר רעיטינג צו א Buy... אין א צייט ווען יעצט שטייט עס שוין ביים שפיץ. אז איך פאלג זיי קויף איך ווען עס איז הויך און איך פארקויף ווען עס ווערט ביליג.
די קונץ איז נישט צו קויפן הויעך, נאר צו קויפן עפעס וואס די מעינסטריעם אינסטיטושענעל'ס פארזעען אז ס'גייט גיין הויך.

לענית דעתי איז בדרך כלל ליבערשט צו קויפן א גוטע קוואליטי סטאק נאכן פאלן א double dip און שטיין ווייט פון א סטאק ווען ער איז הויעך ביים שפיץ.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ר' יום טוב האט געשריבן:
לענית דעתי איז בדרך כלל ליבערשט צו קויפן א גוטע קוואליטי סטאק נאכן פאלן א double dip און שטיין ווייט פון א סטאק ווען ער איז הויעך ביים שפיץ.

אויב מעג איך פרעגן וואלסט יעצט פארקויפט די IHI ?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

לעכטל האט געשריבן:

ניין.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז היינט דא א וועלט פון אנאליסטן און אפיציעלע מהלכים אויף די סטאק מארקעט, אזויגערופענע טעקניקעל אינדיקעיטער'ס, און רעיטינגס אויף יעדע סטאק.
איך לאך אבער פון די אלע זאכן, איך וועל אייך געבן א דוגמא פארוואס.

אפיציעל לויט די אזויגערופענע אנאליסטן הייסט עס אז מ'דארף קויפן א סטאק ווען עס שטייגט, און פארקויפן און שטיין ווייט פון א סטאק וואס ס'פאלט.

לויט ווי Zacks research - א טייערע אנאליסט גרופע טוט זיך אויף, זענען אירע Buy רעיטינג סטאקס אריינגעקומען טריפלט ווי די s&p.
די פראבלעם איז אבער, אז די buy רעיטינג שטעלן זיי ארויס הערשט ביי שלחן עורך. נאכדעם וואס די סטאק איז שיין געשטיגן,
איך וועל געבן א משל. איינע פון מיינע פעיוואריט סטאקס איז ABT ווי איך האלט א גרעסערן סכום forever. מיט א תקופה פון א חודש צוריק איז די סטאק געגאנגען קיין ערגעץ. איך האב אבער געהאלטן אז ס'איז א גוטע וועליו און גראט פירמע, און עס האט טאקע ענדגילטיג אפגעהאלטן א הילכיגן ביעט.

מיט 2 חדשים צוריק האט Zacks גערעיטעד ABT אלס א Hold. מיט א חודש צוריק נאכדעם וואס ABT איז געפאלן, האט זי געטוישט איר רעיטינג צו א Sell . יעצט נאכן עירנינג ריפארט ווען ABT איז געשטיגן, האט זי איבערנאכט שנעל געטוישט איר רעיטינג צו א Buy... אין א צייט ווען יעצט שטייט עס שוין ביים שפיץ. אז איך פאלג זיי קויף איך ווען עס איז הויך און איך פארקויף ווען עס ווערט ביליג.
די קונץ איז נישט צו קויפן הויעך, נאר צו קויפן עפעס וואס די מעינסטריעם אינסטיטושענעל'ס פארזעען אז ס'גייט גיין הויך.

לענית דעתי איז בדרך כלל ליבערשט צו קויפן א גוטע קוואליטי סטאק נאכן פאלן א double dip און שטיין ווייט פון א סטאק ווען ער איז הויעך ביים שפיץ.

די קשיא האב איך שוין לאנג אויף די אלע רעיטינגס, ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס וואס זיי טוען נאך א נייעס, נישט פאר דעם ביסטו א פראפעשאנעל.

וואס יא, אויב איינער וויל האבן א שטיקל סטראטעגיע, קען גיין מיט אלע buy רעיטעד סטאקס וואס זענען אין די טאַפ לוזערס (רויט פאר מער ווי איין טאג) דעמאלט קען עס זיין א שטיקל ראיה אז די סטאק פארשאצונג איז עפעס ווערד.

