ניאגרא פאלס וואקאציע

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

טעם וריח האט געשריבן:מקען גיין אהין? אויפן סייט שטייט די פארק איז פארמאכט. (שטייצעך די USA זייט, קיין קאנאדע קעמען דאך סייווי נישט אריין. אבער אפשר מיינט דאס אז די סכיסעס זענען פארמאכט? אבער מקען דארט שפאצירן? נו אפשר לוינט א טריפ מיט אלע קינדערליך פאר א outing אויב די וועטער ערלויבט? איינער קען עדווייזן?

דאס מיינעך צו פרעגן, אז אלעס איז פארמאכט ווילעך וויסן צו די וואסער רינט יא,
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירנן »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:מקען גיין אהין? אויפן סייט שטייט די פארק איז פארמאכט. (שטייצעך די USA זייט, קיין קאנאדע קעמען דאך סייווי נישט אריין. אבער אפשר מיינט דאס אז די סכיסעס זענען פארמאכט? אבער מקען דארט שפאצירן? נו אפשר לוינט א טריפ מיט אלע קינדערליך פאר א outing אויב די וועטער ערלויבט? איינער קען עדווייזן?

דאס מיינעך צו פרעגן, אז אלעס איז פארמאכט ווילעך וויסן צו די וואסער רינט יא,

דענק איך אז ס'איז דא לייף קעמרע
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
יורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:11 am

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יורא »

וואו איז די בּעסטע האטעל צו גיין אויף די אמעריקאנע זייט? וואס איז נאנט צו א מנין?
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

יורא האט געשריבן:וואו איז די בּעסטע האטעל צו גיין אויף די אמעריקאנע זייט? וואס איז נאנט צו א מנין?

דאכציך אז עס איז בלויז דא דארט 2 האטעלס ביים וואסער זעלבסט
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

חול המועד סוכות תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

היות היי יאר איז חול המועד א שיינע גלאטע 4 טעג, האבן מיר געהאט חשק אראפצורייטן צו די ניאגרא פאלס.

כידוע זענען די גרעניצן נאך פארשפארט
ולכן פרעג ווי זענען די אטראקציעס בעיקר, אויף די אמעריקאנע זייט, אדער קאנאדישע.
לוינט צו פארן, צו וויילן בלויז אויף די אמעריקאנע זייט?

ועוד פאר א קאנאדישע בירגער - וועלכע וואוינט אין אמעריקא איז א עסק אריבער צו גיין די גרעניץ?

ווער עס קען ארויסהעלפן מיט אינפא׳, וואלט איך דאנקבאר געווען.

א גוט קוויטל און א גוט פדיון.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א גרוס אייך אלע פון די הערליכע וואסער פאלן אין ניאגרא חוה״מ סוכות תשפ״א
פון די קאנאדישע זייט און די אמעריקאנע.

אויב זענען פארהאן אינטערסירטע וועלן מיר אייך געבן באלד א קורצע באריכט.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אוודאי זעמיר נייגעריג. גאו עהעד ר' בערל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

חול המועד סוכות תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

ענדליך ענדליך נאך לאנגע דורכגעפאלענע חאלאמויעדס ווען פלענער צו באזוכן די מאסיווע ניאגרע פאלס האבן זיך אויסגעלאזט מיט עראפלענער, האבן מיר בשעטו״מ געלאנדעט דעם חוה״מ סוכות תשפ״א אין ניאגרא.

נאך א לאנגע דרייוו-וועג האבן מיר געגרייכט די ברעגעס פון ניאגרא אין אָנטעריא - קאנאדא דינסטאג נאכט ב׳ דחוה״מ.

