שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך בניהו »

מי חכם האט געשריבן:
אדער ווייל זיי ווילן מעגליך צוריק באקומען זייער היימלאנד. א ווייטע מעגליכקייט טאקע אז דאס ווילן זיי, אבער מען קען עס נישט אויסשליסן
עס איז קיינמאל נישט געווען און עס וועט קיינמאל נישט זיין
אני הוא הנער, נער המדבר
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך מי חכם »

קיינמאל נישט זיין, האפנטליך. די פראבלעם איז אז זיי האפן (און ערגער: קעמפן) עס זאל יא זיין

קיינמאל נישט געווען?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך יער »

בניהו האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
אדער ווייל זיי ווילן מעגליך צוריק באקומען זייער היימלאנד. א ווייטע מעגליכקייט טאקע אז דאס ווילן זיי, אבער מען קען עס נישט אויסשליסן
עס איז קיינמאל נישט געווען און עס וועט קיינמאל נישט זיין
ס'איז לכאורה גאר קלאר אז דעיס איז וואס זיי ווילן.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך בניהו »

מי חכם האט געשריבן:
קיינמאל נישט זיין, האפנטליך. די פראבלעם איז אז זיי האפן (און ערגער: קעמפן) עס זאל יא זיין

קיינמאל נישט געווען?
אוודאי אויף דעם דאווענען מיר יעדן טאג.

ניין קיינמאל געווען. אלדאו זיי ווילן דו זאלסט אזוי מיינען.
אני הוא הנער, נער המדבר
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך יער »

בניהו האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
קיינמאל נישט זיין, האפנטליך. די פראבלעם איז אז זיי האפן (און ערגער: קעמפן) עס זאל יא זיין

קיינמאל נישט געווען?
אוודאי אויף דעם דאווענען מיר יעדן טאג.

ניין קיינמאל געווען. אלדאו זיי ווילן דו זאלסט אזוי מיינען.
זאג דו, וואס ווילן זיי?

יער האט געשריבן:

אוודאי ווילן זיי דאס. איך זאג אס עס קוקט אויס פון מאנכע אז זיי האבן בעצם רעכט.

אלעס אונטערן מלבוש פון קנאות אדער צוליב דאס פארשטיין דעם נרדף. שטייטצעך.

אה, אקעי, דעמאלטס זעמיר אויף איין פעידזש.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

דרייטצעך האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
פולי עגרי! ס’נאר דא איין שפראך וואס די אראבער פארשטייען!
נאר דא איין שפראך וואס אידישע קינדער פארשטייען.

תורה תפילה ומעשים טובים.

(לגבי השתדלות זאל יעדער פרעגן זיין רב).
עגרי הונדערט פראצענט.
דאונט געט מי ראנג. ס’איז דא א וועלטליכע פערספעקטיוו, וואס דעס איז מיין תגובה.
אין ס’איז דא א אידישע פערספעקטיוו, וואס דעיס איז דיין תגובה
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17425
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך את פתח לו »

בניהו האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
אדער ווייל זיי ווילן מעגליך צוריק באקומען זייער היימלאנד. א ווייטע מעגליכקייט טאקע אז דאס ווילן זיי, אבער מען קען עס נישט אויסשליסן
עס איז קיינמאל נישט געווען און עס וועט קיינמאל נישט זיין
שוין יא געווען, מער ווי איין מאל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך מצב כללי »

פרומע לבוש האט געשריבן:
בן גביר שטורעמט די כנסת אז מען מיז איינפירן טויט שטראף פאר א מחבל. וואס וועט דאס אויפטוען? גיי ווייס רוב אראבערס קומען דאך גרייט צו שטארבען, אפשר אנצווארפען א שרעק.

