בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

יאפ PMR האט געמאכט א פיינע ארבעט, ער האט אויפגענומען א שטרענגע מענעדשמענט טיעם און זיי האלטן דאס פלאץ הערליך, די מענעדשער זאגט מיר אז נעקסטע יאר וועט עס זיין נאך שענער, זיי האבן גרויסע פלענער, איך וואונטש פארן בעל הבית גרויס הצלחה.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פעסווארד
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 07, 2021 2:42 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעסווארד »

מסתמא האט געשריבן:זעמיר נארוואס געווען אין ניו העמפשיר הודו לשם

אנגעהויבן האצעכעס מיט א שבת אין האנטער מאונטעינס וואו מיר האבן געדינגען א Airbnb הייזקע. זונטאג זענען מיר געגאנגען שיפלען דארטן לאקאל. נאכדעם האמיר זיך אפגעטיילט פון די איבעריגע משפחה מיטגלידער און ממשיך געווען די פיר אהאלב שעה'איגע וועג קיין ניו העמפשיר, אויפן וועג האמיר געמאכט א סטאפ אין אלבעני אין די לאקאלע "פרייס טשאפער" סופערמארקעט וועלכע האט א כשרע סעקשאן און איינגעקויפט צידה לדרך. די וועג אהין איז געווען היבש דורך לאקאלע ראודס פאר א שיינע הונדערט מייל וואס האט מיך איבערגעלאזט צישאקלט.. אבער.. אויף די וועג צוריק האמיר שוין בעסער געקוקט און מקפיד געווען צו פארן דוקא דורך די איי 91 און סאיז געווען א נחת. ווען מקומט אן אין ווערמאנט איז דא דארטן א "הערליכע" וועלקאם סטעישאן סאיז אן עבירה נישט צו מאכן א סטאפ ביי יענע רעסט עריע. פון ווערמאנט אנגעהויבן זענען שוין די ראודס מער ווייניגער ליידיג און די קאר טרעפט זיך פליען אויף 100 ווי פון זיך אליינס..
געוואלט האבעך איינשטיין אין ליטלטאן וואס איז איין טאון בעפאר בעטלעהעם (נו, בית לחם) פשוט אלץ גירסא דינקותא און ווי חז"ל זאגן אז מזאל נישט משנה זיין די אכסניא.. און יא כהאב גוטע מעמאריס פון יענע מאוטעל נישט ווייט פון די "העמפטאן אין" האוטעל ווי מזעמיר שוין אויכעט איינמאל איינגעשטאנען, אלענפאלס, יענע מאטעל האט נישט געהאט קיין וועקענסי זעמיר געגאנגען קיין בעטלעהעם אין די טשענדלערס/ארלינגטאן האטעל אין די טשולענט, היינטיגע טעג איז דאס א פולי גואישע האטעל אבער אין די טעג פול מיט אידן.
מאנטאג זעמיר געגאנגען צו סטארי לענד אלץ די קינדער אויס, סאיז א קליינע דיזני לענד אויב קען מען עס אזוי אנרופן. דינסטאג זעמיר געווען ביי די פלום און נאכדעם ביי קלארק'ס וואטעווער.. די בערן שוי, און דאן זעמיר ארויפגעפארן מיט די טרעמוועי צו קענאן מאונטעין.

ניו העמפשיר איז א חלק פון מיין וועזן, כגלויב אז ביים חורבן ביהמ"ק האט מען עקספארטירט יענע בערג קיין אמעריקע.. סאיז אומבאשרייבליך די בערג, די ריזן שטאלצע עווערגרין ביימער און די מאסיווע פעלזן שטיינער וועלכע ציען זיך ארויף טויזנטער פיס הויעך.

די פארגאנגענע יארן זעמיר געווען אויף לון מאונטעין (סאיז פארשפארט דינסטאג מיטוואך) אויבן קען מען קריכן צווישן היילן אין ריזיגע שטיינער. די מאונט וואשינגטאן דרייוו (נישט פאר שוואכע הערצער), מקען גיין מיט א טרעין אדער מיט א טור אין וועלכע זיי דרייוון. זעמיר געווען שוין מיט א שיף אויף די לון וואסער און געזעהן די זזעלטענע שווימענדע לון פויגל.