אונזער דעסטינאציע איז געווען צום עבמעסי סוויט׳ס הכנסת אורחים שטיבל, אויף די פאללס-וויו שטראסע, ווי מיר האבן שפעט לעת ערב אריינגעטשעקט אין א שיין סוויט אויף די 33׳סטע שטאק פון ווי עס האט זיך אנטפלעקט ביים פענסטער א הערליכע אויסקוק אויפן גאנצן ארום, אין שפיץ פון דעם קאנאדישן ׳פערדן שיך וואסער פאל׳ וועלכע האט אין מיינע אויגן אויפן 33׳סטע שטאק אויסגעזעהן ווי א רואיגע שווים-באסיין וועלכע ווערט רואיג און מאָנאטן באגאסן מיט פרישע וואסער פון אירע דריי ווענט, באלאכטן מיט שיינע קאלירן וועלכע האלטן זיך אין איין בייטן.

די גאנצע געווענליך ביזי האטעל איז געווען שא שטיל, קוים קוים מענטשן דא און דארט, אבער פאר פארקינג האבן מיר שיין באצאלט א 60 קאנאדישע טאלער, היות די קאסינא איז געווען פארשפארט, און 12 ביינאכט בין איך נישט געווען אין די גיסטע גיין זוכן פארקינג.

ויהי בוקר מידוואך צופרי ג׳ דחוה״מ סוכות - די ערשטע זאך האב איך מיר צוגעשארט צום גרויסן פענסטער אביסל אוועק געריקט די גרויסע פורהענג, און פאר מיינע אויגן האט זיך אנטפלעקט א פארוואלקענטע האריזאנט ווי די וועטער האט נישט אזוי שיין מיטגעשפילט מיט מיין וואקאציע ווען עס האט לייכט גערעגענט אן אויפהער, דא האט די קאנאדישע וואסער פאל שוין געהאט מער איר ארגינעלע צורה מיט אירע נאטורליכע קאלירן ווען א וואלקן און נעפל הויערט אויפן טייך.

איך האב מיר צאמגעקליבן אלע מיינע קלאפעגעצייג און אראפגעפארן די עלעוועטער, ווען ביים ארויסגאנג האט מיר די רעגן געקלאפט אין פנים אריין.

האבן מיר געכאפט הענט און פוס און זיך געיאגט אין די רעגן די צוויי מינוט שפאציר ביזן ׳חב״ד ניאגרא סטאנציע׳, ווען א קראס די סטריט האב איך שוין געזעהן נאך א שטריימל איד לויפן אין די רעגן מיט זיינע ד׳ מינים.

די מנין שחרית איז געווען פארופן אויף 8:30 וכך הוה א געמויזאכטץ פון כלערליי אידן האבן זיך אנגעהויבן שטעלן דאווענען אבער אלעס באקליידעט מיטן מאסקע אויפן פנים, ס׳מערסטע האט מיר געפאלן א בארד-לאזע ספרדישע איד פון טאראנטא וועלכע איז געזעצן און געהארעוועט איבער א חתם סופר, שפעטער האט דער איד מיט זיין גרויסן לולב ארום גענומען מיט גימוניות של זהב (א שיינע גאלדענע ריבע״ן ארום די גאנצע לולב) מיר דערמאנט פון די אנשי ירושלים אין מס׳ סוכה.

אקעי המשך יבא שפעטער בל״נ
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

טעינקס ר׳בערל

ביטע אראפלייגן א קלארע דעטאלירטע באריכט ווייל מיר חלומ׳ען פון א מעגליכע טריפ אהין אויב ס׳וועט זיך מאכן א שיינע 2 טעג קומענדיגע וואך צוויי.
שכח
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: חול המועד סוכות תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

בערל קראקאווער האט געשריבן:

יישר כח ר' בערל, זייער שיין געשריבן, ווארטן מיר אויפן המשך.

וויאזוי איז געווען די גרעניץ אריבערגאנג? האבן זיי דיך געהעריג אריינגעלאזט, אדער האסטו געדארפט עפעס פארארבעטן מעשים צו קענען דורכגיין?
---
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

דריידל האט געשריבן:אוודאי זעמיר נייגעריג. גאו עהעד ר' בערל

זענען שוין די גרעניצן אפן פאר אמעריקאנע?
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

די גרעניצן זענען נאך נישט אפן פאר אמעריקאנע בירגער און אפי׳ פאר קאנאדישע וואס קומען צו גאסט, ברויך מען זיין קודם 14 טעג אין קוואראנטין.

