שיקן קינדער אין קעמפ - וויפיל מעג עס קאסטן??

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

וואס איז געווען זיין שטעלע?
דאכטס זיך מיר א פארהערער, אויך מיר א שטעלע
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

ים רויבער האט געשריבן:וואס איז געווען זיין שטעלע?
דאכטס זיך מיר א פארהערער, אויך מיר א שטעלע

גערעכט, ער האט באקומען א שטעלע נאר פאר א תירוץ

איך האב פונקט די וואך געהערט פון א איד, ער זאגט ער קעניש פארגעסן דאס דאווענען פון ר' יחזקאלע זצ"ל אין קעמפ, ער קעניש פארגעסן וויזוי יעדעס ריר פון אראדער רב ז"ל איז געווען לויטן שלחן ערוך, די אידן זענען געווען אויסגערופענע תלמידי חכמים קדושי עליון און ר' יודל האט איינגעזען פאר וויכטיג אז די קינדער זאלן צוקוקן די עבודה פון די אידן, און אז מען וויל, קען מען, אפילו עס קאסט געלט
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אזוי אין איין טאג האט זיך דער אשכול צוצויגן ביז 5 זייטן, עכ"ז איז נאך געבליבן אסאך וואס צו דעבאטירן,

ראשית דארף מען אנהייבן מיט די היסטאריע,
די ערשטע היימישע קעמפ איז ווי געזאגט געגרינדערט געווארן דורך ר' יודל רז"ב ז"ל וואס אויף זיינע ליניעס זענען געבויעט געווארן אלע אנדערע קעמפס, צו פארשטיין וויאזוי ר' יודל האט פאקטיש געפירט דעם קעמפ איז זייער שווער, די אייגענע קינדער זאגן אז ס'איז געבליבן א רעטעניש און א מיליטערישע סוד וויאזוי ער האט זיך א עצה געגעבן, אבער ס'איז דאך דא זאכן וואס זענען יא קלאר,

די איינגעשטעלטע זענען געוועהן באצאלט פון די ישיבה, האלב זענען געוועהן מלמדים, און די אנדערע האלב די שלאף מלמדים זענען געוועהן די מלמדים פון די יונגערע קלאסן אגאנץ יאר, א שלאף רבי האט געווענדליך געדארפט אויך קלינען זיין באנק (דאס מיינט זיך שפארן גוים), אין די ערשטע צייטן זענען די מלמדים געוועהן א חלק פון די קאמפעני, דהיינט אז ווען דער טראק איז אנגעקומען זענען די מלמדים (א שטייגער ווי ר' יעקב אליעזר בערקאוויטש אדער ר' מענדל בער וויינבערגער) צוגעגאנגען אפלאדענען דעם טראק, שפעטער ווען די יונגע מלמדים זענען אונטער געוואקסן און האבן זיך אנטזאגט פון ארבעטן אויף אזא אופן האט ר' יודל עס נישט אויסגעהאלטן, ער האט געהאלטן אז אויב באקומסטו דא צו עסן מוזסטו ארבעטן פאר די קאמפעני סיי וועלכע ארבעט (בערך כנוסח סאציוליזום, נישט חלילה אז איך מאך אים אוועק, איך ברענג נאר ארויס זיין מהלך)

נאכדעם איז געוועהן נדבנים, יעדע באנק וואס מ'האט אויפגעשטעלט אין קעמפ האט געהאט א נדבן מיט א גרויסע סיין פון אויבן, די נדבנים האבן געהאט א בלינדע טראסט אין ר' יודל צוליב זיין רעספעקט דעריבער האט דער נדבן באצאלט דאפלט וויפיל דער פרייז איז באמת געוועהן פשוט צו קענען קויפן דעם זכות, אט דאס איז געוועהן א שטארקע אינקאם פאר די קעמפ, אייגענע ברויט, אייגענע מזונות, קיין פלעסטיק דישעס אויך א זאך וואס שפארט געלט, קיין אקטיוועטיס האט נישט געקאסט (זיכן באנדלעך אין פעלד קאסט נישט....)