מקען גיין פאר א סיניק דרייוו מיט א טרעין פאר א שעה 45, מקען גיין צו די בעיסין.. סאיז אנלימיטעט וואס סאיז דא דארטן צו טון

איינער ביי וועמען וועקעישאן מיינט נישט, ביעטש, רעסטאראנט, פרעס, תאוות, נאר ענדערש התפעלות פונעם אויבערשטנס מעכטיגע ווערק וואלט איך הונדערט מאל מער רעקאמענדעט ניו העמפשיר אין די זומער (און קאליפארניע אין די ווינטער במקום פלארידע, אפשר העמיר ממשיך זיין איינמאל איבער קאליפארניע)

-------

אליו פינו מלא שירה כים וואלט איך באלויבט די PMR אייגנטומער פאר זייער פענאמענאל ארבעט. PMR פאוקוסט אויף נאטור און ארט אלץ נאמבער איינס און דערנאך טראכט ער פון געלט.. מרעדט דא עכט פון א בעה"ב מיט א טיפע נפש א נאטור ליבהאבער. קיין סקווער פיס קומט נישט צו צו PMR אן צילייגן קיין קאפ צו טעם.
זיין ביזנעס מאדעל זעהט אויכעט אויס היבש קאנקרעט, ער האט אפגעקויפט די אמאל געוועזענע בעיקערסברוק קאטידזשעס און עס אויפגעפרישט מיט סטעיט אוו די ארט נייע קאטידזשעס. ער האט ציגעשטעלט א ביהמ"ד, א גראסערי, און פרישטאגס און סאפערס יעדן טאג 530 נאכמיטאג פאר א "עקסטערע" אפצאל, סהאט גארנישט צו טון צו משטייט דארטן איין צו נישט און עקסטער שטעלט ער צו שבתים פאר 200 דאללער א פעקעדזש

ער האלט נישט אויף א גאנצע האטעל מיט הייצונג, עיר קאנדישאן און עסן אזויווי די אמאל געוועסענע ארלינטאן. אנשטאט דעם האט ער קאטידזשעס וועלכע ער קען טעכניש צישפארן אויב האט ער וועקענסי'ס. חוץ א מעשה איז ארלינטאן גע'קעפט צו א מאקסימום פון 65 רומס משא"כ PMR וועלכע האט 100-150 עיקער און קען ציבויען כמעט אנלימיטעט קאטידזשעס.. עכ"פ אני הקטן ווינטש אים פון טיעפן הארצן הצלחה אויף ווייטער און ער זאל זעהן שיינע רווחים פון זיין שווערע הארעוואניע.
עקסטער הער איך אז דער בעה"ב פון PMR האט אפגעקויפט די שעהרמאנס האטעל און האלט דארטן אויף זיין קאך.

You were there for shaboss? How was the food during the week?
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

מסתמא האט געשריבן:זעמיר נארוואס געווען אין ניו העמפשיר הודו לשם

..... עכ"פ אני הקטן ווינטש אים פון טיעפן הארצן הצלחה אויף ווייטער און ער זאל זעהן שיינע רווחים פון זיין שווערע הארעוואניע.
עקסטער הער איך אז דער בעה"ב פון PMR האט אפגעקויפט די שעהרמאנס האטעל און האלט דארטן אויף זיין קאך.

שכח פאר דיינע שורות, זייער גוט באשריבן!

ווער איז דער בעה"ב פון PMR?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מיין פארוויילונג ביי די PMR גייט אין די זעלבע ליניע אוואו אויבענדערמאנט. אויסערגעווענליך בא'טעמ'ט און אריינגעמישט די נאטורליכקייט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דער באלעבוס הייסט ר' יצחק רודיך
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
fermented
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:39 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fermented »

עס איז דא א ערגעץ א פלאץ אין בעטלהעם ניו העמפשיר נישט ווייט פונעם ביהמ''ד עדת יראים ווי עס איז דא א קוואל ווי עס פליסט וואסער מענטשן קומען דארט טרינקען,
די חברה זאגן עפעס אז עס איז זייער א געזינטע וואסער צו טרינקען איינער ווייסט עפעס מער אינפאו אויב עס איז אמת? וואס איז די מעלה? אדרעס? וכו'
מינסק
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:35 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינסק »

געבעטן געווארן ארויפצושטעלן:

Looking to give away a 1 bedroom suite reservation in the Chandler hotel, NH. August 21-24 for $950

די טעלעפאן נאמבער אין אישי
"democracy is the worst form of government – except for all the others that have been tried" (ווינסטאן טשורטשיל).
טראמפ איז געפערליך. פינטל. אבער האסט איינעם וואס איז בעסער פארן ווייסן הויז?
קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפהאלטער »

fermented האט געשריבן:עס איז דא א ערגעץ א פלאץ אין בעטלהעם ניו העמפשיר נישט ווייט פונעם ביהמ''ד עדת יראים ווי עס איז דא א קוואל ווי עס פליסט וואסער מענטשן קומען דארט טרינקען,
די חברה זאגן עפעס אז עס איז זייער א געזינטע וואסער צו טרינקען איינער ווייסט עפעס מער אינפאו אויב עס איז אמת? וואס איז די מעלה? אדרעס? וכו'