ולכן קומען אהין גלייך פון אמעריקא איז לכאורה קיין אפציע.

איך בין טאקע געקומען צו פארן פון די 401 - ווי מיר האבן באזוכט חוה״מ, - און דאן געוויילט אין אנטעריא, און נאכדעם אהיים געקומען צו די אמעריקאנע זייט, און איך בין לכאו׳ געווען פון די סאמע איינצעלנע באזוכער וועלכע האבן באזוכט דעם חוה״מ אויף ביידע זייטן.

אין פרידנ׳ס צייטן טוהט זיך דארט א געגייכעט׳ס און געקומעכט׳ס צופוס און צופאָר דורך די בריק אהין און צוריק, און יעצט האט מען געזעהן אין קאנאדא בלויז באזוכער פון מאנטריאל וכדו׳, און אויף די אמעריקאנע זייט בלויז די אמעריקאנע אידעלעך, בכלל האט געהערשט דארט א געוואלדיגע רואיגקייט און שטילקייט אויפן גאנצן האריזאנט.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

האלט מיר דארט ביים דאווענען אונטערן שאטן פון די מאסקע ווען מיין מאס אקסעדזשין ווערט נידעריגער און שווערער, ביז ס'געקומען צו א מצב וואס כ'האב באשלאסן גענוג איז גענוג... נידער מיט די מאסקע, איך האב נישט געהאלטן ביים אויסגיין ביי די בארטענעס פון ניאגרא פאללס. האבן מיר שיין אפגעדאווענט שחרית הלל הושענות און מוסף, ווען די ציבור האלט און איין גרעסער ווערן, רוב מנין ובנין זענען טאקע געווען א היימישע ציבור פון מאנטריאל מיט עטליכע ליובאוויטשע בחורים.

נאכן דאווענען האבן מיר זיך איינגעהאנדעלט א קאווע אינעם ארטיגן אזוי גערופענעם רעסטוראנט פאר בלויז 3 טאלער, אינצווישן האט דער אייבערשטער געהאלפן די זון איז ארויסגעקומען מיטן גאנצן פראכט, האבן מיר געפראוועט א פת שחרית אינעם גרויסן סוכה אונטער די חב"ד הויז.

כחצות היום האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע, גיין זעהן אביסל די נפלאות הבורא, און די גאנצע ארום.

די קאנאדישע וואסער פאלן - פערדן שיך (הארס-שא) וואסער פאל:

איז אזוי, די קאנאדישע זייט איז סטאנציאנירט אין א אזא שטאטישע אטמאספער פון גאנץ הויך שטאקיגע האטעלן, [געוויסע מיט א הערליכע אויסקוק צו די וואסער פאלן], שאסייען מיט רויט-גרינע לעמפלען וכו', - נאך אלץ פיל רואיגער ווי די ניו יארקער גאסן – איך רעד נאר לפי ערך פון די אמעריקאנע זייט וואס מיר וועלן אי"ה באלד אויסשמועסן.

אבער פארקינג... דא קומט די אבער, פארקינג מאן דכר שמיה, אנגעהויבן ביים האטעל קאסט אזא 50 – 60 קאנאדישע דאלער פאר 24 שעה. אזוי פיל יא, אז אלע אטראקציעס זענען נישט מער ווי 15-20 מינוט גיין, ולכן פאר ערוואקסענע איז די מערסטע מומלץ אפצופארקן אין האטעל, אדער א צווייטער פארקינג סטאנציע, און זיך באניצן מיט די פוס. עס איז אויך דא דארט א סיטי באס, וואס פירט ארום פון איין פלאץ צום צווייטן.