מ'דארף נאכאלץ גוט דורכקוקן יעדע טשאַרט עקסטער, אבער א סטראטעגיע איז עס.
לעצט פארראכטן דורך ממה נפשך אום מיטוואך אקטאבער 27, 2021 9:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ר' יום טוב האט געשריבן:לענית דעתי איז בדרך כלל ליבערשט צו קויפן א גוטע קוואליטי סטאק נאכן פאלן א double dip און שטיין ווייט פון א סטאק ווען ער איז הויעך ביים שפיץ.

אה.. יע.. דאס איז אזא וויכטיגע נקודה אז נאר. ספעציעל ביי די גרויסע גראוט סטאקס. עס קען זיין א גוטע סטאק, אבער אז מ'קויפט עס ווען עס איז אין די היי, קען מען זייער שנעל דערנאך אויסבלוטיגן געפערליך. אין הכי נמי, אז עס גייט איין טאג צוריקקומען, אבער ביזדערווייל זיצט מען אין די רויט, און די געלט שימעלט. און מ'האט אסאך הארץ ווייטאג.
--

למעשה עפטער אלל, אויב זייערע רעקאמענדעישאנס ביטן די מארקעט ביי דריי מאל, איז דאס נישט צו אוועקמאכן. כאטש די אלע אנדערע וואס איך ווייס, וואס גייען מיט פאנדעמענטל אנעלעסיס, גייט עס געווענליך אסאך מער ווי 3 מאל.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איין זאך וואס איך פארשטיי נאכנישט. ווער זענען די אזויגערופענע עקספערטן וואס באשליסן וואס ס'הייסט א גוטע אוירנינג ריפארט.
איך זע ברענד פירמע'ס וואס שטעלן ארויס אוירנינג'ס מיט לאמיר זאגן 10% העכער ווי ערווארטעט, די פיינענשל מידיא מאכט א גאנצע בראטל פון די "סורפרייז" און די סטאק סקייראקט.
נאכדעם זע איך געוויסע פירמע'ס וואס האבן א 20 פראצענט אוירנינג ביט אדער מער, און קוים קוים וואס זיי געניסן א לעק פון איין פראצענט, צומאל דאס אויך נישט.
אוודאי איז דא נאך זאכן וואס מ'דארף קוקן ווי די יערליכע outlook און נאך. אבער איך קאמפער עפל'ס צו עפל'ס.

צו געבן א דוגמא פון היינט, מייקראסאפט האט ריפארטעד א 10% ביט און איז געשטיגן איבער 4%. מצד השני TMO - וועלכע איז אויך א ענליכע סארט גראוט + וועליו סטאק איז אריינגעקומען 20% מער ווי ערווארטעט און קוים געשטיגן.
עס קוקט מיר אויס ווי אויסער אוירנינג'ס מוז א קאמפאני זיין אין פעיווער פון די גרויסע וואל סטריט קנאקער'ס צו קענען געניסן פון די פאמפע וואס קומט מיטן אוירנינג.

טיילמאל קומט טאקע אויס אז ווער עס לאכט די לעצטער. ווען סוף הכבוד לבא. און צוביסלעך ריקן זיך די גוטע סטאקס ארויף, לאנגע טעג נאכן אוירנינג דאטום.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דו זאגסט ריכטיג, די גאנצע ארויפגיין אדער אראפגיין נאך אירנינגס איז סתם "פילינגס", ס'האט גארנישט מיט די עכטע וועליו, מ'זעט עס מיט מיעם סטאקס און אזוי אויך מיט עסטעבלישד קאמפאניס. TDOC האט אויך היינט געטראסקעט עפטער מארקעט מיט סאליד עירנינגס.

אזוי ווי דו זאגסט, סוף הכבוד לבא, לאנג טורם אדער אפילו אפאר חדשים נאך גוטע עירנינגס קען מען האבן שיינע ריטורנס.

מ'דארף האבן זיץ פלייש...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ס'איז נישט אלעמאל די עירנונגס ביט וואס מאכט עס זיין א גוטע סטאק. אבער ס'איז זיכער אז די גרויסע העדזש פאנדס און די וואל סטריט אנאליסטן, האבן דעם ענדגילטיגן ווארט.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ממה נפשך האט געשריבן:דו זאגסט ריכטיג, די גאנצע ארויפגיין אדער אראפגיין נאך אירנינגס איז סתם "פילינגס", ס'האט גארנישט מיט די עכטע וועליו, מ'זעט עס מיט מיעם סטאקס און אזוי אויך מיט עסטעבלישד קאמפאניס. TDOC האט אויך היינט געטראסקעט עפטער מארקעט מיט סאליד עירנינגס.