מיינסט דעס? https://www.google.com/maps/@44.2802205,-71.6888709,3a,76.4y,199.16h,83.28t/data=!3m6!1e1!3m4!1sYrZnfByIS1t0NmHuyJeCSg!2e0!7i16384!8i8192 נישט מסתבר אבער אפשר
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

תגובה דורך eller »

א גוט יאר אייך אלע טייערע אידן.
האט שוין איינער אמאל געפארן צו ניו העמפשיר און געמאכט א אווער נייט סטאפ אויפן וועג ? (און א suite / מאטעל / האטעל וכדומה ?)
אויב יא ביטע מיר מודיע זיין וואו און די פרטים ארום
א דאנק
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

eller האט געשריבן:א גוט יאר אייך אלע טייערע אידן.
האט שוין איינער אמאל געפארן צו ניו העמפשיר און געמאכט א אווער נייט סטאפ אויפן וועג ? (און א suite / מאטעל / האטעל וכדומה ?)
אויב יא ביטע מיר מודיע זיין וואו און די פרטים ארום
א דאנק

געפארן קיין נוי העמפשער.
זיך אפ געשטעלט אין ראוד איילענד.
שיינע האטעל געהאט
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

קאפהאלטער האט געשריבן:
fermented האט געשריבן:עס איז דא א ערגעץ א פלאץ אין בעטלהעם ניו העמפשיר נישט ווייט פונעם ביהמ''ד עדת יראים ווי עס איז דא א קוואל ווי עס פליסט וואסער מענטשן קומען דארט טרינקען,
די חברה זאגן עפעס אז עס איז זייער א געזינטע וואסער צו טרינקען איינער ווייסט עפעס מער אינפאו אויב עס איז אמת? וואס איז די מעלה? אדרעס? וכו'

מיינסט דעס? https://www.google.com/maps/@44.2802205,-71.6888709,3a,76.4y,199.16h,83.28t/data=!3m6!1e1!3m4!1sYrZnfByIS1t0NmHuyJeCSg!2e0!7i16384!8i8192 נישט מסתבר אבער אפשר

נע, דאס איז א פאנטעין פאר די פערד, ווי מען פלעגט זיי אנטרינקען בימים ההם.

די מיינסט מסתמא דאס.

צו עס געזינטע וואסער ווייסעך נישט, אבער עס איז פיינע פרישע קאלטע בטעם'טע וואסער.
תכלית הידוע שלא נדע
קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפהאלטער »

ווייסעך וואס האט געשריבן:

פון וואנעט נעמסטו דאס?
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

eller האט געשריבן:א גוט יאר אייך אלע טייערע אידן.
האט שוין איינער אמאל געפארן צו ניו העמפשיר און געמאכט א אווער נייט סטאפ אויפן וועג ? (און א suite / מאטעל / האטעל וכדומה ?)
אויב יא ביטע מיר מודיע זיין וואו און די פרטים ארום
א דאנק

בינעך יעצט צוריק געקומען פון דארט מיט א אפשטייג אויפן וועג ארויף און מעסעטשוסעס.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

קאפהאלטער האט געשריבן:
ווייסעך וואס האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:
fermented האט געשריבן:עס איז דא א ערגעץ א פלאץ אין בעטלהעם ניו העמפשיר נישט ווייט פונעם ביהמ''ד עדת יראים ווי עס איז דא א קוואל ווי עס פליסט וואסער מענטשן קומען דארט טרינקען,
די חברה זאגן עפעס אז עס איז זייער א געזינטע וואסער צו טרינקען איינער ווייסט עפעס מער אינפאו אויב עס איז אמת? וואס איז די מעלה? אדרעס? וכו'

מיינסט דעס? https://www.google.com/maps/@44.2802205,-71.6888709,3a,76.4y,199.16h,83.28t/data=!3m6!1e1!3m4!1sYrZnfByIS1t0NmHuyJeCSg!2e0!7i16384!8i8192 נישט מסתבר אבער אפשר

נע, דאס איז א פאנטעין פאר די פערד, ווי מען פלעגט זיי אנטרינקען בימים ההם.

די מיינסט מסתמא דאס.