פראגראמען איז א מס' פאר זיך מ'קען נישט רעדן צו ברייט פון דעם אבער יעדער ווייסט אז ימים הראשונים איז געוועהן אנדערשט ווי היינט, די קאמפיאטער וועלט האט געטוישט דעם סיסטעם, מ'קען נישט זאגן היינטיגע צייטן איך האב דא 10 טויזנט קינדער, און דא 8 טויזנט, היינט ציילט מען די אפליקעישאנ'ס אלעס איז כתוב וחתום, יעדע נאמען איז רעגעסטריט, און ביי אט די פראגראמען האט מען באצאלט לויט די קעפ, ממילא אז קעמפ האט כלומר'שט געהאט 15 טויזנט קינדער איז עס געוועהן א שטארקע הכנסה, אויך קומט צו א קאמאדעטי פראגראם, דאס איז א פראגראם פאר עסן, ווער עס געדענקט האט געקענט זיין איין האלבע וואך נאר מעלוינעס, און איין האלבע וואך נאר פיטשע'עס, און איין וואך נאר פלוימען, דאס קומט פון א ספעציעלע פראגראם ואכמ"ל,

קיצור עסן האט נישט געקאסט, בנינים האט געברענגט ריווח, און רוב איינגעשטעלטע זענען באצאלט געווארן פון די ישיבה און דאס ביסל וואס דער פלאץ אליין קאסט האט זיך געקאווערט פון די געלט וואס די עלטערן האבן באצאלט און צוגאב דער אפיעל שבת נחמו,

היינט איז א נייע וועלט, יעדע שלאף רבי איז א האלבע קאנסלער, ער איז א פראפעשענול, מ'קען אים שוין נישט הייסן קלינען א באנק ער זאגט איך בין טויגליך צו מאכן פאן מיט די קינדער און קלינען א באנק זאל א שחור, ס'איז קלאר אז מלמדים ארבעטן שווערע זומער אין קעמפ, ער מוז זיין א האלבע טאטע מיט א האלבע מאמע מיט א מלמד קאמביין, איך האב עס שוין אמאל געשריבן אז דער מצב היינט איז אז די מלמדים אין קעמפ האבן פשוט מורא פון די קינדער, יא יא, ער ציטערט אז א קינד זאל נישט אהיים רופן זיין מאמע אז זיין האנטוך איז נאס, און די מאמע זאל מאכן א ויצעקו מיטן טאטן אינאיינעם צום מנהל און דער מלמד זאל נישט כאפן אחת דתו היתכן ער קען נישט אזויפיל זעהן אז זייער קינד זאל זיין העפי אין קעמפ.... איך רעד נישט קיין דמיונות, ס'איז אמת'ע פאקטן, בדרך כלל ווערן די קאנסלער'ס - שלאף רבי'ס צוגעצאלט מיט עפעס געלט פארן זומער צו ארבעטן מיט די קינדער, און אסאך קעמפס זענען די קאנסלער'ס פרישע איינגשטעלטע וואס ארבעטן נישט פאר די מוסד אגאנץ יאר איז דאס נאך א אויסגאבע, די ארבעט פון אזא מלמד איז משוגענע שעות, ער מוז זיין גאנץ נאכמיטאג מיט די קינדער אונטער די זון שפילן געימס, ער גייט שווימען מיט זיי, סערווירט סאפער, און לייגט שלאפן, און מאכט שלום צווישן קריגערייען, וכו' וכו',

אקטיוועטיס קאסטן היינט א אוצר מיט געלט, יעדן טאג איז דא עפעס התחדשות, מ'מוז מאכן פאן, די קאמעטישאן איז גרויס, די בעל בית'שע הנהלה סטראשעט דעם קעמפ מ'מוז צושטעלן ס'זאל זיין ווי אלע אנדערע קעמפס ווייל די קינדער זאלן זיין העפי..., עסן קאסט א ים, די פראגראמען זענען ממש כדי חייתו, יעדע נאמען וואס באקומט פראגראמען איז מיט א חשבון פון די שטאט, נייע קלאסן, נייעס שטובער, אלעס קאסט, אמאל האט מען געקענט מאכן א לעבן ווייל קעמפ איז נישט געוועהן קיין אויסגאבע און היינט איז עס א ריזיגע הוצאה,