די אטראקציעס זענען רובו סטאנציאנירט אויף די 'קליפטאן היל' שטראסע, 15 מינוט גיין פון די עמבעסי סוויט'ס האטעל, דארט זענען פארהאן א צאללאזע אטראקציעס, מאסיווע גאו קארס, די גרויסע פעריס-וויל, פון ווי מען קען האבן א גוטע אויסקוק צו די וואסער פאלן, ועוד.

א גרויסע אטראקציע סטאנציע איז די 'מערין-לענד', ווי עס זענען פארהאן שאוס פון סי-ליינ'ס, דאלפינ'ס ועוד, א גרויסע וואסער פארק וכו'.
די יודעי דבר זאגן אז דארט אליין, קען מען פארברענגן א גאנצע טאג.

אונז זעמיר אבער געקומען צום באשעפער'ס וואונדער, זענען מיר גלייך אראפגעפארן ביז ניאגרא פארק-וועי, די גאס וועלכע לויפט אונטן ממש ביים וואסער.

דא איז געווען מיין טעות, היות מיר האבן געהאט קליינע וועלכע האבן מיר נישט ערלויבט צו מאכן די 15 מינוט שפאציר, זענען מיר צוגעפארן מיטן קאר, און דא צאלט מען אריין אין א מיטער, פארקינג פער האלבע שעה 10 טאלער, און גיי ווייס ווילאנג איך וויל דא פארברענגן.

האבן מיר זיך צוריק ארויפגעדרייט אביסל, א מינוט אוועק פון בארטן שטייט שטאלץ די גרויסע 'סקיילאן טאוער' דארט איז ב"ה פארהאן פארקינג פאר 10 דאלער פער טאג, און עס איז בלויז געציילטע מינוטן פון בארטן, און פון די שיף סטאנציע.

נו אז מען שטייט שוין ביים סקיילאון טאוער האט מען אפגעצאלט אפאר טאלער, און ארויף געפארן מיט איינע פון די עלוועיטערס די 775 פוס ביזן שפיץ פונעם הויכען טאוער, ווי ביים שפיץ האט איר גאר א ברייטן און ווייטן אויסוקק אויפן גאנצן האריזאנט פונעם קאנאדישן וואסער פאל ביזן אמעריקאנעם פאל, דאן קען מען ארויסגיין אויפן פארמויערטן באלקאן אויך, ווי די ווינטן בוזשעווען אז נאר.

פארן ארויפפארן צום שפיץ, - וכן שפעטער ביים שיף איז אויך געווען די זעלבע זאך, - שטעלן זיי דיר אוועק פאר א גרינע אונטערשלאג, אייך צו פאראייביגן די דאזיגע מאמענט אין א שיינעם בילד, (דא הייסט, מען דיר, אויסטוהן דעם מאסקע), וועלכע זיי טוען שפעטער ארויף זעצן אויף סיי וועלכע ארטיגע פאנאראמע איר באגערט, צו די קאנאדישע אדער אמעריקאנע וואסער פאלן, בייטאג אדער ביינאכט אונטער א מבול פייער קראצערס וכו', און פאר א נישטיגע 35 דאללער באקומט איר א בחינם'דיגע צוויי פרינט'ס, + א נימעיל פונעם בילד.

הכלל איר קענט דא עררייכן גאר א ברייטן און ווייטן אויסקוק אויפן גאנצן האריזאנט למען ישמעו ויראו.

אויפן אונטערשטען שטאק אונטער די טאוער איז פארהאן א גרויסע אינדאר פאן ספאט, ווי עס איז פארהאן כלערליי געימס וועלכע זענען יעצט אלע לאור המצב געווען אפגעשפארט, אבער אזוי פיל ריוח קען מען דארט האבן אז ווען מען גייט ארויס פון יענע שטאק געפינט מען זיך שוין ממש א שפאן אוועק פון די בארטן.

איז אזוי איינמאל מען געפינט זיך אויף ניגארא פארק-וועי קענט איר שפאצירן ארויף און אראפ, פון ווי איר קענט אריינאטעמען דעם באשעפער'ס הערליכע באשאף פון די מאסיווע וואסער פאלן, פון די רעכטע זייט די הערליכע דריי זייטן פון די קאנאדישע וואסער פאלן, און ממש אקעגן איבער דיר פאלט די אמעריקאנע וואסער פאלן מיטן גאנצן פראכט.