לדעתי א טערעראסיט וואס איז אונטער אכצען ברויך מען איינזעצן ביידע עלטערן און באשטראפן פונקט ווי דעם מחבל. זיי זאלן זיין פאלי אקאונטעבעל.
(אין די זיידע באבע ברויך מען אפשר אויכעט ארעסטירן אין אוועקנעמן די בירגערשאפט..)
וויכטיג אנצומערקן די חילוק פין די נוה יעקב אטאקע ווי די טעראריסט האט פאר גאנצע צעהן מינוט נאכנאנד געשאסן אן קיין אפשטעל,
אין ביי די אטאקע אין עיר דוד איז די אטאקע בליץ שנעל אפגעשטעלט געווארן ב"ה אין פארמיטען אסאך ערגערס, דורכדעם וואס א איינוואוינער דארט איז געוועהן באוואפענט אין גלייך אראפגעקניידעלט דעם רוצח. דאס זאל זיין א רוף צו די אידן דארטן אויב וואוינסטו אין אקופירטע שטחים אדער אין מסוכונדיגע געגענטער ביסטו מחיוב צו זיין באוואפענט, אז די האלטסט נישט דערביי מוף אוועק.
#כוחי ועוצם ידי
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

מצב כללי האט געשריבן:

ילכו מחיל אל חיל יראה אל אלקים בציון
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך והיתם נקיים »

World Champion האט געשריבן:
עס איז כדאי אויסצוהערן א סעריע פון פנחס גלויבער אויף קול מבשר איבער די פאלעסטינע נושא צוטיילט אויף 5 שמועסן 102# 104# 106# 108# 110#
ציונות אלערט.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך שמו »

מען טאר א וודאי נישט פרעגן, פרעג איך נישט

אבער אומ'געפרעגט, איז דען נישט מקוים געווארן א פסוק אין די תורה 'מחלליה מות יומת', און אינו מבחין בין ... חלילה

איין נרצח, איז געשאסן געווארן אויף זיין מאטאר ביציקל, אן אנדערער האט אפגעשטעלט זיין קאר און ארויס העלפן און דעמאלט'ס דער'הרג'עט געווארן.

דער רוצח איז א שפל ונבזה, פון דעם עם הדומה לחמור וואס 'על חרבך תחיה', און ווען ס'איז בידי, שינדט איך אים די הויט מיט דאס גרעסטע מאס רשעות.

אבער מען דארף קוקן מיט א ניכטערן בליק אויך,

דער באשעפער זאגט אז פאר חילול שבת באצאלט מען מיט 'מיתה', און דא זענען אפאר גע'הרג'עט געווארן בשעת חילול שבת, כמובן לבינו דווים על כל יהודי שנהרג, אבער פון דארט ביז מאכן א מחלל שבת פאר א 'קדוש', איך וואלט דאס מער פארצייכנט, בא על עונשו...

איך האף אז די תגובה איז אויסגעהאלטן לויט תקנות האתר, ווייל איך ווייס אז לויט דעתם פון רוב היינטיגע (מען טאר נישט זאגן, אבער 'ליבעראלן, וואס דער גוי האט זיי שוין פארדריידט דעם מוח, ביודעים ובלא יודעים) וועלן מיר פארשטיינערן פארן טראכטן אזוי.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

שמו האט געשריבן:

די שאלה איז אויב די דרייווערס זענען נישט קיין תינוקות שנשבו לגבי חילול שבת, דאכט זיך אז עס איז דא אן אלטע מחלוקת הפוסקים וועגן דעם.

איך טראכט אפשר אז אפילו לויט די וואס האלטן אז הלכה'דיג האבן זיי נישט קיין דין תינוק שנשבה, איז אבער דער חרון אף למעשה אויף זיי ווייניגער ווי אויף דעם מחלל שבת במזיד וואס די תורה רעדט.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3775
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך אדם א מענטש »

די גבורה פון בן גביר.

פון: ברוך יודא קליין

שוין 30 יאר וואס איתמר בן גביר איז פון די עשרה ראשונים אנצוקומען צו יעדן ארט פון די הונדערטער טעראריסטישע אטאקעס רח״ל, וואו ער און זיין באנדע היץ-קעפ זינגען תמיד דעם זעלבן רעפריין: ״מות לערבים! מות לערבים!״. טויט צו די אראבער! טויט צו די אראבער!

לעצטען פרייטאג-צו-נאכטס איז ער אויך געווען פון די ערשטע צו קומען צו לויפן צום ארט פון דעם שרעקליכן טעראר אטאקע, ווען זיבן אידישע נפשות השם ינקום דמם זענען ערמארדעט געווארן דורך אן אראבישן רוצח אין דער נוה יעקב געגענט פון ירושלים, נאכן ארויסקומען פון א שול נאך קבלת שבת.