און ווער באצאלט דאס, אונז, די עלטערן פון די קינדער, מ'רייסט אויס אונזער טאש פאר יעדעס קינד, און למען האמת צווינגט מען די קינדער צו קומען אין קעמפ, איך וויל פארציילן בדדי הוי עובדא איך פאר אין קאנטרי יעדעס יאר ווי ס'איז געוועהן א פיינע חדר פאר די קינדער ביז נאך כתה ה', איין יאר האמיר באשלאסן מ'וויל מאכן אויך א כתה ו', מ'האט זיך צוזאמען גענומען אפאר טאטעס מיר האבן געהאט א פארטיגע חדר פון איבער 20 קינדער כתה ו', וואס מוזן נישט גיין אין קעמפ, די הנהלה איז געווארן געווארן דערפון, מ'האט אונז אראפ גערופן צו אן אסיפה און מסביר געוועהן אז ס'איז ממש א סכנה פאר די קינדער וואס דרייען זיך אין קאנטרי זיי קענען ח"ו קאליע גיין און פארלירן אלעס וואס מ'האט געלערנט מיט זיי אגאנץ יאר... דער קעמפ איז ממש די עיקר חיות פונעם יאר, דא איז דאס קינד קונה זיין שלימות בלא בלא בלא, און ס'איז נישטא קיין צוויי ברירות יעדעס קינד "מוז" קומען אין קעמפ, און אויב האב איך נאך געהאט חלומות פון אנפייפן האבן זיי אונטער די קוליסן מיט די קאנטרי אליין פארהאנדלט אז ס'זאל זיך אויפלעזן די כתה ו', יעצט גיי קריג דיך מיט דיין אייגענע ת"ת,
איר הערט וואס דא טוט זיך??.....

סיכום:
סתם צו האקן און שרייען און שעלטן איז קיין תכלית נישט, די אמת וואלט געדארפט זיין מ'זאל איינפירן דאהי ווי אין אייראפע, פון תשעה באב ביז ר"ח איז וויקאציע, יעדער קען גיין ווי ער וויל, ווער ס'וויל גיין אין קאנטרי הרשות בידו, ווער ס'וויל בלייבן אין שטאט איז דא א חדר אין שטאט פאר אלע קלאסן, ווער ס'וויל גיין אין קעמפ איז דא א קעמפ פאר די דריי וואכן, און יעדער איז צופרידן, דער טאטע וואס פארט די 3 וואכן האט א נארמאלע וויקאציע ער איז נישט סעפערעיטעד פאר 9 וואכן, ער איז מיט די משפחה צוזאמען, די קינדער שפאנען זיך אויס אביסל די נערוון, סוף כל סוף זענען זיי אנגעצויגן אגאנץ יאר מ'שטייט אויף פרי, מ'פארהערט זיך יעדע וואך, לאז אים האבן 3 וואכן וויקאציע, צו לערנען אביסל לויזע לימודים, שיינע ידיעות, און דער טאש וועט זיין די מערסטע צופרידן,

דאס איז מיינע צוויי סענט, שכוח פארן לאזן רעדן,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

;l;p-
שאץ, איך גיי ניסלעך פאר דיר ביזט A1
ביזטאך א יוראפעיער געבארענער, ביזט דען אמאל געווען אין קעמפ אז דו האסט דעם ר׳ יודלן אזוי גוט צילייגט?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאלת_חכם האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:דאכטס זיך מיר א פארהערער, אויך מיר א שטעלע

גערעכט, ער האט באקומען א שטעלע נאר פאר א תירוץ

זיין שטעלע האט באדארפט צו זיין ראש ישיבה, פארהערער האבן איהם געשטעלט די אנדערע . . .
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איך מיין אז די פאינט וואס שאצל האט ערוועינט וועגן "האלידעיס" אין אייראפע פארדינט א עקסטערע אשכול!!

