שיקן קינדער אין קעמפ - וויפיל מעג עס קאסטן??

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

דברים כהווייתן, א מוסד אין ווילאמסבורג, וועלכע האט נאר איין כיתה פון א יארגאנג, איז געווען דארט א פשטות אז כיתה ה' גייט אין קעמפ, פונקט ווי אין אנדערע מוסדות.

האט זיך דאס יאר איין טאטע פון א כיתה ה' תלמיד - א נהנה מיגיע כפו - גענומען די מיה, און אנגערופן די עלטערן פון די אנדערע קינדער פון זיין אינגל'ס כיתה פרעגן צו זיי זענען מסכים צו דא לאזן די קינדער, און נאכן מאכן אפאר רופן האבן רוב טאטעס עגריט אז מען דארף נישט שיקן די קינדער אין קעמפ, די הנהלה האט מסכים געווען (כמובן, וואס גייט זיי אן אז מען וועט האבן נאך א באנגעלוי צו פארדינגען).

און דער מלמד האט נישט מער און נישט ווייניגער נאר אנגעהויבן א מערכה ביי די אומשולדיגע קינדער, זיי אויפגעקלערט ווי גוט און זיס דער קעמפ איז, און געבעטן אז זיי זאלן בעטן און מוטשען די טאטעס מען זאל זיי יא שיקן אין קעמפ!, עס האט שוין כמעט געארבעט, און די קינדער האבן אנגעהויבן צו פארפירן, אבער איין טאטע מיט שכל האט אנגעהויבן מאכן א ויצעקו, און עס איז געבליבן בייי דעם.
געשטימט פאר ראשעק הול
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

שוין לאנג נישט געווען דא אין אייוועלט אז איינער האט ארויפגעברענגט א טעמע וואס אויבנאויף וואלט עס געקענט האבן פארשידינע מיינונגען און למעשה אגריעט דער עולם פולשטענדיג מיט'ן בעל האשכול. זעהט אויס אז ס'איז טאקע יש דברים בגו...
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ב"ה אז אונזערע מלמדים האבן נישט קיין אינטערנעט....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

דבר בעתו מה טוב, נישט פאר דעם זומער ווען אלעס שטייט שוין גרייט, נאר פאר זומער תשע"ב...

אלענפאלס ס'איז א שטארקע טענות די שאלה איז וואס די מסקנה זאל זיין. דערווייל שמועסט מען פון מבטל זיין אונגאנצן די קעמפ געגייאכץ דאס איז כמובן זייער א דראסטישע זאך און שווער אויסצופירן הלכה למעשה.

וואס מען קען יא טאן איז אדער עס מאכן אפשענעל אזוי ווי ביי די קלענערע קינדער ווי יעדער דארף אויספילן א ספעציעלע בויגן אויב מען פארט גאנץ/האלב אדער מען בלייבט.

א אנדערע עצה איז עס צו מאכן אזוי ווי אין די צייטן וואס דער רבי זי"ע האט עס מייסד געווען. דאס הייסט ס'זאל יא זיין באמת שפאט ביליג 'עפארדעבל' אז אלע זאלן זיך עס קענען ערלויבן.

כנלע"ד נכון והוא רחום יכפר.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

לאז געמאכט:
דאס ברענט און פלאקערט, און מען קען נישט זאגן נישט יעצט, מען דארף יעצט! אנהייבן, און אולי ואולי וועט אינעם עתיד בעסער ווערן, נישט קיין חילוק ווען.

און אויף דיינע הצעות איז פאראן א שטיקל פירכא, און אויב זענט איר יזך מחולק אדרבה זאגט אייער מיינונג.

אויף הצעה 1), עס איז יעצט אויך אפציאנאל, קיין איין מוסד צווינגט נישט (עכ"פ לפי ידיעתי) אז מען מוז גיין, נאר וואגן זאל זיך איינער דא צו לאזן די קינדער, וועט אים די גאנצע שטאט בארעדן און באשטינקען.