אזוי ווי דו זאגסט, סוף הכבוד לבא, לאנג טורם אדער אפילו אפאר חדשים נאך גוטע עירנינגס קען מען האבן שיינע ריטורנס.

מ'דארף האבן זיץ פלייש...

TDOC איז טאקע יא היינט שטארק ארויף, נאר נעכטן עפטער מארקעט איז עס אראפ. כ'ווייס נישט פארוואס..
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די וואך איז געווען זייער אינטערעסאנט אויפן סטאק מארקעט, ווי פאלגענד:

סמאל קעפס זענען ארויס פון רעינדזש און מ'זעט קלאר אז עס קומט נישט ווייל עס איז יעצט עפעס בעסער געווארן פאר קליינע ביזנעסער, נאר די גרויסע חברה פאמפן דארט פעסט אריין.

אזוי אויך איז פרייטאג געווען א reopening טאג, ד.ה. אזויווי עס איז געקומען די נייעס פון די pfizer מעדיצין קעגן קאוויד, האבן די אינסטיטושענס געגעבן א דרוק די reopening קנעפל אויף זייער קאמפיוטער, און אין סעקונדעס זענען די פון פאראויס פראגראמירטע פירמעס וואס דארפן מכלומרש'ט דערלייגן פון א נאך קאוויד עפאכע געפאלן מיט ערנסטע פראצענטן, און נישט בלויז די וואקסין פירמעס, נאר די גאנצע לייף סייענס אינדעסטרי אריינגערעכנט אזוינע העלט קעיר ריזן, ווי ABT - BIO - DHR - QDEL - CTLT - WST - TMO, האבן געהאט א געהעריגע קארעקשאן. ILMN איז געפאלן מיט איבער 3% נאך א שטארקע אוירנינג ביט! און גיי ווייס וועלכע נארמאלע בר נש גייט פארקויפן BIO.

א שמועס פאר זיך איז, אז א חלק פון די פירמעס זענען אויך קאמיש פראגראמירט אין די closing טאג..., ד.ה. אויב קאוויד קומט צוריק, גייט מען דאך נישט קענען מאכן געהעריג מעדיצינישע פראצעדורן, און דאן גייען דאך די פירמעס דערלייגן!...

די reopening טאג האט אויך מער פארערגערט פאר אזוינע פירמעס ווי ROKU און PTON

אגב, א שוואכקייט פון די אינסטיטושענס איז, אז זיי גייען געווענליך נישט קויפן א סטאק אין א טאג וואס פאלט. א סעמפל פון די וואך איז ABMD און ZBH ביידע האבן זיך געשלאסן ביי א low און די נעקסטע צופרי זענען זיי געווען up מיט 5%
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

והעיקר שכחתי, די טעק סעקטאר האט געהאט א גאר שטארקע וואך.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ר' יום טוב האט געשריבן:ILMN איז געפאלן מיט איבער 3% נאך א שטארקע אוירנינג ביט!

ס'איז געפאלן נאך, למעשה וואלסט עס רעקעמענדעט?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

לעכטל האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:ILMN איז געפאלן מיט איבער 3% נאך א שטארקע אוירנינג ביט!

ס'איז געפאלן נאך, למעשה וואלסט עס רעקעמענדעט?

די מעשה דערמיט וואס גייט פאר איז, אז הגם עס איז א סאליד קאמפאני האבן זיי זיך לעצטנס פארטשעפעט מיט די UK גאווערמענט, ווען זיי האבן בשתיקה אפגעקויפט grail. א גאלדן גרוב פאר זיי, אבער ס'איז עפעס נישט אין איינקלאנג מיט די דארטיגע רעגולאציעס.
צוערשט איז געלייגט געווארן גרויס פרעשער אז זיי זאלן צוריקציען, און יעצט טוצעך א סקאנדאל וויפיל מ'גייט זיי באשטראפן דערפאר.