מיט וואס איז אמעריקע בעסער אז מען דארף האבן גאנצע 9 וואכן און אין לאנדען איז געניג 3 וואכן!!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יהיה כן האט געשריבן:;l;p-
שאץ, איך גיי ניסלעך פאר דיר ביזט A1
ביזטאך א יוראפעיער געבארענער, ביזט דען אמאל געווען אין קעמפ אז דו האסט דעם ר׳ יודלן אזוי גוט צילייגט?

איז ער דען אמאל געווען א קאר סערוויס דרייווער אדער ספרים פארקויפער?
זיין אייגנשאפט איז זיך אריינצולייגן אין א מצב און דערגיין אלעס וואס דארט קומט פאר
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

שאץ, די סעלושען וואס דו שלאגסט פאר איז זייער גוט, אבער אסאך שווערער אויסצופירן ווען עס איז שוין א פאקט די קעמפס שטייען און יעדער פארט.

אין די גרויסע חדרים אויב עס איז פארהאן א פארלאנג דארף בכלל נישט זיין שווער צו עפענען איין כתה אין שטאט און די קעמפס קענען ווייטער אנגיין.

אבער די קלענערע חדרים - איבערהויפט די וואס פילן קוים אן א כתה - האבן אן ערענסטע פראבלעם, זיי קענען נישט עפענען צוויי. דאן מוז מען שוין יא צוקומען צו אזא פלאן וואס דו שלאגטס פאר.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

די מוסדות דארפן נאר וועלן .... ווילאנג דער עולם וועט זיך לאזן סאקען, מאכן זיי דאך געלט און זיי קענען האלטן די בנינים פארשפארט ... אז ס׳וועט ווערן א גרויסער גערודער אויף דעם געלט אויספרעסערייי ... מען דארף הייבן דעם וויי געשריי אויף די העכסטע טענער, אזוי ווי מהאט געטוהן מיט חתונה הוצאות, דעמאלטס וועלן זיי זיך מוזן ברעכן און צישטעלן, עס וועט זיך אנהויבן אפשר ביי איין כיתה אבער, איך זאג דיר אז ס׳וועט נישט בלייבן ביי דעם
מ׳דארף וויסן די הנהלת המוסדות (יעדער מוסד) שטייט אינטר דעם משוגעת ורויבעריי הנקרא קעמפ, ווייל זיי מאכן נאר ריווח דערפון!!!
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

ראביי כן, קען זיך איך בין נאאיוו, אבער איך האלט נישט אז די סיבה פון עפענען קעמפס איז געווען צו רייסן געלט פון עלטערן, איך גלייב נישט אז דו האלטס יא אזוי.

קלערסט אז די קאסטן און ארבייט פון קויפן, בויען און איינרישן א קעמפ איז פאר רויבעריי?

נאר וואס יא, עס זענען דא עלטערן וואס זענען אין שטאט און קענען זיך עס נישט ערלויבן, דארף מען זיי געבן די מעגליכקייט צו קענען בלייבן, נישט מער ווי דעם. די קעמפס קענען ווייטער אנגיין געזונטערהייט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

משה קארנפעלד האט געשריבן:ראביי כן, קען זיך איך בין נאאיוו, אבער איך האלט נישט אז די סיבה פון עפענען קעמפס איז געווען צו רייסן געלט פון עלטערן, איך גלייב נישט אז דו האלטס יא אזוי.

קלערסט אז די קאסטן און ארבייט פון קויפן, בויען און איינרישן א קעמפ איז פאר רויבעריי?

נאר וואס יא, עס זענען דא עלטערן וואס זענען אין שטאט און קענען זיך עס נישט ערלויבן, דארף מען זיי געבן די מעגליכקייט צו קענען בלייבן, נישט מער ווי דעם. די קעמפס קענען ווייטער אנגיין געזונטערהייט.


זיי מוחל ליין איבער מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול
ווייז מיר ווי איך שרייב אז די סיבה פון עפענען קעמפס איז געווען צו רייסן געלט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יהיה כן;

ער באציהט זיך צו דיין לעצטע תגובה בעפאר די יעצטיגע
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

משה קארנפעלד האט געשריבן:?