אויף הצעה 2) מען קען עס נישט מאכן עפארדעבל, ווייל קודם איז אינעם רבינ'ס צייטן געווען א קליינע געברויך, א וואך אריין אינעם זומער האבן שוין אלע פאום טעלערס געשמעקט פון זיין איבערגעוואשן אזויפיל מאל, וכו' וכו', לאמיר עס איבערלאזן פאר די זכרונות, משא"כ היינט צוטאגס כמובן.

והשנית, אינעם רבינ'ס צייטן, הגם ר' יודל איז געווען גאר ערליך און געטריי, האט ער געצאלט פאר די מלמדים הערשט אויף איבעריאר פסח, און דאס אויך מיט קיופאנס, וכו', א זאך וואס קען היינט נישט ארבעטן. יא טייערע אידן, אויפצוהאלטן א קעמפ קאסט אסאך געלט, נאר דער אישו דא איז אז מיר קענען עס נישט באצאלן, און ממילא איז ליידער נישטא קיין מיטל וועג.
געשטימט פאר ראשעק הול
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

פשיהא, וואס דא קאכט זיך, און ווי תרנגול זאגט, איז דערווייל נישט דא קיין איינער וואס פארשטייט יא דאס מוזן גיין אין קעמפ.

איך ווייס נישט אויב די וויי געשריי איז שוין ארויס פון קרעטשמע, אבער ביי אזעלכע זאכן איז די פשט, אז עס ווארט אז איינער זאל זיך כאפן, אז אפשר דארף די סיסיטעם א טויש, פאר סיי וואס א סיבה.

דאס איז איינגעפירט געווארן יאר'ן צוריק, און קיינער פון די פירער'ס, ווי מ'זאגט, האבן זיך נאכנישט געכאפט אז אפשר דארף מען איבערקוקען און איבערגיין אויב מ'דארף עפעס טוישן אינעם סיסטעם.

אז ס'איז איינגעפאלן פאר איינעם א גוטע און וויכטיגע זאך, דארף מען דאס איבערגעבן, פון נישט רעדן קומט מען נישט אן אין ערגעץ, יעדער טראכט, נע, ווער בין איך, ס'דא דע עסקנים, זיי דארפן וועין קערנעמען, מ'דארף זיי אנדרייען, זיי זאלן מאכן און זיי זיי זאלן טוען.

איר האט א פארשלאג, גייט אריבער און זאגט עס איבער, מיט'ן אריבערשיקען די פקס אינעם קעמפ אפיס, וועט לכאורה גארנישט ווערן, די פקס וועט אנקומען צו די ארבעטער'ס אין אפיס, זיי וועלן לאכן א גוט'ס, עס אפשר יא אדער נישט ווייזן פאר איינעם ארויס פון די פיר ווענט דארט און פארטיג.
יעדער וואס צאלט האט א רעכט צו רעדן, איז גייט אריבער אדער רופט אן די הנהלה און גיבט איבער אייער פארלאנג, מ'וועט נישט אראפהאקן אויף אייך די טעלעפאן, און אויב יא קענט איר דעמאלט'ס האבן טענות.

אגב, זעה איך נישט דא קיינעם רעדן פון די מיידלעך קעמפ, וואס איז די וויכטיגקייט פון זיי גיין אין קעמפ, אה איינער האט דאס יא מרמז געווען, זיי זאלן זיך אויסלערנען אליינ'ס זיך א עצה צו געבן,

קודם כל היינט זענען שוין די מיידלעך גאנצע פרינצעסן אין קעמפ, זיי טינקן נישט איין די פינגער און קאלט וואסער פאר גארנישט, אלעס ווערט געטוען דורך באצאלטע ארבעטער,
ווייסט איר שוין פארוואס די פרייז'ן זענען ארויף?

און נאך די חתונה זענען זיי גרייט צו וואס... בלייבן אונטער דעם מאמע'ס פארטוך.... איינער קען דעם פזמון לעצטענ'ס?

מ'רופט היינט אהיים פון קעמפ יונגלעך און מיידלעך צוגלייך יעדע 15 מינוט, ווייל אהער און ווייל אהין.

איז וואס האבן זיי זיך אויסגעלערנט די אלע זוממער'ס אין קעמפ?