איך האב היינט צוגעלייגט נאך.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ר' יום טוב האט געשריבן:
איך האב היינט צוגעלייגט נאך.

נאך וואס?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לעכטל האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
איך האב היינט צוגעלייגט נאך.

נאך וואס?

ILMN שערס צו זיין פערטפאליאו.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

יעצט גייען מיר צוריק קומען און רעדן אביסל ווייטער וועגן אינדעקסן, וואס דאס איז באמת די ריכטיגע וועג צו אינוועסטירן לאנג טוירם.

ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל ערווענט, איז די בעסטע מהלך בדרך כלל, צו גיין מיט large cap growth. עס איז אבער למעשה דא א אנגענומענע מיינונג ביי עקספערטן אז small caps קומט אויס שטארקער ווי large cap אויפן לאנגן טערמין, און הגם מיר זענען נישט מסכים דערמיט, און דערצו איז small caps פיל מער וואלאטייל, גיימיר אבער א בליק טון וועלכע סארט small cap סטאקס זענען די ריכטיגע פאר ווער עס וויל זיך אליינס אויסשטעלן א אינדעקס.

אונז האבן שוין געשמועסט אז די שטערקסטע small cap אינדעקס אין לאנג טוירם פערפארמענס איז בכלל נישט די ראסעל גראוט, און אויך נישט small cap tech. עס איז די העלט קעיר סטאקס, ווי psch xbi xhe , וועלכע זענען גראדע גאנץ שוואך אין די יעצטיגע מארקעט ראלי. אז מען קוקט טיפער אריין וועלכע סארט העלט קעיר סטאקס האבן געגעבן די גרעסטע פערמארמענס, שטעלט זיך ארויס אז אלעס קומט בעיקר פון איין גליינע אינדעסטרי: די life science tools & services, וואס זי וואקסט מיט א גאר שנעלע אימפעט.

מיר האבן אין דרעפט א גאנצע אנאליז וועגן די s&p 500 life sciences tools & services index - עס איז א אינדעקס וואס עס איז נישטא קיין etf דערויף, עס עקזיסטירט בלויז אויפן פאפיר. ווער עס וויל קען זיך אליינס אויסשטעלן אזא אינדעקס אויף M1 אדער סיי וואו. דאס איז א העלט קעיר אינדעקס וואס איז שטערקער פון רוב טעק אינדעקסן און די פאטענציאל איז נאכמער. די ליסטע פון די האלדינגס האב איך געטראפן דא https://research2.fidelity.com/pi/stock ... -TTT_37KVD ביי fidelity נאכן אריינסיינען מיט guest access. נישט ממש אלע life science סטאקס ערשיינען דארט, אבער רוב איז דא. (דיסקלעימער: איך האלט כמעט מיין גאנצע געלט אין די אינדעקס)

קוקנדיג ספעציפיש אויף די small caps אין די דאזיגע אינדעסטריע, איז דא צוויי סארטן, און מ'דארף מאכן אביסל האום ווארק און קלייבן. צוערשט נעמט מען אראפ אלע נייערע ipo סטאקס, דערנאך קוקט מען אויב ס'איז א געהעריגע פירמע מיט א צאל ארבייטער, נישט קיין חלומות, איינמאל די האסט צוזאמגעשטעלט א שיינע אינדעקס פון 20 סטאקס וואס קוקן אויס מענטשליך, איז דאס עפעס וואס קען ברענגען 50% פראפיט אפילו אין א שוואכערע יאר! עס איז גוט וואלאטייל, און מען דארף זיך רישן אז געוויסע פירמעס גייען קראכן מיט 80%, אבער מצד השני איז דער כלל, אז דערלייגן קענסטו נאר 100 פראצענט, און פארדינען איז אין לו שיעור. עס איז גאנץ זיכער, אז געוויסע פון די פירמע'ס גייען אין 5-10 יאר ארום זיין 20-30 מאל אזויפיל ווערט.