אבער אין דער צייט וואס אין די הונדערטער פאלן אין די לעצטע 30 יאר האט בן גביר פארשריגן און ווערטערליך באפאלן די פאליציי און די זיכערהייטס אינסטאנצן פאר זייער ״מאכטלאזיגקייט״ ״קעגן די אראבער״ איז בן גביר מיט זיין גאנצער גבורה אצינד געשטאנען ווי א פארפרוינער ביים ארט פון דעם בלוט באד.

מער האט ער נישט באזידעלט די פאליציי און די זיכערהייטס קרעפטן פאר זייער מאכטלזיגקייט. ווייל ער איז דאך יעצט דער בעל הבית, - דער באס. ער ,דער בן גביר, איז דאך יעצט דער גבור ואיש מלחמה.

ער איז דאך איצט דער ״שר לבטחון לאומי״, דער נאציאנאלער זיכערהייטס מיניסטער.

אלץ וואס ער האט באוויזן ארויסצוזאגן פון מויל איז געווען, אז צוליב פיקוח נפש האט ער זיך אויפגעשטעלט פון דער שבת סעודה, האט מפסיק געווען פון דער סעודה, און איז געקומען צו לויפן קיין נוה יעקב.

מער נישט קיין מות לערבים, מער נישט קיין טויט צו די אראבער.

דער בן גביר האט אבער איבערגעלאזט די הייסע יויך און האט זיך געיאוועט צום ארט פון טעראר.

טאקע א גבור און א העלד דער בן גביר!

איתמר בן גביר, דער שותף פון יהדות התורה אין דער נתניהו רעגירונג, האט יארן לאנג געהאט אויפגעהאנגען ביי זיך אין סאלאן א בילד פון ברוך גאלדשטיין דער אידישער רודף וואס האט מיט 24 יאר צוריק גע׳הרג׳ט 29 אראבער אין דער מערת המכפלה.

אויב מיינט איר אז דער העלד בן גביר האט אן עצה ווויאזוי זיך צו ספראווען מיט , אדער אפילו וויאזוי ״נקמה צו נעמען״ אין, דעם אראבישן טעראר, לעבט איר אין א טעות. לא מיניה ולא מקצתיה.

דאס בלוט פון יעדן איד דארף קאכן פאר כעס בלויז זעענדיג וויאזוי דער אראבישער המון אין די אקופירטע שטחים זינגט און טאנצט פאר שמחה אין אנבליק פון דער רציחה אין נוה יעקב און אין עיר דוד.

אפילו די וואס ווייסן אז ״דאס מציאות האט זיך געטוישט״ האבן נישט קיין עצה, טרעפן נישט קיין רמז בנגלה אדער בנסתר, און ווייסן נישט וויאזוי זיך צו ספראווען מיט א מציאות פון געוועלטיגן איבער 2.5 מיליאן אראבער אין די אקופירטע שטחים. א דור פון יונגע אראבער וואס וואקסט אויף מיט א בלוט דורשטיגער שנאת ישראל און א דראנג צו רציחה.

נישט נתניהו׳ס כוחי ועוצם ידי און נישט בן גביר׳ס 30 יאר פון התגרות קענען משנה זייו א מציאות וואס האט זיך גארנישט געטוישט.
----- באקומען אין אימעיל
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך שמו »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
מען טאר א וודאי נישט פרעגן, פרעג איך נישט

אבער אומ'געפרעגט, איז דען נישט מקוים געווארן א פסוק אין די תורה 'מחלליה מות יומת', און אינו מבחין בין ... חלילה

איין נרצח, איז געשאסן געווארן אויף זיין מאטאר ביציקל, אן אנדערער האט אפגעשטעלט זיין קאר און ארויס העלפן און דעמאלט'ס דער'הרג'עט געווארן.

דער רוצח איז א שפל ונבזה, פון דעם עם הדומה לחמור וואס 'על חרבך תחיה', און ווען ס'איז בידי, שינדט איך אים די הויט מיט דאס גרעסטע מאס רשעות.