וועגן א התחדשות און טשעינדש איז טאקע גענוג צוויי דריי וואכן.

יעצט ווארט מען נאר, אז איינער אדער בעסער געזאגט עטליכע זאל'ן דאס איבערגעבן מיט א רוהיגקייט פאר וועם מ'דארף עס איבערגעבן.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

אויב מעג איך פרעגען, ווער איז ר' יודל
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אז מען רעדט פון מיידל קעמפס, די בעסערע קעמפס (נישט סאטמאר) בעטן פאר א מיידל איבער פיר טויזנט דאלער א זומער! ה' ישמרנו.

ר' יודל איז געווען (אויב איז דא איינער וואס ווייסט נישט) דער שליח פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אנצופירן די זומער קעמפס, און ער האט עס געפירט מיט א זעלטענע פירערשאפט.

און אז מען רעדט שוין פון דעם דארף איך צולייגן נאך א הגה, ר' יודל האט נישט געדארפט האבן העלפט פון די איינגעשטעלטע וואס מען דארף היינט, ער האט געהאט אויף זיינע פלייצעס פילצאליגע אויפגאבעס וועלכע זענען היינט צוטאגס צוטיילט אין צען-פופצן פאזיציעס.

און זיין בוכהאלטעריי איז אויך געווען אויף גאר א וואונדערליכן פארמאט, איך האב געהערט פון א אייניקל (איך נעם נישט קיין אחריות) אז ר' יודל האט נאך זיין פטירה איבערגעלאזט א גרויסן בוך וואס דארט זענען געווען פארשריבן אלע הוצאות והכנסות און אלע געלט חשבונות, און ווען די קינדער האבן זיך געוואלט נעמען איבער דעם בוך האבן זיי נישט געהאט קיין אנונג וויאזוי מען ליינט דאס, און ר' יודל האט זיך באוויזן אין חלום און מסביר געווען אלעס, נאכאמאל איך נעם נישט קיין אחריות, אבער דאס איז זיכער אז ער האט געהאט א סיסטעם וואס קען היינט צוטאגס נישט ארבעטן אום בעסטן ווילן.
געשטימט פאר ראשעק הול
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ר׳ יודל ע״ה איז - ווער ס׳געדענקט - האט ר אנגעפירט אלע קעמפס מיטן ביכל אין טאש......
נישט קיין קאמפיוטערס נישט קיין סעקרעטערי, נישט קיין קוויק בוקס און נישט קיין עקסעל.....
און, יא ער האט געדענקט יעדן טאטנס מצב, זיין פרנסה, זיינע מעגליכקייטן צו צאלן
ס׳גלייבט זיך נישט, אבער אין קעמפ איז נישט געווען קיינע געבויטע חדרים, מ׳האט געלערנט אין וואלד אויף ציבראכענע טישן און בענק, נישט געווען קיין ערקאנדישאן אין ערגעץ נישט (אויסער אין ביהמ״ד), נישט געווען קיין פעפפער דישעס, און די ליסטע איז נאך לאנג
איז דען א וואונדער אז קעמפ איז בימיו נישט געווען קיין גרויסע הוצאה, (מ׳האמיר אויף ר׳ יודל ומחנותיו א גאנצע אשכול דא ערגעץ ואין מן הצורך להאריך, ביטע נישט אראפירן דעם אשכול פון די שינעס)
(און יא, בימיו האט מען געצאלט ׳נאר׳ שכר לימוד! נישט אלע סוטשארזשעס וואס מבאלאסטעט דעם עולם היינט, ווי טראנפארטעישאן, טריפס, דעי קעמפס, קרן הבנין, מה טובו אוהליך, אבני קודש וכל שום וחניכא דאית להו.....)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יהיה כן האט געשריבן:ס׳גלייבט זיך נישט, אבער אין קעמפ איז נישט געווען קיינע געבויטע חדרים, מ׳האט געלערנט אין וואלד אויף ציבראכענע טישן און בענק, נישט געווען קיין ערקאנדישאן אין ערגעץ נישט (אויסער אין ביהמ״ד),