אויף דעם ניאגרא פארק וועי געפינט זיך אויף איין עק – אויף די רעכטע זייט - די 'ביהיינד די פאללס' סטאנציע, ווי מען קען אנקומען זייער נאנט צו די קאנאדישע וואסער פאלן.

מיר האבן זיך אבער געוואנדן מער לינקס אראפ צו די שיף סטאנציע ווי ממש דערנעבן געפינט זיך אויך א זיפ-ליין ווי מען קען אראפשניידן אויף א שטריק ממש מיטן פנים אין וואסער אריין, הקיצור די שפאציר ביים ברעג איז א מחזה הוד, די בילדער דארט צו פאראיייביגן איז אויך געוואלדיג.

אנקומענדיג צום שיף פארט, האט מען לאור המצב געמאסטן די פיבער, באשפרענקעלט די הענט מיט סעניטייזער, איינגעקויפט קארטעס, און אראפשפאצירט א שטיקל וועג אראפ צום וואסער.

פארן ארויף גיין אויפן שיף טיילט מען אויס אזעלכע פלאסטישע רעגן שיצער, א זכר פון אונזער חסידישע מעיל אין רויטן קאליר, די שיף איז געווען ממש ליידיג, די אמעריקאנע שיף פון אנטעקעגן איבער האט אבער יא אויסגעזעהן מער פיל, אויך מיט באפלעסטיגטע פאסאנדזשירן.

די 2 שיף פירמעס נעמען אייך ממש די זעלבע וועג אריין אינעם טייך ווען זיי דערנענטערן זיך נענטער און נענטער צו די מאסיווע וואסער פאלן, אנגעהויבן פון א נאנטע באזוך צו די אמעריקאנע וואסער פאל, ווען מען הייבט אן ווערן היבש באשפרענקעלט פון די נעפל.

דערנאך הייבט זיך דער שיף אן דערנענטערן צו די קאנאדישע וואסער פאלן, ווען די שיף הייבט זיך אן אריינריקן אין די רונדע פון די קאנאדישע וואסער פאלן, הערשט דאן הייבט מען אן אביסל באגרייפן די מעכטיגקייט און שטארקייט פון די מאסיווע וואסער פאלן, וועלכע שטראמען פון די הייעך מיט א מעכטיגע שטראם אן אויפהער.

אזוי ריקט זיך די שיף ווייטער און ווייטער אן קיין רחמנות טיפער אין די שטורעמישע וואסערן, די קעמרעס ווערן שוין אריינגעריקט אונטערן מעיל צו באשיצט ווערן פון די אומאויפהערליכע פארע וועלכע דערשפירט זיך אין די גאנצע לופט, מען שפירט זיך ווי אין א גאס רעגן.

ווי לאנג מען טרעפט זיך נישט פנים אל פנים מיט די מעכטיגע וואסער פאלן פון אונטן אויפן שיף, באגרייפט מען נישט וואס הייסט 'מים רבים אדירים משברי ים'.

צוריק צום בארטן, - אין פרידנ'ס צייטן קען מען כאפן א שפאציר צופוס אדער מיטן קאר אריבער דעם 'רעגנבויגן בריק' וואס פירט אייך אריבער אנטקעגן איבער צו די אמעריקאנע זייט, לעת הערשט אויפן בריק א טויט שטילקייט, קוים איין וועכטער לאנגווייליג ביז נאר, האט אונז – אלץ אמעריקאנע בירגער - שיין אריינגעלאזט, זענען מיר צוגעפארן צום ניאגרא סטעיט פארק.