צו עס געזינטע וואסער ווייסעך נישט, אבער עס איז פיינע פרישע קאלטע בטעם'טע וואסער.

פון וואנעט נעמסטו דאס?

פון ווי נעם איך וואס?
תכלית הידוע שלא נדע
קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפהאלטער »

ווייסעך וואס האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:
ווייסעך וואס האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:
fermented האט געשריבן:עס איז דא א ערגעץ א פלאץ אין בעטלהעם ניו העמפשיר נישט ווייט פונעם ביהמ''ד עדת יראים ווי עס איז דא א קוואל ווי עס פליסט וואסער מענטשן קומען דארט טרינקען,
די חברה זאגן עפעס אז עס איז זייער א געזינטע וואסער צו טרינקען איינער ווייסט עפעס מער אינפאו אויב עס איז אמת? וואס איז די מעלה? אדרעס? וכו'

מיינסט דעס? https://www.google.com/maps/@44.2802205,-71.6888709,3a,76.4y,199.16h,83.28t/data=!3m6!1e1!3m4!1sYrZnfByIS1t0NmHuyJeCSg!2e0!7i16384!8i8192 נישט מסתבר אבער אפשר

נע, דאס איז א פאנטעין פאר די פערד, ווי מען פלעגט זיי אנטרינקען בימים ההם.

די מיינסט מסתמא דאס.

צו עס געזינטע וואסער ווייסעך נישט, אבער עס איז פיינע פרישע קאלטע בטעם'טע וואסער.

פון וואנעט נעמסטו דאס?

פון ווי נעם איך וואס?

"נע, דאס איז א פאנטעין פאר די פערד, ווי מען פלעגט זיי אנטרינקען בימים ההם."
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

קאפהאלטער האט געשריבן:
ווייסעך וואס האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:פון וואנעט נעמסטו דאס?

פון ווי נעם איך וואס?

"נע, דאס איז א פאנטעין פאר די פערד, ווי מען פלעגט זיי אנטרינקען בימים ההם."

ירא הקהל וישפוט,

וואס איז דאס?
אטעטשמענטס
Horse Fountain
Horse Fountain
Bethleham NH.JPG (129.82 KiB) געזען 1040 מאל
לעצט פארראכטן דורך ווייסעך וואס אום דינסטאג אוגוסט 02, 2022 12:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תכלית הידוע שלא נדע
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

ווייסעך וואס האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:"נע, דאס איז א פאנטעין פאר די פערד, ווי מען פלעגט זיי אנטרינקען בימים ההם."

ירא הקהל וישפוט,

וואס איז דאס?

לאמיר מאכן אן אנקעטע... :smile:
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

fermented האט געשריבן:עס איז דא א ערגעץ א פלאץ אין בעטלהעם ניו העמפשיר נישט ווייט פונעם ביהמ''ד עדת יראים ווי עס איז דא א קוואל ווי עס פליסט וואסער מענטשן קומען דארט טרינקען,
די חברה זאגן עפעס אז עס איז זייער א געזינטע וואסער צו טרינקען איינער ווייסט עפעס מער אינפאו אויב עס איז אמת? וואס איז די מעלה? אדרעס? וכו'

https://www.google.com/maps/@44.2620528 ... 8192?hl=en
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פוילער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:א גוט יאר אייך אלע טייערע אידן.
האט שוין איינער אמאל געפארן צו ניו העמפשיר און געמאכט א אווער נייט סטאפ אויפן וועג ? (און א suite / מאטעל / האטעל וכדומה ?)
אויב יא ביטע מיר מודיע זיין וואו און די פרטים ארום
א דאנק

בינעך יעצט צוריק געקומען פון דארט מיט א אפשטייג אויפן וועג ארויף און מעסעטשוסעס.

אפשר זאגסטו מיר מער דיטעלס..
וואו האסטו איינגעשטאנען? און וויפיל האסאט געצאלט ? מנין ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

צושליסן האט געשריבן:
fermented האט געשריבן:
עס איז דא א ערגעץ א פלאץ אין בעטלהעם ניו העמפשיר נישט ווייט פונעם ביהמ''ד עדת יראים ווי עס איז דא א קוואל ווי עס פליסט וואסער מענטשן קומען דארט טרינקען,
די חברה זאגן עפעס אז עס איז זייער א געזינטע וואסער צו טרינקען איינער ווייסט עפעס מער אינפאו אויב עס איז אמת? וואס איז די מעלה? אדרעס? וכו'
https://www.google.com/maps/@44.2620528 ... 8192?hl=en
דאס קוקט אויס די זעלבע פלאץ וואס "ווייסעך וואס" האט אויבן צו געברענגט:
ווייסעך וואס האט געשריבן:
די מיינסט מסתמא דאס.