איך בין שוין נישט געווען אין קעמפ איבער צוואנציג יאר, זייענדיג א קרית יואל'ער
ווי אזוי קוקט היינט אויס די וואלד חדרים? לערנט מען נישט אויף פלעינע טישן און בענק?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

מי יודע האט געשריבן:איך בין נישט קיין וומסב"ג (איך האב אמאל געוואוינט דארט)

מי יודע האט געשריבן:איך בין שוין נישט געווען אין קעמפ איבער צוואנציג יאר, זייענדיג א קרית יואל'ער

:?:
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

בשמים האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:איך בין נישט קיין וומסב"ג (איך האב אמאל געוואוינט דארט)

מי יודע האט געשריבן:איך בין שוין נישט געווען אין קעמפ איבער צוואנציג יאר, זייענדיג א קרית יואל'ער

:?:

שתי תשובות בדבר, איך שרייב דאך קלאר אז איך האב אמאל געוואוינט אין וומסב"ג, סאו וואס שטימט נישט?
ואליבא דאמת בין איך געווען אין קעמפ טאקע פון קרית יואל, אמאל (איך ווייס נישט וואס איז היינט) פלעגן אסאך קרית יואל'ע קינדער גיין אין סאטמארע קעמפ (און אויך אין אנדערע קעמפס)
מיט די וערטער 'זייענדיג א קרית יואל'ער' האב איך געמיינט ארויסצוברענגן אז אלס בחור בין איך קיינמאל נישט געווען אין קעמפ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

ביטע נישט פארדרייען דעים אשכול עס איז זייער ווייטוגליכע טעמע דער געשריי מיז דערהערט ווערען
אגב פארוואס זאל קרן עזר נישט טיען אין דעים מען קען דאך שפארען שווערע טויזענטערס פאר כלל ישראל?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך פארשטיי נישט, עס זענען דא מגיב נאר חברה פון אינדרויסן....... די שטאטישע אידן זענען טאקע אזוילכע נגידים???

ווער ס'ווייסט נישט
זאכן האבן זיך כהיום געטוישט, ס'יז א נייע וועלט
מען לערנט מער נישט תחת צל האילנות, ניין, שוין היינט דא שיינע געבויעטע רעגן חדרים
עיר קאנדישאן איז שוין דא אין 'אלע' באנקס, און 'חדרים',
שוין היינט דא אקטיוויטיס מינים ממינים שונים, א חדר מיוחד פאר אקטיוויטיס, ועוד ועוד
אין עס זאל, איז שוין מער נישטא די זעגעלעך (איינער געדענקט עס?), נאו מאר,
מען סערווירט שוין היינט אין פעיפער דישעס אינדערוואכן פונקט ווי שבת...
כ'האב נישט קיין טענות אדרבא, אבער כ'מיין ס'וואלט ביליגער געווען ווען מען מאכט דאס אין שטאט, כ'מיין ביי מיר אינדערהיים....

ווער ס'האט דא ערווענט קרן עזר,
פון זייערע באשרייבונגען און ליטעראטור זעהט אויס ווי זיי זענען דא נאר אויסצימענטשלען געוועזענע (אדער קיינמאל נישט געוועזענע) עשירים, וועלכע לעבן א פיל העכערער סטענדערד פון סתם עמך הארעפאשנע יוד, מילא זיי האלטן נאך סך ווייטער.... והבן
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מי יודע האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:ס׳גלייבט זיך נישט, אבער אין קעמפ איז נישט געווען קיינע געבויטע חדרים, מ׳האט געלערנט אין וואלד אויף ציבראכענע טישן און בענק, נישט געווען קיין ערקאנדישאן אין ערגעץ נישט (אויסער אין ביהמ״ד),

איך בין שוין נישט געווען אין קעמפ איבער צוואנציג יאר, זייענדיג א קרית יואל'ער
ווי אזוי קוקט היינט אויס די וואלד חדרים? לערנט מען נישט אויף פלעינע טישן און בענק?

לכאורה זענען שוינישטא מער די וואלד חדרים,

אנגעהויבן האציכעס מיט ספינקא קעמפ (ספינקא-וומ"ס) ווען זיי האבן אנגעהויבן מיט אזוינע חדרים מיט דעכער און אזוינע האלבע ווענט נאכדעם האט מען עס ציביסלעך אריינגעברענגט אין די סאטמארע קעמפס.