*[align=center][/align]

די אמעריקאנע ניאגרא פאללס און די בריידעל וועיל וואסער פאל:

די אמעריקאנע ניאגרא פאללס, איז סטאנציאנירט אין א שיינע סטעיט פארק, ארום גענומען מיט ענדלאזע שטחים פון גראז, אויסגעשפרייט אויף 2 קלענערע אינזלען, ווען צווישן זיי שטראמען די טייך וועלכע טראגט די וואסער פלוס צו די מאסיווע וואסער פאלן.

די גאנצע פארק געפינט זיך בעצם העכער די וואסער פאלן, דעריבער איז שווערער, און עס איז עכט נישט דא די פאנאראמישע אויסקוק וועלכע איר האט אויף די קאנאדישע זייט, וועלכע געפינט זיך נידעריגער, פונקט אנטקעגן איבער מיטן פנים צו די פלוס פון די וואסער פאלן.

דארט קען מען פארקן פאר 10 דאלער פער טאג, - עס איז א גוטע געדאנק מיט צו נעמען בייק'ס פאר די קינדער, היות עס איז פארהאן אסאך צו גיין און צו שפאצירן פון איין עק צום צווייטן, אויך איז פארהאן א טראלי וועלכע פירט פון איין פוינט צום צווייטן, פאר בלויז 3 טאלער א ערוואקסענע.

אויף די ערשטע אינזל איז פארהאן די 'קעוו אויף די ווינדס' ווי מען קומט אן פון אונטן ביז ממש 20 פוס אוועק פון די 'בריידעל וועל פאללס' – די קלענערע חלק פון די אמעריקאנע וואסער פאלן.

אויף די צווייטע אינזל 'די פראספעקט פוינט' איז פארהאן די אבזערוואציע דעק, א שטיקל בריק ארויס צום טייך פון ווי מען קען כאפן א בעסערע בליק אויף ביידע וואסער פאלן, [לאור המצב איז די דעק פארמאכט], אבער דערנעבן קען מען אויך אנקומען ממש העכער - אביסל צו רעכט'ס פון די אמעריקאנע וואסער פאלן – ווי קיין אויג ... בעסער געזאגט קיין קערפער בלייבט נישט טרוקן פון די אפקלאנג פון די וואסער פאל.

דארט געפינט זיך אויך די סטאנציע פון די אמעריקאנע שיף, 'די מעיד אויף די מיסט', וועלכע נעמט אייך די זעלבע רייזע ווי אויבן דערמאנט, די חילוק איז נאר אז די אמעריקאנע שיף ארבעט אויף באטעריע.

אויף די אמעריקאנע זייט איז אויך פארהאן א גרויסע 'אקוועריום' פון אסאך מיני פיש, אזוי אז הכל בכל מכל, קען מען רואיג פארברענגן א גאנצע טאג באזונדער אויף יעדע זייט עקסטער.

אויף די אמעריקאנע זייט 20 מינוט צו פארן געפינט זיך א חב"ד הויז אין באפעלע וועלכע האט אויך א גאנץ יאר מנינים, און סוכות א גרויסע סוכה.

אויב האב איך אייך עטוואס בארייכערט מיט אינפארמאציע דאן לאזט אייך הערן.
און אויף ביזדערווייל זייט'ס מיר און האט'ס מיר.
אטעטשמענטס
map_of_niagara_falls_state_park_2017_web_1__wysiwyg.jpg
map_of_niagara_falls_state_park_2017_web_1__wysiwyg.jpg (83.46 KiB) געזען 2243 מאל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

נאך איבער צוויי יאר וואס די קאנאדישע גרענעץ איז פארשפארט/באגרענעצט פאר אמעריקאנע בירגער מיט פארשידענע קאוויד תריצים (ווי די אשכול זאגט עדות), וועט בעז"ה אראפגענומען ווערן אלע באגרענעצונגן אנגעהויבן פון קומעדיגע October 1 - ו' תשרי
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
איך האלט אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 1:32 am

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך האלט אזוי »

Rak Tov האט געשריבן:
נאך איבער צוויי יאר וואס די קאנאדישע גרענעץ איז פארשפארט/באגרענעצט פאר אמעריקאנע בירגער מיט פארשידענע קאוויד תריצים (ווי די אשכול זאגט עדות), וועט בעז"ה אראפגענומען ווערן אלע באגרענעצונגן אנגעהויבן פון קומעדיגע October 1 - ו' תשרי
wow דאס איז גאר גוטע נייעס!!!