צו עס געזינטע וואסער ווייסעך נישט, אבער עס איז פיינע פרישע קאלטע בטעם'טע וואסער.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ווייסעך וואס האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:
ווייסעך וואס האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:
פון וואנעט נעמסטו דאס?
פון ווי נעם איך וואס?
"נע, דאס איז א פאנטעין פאר די פערד, ווי מען פלעגט זיי אנטרינקען בימים ההם."
ירא הקהל וישפוט,

וואס איז דאס?
נישט פון דעם רעדט מען, מ'פארט אראפ מעין סטריט ביז הארט פארן ניינטי וואן, דארט מאכט מען א לינקס, מ'פארט בערך א מייל און מ'מאכט דעם שארפן רעכטס, פאר נאך אביסל וועסטו זעהן דעם קוואל אויפן לינקן זייט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
בית לחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:20 pm
לאקאציע: https://goo.gl/maps/dmKg7e6Dd8fEdKXg8

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית לחם »

מסתמא האט געשריבן:
נו, בית לחם
יא מיין פריינד, wהאט קען איי העלפ יא wיט...
fermented
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:39 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fermented »

קרייסלער האט געשריבן:
ווייסעך וואס האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:
ווייסעך וואס האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:
פון וואנעט נעמסטו דאס?
פון ווי נעם איך וואס?
"נע, דאס איז א פאנטעין פאר די פערד, ווי מען פלעגט זיי אנטרינקען בימים ההם."
ירא הקהל וישפוט,

וואס איז דאס?
נישט פון דעם רעדט מען, מ'פארט אראפ מעין סטריט ביז הארט פארן ניינטי וואן, דארט מאכט מען א לינקס, מ'פארט בערך א מייל און מ'מאכט דעם שארפן רעכטס, פאר נאך אביסל וועסטו זעהן דעם קוואל אויפן לינקן זייט
סאו וואס איז די מעלה מוט די וואסער איז דאס געזינט, צו וואס?
גוים פון די געגנט קומען אהין זיי פולן זיך אן גאנצעטע אמערן וואסער פון די קוואל
fermented
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:39 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fermented »

ווייסעך וואס האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:
fermented האט געשריבן:
עס איז דא א ערגעץ א פלאץ אין בעטלהעם ניו העמפשיר נישט ווייט פונעם ביהמ''ד עדת יראים ווי עס איז דא א קוואל ווי עס פליסט וואסער מענטשן קומען דארט טרינקען,
די חברה זאגן עפעס אז עס איז זייער א געזינטע וואסער צו טרינקען איינער ווייסט עפעס מער אינפאו אויב עס איז אמת? וואס איז די מעלה? אדרעס? וכו'
מיינסט דעס? https://www.google.com/maps/@44.2802205 ... 384!8i8192 נישט מסתבר אבער אפשר
נע, דאס איז א פאנטעין פאר די פערד, ווי מען פלעגט זיי אנטרינקען בימים ההם.

די מיינסט מסתמא דאס.

צו עס געזינטע וואסער ווייסעך נישט, אבער עס איז פיינע פרישע קאלטע בטעם'טע וואסער.
איך רעד פון דעם!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

fermented האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
ווייסעך וואס האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:
ווייסעך וואס האט געשריבן:
פון ווי נעם איך וואס?
"נע, דאס איז א פאנטעין פאר די פערד, ווי מען פלעגט זיי אנטרינקען בימים ההם."
ירא הקהל וישפוט,

וואס איז דאס?
נישט פון דעם רעדט מען, מ'פארט אראפ מעין סטריט ביז הארט פארן ניינטי וואן, דארט מאכט מען א לינקס, מ'פארט בערך א מייל און מ'מאכט דעם שארפן רעכטס, פאר נאך אביסל וועסטו זעהן דעם קוואל אויפן לינקן זייט
סאו וואס איז די מעלה מוט די וואסער איז דאס געזינט, צו וואס?
גוים פון די געגנט קומען אהין זיי פולן זיך אן גאנצעטע אמערן וואסער פון די קוואל
עס איז פשוט פיינע פרישע קאלטע שפרענג וואסער אומזיסט...אגב איז דא ממש אזוי אויפן 208 נעבן בלומינגראוו ווי די היגע גוים שעפן וואסער, ווייסעך נישט פארוואס אידן טוען עס נישט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”