למעשה זענען די חדרים געקומען מיט סייד עפעקטס; ווייל ווען ס'זענען געווען די אפענע וואלד חדרים זענען זיי געווען צווישן געדיכטע ביימער ווי עסיז געווען ע"פ רוב לופטיג, כדי צי בויען די רעגן חדרים האט מען געמוזט אראפנעמען א געוויסע צאל ביימער וואס האט אוועקגענומען דעם שאטן און די שאנסן פאר אביסל לופט איז היבש רעדיצירט געווארן דורך די ווענט פון ארום, רעגן האט ווייטער געקענט אריינרעגענען פון אלע זייטן (א-חוץ פונעם דאך),

האט מען געלייגט סקרינס ארום און ארום, למעשה זענען די חדרים שוין מער ווייניגער פארמאכט, טייל מיט סקרינס און טייל מיט לייען גוט: עיר קאנדישאן!

גראדע אויב דענק איך גוט האט די לאנטש רום געהאט אזא גרוסע ריזיגע שאנק וואס האט געהאקט אין קאפ און ווען ר' יודל ז"ל פלעגט רעדן האט מען עס געמוזט פארלעשן, ס'האט געזאלט הייסן אז עסיז עיר קאנדישאן.

__________________

צוריק צום טעמע בנוגע קעמפ מיט געלט וכדומה, געוויסע קעמפס טשארדזשען פארן קומען און גיין אנהייב און סוף קעמפ אבער פאר שבת נחמו גיבן זיי עס אומזיסט ווייל ס'יז ביליגער ווי טשולענט און פיש.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

רבותי
דער אשכול דינט אן אנדערן ציל
ווער ס'וויל זיך אויסלופטערן זיינע קעמפ זכרונות איז מכובד ממשיך צו זיין אין דעם פאלגנדן אשכול:
viewtopic.php?f=3&t=5290&hilit=%D7%9E%D7%97%D7%A0%D7%94+%D7%A8%D7%91+%D7%98%D7%95%D7%91
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך געדענק ווי אויף יעדן באנק בעט האט געהאנגען א באזונדערע פען צו מאכן אביסל לופט, און דא הער איך אז ס'איז שוין דא עירקאנדישן היינט
א אנדערע וועלט

אקעי צוריק צום נושא, יהיה כן קוקט שטרענג...

קרן עזר איז קיין אפציע ווי פריער דערמאנט, און לכאורה איז דא די איינציגע וועג די עלטערן אליין, און - נאכן זיך נאכפרעגן האב איך געהערט אז - דאס האט געמאכט די זאך אין קרית יואל יעצט מיט די יונגל קעמפ

אויב נעמען זיך צוזאם 30 פראצענט עלטערן פונעם מוסד און זאגן מיינע קינדער גייען נישט היי יאר אין קעמפ, שטעל מיר צו א חדר, איר הערט, איבער א יאר איז די קעמפ פארשפארט
מען דארף נאר האבן די 30 פראצענט נחשונים, און דער איבריגער 50 פראצענט וואס ברעכן אויך קאפ וועלן נאכטאנצן די נחשונים, בלייבט איבער די 20 פראצענט עשירים וואס פאר זיי אליין לוינט שוין נישט אפן צו האלטן א קעמפ

רבותי, איר קענט אייך אליין ארויסזען פון פעקל, נאך היינט, לאזט עס נישט אויף נעקסטע יאר, ווייל נעקסטע יאר ביזטו פונקט אזוי פאריאגט און פארפלאגט און גייסטעך כאפן פונעם פראבלעם נאך שבועות און וועסט ווארטן נאך א יאר
דזשאמפ יעצט אריין, ובשם ה' נעשה ונצליח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

מי יודע האט געשריבן:מען דארף נאר האבן די 30 פראצענט נחשונים

עס איז נישטא אזאך 30 % נחשונים ...
נחשונים איז דא 3-4 נישט מער אין אויב ווארסטי אויף 30% דאס הייסט בערך 3000 משפחות קענסטי זיך שוין לייגן שלאפען
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