אבער מען דארף קוקן מיט א ניכטערן בליק אויך,

דער באשעפער זאגט אז פאר חילול שבת באצאלט מען מיט 'מיתה', און דא זענען אפאר גע'הרג'עט געווארן בשעת חילול שבת, כמובן לבינו דווים על כל יהודי שנהרג, אבער פון דארט ביז מאכן א מחלל שבת פאר א 'קדוש', איך וואלט דאס מער פארצייכנט, בא על עונשו...

איך האף אז די תגובה איז אויסגעהאלטן לויט תקנות האתר, ווייל איך ווייס אז לויט דעתם פון רוב היינטיגע (מען טאר נישט זאגן, אבער 'ליבעראלן, וואס דער גוי האט זיי שוין פארדריידט דעם מוח, ביודעים ובלא יודעים) וועלן מיר פארשטיינערן פארן טראכטן אזוי.
די שאלה איז אויב די דרייווערס זענען נישט קיין תינוקות שנשבו לגבי חילול שבת, דאכט זיך אז עס איז דא אן אלטע מחלוקת הפוסקים וועגן דעם.

איך טראכט אפשר אז אפילו לויט די וואס האלטן אז הלכה'דיג האבן זיי נישט קיין דין תינוק שנשבה, איז אבער דער חרון אף למעשה אויף זיי ווייניגער ווי אויף דעם מחלל שבת במזיד וואס די תורה רעדט.
קען זיין

איך רעד בעיקר, א' צו יש לו דין נהרג על קידוש ה', אדער בא על עונשו

און אויב בא על עונשו, דארף דאס באטאנ'ט ווערן, מיר אליינ'ס זאלן געדענקען, אז אית דין ואית דיין, די וועלט איז נישט הפקר.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

אדם א מענטש האט געשריבן:
די גבורה פון בן גביר.

פון: ברוך יודא קליין

שוין 30 יאר וואס איתמר בן גביר איז פון די עשרה ראשונים אנצוקומען צו יעדן ארט פון די הונדערטער טעראריסטישע אטאקעס רח״ל, וואו ער און זיין באנדע היץ-קעפ זינגען תמיד דעם זעלבן רעפריין: ״מות לערבים! מות לערבים!״. טויט צו די אראבער! טויט צו די אראבער!

לעצטען פרייטאג-צו-נאכטס איז ער אויך געווען פון די ערשטע צו קומען צו לויפן צום ארט פון דעם שרעקליכן טעראר אטאקע, ווען זיבן אידישע נפשות השם ינקום דמם זענען ערמארדעט געווארן דורך אן אראבישן רוצח אין דער נוה יעקב געגענט פון ירושלים, נאכן ארויסקומען פון א שול נאך קבלת שבת.

אבער אין דער צייט וואס אין די הונדערטער פאלן אין די לעצטע 30 יאר האט בן גביר פארשריגן און ווערטערליך באפאלן די פאליציי און די זיכערהייטס אינסטאנצן פאר זייער ״מאכטלאזיגקייט״ ״קעגן די אראבער״ איז בן גביר מיט זיין גאנצער גבורה אצינד געשטאנען ווי א פארפרוינער ביים ארט פון דעם בלוט באד.

מער האט ער נישט באזידעלט די פאליציי און די זיכערהייטס קרעפטן פאר זייער מאכטלזיגקייט. ווייל ער איז דאך יעצט דער בעל הבית, - דער באס. ער ,דער בן גביר, איז דאך יעצט דער גבור ואיש מלחמה.

ער איז דאך איצט דער ״שר לבטחון לאומי״, דער נאציאנאלער זיכערהייטס מיניסטער.

אלץ וואס ער האט באוויזן ארויסצוזאגן פון מויל איז געווען, אז צוליב פיקוח נפש האט ער זיך אויפגעשטעלט פון דער שבת סעודה, האט מפסיק געווען פון דער סעודה, און איז געקומען צו לויפן קיין נוה יעקב.

מער נישט קיין מות לערבים, מער נישט קיין טויט צו די אראבער.

דער בן גביר האט אבער איבערגעלאזט די הייסע יויך און האט זיך געיאוועט צום ארט פון טעראר.

טאקע א גבור און א העלד דער בן גביר!

איתמר בן גביר, דער שותף פון יהדות התורה אין דער נתניהו רעגירונג, האט יארן לאנג געהאט אויפגעהאנגען ביי זיך אין סאלאן א בילד פון ברוך גאלדשטיין דער אידישער רודף וואס האט מיט 24 יאר צוריק גע׳הרג׳ט 29 אראבער אין דער מערת המכפלה.