איך וועל געבן דריי עקזעמפל'ס פון סטאקס מען זאל האבן אן השגה פון וואס איך רעד, אבער אויף דאס איבריגע דארף מען זעלבסט מאכן די היים ארבעט.
NOTV
SMLR
CDXS
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ביג טעק סטאקס הייבט אן אויסצוזען מער און מער אויפגעבלאזן, און נישט בלויז הוילע שפעקולאציע סטאקס ווי NVDA, נאר אויך די גוטע סטאקס ווי עפל מייקראסאפט, און עמעזאן. עמעזאן צום ביישפיל איז ארויס אויף א ברעיקאויט טראץ איר מאסיווע אוירנינג מיס.

אזוי אויך איז די פאר אנדערע מעגא קעפס אין די Consumer Discretionary און קאמיוניקאציע סעקטארס, ווי טעסלא וכדו'

אלע אנדערע אינדעסטריע'ס דערקעגן האבן כמעט א געהעריגע בעיר מארקעט.
פיינענשל: האט א היסטאריש נידריגע pe ratio, ובפרט האבן די מעגא קעפס פון די fintech אינדעסטרי, די קרעדיט קארד פירמעס און פעימענט פראצעסירער האבן די פארגאנגענע וואכן געליטן ביטערע קלעפ, טייל פאלנדיג אזויפיל ווי איבער 25%.
העלט קעיר: טראץ וואס קאוויד וואלט געדארפט זיין א גאלדן גרוב פאר העלט קעיר, וועלכע איז סתם אזוי אויך איינע פון די שטערקסטע סעקטארס, איז זי ביי א גאר נידריגע פונקט היסטאריש גערעדט. אויפן יאר גייט biotech און pharma ארויס מיט א פארלוסט, און די איבריגע חלקים פון העלט קעיר האבן קוים קוים א לעק פארדינט.
ענערגיע: טראץ וואס זיי זענען גאנץ שיין געשטיגן, איז דאס אבער - גענוי ווי ביי פיינענשל - ווייל זיי האבן זיך צוריקגעכאפט פון א שטארקע קראך בעפאר, און זיי שטייען איצט ווייט נידריגער ווי מיט געציילטע יאר צוריק.
קאסטומער סטעיפלס: איז קוים געשטיגן ארום 7% די יאר, די היסטארישע עווערידזש איז ארום 10%
אינדוסטריעלס: האבן יא פארדינט ארום 20% היי יאר, אבער דאס איז געקומען צו פארגיטיגן די פארלאפענע יארן וואס זיי זענען געווען שוואכער ווי די דורכשניט פון 11%
סמאל קעפ טעק: די קלענערע טעק קאמפאני'ס, אפילו די מיד קעפס קומען אריין גאר שוואך. אמת עס זענען דא געציילטע קאמפאני'ס מיט שטארקע ברעיקאוטס, אבער רוב זענען די לעצטערע וואכן גאר שטארק צוריקגעפאלן.
ובכלל שטייט סמאל קעפ'ס גאר שוואך קעגן איר היסטארישע פערפארמענס.

דעריבער, אויב היסטאריע חזר'ט זיך איבער, קען מען זיך רישן אז אין פאל פון א קארעקשאן אדער רעסעסיע זאלן בעיקר אפעקטירט ווערן די וועלכע זענען די מערסטע געוואקסן משך די בול מארקעט, אין 2000 איז דאס געווען טעק, אין 08 איז דאס געווען פיינענשל'ס, און היינט איז דאס ביג טעק, קריפטא, די qqq און די s&p
און הגם אויבנאויף הייסט עס אז גרויסע פירמעס זענען בעסער אויסגעשטעלט צו זיין באשיצט אין פאל פון א בעיר מארקעט, מוז נישט זיין אזוי, ווייל אין די עטליכע רעסעסיע'ס פון די ניינצן ניינציגער יארן ביז אין די מיטעלע 00 יארן, זענען די סמאל קעפס אריינגעקומען פיל שטערקער, און דאס איז טאקע געווען פאר די סיבה ווייל זיי זענען געווען שוואכער אין די בול מארקעט.

בכלל דארף מען וויסן אז די s&p האט שוין נישט די קרעדיביליטי וואס זי האט געהאט אמאל אלס די צענטראלע עקענאמיע טרייבער, ווייל זי איז געווארן א טעק מעמבער א שטייגער ווי די נעסדעק, ווייל טעק פארנעמט היינט די גרעסטע חלק פון די טאטאלע מארקעט קעפ.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאק מארקעט אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח!
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”