איך האלט אזוי האט געשריבן:

מקור?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

איך האלט אזוי האט געשריבן:
איך האלט אזוי האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
נאך איבער צוויי יאר וואס די קאנאדישע גרענעץ איז פארשפארט/באגרענעצט פאר אמעריקאנע בירגער מיט פארשידענע קאוויד תריצים (ווי די אשכול זאגט עדות), וועט בעז"ה אראפגענומען ווערן אלע באגרענעצונגן אנגעהויבן פון קומעדיגע October 1 - ו' תשרי
wow דאס איז גאר גוטע נייעס!!!
מקור?
קאנאדישע גאווערמענט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

Rak Tov האט געשריבן:
נאך איבער צוויי יאר וואס די קאנאדישע גרענעץ איז פארשפארט/באגרענעצט פאר אמעריקאנע בירגער מיט פארשידענע קאוויד תריצים (ווי די אשכול זאגט עדות), וועט בעז"ה אראפגענומען ווערן אלע באגרענעצונגן אנגעהויבן פון קומעדיגע October 1 - ו' תשרי
ווארט מען נאך אז אמעריקע זאל אויפהערן מיט זייערע "פארשידענע קאוויד תירוצים" און עפענען זייער גרעניצן פון אומוואקסינירטע.

פאר קרוב צו 18 מאנאטן האבן קאנאדישע נישט געקאנט אריינגיין קיין אמעריקע דורכן לאנד גרענעץ בלויז דורך פליען (ווי אומפארשטענדלעך עס הערט זיך) און פון פאראיאר בערך נאוועמבער קען מען נאר איינגיין קיין אמעריקע אויב מ'איז וואקסינירט, סיי ביים פליען און סיי ביים לאנד גרעניץ.

איצט אז קאנאדא איז צוריק צו "נארמאל" איז צום האפן אז אמעריקע וועט צוריק עפענען אירע גרעניצן פאר די אומוואקסינירטע.
בערענשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

איינער וויסט פון א סוכה אויפן וועג צווישן די היימישע קעטסקילס און niagra ? חוץ פון binghamton chabad
חזקי פרידמאן
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

בערענשטיין האט געשריבן:
איינער וויסט פון א סוכה אויפן וועג צווישן די היימישע קעטסקילס און niagra ? חוץ פון binghamton chabad
אין Syracuse NY איז דא א אידישע community (אויך דא דארט א חב"ד)
בערענשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:
בערענשטיין האט געשריבן:
איינער וויסט פון א סוכה אויפן וועג צווישן די היימישע קעטסקילס און niagra ? חוץ פון binghamton chabad
אין Syracuse NY איז דא א אידישע community (אויך דא דארט א חב"ד)
גרויסן שכח
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1942
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איך וויל אי"ה ארויס פארן פארטאגס,
אפשר קען מען צוזאמען מאכן אויפן וועג א מנין שחרית אדער א מנחה.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1942
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עס איז דא א מקוה אויפן וועג?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1942
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ניאגרא פאלס וואקאציע, לוינט זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Ban Mazel האט געשריבן:
בערענשטיין האט געשריבן:
חזקי פרידמאן האט געשריבן:
בערענשטיין האט געשריבן:
איינער וויסט פון א סוכה אויפן וועג צווישן די היימישע קעטסקילס און niagra ? חוץ פון binghamton chabad
אין Syracuse NY איז דא א אידישע community (אויך דא דארט א חב"ד)
גרויסן שכח
איך וויל אי"ה ארויס פארן פארטאגס,
אפשר קען מען צוזאמען מאכן אויפן וועג א מנין שחרית אדער א מנחה.
???
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”