בעל דעת האט געשריבן:

פארוואס הייסט ביי דיר 30 פראצענט 3000 משפחות?
איך רעד פון איין ספעציפיש מוסד וואס זאל עס טון, א מוסד וואס האט 5000 קינדער קען האבן ווייניגער ווי צוויי טויזענט עלטערן, ווייל יעדער האט מער ווי איין קינד, נו וויפיל איז דרייסיג פראצענט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

פליגל האט געשריבן:
צוריק צום טעמע בנוגע קעמפ מיט געלט וכדומה, געוויסע קעמפס טשארדזשען פארן קומען און גיין אנהייב און סוף קעמפ אבער פאר שבת נחמו גיבן זיי עס אומזיסט ווייל ס'יז ביליגער ווי טשולענט און פיש.

דו חלומסט!! די קעמפס בעטן היינט געהעריג געלט פארן אהיימפארן שבת נחמו, און נישט נאר דאס, מען מוז אהיימפארן שבת נחמו, די וויליאמסבורגער קעמפ האט פאריאר געשיקט א צעטל אז שבת נחמו מוז מען אהיימפארן ווייל עס איז נישט דא קיין השגחה, די מלמדים מוזן זיך אויסרוען??
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שאלת_חכם האט געשריבן:

כא כא כא
די מלמדים מוזן זיך אויסרוען?
זיי רוען נישט גענוג גאנץ זומער?
איך מיין אז זומער ארבעט נאר איינער שווער, דער מנהל המחנה, אדער דער העד קאנסלער, חוץ דעם האט יעדער וויקאציע אין פילן זין פון ווארט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

="מי יודע?
איך רעד פון איין ספעציפיש מוסד וואס זאל עס טון, א מוסד וואס האט 5000 קינדער קען האבן ווייניגער ווי צוויי טויזענט עלטערן, ווייל יעדער האט מער ווי איין קינד, נו וויפיל איז דרייסיג פראצענט?

לאמיר דיר זאגען אז מען דארף מער ווי 10-15 מענטשען האט עס כמעט נישט קיין טשענס עס זאל זיך אויסארבערטען
דוק ותשכח
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מי יודע האט געשריבן:
שאלת_חכם האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:
צוריק צום טעמע בנוגע קעמפ מיט געלט וכדומה, געוויסע קעמפס טשארדזשען פארן קומען און גיין אנהייב און סוף קעמפ אבער פאר שבת נחמו גיבן זיי עס אומזיסט ווייל ס'יז ביליגער ווי טשולענט און פיש.

דו חלומסט!! די קעמפס בעטן היינט געהעריג געלט פארן אהיימפארן שבת נחמו, און נישט נאר דאס, מען מוז אהיימפארן שבת נחמו, די וויליאמסבורגער קעמפ האט פאריאר געשיקט א צעטל אז שבת נחמו מוז מען אהיימפארן ווייל עס איז נישט דא קיין השגחה, די מלמדים מוזן זיך אויסרוען??

כא כא כא
די מלמדים מוזן זיך אויסרוען?
זיי רוען נישט גענוג גאנץ זומער?
איך מיין אז זומער ארבעט נאר איינער שווער, דער מנהל המחנה, אדער דער העד קאנסלער, חוץ דעם האט יעדער וויקאציע אין פילן זין פון ווארט

איך מיין אז דו ביזט קיינמאל נישט געווען קיין מלמד....
נישט אז איך בארעכטיג דאס אויסרייסן די עלטערן, אדער דאס צווינגען די קינדער אהיימצוגיין, אבער דאס אז מלמדים ארבעטן שווער אין די זומער (נישט אין יעדע קעמפ ארבעט דער מלמד שווערער ווי א גאנץ יאר, אבער אין געוויסע קעמפ'ס זיכער יא, און אפי' אין די אנדערע איז די ארבעט נישט ווייניגער ווי דורכ'ן יאר) איז א פאקט וואס נאר איינער וואס איז נאכנישט געווען קיין מלמד קען זיך דינגען דערויף.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קודם איך בין שוין יא געווען א מלמד, טאקע נישט אין א קעמפ, אבער א מלמד בין איך געווען א שטיק צייט