אויב מיינט איר אז דער העלד בן גביר האט אן עצה ווויאזוי זיך צו ספראווען מיט , אדער אפילו וויאזוי ״נקמה צו נעמען״ אין, דעם אראבישן טעראר, לעבט איר אין א טעות. לא מיניה ולא מקצתיה.

דאס בלוט פון יעדן איד דארף קאכן פאר כעס בלויז זעענדיג וויאזוי דער אראבישער המון אין די אקופירטע שטחים זינגט און טאנצט פאר שמחה אין אנבליק פון דער רציחה אין נוה יעקב און אין עיר דוד.

אפילו די וואס ווייסן אז ״דאס מציאות האט זיך געטוישט״ האבן נישט קיין עצה, טרעפן נישט קיין רמז בנגלה אדער בנסתר, און ווייסן נישט וויאזוי זיך צו ספראווען מיט א מציאות פון געוועלטיגן איבער 2.5 מיליאן אראבער אין די אקופירטע שטחים. א דור פון יונגע אראבער וואס וואקסט אויף מיט א בלוט דורשטיגער שנאת ישראל און א דראנג צו רציחה.

נישט נתניהו׳ס כוחי ועוצם ידי און נישט בן גביר׳ס 30 יאר פון התגרות קענען משנה זייו א מציאות וואס האט זיך גארנישט געטוישט.
----- באקומען אין אימעיל
די איינצינגסטע "נקודה" וואס ווערט דא ארויסגעברענגט איז אז די שרייבער האט נישט ליב דעם מענטש בן גביר.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

שמו האט געשריבן:
קען זיין

איך רעד בעיקר, א' צו יש לו דין נהרג על קידוש ה', אדער בא על עונשו

און אויב בא על עונשו, דארף דאס באטאנ'ט ווערן, מיר אליינ'ס זאלן געדענקען, אז אית דין ואית דיין, די וועלט איז נישט הפקר.
די שאלה איז ווען הייסט מען נהרג על קידוש השם, און אויב עס איז בכלל נוגע לדינא.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך נו שוין »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
אדם א מענטש האט געשריבן:
די גבורה פון בן גביר.

פון: ברוך יודא קליין

...
----- באקומען אין אימעיל
די איינצינגסטע "נקודה" וואס ווערט דא ארויסגעברענגט איז אז די שרייבער האט נישט ליב דעם מענטש בן גביר.
משרייבט בן גביר, אבער מיינען מיינט ער די פארטיי וואס ער רעפרעזענטירט, דהיינו צענדליגע טויזענעטע מתנחלים, דערונטער א שיינע קבוצה פון חרידים.

סאיז א סטייל פון שריייבעריי.
#בשיטה נישט
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

נו שוין האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
אדם א מענטש האט געשריבן:
די גבורה פון בן גביר.

פון: ברוך יודא קליין

...
----- באקומען אין אימעיל
די איינצינגסטע "נקודה" וואס ווערט דא ארויסגעברענגט איז אז די שרייבער האט נישט ליב דעם מענטש בן גביר.
משרייבט בן גביר, אבער מיינען מיינט ער די פארטיי וואס ער רעפרעזענטירט, דהיינו צענדליגע טויזענעטע מתנחלים, דערונטער א שיינע קבוצה פון חרידים.

סאיז א סטייל פון שריייבעריי.
וועם ער מיינט ווייס איך בעסער... אבער זאגן זאגט ער גארנישט.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8787
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך יידישע קהילות »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
מען טאר א וודאי נישט פרעגן, פרעג איך נישט

אבער אומ'געפרעגט, איז דען נישט מקוים געווארן א פסוק אין די תורה 'מחלליה מות יומת', און אינו מבחין בין ... חלילה

איין נרצח, איז געשאסן געווארן אויף זיין מאטאר ביציקל, אן אנדערער האט אפגעשטעלט זיין קאר און ארויס העלפן און דעמאלט'ס דער'הרג'עט געווארן.

דער רוצח איז א שפל ונבזה, פון דעם עם הדומה לחמור וואס 'על חרבך תחיה', און ווען ס'איז בידי, שינדט איך אים די הויט מיט דאס גרעסטע מאס רשעות.