נאר וואס יא, עס זענען דא עלטערן וואס זענען אין שטאט און קענען זיך עס נישט ערלויבן, דארף מען זיי געבן די מעגליכקייט צו קענען בלייבן, נישט מער ווי דעם. די קעמפס קענען ווייטער אנגיין געזונטערהייט.


הער גוט
נישט ׳עס זעענען דא עלטערן וכו׳׳ כאילו זיי זענעו עפעס א מינדערוויכטיגע מיעוט
ניין
רוב עלטערן קענען זיך נישט ערלויבן די קעמפס, מ׳פארחובות׳ט זיך ביז חנוכה אדער מער צי באצאלן פאר קעמפ, איז דאס נארמאל?
(אויב גלייבסטו נישט, קום אריין אין קעמפ אפיס און איבערצייג דיך אליינס)
משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש »

ביים זיך אינטערסירן וויפיל עס קאסט קעמפ א קינד, ביז איך איבעראשט געווארן צו הערן אז 1 קינד פאר א גאנצן זומער קאסט [אין איינע פון די סאטמארע מחנות] בלויז 1050 פארן אראפהאנדלען.
אויב אזוי, זעה איך נישט מה כל הרעש.

נאר וואס דען די הוצאות ארום און ארום, און אז מהאט א שיינע פאר קינדער און קעמפ, און ממאכט חתונה יעדע יאר צוויי, איז עס נישט גרינג, אבער נישט אזוי געפערליך ווי ס'קוקט אויס אין דעם אשכול.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

איך ווייס נישט וויפיל די צאל עלטערן זענען כאב נישט דורכגעפירט קיין אנקעטע, און איך בין אויך צווישן די וואס ווילן נישט צאלן פאר קעמפ ווען עס וועט מיר נוגע זיין, אבער רוב עלטערן געפונען זיך דען אין שטאט?

--

משמש האקט...
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

משמש האט געשריבן:ביים זיך אינטערסירן וויפיל עס קאסט קעמפ א קינד, ביז איך איבעראשט געווארן צו הערן אז 1 קינד פאר א גאנצן זומער קאסט [אין איינע פון די סאטמארע מחנות] בלויז 1050 פארן אראפהאנדלען.
אויב אזוי, זעה איך נישט מה כל הרעש.

נאר וואס דען די הוצאות ארום און ארום, און אז מהאט א שיינע פאר קינדער און קעמפ, און ממאכט חתונה יעדע יאר צוויי, איז עס נישט גרינג, אבער נישט אזוי געפערליך ווי ס'קוקט אויס אין דעם אשכול.

נאך אלס היפש טייער.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

משמש, זינט ווען איז 1050 קליין געלט פאר צוויי חדשים איבערהויפט ווען איינער האט עטליכע קינדער איז עס עטליכע טויזנט דאלאר אויסער שכר לימוד.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

א שנעלע קאלקיוקלעישאן
פאר א עוורידזש משפחה, וואס האט דריי קינדער קעמפערס ( פארשטייטצעך סטוישט זיך אלץ קודם די ערשטע דריי קינדער און נאכדעם פון דעם צווייטן ביזן פערדן וכן הלאה) צאלט ער אויף צען יאר מער ווי דרייסיג טויזנט דאלער מינימום, אריינגעפלאשט אין דעם גרויסן קעמפ סוער!!, ווען ער ווייסט אפילו נישט צי וואס האט עס עם אויסגעפעלט?
דאס איז אויסער אלע זייטיגע הוצאות וואס קומט מיט

ווער רעדט נאך פון אנדערע מוסדות, וואס בעיני ראיתי א מוסד אין וומסס״ג א סטענדערד בילל פארן קעמפ לויפט פון צוויי ביז צוויי א האלב טויזנט דאלער פער קינד!!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

משה קארנפעלד האט געשריבן:משמש, זינט ווען איז 1050 קליין געלט פאר צוויי חדשים איבערהויפט ווען איינער האט עטליכע קינדער איז עס עטליכע טויזנט דאלאר אויסער שכר לימוד.


