שאהן הענניטי האט געשריבן:אקעי איך זע אז כ'ברויך זיך זעצן לערנען די בעיסיקס. איך אפרישיעט זייער אז האסט פרובירט צו מפענח זיין מיין חידה אבער frankly speaking איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט
עני ספעציפישע בוך וואס איז גוט פאר ביגינערס? איך וואלט געגאנגן מיט דאמיס אנלעס דו ווייסט פון עפעס בעסערס. דאמיס האט געווענליך אסאך אומנויטיגע אינפארמאציע.
עס איז זייער גוט עס צו לערנען גוט,
איך וועל אבער פרובירן מסביר זיין וואס אברך שרייבט,(על הצד איך פארשטיי עס יא,)
אברך האט געשריבן:די סארטן טייט ספרעדס (עס איז פיצעלע רעלאטיוו צו די סטאק פרייז) האבן כמעט נישט קיין דעלטאס, ווען די סטאק גייט ארויף גייט זיך די ספרעד כמעט נישט טוישן אין פרייז, דו גייסט נאר מאכן די 100% פראפיט אן עקספייערעשן טאג.
א אפשען ספרעיד פון פינף דאללער אויף א 3200 דאללער סטאק איז זייער א טייט ספרעיד, אין ביידע אפשענס ריקן זיך כמעט די זעלבע, דהיינו ווען די סטאק גייט ארויף פינעף דאללער גייט די 3225 אפשען ארויף גיין לדוגמא 4 דאללער און די 3230 אפשען אראפ גיין 3.97 דהיינו דיין נעט פראפיט גייט זיין .03 סענט, דיין פארפיט פון פינעף דאללער גייט קומען זייער צוביסלעך און בעיקר ביי די עקספירעשאן,
אברך האט געשריבן:עס האט אויך כמעט נישט קיין טיים דיקעי, איין אפשען ארבעט קעגן דער צווייטן.
די זעלבע מיט טיים דיקעי(=theta), (נאר פארקערט), יעדן טאג וואס גייט דורך דערלייגט עס לדוגמא .10 סענט אויף די 3225 אפשען און עס פארדינט א טראפ ווייניגער אויף די 3230 אפשאן לדוגמא .09, דאס מיינט א נעט .01 פארלוסט ,
(אזא טרעיד איז געבויט צו מאכען געלט אויף די דעלטא דהיינו ווען די סטאק גייט ארויף מאכט די אפשען געלט, און דערלייגן אויף טיים דיקעי דהיינו אז די סטאק בלייבט די זעלבע און עס גייט אריבער צייט דערלייגט עס,)
אברך האט געשריבן:איך הייב אן צו טראכטן אז די סיבה פארוואס עס האט דיר געוויזן א שטיקל לאסס איז וועגן די ביד עסק ספרעד, עס איז די מאסט לייקלי ריזען.
די חלק איז פשוט ווען די חילוק פון די בוט און די עסק איז מיט א שיינע פאר דאללער און די חלק פון די צוויי סטרייקס איז אויך נאר אפאר דאללער איז זייער גרינג אז די מארק פרייז זאל זיין א לאסס, (דהיינו אז די 3225 איז די ביט 53 און די עסק איז 70 איז די מיט פרייז 61.5 איז זייער גרינג אז די 3230 אפשען בוט זאל זיין לדוגמא 52 און די עסק זאל זיין 70 מיט פרייז 61 און דו האסט עס געקויפט מיט א גרעסערע חילוק און פרייז קומט עס אויס א לאסס, די בוט און די עסק רוקט זיך כסדר ארום און דאס קען זיין די גורם אז ווען דו האסט עס געקויפט איז עס געווען ווייניגער פעווערביל ווי יעצט)
אברך האט געשריבן:אין טיערערע סטאקס זענען איז די ספרעד אביסל גרעסער געווענדליך.
דאס פארשטיי איך אויף נישט וואס ער מיינט,
אברך האט געשריבן:איך האב זיך גענומען די מיה און אויפגעסעדט די זעלבע טרעיד אין מיין פלאטפארם.
עטטעטשט וועסטו זעהן די ביד/עסק איז עטליכע מאות אפגעריקט, עס א איז פראקטילי נישט טרעידעבל.
אויך קענסטו זעהן עס האט א דעלטא פון 1 דאס מיינט פאר יעדע דאללער די סטאק גייט ארויף מאכסטו איין דאללער (שארט טערם), און Theta פון -1 דאס מיינט יעדן טאג וואס גייט דורך פארלירט די ספרעד א דאללער, דאס זענען זייער קליינע נומבערס, איך זעה נישט עס זאל זיין פראקטיש פאר אזא סטראטעגיע וואס דו שרייבסט אין די פאריגע תגובה.
קענסט זען אז די דעלטא פון די 3225 אפשען איז .46 סענט דהיינו יעדע דאללער וואס די סטאק גייט ארויף מאכסטו .46 סענט און די דעלטא פון די 3230 אפשען איז .45 סענט דאס מיינט אז די דערלייגסט .45 סענט, דיין נעט איז פראפיט פון איין סענט, וואס פאר א קאנטרעקט וואס איז הונדרעט שערעס איז עס 1 דאללער פראפיט,
און די theta איז ( דאס קען מען נישט זען אויפן בילד נאר די טאטעל) איין דאללער פאר טאג דהיינו יעדן טאג וואס גייט דורך און די פרייז האט זיך נישט געריקט דערלייגט די ספרעיט איין דאלעער פער קאנטרעקט,
אברך האט געשריבן:די מאנטלי אפשענס זענען לכאורה בעסער מיט די ביד עסק ספרעד.
עס זענען דא וויקעלי אפשענס און עס זענען דא מאנטלי אפשענס די מאנטלי זענען געווענליך מער טרעידיט סא די חילוק צווישען די בוט און די עסק איז סאך קלענער קען אזא זאך בעסער ארבייטען,