אבער מען דארף קוקן מיט א ניכטערן בליק אויך,

דער באשעפער זאגט אז פאר חילול שבת באצאלט מען מיט 'מיתה', און דא זענען אפאר גע'הרג'עט געווארן בשעת חילול שבת, כמובן לבינו דווים על כל יהודי שנהרג, אבער פון דארט ביז מאכן א מחלל שבת פאר א 'קדוש', איך וואלט דאס מער פארצייכנט, בא על עונשו...

איך האף אז די תגובה איז אויסגעהאלטן לויט תקנות האתר, ווייל איך ווייס אז לויט דעתם פון רוב היינטיגע (מען טאר נישט זאגן, אבער 'ליבעראלן, וואס דער גוי האט זיי שוין פארדריידט דעם מוח, ביודעים ובלא יודעים) וועלן מיר פארשטיינערן פארן טראכטן אזוי.
די שאלה איז אויב די דרייווערס זענען נישט קיין תינוקות שנשבו לגבי חילול שבת, דאכט זיך אז עס איז דא אן אלטע מחלוקת הפוסקים וועגן דעם.

איך טראכט אפשר אז אפילו לויט די וואס האלטן אז הלכה'דיג האבן זיי נישט קיין דין תינוק שנשבה, איז אבער דער חרון אף למעשה אויף זיי ווייניגער ווי אויף דעם מחלל שבת במזיד וואס די תורה רעדט.
שמו - גערעכט ביסטו. אבער דערמאן זיך ביטע ווען מ'רעד פון די 6 מיליאן קדושים, גייט מען אויך נישט אנהייבן רעדן אז א גרויסער חלק פון זיי (צו רוב צו נישט וועל איך איצט נישט אריינגיין) זענען געווען חייב מיתה וכרת, נו אידאך באו על ענשם וכיון שניתן רשות למשחית וכו'.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך אשדוד »

את פתח לו האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
אדער ווייל זיי ווילן מעגליך צוריק באקומען זייער היימלאנד. א ווייטע מעגליכקייט טאקע אז דאס ווילן זיי, אבער מען קען עס נישט אויסשליסן
עס איז קיינמאל נישט געווען און עס וועט קיינמאל נישט זיין
שוין יא געווען, מער ווי איין מאל.
ווען האבן די פאלעסטינער געהאט בעלות אויף א"י? בעפאר די מדינה איז געווען די ענגלענדער און בעפאר זיי איז הונדערטער יארן געווען די טערקן און בעפאר דעם איז געווען צאלחאדין וואס האט עס איינגענומען פון די קריסטן וואס האבן עס איינגענומען פון דרויסנדע אראבישע אימפיריעס וואס האבן עס איינגענומען פון די ביזאנטישע מלוכה וואס איז א המשך פון די רומיים וואס האבן איבערגענומען א"י פון די מלכות בית חשמונאי בסוף בית שני
איז ווען פונקטליך האבן די לאקאלע פאלעסטינער געהערשט איבער א"י?
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך נו שוין »

אשדוד האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
אדער ווייל זיי ווילן מעגליך צוריק באקומען זייער היימלאנד. א ווייטע מעגליכקייט טאקע אז דאס ווילן זיי, אבער מען קען עס נישט אויסשליסן
עס איז קיינמאל נישט געווען און עס וועט קיינמאל נישט זיין
שוין יא געווען, מער ווי איין מאל.
ווען האבן די פאלעסטינער געהאט בעלות אויף א"י? בעפאר די מדינה איז געווען די ענגלענדער און בעפאר זיי איז הונדערטער יארן געווען די טערקן און בעפאר דעם איז געווען צאלחאדין וואס האט עס איינגענומען פון די קריסטן וואס האבן עס איינגענומען פון דרויסנדע אראבישע אימפיריעס וואס האבן עס איינגענומען פון די ביזאנטישע מלוכה וואס איז א המשך פון די רומיים וואס האבן איבערגענומען א"י פון די מלכות בית חשמונאי בסוף בית שני
איז ווען פונקטליך האבן די לאקאלע פאלעסטינער געהערשט איבער א"י?
ווער רעדט פון "הערשען"? סאיז זייער אלד פעשאנד צו פאוקעסן ווער סהאט "געפירט" די לאנד, למעשה זענען ארום 700,000 אראבער ארויסגעווארפן געווארן פון זייער היימן 1947-1948, און זיי זיצן און וארטן און האפן אויף זייער צוריק קער.
#בשיטה נישט
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך בלייב געזונט »