לייג צו, און אויסער דעי קעמפ פאר די יונגערע קינדער וועלכע בלייבן אין שטאט
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

איי עם ריעלי סארי, אבער איך האב נגיעות סאו קען איך נישט אריין רעדן און די זאכן.

אבער עס פאר מיי עס מיי אינפא. איז נישטא א קעמפ פאר 1050 גאנץ זומער אן אראפהאנדלן.
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

ווי ווייט איך ווייס מאכן נאר די סאטמארע קעמפס א שנאר קאמפיין אינמיטן זוממער (שבת נחמי אפיעל) זעהט אויס אז די אנדערע קעמפס מאכן גענוג פן די שווערע געלטער וואס מען פארלאנגט.

צו מ'דארף גיין אין קעמפ קען מען דיבאטירן, אבער אויב א קעמפ האלט אויף א גאנצע פאנדרעיזינג אפאראט צו שאפן געלט אויפצוהאלטן דעם קעמפ, און פון די עלטערן בעט מען די מינימאלע סומע וואס יעדער פארשטייט אז מ'דארף באצאלן איז עס לפענ"ד באגריסענד.

או אינו...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שץ זייער גיט ארויס געברענגט, איך אלטץ קעמפ גייער פון כיתה ה' ביז אלטץ בחור האט קיינמאל נישט אזוי טיעף אריינגעטראכט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פינטעל האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס מאכן נאר די סאטמארע קעמפס א שנאר קאמפיין אינמיטן זוממער (שבת נחמי אפיעל) זעהט אויס אז די אנדערע קעמפס מאכן גענוג פן די שווערע געלטער וואס מען פארלאנגט.

צו מ'דארף גיין אין קעמפ קען מען דיבאטירן, אבער אויב א קעמפ האלט אויף א גאנצע פאנדרעיזינג אפאראט צו שאפן געלט אויפצוהאלטן דעם קעמפ, און פון די עלטערן בעט מען די מינימאלע סומע וואס יעדער פארשטייט אז מ'דארף באצאלן איז עס לפענ"ד באגריסענד.

או אינו...


פריער צי שפעטער וועט מחנה רב טוב אויך זיך טוישן... בעליוו מי, זיי ווייסן אליינס אז צי לאנג וועלן זיי נישט קענען אזוי אנגיין..... (גענוי ווי די היגע מוסדות וועלכע האבן זיך לעצטע פאר יאר היבש אריבער געריקט דעם סיסטעם פון א שנאר אפאראט ביז א געהעריגע ביזנעס אינסטוטאשן....)

איז ממילא דארפן מיר זיך אויך טוישן און מקדים זיין רפואה למכה
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

גערעדט פאריגע וואך צו ראזענבערג,

די שבת נחמו אפיל ברענגט ווייט נישט קיין גרויסע זאכן,

די ראזענבערג קעמפס האט א מעלה אז עס האט נישט קיין מארטגעדז אדער רענט, וואס דאס עסט אויף די אנדערע קעמפ'ס.
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

משמש האט געשריבן:ביים זיך אינטערסירן וויפיל עס קאסט קעמפ א קינד, ביז איך איבעראשט געווארן צו הערן אז 1 קינד פאר א גאנצן זומער קאסט [אין איינע פון די סאטמארע מחנות] בלויז 1050 פארן אראפהאנדלען.
אויב אזוי, זעה איך נישט מה כל הרעש.

נאר וואס דען די הוצאות ארום און ארום, און אז מהאט א שיינע פאר קינדער און קעמפ, און ממאכט חתונה יעדע יאר צוויי, איז עס נישט גרינג, אבער נישט אזוי געפערליך ווי ס'קוקט אויס אין דעם אשכול.

ווען ר' יודל האט געלעבט וויפיל האט מען געבעטן? דאכט זיך פינעף אדער זעקס הונדערט
שאלת חכם חצי נחמה
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”