צווייטנס, שווערער ווי א גאנץ יאר ארבעטן זיי זיכער נישט, בדרך כלל (קען זיין ס'איז דא קעמפס יוצאים מן הכלל) חוץ אויב זיי נעמען אן זייטיגע דזשאבס אין קעמפ, אבער א געהעריגע מלמד ארבעט נישט שווערער, פלאס וואס מען זיצט אויף קעסט, איך האב דאס געהערט פון מלמדים, און וואס דארפסטו מער וואס איינער האט דא אויבן געשריבן אז א מלמד האט געוואלט אנדרייען די חדר מען זאל פארלאנגען קעמפ, האלטסט טאקע אז ער נעמט זיך שוועריקייטן בידים?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מי יודע האט געשריבן:קודם איך בין שוין יא געווען א מלמד, טאקע נישט אין א קעמפ, אבער א מלמד בין איך געווען א שטיק צייט

צווייטנס, שווערער ווי א גאנץ יאר ארבעטן זיי זיכער נישט, בדרך כלל (קען זיין ס'איז דא קעמפס יוצאים מן הכלל) חוץ אויב זיי נעמען אן זייטיגע דזשאבס אין קעמפ, אבער א געהעריגע מלמד ארבעט נישט שווערער, פלאס וואס מען זיצט אויף קעסט, איך האב דאס געהערט פון מלמדים, און וואס דארפסטו מער וואס איינער האט דא אויבן געשריבן אז א מלמד האט געוואלט אנדרייען די חדר מען זאל פארלאנגען קעמפ, האלטסט טאקע אז ער נעמט זיך שוועריקייטן בידים?

דאס וואס מען זיצט אויף קעסט, מיינט נישט אז מען ארבעט ווייניגער, די קינדער זענען אין קעמפ היפש צולאזט, און מען דארף דארט מאכן חזרה אויף אלעס וואס מען האט געלערנט דעם גאנצן יאר, אויסער דעם וואס זייער אפט איז דא אין קלאס קינדער וואס מען האט נישט געהאט א גאנץ יאר, בנוסף לזה, האבן אסאך קעמפס מתמידים וואס דער מלמד דארף דארט זיין וואס ער האט נישט געדארפט טון דעם גאנצן יאר, ווי אויך איז דא מלמדים וואס דינען פאר טייל קינדער אביסל במקום א טאטע אויסצוהערן און אים פרובירן צו העלפן מיט זיינע טעגליכע פראבלעמען. (עס איז דא מן הסתם נאך זאכן, דאס ליגט מיר יעצט אויפן קאפ, נאך א זאך וואס פאלט מיר יעצט איין, אין אסאך קעמפ'ס זענען די מלמדים אויך אחראי אויף די קינדער שבת, אדער א חלק פון דעם שבת'דיגן טאג)

עס איז מן הסתם דא מלמדים וואס ארבעטן נישט שווערער פון דעם גאנצן יאר, צוליב סיבות שונות, אבער גרינגער ווי א גאנץ יאר איז עס לכאו' נישט, און אויב איז דא ווער עס איז אים גרינגער ווי א גאנץ יאר, איז דאס אן אויסנאם, געווענליך איינער וואס ענדזשויט זייער שטארק זיין מלומדות, און לעבט מיט זיין ארבעט מיט די קינדער, עס איז דא ווייניג אזעלכע.

דיין קשי' מיט יענעם מלמד וואס האט געוואלט אנדרייען מען זאל גיין אין קעמפ, איז נישט מוכרח אז עס קומט פון אים, עס קען קומען פון שטוב.... עס איז שווערער צו האבן די קרעכצן פון די בני בית ווי צו פארן אין קעמפ, בפרט אז די בני בית קען פאדערן ער זאל נעמען א האלבן זומער וואקאציע (וואס דער חדר וואלט אים מן הסתם געגעבן), און פארן אויף זיין אייגענע קאסט אין די קאנטרי...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”