שמו האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
מען טאר א וודאי נישט פרעגן, פרעג איך נישט

אבער אומ'געפרעגט, איז דען נישט מקוים געווארן א פסוק אין די תורה 'מחלליה מות יומת', און אינו מבחין בין ... חלילה

איין נרצח, איז געשאסן געווארן אויף זיין מאטאר ביציקל, אן אנדערער האט אפגעשטעלט זיין קאר און ארויס העלפן און דעמאלט'ס דער'הרג'עט געווארן.

דער רוצח איז א שפל ונבזה, פון דעם עם הדומה לחמור וואס 'על חרבך תחיה', און ווען ס'איז בידי, שינדט איך אים די הויט מיט דאס גרעסטע מאס רשעות.

אבער מען דארף קוקן מיט א ניכטערן בליק אויך,

דער באשעפער זאגט אז פאר חילול שבת באצאלט מען מיט 'מיתה', און דא זענען אפאר גע'הרג'עט געווארן בשעת חילול שבת, כמובן לבינו דווים על כל יהודי שנהרג, אבער פון דארט ביז מאכן א מחלל שבת פאר א 'קדוש', איך וואלט דאס מער פארצייכנט, בא על עונשו...

איך האף אז די תגובה איז אויסגעהאלטן לויט תקנות האתר, ווייל איך ווייס אז לויט דעתם פון רוב היינטיגע (מען טאר נישט זאגן, אבער 'ליבעראלן, וואס דער גוי האט זיי שוין פארדריידט דעם מוח, ביודעים ובלא יודעים) וועלן מיר פארשטיינערן פארן טראכטן אזוי.
די שאלה איז אויב די דרייווערס זענען נישט קיין תינוקות שנשבו לגבי חילול שבת, דאכט זיך אז עס איז דא אן אלטע מחלוקת הפוסקים וועגן דעם.

איך טראכט אפשר אז אפילו לויט די וואס האלטן אז הלכה'דיג האבן זיי נישט קיין דין תינוק שנשבה, איז אבער דער חרון אף למעשה אויף זיי ווייניגער ווי אויף דעם מחלל שבת במזיד וואס די תורה רעדט.
קען זיין

איך רעד בעיקר, א' צו יש לו דין נהרג על קידוש ה', אדער בא על עונשו

און אויב בא על עונשו, דארף דאס באטאנ'ט ווערן, מיר אליינ'ס זאלן געדענקען, אז אית דין ואית דיין, די וועלט איז נישט הפקר.
דאכצעך מיר אז ביי די שיסעריי שבת אין די רעפארמער סינאגאג האט מען שוין דן (דן געווען? די תורה הקדושה זאגט אז זיי זענען מחויב מיתה) געווען די זעלבע, און א גרויס חלק האט דאס ממש נישט געקענט עסן..
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך שקר גמור »

און א קאלטע לעפל פאליטיקס

די רייכער אמעריקאנע פעטער איז יעצט און מצרים ער וועט זיך טרעפן מיט מדינת ישראל און פאליסטינע רעפרעזטאנטן, פארוואס מדנ''י איז פונקט יעצט אריין און דשענין איז נישט קלאר, אבער ס'איז געווען א גאלדענע געלעגנהייט פאר די פאליסטינע צי שפילן נעבעך און באקומען נאכמער שטיצע פון די לינקע, און...זיי האבן פארשפילט, בלינקן קומט יעצט אן צי פאלעסטינע און א זייער נישט באקוועמע פאזיציע, מדנ'י דארף זיך יעצט נאר אביסל אנהאלטן און נישט פארטאכלעווען זייער מאמענטום, נאר נקמה נעמען אויף א מער לעגעטימע וועג, ווי למשל באמבעדירן איראן און סעריע א זאך וואס איז שוין געווארן מע ווייניגער נארמאל (אויב ס'איז נאך דא אזא זאך...)
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”